☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » פארוואס נישט קיין "רוזינער רבי"?

פארוואס נישט קיין "רוזינער רבי"?

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14113

צפור בודד » זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:00 pm

· #456555
פארוואס נישט קיין "רוזינער רבי"?
ווי דער וועלט רודערט איבער דער ירושה אין סאדיגורא, איז צו באמערקן אז ס'איז נישטא קיין רוזינער רבי. אפילו אז ביים ערשטער דור זענען אלע געווען באזארגט מיט א קרעמל, איז דא א סיבה אז מיט די יארן האט קיינער נישט גענומען דער קרוין פון רוזין?

אפשר איז יא דא אדער געווען און איך האב פון אים נישט געהערט. אויב אזוי בין איך שוין מקבל נזיפה...

כרם זית » זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:43 pm

· #456565
אויבנאויף טראכט איך צוויי טעמים:
א] דער רוזינער איז נישט נפטר געווארן אין רוזין נאר אין סאדיגור.
ב] דאן איז נאכנישט געווען די סטיל פון זיך א נאמען געבען די חסידות. האסטו געוואוינט אין רוזין ביזטו רוזינע רבי, אפילו דו שטאמסט פון צאנז, און אויב נישט האט מען זיך געריפן אויף די שטאט ווי מהאט זיך געפינען.

אישתישבי » זונטאג אוגוסט 16, 2020 11:03 pm

· #456573
די זאגסט גוט, הגם אין רוסלאנד האט זיך עס אנגעהויבן פריער, צ.ב.ש. דער קארלינער גזע, אדער ליבאוויטש וועלכע האבן זיך אנגעהויבן פרי.

אבער בעיקר ביי די ריזינער קינדער איז געוועהן איינגעפירט אז אלע קינדער און אייניקלעך ווערען רבי'ס, און די חסידים זענען געוועהן פארפליכטעט צו גיין צו אלע רבי'ס ווען זיי זענען אדורך געפארן, און די רבי'ס האבן נישט געטארט וואוינען איינער אין די געגענט פין די אנדערע, און מען האט איינגעטיילט געגענטער פאר אלע קינדער ווי זיי מעגן וואוינען. דאס אלעס איז מבואר באר היטב אין דער ביכל דער צאנזער צדיק. ווי אויך טרעפט מען אין בריוו פין פארצייטישע ריזינער חסידים ווי זיי רעדן וועגן דער קדוש פין דעם שטעטעלע אדער יענער שטעטעלע, כלומר, מען האט גערופן יעדער קדוש'ל אויף דער נאמען פון זיין געגענט.

אבער אפילו אמאהל טרעפט מען שוין ענדליך, דער יעב"ץ האט זיך גערופען מ'עמדין ווייל ער האט געוואוינט אין עמדין אפאר יאר און אויף דעם איז געבליבן זיין נאמען עד היום, כאטש אין עמדין האט ער כמעט נישט געמאכט קיין גערודער.

בוטן » זונטאג אוגוסט 16, 2020 11:09 pm

· #456575
איז דען דא כללים אין די אמאליגע גערופענע נעמען?
אזוי סאך צדיקים ליגן ניטאמאל אינעם שטאט אויף וואס זיי הייסן.
און אגב, דער עמדין איז אפי' נישט געווען קיין אפציעלער פוסק הלכה בימיו, און לכאורה ווי מ'איז באוואוסט געווארן, אזוי האט מען יענעם גערופן.

אישתישבי » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 5:50 am

· #456592
שש, גיי צוריק שלאפן.

מפיל קינד » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 3:04 pm

· #456670
דער נאמען רוזין איז צו הייליג, פונקט ווי צאנז, אז איינער זאל זיך וואגן עס צו נוצן.

לעצטנס האט איינער געעפנט א שול אין לעיקוואוד מיטן נאמען "רוזין", ער הייסט שארף, א נעפיו פון אלטן סאדיגורער, אבער די משפחה איז געווען זייער בייז דערויף.

איך האב פונקט נעכטן געטראכט, אז דער עלטסטער זון קען זיך עפענען אן אייגן חסידות "רוזין", און דער אנדערע זון "פשעמישל", וכדו'.

מנחם ציון » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 6:03 pm

· #456702
ר' אברהם יעקב פון סאדיגורא איז געווען דער צווייטער זוהן פונעם רוזינער, ער האט איבערגענומען נאך וואס זיין ברודער ר' שלום יוסף איז אוועק ווייניגער ווי א יאר נאך זייער טאטנ'ס פטירה.
ר' אברהם איז אנגענומען דער אפיציעלער ממשיך פון דער רוזינער, לפי זה איז סאדיגורא טאקע די אפיציעלער רוזין

מפיל קינד » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 2:11 pm

· #456801
מפיל קינד

איך האב פונקט נעכטן געטראכט, אז דער עלטסטער זון קען זיך עפענען אן אייגן חסידות "רוזין", און דער אנדערע זון "פשעמישל", וכדו'.

עלטסטע זון רופט זיך טאקע האדמו"ר מסאדיגורא פשעמישל.

בוטן » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 3:04 pm

· #456813
להכעיס וועט לכאורה דער עלצטער האבן א שיינעם עולם

יהודי פשוט » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 3:48 pm

· #456819
Re: פארוואס נישט קיין "רוזינער רבי"?
בוטן
להכעיס וועט לכאורה דער עלצטער האבן א שיינעם עולם
אזוי שטארק האסטו מורא אז ר' יעקב יוסף וועט האבן א גרעסערע עולם ווי ר' אהרן מענדי??

עמון » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 6:40 pm

· #456846
בוטן
להכעיס וועט לכאורה דער עלצטער האבן א שיינעם עולם

ס'איז היינט פארגעקומען דארט פעטש, ווען די חסידים פון רבי מש''י שליט''א האבן גרופירט ארום עהם אינעם סאדיגערער שול, און ס'האט געצייגט אז ס'איז נישט גלאטיג אז אלעס גייט צום צוואה רבי, נאר א טייל עולם איז מקבל מרות פונעם עלצטן זאל מאריך ימים זיין.

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 1:28 am

· #457057
עמון
בוטן
להכעיס וועט לכאורה דער עלצטער האבן א שיינעם עולם

ס'איז היינט פארגעקומען דארט פעטש, ווען די חסידים פון רבי מש''י שליט''א האבן גרופירט ארום עהם אינעם סאדיגערער שול, און ס'האט געצייגט אז ס'איז נישט גלאטיג אז אלעס גייט צום צוואה רבי, נאר א טייל עולם איז מקבל מרות פונעם עלצטן זאל מאריך ימים זיין.


פון וואו נעמסטו די שטותים, לא דובים ולא יער.

פעדרא » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 8:48 pm

· #541258
Re: פארוואס נישט קיין
ס'האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט א בוידעם. נישט קיין עולם נישט קיין גולם ער איז ביטער אויסגעשפילט...

סתם אונטרעסאנט געווען צו ליינען א שפעקילאציא פון אפאר יאר צוריק און ווי סאט זעך למעשה אויסגעארבעט

עמרם » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 8:52 pm

· #541264
Re: פארוואס נישט קיין
פעדרא #
ס'האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט א בוידעם. נישט קיין עולם נישט קיין גולם ער איז ביטער אויסגעשפילט...

סתם אונטרעסאנט געווען צו ליינען א שפעקילאציא פון אפאר יאר צוריק און ווי סאט זעך למעשה אויסגעארבעט
האט טאקע נישט די סאדיגורא חסידים
אבער איז א רבי
ווערט יעדע וואך געדעקט אין די בילדער צייטונגען
רבי'ס גייען אויף באזוכן וכו'