☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » די דעטאלן ארום די פרשה אין סאדיגורא

די דעטאלן ארום די פרשה אין סאדיגורא

273 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14128
בלאט: 1 2 3 4 5 6

תרמב » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2020 12:01 am

· #458079
ס'קען זיין אז א פרעמדער איז פונקט געווען אויפן פליגער צו כאפן דעם בילד

שלמה המלך » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2020 12:49 am

· #458081
יעדער רעכט-דענקיגער מענטש מיז מודה זיין אז די גאנצע פרשה איז א חידה סתימה!
יא אוודאי ער האט זיך געטשאטשקעט מיט זיין יושעלע און חכמת אדם תאיר פניו ווי אן איידל קינד - אבער פארט בנו בכורו איז דען א קטיל קניא?
אזוי מיט גארנישט איבערלאזען פאר א געטרייע בכור איז פלא'דיג אפילו ר' יושע'לע איז ראוי לאותו איצטילא - דער מש"י איז דאך געוועהן יד ימינו און דעם זיידענס - וועם זאל איינפאלען אז נישט לו משפט הבכורה!
ס'איז זייער פלא'דיג - און וויזוי קען מען פארלאנגען אז דער משי זאל קומען קיין בני ברק צום טיש? ווען דמו נשפך כמים - יא גערעכט אדער נישט.
איך זאג אלעס אלץ א דרויסענדיגער - וויאזוי דאס בילד קוקט אויס פון אינדרויסן

פאליטיקאנט » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2020 1:13 am

· #458082
Re: די דעטאלן ארום די פרשה אין סאדיגורא
אינגערמאנטשיקל
פאליטיקאנט. אלע דיינע פוינטס האב איך געזעהן אויף שאולזוהן'ס בעסקיסע. ועוד יותר. אבער דו שרייבסט אז די האסט עס געהערט פון איינעם אינוואלווד.

מעג איך פרעגן הויך וואס מיינט דאס "אינוואלווד"?
אינוואלווד מיינט איינער וואס איז געזיצן אפאר שעה מיט יעדע צד אריינגערעכנט איבער 8 שעה מיט ר' יהושע, און א שיינע שטיק צייט מיט די רביצין.

ער האט באמת נישט קיין צד און האט נאר פרובירט מתווך זיין, (ער איז נישט קיין סאדיגורא, א דריטע ברודער האט עם אריינגעמישט האבנדיג אסאך ערפארונג און רבי'שע אנגעלעגנהייטן) אבער ער האט מיך פארציילט אסאך אומבאקאנטע טענות פון ביידע זייטן.

שושן פורים » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2020 1:29 am

· #458083
לכבוד שבת קודש
ווער דען?

סיי ווער אויפן פליגער

אישתישבי » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2020 2:44 am

· #458086
מיר זעהט אויס, אז טאמער ר' שיעלע איז מסכים אז די אנדערע ברודער'ס זאלען זיך רופען אדמורים אין ירושלים און לאנדאן איז עס גאר שיין פין אים, און אפילו מער פין לפנים משורת הדין.

די אלע מעשה'לעך וואס מען זאגט זענען מן הסתם נישט אמת, שאולזאהן אליין איז א ראי' אז דער רבי פין ירושלים איז א חברהמאן וואס ווייסט וויאזוי צו באקומען שאולזאהן אויף זיין זייט מיט טענות של הבל, און מעשה'לעך וואס מאכען נישט קיין נפק"מ למעשה נאר זוכען צו ערוועקן געפיל און רחמנות פאר דער נעבעך'דיגער עלטעסטער וואס דער טאטע האט אים צוגענומען זיין חלום פין די לעצטער צוואנציג יאר.

לדעתי, מיט אלע רחמנות און וויי געפילען וואס מען קען מיט פילען מיט דער מש"י, זעהט מיר נישט אויס ווי דער כלל החסידי און כלל האדמורים וועלען צופיל פארדינען טאמער ווערט ער א רבי, ער איז אפשר א מענטש מיט שטארקע שאיפות, אבער זיין יסוד איז נישט תורה און נישט יראת שמים, ממילא ווען דער טאטע האט איבערגעגעבן אלס פאר טאקע דער יונגע טראטשעקעל, אבער סוף כל סוף חלומ'ט ער פין תורה, פארשטייט א תוס', פארשטייט א חסידיש ספר, דאס איז זיין יסוד, אויף דעם בויט ער, און פארשטייט זיך אויך דער סאדיגורער בולשיט, אבער נישט נאר דער בולשיט.

שמעי' » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2020 5:09 am

· #458089
Re: די דעטאלן ארום די פרשה אין סאדיגורא
און אנדערע נייעס האב איך באמערקט אז ער האט זיך איינגעהאנדלט א שניפסל.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2020 8:24 pm

· #458130
און איז צוריק אין אנטווערפן (כמעט) כאחד האדם.

נײגעריגער » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2020 8:54 pm

· #458134
בילדער פון אנטװערפּן
ס'איז פון די איינציגסטע בילדער װי כ'האב געזעהן א שמייכל (צהלת פּנים אויב איר װילט)
📎 118383450_344405786911307_4796193834684278169_n.jpg 📎 118523118_344405610244658_7644411772572455868_n.jpg 📎 118600420_358196418683468_5344682583001144393_o.jpg

פערינא » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2020 12:34 am

· #458148
מ'זאגט אז די טאטע איז געווען א קליגער, די מאמע איז זיכער א קליגער. מסדר געווען די ברידערס זייער שיין. ס'איז דא גענוג קאפעלס וואס האבן פראבלעמס. אמאל פירט די ווייב אויס.

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2020 1:49 am

· #458258
לכבוד שבת קודש
ווען ס'איז היינט ארויסגעקומען דער נישט שיינע בילד, ווי אזוי דער רבי פאפט אויפן פליגער מיטן מאסק אויף זיין געזיכט

נישט שיינע בילד? וואס גענוי איז נישט שיין דערמיט? ווייל דו שרייבסט "פאפט" אנשטאט "שלאפט" מיינט נאך נישט אז עס איז נישט שיין! האסט נישט געוואוסט אז ער שלאפט? ער שלאפט גראדע זייער איידל...

דאס וואס ער טראגט א מאסק אויפ'ן געזיכט איז באגריסענסווערד, און בכלל אלע עירליינס פארלאנגען עס, טא וואס זאל ער טון? און דער פאקט אז ער זיצט אין עקאנאמי קלאס כאחד האדם צייגט אז ער פארמאגט נישט די רבי'שע גאווה...

לענ"ד קען דער בילד אריינגיין אין דעם אשכול רבי'ס פון א אנדערע בליק.

אישתישבי » מוצ"ש סעפטעמבער 5, 2020 9:40 pm

· #458306
למעשה צו ער פאפט צו ער שלאפט, איז עס נישט א בילד וואס מען דארף נעמען און פארשפרייטען. דער וואס האט עס געכאפט און פארשפרייט האט נישט געהאט דער בעסטע אינטערעסן פין דער רבי אין קאפ.

און דאס מיינט לכאורה "לכבוד שבת".

שמעקעדיג » מוצ"ש סעפטעמבער 5, 2020 10:46 pm

· #458311
הערליכע ארטיקל אין מאמענט די וואך.

אינגערמאנטשיקל » מוצ"ש סעפטעמבער 5, 2020 11:11 pm

· #458316
שמעקעדיג
הערליכע ארטיקל אין מאמענט די וואך.

מיינסט אודאי advertorial.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 6, 2020 9:05 pm

· #458369
דער צמאמענט האט די וואך א לאנגן ארטיקל איבער דעם ..."שבת במלוכה"...אין סאדיגורה. ס'ליינט זיך זייער געשמאק. זייער שיין באשריבן. אבער איך הייב אן צו גלויבן אז פראפעסאר ישעיהו ליבוביץ איז געווען גערעכט ווען ער האט געזאגט אז חסידות איז געווארן (אדער אייביג געווען) א סארט עבודה זרה.

צו זיין פארגלויבט און פארגעטערן א בשר ודם (דאס איז געזאגט פאר אנדערע חסידות'ן אויך) יהיה מי שיהיה. זאלל ער זיין יונג אדער אלט, איז א בחינה פון עבודה זרה...!

קאצקע ציקער » זונטאג סעפטעמבער 6, 2020 9:09 pm

· #458370
berlbalaguleh
דער צמאמענט האט די וואך א לאנגן ארטיקל איבער דעם ..."שבת במלוכה"...אין סאדיגורה. ס'ליינט זיך זייער געשמאק. זייער שיין באשריבן. אבער איך הייב אן צו גלויבן אז פראפעסאר ישעיהו ליבוביץ איז געווען גערעכט ווען ער האט געזאגט אז חסידות איז געווארן (אדער אייביג געווען) א סארט עבודה זרה.

צו זיין פארגלויבט און פארגעטערן א בשר ודם (דאס איז געזאגט פאר אנדערע חסידות'ן אויך) יהיה מי שיהיה. זאלל ער זיין יונג אדער אלט, איז א בחינה פון עבודה זרה...!

ס'איז מער א בחינה פון טפשות...

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 6, 2020 9:19 pm

· #458372
קאצקע ציקער: פארגעס נישט. די רבי קען נישט שפיעלן אליין. ער דארף האבן אן עולם חסידים...!

רביה''ק זי''ע » זונטאג סעפטעמבער 6, 2020 9:20 pm

· #458373
קאצקע ציקער
berlbalaguleh
דער צמאמענט האט די וואך א לאנגן ארטיקל איבער דעם ..."שבת במלוכה"...אין סאדיגורה. ס'ליינט זיך זייער געשמאק. זייער שיין באשריבן. אבער איך הייב אן צו גלויבן אז פראפעסאר ישעיהו ליבוביץ איז געווען גערעכט ווען ער האט געזאגט אז חסידות איז געווארן (אדער אייביג געווען) א סארט עבודה זרה.

צו זיין פארגלויבט און פארגעטערן א בשר ודם (דאס איז געזאגט פאר אנדערע חסידות'ן אויך) יהיה מי שיהיה. זאלל ער זיין יונג אדער אלט, איז א בחינה פון עבודה זרה...!

ס'איז מער א בחינה פון טפשות...

נו דער רמב"ם זאגט דאך שוין אז די טעם פארוואס עבודה זרה איז אסור איז נאר ווייל ס'איז טפשות..

פערינא » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 8:20 am

· #458599
אויב האט די סאדיגורער רבי געוואלט די חסידים זאלען זיך טיילען מיט זיינע קינדער (ליינט, זיינע קינדער זאלען זיך טיילען מיט די חסידים) און נישט אלעס זאל גיין פאר די בכור. איז ער א דזשעני. ווען ער טיילט ווען איין פאר יעדעם א שטיקעל וואלט ער קיינמאל נישט געווען אזוי סוקסעספול מיט מאכן א ריכטיגע טיילונג.

יעצט איז דער רבי מעש"י greatful און gracious פאר וואס ער האט יא באקומען.

אויך האט ער אויפגעטוהן אז די גאנצע וועלט ווייסט יעצט ווער ער די סאדיגורע ברידערס זענען. מס. פעריס הילטאן האט געטון ענדליך און זי איז געווארן א ביליאנער דערפין.

שבת אחים » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 8:47 pm

· #458713
כהאב נישט קיין שום נגיעות. נאר יעדער זאל מיר מוחל זיין. די לעצטע סאדיגורער רבי האט מבזה געוועהן זיין עלטסטער זוהן לדעתי. יעדע קליינע קהילה צוטיילט מען היינט צווישן אלע קינדער. ווילאנג די עלטסטער זוהן איז נישט עפעס אפענערהייט א פויער האט ער די זעלבע לייסענס און קוואליפיקאציעס ווי אלע אנדערע היינטיגע רביס.

דאס אז די פופטע זוהן איז מעהר געראטן מיינט נאכנישט אז די אנדערע קינדער זאלן גארנישט באקומען ספעציעל די עלטסטער זוהן וואס האט זיך (אויב ס׳איז אמת) אייביג אוועק געגעבן פאר די חסידות. קומט אים כאטש עפעס א פאסטן!

דאס אז ער האט געמיינט די טובה פון די חסידים און די חסידות איז אויך איין גרויסע נערישע טפשות אוועקצוגעבן אלעס פאר איין קינד נאכדערצו ער איז קוים 24 יאהר אלט! אויב האט די פריערדיגע סאדיגורער רבי געהאלטן אז דער יהושע׳לע איז די געלונגענסטע קינד און דאס איז טאקע די מציאות וועט ער סוכ״ס טאקע ווערן די גרעסטע רבי. ווייל די חסידים וועלן גיין צו אים. מיינט אבער נישט פארדעם די אנדערע קינדער זאלן נישט באקומען קיין שום פאסטן!

ביי די “תורת חיים” פון קאסוב איז געוועהן אז די עלטסטער זוהן איז געוועהן א צוריקגעצויגענע מענטש זייער א שטילער. און נישט אזא גוטע קאנדידאט צו זיין די רבי. זענען טאקע רוב קאסובער חסידים געגאנגען צו די יונגסטע זוהן דער “צמח צדיק” פון וויזניץ (איידעם ביי הרה״ק ר׳ ישראל מרוזין) וואס איז געוועהן מעהר ווי 20 יאהר יונגער פון די עלטסטער ברודער דער קאסובער רבי. און זינט דאן איז פון קאסוב פארוואנדלט געווארן צו וויזניץ. רוב חסידים זענען אריבער קיין וויזניץ אבער דאך איז די עלטסטער זוהן נישט אינגאנצן אפגעמעקט געווארן!

די אמרי חיים איז געוועהן יונגער פונעם ווישעווער רב און ער האט איבערגענומען זיין טאטענס פלאץ, אבער אלע פיר זוהן זענען געווארן רביס! נישט אלעס פאר איינער!

אין רוזין זענען דאך אלע קינדער געווארן רביס!?

די פרידערדיגע רבי האט פשוט און גראד מבזה געוועהן זיין עלטסטער זוהן לעיני כל! קיין איין רבי האט דאס נישט געטוהן!

די תולדות אהרן רבי האט געזאגט מ׳זאל מאכן וואלן. כאטש האט ער נישט געוויזן פאר זיינע קינדער איך האב ליב איינער מעהר פונעם צווייטן, נאר סאיז אין די הענט פונעם ציבור צו בוחר זיין!

דא האט אים די טאטע געהעריג מבזה געוועהן, ער האט די זעלבע געשטעל ווי אלע אנדערע היינטיגע רביס. פארוואס קען ער נישט זיין סאדיגורער רבי פון א צווייטע פלאץ? פארוואס דארף דער יונגער שילע אלעס באקומען?
זאלן ביידע ווערן רבי און די חסידים וועלן שוין גיין ווי זיי ווילן?

דאס וואס ער האט געטוהן גרעניצט זיך מיט רשעות לדעתי!

ער וואלט עס געקענט צוטיילן אין דריי. דער עלטער ברודער זאל גארנישט באקומען?

די מאמע זעהט אויס צוזיין גאר א קלוגע פרוי!

בד״וו פאר די אלע וואס שרייען דא אויף איר פעלדמאן און בערגער, א לאנדאנער ב**ש וכדומה.

ווער מיינט איר איז דער רבי וואס איז יעצט געשטארבן געוועהן? א פעלדמאן!

זיין מאמע איז א טאכטער פון הרב יוסף ארי׳ פעלדמאן בן
הרבני הנגיד ר׳ אפרים פישל פעלדמאן מחשובי חסידי וויזניץ/אנטוניא. מחבר הספרים "ידות אפרים" ו"דגל אפרים".

דאס הייסט אז די פריערדיגע רבי ר׳ ישראל משה׳ס מאמע איז א שוועסטער מיט די רביס שווער הנגיד ר׳ חיים משה פעלדמאן. און ער איז געוועהן א איידעם ביי זיין פעטער.

אישתישבי » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 10:11 pm

· #458715
א נחת דיר צו זעהן שרייבען.

ווי זענט איר געוועהן אזוי לאנג?

די אלע דקדוקים אויף דער פרשה זענען שוין געשטאנען אין דער אשכול, חוץ אז ער איז געוועהן פארהייראט צו זיין קאזין. אויך געדענק איך נישט אז איינער זאל דא שעלטען די רעבעצין אז זי איז א פעלדמאן -בערגער, אבער שיהיה.

און דיין מוראדיגער עצה אז דער עלטסטער זאל אויך עפעס זיין וכו', יעדער וואס קוקט אביסל זעהט אז ער האט גאנץ א פיינע מאשין ארום זיך וואס פארשפרייט כל מיני מעשה'לעך וואס איז נישט געשטויגן נישט געפלויגן, און דער טאטע האט גאנץ פשוט געהאלטן אז ער איז נישט ראוי. און דיין טענה אז ער איז אזוי גוט ווי אנדערע רעביס, איז בכלל נישט גערעדט, צוויי ראנגס מאכן נישט א רייט.

שבת אחים » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 10:15 pm

· #458717
אישתישבי

און דער פון לאנדאן איז אויך נישט ראוי?

פארוואס איז די עלטערע ברודער ווייניגער ראוי צוזיין רבי ווי אלע אנדערע היינטיגער רביס?

אין רוזין און אפילו וויזניץ זענען אלע קינדער געווארן רבי! ער האט געהעריג פארשעמט זיין זוהן פארנט פון די גאנצע וועלט! סאיז נאך אזאנס נישט געהערט געווארן לכאורה אין די רוזינער גזע קיינמאל!

א חסיד פון ווילנא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:23 am

· #458729
Re: די דעטאלן ארום די פרשה אין סאדיגורא
אישתישבי
א נחת דיר צו זעהן שרייבען.

ווי זענט איר געוועהן אזוי לאנג?

די אלע דקדוקים אויף דער פרשה זענען שוין געשטאנען אין דער אשכול, חוץ אז ער איז געוועהן פארהייראט צו זיין קאזין. אויך געדענק איך נישט אז איינער זאל דא שעלטען די רעבעצין אז זי איז א פעלדמאן -בערגער, אבער שיהיה.

און דיין מוראדיגער עצה אז דער עלטסטער זאל אויך עפעס זיין וכו', יעדער וואס קוקט אביסל זעהט אז ער האט גאנץ א פיינע מאשין ארום זיך וואס פארשפרייט כל מיני מעשה'לעך וואס איז נישט געשטויגן נישט געפלויגן, און דער טאטע האט גאנץ פשוט געהאלטן אז ער איז נישט ראוי. און דיין טענה אז ער איז אזוי גוט ווי אנדערע רעביס, איז בכלל נישט גערעדט, צוויי ראנגס מאכן נישט א רייט.
נאר לדיוק, דער טאטע איז נאר א פעלדמאן אייניקל, די מאמע און די קינדער זענן שוין בערגער (סאטמארע) אייניקלעך

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:26 am

· #458730
דיין פוינט לגבי דער ריזינער גזע, הגם זיי זענען אלע געווארען רבי'ס, אבער אין אנדערע געגענטער, און זיי האבן געדארפט אויפבויען דער חסידות פין פריש, חוץ איין זוהן וואס האט איבערגענומען דער טאטע.

דא האט ער נישט געזאגט זיי זאלען נישט ווערען רבי'ס, ער האט געזאגט אז זיין ממלא מקום זאל זיין דער שיעלע, ווייל ער איז דער מערסטע ראוי.

דער עלטסטער קען ווייטער זיין א רבי. למעשה האט דער שיעלע אים געגעבן ירושלים, און אים איז דאס נישט גענוג, ער וויל עס האבן מצד עצמו, און דאס איז שוין סתם א תאווה.

שבת אחים » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:58 am

· #458731
א חסיד פון ווילנא
אישתישבי
א נחת דיר צו זעהן שרייבען.

ווי זענט איר געוועהן אזוי לאנג?

די אלע דקדוקים אויף דער פרשה זענען שוין געשטאנען אין דער אשכול, חוץ אז ער איז געוועהן פארהייראט צו זיין קאזין. אויך געדענק איך נישט אז איינער זאל דא שעלטען די רעבעצין אז זי איז א פעלדמאן -בערגער, אבער שיהיה.

און דיין מוראדיגער עצה אז דער עלטסטער זאל אויך עפעס זיין וכו', יעדער וואס קוקט אביסל זעהט אז ער האט גאנץ א פיינע מאשין ארום זיך וואס פארשפרייט כל מיני מעשה'לעך וואס איז נישט געשטויגן נישט געפלויגן, און דער טאטע האט גאנץ פשוט געהאלטן אז ער איז נישט ראוי. און דיין טענה אז ער איז אזוי גוט ווי אנדערע רעביס, איז בכלל נישט גערעדט, צוויי ראנגס מאכן נישט א רייט.
נאר לדיוק, דער טאטע איז נאר א פעלדמאן אייניקל, די מאמע און די קינדער זענן שוין בערגער (סאטמארע) אייניקלעך

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

וואס לדיוק? לדיוק גארנישט! זיי זענען אלע פעלדמאן׳ס דורך און דורך!

די מאמע און די קינדער? וועלכע מאמע? וועלכע קינדער? אבי געהאקט אין קאפ אריין!

נאכאיינמאל:

די פריערדיגע סאדיגורער רבי איז געוועהן א איידעם ביי פעלדמאן ביי ר׳ חיים משה און זיין טאטע איז אויך געוועהן א איידעם ביי א פעלדמאן ביי הרב יוסף ארי! ר׳ חיים משה איז א איידעם ביי הרה״ח הנגיד ר׳ געציל בערגער וואס זענען ״דזיקובער חסידים״ פון אינדערהיים... וואו קומט סאטמאר אריין דא? אבי געדרייט א קאפ!

די בערגער׳ס זענען דזיקובער חסידים. נאכן קריג איז ר׳ געציל געווארן א שטיקל סאטמארער.

און ווייל זיי זענען אויך בערגער אייניקלעך פון איין זייט ווערן זיי אויס פעלדמאן׳ס???

שבת אחים » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 1:03 am

· #458732
אישתישבי
דיין פוינט לגבי דער ריזינער גזע, הגם זיי זענען אלע געווארען רבי'ס, אבער אין אנדערע געגענטער, און זיי האבן געדארפט אויפבויען דער חסידות פין פריש, חוץ איין זוהן וואס האט איבערגענומען דער טאטע.

דא האט ער נישט געזאגט זיי זאלען נישט ווערען רבי'ס, ער האט געזאגט אז זיין ממלא מקום זאל זיין דער שיעלע, ווייל ער איז דער מערסטע ראוי.

דער עלטסטער קען ווייטער זיין א רבי. למעשה האט דער שיעלע אים געגעבן ירושלים, און אים איז דאס נישט גענוג, ער וויל עס האבן מצד עצמו, און דאס איז שוין סתם א תאווה.

אבי גערעדט! וואס אויפבויען פון פריש!

קיינער אין די רוזינער גזע, אדער אפילו אין א אנדערע גזע האט געטוהן וואס די פריערדיגע סאדיגורער רבי האט געטוהן צו זיין עלטסטער זוהן! קיינער נישט!

ר׳ מאטעלע׳ס קינדער האבן גארנישט געדארפט בויען פון פריש. די דמשק אליעזר פון וויזניץ, די ווישעווער רב, די סערטער רבי האבן געירשנט רביסטווע און מוסדות פון זייער טאטע. אזוי אויך ר׳ מאטעלע. וכו׳ וכו׳

א חסיד פון ווילנא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 4:29 am

· #458740
Re: די דעטאלן ארום די פרשה אין סאדיגורא
שבת אחים
א חסיד פון ווילנא
אישתישבי
א נחת דיר צו זעהן שרייבען.

ווי זענט איר געוועהן אזוי לאנג?

די אלע דקדוקים אויף דער פרשה זענען שוין געשטאנען אין דער אשכול, חוץ אז ער איז געוועהן פארהייראט צו זיין קאזין. אויך געדענק איך נישט אז איינער זאל דא שעלטען די רעבעצין אז זי איז א פעלדמאן -בערגער, אבער שיהיה.

און דיין מוראדיגער עצה אז דער עלטסטער זאל אויך עפעס זיין וכו', יעדער וואס קוקט אביסל זעהט אז ער האט גאנץ א פיינע מאשין ארום זיך וואס פארשפרייט כל מיני מעשה'לעך וואס איז נישט געשטויגן נישט געפלויגן, און דער טאטע האט גאנץ פשוט געהאלטן אז ער איז נישט ראוי. און דיין טענה אז ער איז אזוי גוט ווי אנדערע רעביס, איז בכלל נישט גערעדט, צוויי ראנגס מאכן נישט א רייט.
נאר לדיוק, דער טאטע איז נאר א פעלדמאן אייניקל, די מאמע און די קינדער זענן שוין בערגער (סאטמארע) אייניקלעך

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

וואס לדיוק? לדיוק גארנישט! זיי זענען אלע פעלדמאן׳ס דורך און דורך!

די מאמע און די קינדער? וועלכע מאמע? וועלכע קינדער? אבי געהאקט אין קאפ אריין!

נאכאיינמאל:

די פריערדיגע סאדיגורער רבי איז געוועהן א איידעם ביי פעלדמאן ביי ר׳ חיים משה און זיין טאטע איז אויך געוועהן א איידעם ביי א פעלדמאן ביי הרב יוסף ארי! ר׳ חיים משה איז א איידעם ביי הרה״ח הנגיד ר׳ געציל בערגער וואס זענען ״דזיקובער חסידים״ פון אינדערהיים... וואו קומט סאטמאר אריין דא? אבי געדרייט א קאפ!

די בערגער׳ס זענען דזיקובער חסידים. נאכן קריג איז ר׳ געציל געווארן א שטיקל סאטמארער.

און ווייל זיי זענען אויך בערגער אייניקלעך פון איין זייט ווערן זיי אויס פעלדמאן׳ס???
וואס שרייסטו ווי א מארמאראשער ע"ה
איך האב געזאגט זענן נישט פעלדמאן׳ס?, איך האב געזאגט אז אז נאר די רעבעצין מיט די קינדער זענן בערגערס
דיין זאגן אז די בערגערס זענן נישט סאטמארע איז ווי גחייך איך וועל זאגן אז ר׳ מרדכי חנה איז נישט קיין וויזניצער
ר׳ געציל איז געווען מיסודו א דזיקובער חסיד אלס איידעם ביים דזיקובער דיין, אבער פאר דע מלחמה שוין געפארן קיין סאטמאר און ע"פ עצתו זיך געצוגן קיין לאנדאן
נאך די קריג איז ער געווען א פייערדיגער סאטמארער חסיד, געהאלפן בויען סאטמאר בגוף ובממון, און נישט פארפאסט קיין יו"ט אין סאטמאר
לויט דיר ווער איז יא געווען א סאטמארער חסיד?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 4:56 pm

· #458764

קיינער אין די רוזינער גזע, אדער אפילו אין א אנדערע גזע האט געטוהן וואס די פריערדיגע סאדיגורער רבי האט געטוהן צו זיין עלטסטער זוהן! קיינער נישט!

ווי אייביג רעדסטו און די שרייסט און די ווייסט נישט אויף וועלכע זייט די ביסט געבוירן.

נישט דער ערשטער סאדיגורער רבי, נישט דער צווייטער, נישט דער דריטער, זענען געוועהן דער עלטסטער. איך וויל נישט אריין גיין בדקדוק אין די סאדיגורער גזע, בעיקר ווייל איך קען נישט קיין פרטים, אדרבה טאמער איינער ווייסט די מעשה'לעך פארוואס למשל דער באיאנער האט נישט איבערגענומען זיין טאטע כאטש ער איז געוועהן עלטער קען ער משלים זיין. אבער דער פאקט אז אייביג האט דער עלטסטער איבערגענומען איז מופרך מעיקרא.

און טאמער וועסטו ווייטער זיין א מארמאראשער עקשן, און זאגען אז אייביג איז דער עלטסטער געווארען רבי, און דער טאטע האט "קיינמאל" נישט געהייסן דער עלטסטער נישט ווערען א רבי, נעם דיר א פרי הארץ, (דיין טאטע האט עס מן הסתם אין שטוב, אױב נישט מעגסטו אריין טרעטען אין א שוהל), און קוק אין דער בעק, וועסטו זעהן א בריוו ווי ער ווארענט אהן זיינע קינדער נישט צו זיין רבי'ס וכו'.

צפור בודד » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 5:15 pm

· #458765
פון דוד אסף'ס בוך, "דרך המלכות: ר' ישראל מרוז'ין"
📎 Image (42).jpg 📎 Image (43).jpg

שבת אחים » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:59 am

· #458793
אישתישבי

קיינער אין די רוזינער גזע, אדער אפילו אין א אנדערע גזע האט געטוהן וואס די פריערדיגע סאדיגורער רבי האט געטוהן צו זיין עלטסטער זוהן! קיינער נישט!

ווי אייביג רעדסטו און די שרייסט און די ווייסט נישט אויף וועלכע זייט די ביסט געבוירן.

נישט דער ערשטער סאדיגורער רבי, נישט דער צווייטער, נישט דער דריטער, זענען געוועהן דער עלטסטער. איך וויל נישט אריין גיין בדקדוק אין די סאדיגורער גזע, בעיקר ווייל איך קען נישט קיין פרטים, אדרבה טאמער איינער ווייסט די מעשה'לעך פארוואס למשל דער באיאנער האט נישט איבערגענומען זיין טאטע כאטש ער איז געוועהן עלטער קען ער משלים זיין. אבער דער פאקט אז אייביג האט דער עלטסטער איבערגענומען איז מופרך מעיקרא.

און טאמער וועסטו ווייטער זיין א מארמאראשער עקשן, און זאגען אז אייביג איז דער עלטסטער געווארען רבי, און דער טאטע האט "קיינמאל" נישט געהייסן דער עלטסטער נישט ווערען א רבי, נעם דיר א פרי הארץ, (דיין טאטע האט עס מן הסתם אין שטוב, אױב נישט מעגסטו אריין טרעטען אין א שוהל), און קוק אין דער בעק, וועסטו זעהן א בריוו ווי ער ווארענט אהן זיינע קינדער נישט צו זיין רבי'ס וכו'.

1)אין רוזין זענען אלע קינדער געווארן רביס!

2)די סיסטעם וויאזוי יעדער חסידות איז געבויט איז אז די עלטסטער זוהן נעמט איבער רביסטיווע און געווענטליך די אנדערע קינדער געט מען אויך א פאסטן.

מיט דעם וואס די לעצטע סאדיגורער רבי האט גארנישט געגעבן פאר זיין עלטסטער זוהן האט ער אים פשוט פארשעמט

3)דו מורמלסט עפעס וועגן סאדיגורער רבי׳ס נישט זיין די עלטסטע-און דערנאך שרייבסטו דו ווייסט גארנישט דערוועגן!!! און איך בין די ״מארמארישע עקשן״...

רעדט יא דערוועגן!

סאיז געוועהן א עלטערע ברודער וואס איז געוועהן ראי׳ צוזיין רבי און די טאטע האט געלאזט צוואה אז די יונגערע זאל איבערנעמען???

אנטשולדיגט! ביסט אליינס מודה אז דו קענסט נישט די פרטים פארוואס רעדסטו אזוי הויך און שרייט נאך אויף יענעם עקשן???

די לעעצטע סאדיגורער רבי האט יא געשריבן קלאר אין די צוואה אז אלע קינדער זאלן זיך צושטעלן- און העלפן יהושע׳לע פירן די רביסטיווע!
קוק אריין אין די צוואה. ס׳שטייט קלאר!

דא האסטו די עקשן איינער
פון וויקיפידיע:

הדור השני:

לאחר פטירת רבי אברהם יעקב בשנת תרמ"ג החלו לכהן בסדיגורה שניים מבניו, רבי יצחק פרידמן מבויאן, ה"פחד יצחק" ורבי ישראל פרידמן מסדיגורה ה"אור ישראל". לאחר מספר שנים במסגרת חלוקת הירושה, עזב רבי יצחק את סדיגורה ועבר לעיר בויאן בה הקים את חסידות בויאן ורבי ישראל נשאר בסדיגורה וממנו המשיכה חסידות סדיגורה. נפטר בשנת תרס"ז.

קיין שום צוואה פון די רבי- ביידע זוהן רביס!!!

הדור הרביעי:

רבי אהרן פרידמן, ה"קדושת אהרן". נולד בי"ב בתשרי תרל"ז. רוב חסידי אביו נסעו אליו, אך הוא נפטר שש שנים אחרי פטירת אביו, בי"ט בתשרי תרע"ג. היה חתנו של רבי שלום יוסף בנו של רבי מרדכי פייבוש פרידמן מהוסיאטין. בתקופתו נוסדה ישיבה בסדיגורה בשם "אור התורה". בראשות הישיבה עמדו האחים הרבנים רפאל, אליעזר ואברהם קיטגורוצקי.
רבי אברהם יעקב מסדיגורה (השני) ה"אביר יעקב" (נולד בח' באב תרמ"ד), חתן בן דודם של אביו ואמו רבי יצחק מאיר מקופיטשניץ, מונה גם הוא לאדמו"ר אחר פטירת אביו. הקים ישיבה בסדיגורה, עם אחיו רבי שלמה חיים. בסוף ימיו התגורר בתל אביב. נפטר בה' בטבת תשכ"א, ונטמן בבית העלמין נחלת יצחק שבגבעתיים.
רבי שלמה חיים פרידמן, שהיה מכונה "ר' שלמה'ניו" (נולד בא' בסיון תרמ"ז), חתנו של רבי שמואל הורנשטיין מראדומישלא, כיהן גם הוא כאדמו"ר, אך לאחר שעבר לווינה בימי מלחמת העולם הראשונה, העדיף לעסוק בפעילות ציבורית למען הפליטים ולטובת יישוב ארץ ישראל ולא המשיך באדמו"רות במובן הרגיל והמקובל אלא בדרך ייחודית. היה שותף בהקמת ההסתדרות החסידית-ציונית, "אגודת יישוב ארץ ישראל" שהסתפחה לאחר כמה שנים למזרחי, ואת הקמתה הוביל ר' חיים מאיר יחיאל שפירא מדרוהוביץ' והיה שותף לה גם ר' יעקב פרידמן מהוסיאטין. לאחר השואה התגורר אף הוא בתל אביב והמשיך בפעילות ענפה ובהצלת יתומים יהודיים בארצות אירופה. פרסם מאמרי הגות רבים. נפטר בכ"ו באב תשל"ב ונטמן בבית העלמין נחלת יצחק שבגבעתיים. קובץ ממאמריו שפרסם בעיתון הצופה קובצו על ידי בני משפחתו בשם "דברים בעיתם". ספר אחר, של דברי תורה שהשמיע בחו"ל ובארץ, יצא לאור בשם "חיי שלמה" בשנת תשס"ו.
שני בנים נוספים של רבי ישראל כיהנו כאדמו"רים:

רבי יצחק האדמו"ר מרימנוב (ב' בחשוון תרמ"ו - י"א בכסלו תרפ"ה). נישא לשרה דבורה בתו של רבי אשר ישעיהו הורוביץ, חתנו של רבי יוסף מרימנוב. בשנת תרע"ג, החל לכהן ברימנוב. בפרוץ מלחמת העולם הראשונה נמלט לווינה. בתחילת שנת תרפ"ד ביקר בארצות הברית, לבקשת חסידי סדיגורה שם, ובחודש סיוון עבר לגור בניו יורק, אך כעבור מספר חודשים נפטר מדלקת ריאות.
רבי שלום יוסף האדמו"ר מסדיגורה-צ'רנוביץ (י"ג בטבת תרל"ט - י"ח בשבט תרפ"ג) חתנו של בן דודם של אביו ואמו רבי ברוך מויז'ניץ.
חתנו-אחיינו רבי יצחק מרדכי שפירא האדמו"ר מגוואדז'יץ.
רבי דוד משה שפירא, האדמו"ר מגוואדז'יץ-סדיגורה בווינה ובבורו פארק, בן רבי יצחק מרדכי.
רבי יצחק מרדכי שפירא מגוואדז'יץ-סדיגורה בבורו פארק, בן רבי דוד משה.
רבי שלמה שפירא, האדמו"ר הנוכחי מגוואדז'יץ-סדיגורה בבורו פארק, בן רבי יצחק מרדכי

נישט קיין שום צוואה פונעם טאטן!!!

וויפל קינדער רביס??? די עלטסטער זוהן איבערגענומען רוב חסידים!!!

וועלכע סאדיגורער רבי האט קלאר געלאזט צוואה אז נאר איין זוהן זאל זיין רבי???? נאכדערצו נישט זיך וויסענדיג געמאכט פון די עלטערע זוהן???

הא???

עקשן!!!

מימאנדיס האספיטאל איז ביי דיר א באווייז אז סאציאליזים איז אפגעפרעגט הייסט עס???
און דו שרייבסט נאך אזוי ״ווי אייביג רעדסטו שטותים״

אוי האבן זיך די רויבער צולאכט!!!

נער איינער! שווייג שטיל! נישט שריי אויף יענעם עקשן! פארוואס בין איך עקשן ווייל איך האלט נישט ווי דיר???
אפשר ביסטו דער עקשן ווייל דו האלטס נישט ווי מיר?

דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט בחייכון, ביסט עס נאך אליינס ״מודה ומתודה״... האסטו אפילו נישט פארשטאנען מיין טענה!
נישט ווער סאיז געוועהן רבי, די עלטערע ברודער אדער די יונגערע. וואו די חסידים זענען געגעאנגען, צו וועלכע זוהן. נאר וועלכע נאך רבי האט איבערגעלאזט אזא צוואה אז א 24 יעריגער שטינקער זאל אלעס איבערנעמען און גארנישט געגעבן פאר די ברודער??? ווער??? פלוז זאג מיר ווער?

די טאטע האט איבערגעלאזט א קלארע צוואה!!! דאס הייסט פארשעמט די עלטסטע זוהן ווען אין די היינטיגע עידזש ווערט פון יעדע קליינע חסידות צושפליטערט אין מערערע חלקים... דאס הייסט ריכטיג פארשעמט!

אישתישבי » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 7:23 am

· #458799
אוי וויי, ביסט נעבעך נישט אינגאנצן ניכטער. גיי צו אריין אביסעל מער קטורת והכל על מקומו יבוא בשלום.

אגב, ביסט א גאון, קענסט ליינען וויקיפעדיע. בשעת אויף וויקיפעדיע, פראביר א לעזונג פאר איינער וואס איז נעבעך אדוק אין ברוינעס.

מפיל קינד » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:15 pm

· #458826
שבת, ס'קוקט מיר אויס ווי דו הייבסט נישט אן צו קענען דעם מש"י - אדמו"ר מסדיגורא ירושלים. איך בין נישטא צו בארעדן קיינעם, אבער איר קענט אים נישט.

אפי' ר' מענדל פון בני ברק און ר' בנציון מבאבוב וואלט אים געשטעלט פאר אים. איך האב גארנישט קעגן אים, אבער איך פארשטיי זיין טאטנס צוואה. די אנדערע קינדער (בפרט האדמו"ר מלאנדאן) זענען נישט אנדערש, איינער מער און אייניגער ווייניגער.

איי וועסטו פרעגן, די טאטע איז אויך נישט געווען אנדרש? דאס איז נישט ריכטיג. ר' ישראל משה איז געווען א פעסטער תלמוד חכם, א פונוביזער למדן, א דיין, און גוט געקענט חסידישע תורות.

צפור בודד » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:28 pm

· #458837
מפיל, זיי מיר מוחל אבער בול.

איך קען נישט מש"י און ווען איך האב געליינט וואס דו האסט געשריבן אויף אים האב איך געטראכט, אפשר. נאכדעם זאגסטו אבער איבער דעם דריטן אז ער איז אויך אזוי און דאס איז פשוט נישט אמת. אפשר נישט דער גרעסטער קאפ אבער א פיינער איידעלער יונגערמאן. און ישראל משה אליין איז אויך גארנישט געווען דער גרויסער למדן. א שטיבל רב וואס איז פערצופאל געווארן א רבי ותל"מ.

שבת אחים » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:34 pm

· #458852
מפיל קינד
שבת, ס'קוקט מיר אויס ווי דו הייבסט נישט אן צו קענען דעם מש"י - אדמו"ר מסדיגורא ירושלים. איך בין נישטא צו בארעדן קיינעם, אבער איר קענט אים נישט.

אפי' ר' מענדל פון בני ברק און ר' בנציון מבאבוב וואלט אים געשטעלט פאר אים. איך האב גארנישט קעגן אים, אבער איך פארשטיי זיין טאטנס צוואה. די אנדערע קינדער (בפרט האדמו"ר מלאנדאן) זענען נישט אנדערש, איינער מער און אייניגער ווייניגער.

איי וועסטו פרעגן, די טאטע איז אויך נישט געווען אנדרש? דאס איז נישט ריכטיג. ר' ישראל משה איז געווען א פעסטער תלמוד חכם, א פונוביזער למדן, א דיין, און גוט געקענט חסידישע תורות.

איך קען אים טאקע נישט! אדרבה דו קענסט אים יא? פארצייל דעמאלטס. ער קוקט אויס ווי יעדער היינטיגער רבי אויף די וועלט.

און דו אליינס זאגסט אז דער פון לאנדאן איז ראוי! נא?

שבת אחים » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:35 pm

· #458853
אישתישבי
אוי וויי, ביסט נעבעך נישט אינגאנצן ניכטער. גיי צו אריין אביסעל מער קטורת והכל על מקומו יבוא בשלום.

אגב, ביסט א גאון, קענסט ליינען וויקיפעדיע. בשעת אויף וויקיפעדיע, פראביר א לעזונג פאר איינער וואס איז נעבעך אדוק אין ברוינעס.

האסט נישט וואס צו ענטפערן? שרייסטו קטורת? דו עקשן איינער! איך בין דער עקשן! שריי נישט אויף יענעם פאר דו פארשטייסט בכלל וואס יענער זאגט!

נער איינער...

ערליכער איד » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 6:29 pm

· #458975
איך כהאלט אויך אז דער טאטע האט געטוען א גרויסע עוולה מיט׳ן אוועק רוקן און פארשעמען זיין בנו בכורו.... פארפאלען מען קען נישט טוען וואס מען וויל...

מפיל קינד » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 7:48 pm

· #458980
שבת אחים

און דו אליינס זאגסט אז דער פון לאנדאן איז ראוי! נא?

כ'האב גראדע געזאגט פונקט פארקערט... אבער לגבי דעם בין איך מעגליך נישט גערעכט.

אבער דאז אז מש"י איז פונקט ווי יעדע אנדערע רבי איז נישט ריכטיג. אז דו קענסט אים נישט איז נישט. איך קען אים יא.

והאיש משה » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 4:06 pm

· #459034
מפיל קינד
שבת אחים

און דו אליינס זאגסט אז דער פון לאנדאן איז ראוי! נא?

כ'האב גראדע געזאגט פונקט פארקערט... אבער לגבי דעם בין איך מעגליך נישט גערעכט.

אבער דאז אז מש"י איז פונקט ווי יעדע אנדערע רבי איז נישט ריכטיג. אז דו קענסט אים נישט איז נישט. איך קען אים יא.

און די קענסט אזוי גוט אויך די אנדערע רבי'ס וועם דו וואלטס געלייגט פאר אים וכו' ? פשוט פאר די פונקטליכקייט צו פארגלייכען דארף מען קענען ביידע...

אישתישבי » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 9:10 am

· #459138
שבת אחים
אישתישבי
אוי וויי, ביסט נעבעך נישט אינגאנצן ניכטער. גיי צו אריין אביסעל מער קטורת והכל על מקומו יבוא בשלום.

אגב, ביסט א גאון, קענסט ליינען וויקיפעדיע. בשעת אויף וויקיפעדיע, פראביר א לעזונג פאר איינער וואס איז נעבעך אדוק אין ברוינעס.

האסט נישט וואס צו ענטפערן? שרייסטו קטורת? דו עקשן איינער! איך בין דער עקשן! שריי נישט אויף יענעם פאר דו פארשטייסט בכלל וואס יענער זאגט!

נער איינער...

זאגט שוין אילאוויטש, דער וואס שרייט דער לעצטע און דער העכסטע איז לאו דווקא גערעכט, בפרט מיט דיר וואס מען ווערט סתם מיד דעבאטירן א טראל.

מפיל קינד » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 1:31 pm

· #459158
השרף מסדיגורא ירושלים
📎 IMG_20200921_133021.jpg

מפיל קינד » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 10:21 pm

· #459207
דרייט זיך ארום אזא ווערטל, נעכטן ביי תקיעת שופר האט מען זיך געשטופט אין א בית מדרש אוו א אינגערמאנטשיק געגעבן א באכע פאר אן עלטערן איד. רופט זיך אן דער איד, נו דרך ארץ, איך וואלט געקענט זיין דיין זיידע!!

זאגט אים דער אינגערמאן: און איך וואלט געקענט זיין דיין רבי!...

ביבער » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 1:03 am

· #459218
כ'האב פונקט דעם שבת געליינט עפעס וואס קען אביסל פארענטפערן דעם פלא'דיגן צוואה.
📎 Untitled.jpg

מנחם ציון » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 1:41 pm

· #459234
אזוי זעהט עס אויס ווען מען ברויך פארענטפערן א רוזינער מיט א סאנזע מעשה

הרב שיף » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 2:55 am

· #459615
מנחם ציון
אזוי זעהט עס אויס ווען מען ברויך פארענטפערן א רוזינער מיט א סאנזע מעשה

אבער ס'איז פארט א געוואלדיגע תירץ. ווי סהאט זיך טאקע איבער געוויזען אז מיטען שרייבען די צוואה, און גארנישט גיבען גיבען פאר דעם עלטסטען, זענען אלע געווארען רבי, ווי אויך זיין באליבטע זוהן. זאל ער ווען נאר שרייבען אנדערש, וואלטען די אינגערע זיכער גארנישט געהאט.

אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 7:32 am

· #459617
הרב שיף
מנחם ציון
אזוי זעהט עס אויס ווען מען ברויך פארענטפערן א רוזינער מיט א סאנזע מעשה

אבער ס'איז פארט א געוואלדיגע תירץ. ווי סהאט זיך טאקע איבער געוויזען אז מיטען שרייבען די צוואה, און גארנישט גיבען גיבען פאר דעם עלטסטען, זענען אלע געווארען רבי, ווי אויך זיין באליבטע זוהן. זאל ער ווען נאר שרייבען אנדערש, וואלטען די אינגערע זיכער גארנישט געהאט.

איר זענט פין אנטווערפן?

הרב שיף » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 4:23 pm

· #459653
אישתישבי
הרב שיף
מנחם ציון
אזוי זעהט עס אויס ווען מען ברויך פארענטפערן א רוזינער מיט א סאנזע מעשה

אבער ס'איז פארט א געוואלדיגע תירץ. ווי סהאט זיך טאקע איבער געוויזען אז מיטען שרייבען די צוואה, און גארנישט גיבען גיבען פאר דעם עלטסטען, זענען אלע געווארען רבי, ווי אויך זיין באליבטע זוהן. זאל ער ווען נאר שרייבען אנדערש, וואלטען די אינגערע זיכער גארנישט געהאט.

איר זענט פין אנטווערפן?

ניין, וואס פאלט אייך איין אנטווערפען?

תרמב » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 4:29 pm

· #459654
הרב שיף
אישתישבי
הרב שיף
מנחם ציון
אזוי זעהט עס אויס ווען מען ברויך פארענטפערן א רוזינער מיט א סאנזע מעשה

אבער ס'איז פארט א געוואלדיגע תירץ. ווי סהאט זיך טאקע איבער געוויזען אז מיטען שרייבען די צוואה, און גארנישט גיבען גיבען פאר דעם עלטסטען, זענען אלע געווארען רבי, ווי אויך זיין באליבטע זוהן. זאל ער ווען נאר שרייבען אנדערש, וואלטען די אינגערע זיכער גארנישט געהאט.

איר זענט פין אנטווערפן?

ניין, וואס פאלט אייך איין אנטווערפען?

די רב דארט הייסט הרב שיף, ניין?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 6:57 pm

· #459662
תרמב
הרב שיף
אישתישבי

איר זענט פין אנטווערפן?

ניין, וואס פאלט אייך איין אנטווערפען?

די רב דארט הייסט הרב שיף, ניין?

נעם דיך גוט אריין אין קאפ וואס איך גיי דיר יעצט זאגן, רביה"ק זי"ע וואוינט נישט אין וויליאמסבורג, הרב שיף וואוינט נישט אין אנטווערפן, און תרמב וואוינט נישט אין רחוב תרמב, פארשטאנען? 😃

zurich » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 7:31 pm

· #459663
רביה''ק זי''ע
תרמב
הרב שיף
אישתישבי

איר זענט פין אנטווערפן?

ניין, וואס פאלט אייך איין אנטווערפען?

די רב דארט הייסט הרב שיף, ניין?

נעם דיך גוט אריין אין קאפ וואס איך גיי דיר יעצט זאגן, רביה"ק זי"ע וואוינט נישט אין וויליאמסבורג, הרב שיף וואוינט נישט אין אנטווערפן, און תרמב וואוינט נישט אין רחוב תרמב, פארשטאנען? 😃

און zurich וואוינט נישט אין שווייץ 😎

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 7:49 pm

· #459664
איך וואוין גראדע יא ווי איך וואוין.

תרמב » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2020 9:07 pm

· #459676
רביה''ק זי''ע
תרמב
הרב שיף
אישתישבי

איר זענט פין אנטווערפן?

ניין, וואס פאלט אייך איין אנטווערפען?

די רב דארט הייסט הרב שיף, ניין?

נעם דיך גוט אריין אין קאפ וואס איך גיי דיר יעצט זאגן, רביה"ק זי"ע וואוינט נישט אין וויליאמסבורג, הרב שיף וואוינט נישט אין אנטווערפן, און תרמב וואוינט נישט אין רחוב תרמב, פארשטאנען? 😃

איך האב הנאה אז דו האסט געכאפט וואס תרמב מיינט, איך האב געמיינט אז קיינער ווייסט נישט פון אזא פארשטופטע געסל.
בלאט: 1 2 3 4 5 6