☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » מצבה המקורי פון סניגורן של ישראל הרה"ק הקדושת לוי זיעועכי"א

מצבה המקורי פון סניגורן של ישראל הרה"ק הקדושת לוי זיעועכי"א

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13950

חסידישער_ספקן » מיטוואך יוני 17, 2020 12:27 pm

· #451987
מצבה המקורי פון סניגורן של ישראל הרה"ק הקדושת לוי זיעועכי"א
אריה ארליך אויף טוויטר:
אני חושף בטורי בעיתון: בעבודות חישוף שנעשו לאחרונה, בחסות הקורונה, באוהל של הרבי הקדוש ר' לוי יצחק מברדיטשוב זי"ע - התגלתה המצבה המקורית(!) של הצדיק ושלושת בניו, כחלק ממה שהיה האוהל המקורי במשך 120 שנה, עד לשואה. בתמונה: רב העיר הרב משה טאלר, יחד עם הרב וילהלם, באוהל שנחשף.
המקום של המצבה הוא עמוק מתחת לאוהל המקורי, במרחק מסוים ממה שהיה מיוחס בשנים האחרונות כמצבת הצדיק. כך יצא שמי שהתפלל ליד ה"מצבה" השגויה - דרך, בשגגה כמובן, על קברו של הצדיק. ודבר כזה - לדרוך בשגגה על ציון הצדיק כדי להתפלל במקום - זה הרי הכי רבי לוי יצחק בעולם! בקיצור, מרגש מאוד.
📎 EaufcCAXQAA-Jo2.jpeg.jpg

יודישע שרייבער » מיטוואך יוני 17, 2020 1:05 pm

· #451989
אפאר יאר צוריק (קיץ ע"ז) האט מען געריקט די מקום מנוחה פונעם הייליגן בארדיטשוב'ער מיט אפאר מעטטער ארויסצו פון אוהל און זיי האבן שוין אפילו געבויעט נייע מציבות, יעצט ריקן זיי עס צוריק אריין אין אוהל אבער אפאר פיס געריקט פון די פריערדיגע פלאץ, אז זיי זענען אליינס מודה אז זיי האבן זיך צוויי מאל טועה געווען פארוואס זאל איך זיי גלייבן א דריטע מאל?

ס'פילט זיך שוין כמעט ווי דער טשאלמער טור-גייד וואס האט געמאכט שמואל א און שמואל ב נאר דא איז שוין דא א בארדיטשוב ג... זיי דארפן ארויסקומען מיט א קלארע ערקלערונג וואס דא גייט פאר...

mevakesh » מיטוואך יוני 17, 2020 1:13 pm

· #451990
מען דארף זאפארט רופן א מאסן פראטעסט און פארשרייען די חוצפה פון די שענדליכע חפירות וואס היימישע יידן טוען אהן קיין בושה ביים ציון פונעם סניגורן של ישראל דער הייליגער בארדיטשיבער רב זי"ע

עוקר הרים » מיטוואך יוני 17, 2020 4:08 pm

· #451998
Re: מצבה המקורי פון סניגורן של ישראל הרה"ק הקדושת לוי זיעועכ
חסידישער_ספקן
אריה ארליך אויף טוויטר:
אני חושף בטורי בעיתון: בעבודות חישוף שנעשו לאחרונה, בחסות הקורונה, באוהל של הרבי הקדוש ר' לוי יצחק מברדיטשוב זי"ע - התגלתה המצבה המקורית(!) של הצדיק ושלושת בניו, כחלק ממה שהיה האוהל המקורי במשך 120 שנה, עד לשואה. בתמונה: רב העיר הרב משה טאלר, יחד עם הרב וילהלם, באוהל שנחשף.
המקום של המצבה הוא עמוק מתחת לאוהל המקורי, במרחק מסוים ממה שהיה מיוחס בשנים האחרונות כמצבת הצדיק. כך יצא שמי שהתפלל ליד ה"מצבה" השגויה - דרך, בשגגה כמובן, על קברו של הצדיק. ודבר כזה - לדרוך בשגגה על ציון הצדיק כדי להתפלל במקום - זה הרי הכי רבי לוי יצחק בעולם! בקיצור, מרגש מאוד.
ווי ווייט אוועק איז די אוהל מיט די פריש געטראפנע מצבות פון די ביז יעצטיגע אוהל?

יודישע שרייבער » מיטוואך יוני 17, 2020 4:35 pm

· #451999
עוקר הרים
ווי ווייט אוועק איז די אוהל מיט די פריש געטראפנע מצבות פון די ביז יעצטיגע אוהל?

זעקס פיס טיפער, ס'איז אין די זעלבע אוהל (אינמיטן אוהל) נאר אפאר פיס געריקט פון ווי די "אפיציעלע" מציבה איז געווען (ביים וואנט)...
ס'כאפט מיר א פחד וויפיל מאל איך האב געטרעטן אויף זיין קבר (אויב דאס מאל איז עס יא די ריכטיגע קבר כאמור לעיל)...

שאראש-פאטאק » מיטוואך יוני 17, 2020 8:29 pm

· #452005
ווער האט זיך גענימען צו גראבען אין אייראפע יעצט.קודם אין צאנז.אין יעצט אין בארדיטשוב?

חסידישער_ספקן » מיטוואך יוני 17, 2020 8:29 pm

· #452006
שאראש-פאטאק
ווער האט זיך גענימען צו גראבען אין אייראפע יעצט.קודם אין צאנז.אין יעצט אין בארדיטשוב?

זיי שרייבן אז צוליב די קורונה האבן זיי געקענט ארבעטן אן שטער.

חסידישער_ספקן » מיטוואך יוני 17, 2020 8:34 pm

· #452007
יודישע שרייבער
אפאר יאר צוריק (קיץ ע"ז) האט מען געריקט די מקום מנוחה פונעם הייליגן בארדיטשוב'ער מיט אפאר מעטטער ארויסצו פון אוהל און זיי האבן שוין אפילו געבויעט נייע מציבות, יעצט ריקן זיי עס צוריק אריין אין אוהל אבער אפאר פיס געריקט פון די פריערדיגע פלאץ, אז זיי זענען אליינס מודה אז זיי האבן זיך צוויי מאל טועה געווען פארוואס זאל איך זיי גלייבן א דריטע מאל?

ס'פילט זיך שוין כמעט ווי דער טשאלמער טור-גייד וואס האט געמאכט שמואל א און שמואל ב נאר דא איז שוין דא א בארדיטשוב ג... זיי דארפן ארויסקומען מיט א קלארע ערקלערונג וואס דא גייט פאר...

עס איז טאקע א צומעשיניש. איין זאך איז איצטער קלאר, אויף די אלטע פלאץ ליגט נישט האי קדוש אלוקים. די גאנצע ערד פון די אהל איז אפען און מען האט געטראפן גאנצע מציבות אינטען מיט די ערד און די ווענט פון די אלטע אוהל.
זיי טענה'ן אז ביים קריג האבן די ארטיגע יודען איבערגעדעקט פון אויבן מיט א שטיק צעמענט. יעצט האבן זיי דאס אויפגעהאקט בעצם צו מאכן הייצונג, און צו זייער שאק האט זיך דאס אנטפלעקט.

עוקר הרים » מיטוואך יוני 17, 2020 9:16 pm

· #452010
Re: מצבה המקורי פון סניגורן של ישראל הרה"ק הקדושת לוי זיעועכ
יודישע שרייבער
אפאר יאר צוריק (קיץ ע"ז) האט מען געריקט די מקום מנוחה פונעם הייליגן בארדיטשוב'ער מיט אפאר מעטטער ארויסצו פון אוהל און זיי האבן שוין אפילו געבויעט נייע מציבות, יעצט ריקן זיי עס צוריק אריין אין אוהל אבער אפאר פיס געריקט פון די פריערדיגע פלאץ, אז זיי זענען אליינס מודה אז זיי האבן זיך צוויי מאל טועה געווען פארוואס זאל איך זיי גלייבן א דריטע מאל?

ס'פילט זיך שוין כמעט ווי דער טשאלמער טור-גייד וואס האט געמאכט שמואל א און שמואל ב נאר דא איז שוין דא א בארדיטשוב ג... זיי דארפן ארויסקומען מיט א קלארע ערקלערונג וואס דא גייט פאר...
כבין סתם נייגעריג, וואס איז דעמאלס געוועהן די סיבה אויף עס ריקען?

אישתישבי » דאנערשטאג יוני 18, 2020 3:23 pm

· #452094
ווייל זיי האבן געמיינט אז עס איז ריכטיג.

דער מציבה פין ר"ר אלימלך איז מן הסתם נישט אין די ריכטיגע פלאץ.

שאראש-פאטאק » דאנערשטאג יוני 18, 2020 8:42 pm

· #452154
אישתישבי
ווייל זיי האבן געמיינט אז עס איז ריכטיג.

דער מציבה פין ר"ר אלימלך איז מן הסתם נישט אין די ריכטיגע פלאץ.

בפשטות נישט. וועגען פאר די מלחמה איז געווען 2 שטיבער אין איינס איז געליגען ד ר''ר אלימלך אין די אנדערע איז געליגען די קינדער. היינט איז נישטא קיין 2 שטיבער פינקלעך ווייסט מען נישט
צווייטענס די לעליבע רביס גייען צו א אנדערע מקום אז דארט ליגט די ר''ר אלימלך

נקודת-אמת » דאנערשטאג יוני 18, 2020 8:48 pm

· #452156
עוקר הרים
יודישע שרייבער
אפאר יאר צוריק (קיץ ע"ז) האט מען געריקט די מקום מנוחה פונעם הייליגן בארדיטשוב'ער מיט אפאר מעטטער ארויסצו פון אוהל און זיי האבן שוין אפילו געבויעט נייע מציבות, יעצט ריקן זיי עס צוריק אריין אין אוהל אבער אפאר פיס געריקט פון די פריערדיגע פלאץ, אז זיי זענען אליינס מודה אז זיי האבן זיך צוויי מאל טועה געווען פארוואס זאל איך זיי גלייבן א דריטע מאל?

ס'פילט זיך שוין כמעט ווי דער טשאלמער טור-גייד וואס האט געמאכט שמואל א און שמואל ב נאר דא איז שוין דא א בארדיטשוב ג... זיי דארפן ארויסקומען מיט א קלארע ערקלערונג וואס דא גייט פאר...
כבין סתם נייגעריג, וואס איז דעמאלס געוועהן די סיבה אויף עס ריקען?

מעיקרא האט מען געהאט די מעפס פונעם בית החיים, און נאך מ'איז צוריק געקומען און געוואלט צוריק-שטעלן,
האבן זיי געוואלט ווי ווייניגער טשעפען מקום מנוחת האי קדוש,
במילא, איינ-מאהל מ'האט געטראפן די צוויי בימ'ס פונעם אלט'ן אוהל, האט מען צוריק אויפגעבויט דעם אוהל ע"פ עדות פון די וואס האבן געדענקט,
למעשה, עטליכע חדשים צוריק האט מען געכאפט אז מ'האט געבויט דעם אוהל נישט אויפן ריכטיגע ריכטונג,
(כלו' אז מ'האט די בימ'ס וועלכע מ'האט געטראפן בשעתו, זענען געוועהן די בימ'ס פון דרום, און עכט איז דאס געוועהן די בימ'ס פון צפון,
און מ'איז געוואר געווארן אז די אוהל איז געוועהן געבויט אלע יאהרן בסמיכות צום אלט'ן אוהל,)
איצטער האבן זיי געפונען אז ס'איז דארט ווי מ'פלעגט שטייען נעבן דעם ציון הק',
(איך ווייס נישט אויב ס'איז ווי מ'פלעגט שטייען אלע יאהרן, אדער נאר אין די לעצטע האלבע יאהר)

גראף » דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:24 pm

· #452170
Re: מצבה המקורי פון סניגורן של ישראל הרה"ק הקדושת לוי זיעועכ
סתם אזוי, איך בין יארן צוריק געפארן מיט רייכבערג טרעוועל פאר כ''א און מען איז געפארן אלל אווער און ר' מענדל רייכבערג ע''ה איז אויך מיט געקומען. איך האב שוין דעמאלסט געהערט (נישט פון עם) אז אסאך קברי צדיקים זענען חרוב געווארן רח''ל און די געביין ליגט נישט דארט נאר מען האט געשטעלט א מציבה אדער א אוהל און אפילו אויב די רשעים האבן נישט אויף געגראבן האט מען געשטעלט שפעטער א מציבה וואס איז אסאך מאל נאר סמוך ונראה און נישט פונקטליך אויף די ארגינעלע פלאץ.
איז עס טאקע אזוי אדער האט מען זיכער געמאכט?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

יודישע שרייבער » פרייטאג יוני 19, 2020 12:41 am

· #452194
אישתישבי
ווייל זיי האבן געמיינט אז עס איז ריכטיג.

דער מציבה פין ר"ר אלימלך איז מן הסתם נישט אין די ריכטיגע פלאץ.

ביים איבערבויען די אוהל פון רבי ר' אלימלך נאכן קריג האט מען קלאר געוויסט אז מען ווייסט נישט פונקטליך ווי ער ליגט, אויך האט מען עס געמאכט פון צוויי צימערן צו דריי (די דריטע פאר די פרויען).

אויך, אויב איך האב נישט קיין טעות האט ער עס געבויט מיט א טפח ליידיג אין די פאנדומענט אז ס'זאל נישט הייסן אז מען טרעט ממש אויף די קבר (וויבאלד ס'איז חוצץ לגבי טומאת מת), עכ"פ אזוי האב איך געהערט יארן צוריק בשם איינער פון די רייכבערג'ס, פאר מיר פערזענליך האט עס גראדע נישט געמאכט קיין סענס און איך נעם נישט קיין אחריות...

חסידישער_ספקן » דינסטאג יוני 23, 2020 9:27 pm

· #452817
[ציטאט אראפגענומען]

ווער האט געגעבן רעכט? זיי זאגען אז אלעס איז געטוהן געווארן בהוראת רב, און מיט מומחים לדבר. זעה אין העברעאישע משפחה פארגאנגענע וואך אלי פרטים.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 23, 2020 9:29 pm

· #452818
[ציטאט אראפגענומען]

על כגון דא נאמר "וועעער האט איייייך געפרעעעגט?!" (מיט'ן נוסח המקובל)

חסידישער_ספקן » דינסטאג יוני 23, 2020 9:49 pm

· #452822
[ציטאט אראפגענומען]

מאך גרויס די בילד וועסטו קלאר זעהן פיר. אזוי אויך איז שוין דא אסאך קליפס ווי מען זעהט קלאר.
איך מיין אז קיינער האט נישט מחליט געווען ווער איז ווי.