☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #13942

אשכול אן א טיטל #13942

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13942

— » מאנטאג יוני 15, 2020 4:25 pm

· #451739

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

צפור בודד » מאנטאג יוני 15, 2020 4:40 pm

· #451744
דיני תורה עד סוף כל הדורות. די צוויי באבאבער, די צוויי קלויזנבורגער, דער גריבעווער, דער גארליצער וכל אשר בשם האלבערשטאם יכונה וועט דא זיין א תובע און יעדער טוען אין שטאט וועט זיך פאטשן דאס בייכל ווי דער הייליגער זיידע נאכן סדר: שישו מעי שישו.

טאמבל סאס » מאנטאג יוני 15, 2020 5:17 pm

· #451747
פאנט ווייסט מען אז ס'איז נישט נאך אן אנטיק סקעם?

כוכב » מאנטאג יוני 15, 2020 5:21 pm

· #451748
טאמבל סאס
פאנט ווייסט מען אז ס'איז נישט נאך אן אנטיק סקעם?


וואו איז דער אשכול פאר באגריסונגען פון ניקים פון עולם האמת?

צפור בודד » מאנטאג יוני 15, 2020 5:24 pm

· #451749
טאמבל סאס
פאנט ווייסט מען אז ס'איז נישט נאך אן אנטיק סקעם?

אסאך אסאך א גרעסערע אוצר האט מען געפונען אז הרב @טאמבל סאס איז צוריק!

ברוך הבא!!!

ווי מיסד יו!

@סדרן, ס'קומט אים א שריפטשטעלער תומ"י.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 15, 2020 5:40 pm

· #451752
עס איז שווער צו גלייבן אז דאס האט באלאנגט פאר רבני נכדי האדמו"ר מצאנז, וועלכע האבן זיך זיכער געפירט עפ"י מנהגי זקנם בעל דברי חיים זצ"ל נישט צו לאזן נעכטיגן קיין פרוטה אין שטוב, און צו פאר'משכונ'ען אלע זילבערנע כלים.
דארף מען זוכן די אייניקלעך פון דער מלוה אין שטאט וואס האט אים געבארגט דאס געלט, פאר אים באלאנגט עס.

דאס איז איינמאל זיכער, פאר מיר באלאנגט עס נישט.

איך בין נאר נייגעריג צו עפ"י דין האט איינער א תביעה דערויף. הרב משה אייזעמאן האט געלערנט אין פאנאוויעז אין ליטא, און דערנאך איז ער געווען דאהי אין אמעריקא. איינער איז אים צוגעקומן און געוואלט פארקויפן זאכן פון זיין טאטע פון דייטשלאנד, און ער האט געפרעגט ר' אהרן קוטלר וואס האט אים געזאגט אז ער האט נישט קיין רעכט דערצו, דאס איז ווי א מציל מזוטו של ים ושללותו של נהר. עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ, איך האב נישט די ברירה דאס מברר צו זיין איצט. און מה גם אז טאמער קיינער האט נישט קיין סימן אדער אפילו טביעת עין אויף דעם, גלויב איך נישט אז דאס טרעפן אין די גיט פון דער דברי חיים איז א ראיה אז עס באלאנגט צו זיין אייניקלאך. נישט דאס מיינט 'מקום הוי סימן', און קיינער ווייסט נישט פון גארנישט. לדעתי בלייבט עס ביי דער וואס האט עס געטראפן, ותו לא. אבער מיט אזא מיינונג, ווער וועט מיר דינגן אלס טוען? דער טרעפער? ער דארף מיר דאך נישט האבן.

מהיכי תיתי » מאנטאג יוני 15, 2020 5:59 pm

· #451754
ווער האט עס געטראפען? ארכעאלאגען מטעם וועלכע אייניקלעך?

לכאורה געהערט עס טאקע צו דעם צאנז-גריבוב'ער שליט"א.

ובענין זה, כידוע איז דער הייליגער דברי חיים נישט געשלאפען אויף א בעט, נאר זיך אנגעשפארט אויפן באנק.
זייט טשעיס האט געעפענט זייער לאקאציע אונטער ביתו נאווה קודש פונעם גריבוב'ער איז ער זיך אויך נוהג צו שלאפן "אויף א באנק". און טאקע צוליב דעהם האט ער געטוישט די נאמען אויף פלעין-צאנז.

יואליש » מאנטאג יוני 15, 2020 6:07 pm

· #451755
עס איז שווער צו גלייבן אז דאס האט באלאנגט פאר רבני נכדי האדמו"ר מצאנז, וועלכע האבן זיך זיכער געפירט עפ"י מנהגי זקנם בעל דברי חיים זצ"ל נישט צו לאזן נעכטיגן קיין פרוטה אין שטוב, און צו פאר'משכונ'ען אלע זילבערנע כלים.
So we unearthed the Tzanzer pawnshop.

לבי ובשרי » מאנטאג יוני 15, 2020 7:16 pm

· #451767
רבותי, כ'מיין אז כ'עפן א ביזנעס פון גראבן ארום הייזער אין פוילן וכו'. כ'זוף א שותף

חסידישער_ספקן » מאנטאג יוני 15, 2020 7:50 pm

· #451776
לבי ובשרי
רבותי, כ'מיין אז כ'עפן א ביזנעס פון גראבן ארום הייזער אין פוילן וכו'. כ'זוף א שותף

יארן האבן די אנטיק האנדלער זיך געדרייט אין די שולן פון פולין אוקריינא וכו, ביז זיי האבן אלעס אויסגעליידיגט. אפשר יעצט וועלן זיי זיך דרייען מיט טראקטארס.....

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 15, 2020 9:55 pm

· #451812
עס איז שווער צו גלייבן אז דאס האט באלאנגט פאר רבני נכדי האדמו"ר מצאנז, וועלכע האבן זיך זיכער געפירט עפ"י מנהגי זקנם בעל דברי חיים זצ"ל נישט צו לאזן נעכטיגן קיין פרוטה אין שטוב, און צו פאר'משכונ'ען אלע זילבערנע כלים.
די לעגענדע פון נישט לאזן איבערנעכטיגן קיין פרוטה אין שטוב איז אנגענומען. אבער פארמשכונ'ען די כלים איז נישט ידוע...!

אישתישבי » מאנטאג יוני 15, 2020 11:42 pm

· #451832
אוודאי האט ער פארמשכון'ט די בעכער.

איך שיהיה באלאנגט עס פאר די פוילישע רעגירונג. נישט קיין איינע פין די אייניקלעך.

אפילו דער גריבובער קומט נישט פין צאנז, זיין זיידע האט געוואוינט אינגאנצען ערגעץ אנדערש.

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 16, 2020 2:42 am

· #451878
צו די פרייד פון אנש ווילן מיר מודיע זיין אז אנדערש ווי ביז היינט וועט מען פאר א נתינה פון בלויז צען דאלאר און העכער תיכף זוכה זיין אין א בעכער פון צאנזער רב...

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 16, 2020 2:57 am

· #451881
ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז שווער צו גלייבן אז דאס האט באלאנגט פאר רבני נכדי האדמו"ר מצאנז, וועלכע האבן זיך זיכער געפירט עפ"י מנהגי זקנם בעל דברי חיים זצ"ל נישט צו לאזן נעכטיגן קיין פרוטה אין שטוב, און צו פאר'משכונ'ען אלע זילבערנע כלים.
דארף מען זוכן די אייניקלעך פון דער מלוה אין שטאט וואס האט אים געבארגט דאס געלט, פאר אים באלאנגט עס.

דאס איז איינמאל זיכער, פאר מיר באלאנגט עס נישט.

איך בין נאר נייגעריג צו עפ"י דין האט איינער א תביעה דערויף. הרב משה אייזעמאן האט געלערנט אין פאנאוויעז אין ליטא, און דערנאך איז ער געווען דאהי אין אמעריקא. איינער איז אים צוגעקומן און געוואלט פארקויפן זאכן פון זיין טאטע פון דייטשלאנד, און ער האט געפרעגט ר' אהרן קוטלר וואס האט אים געזאגט אז ער האט נישט קיין רעכט דערצו, דאס איז ווי א מציל מזוטו של ים ושללותו של נהר. עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ, איך האב נישט די ברירה דאס מברר צו זיין איצט. און מה גם אז טאמער קיינער האט נישט קיין סימן אדער אפילו טביעת עין אויף דעם, גלויב איך נישט אז דאס טרעפן אין די גיט פון דער דברי חיים איז א ראיה אז עס באלאנגט צו זיין אייניקלאך. נישט דאס מיינט 'מקום הוי סימן', און קיינער ווייסט נישט פון גארנישט. לדעתי בלייבט עס ביי דער וואס האט עס געטראפן, ותו לא. אבער מיט אזא מיינונג, ווער וועט מיר דינגן אלס טוען? דער טרעפער? ער דארף מיר דאך נישט האבן.
ליטוואק פון בודאפעסט: דארפסטו זעהן וועלכער צד צאלט די מערסטע. און דו זאלסט גיין זיין דער טוען פאר זיי.

ביז היינט ביניך נאר געווען א טוען דארט וואו איך האב געגלייבט אז מיין קליענט איז גערעכט. אבער די גרויסע טוענים קענען גיין טענה'ן אפילו ווען זיי האלטן אז זייער בעל דין איז נישט גערעכט...!

נאר דו דערמאנסט מיך די מעשה פון ווען די 3 מענטשן זענען געזיצן צוזאמען און געלערנט די גמ'? וואו ס'שטייט איבער די גרויסקייט פון יונתן בן עוזיאל אז..."עוף הפורח באוויר נשרף"...! אן אונגערישער, א חסיד און א ליטוואק. א יעדער איז נתפעל געווארן פון די גמרא. דער אונגערישער האט געזאגט..."ס'איז מסתמא געווען א גוט שטיקל געבראטן פלייש"...! דער חסיד האט געזאגט..."געטס א קוק איבער די גרויסקייט פון דעם תנא"...! און דער ליטוואק האט געחקר'ט אויב ער איז עפ"י הלכה געווען מחוייב צו באצאלן"...!

צפור בודד » דינסטאג יוני 16, 2020 5:26 am

· #451885
berlbalaguleh
עס איז שווער צו גלייבן אז דאס האט באלאנגט פאר רבני נכדי האדמו"ר מצאנז, וועלכע האבן זיך זיכער געפירט עפ"י מנהגי זקנם בעל דברי חיים זצ"ל נישט צו לאזן נעכטיגן קיין פרוטה אין שטוב, און צו פאר'משכונ'ען אלע זילבערנע כלים.
די לעגענדע פון נישט לאזן איבערנעכטיגן קיין פרוטה אין שטוב איז אנגענומען. אבער פארמשכונ'ען די כלים איז נישט ידוע...!
דער מאן זאגט אז ס'נעכטיגט ביים אים נישט קיין פרוטה און די רביצן פאר'משכונ'ט...

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 16, 2020 6:12 am

· #451887
berlbalaguleh


נאר דו דערמאנסט מיך די מעשה פון ווען די 3 מענטשן זענען געזיצן צוזאמען און געלערנט די גמ'? וואו ס'שטייט איבער די גרויסקייט פון יונתן בן עוזיאל אז..."עוף הפורח באוויר נשרף"...! אן אונגערישער, א חסיד און א ליטוואק. א יעדער איז נתפעל געווארן פון די גמרא. דער אונגערישער האט געזאגט..."ס'איז מסתמא געווען א גוט שטיקל געבראטן פלייש"...! דער חסיד האט געזאגט..."געטס א קוק איבער די גרויסקייט פון דעם תנא"...! און דער ליטוואק האט געחקר'ט אויב ער איז עפ"י הלכה געווען מחוייב צו באצאלן"...!

מיר האט מען דערציילט אט די מעשה, מיט א פארקערטן סדר. דער פאנטשליין איז געווען דער אונגארישער.

קאך_לעפל » דינסטאג יוני 16, 2020 7:43 am

· #451891
אויב דאס איז די צאנזער אוצר, קענען מיר קוים ווארטן מ'זאל אנטפלעקן דעם רוזשענער אוצר...

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 16, 2020 8:33 am

· #451893
עס איז שווער צו גלייבן אז דאס האט באלאנגט פאר רבני נכדי האדמו"ר מצאנז, וועלכע האבן זיך זיכער געפירט עפ"י מנהגי זקנם בעל דברי חיים זצ"ל נישט צו לאזן נעכטיגן קיין פרוטה אין שטוב, און צו פאר'משכונ'ען אלע זילבערנע כלים.
"נישט איבער נעכטיגן אין שטוב" אבער אפשר אין גארטן יא..

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 16, 2020 10:50 am

· #451912
לבי ובשרי
רבותי, כ'מיין אז כ'עפן א ביזנעס פון גראבן ארום הייזער אין פוילן וכו'. כ'זוף א שותף

לבי ובשרי:איך האב א שותף פאר דיר. ער הייסט יאנאש טישקאווסקי. ער וואוינט אויף נאלעווקא 35. ער ארבעט אין ---א קאך. אין בעיסמענט פון די ישיבה הקדושה... דו קענסט רעדן צו איהם אידיש. ער וועט דיר צוריקענטפערן אין פויליש. קיין ענגליש קען ער ממילא נישט...!

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 16, 2020 10:53 am

· #451913
ליטוואק פון בודאפעסט
berlbalaguleh


נאר דו דערמאנסט מיך די מעשה פון ווען די 3 מענטשן זענען געזיצן צוזאמען און געלערנט די גמ'? וואו ס'שטייט איבער די גרויסקייט פון יונתן בן עוזיאל אז..."עוף הפורח באוויר נשרף"...! אן אונגערישער, א חסיד און א ליטוואק. א יעדער איז נתפעל געווארן פון די גמרא. דער אונגערישער האט געזאגט..."ס'איז מסתמא געווען א גוט שטיקל געבראטן פלייש"...! דער חסיד האט געזאגט..."געטס א קוק איבער די גרויסקייט פון דעם תנא"...! און דער ליטוואק האט געחקר'ט אויב ער איז עפ"י הלכה געווען מחוייב צו באצאלן"...!

מיר האט מען דערציילט אט די מעשה, מיט א פארקערטן סדר. דער פאנטשליין איז געווען דער אונגארישער.

ס'גייט ביידע וועגן...!

cictim » דינסטאג יוני 16, 2020 11:05 am

· #451915
האסט גע'הרג'עט די מעשה - די פאנטשליין גייט אזוי:
און דער אונגארישער האט געזאגט..."יוש, נעבעך די פייגעלע"...

יין שרף » דינסטאג יוני 16, 2020 11:27 am

· #451917
ליטוואק פון בודאפעסט
berlbalaguleh


נאר דו דערמאנסט מיך די מעשה פון ווען די 3 מענטשן זענען געזיצן צוזאמען און געלערנט די גמ'? וואו ס'שטייט איבער די גרויסקייט פון יונתן בן עוזיאל אז..."עוף הפורח באוויר נשרף"...! אן אונגערישער, א חסיד און א ליטוואק. א יעדער איז נתפעל געווארן פון די גמרא. דער אונגערישער האט געזאגט..."ס'איז מסתמא געווען א גוט שטיקל געבראטן פלייש"...! דער חסיד האט געזאגט..."געטס א קוק איבער די גרויסקייט פון דעם תנא"...! און דער ליטוואק האט געחקר'ט אויב ער איז עפ"י הלכה געווען מחוייב צו באצאלן"...!

מיר האט מען דערציילט אט די מעשה, מיט א פארקערטן סדר. דער פאנטשליין איז געווען דער אונגארישער.

ווענדט זיך וועם מען זוכט צו פאנטשען..

יין שרף » דינסטאג יוני 16, 2020 11:43 am

· #451920
היינט פון JCN
א גרויסע התרגשות הערשט ביי חסידישע היסטאריקער, נאכדעם וואס עס איז געטראפן געווארן א גרויסע אוצר מיט זילבערנע כלים אין שטאט צאנז. א גרופע ארכעלאגן וואס טוהן פארש ארבעט אין שטאט צאנז, האבן נעכטן זונטאג געגראבן הארט נעבן ביתו נאוה קודש פון הרה"ק מצאנז זי"ע ווען פלוצלינג איז אנדעקט געווארן פאר זייערע אויגן א היסטארישע אוצר פון זילבערווארג, צווישן זיי: א זילבערנע שטעקן, א זילבערנע וויין-פלעשל, א זילבערנע בעכער, א סטעמפל, לעפלעך, גאפלעך און עסצייג.
א סטעמפל? קען מען דאך זעהן פון וועם.

קאך_לעפל » דינסטאג יוני 16, 2020 11:50 am

· #451922
מען קען זיך באנוצן מיט די טרערן פונעם הייליגן צאנזער רב וואס ליגט אנגעטראפט אויף זיין ספר תורה פאר די. ען. עי. פעסטצושטעלן צי דער הייליגער רב האט זיך ווירקליך באנוצט מיט אט די זילבענע געשיר. דער ספר תורה ליגט היינט ביי ר' משה שמואל זופניק. ער ארגומענטירט אז די פלעקן אויפן ספר זענען פון די טרערן פון הייליגן דברי חיים זי''ע. וואויל איז דער וואס גלייבט...

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 16, 2020 11:54 am

· #451923
יין שרף
היינט פון JCN
א גרויסע התרגשות הערשט ביי חסידישע היסטאריקער, נאכדעם וואס עס איז געטראפן געווארן א גרויסע אוצר מיט זילבערנע כלים אין שטאט צאנז. א גרופע ארכעלאגן וואס טוהן פארש ארבעט אין שטאט צאנז, האבן נעכטן זונטאג געגראבן הארט נעבן ביתו נאוה קודש פון הרה"ק מצאנז זי"ע ווען פלוצלינג איז אנדעקט געווארן פאר זייערע אויגן א היסטארישע אוצר פון זילבערווארג, צווישן זיי: א זילבערנע שטעקן, א זילבערנע וויין-פלעשל, א זילבערנע בעכער, א סטעמפל, לעפלעך, גאפלעך און עסצייג.
א סטעמפל? קען מען דאך זעהן פון וועם.
אבער מ'קען נישט זען פון וועם עס איז נישט און איי געסס ס'וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן שטארק וועלן עס אסאסיאצירן מיט'ן דברי חיים. אלס חיגר (?) איז מסתמא דער שטעקן אין פלאץ?!

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 16, 2020 11:59 am

· #451924
אזוי ווי קברים געגייכעכץ איז אנטיקן האנדלונגען גאר שטארק אין סטייל ביי אונז און אסאך ביי אונז וואס כאפן א שטויס אין די מיטעלע יארן כאפן זיך צו די אנטיקן מסחר. מיט אזויפיל אמונות טפילות און אביעקטן געצן-דינעריי איז דאס אפנים א גוט-גייענדע געשעפט. איך קען עמיצער, נישט א חרדי, וואס האנדלט ער מיט אלטע ספרים און מערסטנס פון זיינע קונים זענען היימישע אידן וואס קויפן די נועם אלימלךס און געבענטשטע גארטלעך.

אישתישבי » מיטוואך יוני 17, 2020 12:42 am

· #451976
וואס ווייסן זיי די ארכעאלאגן.

איך אויך » מיטוואך יוני 17, 2020 1:13 am

· #451977
אישתישבי

איך שיהיה באלאנגט עס פאר די פוילישע רעגירונג. נישט קיין איינע פין די אייניקלעך.

ממש אזוי? אפשר קען איך דיר אויסשיסן/פארגאזן און צונעמען דיין פארמעגנס? לאמיר נאר וויסן וויפיל דו ביסט ווערט איך זאל וויסן אויב עס לוינט זיך.