מאן דאמרמנחם ציון, אין וויליאמסבורג איז לעצטענס געוועזן היסטאריע, די ערשטע מאל און אכט און צוואנציק יאר וואס מען האט אויפגענומען אין דעים שטאט א רב, די אלע רבנים פון דער וויען׳ער רב ביזן נייטרא׳ער, האבן זיך אליין אויפגענומען, און על פי רוב האבן זיי אלע פון א מנין ביז אפאר הונדערט מענטשן, ביז אפילו טויזענטער, וואס שטיצן, שוויצן און טריצן זיי / פאר זיי, און קיינער האט נישט קיין פראבלעים מיט זעלבסט געקרוינעריי, עסקנים זענען נישט אנדערש, די עסקנים כאטשיק מוזן עפעס קענען, און בדרך כלל זענען כלל טוער טויגליכע מענטשן.
פילייכט יעצט אז מ׳האט ערוועלט א רב, קען מען פראבירן צו מאכן וואלן פאר עסקנים, אבער איך זעה נישט וויאזוי ציטיילן די שטימען צווישן די שטארק פרומע און די ווייניגער פרומע זאל זיין א גוטע זאך, ווייל אם כן אין לדבר סוף, צווישן די שטארק פרומע אליין איז דא עטליכע שיכטן, און צווישן די ווייניגער פרומע איז די זעלבע, און מיינע אויגן איז דא גענוג צד השווה (בּיִבּער און שׁטאָפענע זענען סוף כל סוף ביידע היטן) און די כח פון א געמיינדע קען זיין זייער א גוטע זאך
דאס וואס דו זאגסט אז עס איז דא בערג מיט טענות, ס׳וואלט אפשר געוועזן כדי דאס אויסצושמועסן ווי איידער סותם צו זיין, ווי אויך איז כדי צו אינזין האבן אז אויף א פירער וועט מען אלץ האבן טענות
אמת די עסקנים זענען אין רוב געלונגענע מענטשן, און איך פערזענליך האב נישט קיין טענות אויף זיי.
מיין נקודה איז נאר, אז מאנכע שפירן זיך אויסגענוצט פון עסקנים, וועמען "זיי" באטראכטן אלס זעלבסט דערקלערטע מושלים על הציבור.
דאס צו פארעכטן, איז די עצה אז מענטשן זאלן זיך אנשליסן מרצונם הטוב אין א יוניאן, וואס דעקט זייערע אינטערעסן. און עס מוז נישט דווקא זיין "קהילות געשניטן", (אויב די מוסדות וועלן סטראשען צו ווארפן די קינדער קען מען מאכן אז די מעמבערס זאלן זיין קאנפידענשל...)דהיינו מענטשן פון סיי וועלכע קרייז, וואס האבן א געמיינזאמע מיינונג איבער זאכן, זענען אין דעם יוניאן.
מענטשן מיט מער רעכט גענויגטע מיינונגען, זענען אין יוניאן "איחוד ימין מקרבת". מער ליבעראלע דענקער, זענען אין "איחוד משמאלי גבריאל".
די יוניאנס קענען פארטרעטן מאסן פון סיי וועלכע חסידות, בעקראונד, און וואס נישט. הצד השוה שבהן - פון די מעמבער - איז אז זיי טיילן די זעלבע אנשויאונגען צו אישוס, און ווילן זעהן זאכן אין די און די וועג.
יעצט נאכן זיך אנשליסן אין א יוניאן, צו דורך צאלן מעמבערשיפ, צו סתם אזוי זיך מחייב זיין צו גיידליינס פון די יוניאן, וועלט מען אריין יוניאן פארטרעטערס פאר א טערמין, אין די פארטרעטערס רעכענען זיך מיט די יוניאן מעמבערס.
ווען עס קומט צו אן עלעקשאן, אינדורסירן זיי די קאנדידאט וואס וועט אמבעסטן זיך רעכענען מיט די יוניאן'ס געברויכן.
און ניין, מען מוז נישט יעדע עלעקשאן זאגן צו וואוטן פאר א', ווייל די "צד שכנגד" הייסט וואוטן פאר ב'... אויב אין פאקט קומט אויס אז א קאנדידאט דינט די אינטערעסן פון צוויי (צו מערערע) יוניאנס, איז נישט קיין שום בושה צו זאגן אז יוניאנס בלוי, רויט, אין ווייס, הייסט גיין וואוטן פאר א', און גרין, געל, און פינק, וואוט יעצט פאר ב'.
דאס וועט הייבן די טורנאוטס פאר עלעקשאנס, ווייל יעדער וועט פילן אז מען פארטרעט זיינע רעכטן און פארלאנגען, און ער איז נישט סתם עפעס א חומר ביד היוצר.
און אויב מאיזה סיבה נאך אן עלעקשאן ווערט מען געוואר אז מען איז סתם פארפירט געווארן דורך די יוניאן פירער, קיין פראבלעם... ביים נעקסטן טערמין זרק'ט מען זיי ארויס, און מען נעמט אויף פרישע יושר'דיגע פארטרעטערס.
(הארכתי בדברים פשוטים וידועים מאד, דעס גייט פאר אין יעדע פלאץ אין אמעריקע, נאר סאם האו איז דאס אומבאקאנט ביינונז)
דאס וואס די פרעגסט וועגן בערג מיט טענות, איך פערזענליך האב נישט קיין טענות אבער ס'דא וואס האבן יא, וידועים הם, שפיטעלער, קעמפס, ועוד ועוד