☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נצחו אראלים את המצוקים: הגה"ק רבי נפתלי מצאנז זי"ע

נצחו אראלים את המצוקים: הגה"ק רבי נפתלי מצאנז זי"ע

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14015

מהיכי תיתי » מוצ"ש יולי 4, 2020 11:02 pm

· #453684
נצחו אראלים את המצוקים: הגה"ק רבי נפתלי מצאנז זי"ע
ויהי נועם נשבת במוצאי שבת, קומט אריין די שווערע בשורה אויפן פטירה פון האי צדיק וקדוש, זקן אדמו"רי דורינו, הגאון הקדוש רבינו נפתלי האלבערשטאם זצוקללה"ה, האדמו"ר מצאנז.

ובן תשעים ושש בהסתלקותו לגנזי מרומים.

יין שרף » מוצ"ש יולי 4, 2020 11:12 pm

· #453685
ברוך דיין האמת. גריבוב'ער רבי איז שוין אוועק אפאר יאר צוריק.. און יעצט איז צאנז'ע רבי אוועק..

מהיכי תיתי » מוצ"ש יולי 4, 2020 11:29 pm

· #453687
יין שרף
ברוך דיין האמת. גריבוב'ער רבי איז שוין אוועק אפאר יאר צוריק.. און יעצט איז צאנז'ע רבי אוועק..
עיי"ש

berlbalaguleh » זונטאג יולי 5, 2020 12:13 am

· #453689
יין שרף
ברוך דיין האמת. גריבוב'ער רבי איז שוין אוועק אפאר יאר צוריק.. און יעצט איז צאנז'ע רבי אוועק..

יין שרף: ומבנין לקנין. איך האב געקענט א חשוב'ן איד וואס זיין ווייב איז געווארן א גרושה. און לעצטנס אויך אן אלמנה. דער איד איז ליידער אוועק אין די קאראנא...!

מפיל קינד » זונטאג יולי 5, 2020 12:31 am

· #453690
ווי איך הער איז געווען אן ערנסטע מלחמה צווישן די אראלים און מצוקים. ס'האט שוין כמעט אויסגעזען ווי די מצוקים זענען גובר, אלע פאולס האבן געוויזן אויף די מצוקים, אראלים איז אויך שוואך געווען אין די דעבאטעס, ווען פלולצלינג האבן די אראלים זיך געהויבן און געזיגט.

מי יתן לנו את ירושתו.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 5, 2020 5:58 pm

· #453743
מפיל קינד: דיינע ווערטער דא זענען דאך אזוי פאעטיש. געשריבן. שפתיים קישאק. פאר דעם אליינס וואלט מען דיך שוין געדארפט קרוינען אלס ..."שריפטשטעלער"...!

אישתישבי » מאנטאג יולי 6, 2020 9:14 am

· #453809
און די מצוקים זענען אויך אריין אין קאמפ, די שווערע מיליאנען קריגן זיך וועלכע פין די יורשים זאלען זיי באקומען.

נקודת-אמת » מאנטאג יולי 6, 2020 9:52 am

· #453811
אישתישבי
און די מצוקים זענען אויך אריין אין קאמפ, די שווערע מיליאנען קריגן זיך וועלכע פין די יורשים זאלען זיי באקומען.

בבחי' "עלי יניח צדיק את ראשו"

הוגה » מאנטאג יולי 6, 2020 1:57 pm

· #453835
פונקט זיך אנגעשטויסן אין מיינע ארכיוון. דאס איז א מזל טוב צו די הוראה פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א מ"מ אביו האדמו"ר זצ"ל. עד שלא שקעה שמשו של זה, זרחה שמשו של זה.

אינטערעסאנט, מ'זעט אז אין תשל"ו האט זיך שוין זיין ביהמ"ד גערופן "צאנז".

.
📎 IMG-20200706-WA0023 (1) (1).jpg

הדד בן בדד » מאנטאג יולי 6, 2020 5:00 pm

· #453852
איך בין מער ווי אביסל דיסעפוינטעד אין דעם אשכול.

מען רעדט דא פון א 96 יעריגן איד, וועלכער האט א לאנגע היסטאריע, און ביז דעם לעצטען תגובה איז נישט געווען דא קיין איין תגובה מיט א טראפ תוכן (חוץ אפשר די פתיחה).

אין אייוועלט האט מען אפגעשפארט דעם אשכול איבער דעם איד, כ'אב נישט קיין השגה פארוואס, אבער אויב איך טריי שטארק אויפצוקומען מיט עפעס אן איידיע, קלער איך אז די סיבה איז ווייל זיי האבן מורא אז מען וועט נישט שרייבן אויף אים מיט די זעלבע מאס כבוד ווי אויף אנדערע גאונים וקדושים.

אבער דא דארף דאך צו זיין א ווינקל פאר נארמאלע מענטשן וועלכע קענען ארום שמועסן איבער א נושא ווי ערוואקסענע.

אלזא, מען רעדט דא פון א איד וועלכער האט טאקע נישט מתנהג געווען באדמורו"ת, איז געווען מער ווייניגער א ביזנעסמאן, אבער נאך אלעם א בנש"ק וועלכער האט געפירט א בית המדרש פאר לאנגע יארן, האט אויפגעשטעלט דעם מכון יוחסין וואס וואלט לכל הפחות געווען ווערט מען זאל עס דא דיסקוסירן אויף אן ערוואקסענעם פארנעם, און האט איבערגעלאזט א שיינעם דור פון קינדער, יעדער מיט זיינע מעלות און חסרונות, אבער בהחלט א שיינעם דור, בנין וחתנין רבנן, אפילו אויב טייל פון זיי זענען אין ביזנעס אויך.

מען מעג אפילו דיסקוסירן דאס וואס די קינדער האבן אין די לעצטערע יארן געטרייט אים צו מאכן פאר אן אדמו"ר און א הגה"ק. אז מען באקוקט אביסל די עולם הרביסטעווע איז עס גארנישט אזוי געפערליך, בכלל נישט קיין נייע פענאמען און נישט אזוי געפערליך אפגעפרעגט, בפרט ווען דער מדובר איז נישט קיין אויסגערופענער גראבער יונג (אויף וויפיל איך ווייס - און אפשר ווייס איך נישט אלעס - איז דער נפטר דידן נישט געווען אזאנס).

איז אפשר איז טאקע מעגליך אז מיר זאלן זיך דא פירן ווי עדאלטס און מאכן א שמועס ארום דעם מענטש אויף א נארמאלן וועג. איך האב דא אנגעהויבן מיט דעם תגובה, איך ווייס כמעט גארנישט וועגן אים אז איך זאל קענען שרייבן צופיל מער, און דערפאר לאדן איין אנדערע אז זיי זאלן משלים זיין דא דאס איבריגע.

למעשה וואס איז יעצט. האט אים איינער ממלא מקום געווען, גייט למעשה ווערן עפעס א רבי'סטווע, גייט כאטש איינער פון זיין עפענען מוסדות אויף אן אופן וואס כלל ישראל וועט אויך נהנה זיין דערפון?

נו, חברה, געגאנגען...

מהיכי תיתי » מאנטאג יולי 6, 2020 5:37 pm

· #453859
הדד איר קומט אריין זייער קלאר. גא"מ.

מהיכי תיתי » מאנטאג יולי 6, 2020 5:43 pm

· #453860
זיין זוהן הגה"צ רבי אהרן שליט"א, וואס איז דעקלערט געווארן אלס האדמו"ר מ'צאנז קרייז האט שוין א וויילע אין פלאן (דאכצעך מ'האלט שוין קרוב למעשה) צו אוועקשטעלן א נייטראלע חדר אין סטעטן איילענד.

היכי דמי » מאנטאג יולי 6, 2020 6:10 pm

· #453863
מזל טוב צו כלל ישראל'ס נייע אדמורי"ם.

📎 WhatsApp Image 2020-07-06 at 5.55.12 PM.jpeg

איך אויך » מאנטאג יולי 6, 2020 6:59 pm

· #453867
זיין זוהן הרב ברוך מנהל הכנסת אורחים דבארא פארק איז א צדיק פון א איד אויפן ריכטיגן צאנזער שטייגער.

הדד בן בדד » מאנטאג יולי 6, 2020 7:47 pm

· #453871
יישר כח פאר די פאר שיינע תגובות. הער איך געוואלדיגע נייעס איבער א חדר אין סטעטן איילענד. דאס אליינס איז שוין א גרויסע אויפטוה פאר אידישקייט. זאל ער מצליח זיין אויפן שענסטן פארנעם. כלל ישראל דארף דאס האבן.

אידן זייט ממשיך.

וואלווי » מאנטאג יולי 6, 2020 8:44 pm

· #453875
הדד בן בדד
איך בין מער ווי אביסל דיסעפוינטעד אין דעם אשכול....

מ'פארשטייט אייער דיסעפוינטמענט, די אשכול וואלט געדארפט אריבערגעפירט ווערן אין צימעס אריין, אדער אפשר אפילו דארט אויך נישט. אנשטאטס דעם פאסט אן אשכול אין אנשי שם מיט מעטשור מענטשליכע תגובות.

אבער, מ'דארף פארשטיין די פערספעקטיוו פון די מגיבים דא. ס'איז ליידער זייער מצוי אין אונזער היינטיגער וועלט, אז מענטשן מאכן זיך אליינס צו נאר, אין די זעלבע צייט באגראבן זיי די קאפ אין דער ערד, כדי זיך איינרעדן אז די וועלט איז פאר'כישופ'ט פון די קינדערישע נערנות. דער גריבעווער זצ"ל איז נישט קיין אויסנאם, אדרבה זאל יעצט זיין א צייט צו איבערקלערן ווי ווייט אונז זעמער פארקראכן אין די הוילע ליצנות פון כבוד התורה וחסידות.

אז א מענטש מאכט זיך אליינס נער, און זייינע קינדער שפילן דאס אויף אקעגן די גאנצע וועלט, פארוואס זאל דאס נישט ווערן א ליצנות? די געדאנק פון אויסשרייען בריש גלי "הגה"ק מ'צאנז" איז א ביטערער געלעכטער, און א יעדער ביי זיך ווייסט אז דאס איז ערשט קלאסיק'ער ב"ש. אמת אנדערע טוען דאס אויך, אבער ליצנות איז ליצנות, וואס איז דוחה מאה הוכחות אז די זיידע איז געווען די לעצטע רב אין צאנז. אלעס וועגן דעם מענטש קען זיין פיין און וואויל, אבער די רבי'שע וועלט ווערט וואס א טאג מער און מער פורים ושכורת ולא מיין. נישט קיין חילוק וויפול אנדערע זענען קראנק אויף די זעלבע קרענק, היינט איז זיין טאג ליידער, און ער איז געווארן די דזשאוק אוו די דעי.

ס'דא א באוויסט כלל, אז ביי חתונות און לוויות פראוועט מען נישט קיין קנאות. די זעלבע זאך וואלט געדארפט זיין די כלל ביי ליצנות, אז ווען יענער פרייעט זיך אדער איז בצער, האלט מען זיך די מויל פארמאכט. אבער מה יעשה הבן שלא יחטא? מ'פארשטעלט זיך און די גאנצע משפחה מיט פורים פארשטעלאכץ און מ'וויל די עולם זאל זיין רעספעקטפול? וואס צאנזער רב, ווי בנין וחתנין רבנים, צאנז-קרייז-קרעניץ מיט אלע צונעמען וועט נאך אלס נישט אראפנעמען די ליצנות.

א מענטש דארף וויסן צו זיין רעספעקטפול צו אנדערע, אבער ליידער איז די ליצנות על פי רוב א פראדוקט פון א באטראפענעמ'ס אייגענע דמיונות.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 6, 2020 10:17 pm

· #453885
אישתישבי
און די מצוקים זענען אויך אריין אין קאמפ, די שווערע מיליאנען קריגן זיך וועלכע פין די יורשים זאלען זיי באקומען.

אישתשבי: איך האב גוט געקענט ביידע רעבעס זכותם הגדול והטהור יעמד לנו. ווען ער פלעגט קומען דאווענען מנחה מיט דעם ישיבה (ת"ת) מנין ארום 2 אזייגער נאכמיטאג. ער האט גרויסע זכותים אויבן אין הימל. הויפטזעכליך ווייל ער האט אויפגעשטעלט דעם הייליגן מכון יוחסין. וואו ער האט ממציא געווען זיידעס פאר די אידישע קינדער. לויט וויפיהל מ'האט געצאלט. יא. שיעור פארגעסן. דער פעטער זז"ג אין וואשינגטאן האט אויכעט געצאלט כברכת ידו הטובה...!

פארווע חסיד » מאנטאג יולי 6, 2020 11:56 pm

· #453892
זאגט מיר איינער:
בלויז איין טאג נאך וואס צאנזער רב איז נסתלק געווארן, האבן די רשעים געהאט א שליטה אויפן בארדיטשעווער..
ללמדך ווי ווייט צדיקי אמת זענען מגין אויפן דור

בעל דרשן » מיטוואך יולי 8, 2020 10:07 am

· #454015
גאר א שטארקע התקשרות איז געווען צווישען אדמו"ר מצאנז גריבוב מיט אדמור"י באבוב דא ברענגען מיר עטליכע בילדער
📎 IMG-20200708-WA0070.jpg

בעל דרשן » מיטוואך יולי 8, 2020 10:09 am

· #454016
מיט אדמו"ר מבאבוב
📎 IMG-20200708-WA0069.jpg 📎 IMG-20200708-WA0068.jpg

בעל דרשן » מיטוואך יולי 8, 2020 10:10 am

· #454017
ב
📎 IMG-20200708-WA0053.jpg

בעל דרשן » מיטוואך יולי 8, 2020 10:11 am

· #454018
בעל דברי שלמה
📎 IMG-20200708-WA0062.jpg

בעל דרשן » מיטוואך יולי 8, 2020 10:12 am

· #454019
ג
📎 IMG-20200708-WA0054.jpg

הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 9, 2020 3:46 pm

· #454161
וואלווי
הדד בן בדד
איך בין מער ווי אביסל דיסעפוינטעד אין דעם אשכול....

מ'פארשטייט אייער דיסעפוינטמענט, די אשכול וואלט געדארפט אריבערגעפירט ווערן אין צימעס אריין, אדער אפשר אפילו דארט אויך נישט. אנשטאטס דעם פאסט אן אשכול אין אנשי שם מיט מעטשור מענטשליכע תגובות.

אבער, מ'דארף פארשטיין די פערספעקטיוו פון די מגיבים דא. ס'איז ליידער זייער מצוי אין אונזער היינטיגער וועלט, אז מענטשן מאכן זיך אליינס צו נאר, אין די זעלבע צייט באגראבן זיי די קאפ אין דער ערד, כדי זיך איינרעדן אז די וועלט איז פאר'כישופ'ט פון די קינדערישע נערנות. דער גריבעווער זצ"ל איז נישט קיין אויסנאם, אדרבה זאל יעצט זיין א צייט צו איבערקלערן ווי ווייט אונז זעמער פארקראכן אין די הוילע ליצנות פון כבוד התורה וחסידות.

אז א מענטש מאכט זיך אליינס נער, און זייינע קינדער שפילן דאס אויף אקעגן די גאנצע וועלט, פארוואס זאל דאס נישט ווערן א ליצנות? די געדאנק פון אויסשרייען בריש גלי "הגה"ק מ'צאנז" איז א ביטערער געלעכטער, און א יעדער ביי זיך ווייסט אז דאס איז ערשט קלאסיק'ער ב"ש. אמת אנדערע טוען דאס אויך, אבער ליצנות איז ליצנות, וואס איז דוחה מאה הוכחות אז די זיידע איז געווען די לעצטע רב אין צאנז. אלעס וועגן דעם מענטש קען זיין פיין און וואויל, אבער די רבי'שע וועלט ווערט וואס א טאג מער און מער פורים ושכורת ולא מיין. נישט קיין חילוק וויפול אנדערע זענען קראנק אויף די זעלבע קרענק, היינט איז זיין טאג ליידער, און ער איז געווארן די דזשאוק אוו די דעי.

ס'דא א באוויסט כלל, אז ביי חתונות און לוויות פראוועט מען נישט קיין קנאות. די זעלבע זאך וואלט געדארפט זיין די כלל ביי ליצנות, אז ווען יענער פרייעט זיך אדער איז בצער, האלט מען זיך די מויל פארמאכט. אבער מה יעשה הבן שלא יחטא? מ'פארשטעלט זיך און די גאנצע משפחה מיט פורים פארשטעלאכץ און מ'וויל די עולם זאל זיין רעספעקטפול? וואס צאנזער רב, ווי בנין וחתנין רבנים, צאנז-קרייז-קרעניץ מיט אלע צונעמען וועט נאך אלס נישט אראפנעמען די ליצנות.

א מענטש דארף וויסן צו זיין רעספעקטפול צו אנדערע, אבער ליידער איז די ליצנות על פי רוב א פראדוקט פון א באטראפענעמ'ס אייגענע דמיונות.

וואלווי, דו זאגסט זייער גוט, אבער איך וויל עס צונעמען אביסל אויף א ברייטערן פארנעם.

די אינסטיטוציע פון רבי'סטווע איז נישט אלעמאל געווארן אנגעקוקט אזויווי היינט. אמאל האט עס געהאט א שענערן פנים. מיר האבן געהאט רביס ערליכע אידן. נעם די רביס פון נאכ'ן קריג, אויף יעדן פון זיי איז דא א קופה של שרצים גענוג און נאך. אבער נאך דעם קופה של שרצים איז נאך געווען נאך עפעס, צו איז עס עבודת ה' באמת, צו כאטש זיך אהערגעשטעלט און פרובירט, צו איז עס געווען תורה צו קדושה וכדו'. צווישן די זאכן וואס איז געווען ביי אלע, איז געווען אז זיי האבן אלע באמת אינזין געהאט כלל ישראל. זיי האבן גענומען צובראכענע אידן פון די קאלך אויבנס ארויס און זיי מחיה נפשות געווען. זיי האבן אויפגעבויעט מוסדות, אפשר טאקע אויף צו האבן פארענטשעס, אבער ערגעץ ווי האבן זיי אינזין געהאט דעם אויבערשטן אויך. זיי זענען נאכגעגאנגען צובראכענע אידן וועלכע זענען קוים געווען שומרי שבת, וועלכע האבן געהאט טעלעוויזשאנס אין די שטובער וכדו' און זיי געבעטן און געמוטשעט אריינצושטעלן די קינדער אין די מוסדות, און זיי האבן זיך אליינס געמוטשעט און געגאנגען נאך געלט אויסצוהאלטן די מוסדות ווייל דאס ביסל שכר לימוד האט טאקע נישט געדעקט. ווער עס האט טאקע נישט געקענט באצאלן שכר לימוד איז מען זיך מיט אים אויף עפעס אן אופן דורכגעקומען אבער מען האט זיכער געמאכט אז די קינדער בלייבן אין די מוסדות. רוב רבי'ס האבן געטיילט צדקה אויף א גרויסן פארנעם, פאר אייגענע און פאר פרעמדע. טייל אויף אזא מאסיוון פארנעם אז עס איז געבליבן לעגענדאר מפורסם און אנדערע נישט אויף אזוי ווייט, אבער פארט געטיילט צדקה, און זיי האבן אינזין געהאט זייערע מענטשן סיי בשמיות און סיי ברוחניות, אבער צוערשט בגשמיות.

און וואס זענען געווען די תוצאות? אז זיי האבן געהאט סייעתא דשמיא און ארויסגעגעבן שיינע פירות. זיי האבן זיך געקענט אויפטון מיט די פירות וואס זיי האבן ארויסגעגעבן און פון דעם האבן זיי אויפגעשטעלט הערליכע שיינע קהילות, וואס א גרויס חלק כלל ישראל זענען היינט זייערע קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך.

היינט אבער...

אפשר קענסטו מיר זאגן וועלכע פון די היינטיגע רבי'ס זענען מער גאון און קדוש פון דעם הייליגן ר' נפתלי פון צאנז? מיט וואס זענען זיי מער גאונים און קדושים? פיין, איינער איז אביסל מער גאון, און א צווייטער איז אביסל מער קדוש ווייל זיין דזשאב פאדערט עס. נו, זיין דזשאב האט עס נישט געפאדערט. וועמען האבן מיר היינט? איינער וואס האט נישט קיין בעסערע דאגות ביי די אכציג נאר אז ערגעץ אין די צוויי מייל פון זיין מלוכה האט זיך געמאכט א בית מדרש'ל, א צווייטער וואס ביי די זעלבע עידש איז ביזי אז קיינער זאל נישט גיין צו זיין קאזין קונה זיין אביסל תורה, א דריטער וואס ביי די זיבעציג איז ער באזארגט אז זיין נעפיו אינעם אנדערן עק וועלט וועט אפשר האבן אפאר חסידים, דער שלאגט זיך מיט'ן ברודער, יענער מיט'ן פעטער, דער אנדערער מיט'ן נעפיו און דער פערדער מיט'ן קאזין, אא"וו.

וואלט מען כאטש געהאט פון זיי אזויפיל אז זיי זאלן כאטש צושטעלן מוסדות פאר כלל ישראל, איז איין זאך, אבער דאס האט מען אויך נישט, ווייל זיי שטעלן צו בדרך כלל נאר פאר זייער פארמעגן, פאר זייערע אנהענגער וועלכע געהערן הונדערט פראצענט פאר זיי, ווער נישט זאל גיין פייפן.

און די אנדערע זענען נישט בעסער, יעדע ישיבה איז ביזי ארייננעמען נאר דאס בעסטע וואס איז דא, כאילו ביי די פערצן קען מען שוין וויסן וואס יענער וועט אויסוואקסן, און אנשטאט זיך אויפטון מיט די פירות וואס מען געט ארויס טוט מען זיך אויף מיט די פירות וואס מען נעמט אריין, און יעדער טרייט צו ווערן א פריץ ווי יענער. די פאר משפיעים וועלכע הייסן נאך יא ערליכע אידן, שטייען אוועק פון דעם גאנצן מציאות פון מוסדות, איז וואס האט כלל ישראל פון זיי, אפשר טאקע אביסל חיזוק, אבער נישט מער פון דעם.

לאמיך זעהן איינער פון זיי זאל זיך אויפהייבן און זיך ארויסציען ערגעץ אין די סטעיטס און אוועקשטעלן א ישוב מיט מוסדות ווי יעדער נארמאלער, היימישער איד, וואס איז גרייט צו פירן א היימישן לעבן זאל ווערן אנגענומען, דעמאלס וועט יענער טאקע בויען כלל ישראל, אבער דאס פאסירט דאך נישט. נו אויב אזוי פארוואס איז ער מער גאון וקדוש פון ר' נפתלי מצאנז.

אלא מאי, דער גאנצער מציאות פון רביסטעווע, בכל שום וחניכא דאית לי', איז בסך הכל נאך עפעס א מין ביזנעס און די מענטשן וואס זענען אין דעם ליין, זענען, ווי אין יעדן ליין, בדרך כלל געבוירן אין דעם, און א קליינער פראצענט איז דא וואס האט א געפיל דערצו און כאפן זיך אריין אין דעם. און מיט דעם איז הגה"ק ר' נפתלי מ'צאנז גארנישט אנדערש (איך לאך פון מיר אליינס ווי איך נעם מיך אן פאר א ביזנעס מאן וועמען איך האב נישט געקענט און קיינמאל נישט געטוישט קיין ווארט מיט אים, אבער דא איז מיר אויסגעקומען ארויסצוגעבן דעם בויכוויי).

בנין וחתנין רבנן, ווייל דאס איז דער טיטול וואס אזעלכע מענטשן טראגן. ווען א ביזנעסמאן ווערט נפטר זענען אלע זיינע קינדער פלוצלינג הרבני הנגיד, (און צומאל פאר נויט ווערט איינער, אדער עטליכע, א טפסר המרומם...) עט ליעסט פאר די וואך פון די שבעה, פארוואס? כך היא דרכו של עולם, אן א פארוואס. דא איז נישט אנדערש.

דערווייל הער איך אז איין זון גרייט זיך צו מאכן א תלמוד תורה אין סטעטן איילענד, א צווייטער גרייט זיך צו מאכן א ישוב אין אילינוי (צו ערגעץ אנדערש, אויב כיכר השבת מאכט א טעות), אויב אזוי האבן מיר שוין נאר פון די צוויי מער ווי פון כמעט אלע היינטיגע גאונים וקדושים. און נאכאמאל, איך רעד פון די היינטיגע, וועלכע האבן אפגע'ירש'עט א מלוכה און זענען פולשטענדיגע פריצים, זיי האבן נישט קיין ברעקל פארשטאנד און מיטגעפיהל מיט דעם פשוט'ן המון עם איד וועלכער פלאגט זיך מיט דעם טאג טעגליכן לעבן, זיי פערזענליך גייען כמעט נישט ארום נאך געלט פאר זייערע מוסדות און די מוסדות געבן טאקע נישט קיין ש*& פאר די געברויכן פון די פשוט'ע, פלעינע מענטשן.

ממילא, אין אזא וועלט, בדורו של נ,נח און שיטת השוואנצאנות, איז ר' נפתלי מ'צאנז אויך א גאון וקדוש און זיינע קינדער זענען הייליגע אדמורי"ם און פערטיג. כ'מיין, וואס האסטו געוואלט, זיי זאלן ווערן באס דרייווערס? זאלן זיי ווערן רבי'ס, אפשר פאר עטליכע יאר וועט כלל ישראל עפעס נהנה זיין פון זיי.

אט האט איר דעם לינק ווי כיכר השבת דערציילט קליפ און קלאר אז איינער גרייט זיך צו מאכן א ישוב אין אילינוי, כאטש א צווייטער דערציילט מיר גאר אז יענער האט א באנגעלאו קאלאני אין מאנטיסעלא שבניו יארק און דאס מיינט עס.

<a class="postlink" href="https://www.kikar.co.il/abroad/366591.html">https://www.kikar.co.il/abroad/366591.html</a>

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 9, 2020 4:14 pm

· #454162
פארשטיי איך נישט אזוי פארוואס אלעמאל ווען די אראלים צו פראסקענען זיך מיט די מצוקים דארף א צדיק שטארבן? כ'שוין געפרעגט גרויסע מקובלים, ואין פותר אותו! כ'מיין אז כ'געב אויף....

בעל דרשן » פרייטאג יולי 10, 2020 3:39 pm

· #454261
גאר גוט ארויסגעברענגט
יא די צאנז גריבובע רבי איז געווען א חושבע איד א בנש"ק נישט געהאט אין זיך די קנאה תאווה וכבוד נישט געפירט קיין מחלוקות מיט קיין איינעם געווען א גוטע איד ווי עס פאסט זיך פאר א צאנזער אייניקעל
און זיינע קינדער זענען גארנישט אינטערשטעלינג אין די קינדער פון אנדערע רבי'ס
סקוויראע רבי וואלט זיך געווינטשן איבערצולאזן אזעלכע קינדער ווי די גריבובע רבי האט זוכה געווען!
ווינטשן מיר פאר אלע רביס לבית צאנז גריבוב יאריך ימים על ממלכתו

הוגה » פרייטאג יולי 10, 2020 4:01 pm

· #454262
בעל דרשן
נישט געהאט אין זיך די קנאה תאווה וכבוד נישט געפירט קיין מחלוקות מיט קיין איינעם, געווען א גוטע איד, ווי עס פאסט זיך פאר א צאנזער אייניקעל

😲 😲 😲

berlbalaguleh » זונטאג יולי 12, 2020 3:24 am

· #454314
אדרבה: זאג מיט וועם ער אדער זיינע קינדער האבן סיי ווען אימער געפיהרט עפעס א מחלוקת אדער סכסוך. נישט פרעטענדירט צו פיהרן אידישקייט מערכות. אדער מחלוקת איבער געלט אדער כבוד...!

הוגה » זונטאג יולי 12, 2020 10:30 am

· #454323
berlbalaguleh
אדרבה: זאג מיט וועם ער אדער זיינע קינדער האבן סיי ווען אימער געפיהרט עפעס א מחלוקת אדער סכסוך. נישט פרעטענדירט צו פיהרן אידישקייט מערכות. אדער מחלוקת איבער געלט אדער כבוד...!

וואס די סיבה פון די מחלוקת'ן ווייסט נאר דער השם יראה ללבב. אבער just to name a few...

צאנז סאדיגורא
צאנז שינאווא
שינאווא קרייזער רב
שינאווא גארליץ
גארליץ באבוב
ראצפערט סאטמאר
באבוב ראדאמסק
באבוב בעלזא
קלויזנבורג באבוב
וכו'

רימון » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 11:26 am

· #456187
אויף אייוועלט האט מען ארויפגעשטעלט א אינטערסאנטע קונטרס פון תולדות אדמו"ר מצאנז זצ"ל
ווער האט ארויסגעגעבן דעם קונטרס? ווער שטייט אונטער מכון צאנז?
דאס איז מורא'דיג אינטערעסאנט און אריגינעל געשריבן, אבער...
כ'האב מורא דאס האט מיט די פאליטיק ארום די געטראפענע כלים.

היכי דמי » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 1:22 pm

· #456202
הער איך אז איינע פון די קינדער האבן אפגעקויפט א גרויסע שטח אין די קעטסקילס ראיאן ווי ער פלאנט אויפצובויען בערך 2700 דירות. איך האב עס געהערט פון אן אייניקל.

מנחם ציון » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 2:07 pm

· #456205
ווערט דערמאנט אין page number 15 אינעם קונטרס

תרמב » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 11:59 pm

· #456318
היכי דמי
הער איך אז איינע פון די קינדער האבן אפגעקויפט א גרויסע שטח אין די קעטסקילס ראיאן ווי ער פלאנט אויפצובויען בערך 2700 דירות. איך האב עס געהערט פון אן אייניקל.

דאס איז די צווייטע זוהן הרב מרדכי זאב, א גרויסע נגיד, ער פלאנט צו געבן פאר ווער עס וועט קומען מיט הונדערט מענטשן, א בית מדרש.

תרמב » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:10 am

· #456319
א בילד פון האדמור מצאנז זצ"ל ביי א שמחה מיט האדמור מדינוב און האדמור מסטריזוב
📎 IMG_20200401_123554.jpg

מהיכי תיתי » דינסטאג יוני 22, 2021 5:28 pm

· #476461
ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז א פולע יאר איז פארביי פונעם יום המר והנמהר.

טאקע געווען א שווערע יאר פאר כלל ישראל ברוחניות ובגשמיות.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 22, 2021 9:27 pm

· #476479
תרמב
היכי דמי
הער איך אז איינע פון די קינדער האבן אפגעקויפט א גרויסע שטח אין די קעטסקילס ראיאן ווי ער פלאנט אויפצובויען בערך 2700 דירות. איך האב עס געהערט פון אן אייניקל.

דאס איז די צווייטע זוהן הרב מרדכי זאב, א גרויסע נגיד, ער פלאנט צו געבן פאר ווער עס וועט קומען מיט הונדערט מענטשן, א בית מדרש.

תרמב: איך געב, בלי"נ אן אייגן ביהמ"ד מיט אן ארון קודש און קידוש א גאנץ יאר פאר ווער ס'קומט מיט 50 מענטשן צו דעם יישוב וואס איך וועלל אי"ה אויפבויען. (כ'ווייס נאכנישט וואו. ערגעץ וואו אין ווייאמינג. מסתמא אין ..."לאון וואלף"... קאונטי)...! אויב איך געווין די פאוערבאלל פון א האלב ביליאן דאללער...!

וואלווי » דינסטאג יוני 29, 2021 5:56 am

· #476823

איר זענט אפשר א גאליציאנער? פון א האלב ביליאן דאלער געבט איר איין יאר קידוש...?

כ'האב שטארק מורא אז די קידוש וועט נאך זיין פון א פריזער ארויס.

עקסקלודינג די בראנפן...