☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » יוסי געשטענער, הער אויף!! הער אויף!!

יוסי געשטענער, הער אויף!! הער אויף!!

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13513

calculator » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 8:32 pm

· #440517
יוסי געשטענער, הער אויף!! הער אויף!!
יוסי, איך בעט בשם יעדן בר דעת דא אין מאנסי, הער דיך אויף צו רייצן מיט די גוים, אונז האבן שוין גענוג פון דעם צודרייטן @אהרן ווידער וואס צוליב זיינע אינעטערסע ער זאל נישט פארלירן זיינע וואוטס פארמערט ער שנאת ישראל דא אין מאנסי מיטן זיך רייצן מיט די באאמטע. (קען זיין די פלאנסט אויך צו לויפן פאר א פאזיציע) רעד'ס ענק נישט אן ווייל עס איז דא געזעץ פון פרידדאם אויף רעליגיא וועסטו קענען ארויסנעמען פון די גוים אנעטיסעמיט'זן. יא, וועסט אייביג קענען שרייען און פארפירן אבער פאקט איז אין זייערע הארץ רייצ'סטו זיי מער אויף. ווילסט א טובה טוען פאר אונזער קאממיונעטי, זיץ אן, און זעה די אידן זאלן זיין ווי ווייניגער אין די מיילער פון אונזער פיינט. איך בעט דיך פאר מיין לעבן און פאר די לעבן פון מיינע קינדער און פאר די לעבן פון מיינע שכנים הער אויף, הער אויף!! פארקויף'טס נישט אונזער לעבן צוליב ענקערע פאליטישע חשבונות.

איסר האטלקי » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 8:41 pm

· #440518
יאסי, מיר פארשטייען דיין ווייטאג און דיין געשריי קומט פון גאנץ כלל ישראל. מיר דארפן דיר האבן און שרעק דיך נישט פון אפאר מקוה זיצער און קאווע טרונקער.

לך בכוחך זה והושע את ישראל.

calculator » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 8:49 pm

· #440519
איסר האטלקי
יאסי, מיר פארשטייען דיין ווייטאג און דיין געשריי קומט פון גאנץ כלל ישראל. מיר דארפן דיר האבן און שרעק דיך נישט פון אפאר מקוה זיצער און קאווע טרונקער.

לך בכוחך זה והושע את ישראל.

מיר זעהן טאקע, זינט ער מיט אהרן ווידער מאכן נויז דא אין מאנסי, האט מען אונז זייער ליב.

ליב צו וויסן » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 9:31 pm

· #440521
calculator
יוסי, איך בעט בשם יעדן בר דעת דא אין מאנסי, הער דיך אויף צו רייצן מיט די גוים, אונז האבן שוין גענוג פון דעם צודרייטן @אהרן ווידער וואס צוליב זיינע אינעטערסע ער זאל נישט פארלירן זיינע וואוטס פארמערט ער שנאת ישראל דא אין מאנסי מיטן זיך רייצן מיט די באאמטע. (קען זיין די פלאנסט אויך צו לויפן פאר א פאזיציע) רעד'ס ענק נישט אן ווייל עס איז דא געזעץ פון פרידדאם אויף רעליגיא וועסטו קענען ארויסנעמען פון די גוים אנעטיסעמיט'זן. יא, וועסט אייביג קענען שרייען און פארפירן אבער פאקט איז אין זייערע הארץ רייצ'סטו זיי מער אויף. ווילסט א טובה טוען פאר אונזער קאממיונעטי, זיץ אן, און זעה די אידן זאלן זיין ווי ווייניגער אין די מיילער פון אונזער פיינט. איך בעט דיך פאר מיין לעבן און פאר די לעבן פון מיינע קינדער און פאר די לעבן פון מיינע שכנים הער אויף, הער אויף!! פארקויף'טס נישט אונזער לעבן צוליב ענקערע פאליטישע חשבונות.

קענסט דיך אפשר מסביר זיין? וואס פונקטליך שטערט ער דיר?

ליב צו וויסן » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 9:40 pm

· #440522
יוסי, דו האסט שוין גאר אסאך אויפגעטוען דורך OJ PAC!! איך פערזענליך האב געטוישט "מיין" בליק אויף אונדזער קאמיוניטי נאכן דורך ליינען דיינע ארטיקלען (פראפערטי טעקס, סקול קאסט וכו), און האב שוין פערזענליך געהערט פון נישט היימישע שטארק פאזיטיווע ווערטער אויף דיין ארבעט.
חזק ואמץ!!

ליב צו וויסן » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 9:44 pm

· #440523
calculator
איסר האטלקי
יאסי, מיר פארשטייען דיין ווייטאג און דיין געשריי קומט פון גאנץ כלל ישראל. מיר דארפן דיר האבן און שרעק דיך נישט פון אפאר מקוה זיצער און קאווע טרונקער.

לך בכוחך זה והושע את ישראל.

מיר זעהן טאקע, זינט ער מיט אהרן ווידער מאכן נויז דא אין מאנסי, האט מען אונז זייער ליב.

ווייל פאר זיי האט מען אונז זייער ליב געהאט.. ווי באקאנט איז Preserve Ramapo ערפינדן געווארן א טאג נאך יוסי'ס ערשטע אינטערוויאו..

בכלל וואס קנעסטו צוזאם די צוויי?! איינער איז אן עלעקטעד אפישעל, דער צווייטער אן אומבאצאלטער עסקן.

קורקלענד » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 10:35 pm

· #440526
דער קאלקולעיטור איז אייגנטלעך געטריגערט געווארן פון עפעס א לעצטיגע עפיזאד, קען איינער ביטע ציטירן וואס האט פאסירט? וואס האט געשטעטנער געזאגט אדער געטוהן?

real fake news » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 10:39 pm

· #440527
לכאורה רעדט ער פון דעם

איך האלט גראדע נישט אז ער האט געזאגט שלעכט, כשעם מיך נאר אביסל פון זיין ענגליש

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 10:47 pm

· #440528
Re: יוסי געשטענער, הער אויף!! הער אויף!!
איסר האטלקי
יאסי, מיר פארשטייען דיין ווייטאג און דיין געשריי קומט פון גאנץ כלל ישראל. מיר דארפן דיר האבן און שרעק דיך נישט פון אפאר מקוה זיצער און קאווע טרונקער.

לך בכוחך זה והושע את ישראל.
איסר; דיין לייק פארן פותח האשכול מיט דיין תגובה דא איז ווי זאלץ אין א קאווע, קענסט אפשר מסביר זיין וואס פינקטלעך דו ווילסט??

איסר האטלקי » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 10:50 pm

· #440529
די לייק איז פארן עפענען דעם אשכול און ארויפברענגען דעם טעמע אויפן טיש. מיין תגובה איז מיין מיינונג.

קורקלענד » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 10:51 pm

· #440530
אויב ס'איז יענע קליפּ, זעה איך נישט קיין שלעכטס דערין. זיין ענגליש איז אויך גוט, ער האט א חסידישע/סאטמארער אקצענט, אבער מיט דעם איז ער גארנישט אנדערש ווי דער שחור, אינדיאנער, ספאנישער וכו'. ער איז א מינאריטי פונקט ווי אנדערע.

ס'איז פארשטענדליך אז ס'דא וואס וועלן אוועקמאכן זיינע מהלך און סטראטעגיע, ס'קען אויך זיין אז ס'דא בעסערע סטראטעגיעס.

אין אנדערע נייעס איז דער מאסטער וואס קאלקולעיטור איז אזוי פארקויפט פאר זיינע מעשים טובים אזש אז ס'גייט איהם ממש שפייעכץ פון מויל ברענגענדיג דא יעדע שטיקל (א''ג) פארשריט, און נייע אנשטויסעניש וואס ער מאכט אונז אן. איז טאקע ער, דער מאסטער, אסאך א גרעסערע חורבן פאר אידנטום! דער מאסטער האט אונז געמאכט א חורבן פון אינעווייניק און בעיקר פון גרויסען. גורם געווען פיל מער אנטיסעמיטיזם ווי געשטעטנער, ווידער נידערמאן פעירלס וכו' צוזאמען.

ממילא מיסטער קאלקולעיטור, קום מיר נישט מיט קיין לאקשאן אז ס'גייט דיר ממש בנפשך דאס אויפרייצן ס'גוים און זיי גיבן לעגיטימע סיבות אונז פייט צו האבן.....

פיש כאפער » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 10:58 pm

· #440531
הער אויף יוסי! מ׳זעמיר אין גאָלעס! באלד וועט ער נאך פאדערן גלייכבארעכטונגען! שומו שמים

בן ישי » דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 3:12 am

· #440536
calculator
יוסי, איך בעט בשם יעדן בר דעת דא אין מאנסי, הער דיך אויף צו רייצן מיט די גוים, אונז האבן שוין גענוג פון דעם צודרייטן @אהרן ווידער וואס צוליב זיינע אינעטערסע ער זאל נישט פארלירן זיינע וואוטס פארמערט ער שנאת ישראל דא אין מאנסי מיטן זיך רייצן מיט די באאמטע. (קען זיין די פלאנסט אויך צו לויפן פאר א פאזיציע) רעד'ס ענק נישט אן ווייל עס איז דא געזעץ פון פרידדאם אויף רעליגיא וועסטו קענען ארויסנעמען פון די גוים אנעטיסעמיט'זן. יא, וועסט אייביג קענען שרייען און פארפירן אבער פאקט איז אין זייערע הארץ רייצ'סטו זיי מער אויף. ווילסט א טובה טוען פאר אונזער קאממיונעטי, זיץ אן, און זעה די אידן זאלן זיין ווי ווייניגער אין די מיילער פון אונזער פיינט. איך בעט דיך פאר מיין לעבן און פאר די לעבן פון מיינע קינדער און פאר די לעבן פון מיינע שכנים הער אויף, הער אויף!! פארקויף'טס נישט אונזער לעבן צוליב ענקערע פאליטישע חשבונות.

Just for the record
אהרן בנציון ווידער איז און א געגענט אין ספרינג וואלי ווי עס איז דא אסאך מער גוים ווי יודן און אויב ער וואלט נישט געהאט די שטיצע וואס ער האט פון די גוים וואלט ער נישט געקענט געווינען!

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 10:03 am

· #440546
די געקרייזלטע זשעלי פיאות מאכט די זאך!
וואס אימער רעב יוסל טוט יא צו נישט מאכט נישט אויס, אין די אויגן פון יעדע יעדע רעכטדענקיגער באשעפעניש איז ער פונקט אזוי ווערט ווי די יודנראט וועלכע האבן קאמאנדעוועט אינעם קובנער געטא. בלויז איין זאך - די שיינע דיפעטדיטא פאות זאל ער אויף קיין שום פאל נישט אויפגעבן. דאס מאכט די זאך. די דאזיגע שיינע זשעלי פייקעלעך דערמאנען אונז ווי אזוי די פארצייטישע אידישע שתדלנים האבן אויסגעזען. כ'בין זוכער אז רבי יוסלמאן פון רויסהיים און רבי שמשון ווערטהיימער פון וויען האבן פארמאגט גענוי אזעלכע שיינע זשעלי פייקעלעך ווי אונזער רבי יוסי פון די קוואל-טאל גיבערניע. און ווען רבי חיים הערש מאנהיימער ז''ל וואלט ווען געמאלט פארמאגט אזאנא זשעלי פייקעלעך ווי אונזער רעב יאסי, וואלט ווען קייזער פראנץ יוזעף זעלבט ווען זיך אנגעשלאסן אין די אומפאפולערע ארטאדאקסיע באוועגונג אין אונגארן. רבי יוסף! לך בהזשעלי פייקעלעך והושיע את ישראל....

ישראל נושע בהשם תשועת עולמים.

yatzmachp » דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 2:47 pm

· #440560
קאך_לעפל

עס זעהט אויס אז דו קענסט נישט קיין טראפ אידישע היסטאריע. דו פארגלייכסט געזעצלעכע עוולות צו ווייאלענס.

ווען א רעגירונג מאכט געזעצן פון דיסקרימינעישן אדער אנדערע שלעכטע געזעצן וואס אינוואלווט נישט קיין דירעקטע ווייאלענס נאר די rule of law, דאמאלס קען רעדן און שתדל'ען אויפטוהן. אבער ווען א רעגירונג טוט ווייאלענס אדער טאלערירט ווייאלענס למחצה, לשליש, ולרביע, במישרין או בעקיפין, פאר סיי וועלכע סיבה, העלפט נישט קיין שתדל'ען נאר זיי ניצן אויס דיין שתדלנות דיך נאך מער צו שעדיגן אלעס אין נאמען פון דיר העלפן.

די יודענראט איז באשטאנען פון מענטשן וואס זענען אזוי ווי דיר, קיינמאל נישט אויפגערעגט די פאליטישן, אלס זיך צוגעשטעלט צו זיי מיט כבוד, מיטן תירוץ אז זיי ראטעווען די מצב, אזוי ווי דו ווילסט. די ביסל וואס האבן זיך אויפגעפירט אזוי ווי יוסי זענען געווען די וואס האבן געראטעוועט די מערסטע וואס נאר שייך. ווען מער אידן וואלטן זיך אויפגעפירט אזוי וואלט די אידישע היסטאריע געהאט ווייניגער אידישע בלוט פארגאסן. די מענטשן וואס טראכטן און רעדן ווי יוסי זענען רעאליסטיש און דערקענען די סכנה פאר וואס עס איז. די וואס זענען ווי דיר, פרובירן אלץ צו זיין אין דינייעל און פראבירן איינצורעדן זיך און אנדערע אז די סכנה איז עפעס אנדערש אדער אז מיר זענען אליינס שולדיג פארן כאפן קלעפ. ווען אונז וואלט מיר געווען א טראפ נייסער וואלט יעדער אונז געקושט.

גיי ווייטער מיט דיין קאפ אין וואנט אריין.

ליב צו וויסן » מיטוואך יאנואר 1, 2020 7:40 pm

· #440750
מאך זיכער
יוסי האט היינט ריליסט א בילד אין טוויטער (או דזשעי פעק) פון יהוסף בן פערל ניימאן פון די קדושי פארשעי ליגט אין שפיטאל צושטאכן און פארשלאפט.

וואס איז די פוינט יוסי? מי שמך לאיש? דו האלטסט טאקע אז דו טוסט עפעס אויף? ענדערש נעם דיר א 9 ביז 5 אקופאציע אדער קלייב ניקלעך, מאך נישט אז די מאנסי אידן זאלן זיין אויסגעשטעלט צו מער העיט און שנאה.

קענסט זאגן פאר בנציון ווידער און יודל אשרי אז זיי מעגן אויך אייננעמען א שטילשווייגעניש, א מין מעשה דאס, מען דרייט זיך ארום און מען פארפירט, מען נוצט יעדע אטאקע פאר ביזנעס און אויפמערקזאמקייט.

So דו זאגסט אז די שטעכעריי איז געקומען צוליב יוסי'ס בילד פון די שטעכעריי, We got your point.

בן ישי » דאנערשטאג יאנואר 2, 2020 10:16 am

· #440797
מאך זיכער
יוסי האט היינט ריליסט א בילד אין טוויטער (או דזשעי פעק) פון יהוסף בן פערל ניימאן פון די קדושי פארשעי ליגט אין שפיטאל צושטאכן און פארשלאפט.

וואס איז די פוינט יוסי? מי שמך לאיש? דו האלטסט טאקע אז דו טוסט עפעס אויף? ענדערש נעם דיר א 9 ביז 5 אקופאציע אדער קלייב ניקלעך, מאך נישט אז די מאנסי אידן זאלן זיין אויסגעשטעלט צו מער העיט און שנאה.

קענסט זאגן פאר בנציון ווידער און יודל אשרי אז זיי מעגן אויך אייננעמען א שטילשווייגעניש, א מין מעשה דאס, מען דרייט זיך ארום און מען פארפירט, מען נוצט יעדע אטאקע פאר ביזנעס און אויפמערקזאמקייט.

די בילד איז זייער שווער צו זעהן אבער אוי ווי עס טוהט אויף!
ביז דעם בילד האבן מענטשן נישט געכאפט וואס פאר א שרעקליכע שטעכעריי דא איז פארגעגאנגען און ס'איז נישט נאר געווען ניסים, ליידער דארף ר' יוסל ניימאן רחמי שמים!
און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די משפחה האט געבעטן יוסי צו מפרסם זיין די בילד.

בן ישי » דאנערשטאג יאנואר 2, 2020 10:19 am

· #440798
און אגב, נאך דעם דרשה האט יוסי זיך געטראפן עד דעי און די הויז פון הרב ראטענבערג און געהאט א אפענע שמועס מיט עם.
📎 Screenshot_20200102-100609_Twitter.jpg

נעגעל וואסער » דאנערשטאג יאנואר 2, 2020 10:38 am

· #440803
Re: יוסי געשטענער, הער אויף!! הער אויף!!
בן ישי
מאך זיכער
יוסי האט היינט ריליסט א בילד אין טוויטער (או דזשעי פעק) פון יהוסף בן פערל ניימאן פון די קדושי פארשעי ליגט אין שפיטאל צושטאכן און פארשלאפט.

וואס איז די פוינט יוסי? מי שמך לאיש? דו האלטסט טאקע אז דו טוסט עפעס אויף? ענדערש נעם דיר א 9 ביז 5 אקופאציע אדער קלייב ניקלעך, מאך נישט אז די מאנסי אידן זאלן זיין אויסגעשטעלט צו מער העיט און שנאה.

קענסט זאגן פאר בנציון ווידער און יודל אשרי אז זיי מעגן אויך אייננעמען א שטילשווייגעניש, א מין מעשה דאס, מען דרייט זיך ארום און מען פארפירט, מען נוצט יעדע אטאקע פאר ביזנעס און אויפמערקזאמקייט.

די בילד איז זייער שווער צו זעהן אבער אוי ווי עס טוהט אויף!
ביז דעם בילד האבן מענטשן נישט געכאפט וואס פאר א שרעקליכע שטעכעריי דא איז פארגעגאנגען און ס'איז נישט נאר געווען ניסים, ליידער דארף ר' יוסל ניימאן רחמי שמים!
און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די משפחה האט געבעטן יוסי צו מפרסם זיין די בילד.

עס פארט ארום זייער א שארפע וואויס נאוט פון א משפחה מיטגליד וואס שעלט אז מען האט פארשפרייט אזא בילד.

קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 2, 2020 10:47 am

· #440805
געווענליך איז דא מער ווי איין משפּחה מיטגליד, און ס'איז זייער נארמאל אז משפּחה מיטגלידער זאלן נישט איינגיין אויף יעדע קליינע אדער גרויסע זאך צוזאמען.

בן ישי » פרייטאג יאנואר 3, 2020 10:21 am

· #440921
נעגעל וואסער
בן ישי
מאך זיכער
יוסי האט היינט ריליסט א בילד אין טוויטער (או דזשעי פעק) פון יהוסף בן פערל ניימאן פון די קדושי פארשעי ליגט אין שפיטאל צושטאכן און פארשלאפט.

וואס איז די פוינט יוסי? מי שמך לאיש? דו האלטסט טאקע אז דו טוסט עפעס אויף? ענדערש נעם דיר א 9 ביז 5 אקופאציע אדער קלייב ניקלעך, מאך נישט אז די מאנסי אידן זאלן זיין אויסגעשטעלט צו מער העיט און שנאה.

קענסט זאגן פאר בנציון ווידער און יודל אשרי אז זיי מעגן אויך אייננעמען א שטילשווייגעניש, א מין מעשה דאס, מען דרייט זיך ארום און מען פארפירט, מען נוצט יעדע אטאקע פאר ביזנעס און אויפמערקזאמקייט.

די בילד איז זייער שווער צו זעהן אבער אוי ווי עס טוהט אויף!
ביז דעם בילד האבן מענטשן נישט געכאפט וואס פאר א שרעקליכע שטעכעריי דא איז פארגעגאנגען און ס'איז נישט נאר געווען ניסים, ליידער דארף ר' יוסל ניימאן רחמי שמים!
און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די משפחה האט געבעטן יוסי צו מפרסם זיין די בילד.

עס פארט ארום זייער א שארפע וואויס נאוט פון א משפחה מיטגליד וואס שעלט אז מען האט פארשפרייט אזא בילד.

די משפחה האט געהאלטן א פרעס קאנפרענץ און מסביר געווען פארוואס זיי האבן פארשפרייט די בילד.

שמעקעדיג » מוצ"ש יאנואר 4, 2020 11:51 pm

· #440974
יא, איך האב געזען א קליפ פון די קאנפערענץ, די משפחה מיטגלידער זעלבסט האבן ארויסגעגעבן דעם בילד.

טראכטכמוני » מאנטאג יאנואר 6, 2020 1:07 am

· #441039
calculator
יוסי, איך בעט בשם יעדן בר דעת דא אין מאנסי, הער דיך אויף צו רייצן מיט די גוים, אונז האבן שוין גענוג פון דעם צודרייטן @אהרן ווידער וואס צוליב זיינע אינעטערסע ער זאל נישט פארלירן זיינע וואוטס פארמערט ער שנאת ישראל דא אין מאנסי מיטן זיך רייצן מיט די באאמטע. (קען זיין די פלאנסט אויך צו לויפן פאר א פאזיציע) רעד'ס ענק נישט אן ווייל עס איז דא געזעץ פון פרידדאם אויף רעליגיא וועסטו קענען ארויסנעמען פון די גוים אנעטיסעמיט'זן. יא, וועסט אייביג קענען שרייען און פארפירן אבער פאקט איז אין זייערע הארץ רייצ'סטו זיי מער אויף. ווילסט א טובה טוען פאר אונזער קאממיונעטי, זיץ אן, און זעה די אידן זאלן זיין ווי ווייניגער אין די מיילער פון אונזער פיינט. איך בעט דיך פאר מיין לעבן און פאר די לעבן פון מיינע קינדער און פאר די לעבן פון מיינע שכנים הער אויף, הער אויף!! פארקויף'טס נישט אונזער לעבן צוליב ענקערע פאליטישע חשבונות.

ביסט נישט דער איינצוגסטער וואס האלט אזוי
<a class="postlink" href="https://twitter.com/hasidic_1/status/1213168435175317511">https://twitter.com/hasidic_1/status/12 ... 5175317511</a>

בעל מדות » פרייטאג יאנואר 10, 2020 11:02 am

· #441254
.

ווייל אזוי » פרייטאג יאנואר 10, 2020 1:56 pm

· #441268
אין מאמענט די וואך ביי זיין וועכנטליכע קאלום שרייבט ער וועגן די קריטיק וואס ער באקומט, צווישן אנדערע שרייבט ער איי האט זיך געטוהן א וועלט צוליב מיין מאנטיג'דיגע אטאקע..

איך לייג דא צו א בילד פונעם מאמענט
📎 Yg11.jpg

פראביר דעס » פרייטאג יאנואר 17, 2020 2:37 am

· #441699
calculator
יוסי, איך בעט בשם יעדן בר דעת דא אין מאנסי, הער דיך אויף צו רייצן מיט די גוים, אונז האבן שוין גענוג פון דעם צודרייטן @אהרן ווידער וואס צוליב זיינע אינעטערסע ער זאל נישט פארלירן זיינע וואוטס פארמערט ער שנאת ישראל דא אין מאנסי מיטן זיך רייצן מיט די באאמטע. (קען זיין די פלאנסט אויך צו לויפן פאר א פאזיציע) רעד'ס ענק נישט אן ווייל עס איז דא געזעץ פון פרידדאם אויף רעליגיא וועסטו קענען ארויסנעמען פון די גוים אנעטיסעמיט'זן. יא, וועסט אייביג קענען שרייען און פארפירן אבער פאקט איז אין זייערע הארץ רייצ'סטו זיי מער אויף. ווילסט א טובה טוען פאר אונזער קאממיונעטי, זיץ אן, און זעה די אידן זאלן זיין ווי ווייניגער אין די מיילער פון אונזער פיינט. איך בעט דיך פאר מיין לעבן און פאר די לעבן פון מיינע קינדער און פאר די לעבן פון מיינע שכנים הער אויף, הער אויף!! פארקויף'טס נישט אונזער לעבן צוליב ענקערע פאליטישע חשבונות.

עס אנקוקן אזוי גייט מיט די דורכגעפאלענע אידעאלאגיע אז אידן טארן זיך נישט העלפן און גלות און זיך פראבירן בעסער מאכן. חוץ פון דעם איז עס וואס יעדע נארמאלע גרופע אין אמעריקע טוט.

אישתישבי » פרייטאג יאנואר 17, 2020 10:00 am

· #441707
סאטמאר האט ארויס געגעבן א קול קורא קעגן אים, אבער זיי האבן נישט געשריבן זיין נאמען, ווייל זיי האבן מורא פין אים....

סוף כל סוף קען ער זיי גוט צופיקסן, אבער ר' שמואל ניימאן מעגן זיי יא שרייבן זיין נאמען.

טראכטכמוני » פרייטאג יאנואר 17, 2020 11:35 am

· #441715
Re: יוסי געשטענער, הער אויף!! הער אויף!!
אישתישבי
סאטמאר האט ארויס געגעבן א קול קורא קעגן אים, אבער זיי האבן נישט געשריבן זיין נאמען, ווייל זיי האבן מורא פין אים....

סוף כל סוף קען ער זיי גוט צופיקסן, אבער ר' שמואל ניימאן מעגן זיי יא שרייבן זיין נאמען.

דאכצעך זיי מיינען שמחה פעלדער, נישט ער.