די שרעקליכע חוצפה פון די סאדיגורא רעביצין!
70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14124
די שרעקליכע חוצפה פון די סאדיגורא רעביצין!
ס'איז אומגלויבליך זיך צוצוקוקן צו די אומדערהערטע און שמוציגע דראמא וואס שפילט זיך אפ די טעג בחצר סאדיגורא.
ס'קומט פאר א שרעקליכע גזילה לעיני השמש, א אומדערהערטע חוצפה ווי א פרוי פרובירט צו צוטרעטן מיט רשעות איר מאן'ס צוואה נאר ווייל זי אדער איר טאטע חיים משה פעלדמאן וויל אנדערש!
יעדער איז דאך מודה בלי שום ספק! אז די טאטע די סאדיגורא רבי ז"ל האט קלאר געוואלט אז זיין זוהן יצחק יהושע העשיל זאל אים איבערנעמען, און ער האט אזוי געשריבן קלאר אין א צוואה כדת וכדין בלי שום ספק ספיקא,
קומט צו גיין א רביצין א מחוצפת און א מושחת המדות, וואס מיינט אז ווייל זי איז א בת עשירים, די טאכטער פון חיים משה פעלדמאן, האט זי די רעכט לעיני כל העמים צו ווארפן איר מאן'ס צוואה אין בית הכסא אריין און צו מאכן וואס "זי וויל", און די חצופה האט נאך די חוצפה צו אונטערשרייבן איר נאמען אויף א אפיציעלע בריוו! ווי איז אזאנס געהערט געווארן אין א חסידיש חצר? ווער מיינט זי אז זי איז? א נארישע לאנדאנע מיידל! ס'איז א אנבעליוועבל חוצפה און עזות!
אבער די חוצפה איז אסאך טיפער.
ס'דאך זעהט אויס דא א סיבה פארוואס די טאטע האט אויסגעוועלט דעם קינד יצחק יהושע העשיל. ער איז א איידעלער און א בעל מידות, בשעת ווען זיינע ברודער שלאגן זיך צו זיין רבי'ס ווייל זיי ווילן פשוט די כבוד און די געלט אדער וואטעווער, עכ"פ נישט לשם שמים, און זיינע ברודער זענען גרייט צו צוטרעטן זייער טאטע'ס צוואה כאילו ס'וואלט געווען א שטיקל אשר יצר פאפיר.... און טרעטן אויף די עשרת הדברות ווי ס'שטייט כבד את אביך, אבי צו קענען "זיין א רבי" ...... וואט די העלל! ס'שטינקט דאך מסוף העולם ועד סופו!
אבער וואס ס'גייט פאר איז, אז ווייל די מאמע און די ברודער ווייסן אויך אז "שיעלע" איז א איידעלער, ממילא האבן זיי אים געפרעשורט צו "מוותר זיין" אז חאטשיג זיין טאטע האט געשריבן אז אלע מוסדות זאלן גיין צו אים, זאל ער מוותר זיין ירושלים פאר איין ברודער, מוותר זיין לונדון פאר א צווייטע.... און זיי ווייסן אז פאר אים איז שווער צו גיין מאכן א מחלוקת מיט זיין מאמע און זיינע ברודער די רודפים אחר הכבוד, זיי נוצן פשוט אויס זיין גוטסקייט צו אים "רעיפען" לעיני כל הקהל, און נאכדעם זאגן אהההה ער איז מסכים! ס'איז א עוולה שאין כמוהו וואס יעדע רעכט דענקנדע מענטש דארף שרייען דערקעגן!
ס'איז ליידער נישט קיין נייע זאך אז קינדער פון א פארשטארבענעם רבי זאלען זיך קלעבן צו רביסטעווע פאר די נישט ריכטיגע סיבות נאר פאר כבוד און געלט, אבער דא איז אנדערש, ס'איז אסאך נידריגער און אסאך שמוציגער, ווייל די טאטע איז אוועק יונג, ער איז געווען ביים פולן באוויסטזיין, און ער האט קלאר געזאגט זיין רצון אן קיין שום מקום פאר א ספק, אן קיין שום וועג צו טענה'ן אז ער איז געווען פארקאלעכט און מ'האט אים געזאגט וואס צו טאהן.....
דער טאטע האט אים פארשריבען אלעס! זיי האבן עס נישט ליב?! איטס זשאסט טו בעד!! זאלען זיי גיין ארבעטן פאר פרנסה פונקט ווי יעדער איינער..... און טאמער זיי ווילן ווערן א רבי ווייל ס'איז נפשם חשקה צו כבוד און געלט און גאוה און זיי האלטן נישט ביים פאלגן זייער טאטע זיך צו מכניע זיין פאר זייער ברודער, קענען זיי עס טוהן און זיך רופן א צווייטע נאמען, טאמער זיי האבן משוגעים וואס זענען גרייט זיי צו נאכלויפן.....
אבער די צווינגען "שיעלע" צו מוותר זיין אויף די מוסדות אין ירושלים און אין לאנדאן וואס זייער טאטע האט קלאר געשריבען אז ס'זאל זיין תחת נשיאותו, דאס איז א שרעקליכע גזילה לאור השמש!!! א אומדערהערטע שמוציגע טאהט!
טאמער חיים משה פעלדמן וויל, זאל ער זיי קויפען נייע מוסדות... אבער דאס ווילן זיי נישט..... וויייל זיי ווייסן אז די מוסדות וועלן בלייבען ליידיג..... קיינער וועט נישט אהין גיין....
זיי ווילן האבן בעלות אויף די אלטע מוסדות מיט די תלמידים כדי זיי צו קענען ברעינוואשען אז דער איז די "נייע רבי" וואס ער גייט זיי יעצט זאגען וואס איז די רצון ה'..... חאטשיג די גאנצע רביסטעווע האט זיך בכלל אנגעהויבן דורך טרעטן אויף די עשרת הדברות, אויף לא תגנוב און אויף די רצון ה', אוי לאותה בושה!! אוי לאותה כלימה!!! די רצון ה' איז די לעצטע זאך אין וואס זיי זענען אינטערעסירט, ס'איז א גרויל צו זעהן ווי נידריג געוויסע טיפן וועלן פאלן פאר אביסל נארישע כבוד און נארישע גאוה.
כ'רעד שוין נישט פון די שרעקליך היפאקריטישע חלק דערפון, די חסידישע חינוך (נישט אז איך האלט ס'איז ריכטיג...) גייט דאך אז מען דארף פאלגן דעם רבי'ן, און אזוי זענען זיי מחנך די קינדער און די חסידים, אבער ווען ס'קומט די מינוט ווען פאר זיי אליינס געפעלט נישט וואס די "רבי" זייער טאטע האט געוואלט, דאן זענען זיי גרייט צו טרעטן אויף די גאנצע "רצון צדיק" וואס זיי פרעפלען פאר אנדערע, און זיי זענען גרייט צו טרעטן אויך אויף די עשרת הדברות ווען ס'שטימט נישט מיט זייער רצון פון "אני אמלוך" און זייער רצון פאר כבוד און גאוה!!
און ס'וויכטיג צו פארשטיין נאך א נקודה. לויט ווי ס'קוקט אויס פון וואס מען הערט, איז עס בכלל נישט געווען קיין סוד אז די טאטע האט געוואלט "שיעלע", ער האט אלץ געהאלטן אז ער איז זיין געראטענסטע קינד, ער האט אים ליב געהאט, און ער האט עס נישט געהאלטן פאר א סוד אז ער וויל אז ער זאל זיצן אויף זיין בענקל נאך זיינע הונדערט און צוואנציג,
נאר וואס דען, די חצופה רביצין מיט אירע בנים האבן געטראכט "יקרבו ימי אבל אבי", ווען ער וועט שטארבן וועלן זיי טוהן וואס זיי ווילן! און זיי וועלן מסתם נאך זאגן אז דאס איז געווען זיין רצון.... און פארטיג...
האט אבער די טאטע דער סאדיגורער רבי דאס אויך פארשטאנען, ער האט פארשטאנען וואס די פלאן די רביצין מיט די בנים איז, ער האט געוויסט אז זיי ווילן נישט טוהן דאס וואס ער האלט אז ס'איז ריכטיג, פאר דעם איז ער געגאנגען און געשריבן א קלארע צוואה מיט דיינים אין מיט א עורך דין, כדי קיינער זאל נישט קענען נאכדעם פארקויפן וואס זיין רצון איז געווען,
זעהט אויס אז פארדעם האט די חצופה רביצין נישט געוויסט פון די צוואה, ווייל איר מאן האט געוואוסט אז טאמער זי ווייסט דערפון וועט זי מאכן געוואלדעס און אים פארביטערן דאס לעבן, ממילא האט ער עס געהאלטן בסוד, אז ס'זאל ארויסקומען ווען ס'דארף ארויסקומען.
און דאס איז וואס האט פאסירט פאר די לוויה. די צוואה איז ארויסגעקומען, און די חצופה רביצין מיט די בנים זענען געכאפט געווארען אין שאק און זיך דערזעהן מיט א פראבלעם, דער טאטע האט קלאר געשריבן וואס ער וויל, אין ס'איז אסאך שווערער זיך צו אויספייפען אויף אים, ממילא האבען זיי באשלאסן קודם צו אפלייגען די זאך און נישט מכתיר זיין קיינעם, און נאכדעם טרעפן א וועג זיך צו אויספייפען אויף זייער מאן/טאטע.
ס'אויך געווען זייער זייער נישט צום הארצן צו זעהן וויזוי "שיעלע" איז געשטופט געווארען צו די זייט דורכאויס די שבעה, ווען זיי האבען געוויסט קלאר אז די טאטע האט געוואלט אז ער זאל פירן, דער עלסטער האט זיך געזעצט אינדערמיט מיט זיינע עלטערע ברודער לעבן אים, און "שיעלע" איז געזיצן אין די זייט ווי כאילו עפעס א פיפטע רעדעל.....
שבעה זענען זיי געזעצן.... זיי קערן ניטאמאל וואס זייער טאטע וויל..... די גאנצע שבעה איז געווען א פריעוו צו זיך אהערשטעלן אלץ ממשיך קעגן זיין טאטע'ס רצון!!! ווי נידריג!!!
למעשה האמת יורה דרכו, זיי קענען זיך שלאגען אויף ריעל עסטעיט, זיי קענען זיך דערקלערען "רביס"..... אבער צום סוף ווענדט זיך עס וואו די חסידים וועלן גיין, און ווי ס'זעהט אויס גייט רוב עולם מיט "שיעלע", און די שמוציגע התנהגות פון די חצופה מיט אירע בנים האט מסתם נאר אויפגעטוהן אז מער מענטשן זאלען זיך פארעקלען פון זיי!!!
און פאר די וואס זענען אין שידוכים..... געבט ענק אכטונג פון לאנדאנע מיידלעך......
גראד פון די ערשטע מינוט האט שיעלע געזאגט אז ער איז גערן מוותר די רבי'סטעווע, זיין ברודער קען נעמען ירושלים און אפילו בני-ברק אויב ער וויל. ס'האט זיך אנגעהויבן ווען דער לאנדאנער ברודער האט גע'טענה'עט אז דער טאטע האט אים צוגעזאגט לאנדאן און די אנדערע ברידער (וואס זענען נישט געווארן רבי'ס) האבן געזאגט אז ס'איז נישט פשוט סתם אזוי זיך אויסצופייפן אויף די צוואה, אפילו אויב שיעלע וויל, איז געווארן דערפון א שאלה.
איין זאך איז זיכער, יעדער זעט קליפ און קלאר ווי אזוי הרב מש"י האט זיך אויפגעפירט, און ווי אזוי ער איז געווען א תובע בפה... אבער, פארשטייסט אים נישט? - ער האט זיך אלע יארן גע'הרג'עט פאר די זאך, מיט דעם חשבון אז ער וועט עס באקומען... וואס זאל ער יעצט טון, ווערן א שנארער?
אגב; גיב אכטונג, מ'שישקעט זיך אז ער האט א ניק דא, סא...
לכבוד שבת קודש
איין זאך איז זיכער, יעדער זעט קליפ און קלאר ווי אזוי הרב מש"י האט זיך אויפגעפירט, און ווי אזוי ער איז געווען א תובע בפה... אבער, פארשטייסט אים נישט? - ער האט זיך אלע יארן גע'הרג'עט פאר די זאך, מיט דעם חשבון אז ער וועט עס באקומען... וואס זאל ער יעצט טון, ווערן א שנארער?
לויט ווי ס'זעהט אויס האבען זיי שוין לאנג געוויסט אז זייער טאטע וויל שיעלע,
נאר זייער פלאן איז מסתם לכתחילה געווען צו זיך דערקלערען רבי .... זיך אויספייפענדיג אויף זייער טאטעס רצון ! וואס זיי האבען נישט געוויסט איז אז ס'דא אזא קלארע צוואה ! וואס דאס האט צימישט די פלענער.....
ס'נישט געווען קיין שאק פאר זיי וואס זייער האט געוואלט ! זיי האבען געוויסט ! די שאק איז געווען די קלארע צוואה וואס מאכט שווערער די גזילה !!!
מאן יימר?
לכבוד שבת קודשמאן יימר?
אזוי האב איך געליינט דא אין דארט, אז ער האט שוין א היבשע פאר מאל געזאגט פאר דעם אין פאר יענעם אז "שיעלע" איז זיין ממשיך,
ס'נישט געווען קיין סוד,
ער האט געזאגט נאך זאכן אויף אנדערע קינדער. אויב זיי וואלטן געווארן רבי אין די צוואה, וואלסטו שוין געהערט.
לכבוד שבת קודשער האט געזאגט נאך זאכן אויף אנדערע קינדער. אויב זיי וואלטן געווארן רבי אין די צוואה, וואלסטו שוין געהערט.
ניין, איך זאג דיר ס'נישט געווען קיין סוד, ער האט אלץ ליב געהאט דעם קינד, ער איז אלץ געווען זיין "פעיווירעט", יעדער האט געוויסט !
ס'נישט זאכען וואס קומען יעצט ארויס אז ער האט געזאגט ..... ס'איז בכלל נישט געווען קיין סוד ! ס'געווען א סוד פאר גאנץ בראד.....
פארוואס מיינסטע האט ער געשריבען א צוואה אונטערן רוקען פון די רביצין אין די קינדער ??? ווייל ער האט געוויסט וואס "זיי" ווילען, און ער האט געוויסט אז זיי ווייסען וואס ער וויל און ווילען אנדרעש !
האט ער צוטיילט עפעס אין די צוואה פאר די אנדערע קינדער?
וועלכע נערמאלע טאטע געבט אלעס פאר איין קינד היינט צוטאגס?
לויט ווי איך פארשטיי איז אן ערסנטע שאלה אויב א צוואה פארמעקט די רעכטן פון א בכור.
שוין גארנישט א מחוצפת- די מאמע. זעהט אויס זי איז א קלוגע פרוי, וואס וויל עס זאל זיין שלום אין די משפחה.
ישי שטיינמעץס'איז אומגלויבליך זיך צוצוקוקן צו די אומדערהערטע און שמוציגע דראמא וואס שפילט זיך אפ די טעג בחצר סאדיגורא.
ס'קומט פאר א שרעקליכע גזילה לעיני השמש, א אומדערהערטע חוצפה ווי א פרוי פרובירט צו צוטרעטן מיט רשעות איר מאן'ס צוואה נאר ווייל זי אדער איר טאטע חיים משה פעלדמאן וויל אנדערש!
יעדער איז דאך מודה בלי שום ספק! אז די טאטע די סאדיגורא רבי ז"ל האט קלאר געוואלט אז זיין זוהן יצחק יהושע העשיל זאל אים איבערנעמען, און ער האט אזוי געשריבן קלאר אין א צוואה כדת וכדין בלי שום ספק ספיקא,
קומט צו גיין א רביצין א מחוצפת און א מושחת המדות, וואס מיינט אז ווייל זי איז א בת עשירים, די טאכטער פון חיים משה פעלדמאן, האט זי די רעכט לעיני כל העמים צו ווארפן איר מאן'ס צוואה אין בית הכסא אריין און צו מאכן וואס "זי וויל", און די חצופה האט נאך די חוצפה צו אונטערשרייבן איר נאמען אויף א אפיציעלע בריוו! ווי איז אזאנס געהערט געווארן אין א חסידיש חצר? ווער מיינט זי אז זי איז? א נארישע לאנדאנע מיידל! ס'איז א אנבעליוועבל חוצפה און עזות!
קומט ציגיין א רביצין א מחוצפת אין א מושחת המידות, וואס מיינט אז ווייל זי איז א בת עשירים, די טאכטער פון חיים משה פלדמן, האט זי די רעכט לעיני כל העמים צו ווארפען איר מאן'ס צוואה אין בית הכיסא אריין אין צו מאכען וואס "זי וויל", אין די חצופה האט נאך די חוצפה צו אינטערשרייבען איר נאמען אויף א אופיציעלע בריוו ! ווי איז אזאנס געהערט געווארען אין א חסידיש חצר ? ווער מיינט זי אז זי איז ? א נארישע לאנדאנע מיידל ! ס'איז א אנבעליוועבעל חוצפה און עזות!
דו רעדסט נאריש און נישט קיין איין נארמאלע ווארט.
מ'שרייבט נישט קיין צוואה אן די דעת פון די ווייב.
א פרוי וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר דיר אלע יארן גייסטו און דו בא'עוול'סט איר אויף אזא שרעקליכע פארנעם.
זייער גוט אז די אנדערע ווערן רבי'ס, כל הכבוד.
וואס איז פונקט דא פארגעקומן, און וואס דער סאדיגערער רבי ז"ל האט געזאגט פאר זיין ווייב פריוואט ווייס איך נישט. איך וויל נאר מעורר זיין הלכה'דיג אז הגם אז געווענדליך מוזן קינדער ענדערש פאלגן די טאטע ווי די מאמע, ווייל אתה ואמך חייבים בכבודו, אבער דאס איז נאר ווען זי איז מחוייב בכבודו. וויבאלד יעצט מעג זי גיין חתונה האבן מיט א צווייטן (נאך חודשי הבחנה), מוז זי אים נישט מכבד זיין, און זיי זענען ביידער אייניג. זי מוז אים נישט מכבד זיין, און די קינדער מוזן נישט אויסוויילן די טאטע איבער די מאמע.
דער סאדיגורער רבי זצ״ל האט געהאט א העכערע חסידישן בליק אויף זיין רביסטעווע אלץ המשך פונעם הייליגן רוזינער און ממשיך עד ביאת הגואל. לויטן צוואה, האט ער ווי א חסיד פון די דאזיגער גזע געלייגט די רביסטעווע אויף גאר א הויכן פעדעסטל אין איהר געדינט בנאמנות בשליחות קודש פון זיינע הימלישע אבות. ממילא האט ער אט די כוחות, אלץ חסיד, זיך ניט געקענט זעהן מוריש צו זיין נאר פארן מערסטען-געראטענעם און איידעלסטן זוהן - רב שיעלע שליט״א. די רעבעצין ווידער מיט די אנדערע זיהן גיבן די זאך מער א פראקטישן בליק. ווי קען מען צונעמען פונעם עלטסטן דאס וועלכער ער וואשט זיך שוין דערצו דרייסיג יאהר?
למעשה, היסטאריש אין רוזין זענען אלע זיהן געווארען רביס אין אנדערע געגנטער. ממילא קענען אלע זוהן עפענען אייגענע חצירות (כפי הצוואה, אן דעם נאמען סאדיגורא אדער רוזין), און זיי וועלען מצליח זיין לויט זייערע כשרונות און לויט וויפיעל כוחות זיי אינוועסטירן.
[ציטאט אראפגענומען]
האסטיך יעצט אויפגעוועקט? עס איז שוין געווען פיל גרעסער בושות פון די פני פון די חסידישע וועלט. די פראבלעם איז נישט וואס זיי טון, נאר דאס אז יעדער מוז עס פארטיידיגן. אנשטאטס א פאר שלעכטע מענטשן, ווערט א גאנצע ציבור שלעכט. דא וואס קיינער פארטיידיגט עס, איז עס סתם א מציאות, אז עס איז דא ערגעץ אין דער וועלט מענטשן וואס לעכצן נאך עפעס.
איינער שרייעט אז דאס איז ווי יעקב אבינו האט ליב געהאט יוספ'ל, און א צווייטער שרייעט אז דאס איז גענוי ווי אלטע פייגע זעצט זיך אויפ'ן בענקל און מאכט גערודער.
ירא העם וישפוט, וועמען זיי האבן ליב! גארנישט מער.
ס'דערמאנט מיך, ווען מ'האט געפרעגט א 'קלוגע' מענדעליסט, באלד נאכן הסתלקות פונעם ישועות משה, וואס האסטו געזען צו וועלען ר' מענדל איבער ישראל? האט ער געענטפערט א מיליאן דאלאר תשובה; ווייל מענדל האט מיך געלעקט!
@בעל דרשן איינער זאגט מיר אז זייט די צוואה איז סדיגורא איז ארויס, קען רבי חיים שלום נישט שלאפן ביינאכט, און מיט רעכט...
ס'שטומט פיין מיט דיין אויסברוך.
.
ישי שטיינמעץ ווי איז אזאנס געהערט געווארען אין א חסידיש חצר ? ווער מיינט זי אז זי איז ? א נארישע לאנדאנע מיידל ! ס'איז א אנבעליוועבעל חוצפה אין עזות !
אין פאר דעי וואס זענען אין שידוכים..... געבט ענק אכטונג פון לאנדאנע מיידלעך......
א ''זייטיגע'' הערה (אדער נישט): @ישי איך גלייך נישט צו מישן אין אזאליכע טעפ, אבער סהאט מיר געגריצלט צו הערן עפעס וואס איך האב אייביג געוויסט די היפך אז ענגלישע מוידן זענען גווענדליך פון גאר א גיטע קוואליטעט און זענען מער געלערנט האבן מער קלאס און טאקט, געטריישאפט, איידלקייט וכדו' פון די דארוכשניטליכע אמעריקאנער מיידל (איך האב צוגעקימענע בני משפחה פון דארט), איך וועל אייך דאנקבאר זיין אויב איר וועט אביסעלע מער עלאברירען.
די איינציגסטע אמעריקאנער מיידעל וואס איך קען איז מיין טאכטער, און זי איז א פיינע מיידעל, אבער נאך גאנץ יונג. די ענגלישע מיידלעך וואס איך קען זענען אויך גאנץ פיין, כולל מיין שוועסטערס, שוועגערינ'ס, ווייב און ווער נישט. אפשר צו מיר קלעבן זיך נאר פיינע מיידלעך.
אלזא, בין איך דא מוחה אויף דער מענדעליסטישע אויסברוך אויף ענגלישע מיידלעך. און אגב וויל איך דיר זאגן אז מיין מומעס געדענקן מרס מענדל הגר אין סעמינארי אין געיטסהעד. זי האט נישט מורא געהאט פאר די ענגלישע מיידלעך.
איינער מיט א ס"ה וויפיל משפחות רעדט מען דא? 100 200 ?
א איד איז אמאל געקומען צו זיין רבי'ן אז ער האט געהאט א מאדנע חלום. א זקן מופלג מיט א הדרת פנים איז געקומען צו אים און געזאגט אז ער מוז זיך דערקלערן אלס א רבי! ס'איז געקומען די צייט ער זאל זיך מגלה זיין און אנהייבן פראווען באדמורת.
זאגט אים דער רבי, אשריך וטוב לך. נישט יעדן טאג מאכט זיך אזא חלום. אבער אויב דו ווילסט ווערן רבי, דארפן די חסידים חלומ'ן אז דו ביסט רבי, נישט דו...
לעניננו? נישט נוגע. סתם זיך דערמאנט...
מפיל קינדזאגט אים דער רבי, אשריך וטוב לך. נישט יעדן טאג מאכט זיך אזא חלום. אבער אויב דו ווילסט ווערן רבי, דארפן די חסידים חלומ'ן אז דו ביסט רבי, נישט דו...
היינט איז עס טאקע שוין נישט נוגע, ווייל מ'קען שוין היינט באקומען פון טשיינע אלעס פאר שפאט ביליג - אויך חסידים...
ואיבעית אימא, געב א קוק ספינקא, ווי פון דעם געקליבענעם ציבור ביי ר' הערשעלע האט זיך צעוואקסן זיבן קהילות, מיט גבאים, מיט קעכערס, מיט דרייווערס, מיט הויז בחורים, מיט שטוב מוידען, מיט רב הצעיר'ס, מיט אב''ד ואבק ואבד''ק...
ס'דא גענוג פאר יעדעם.
בת קולהאט ער צוטיילט עפעס אין די צוואה פאר די אנדערע קינדער?
וועלכע נערמאלע טאטע געבט אלעס פאר איין קינד היינט צוטאגס?
לויט ווי איך פארשטיי איז אן ערסנטע שאלה אויב א צוואה פארמעקט די רעכטן פון א בכור.
שוין גארנישט א מחוצפת- די מאמע. זעהט אויס זי איז א קלוגע פרוי, וואס וויל עס זאל זיין שלום אין די משפחה.
ווער זאגט אז ער נישט געהאט נאך נכסים צו געבן פאר די איבריגע קינדער לויט די הלכה? אדמורו"ת איז נישט אלעס.
ליטוואק פון בודאפעסטוואס איז פונקט דא פארגעקומן, און וואס דער סאדיגערער רבי ז"ל האט געזאגט פאר זיין ווייב פריוואט ווייס איך נישט. איך וויל נאר מעורר זיין הלכה'דיג אז הגם אז געווענדליך מוזן קינדער ענדערש פאלגן די טאטע ווי די מאמע, ווייל אתה ואמך חייבים בכבודו, אבער דאס איז נאר ווען זי איז מחוייב בכבודו. וויבאלד יעצט מעג זי גיין חתונה האבן מיט א צווייטן (נאך חודשי הבחנה), מוז זי אים נישט מכבד זיין, און זיי זענען ביידער אייניג. זי מוז אים נישט מכבד זיין, און די קינדער מוזן נישט אויסוויילן די טאטע איבער די מאמע.
און להלכה מוזן די קינדער פאלגען די מאמע וייל כיבוד אם איז דוחה מצות לקיים דברי המת.
סאדיגורער רבי האט נישט דיסקוטירט מיט די רביצין...
סאדיגורער רבי האט פארגעסן א וויכטיגע פרט - און איז יעצט חוזק:
ער האט זעך נישט דורכגערעדט מיט די פרוי זייינע - און איר געהאלטן אין דאַרק. יעצט האט עא באצאלט א פרייז
עפ״י תורה האט די פרוי נישט אריינצורעדן.
עפ״י תורה באקומט די פרוי נישט קיין פרוטה פון די ירושה - חוץ די מאתיים מנה כתובה.
אבער עפ״י פראקטיק איז די מאמע באלעבאס, און זי טראגט די הויזן - בחיים חיותו און כש״כ לאחר פטירת האב.
סאדיגורער רבי האט געמאכט א פעסטע צוואה מיט כשרע עדות, בצלילות הדעת - און געמאכט זיכער צו שרייבן יעדע זאך און זיך גוט באווארנט מיט אלעם.
אבער, ער האט פארגעסן אז די רביצין האט אויך א ווארט, און זי וועט האקן אויפן טיש.
שטעלט זיך די שאלה:
האט ער טאקע נישט מיטגעטיילט מיט זיין רביצין איבער זיין מאנסטער פלאן אז ער פשוט שחט׳ן דעם בכור זיינעם לאחר פטירתו און אים שיקן ליפטערן?
האט ער איר פשוט געהאלטן אין פינסטער?
אוודאי איז די רביצין גערעכט. זי דארף א משפחה פאר זי דארף א רעביסטעווע!
דער גרויסער דזשענטלמאן מעיד עי ביג מיסטעיק!
דאס נישט ארייננעמען די פרוי און די פיקטשער, און איר קאנווינסן אז דאס איז די בעסטע שריט, און זי זאל עס ראטעפיצירן ווען ער לעבט - דאס האט צוגעברענגט צו דעם!
זייער גרינג צו דזשאדזשען יענעם, לויט ווי עס זעהט אויס איז זי געגאנגען די הויזן ביים לעבן אויך, ווי דער וועלט זאגט דער וואס האט דער מאה האט דער דעה, האט ער זי נישט געקענט זאגן ביים לעבן, ווייל זי וואלט אים געמאכט דאס גיהנם.
איין זאך וואס ער וואלט געקענט טוהן מער (ווען ער פרעגט מיר) איז מאכן א טעיפ ווי ער רעדט און איז מסביר פארוואס ער טוט דאס וכו' און ווי ער בעט איבער זיין עלטסטע וכו', דאס וואלט אים געגעבן מער בעלות בעולם הזה אפילו ווען ער איז שוין נישט דא.
הגם אין מיין אפיניען האט ער געגרייזט מיט דער גאנצע זאך, ווייל ער וואלט נישט געדארפט באבערען מיט דער אנגענומענע סיסטעם אז דער עלטסטע נעמט איבער. הגם טאמער וועלט דער עלטסטער געווען ממש א שטריק קען מען עס פארשטיין, אבער ווי עס זעהט אויס איז דער מציאות אז ער איז פשוט געגאנגען גאגא פאר דער יונגסטע, און ווען נישט פארדעם וואס דער אינגסטער איז אזא מלאך'ל וואלט דער רבי אויך מסכים געוועהן דער עלטסטער זאל זיין. א"כ איז דער העברה שלא ביושר מצד דער טאטע.
כלומר, מינוי שררה פאר דער קינד וואס איז דער מערסטע מוכשר ווערט דערמאנט, אבער דער מציאות איז אז רוב רבי'ס (אדער אפילו אלע) זענען שטריקעס און מען איז נישט מעביר פין דער שררה צוליב דעם.
אישתישבי אבער דער מציאות איז אז רוב רבי'ס (אדער אפילו אלע) זענען שטריקעס און מען איז נישט מעביר פין דער שררה צוליב דעם.
וועלכע בכורים זענען שטריקעס?
ר' אהרן פון קרית יואל איז ווייט פון א שטריק, א שיינער תלמוד חכם.
ר' ישראל פון בני ברק איז אפשר נישט קיין חכם אבער נישט קיין שטריק.
ר' ישראל האגער פון מאנסי איז אויך נישט קיין שטריק, קען פיין לערנען.
פאפא רב איז אויך אן ערליכע איד, ווייט פון א שטריק.
סקולענער רבי איז אויך נישט קיין שטריק.
איז רעדסטו פון איין רבי אין ב"פ וואס איז ניטאמאל קיין בכור?...
איש פשוטליטוואק פון בודאפעסטוואס איז פונקט דא פארגעקומן, און וואס דער סאדיגערער רבי ז"ל האט געזאגט פאר זיין ווייב פריוואט ווייס איך נישט. איך וויל נאר מעורר זיין הלכה'דיג אז הגם אז געווענדליך מוזן קינדער ענדערש פאלגן די טאטע ווי די מאמע, ווייל אתה ואמך חייבים בכבודו, אבער דאס איז נאר ווען זי איז מחוייב בכבודו. וויבאלד יעצט מעג זי גיין חתונה האבן מיט א צווייטן (נאך חודשי הבחנה), מוז זי אים נישט מכבד זיין, און זיי זענען ביידער אייניג. זי מוז אים נישט מכבד זיין, און די קינדער מוזן נישט אויסוויילן די טאטע איבער די מאמע.
און להלכה מוזן די קינדער פאלגען די מאמע וייל כיבוד אם איז דוחה מצות לקיים דברי המת.
ווער רעדט פון מצוה לקיים דברי המת? מ'רעדט פון כיבוד אב, וואס מכבדו במותו
איך טראכט פשוט פון דעם צער פון עלסטן קינד, זיין טאטע איז אוועק און מיט א שטארקייט איבערגעלאזט א צוואה, אז ער האלט נישט פון אים.
[quote="אישתישבי"הגם אין מיין אפיניען האט ער געגרייזט מיט דער גאנצע זאך, ווייל ער וואלט נישט געדארפט באבערען מיט דער אנגענומענע סיסטעם אז דער עלטסטע נעמט איבער. הגם טאמער וועלט דער עלטסטער געווען ממש א שטריק קען מען עס פארשטיין, אבער ווי עס זעהט אויס איז דער מציאות אז ער איז פשוט געגאנגען גאגא פאר דער יונגסטע, און ווען נישט פארדעם וואס דער אינגסטער איז אזא מלאך'ל וואלט דער רבי אויך מסכים געוועהן דער עלטסטער זאל זיין. א"כ איז דער העברה שלא ביושר מצד דער טאטע.
כלומר, מינוי שררה פאר דער קינד וואס איז דער מערסטע מוכשר ווערט דערמאנט, אבער דער מציאות איז אז רוב רבי'ס (אדער אפילו אלע) זענען שטריקעס און מען איז נישט מעביר פין דער שררה צוליב דעם.[/quote]
די ווינדער איז סך מער אפילו ער וואלט עס געגעבן פארן עלטסטן , האט ער נישט געזעהן די נייע אנגענומענע סיסטעם ווי אין וויזניץ און אין סקולען אז יעדער באקימט אייניג כדאי ס'זאל זיין שלום
[ציטאט אראפגענומען]
מכלל לאו אתה שומע הן
ליטוואק פון בודאפעסטאיש פשוטליטוואק פון בודאפעסטוואס איז פונקט דא פארגעקומן, און וואס דער סאדיגערער רבי ז"ל האט געזאגט פאר זיין ווייב פריוואט ווייס איך נישט. איך וויל נאר מעורר זיין הלכה'דיג אז הגם אז געווענדליך מוזן קינדער ענדערש פאלגן די טאטע ווי די מאמע, ווייל אתה ואמך חייבים בכבודו, אבער דאס איז נאר ווען זי איז מחוייב בכבודו. וויבאלד יעצט מעג זי גיין חתונה האבן מיט א צווייטן (נאך חודשי הבחנה), מוז זי אים נישט מכבד זיין, און זיי זענען ביידער אייניג. זי מוז אים נישט מכבד זיין, און די קינדער מוזן נישט אויסוויילן די טאטע איבער די מאמע.
און להלכה מוזן די קינדער פאלגען די מאמע וייל כיבוד אם איז דוחה מצות לקיים דברי המת.
ווער רעדט פון מצוה לקיים דברי המת? מ'רעדט פון כיבוד אב, וואס מכבדו במותו
ס׳איז גניבה וגזילה פון שיעלע.
ס׳אז פונקט ווי מ׳נעמט ארויס א מאה אלף פון זיין באנק קאנטע.
ס׳איז אלעס זיינס מן התורה - בלי שום פקפוק.
חוץ אויב ער געט עס אוועק און איז עס מקנה לאחיו.
נישט ממש.
געלט וויל קיינער אויפגעבן.
נישט יעדער איז אינטערעסירט אין די אחריות פון א רביסטעווע ביי די 24.
בת קולאיך טראכט פשוט פון דעם צער פון עלסטן קינד, זיין טאטע איז אוועק און מיט א שטארקייט איבערגעלאזט א צוואה, אז ער האלט נישט פון אים.
זיין טאטע האלט נישט פון אים?, ס''ה זאגט ער אז ער איז נישט געמאכט צו זיין א רבי על אף ער הייסט פרידמאן. זיין טאטע האט אבער שטארק געהאלטן פון אים, פינקט ווי א געווענטליכע טאטע האלט פון זיין פשוטן זון.
במדברישי שטיינמעץ ווי איז אזאנס געהערט געווארען אין א חסידיש חצר ? ווער מיינט זי אז זי איז ? א נארישע לאנדאנע מיידל ! ס'איז א אנבעליוועבעל חוצפה אין עזות !
אין פאר דעי וואס זענען אין שידוכים..... געבט ענק אכטונג פון לאנדאנע מיידלעך......
א ''זייטיגע'' הערה (אדער נישט): @ישי איך גלייך נישט צו מישן אין אזאליכע טעפ, אבער סהאט מיר געגריצלט צו הערן עפעס וואס איך האב אייביג געוויסט די היפך אז ענגלישע מוידן זענען גווענדליך פון גאר א גיטע קוואליטעט און זענען מער געלערנט האבן מער קלאס און טאקט, געטריישאפט, איידלקייט וכדו' פון די דארוכשניטליכע אמעריקאנער מיידל (איך האב צוגעקימענע בני משפחה פון דארט), איך וועל אייך דאנקבאר זיין אויב איר וועט אביסעלע מער עלאברירען.
סארי.....
כ'האב נישט געמיינט אוועקצימאכען "לאנדאנע מיידלעך".... ס'האט זיך סתם אזוי געשריבען אין די היץ פון די מצב.....
איך בעט איבער די לאנדאנע מיידלעך.....
בת קולנישט ממש.
געלט וויל קיינער אויפגעבן.
נישט יעדער איז אינטערעסירט אין די אחריות פון א רביסטעווע ביי די 24.
אזוי האב איך אמאל געמיינט....
מפיל קינדאישתישבי אבער דער מציאות איז אז רוב רבי'ס (אדער אפילו אלע) זענען שטריקעס און מען איז נישט מעביר פין דער שררה צוליב דעם.
וועלכע בכורים זענען שטריקעס?
ר' אהרן פון קרית יואל איז ווייט פון א שטריק, א שיינער תלמוד חכם.
ר' ישראל פון בני ברק איז אפשר נישט קיין חכם אבער נישט קיין שטריק.
ר' ישראל האגער פון מאנסי איז אויך נישט קיין שטריק, קען פיין לערנען.
פאפא רב איז אויך אן ערליכע איד, ווייט פון א שטריק.
סקולענער רבי איז אויך נישט קיין שטריק.
איז רעדסטו פון איין רבי אין ב"פ וואס איז ניטאמאל קיין בכור?...
זיי זענען אלע שטריקעס, ווען אלע פין זיי קומען פין געווענליכע שטובער וואלסטו נישט געחלומט זיין צו פרעגן וועלכע נאמען צו געבן, אדער סיי וועלכע אדיעטישע שאלה עס איז אנגענומען אז מען דארף פרעגן א רבי.
תשבי האט פארגעסן אז חכם עדיף מתשבי. וויאזוי קענסטו זאגן אלע רבי'ס זענען שטריקעס אן קיין אויסנאם, און טאשער רבי און סקולענער רבי און זלוטשובער רבי און ריבניצע רבי און קאסובע רבי און נאך און נאך וואס דו האלסט [מסתמא] אויך אז זיי זענען עפעס באזונדער?
חכמים הזהרו בדבריכם, ווייל אויב נישט חכמה ביים שרייבן, וואס דען?
און אויב האלטסטו אז אלע דערמאנטע זענען אויכעט שטריקעס, לא שבקת חיי לכל בריה... און חלילה ביז ארויף
[ציטאט אראפגענומען]
איך וואלט עס מסביר געווען אזוי; אז אויב ער געבט דעם בכור ירושלים, נאר זיין הויף איז פאר ר' יושעלע, האט ער געגעבן עפעס מער פאר ר' יושעלע און נישט אוועקגעמאכט לחלוטין זיינע איבריגע קינדער, אבער יעצט זענען זיי לפי צוואתו ממש איבריג שב'איבריג'. א סאדיגערע שוואנץ וויל מקיים זיין די צוואה וועט ער מאכן זיכער אז די איבריגע שפירן גוט אז זיי זענען גארנישט.
בת קולאיך טראכט פשוט פון דעם צער פון עלסטן קינד, זיין טאטע איז אוועק און מיט א שטארקייט איבערגעלאזט א צוואה, אז ער האלט נישט פון אים.
ווען ס'קומט צו שטעלען א מנהיג איז די ערשטע אינטערס נישט צו א קינד וועט זיך באליידיגען אדער נישט !!!
די ערשטע אין וויכטיגסטע אינטערעס איז [אדער דארף זיין] וואס איז בעסער פאר די המון עם וואס ער גייט זיין פאר זיי א מנהיג,
ס'איז די אינטערעסע פון א "כלל" !
דאס אז איינער "וויל" זיין א רבי איז בכלל נישט קיין שיקול ווען א ערענסטע מענטש איז שוקל וועגען א מנהיג פאר א כלל,
(אפילו פארקערט..... ווען איינער וויל אזוי שטארק זיין א רבי... איז עס זייער א שטארקע סיבה פאר טובת הכלל ער זאל נישט זיין.....)
טאמער האט די טאטע געהאלטען אז די פיפטע קינג איז די מערסטע ראוי, איז דאס אז עלטערע ברודער וועט זיך באליידיגען בכלל נישט קיין טענה, מען נאמינירט נישט קיין מנהיג פאר א סיבה אז טאמער נישט וועט ער זיך באליידיגען...... וואס פארא סארט טענה איז דאס בכלל ??????
לויט באריכטען האט די סדיגורער רבי ז"ל זייער ערענסט גענומען דעי דעסיזשען, ער האט זיך פארדעם דורכגרעדט מיט אנדערע ערענסטע מענטשען אין ער האט געמאכט א קלארע החלטה וואס ער האט געהאלטען איז טובת הכלל,
אנדערע האבען געשריבען אז די רביצען וויל נישט קיין מחלוקת אין די פעמילי..... אויך א נישט ריכטיגע טענה, פאר צוויי סיבות, איינס, טאמער זי וויל נישט קיין מחלוקת זאל זי זאגען פאר אירע קינדער אז זיי זאלען נישט מאכען קיין מחלוקת..... סארא סארט טענה איז דאס ?...... אין אנדערע ווערטער זאגען זיי אזוי ..... אז טאמער מען וועט זיי נישט פאלגען דעמאלץ וועלען זיי אנדרייען א מחלוקת..... פארשטייסט א מעשה.... זאלען זיי זיך מתגבר זיין אויף די מידות, און אננעמען זייער טאטע'ס/מאן'ס צוואה !
זאלען זיי מקיים זיין וואס זיי פרעדיגען פאר אנדערע !!!!!!
דאס איז איינס !
צווייטענס די זעלבע וואס כ'האב פריער געשריבען, אז די וויכטיגסטע שיקול איז נישט יא אדער נישט מחלוקת אין די פעמילי, די וויכטיגסטע שיקול איז וואס איז די בעסטע פאר'ן כלל, אין פריוואטע שיקולים אז איינער וואס וויל זייער שטארק זיין א רבי גייט זיך באליידיגען איז קיין שום סיבה צו מאכען ערגער פאר'ן כלל !!! זייער סימפל !!
לאמיר האפען אז ס'וועט טאקע זיין שלום ושלוה, אין אז די גאנצע סאדיגורער משפחה זאל אננעמען די קלארע רצון פון זייער טאטע און סטאפען פארפירען, ושלום על ישראל !
מיינונגזאגער
פון א מענדעליסט:
דער ארטיקל האט זיך ארום געדרייט און איז צוריק אהער אנגעקומען מיטען קעפל "פון א מענדעליסט",
שומו שמיים !
כ'האב מיט מנדליסט גארנישט ..... אין בכלל מיט וויזשניץ....
מ'זאל אפגעהיטען ווערען.....
בכלל "מענדליסטען" איז בכלל נישט א חסידות, נאר א משוגענע קולט במלא מובן המילה,
ישי שטיינמעץמיינונגזאגער
פון א מענדעליסט:
דער ארטיקל האט זיך ארום געדרייט און איז צוריק אהער אנגעקומען מיטען קעפל "פון א מענדעליסט",
שומו שמיים !
כ'האב מיט מנדליסט גארנישט ..... אין בכלל מיט וויזשניץ....
מ'זאל אפגעהיטען ווערען.....
בכלל "מענדליסטען" איז בכלל נישט א חסידות, נאר א משוגענע קולט במלא מובן המילה,
וואס איז יא א חסידות?
Re: די שרעקליכע חוצפה פון די סאדיגורא רעביצין !
בוטן
וואס איז יא א חסידות?
א חסידות איז דארט ווי א רבי דינט זיינע מענטשן און נישט פארקערט, ווי די גמרא זאגט אין הוריות דף י'
יהודי פשוטבוטן
וואס איז יא א חסידות?
א חסידות איז דארט ווי א רבי דינט זיינע מענטשן און נישט פארקערט, ווי די גמרא זאגט אין הוריות דף י'
אזוי זאגסטו, און האסט נאך דיינע בבלי מקורות אויכעט... אבער אונז האט מען אנדערש געלערנט
בוטן
אזוי זאגסטו, און האסט נאך דיינע בבלי מקורות אויכעט... אבער אונז האט מען אנדערש געלערנט
איך ווייס אז ביי ענק האט מען אנדערש געלערנט, און דאס איז טאקע די בראך! אז חז"ל (אדער ווי די רופסט עס בלשון גנאי "בבלי") האבן אונז געלערנט איין זאך, אבער ענק האט מען געלערנט עפעס אנדערש...
יהודי פשוטבוטן
אזוי זאגסטו, און האסט נאך דיינע בבלי מקורות אויכעט... אבער אונז האט מען אנדערש געלערנט
איך ווייס אז ביי ענק האט מען אנדערש געלערנט, און דאס איז טאקע די בראך! אז חז"ל (אדער ווי די רופסט עס בלשון גנאי "בבלי") האבן אונז געלערנט איין זאך, אבער ענק האט מען געלערנט עפעס אנדערש...
אויב דער בעל שם הק' האט מחדש געווען די דרך החסידות, האט עס נישט געדארפט שטימען מיט די גמרא אין הוריות, און טאקע וואס דו זאגסט, זעט מען פונקט די פארקערטע ביי אלע חסידות'ער וואס האבן זיך געהאדעוועט אינעם וויגעלע פון חסידות - אוקריינא.
רוזין, סטאלין, סלאנים, חב''ד, טשערנאביל, סאווראן, בערשאד, זינקוב, סלאוויטא, קארלין ענד יו נעים איט.
א רבי האט לפי חסידות המקורי נישט געמיינט א רב א ראש ישיבה, א ראש החברה צו א משפיע צו א ערוועלטער פונעם קהל. א רבי איז געווען א מושל וואס האט געהאט זיינע אנהעגער ביים נשמה. קען זיין דו האסט עס נישט ליב צו הערן, אבער דאס איז די מציאות.
אוודאי אזוי, דער בעש"ט איז געווען די הויפט רב פון אוקראינה און מושל געווען ביד רמה, ארויסגעגעבן תקנות, און ווער ס'האט נישט געפאלגט איז מען דערגאנגען די יארן. דער מעזריטשער מגיד האט געהאט צענדליגער מוסדות וואו מ'האט געברענידעמעדשט טויזענטער קינדער אז ער איז גאט אליינס. דער גר"א פון דער אנדערער זייט אין געווען אן וואוילע אידל וואס איז געווען פארנומען זיך מתבודד זיין אין די וועלדער פון ליטא, ארומגעפארן פון שטאט צו שטאט מחזק זיין אידן, טאקע דערפאר האט ער נישט געקענט ליידן די חסידים.
אז מ'לערנט נישט קיין היסטאריע קען מען נישט.
פאקט נומער איינס - כאסידעס איז אמת, פערטיג.
יעצט, ווען מיר זען אז כאסידעס שטימט נישט מיט דער בבלי (בלשון חבה, אדער זלזול), דארף מען פטור ווערן פון דער בבלי אמשנעלסטענס. וכך הווה.
#פעטיציע_אלערט
בוטןיהודי פשוטבוטן
וואס איז יא א חסידות?
א חסידות איז דארט ווי א רבי דינט זיינע מענטשן און נישט פארקערט, ווי די גמרא זאגט אין הוריות דף י'
אזוי זאגסטו, און האסט נאך דיינע בבלי מקורות אויכעט... אבער אונז האט מען אנדערש געלערנט
טאקע א בראך.
מיר זענען נעבעך אפגעפליקטע מענטשן מיט בבלי מקורות.
אשריכם סקווערע שווענץ וואס דארפן נישט קיין בבלי, דער ספר מאור עינים איז פונקט גוט.
אין בבלי געפונט מען נישט קיין היתר צו פארברענען מענטשן וואס דאווענען אין א צווייטן מנין, דארף מען טאקע פטור ווערן פון די שרעקליכע "בבלי מקורות".
ביי ענק האט מען טאקע אנדערש געלערנט.
בוטןיהודי פשוטבוטן
אזוי זאגסטו, און האסט נאך דיינע בבלי מקורות אויכעט... אבער אונז האט מען אנדערש געלערנט
איך ווייס אז ביי ענק האט מען אנדערש געלערנט, און דאס איז טאקע די בראך! אז חז"ל (אדער ווי די רופסט עס בלשון גנאי "בבלי") האבן אונז געלערנט איין זאך, אבער ענק האט מען געלערנט עפעס אנדערש...
אויב דער בעל שם הק' האט מחדש געווען די דרך החסידות, האט עס נישט געדארפט שטימען מיט די גמרא אין הוריות, און טאקע וואס דו זאגסט, זעט מען פונקט די פארקערטע ביי אלע חסידות'ער וואס האבן זיך געהאדעוועט אינעם וויגעלע פון חסידות - אוקריינא.
רוזין, סטאלין, סלאנים, חב''ד, טשערנאביל, סאווראן, בערשאד, זינקוב, סלאוויטא, קארלין ענד יו נעים איט.
א רבי האט לפי חסידות המקורי נישט געמיינט א רב א ראש ישיבה, א ראש החברה צו א משפיע צו א ערוועלטער פונעם קהל. א רבי איז געווען א מושל וואס האט געהאט זיינע אנהעגער ביים נשמה. קען זיין דו האסט עס נישט ליב צו הערן, אבער דאס איז די מציאות.
אריין געסיינט בלויז זיך אנצונעמען פאר'ן בעש"ט. אזאנע שקרים ושקרי שקרים צו שרייבן?!
ארי נוהםבוטןיהודי פשוטבוטן
וואס איז יא א חסידות?
א חסידות איז דארט ווי א רבי דינט זיינע מענטשן און נישט פארקערט, ווי די גמרא זאגט אין הוריות דף י'
אזוי זאגסטו, און האסט נאך דיינע בבלי מקורות אויכעט... אבער אונז האט מען אנדערש געלערנט
טאקע א בראך.
מיר זענען נעבעך אפגעפליקטע מענטשן מיט בבלי מקורות.
אשריכם סקווערע שווענץ וואס דארפן נישט קיין בבלי, דער ספר מאור עינים איז פונקט גוט.
אין בבלי געפונט מען נישט קיין היתר צו פארברענען מענטשן וואס דאווענען אין א צווייטן מנין, דארף מען טאקע פטור ווערן פון די שרעקליכע "בבלי מקורות".
ביי ענק האט מען טאקע אנדערש געלערנט.
או כלך לדרך זה. דאס איז איין מאל זיכער אז מאור עינים איז גערעכט. טאמער אין בבלי שטייט אנדערש, מוז דאך זיין אז דער בבלי איז נישט גערעכט, אדער אז מיר דארפן לערנן אנדערש פשט אין בבלי. און אויב מ'טוט עפעס אין אן ארט ווי עס האט געטרעטען איינער מיט ענליכע דזשיענס צו דער מאור עינים, מוז עס דאך זיין גערעכט, און דער בבלי מוז האבן אן אנדערע פשט.
#not_my_religion
די יסוד פון אמונת צדיקים בויעט זיך אויף ויאמינו בה' ומשה עבדו
וכיון דאיתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא, ממילא ברויך אויך יעצט האבן אמונת צדיקים. גערעכט?
אבער ביי משה רבינו שטייט איין זאך, ראו! לא שררה אני נותן לכם אלא עבדות!
עטס וועט זיין פארשקלאפט פאר כלל ישראל!
וועלן זיי אנחזר'ן דעם רעקארד, זאלט עטס וויינען פאר זיי!
וועלן זיי ענק קראנק מאכן פאר עסן זאלט עטס זיי פארטרעטן!
שטא קיין מדריגות, קיין יחודים, נאר כאשר ישא האומן את היונק