תוהו ובוהו
אין א סייד נאוט: מאחורי איז דריי מאל אזוי טויט ווי ק"ש, ס'מער געמאכט פאר אלטע ניקס צו קענען זיך נישט-אנרופען אין א מער פריוואטע פארום.. (איי געס זיי נעמען די "דברים שהשתיקה יפה להם" בוכשטעבליך.. 😃 )
אדרבה, אז מ'וועט פון צייט-צו-צייט אריינברענגן יונגע כוחות, וועט זיין אביסל ווייניגער טויט דארט'ן...
לא תוה"ו לשבת יצרה בראה...איז דא א וועג אריין אין מאחורי?
כ'מיין עס ערנסט.
נעכטען איז סדרן דא געווען. איינער איז געהאלפן געווארן?
איך פרעג פאר אינטערעסאנטקייט, איך קים נאך נישט נאך די תקנה פון פיפציג זאכליכע תגובות פון 100 ווערטער
נפהנעכטען איז סדרן דא געווען. איינער איז געהאלפן געווארן?
איך פרעג פאר אינטערעסאנטקייט, איך קים נאך נישט נאך די תקנה פון פיפציג זאכליכע תגובות פון 100 ווערטער
געהאלפען געווארען בין איך נישט, אבער א גיטע פסק יא (מיט רעכט), אפשר בזכות דעים וועל איך אויפגעראכטן ווערן.
קהל'ס נערנפהנעכטען איז סדרן דא געווען. איינער איז געהאלפן געווארן?
איך פרעג פאר אינטערעסאנטקייט, איך קים נאך נישט נאך די תקנה פון פיפציג זאכליכע תגובות פון 100 ווערטער
געהאלפען געווארען בין איך נישט, אבער א גיטע פסק יא (מיט רעכט), אפשר בזכות דעים וועל איך אויפגעראכטן ווערן.
זייער נייגעריג וואס די פסק איז געווען (מוזט נישט ענטפערן, אדער קענסטו ענטפערן אין אישי)
Nanachקהל'ס נערנפהנעכטען איז סדרן דא געווען. איינער איז געהאלפן געווארן?
איך פרעג פאר אינטערעסאנטקייט, איך קים נאך נישט נאך די תקנה פון פיפציג זאכליכע תגובות פון 100 ווערטער
געהאלפען געווארען בין איך נישט, אבער א גיטע פסק יא (מיט רעכט), אפשר בזכות דעים וועל איך אויפגעראכטן ווערן.
זייער נייגעריג וואס די פסק איז געווען (מוזט נישט ענטפערן, אדער קענסטו ענטפערן אין אישי)
פעלט נישט אויס "צו ענטפערן אין אישי"... ס'איז פאבליק נאלעדזש 😃
זעה דא:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/485934">viewtopic.php?p=485934#p485934</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/485944">viewtopic.php?p=485944#p485944</a><!-- l -->
קהל'ס נערנפהנעכטען איז סדרן דא געווען. איינער איז געהאלפן געווארן?
איך פרעג פאר אינטערעסאנטקייט, איך קים נאך נישט נאך די תקנה פון פיפציג זאכליכע תגובות פון 100 ווערטער
געהאלפען געווארען בין איך נישט, אבער א גיטע פסק יא (מיט רעכט), אפשר בזכות דעים וועל איך אויפגעראכטן ווערן.
דו ווייסט דאך די מעשה. כ'ווייס (וועיס) נישט צי ס'פאסט איבערדערציילן. שוין...ס'איז אמאל געווען (אזוי שמועסט מען ) אין בארא פארק 2 גוטע חברים. איין חבר זאגט צו דעם צווייטן..."דו האסט געהערט? ס'איז יעצט אנגעקומען א גרויסער בעל מקובל. ער געט ארויס וואונדערליכע תיקוני תשובה. לאמיר זיך אריבערכאפן צו איהם. גוט. איין טאג (נאך מעריב) גייען ביידע חברים צו דעם גרויסן רעבי'ן ובעל מקוגל. איין חבר זאגט צום צווייטן.."דו גיי אריין ערשט. און איב ס'וועט זיין עפעס א גוטע תיקון תשובה וועל איך אויך גיין".
שוין. די ערשטער חבר גייט אריין. די רבי הייבט איהם אן אויסצופרעגן...אפשר האסטו (ח"ו) געטון אן עבירה מיט די א"א וואס וואוינט אויף די 15'טע עוועניו? אדער גאר מיט די גרושה וועלכע וואוינט אויף די 43'סטע גאס. אדער גאר מיט די אלמנה פון 58...?!. נאך א שטיק צייט גייט ער ארויס. זיין חבר פרעגט ביי איהם...נו, האסט באקומען עפעס א גוטן תיקון תשובה...?! זאגט ער. ...א תשובה, ווייס איך נישט. אבער איך האב באקומען א פאר נייע אדרעסן...!
בקיצור, ער האט באקומען פונעם רבי'ן מאחורי אפדעיטס...
דאס דערמאנט מיך, ס'געווען (אין בארא פארק) א טייערער איד מיט'ן נאמען הרב מרדכי צבי סאסנא ז"ל. ער פלעגט שרייבן אין "דער איד". בדרך כלל איז ער געווען א מוסר זאגער. ער האט אייביג ארויסגעזוכט און געטראפן עוולות ביי כלל ישראל, און ער האט גערופן לתשובה ותיקון המעשים...!
איינס פון די אינטרעסאנטע זאכן ביי איהם איז געווען אז ער האט אלץ אויסגערעכנט וואו דער אידישער יונגווארג (און אפשר עלטערער עולם אויך) קומט זיך צוזאם און מ'הוליעט, און מ'טוט מעשים אשר לא יעשו, ספעציעל אין די קאנטרי. האט ער פארציילט איבער די אלע פלעצער און אנגעגעבן די אדרעסן. האט איינער א לץ געזאגט, "ווען איך וויל זינדיגן דארף איך נישט מער ווי אריינקוקן אין דער איד, אין הרב סאסנא'ס קאלום, און איך ווייס וואו צו גיין...!
נאך א משוגעת האט ער געהאט. ער פלעגט אפליינען די סיינס פון די סטארס אויף די 13'טע עוועניו אין בארא פארק, אויב א סיין איז איהם נישט געפעלן האט ער געשריבן איבער דעם אין זיין קאלום אין דער איד. האט ער באמערקט א סיין אויף א מעיקאפ סטאר וואס אן איזראעלישע פרוי האט אויפגעמאכט. און געשריבן "היתכן מ'נעמט אזא הייליגן נאמען ווי "פנים חדשות" און מ'לייגט עס ארויף אויף א סטאר...! (דער אריגינאלער פנים חדשות איז א ספר אויף חידושי סוגיות הש"ס).
אויף נאך אן אנדערן סטאר וואס אן (איזראעלישע שיקסע?) האט אויפגעמאכט צו שערן די האר פאר מיידלעך, מיט'ן נאמען "תלתלי זהב"... האט ער קאמפלעינט אז מ'נעמט אזעלכע הייליגע ווערטער (פון שיר השירים?) און מ'לייגט עס ארויף אויף א סטאר... לאל. הרב סאסנע, זיי מוחל גיי זאג עס פאר די איזראעלישע שיקסע...ש ברים, תרועה. לאל, לאל, לאל..! זי ווייסט אפילו נישט ווער שיר השירים איז...!
berlbalaguleh
אויף נאך אן אנדערן סטאר וואס אן (איזראעלישע שיקסע?) האט אויפגעמאכט צו שערן די האר פאר מיידלעך, מיט'ן נאמען "תלתלי זהב"... האט ער קאמפלעינט אז מ'נעמט אזעלכע הייליגע ווערטער (פון שיר השירים?) און מ'לייגט עס ארויף אויף א סטאר...!
אין מיין שיר השירים שטייט "תלתלים שחורות".
הרב סאסנע פלעגט רעדן אין תפארַת יונה בשעתו. איך בין נייגעריג צו וויסן מער איבער דער מענטש. וואס איז געוועהן זיין פרנסה? פיין וואס איז באשטאנען זיין רבנות, פין שרייבן אין דער איד?
שמעקעדיגberlbalaguleh
אויף נאך אן אנדערן סטאר וואס אן (איזראעלישע שיקסע?) האט אויפגעמאכט צו שערן די האר פאר מיידלעך, מיט'ן נאמען "תלתלי זהב"... האט ער קאמפלעינט אז מ'נעמט אזעלכע הייליגע ווערטער (פון שיר השירים?) און מ'לייגט עס ארויף אויף א סטאר...!
אין מיין שיר השירים שטייט "תלתלים שחורות".
שמעקעדיג: איך רעד יעצט נישט איבער די פאקטן, איך פארצייל נאר וואס הרב סאסנא'ס קאמפלעינטס זענען געווען...! און (צווישן אונז גערעדט) דער קאמפלעינט איבער דעם סטאר וואס הייסט פנים חדשות איז דען יא א גערעכטע קאמפלעינט....?! ס'איז נישט דא קיין שום קדושה אין דעם נאמען, און די בעה"ב האט געוואלט געבן א נאמען וואס זאל ציען קאסטומערס, האט זי אויסגעוועהלט דעם נאמען...!
ועוד: (מר. קאנטרעיריען) ווייל אין שיר השירים שטייט ..."תלתלים שחורות"... און איך האב גערעדט וועגן תלתלי זהב, פאלט שוין צוזאם מיין גאנץ פשט'ל...?! איך האב נאר געברענגט וואס יענער (אויבער חכם) האט געזאגט...!
די 2 אשכולות איבער הוז"ל און די לגב"ט געמיינדע זענען אריבערגעפירט געווארן קיין מאחורי, ווי זיי באלאנגען.
די אלע וואס האבן באדייטנד בייגעשטייערט צו די אשכולות קענען בעטן צוטריט צו מאחורי און מ'וועט פרובירן צואיילן די פראסעס.
זעה איך אז מהאט אריבער געפירט א גאנצע שנירל, וואלט איך געוואלט וויסן אויב און וואס איינער האט געענטפערט אויף מיין לעצטע תגובה, (אויב יא קען יענער קומען אין אישי.).
אינעם אשכול פון הוז״ל האב איך צוגעצייכענט אן עובר אורח איבער נתעברה באמבטיה,
עס איז סימן קמח אין ספר עובר אורח לאדרת.
ביטע עדיטען
@סדרן יישר כח
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס האט מען מיר אויסגעשפארט פון מאחורי, איך האב לכאורה געשריבן די מערסטע תגובות דארט אין די לעצטע חודש צייט. געעפענט א אשכול מיט א שיינע צאל תגובות...איך פרעג פארוואס..
איך האב נאך נעכטן געשריבן א שיינע צאל תגובות..אין היינט בין איך אויסגעשפארט...
מיר האבן נישט קיין טענות, נאר א שאד מ'שיקט נישט א ווארענונג פארדעם, רוב מאל כאפט מען זיך נישט (גראדע אני הקטן האב ממש לעצטענס געעפענט א אשכול אנאנים, אויב איינער וויל וואלענטירן צו שיקן די אפדעיטס פריוואט)
[ציטאט אראפגענומען]
איך בין כסדר אקטיוו, אויב איך בין נישט אקטיוו, דאן וויס איך נישט ווער איז דארט...איך שרייב שיינע זאכן אינטער מיין ניק אין אויך אינטער אנאנים. איך קען אויפווייזען אויב עס פעלט אויס..בתקוה להבנה.
אבי גערעדטמיר האבן נישט קיין טענות, נאר א שאד מ'שיקט נישט א ווארענונג פארדעם, רוב מאל כאפט מען זיך נישט (גראדע אני הקטן האב ממש לעצטענס געעפענט א אשכול אנאנים, אויב איינער וויל וואלענטירן צו שיקן די אפדעיטס פריוואט)
איך האב יא טענות, וויבאלד איך האב פרובירט זאכן זאלן זיך רוקען דארטן, אין פונקט מיר שפארט מען אויס...
איך פארשטיי נישט די תאווה פון אויסשפארן מענטשן וואס טוהן אלס ריכטיג, נאר כדי זיי זאלן זיך בעטן בתחנונים צירוק אריינציגיין...
איך בעט דא בפרהסיא, פליז לאט מיר צירוק אריין..
איך זעה טאקע ווי א גאנצע סטאדע פון ניקים האבן זיך אויפגעוועקט, פלוצלינג זענען ערשינען נעמען וואס איך האב קיינמאל בעפאָר נישט געהערט פון זיי, איך שטעל מיך פאר אז מען האט זיי אויסגעשפארט פון מאחורי ווי זיי האבן זיך דארט ארומגעשווימען אין פיינע זאפטיגע שמעוסן אזש זיי האבן ניטאמאל געהאט קיין אפעטיט זיך צו לאזן הערן אין מלפני.
אויב אזוי שמעקט מיך אויך גאנץ פיין דארט אנצוקומען, ס'זעהט מיך אויס ווי א געשמאקע פארוויילונגס ארט.
ברוינשטייןאיך זעה טאקע ווי א גאנצע סטאדע פון ניקים האבן זיך אויפגעוועקט, פלוצלינג זענען ערשינען נעמען וואס איך האב קיינמאל בעפאָר נישט געהערט פון זיי, איך שטעל מיך פאר אז מען האט זיי אויסגעשפארט פון מאחורי ווי זיי האבן זיך דארט ארומגעשווימען אין פיינע זאפטיגע שמעוסן אזש זיי האבן ניטאמאל געהאט קיין אפעטיט זיך צו לאזן הערן אין מלפני.
אויב אזוי שמעקט מיך אויך גאנץ פיין דארט אנצוקומען, ס'זעהט מיך אויס ווי א געשמאקע פארוויילונגס ארט.
ס'נישט פאר קיין בחורים.....
וואס פאלט דיר ביי אז איך בין א בחור?
קודם כל אין בעלזא זענען בחורים נישט ערלויבט צו האבן קיין צוטריט צום געוועב.
און צווייטנס איך בין דאך שוין א זיידע, געדענקסט נישט ווי איך פלעג אנווארענען מיינע קינדער איין מאל א חודש?
די יונגע מחוצף'ל! אזוי רעדט מען?
וואס פאלט דיר ביי אז ס׳פאלט איהם ביי אז דו ביזט א בחור??
דו האסט שוין פארגעסן וואס זיידי ברוינשטיין (זז"ג) האטציך אנגעליטן פון די איינקלעך פון חם (די זון און די טעכטער) פארשטעלט ווי נוירסעס. דאס איז געווען מיט בערך 2 וואכן צוריק. זייט דאמאלס איז ער שוין געווען אין וואלד אין די הילצערנע, האלב חרוב'ע בודקע. דארט איז כאטש געווען גוט ווארעם. ווייל דער פריפיטשיק האט געהאט א סאך פרישע (טרוקענע) האלץ...!
איי, פרעגט די וועלט א קשיא. וויאזוי קען אן אלטער, שוואכער מענטש ארומקריכן אין וועלדער אין די קאלטע ווינטער חדשים? דער תירוץ איז אז אין מוקדם ומאוחר בתורה. און די נסיעה אויפ'ן אגד באס איז אויכעט נישט געווען פריער ווי א חודש צוריק...!
אדער קען מען גיין מיט די מהלך פון
אלו ואלו דברי אלקים חיים