תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13882
תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
עס באדערט מיך שוין לאנג און איך בין קיינמאל נאכנישט ארויס געקומען קלאר, לפי אלע טעמים אויף בריאת העולם און פארוואס די אייבערשטער וויל אונז זאל מען טוהן מצוות קומט לכאורה אויס אז די אייבערשטער האט געדארפט ערפילען עפעס א חסרון זיינע כביכול וואס דורך בריאת העולם און דורך אינזער מצוות ווערט דאס ערפילט, ווי למשל די טעם פון די רמח"ל להיטב מיינט אז ער האט עפעס וואס שטיפט עם כביכול צו טוהן גוטס און ער קען דאס נאר ערפילען דורך דעם וואס אונז גייען טוהן מצוות און ער גייט אונז געבען שכר, חסידות וויל מסביר זיין אז נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים איז מיינט דאס אויך לכאורה אז ער דארף ערפילען עפעס א תאווה,און ווי אזוי קען מען זאגען אויף ה' די כל יכול אז עפעס האט עם געפעהלט וואס ער האט געדארפט ערפילען מיט באשאפען דער וועלט און אונז מיט אונזער מצוות ערפילען מיר דאס??!(די תירוץ פון צומצום פארשטיי איך נישט ווייל הא גופא פארוואס האט ער זיך געוואלט מצמצם זיין?)
וקצרתי ועמוק הוא ודו"ק
איך האב קיינמאל נישט אנגעקוקט די זאך ווי, כאילו, מ'איז מסביר די סיבה מצד דעם 'אייבערשטן', דאס איז עפעס וואס ס'איז נישט מעגליך צו משיג זיין, די גאנצי שאלה איז כלפי "אונז", ודוק
Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
דאס זאגט דער
אברבנאל. ועיין בכל ה
אשכול.
Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
למעשה זעהסטו אבער אז פילע ראשונים
ואחרונים וספרי חסידות און ספעציעל ספרי חב"ד פראבירען יא מסביר צו זיין דעם רצון הבורא איז לכאורה איז יא דא א סיבה וואס מען וואלט ווען געדארפט קענען פארשטיין....
Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
מי אנידאס זאגט דער
אברבנאל. ועיין בכל ה
אשכול.
בכל האשכול שם לא ראיתי מישהו שעומד על זה גופא, דאיזה סיבה שלא יהיה התכלית של בריאת העולם עדיין קשה האיך אומרים שיש איזה חסרון אצל הקב"ה?......
Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
דאס טעקניקעלי זאגט דער אראפגעברענגטער רמב״ם
דארט אין מו״נ (ח״ג פי״ג): אז מצד הקב״ה כביכול איז טאקע בעצם נישטא קיין תכלית לבריאת העולם, ווייל ס׳פעהלט אים כביכול גארנישט אויס.
Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
מי אנידאס טעקניקעלי זאגט דער אראפגעברענגטער רמב״ם
דארט אין מו״נ (ח״ג פי״ג): אז מצד הקב״ה כביכול איז טאקע בעצם נישטא קיין תכלית לבריאת העולם, ווייל ס׳פעהלט אים כביכול גארנישט אויס.
וואס מיינט דאס? ער האט עס באשאפען פלעין פאר פאן(כביכול)?
דארט אויבן איז דא עפעס וואס איז למעלה מהשגתנו ושכל האנושי. אונזער לאגיק און ראציאנאל זענען מושגים וואס ער האט באשאפען, ער איז נישט געבינדען צו די לאגיק וואס ער האט דיך צוגעטיילט.
יעצט, אונזער שכל זאגט אז ס'איז דא א תכלית אין די בריאה, צו צופרידנשטעלן די דאזיגע אינטואציע/לאגיק (ביידע) איז דא תירוצים, אבער די עכטע-סוף-פסוק-סיבה, איז נישט מעגליך צו פארשטיין, אילו ידעתיו הייתיו.
איך וויל צולייגן א געדאנק. דאס וואס מענטשן קלערן אז אויב דער באשאפער ''וויל'' עפעס קומט אויס אז עס איז ח''ו דא א חסרון פאר אים. לכאורה איז נישט דא פארן באשאפער אזא מין זאך ווי ''ווילן'', ווייל ווי נאר ער וויל עפעס איז עס שוין גלייך אויסגעפירט. דוקא אונז מענטשן וועלכע זענען צוגעבינדן צו די בריאה ''צייט'' קוקן עס אן ווי דער אייבישטער האט עפעס ''געווילט'' און ''ערפילט'' זיין רצון. אבער באמת איז זייער שווער צו זאגן אז עס זאל בכלל זיין א רצון ביים אייבישטן, וויבאלד עס איז נישט דא וואס זאל אפטיילן די רצון פונעם פועל יוצא.
Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
כרם זיתאיך וויל צולייגן א געדאנק. דאס וואס מענטשן קלערן אז אויב דער באשאפער ''וויל'' עפעס קומט אויס אז עס איז ח''ו דא א חסרון פאר אים. לכאורה איז נישט דא פארן באשאפער אזא מין זאך ווי ''ווילן'', ווייל ווי נאר ער וויל עפעס איז עס שוין גלייך אויסגעפירט. דוקא אונז מענטשן וועלכע זענען צוגעבינדן צו די בריאה ''צייט'' קוקן עס אן ווי דער אייבישטער האט עפעס ''געווילט'' און ''ערפילט'' זיין רצון. אבער באמת איז זייער שווער צו זאגן אז עס זאל בכלל זיין א רצון ביים אייבישטן, וויבאלד עס איז נישט דא וואס זאל אפטיילן די רצון פונעם פועל יוצא.
איז וואס מיינט נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים??
Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
כרם זיתאיך וויל צולייגן א געדאנק. דאס וואס מענטשן קלערן אז אויב דער באשאפער ''וויל'' עפעס קומט אויס אז עס איז ח''ו דא א חסרון פאר אים. לכאורה איז נישט דא פארן באשאפער אזא מין זאך ווי ''ווילן'', ווייל ווי נאר ער וויל עפעס איז עס שוין גלייך אויסגעפירט. דוקא אונז מענטשן וועלכע זענען צוגעבינדן צו די בריאה ''צייט'' קוקן עס אן ווי דער אייבישטער האט עפעס ''געווילט'' און ''ערפילט'' זיין רצון. אבער באמת איז זייער שווער צו זאגן אז עס זאל בכלל זיין א רצון ביים אייבישטן, וויבאלד עס איז נישט דא וואס זאל אפטיילן די רצון פונעם פועל יוצא.
איז ווי אזוי קען מען מסביר זיין אז ער טוט זאכען אן קיין ווילען??
עוקר הריםכרם זיתאיך וויל צולייגן א געדאנק. דאס וואס מענטשן קלערן אז אויב דער באשאפער ''וויל'' עפעס קומט אויס אז עס איז ח''ו דא א חסרון פאר אים. לכאורה איז נישט דא פארן באשאפער אזא מין זאך ווי ''ווילן'', ווייל ווי נאר ער וויל עפעס איז עס שוין גלייך אויסגעפירט. דוקא אונז מענטשן וועלכע זענען צוגעבינדן צו די בריאה ''צייט'' קוקן עס אן ווי דער אייבישטער האט עפעס ''געווילט'' און ''ערפילט'' זיין רצון. אבער באמת איז זייער שווער צו זאגן אז עס זאל בכלל זיין א רצון ביים אייבישטן, וויבאלד עס איז נישט דא וואס זאל אפטיילן די רצון פונעם פועל יוצא.
איז וואס מיינט נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים??
קודם כל יישר כח פארן אנהייבן אזא תוכנדיגע ''אשכול המאמין'' (ווערטער שפיל פון אשכול ה''כופר'').
דאס וואס דו פרעגסט, מען דארף וויסן ווי אזוי אפצולערנען די מדרש. קען זיין די מדרש רעדט כלפי די מענטשהייט אז מיר דארפן אויספירן מצוות ווי ''כאילו'' התאוה הקב''ה. אבער די אמתע סיבה פון תורה ומצות איז ''ווייל אזוי האט געדארפט זיין'' און פונקט ווי מיר פארשטייען נישט די קאנצעפט פון ''היה הוה ויהיה'' וויבאלד עס איז העכער פון אונזער באגריף. די זעלבע קענען מיר נישט פארשטיין פארוואס די וועלט מיט מענטשן האט געדארפט זיין.
אדרבה דאס איז נאר מיינע געדאנקן לאמיר עס אויסארבעטן בדיבוק חברים.
עוקר הריםמי אנידאס טעקניקעלי זאגט דער אראפגעברענגטער רמב״ם
דארט אין מו״נ (ח״ג פי״ג): אז מצד הקב״ה כביכול איז טאקע בעצם נישטא קיין תכלית לבריאת העולם, ווייל ס׳פעהלט אים כביכול גארנישט אויס.
וואס מיינט דאס? ער האט עס באשאפען פלעין פאר פאן(כביכול)?
ס'איז קלאר אז גאט האט באשאפן די וועלט פלעין פאר פאן אדער פאר די נישטיקייט, ווי ס'שטייט אין מדרש "
לא ברא את העולם אלא לצחוק עליו", די אלע מדרשים און תורה'לעך פון נתאווה הקב"ה וכדומה קענען זיין משלים אדער כדי לשבר את האוזן.
רביה''ק זי''עעוקר הריםמי אנידאס טעקניקעלי זאגט דער אראפגעברענגטער רמב״ם
דארט אין מו״נ (ח״ג פי״ג): אז מצד הקב״ה כביכול איז טאקע בעצם נישטא קיין תכלית לבריאת העולם, ווייל ס׳פעהלט אים כביכול גארנישט אויס.
וואס מיינט דאס? ער האט עס באשאפען פלעין פאר פאן(כביכול)?
ס'איז קלאר אז גאט האט באשאפן די וועלט פלעין פאר פאן אדער פאר די נישטיקייט, ווי ס'שטייט אין מדרש "
לא ברא את העולם אלא לצחוק עליו", די אלע מדרשים און תורה'לעך פון נתאווה הקב"ה וכדומה קענען זיין משלים אדער כדי לשבר את האוזן.
איר זאלט מיר מוחל זיין רבוה''ק איר מאכט אוועק די גאנצע בריאה. מכמה טעמים קען מען נישט לערנען אזוי ווי די זאגסט. און בכלל מקען ציען א פאררעלעל פון ''לצחק'' צו ''התאוה''.
אוודאי מאך איך אוועק די גאנצע בריאה. דערמאנסט מיר א גוט ווארט, נעכטן ביי הלל האמיר געזאגט "המשפילי לראות בשמים ובארץ" - גאט לאזט זיך אראפ צו קוקן אויף די הימל און אויף די ערד. הערסט א מעשה, אונז קוקן אן די בריאה ווי כאילו אונזער וועלט איז א גארנישט, ס'נאר א פרוזדור א דורכגאנג, די עולמות העליונים מלאכים שרפים ואופנים אה דאס איז שוין עפעס וואס איז ווערד אנצוקוקן. אונז דאכט זיך נאר אזוי ווייל אונז שטייען פון אונטן, דער באשעפער אבער וואס שטייט כאילו פון אויבן איז אלעס איין גרויסע דשאוק, המשפילי לראות בשמים ובארץ, די עולם השפל מיט די עולמות העליונים אינאיינעם איז איין גרויסע השפלה.
דאס וואס דו זאגסט וועגן ציען א פאראלעל צווישן לצחק און התאווה, מ'קען אויב מ'וויל, אבער מ'קען עס אבער אנקוקן אנדערש. אז איינער האט א תאוה מיינט עס אז ער פילט בעסער ווען ער ערפילט זיין תאוה, דאס קען מען אנקוקן ווי א חסרון אין איינער וואס דארף צו זיין די כל יכול. אז איינער טוט עפעס סתם פאר די נישטיקייט איז לאו דווקא אז ער מוז עס האבן, ער טוט עס סתם פאר די נישטיקייט.
רביה''ק זי''עעוקר הריםמי אנידאס טעקניקעלי זאגט דער אראפגעברענגטער רמב״ם
דארט אין מו״נ (ח״ג פי״ג): אז מצד הקב״ה כביכול איז טאקע בעצם נישטא קיין תכלית לבריאת העולם, ווייל ס׳פעהלט אים כביכול גארנישט אויס.
וואס מיינט דאס? ער האט עס באשאפען פלעין פאר פאן(כביכול)?
ס'איז קלאר אז גאט האט באשאפן די וועלט פלעין פאר פאן אדער פאר די נישטיקייט, ווי ס'שטייט אין מדרש "
לא ברא את העולם אלא לצחוק עליו", די אלע מדרשים און תורה'לעך פון נתאווה הקב"ה וכדומה קענען זיין משלים אדער כדי לשבר את האוזן.
דאס אז דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט כביכול פאר פאן אדער לצחק איז דאך אויך א 'ווילן' צו באקומען עפעס אין ריטורן פון בריאת העולם, והדרא קושיא לדוכתא.
Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
רביה''ק זי''עעוקר הריםמי אנידאס טעקניקעלי זאגט דער אראפגעברענגטער רמב״ם
דארט אין מו״נ (ח״ג פי״ג): אז מצד הקב״ה כביכול איז טאקע בעצם נישטא קיין תכלית לבריאת העולם, ווייל ס׳פעהלט אים כביכול גארנישט אויס.
וואס מיינט דאס? ער האט עס באשאפען פלעין פאר פאן(כביכול)?
ס'איז קלאר אז גאט האט באשאפן די וועלט פלעין פאר פאן אדער פאר די נישטיקייט, ווי ס'שטייט אין מדרש "
לא ברא את העולם אלא לצחוק עליו", די אלע מדרשים און תורה'לעך פון נתאווה הקב"ה וכדומה קענען זיין משלים אדער כדי לשבר את האוזן.
ווי איז דער מדרש?
Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
רביה''ק זי''עאוודאי מאך איך אוועק די גאנצע בריאה. דערמאנסט מיר א גוט ווארט, נעכטן ביי הלל האמיר געזאגט "המשפילי לראות בשמים ובארץ" - גאט לאזט זיך אראפ צו קוקן אויף די הימל און אויף די ערד. הערסט א מעשה, אונז קוקן אן די בריאה ווי כאילו אונזער וועלט איז א גארנישט, ס'נאר א פרוזדור א דורכגאנג, די עולמות העליונים מלאכים שרפים ואופנים אה דאס איז שוין עפעס וואס איז ווערד אנצוקוקן. אונז דאכט זיך נאר אזוי ווייל אונז שטייען פון אונטן, דער באשעפער אבער וואס שטייט כאילו פון אויבן איז אלעס איין גרויסע דשאוק, המשפילי לראות בשמים ובארץ, די עולם השפל מיט די עולמות העליונים אינאיינעם איז איין גרויסע השפלה.
דאס וואס דו זאגסט וועגן ציען א פאראלעל צווישן לצחק און התאווה, מ'קען אויב מ'וויל, אבער מ'קען עס אבער אנקוקן אנדערש. אז איינער האט א תאוה מיינט עס אז ער פילט בעסער ווען ער ערפילט זיין תאוה, דאס קען מען אנקוקן ווי א חסרון אין איינער וואס דארף צו זיין די כל יכול. אז איינער טוט עפעס סתם פאר די נישטיקייט איז לאו דווקא אז ער מוז עס האבן, ער טוט עס סתם פאר די נישטיקייט.
כ'מיין אז אין אמת'ן אריין איז נישט דא אזא זאך ווי איינער טוט עפעס פאר נישטיגקייט יעדער פעולה האט אינטער זיך סאבקאנטשעסלי א סיבה פארוואס די טוסט עס.....(און זיכער ביים באשעפער)
דו זאגסט זייער גוט, און טאקע דערפאר זענען די סארט שמועסן געמאכט פאר אויבערפלעכליכע מענטשן, איינער וואס גייט גראד צום נקודה זעהט גלייך איין אז די גאנצע שמועס איז סתם דשיבעריש. אדער וועט מען מוזן זאגן אז גאט איז נישט קיין כל יכול, אדער וועט מען מוזן ניי-דעפינירן דעם כל יכול טערמין. למעשה ווייס איך נישט וואס דו ווילסט מיט דעם שמועס, דו זעהסט מיר נישט אויס ווי אן אויבערפלעכליכע טראכטער וועם מ'קען דוחה זיין בקש, דו זאגסט דאך אליינס אז סוף כל סוף וועט מען זיך אנשטויסן אינעם
Turtles all the way down פאראדאקס. איז וואס ווילסטו דא, אבי אויפפראקן די אויבערפלעכליכע חברה?
Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
רביה''ק זי''עדו זאגסט זייער גוט, און טאקע דערפאר זענען די סארט שמועסן געמאכט פאר אויבערפלעכליכע מענטשן, איינער וואס גייט גראד צום נקודה זעהט גלייך איין אז די גאנצע שמועס איז סתם דשיבעריש. אדער וועט מען מוזן זאגן אז גאט איז נישט קיין כל יכול, אדער וועט מען מוזן ניי-דעפינירן דעם כל יכול טערמין. למעשה ווייס איך נישט וואס דו ווילסט מיט דעם שמועס, דו זעהסט מיר נישט אויס ווי אן אויבערפלעכליכע טראכטער וועם מ'קען דוחה זיין בקש, דו זאגסט דאך אליינס אז סוף כל סוף וועט מען זיך אנשטויסן אינעם
Turtles all the way down פאראדאקס. איז וואס ווילסטו דא, אבי אויפפראקן די אויבערפלעכליכע חברה?
הא גופא וויל איך טאקע וויסען צו אלע אום אויבערפלעכליגע טראכטער זענען שטעקען געבליבען אין דעם נושא צו נאר איך.....און א שטיקעל ביטול האב איך נאך צו פריעדיגע וואס רעדן טאקע וועגען דעם און עס איז מיר שווער צוצוקומען צו א מסקנא אז זיי אלע זענען טאקע געוועהן אויבערפלעכליך (אדער האבען זיי נאר אזוי געזאגט וועגען נגיעות)......
טעאלאגיע איז געמאכט צו טראכטן אויבערפלעכליך, ס'מוז נישט זיין אז אלע וועלכע האבן געטון אין טעאלאגיע זענען געווען אויבערפלעכליך במהותם, נאר ווען ס'קומט צו געוויסע נושאים דארף מען טראכטן אויבערפלעכליך, אז נישט קען מען פארמאכן די גאנצע נושא. ס'דא טאקע וועלכע טוען נישט אין טעאלאגיע צוליב אט דעם סיבה און טרעפן זיך בעסערע זאכן מיט וואס צו פארברענגען די צייט, פאר געוויסע מענשטן איז עס אבער צו א געשמאקע נושא עס אינגאנצן צו איגנארירן.
משל למה הדבר דומה: א פרוי האט געשיקט איר מאן איינקויפן פלייש צו קאכן נאכטמאל, קומט ער אריין צום בוטשער און ער בעט פאר די בעסטע פלייש, גיבט איהם דער בוטשער אהין א גוט שטיקל פלייש און ער זאגט איהם "דא האסטו מיין בעסטע שטיקל פלייש, ס'איז אזוי פעט און געשמאק, כמעט אזוי פעט ווי אויל!" טראכט יענער צו זיך, וואס דארף איך קויפן פלייש וואס איז נאר פעט ווי אויל, איך קען דאך קויפן אויל אליינס. גייט ער צום סופערמארקעט און ער בעט פאר די בעסטע אויל, ברענגט איהם דער ארבעטער א פלעשל אויל און ער זאגט איהם "דאס איז די בעסטע אויל וואס איך האב, ס'איז אזא גוט אויל, ס'איז אזוי קלאר ווי וואסער!" טראכט ער צו זיך, וואס דארף איך קויפן אויל וואס איז נאר אזוי קלאר ווי וואסער, איך קען דאך קויפן וואסער אליינס! שוין, איז ער אהיימגעקומען צו זיין ווייב מיט א פלאש פאולענד ספרינג...
לויט די מקובלים איז דער סיבה פין בריאת העולם ווייל אין מלך בלא עם, און אהן א וועלט איז ער נישט א מלך. דאס מיינט אז עס האט אים יא כביכול געפעלט עפעס.
און דאס איז פשט אין אדון עולם אשר מלך בטרם כל יציר נברא, ער איז שוין דעמאלטס געוועהן א מלך, אבער לעת נעשה וכו' אזי מלך שמו נקרא, האט מען אים ריכטיג געקענט רופען מלך.
Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
אישתישבילויט די מקובלים איז דער סיבה פין בריאת העולם ווייל אין מלך בלא עם, און אהן א וועלט איז ער נישט א מלך. דאס מיינט אז עס האט אים יא כביכול געפעלט עפעס.
און דאס איז פשט אין אדון עולם אשר מלך בטרם כל יציר נברא, ער איז שוין דעמאלטס געוועהן א מלך, אבער לעת נעשה וכו' אזי מלך שמו נקרא, האט מען אים ריכטיג געקענט רופען מלך.
איז ווי אזוי טאקע איז מען דאס מסביר אז פאר א כול יכול האט כביכול געפעלט עפעס וואס ער האט געדארפט ערפילען??
און פארוואס איז דער געדאנק פון "אין מלך בלא עם" קודם למעשי בראשית
פון דער בעל התניא קומט א מימרא, "נתאווה הקב"ה לעשות לו דירה בתחתונים, און אויף א תאווה פרעגט מען נישט".
Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
ליטוואק פון בודאפעסטפון דער בעל התניא קומט א מימרא, "נתאווה הקב"ה לעשות לו דירה בתחתונים, און אויף א תאווה פרעגט מען נישט".
די מימרא קען איך אבער וואס איז די הסבר אויף דעם?? אפילו אן פרעגען קשיות אויף די פשט פון די תאווה ווייל א תאווה קען מען נישט פינקטליך מסביר זיין למעשה די פאקט אז עס איז א תאווה און יעדע תאווה קומט למלאות א חסרון איז זייער שווער......
עוקר הרים
כ'מיין אז אין אמת'ן אריין איז נישט דא אזא זאך ווי איינער טוט עפעס פאר נישטיגקייט יעדער פעולה האט אינטער זיך סאבקאנטשעסלי א סיבה פארוואס די טוסט עס.....(און זיכער ביים באשעפער)
קלאר
אין די וועלט
וואס דו קענסט האט א יעדער מסובב א סיבה!
אין די וועלט
וואס דו קענסט איז א יעדער רצון איז א ריעקשען!
אין די וועלט
וואס דו קענסט קימט א יעדע תאווה למלאות א חסרון!
אזויווי אסאך השקפה קשיא'ס, איז עס נאר איבערגעחזר'ט די זעלבע ידיעה בחירה קשיא, ווי איז גאט געווען ביים האלאקאוסט, ווי קומט אן אומפערפעקטע וועלט פון א פערפעקטע באשעפער ועוד.
די סתירה צווישן די אין סוף פון א באשעפער, און א וועלט און אפילו די נויט פאר א וועלט, איז די גרויסע קשיא פון די בריאה, וזה מה שנקרא מה לפנים אין חז"ל, דאס איז די קשיא 'וואס איז געווען פאר די וועלט אז די וועלט איז געקומען?'
גראדע, טוט חב"ד אסאך אין די קשיא, ניטש מיט קיין עמטליכע תירוץ, נאר א בילד וויאזוי זאכן האבן זיך אנטוויקעלט, פונקט ווי דער קשיא איז חל. אלס איז געווען פארשטענדליך ביז א געוויסע נקודה, און דארט שטעלט זיך עס אפ. זוך נישט קיין תירוץ, ווייל דו וועסט דאס נישט טרעפן. די וועלט איז דא לפניך, קענסט אים נישט פארווישן מיט א קשיא. א גאט אן אין סוף איז אויך פארהאנן, קענסט אים נישט פארווישן, און בפרט נישט מיט א קשיא אז ער איז צו גרויס צו זיין א באשעפער.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/448451">viewtopic.php?p=448451#p448451</a><!-- l -->
Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
כ'פארשטיי נישט וואס די קשיא פון ידיעה ובחירה האט מיט אינזער קשיא....
עוקר הריםכ'פארשטיי נישט וואס די קשיא פון ידיעה ובחירה האט מיט אינזער קשיא....
די קשיא פון ידיעה און בחירה איז אז אלס וואס דער אויבישטער ווייסט, איז שוין א מציאות פאר זיך. ביי אים איז נישט דא די הגבלה צווישן וויסן און טון. אלזא, וואס עס פאסירט, ווייסט ער, און וואס ער ווייסט, מוז פאסירן. ווי קען א מענטש אין דעם וויילן? בקיצור, ווי האט א באגרעניצטע בריאה אריין צו רעדן אין אן אומבאגרעניצטע גאט? בקיצור, וויאזוי לעבן אומבאגרעניצטקייט און באגרעניצטקייט אינאיינעם?
Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
ליטוואק פון בודאפעסטעוקר הריםכ'פארשטיי נישט וואס די קשיא פון ידיעה ובחירה האט מיט אינזער קשיא....
די קשיא פון ידיעה און בחירה איז אז אלס וואס דער אויבישטער ווייסט, איז שוין א מציאות פאר זיך. ביי אים איז נישט דא די הגבלה צווישן וויסן און טון. אלזא, וואס עס פאסירט, ווייסט ער, און וואס ער ווייסט, מוז פאסירן. ווי קען א מענטש אין דעם וויילן? בקיצור, ווי האט א באגרעניצטע בריאה אריין צו רעדן אין אן אומבאגרעניצטע גאט? בקיצור, וויאזוי לעבן אומבאגרעניצטקייט און באגרעניצטקייט אינאיינעם?
אבער די תירוצים אויף ידיעה ובחירה ווי למשל אז ביים באשעפער איז נישט דא קיין עבר מיט א עתיד גייט נישט פארענפערען אונזער קשיא.....
דאס איז די תירוץ פאר אן אנדערע ידיעה ובחירה קשיא. נישט דער פון דער רמב"ם אין שמונה פרקים. גיי צו יענער אשכול פון ר' מענדעלע וויטעבסקער ווי די שמועס ציט זיך זייער שיין. איך געדענק ערגעץ אנדערש אין שטיבל אויך, נאר איך געדענק נישט ווי. דוכט זיך אין
@זבלון'ס עה"ת אשכול.
און דער אמת איז אז יענס איז גאר א שוואכער תירוץ למבין.
עכ"פ מיין עיקר פאוינט איז אז די סתירה פון א גאט און זיין בריאה איז פון די יסודות פון אונזער תאולוגיה. אין חב"ד רעדט מען גאר אסאך דערפון, און זיי טענה'ן גאר אז די חידוש פון דער בעש"ט איז גאר געווען א השגה אין א דרג אהעכער ווי אין סוף. דאס איז העווי חסידות, און מיר דארפן
@ונבנתה העיר אונז אויסצוקלארן אין דער ענין.
Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
אינרעסאנט אז דער רש"ב אנפאנג אין זיין ספר תרס"ו פרעגט טאקע אפ אלע סיבות אויף בריאת העולם מיט ענדליכע קשיות צו דאס וואס אונז האבען דא דערמאנט אין דערנאך קומט ער צו אז עס איז מוכרח צו זאגען אז די סיבה איז אלץ נתאווה להיות לו דירה בתחתונים און ער זאגט אז אויף א תאווה פרעגט מען נישט קיין קשיות און מיט דעם איז ער אקעי מיט......ולענ"ד צע"ג
דער רש"ב הייסט ביי זיי 'דער רמב"ם פון חסידות', וואס נעמט צוזאם אלע עניינים אין חסידות אויף א קלארע אופן, און דער 'יו"ט שני של ר"ה' איז די יסודות'דיגע ספר זיינער. עס פאדערט אבער אן ערנסטע סדר לימוד, און ווער האט צייט דערצו?
זיי זאגען נאך די מימרא ווי א ווערטל, אבער עס איז נישט אזוי. די אלע תירוצים וואס די ראשונים און בעלי מחשבה זאגען זענען אמת. נאר זיי הייבן אן נאך די צמצום. נאך דעם וואס דער אויבישטער האט זיך געשטעלט גרעניצן, זענען די גרעניצן תוך א וועלט וואס מיר זען. דאס איז אבער נישט די גאנצע געשיכטע, ווייל די צמצום אליינס דארף א פשט. אבער צמצום איז א מוכרח המציאות, קיין מציאות עגזיסטירט נישט אן א צמצום, די עבודה איז מצמצם צו זיין א די צמצום.
Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
בנוגע
@רביה״ק׳נס הערה אויף טעאלאגיע טענה׳ט דאווקינס, בשם עפעס א ווארדען פון א קאלעדזש, אז ס׳איז נישט זיכער אז עס איז אן אקאדעמישע סאביעקט בכלל.
ולגופו של ענין גייט די שמועס שוין ארום אביסל אין א צירקעל. דהיינו, דאס צו זאגן בכלל אז ״אלעס מוז האבן א סיבה (וכ״ש אצל הקב״ה)״, ״אין מלך בלא עם״, וכו׳ וכו׳ וכו׳, איז אויך
אלס נאר פון אונזער מבט און לאגיק וכו׳. מצדו של הקב״ה קענען מיר דאס ניטאמאל אנהויבן צו משיג זיין. פרעגן ״סאָ ער האט דאס געטוהן פּלעין פאר פאָן?״ איז ווייטער בתוך דעם פּערעדיים פון ״א סיבה״ וואס
אונז מוזן/ווילן צוקומען צו און נאר ווי אזוי אונז זענען און קענען משיג זיין אזא סארט ״געשעעניש״ וכו׳. און ווי
@כרם זית און
@הקטן האבן ערווענט קומט דאס אלעס צו מכח דעם וואס מ׳שטעלט צו אונזער קאנצעפט פון ״רצון״ לגבי אונז, וואס איז בעצם חוצה לנו [דעם פּרעדיקעט צום סאבּיעקט], צו דעם געדאנק פון ״רצון״ (ו״חכמה/דעת״) אצל הקב״ה, וואס דאס איז ביי אים כביכול תכלית היחוד.
עס איז אויך מערקווידיג צוצוצייכענען אין דעם שמועס דאס וואס דער רמב״ם זאגט ווייטער דארט אין פכ״ה-כ״ו אז די
פעולות הקב״ה
בהעולם (ל
אחר הבריאה
בהטבע) זענען נישט לריק, און עס איז ל״ד אז די ציווי המצות זענען בלי סיבה בעצם ע״ש.
עוקר הריםאינרעסאנט אז דער רש"ב אנפאנג אין זיין ספר תרס"ו פרעגט טאקע אפ אלע סיבות אויף בריאת העולם מיט ענדליכע קשיות צו דאס וואס אונז האבען דא דערמאנט אין דערנאך קומט ער צו אז עס איז מוכרח צו זאגען אז די סיבה איז אלץ נתאווה להיות לו דירה בתחתונים און ער זאגט אז אויף א תאווה פרעגט מען נישט קיין קשיות און מיט דעם איז ער אקעי מיט......ולענ"ד צע"ג
דיין ע"ג נעמט זיך פין מאכן א פארלעל פין דיין נתאווה מיט זיין נתאווה
די רש"ב מיט זאגן "נתאווה" זיכט נישט מיט אויף קימען מיט נאך א תירץ אויף בריאת העלם, וואס אויף דעם וועט שוין אלס שטימען
זיין מטרה איז דיר צי זאגן אז דיין קשיות זענען בכלל נישט אין פלאץ, פינקט וואו די וואלסט נישט געפרעגט אויף תאווה!
און דו זאגסט, ניין! איך פרעג טאקע יא אויף א תאווה - יא אר מיסינג די פוינט!
ס'קריצט מיר די אויערן ווען מענטשען זאגן אז גאט איז למעלה מהשגתינו ווען גאט אליין און זיין ווערטער צו אונז איז פיל מיט לאגיק ישרות און נקמה. נניח אז ער איז למעלה מהשגתינו, וויל ער דאך אז לאגיק זאל דיקטעטען אונזער רילעשענשיפ.
די מחייב אשר הוציאך מארץ מצרים, צו מיר, איז לאגיק 101
יאסל ראקאווערס'קריצט מיר די אויערן ווען מענטשען זאגן אז גאט איז למעלה מהשגתינו ווען גאט אליין און זיין ווערטער צו אונז איז פיל מיט לאגיק ישרות און נקמה. נניח אז ער איז למעלה מהשגתינו, וויל ער דאך אז לאגיק זאל דיקטעטען אונזער רילעשענשיפ.
די מחייב אשר הוציאך מארץ מצרים, צו מיר, איז לאגיק 101
גערעכט, זיין רילעשענשיפ מיט אינז איז אין די וועלט, די וועלט וואו לאגיק דאמענעט
און ווען גאט זאגט דיר
אנכי ה' אלהיך (רילעשענשיפ ) קימט דאס באגלייט מיט לאגיק
אשר הוציאך מארץ מצריםא יעדע געזינטע רילעשענשיפ קימט מיט באנדעריס און גדרים, וואס יא און וואס נישט
אן גדרים, יאסל, הייסט דאס
enmeshment' , זייער נישט געזינט
תנ"ך איז פיל פיל מיט די באנדעריס און גדרים
כי גבהו שמים מארץ כן גבהו דרכי מדרכיכם ומחשבתי ממחשבתיכם כדי ס'זאל זיין א געזינטע רילעשענשיפ
פארוואס
נתאווה האט מיט דיר נישט גארנישט איינגעלייגט, און איז בכלל נישט דיין חזערישע ביזנעס!
ואל זה העניין רמז דוד באמרו: "...לֹא הִלַּכְתִּי בִּגְדֹלוֹת וּבְנִפְלָאוֹת מִמֶּנִּי" (תהלים קלא, א). ואל זה העניין כוונו באמרם: "מופלא ממך אל תדרוש, ובמכוסה ממך אל תחקור, במה שהורשית התבונן, אין לך עסק בנסתרות." (חגיגה יג, א). רצו לומר, שאתה לא תשלח שכלך אלא במה שאפשר האדם להשיגו. אבל הענין אשר אין בטבע האדם להשיגו, העסק בו מזיק מאד, כמו שביארנו. ואל זה כוונו באמרם: "כל המסתכל בארבעה דברים [ראוי לו כאילו לא בא לעולם: מה למעלה, מה למטה, מה לפנים ומה לאחור]" (חגיגה יא, ב). והשלימו זה המאמר באמרם: כל שלא חס על כבוד קונו [ראוי לו שלא בא לעולם]." (שם). רָמָז למה שביארנוהו, שלא יהרוס האדם לעיין בדמיונים המופסדים. וכשיתחדשו לו הספקות, או לא ימצא מופת על העניין המבוקש, לא יניחהו וישליכהו ויתחיל להכזיבו. אבל יתיישב, ויחוס על כבוד קונו, וימנע ויעמוד. וזה הענין כבר התבאר.
ואין הרצון באלו הכתובים אשר אמרום הנביאים והחכמים ז"ל לסתום שער העיון לגמרי ולבטל השכל מהשיג מה שאפשר להשיגו, כמו שיחשבו הפתאים והמתרשלים, אשר ייטב להם שישימו חסרונם ופתיותם שלמות וחכמה, ושלמות זולתם וחכמתם חסרון ויציאה מן הדת. "שמים חושך לאור ואור לחושך" (ישעיה ה, כ). אבל כוונת כולם, להגיד שיש לשכל האנושי גבול יעמוד אצלו.
מורה נבוכים · חלק א · פרק לב
דער רמב"ם לחוד ותורת חב"ד לחוד. זיי דארפן נישט שטימן. אבער אגב אורחא וואלט איך דיר געזאגט אז אין חב"ד האלט מען אויך אז מ'קען פארשטיין. הייסט'ס זיי קריכן מער ווי מ'האט געקראכן פאר דעם, אבער זיי האלטן אויך אז אלע תורה'ס קומן צו א מסקנא למעשה בעבודת הוי"ה, און עס איז קיינמאל נישט אין די לופט, און כ"ש נישט העכער ווי די לופט. ויבאו הניקים החב"דניקים, כדון
@ונבנתה העיר, אדער דער נייער
@דוראק,
@קעראוועלטהיינט אדער
@רוסישער און עס איז דא נאך אבער איך געדענק נישט אויפ'ן מינוט, און מסביר זיין כידם הטובה אליהם.
מי אניוצייכענען אין דעם שמועס דאס וואס דער רמב״ם זאגט ווייטער דארט אין פכ״ה-כ״ו אז די פעולות הקב״ה בהעולם (לאחר הבריאה בהטבע) זענען נישט לריק.
סיי די רמב״ם און סיי חב"ד זענן נאר דן
פעולות הקב״ה
בהעולם (ל
אחר הבריאה
בהטבע)
ביסט גערעכט, אז אין חב"ד איז די גאנצע פעליזאפיע און אויך קבלה סך הכול א קרדום לחפור בו אויף למעשה בעבודת הוי"ה
עוקר הריםאינרעסאנט אז דער רש"ב אנפאנג אין זיין ספר תרס"ו פרעגט טאקע אפ אלע סיבות אויף בריאת העולם מיט ענדליכע קשיות צו דאס וואס אונז האבען דא דערמאנט אין דערנאך קומט ער צו אז עס איז מוכרח צו זאגען אז די סיבה איז אלץ נתאווה להיות לו דירה בתחתונים און ער זאגט אז אויף א תאווה פרעגט מען נישט קיין קשיות און מיט דעם איז ער אקעי מיט......ולענ"ד צע"ג
דער רבי ערקלערט דאָרט זייער אַן אײדלע נקודה, ובהקדם:
אין חסידות איז מבואר אַז אַ מענטש באַשטייט פון פאַרשידענע זאַכן, שכל, מדות, מחשבה דיבור ומעשה וכו', אין דעם גופא זײַנען פאַראַנען די איידעלערע אָדער העכערע זאַכן און די גרעבערע/נידעריקערע זאַכן (שכל איז העכער פאַר מדות, מדות פאַר מחשבה א.ז.װ.).
אין וואָס באַשטייט „העכערקײַט”?
די אַלע אויבנדערמאָנטע אייגנשאַפטן און כחות, זײַנען דאָך ניט דער עצם פון דעם מענטשן, נאָר זיי זײַנען מתאר דעם באַצוג פון דעם מענטשן מיט דאָס וואָס איז מחוצה לו. וואָס „העכער” מ'קריכט, אַלץ מער הערט זיך אָן דער מענטש און ווייניקער די זאַך שמחוצה לו.
ומלמטה למעלה: מחשבה דיבור ומעשה פאַרשטייט אַיעדער אַז דאָס איז שוין אַ פולער אַרויסטריט פון דעם מענטשן צו דער וועלט, שכל ומדות איז שוין ווי דער מענטש באַנעמט די וועלט. אין דעם גופא איז מדות שוין זײַן התייחסות
צו דער וועלט, בשעת שכל איז ווי
ער פאַרשטייט די וועלט (אַ בעל שכל קאָן זיצן אַ גאַנצן טאָג איינער אַליין און דאָס שאַדט ניט צו זײַן בעל־שכלנישקײַט (ואדרבא), אַ בעל מידה וואָס טוט ניט מיט אַנדערע איז קיין בעל מידה ניט).
דעם מענטשנס העכסטע און איידלסטע כחות זײַנען רצון און תענוג. ניט דאָ איז דער זמן ומקום צו מסביר זײַן דעם חילוק פון די צוויי ביז מידות ווי אהבה/יראה וכו', די נקודה איז אַז „רצון” איז „מרוצת הנפש” – ד.ה. ניט אַן אַרױסטריט פון דעם נפש צו אַ צווייטער זאַך, נאָר אַז דער נפש אַליין גאַרט און ציט זיך דערצו. קלערער צו פאַרשטיין דעם ענין מוז מען לערנען אַ פולע חסידות, און ס'איז ניט אַזוי גרינג מסכם צו זײַן דאָ בכתב.
צוריק צו אונזער אָריגינעלער שאלה – דער טעם אויף בריאת העולם. בשעת מען זאָגט אַז ס'איז דאָ אַ
סיבה אויף בריאת העולם, הייסט עס אַז די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן
צוליב דער וועלט, אַז זי איז נייטיק אויפצוטאָן עפּעס אַ פעולה. בשעת ווידער מ'זאָגט אַז די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן וועגן אַ
תאוה, הייסט עס אַז די וועלט פאַר זיך האָט ניט קיין שום חשיבות, און איר איינציקע חשיבות און תכלית איז ווײַלע אַזוי האָט
דער אויבערשטער געוועלט.
פאַרוואָס טאַקע האָט ער אַזאַ משונהדיקע תאוה? אויף דעם זאָגט דער אַלטער רבי „אויף אַ תאוה איז קיין קשיא ניט”. ניט דער פשט איז, אַז מיר קאָנען ניט
פאַרשטיין דעם טעם אויף דערויף, דאָס וואָלט מיינען חלילה אַז דעם אויבערשטן ‚פעלט’ עפּעס וואָס וואָס ווערט פאַרפולקאָמט דורך דער בריאה. נאָר דער פשט איז אַז עס איז ניטאָ
קיין שום אַנדערע סיבה סײַדן דאָס וואָס ער אַליין האָט געוועלט, מצד עצמותו.
די רגע איינער פיגערט אויס פארוואס דער אייבישטער האט באשפען דו וועלט, זאל ער וויסען אז ער חלומט. סאיז נישט מעגליך פאר א נברא צי פארשטיין זיין בורא. א נברא קען קיינמאל נישט זיין גלייך מיט זיין בורא.
@עוקר הרים, סאיז גאנץ קלאר פון דו בריאה אז סאיז נישט באשאפן געווארן כדי מיר זאלן מקיים זיין תורה ומצוות, רובא דרובא מענטשען,ַַַַרוב צייט פון דו בריאה , רוב פלאץ פון דו בריאה האבן נישט קיין שייכות מיט תורה.
דו פאקט אז ס'איז נישט וועגן דעם באשאפן געווארן מיינט נאך נישט אז ס'איז נישט קיין גוטע זאך צי מקיים זיין תורה ומצות.
אייז קריעם איז גוט אפי דו וועלט איז נישט באשאפען געווארן פאר עם
איך מיין אז ס'נישט מעגליך פאר א נברא נישט צו פארשטיין זיין בורא, און איינער וואס רעדט זיך איין אז ער פארשטייט נישט זיין בורא, אדער חלומ'ט ער אדער איז ער ברעינוואשד...
די זאך איז נאר אז ווילאנג גאט האט קיינעם נאכנישט פארציילט זיינע חשבונות איז נישט מעגליך צו וואוסן, מ'קען פילאזאפירן און זיך איינרעדן אז מ'ווייסט, אבער אויף צו וואוסן אויף זיכער דארף מען ווארטן ביז ער זאגט אונז אליינס, ביז דאן איז די גאנצע שמועס נאר גוט לפילפולא בעלמא.
ס'האט נישט מיט זאגן, ס'האט מיט פארשטיין און ארויס האבן.
גאט קען נישט קאמיניקעטן מיט אונז זיינע השגות אז מיר זאלן עס פארשטיין אזוי ווי ער.
רביה''ק זי''ע ס'איז קלאר אז גאט האט באשאפן די וועלט פלעין פאר פאן אדער פאר די נישטיקייט, ווי ס'שטייט אין מדרש "
לא ברא את העולם אלא לצחוק עליו", די אלע מדרשים און תורה'לעך פון נתאווה הקב"ה וכדומה קענען זיין משלים אדער כדי לשבר את האוזן.
און אגב @פרייוויליג און @רביה''ק זי''ע, איר זאלט נישט ברוגז זיין, אבער דאס וואס ענק ציטירן דא מזכרונכם איז דאך אזא אמערראציעשער טעות אז ס'איז א בושה... נעקסט טיים מאכט ממש א טראפקעלע ריסוירטש, און יעצט האב איך דאס שוין געמאכט פאר אייך...
איז אזוי, דער איינציגסטער פאל וואו מ'טרעפט אזא בערך'דיגער ווערטער אויסלייג אין חז"ל פון יושב בשמים ישחק און ברא את עולמו לצחוק, איז מקורו אויפ'ן זוהר ווי פאלגענד: אז עתיד הקב"ה לצחוק עליהם, ככתוב יושב בשמים ישחק ה' ילעג למו (תהלים ב ד), באותו זמן ילבש הקב"ה גאות עליהם, ויכלה אותם מן העולם, כמש"כ, וזאת תהיה המגיפה אשר יגף ה' את כל העמים וכו' (זכריה יד יב).
בקיצור... געב א קוק אריין און מאך א מינוט'קעלע ריסוירטש צו זען פון וואס דער פסוק רעדט, 360 מאל דער פארקערטער משמעות....
אזעלכע טעותים רעגן מיר אויף.נולד מאוחרדי רגע איינער פיגערט אויס פארוואס דער אייבישטער האט באשפען דו וועלט, זאל ער וויסען אז ער חלומט. סאיז נישט מעגליך פאר א נברא צי פארשטיין זיין בורא. א נברא קען קיינמאל נישט זיין גלייך מיט זיין בורא.
קיינער האָט ניט געפּרואווט מסביר צו זײַן אַ סיבה אויף בריאת העולם, נאָר אַז דאָס קומט מצד דעם אויבערשטן און ניט צוליב דער וועלט (אין תוך גענומען, איז דאָס די נקודה פון אַלץ וואָס איך האָב געשריבן אין דער פריערדיקער הודעה).
קודם א מילתא דבדיחתא פון איינער פון מיין רבי'ס Douglas Adams
There is a theory which states that if ever anyone discovers exactly what the Universe is for and why it is here, it will instantly disappear and be replaced by something even more bizarre and inexplicable. There is another theory mentioned, which states that this has already happened
און יעצט, צום נקודה פון דער צחוק פון דער אויבישטער, האב איך זיך לעצטענס אנגעשטויסן אין אזא מראה מקום
עמק המלך, שעשועי המלך, שער א' פרק ב'האדם הגשמי כשיש לו איזה שמחה, או יחשוב שיבוא לידו ריוח גדול, הוא משתעשע בעצמו, ושוחק בינו לבין עצמו, ומרוב השמחה מתנועע, וידוע כי השחוק באדם הגשמי בא לו מן הטחול, והטחול כולו מותרי הדם, ואם כן השחוק בא לאדם מצד המותרות דהיינו כח הדין. כן כביכול בעל הרצון יתברך שמו לעד, צפה וראה שאלו העולמות שהיה משער להאצילם, היה צריך בהם דין, כדי לתת שכר ועונש, ואלו לא היה משתעשע לא היה מקום לדין, ואפילו לחקיקה שחקק בעצמותו, לא היה לה מקום, דהיינו הכדור הראוי להעמיד בו כל העולמות, מפני שהוא דין לגבי האין סוף. ומפני זה נשתעשע, שהוא כמו המים או האש כשהרוח נושב בהם, והמים או האש מתנועעים ומתלהטים כברק לעיינין, ומבהיקין ומבריקין אנה ואנה, כן אין סוף יתברך שמו היה מתנועע בעצמו, ומבהיק ומבריק בהעיגול, מתוכו אל תוכו, ואותו הנענוע נקרא שעשוע. ומאותו השעשוע מחלקי עצמו אל עצמו, נולד ממנו כח שיעור החקיקה של האותיות היא התורה, הנמצאת בכח גנוז, בהאלפא ביתות אשר אפרשם אחר כך, וכלל הדברים שנעשה הכל מן המחשבה, שחשב בהצדיקים, והספיקה להעלות אור עצמותו יתברך, כדי לעשות מקום פנוי אל מקום בריאות העולמות. והנענוע ופעולת השעשוע עצמו, הועיל לקבץ חלקי ניצוצי הרושם, לעשותו אותיות, והכל היה בפעם אחד, ולפי שאין סוף יתברך שמו הוא פשוט בתכלית הפשיטות, כל צד תנועה הוא מוליד חום, באופן שמהשעשוע הזה הוא שיעור כח דכח הדין, ומהשעשוע נולד שיעור החקיקה.
גאר אן אינטרעסאנטע משל וויאזוי די צמצום איז געווארן און וויאזוי דער וועלט איז באשאפן און וואס די הימעלדיגע געטליכע צחוק באדייט.
אז א מענטש וויל פארשטיין עפעס, מוז עס ווערן א חלק פון אים. עד"מ, דער טעם פון עסן קען מען נישט איבערגעבן, נאר דורך משלים. א וויין פארזוכער וועט דיר זאגן אז די וויין האט אין זיך א רמז פון יאגעדעס און האלטץ. וואס מיינט דאס? איך ווייס נישט, אבער ער ווייסט יא, און דאס דארף זיין א רמז צו וואס מ'טוט שפירן בשעת'ן טועם זיין די וויין. דאס איז אלס פאר מענטשן צווישן מענטשן, וואס מיר ענדלן זיך גענוג. צו פארשטיין וואס א הונט פילט בשעת'ן עסן, איז גאר עפעס אנדערש, און דעריבער טאקע קענען מענטשן נישט עסן קיין הונט מאכלים. א הונט קען עסן פלייש, ווייל ער ענדלט אונז גענוג אז פאר אים אויך איז פלייש גוט און שטויב שלעכט. א שלאנג איז נאך מער אפגעטיילט פון אונז, ער עסט שטויב. און די זיינען אלע נבראים גשמיים. ווי איז א נברא רוחני ווי א מלאך? פון וואס שפייזט ער זיך? מיר קענען נישט דערהערן די שפייז פון א מלאך. און דאס איז נאר ביי שפייז, ביי אנדערע זאכן, איז עס נאך שווערער, ווייל קיין שום גשמיות איז נישט דא. אזוי איז עס ביים פארשטיין דער באשעפער, וואס אלע נבראים האבען איין זאך אינאיינעם, אז זיי זענען נבראים נישט קיין בוראים, ממילא האבן מיר אלע איין זאך וואס מיר קענען נישט פארשטיין, און דאס איז בריאה, דארט טיילן מיר זיך פון אים.
Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות
נולד מאוחרדי רגע איינער פיגערט אויס פארוואס דער אייבישטער האט באשפען דו וועלט, זאל ער וויסען אז ער חלומט. סאיז נישט מעגליך פאר א נברא צי פארשטיין זיין בורא. א נברא קען קיינמאל נישט זיין גלייך מיט זיין בורא.
@עוקר הרים, סאיז גאנץ קלאר פון דו בריאה אז סאיז נישט באשאפן געווארן כדי מיר זאלן מקיים זיין תורה ומצוות, רובא דרובא מענטשען,ַַַַרוב צייט פון דו בריאה , רוב פלאץ פון דו בריאה האבן נישט קיין שייכות מיט תורה.
דו פאקט אז ס'איז נישט וועגן דעם באשאפן געווארן מיינט נאך נישט אז ס'איז נישט קיין גוטע זאך צי מקיים זיין תורה ומצות.
אייז קריעם איז גוט אפי דו וועלט איז נישט באשאפען געווארן פאר עם
קען טאקע זיין אז פון די בריאה איז גאנץ קלאר אז די וועלט איז נישט באשאפען געווארען בלויז פאר תורה ומצוות, אבער פון אלע הינדרעטע מאמרי חז"ל און מדרשים(בראשית בשביל התורה....,כל העולם בשביל חנינא,...ועוד הרבה) איז זייער קלאר אז דייקא יא בשביל ישראל והמצוות און אז דאס איז די גאנצע תכלית און אלע אנדערע ביליאנע מענטשען זענען נאר טפלים....
עס איז טאקע דא זאכען וואס חז"ל זאגען אז מען קען נישט פארשטיין למשל מה היה לפנים און זיי פראבירען עס טאקע נישט צו מסביר זיין, אבער תכלית הבריאה זעהט אויס האבען זיי יא געהאלטען מען קען פארשטיין ווייל ס'איז דא צענדליגע ראשונים ואחרונים ובפרט ספרי חסידות וואס זענען עס יא מסביר לכאורה האבען זיי געהאלטען אז אונז מען עס קענען יא פארשטייין.....