☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » וועב בראוזערס / Web Browsers

וועב בראוזערס / Web Browsers

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13760

פאליטיקאנט » מוצ"ש אפריל 25, 2020 11:32 pm

· #446702
וועב בראוזערס / Web Browsers
וועב בראוזערס זענען גאר סאפיסטיקירטע פראגראמען, און עס איז ממש ווי א אפערעיטינג סיסטעם פאר זיך, ממילא איז זייער ראטזאם צו אויספרובירן עטליכע פארן זיך זעצן אויף א דיפאולט בראוזער.

דא וויל איך ליסטן פארשידענע בראוזערס און זייער מעלות / חסרונות.

Chrome:
די מערסטע פאפולער, ארויסגעגעבן דורך גוגל.
מעלות: זייער שנעל, זייער אינטואיטיוו און ריין, שטארק מעינטעינד.
חסרונות: ציט גאר אסאך מעמארי, האט נישט אזויפיל פיטשערס ווי אנדערע, זערא פרייוועסי.
<a class="postlink" href="https://www.google.com/chrome/">https://www.google.com/chrome/</a>

Brave:
ווערט ארויסגעגעבן דורך גאר אנגעזענע פריוואטקייט אקטיוויסטן.
מעלות: ארבעט גאר גאר שנעל, געבויט אויף קראום האט עס די זעלבע דעזיין און סופארט פאר עקסטענשאן'ס, ס'קומט מיט אן אריינגעבויטע אדווערטייזמענט בלאקירער וועלכע איז זייער עפעקטיוו (האט אן אפציע צו באקומען אדווערטייזמענט פאר געלט!), ציט ווייניגער מעמארי, ווערט אפדעיטעט אזוי שנעל ווי קראום.
ווי אויך האט עב אן אריינגעבויטע Tor בראוזער וואס מיינט אז מען איז באמת אנאנים, (און מיט דעם קען מען אויך ארומוואנדערן די טונקעלע / טיפע געוועב (dark / deep web)
חסרונות: עס האט נישט די "סינק" (sync), מיט גוגל פאר פעסווארדס און אנדערע גוגל סערוויסעס.
https://brave.com

Firefox:
די איינציגסטע עכטע אלטערנאטיווע פאר די קראום געבויטע בראוזערס.
מעלות: ארבעט רעלאטיוו שנעל, זייער 'סטעיבל', שטארק פרייוועסי פאקוסד, אריינגעבויטע עד בלאקיר, פולע 'סינק' מיט זייער אײגענע סערוויסעס, האט אסאך אינטערעסאנטע פיטשערס.
חסרונות: האט נישט אלע עקסטענשן'ס וואס קראום געבויטע בראוזערס האבן.
<a class="postlink" href="https://www.mozilla.org/en-US/exp/firefox/new">https://www.mozilla.org/en-US/exp/firefox/new</a>

Edge (new Edge):
די דיפאולט בראוזער אויף ווינדאוס 10 דורך מייקראסאפט.
מעלות: געבויט אויף קראום האט עס 'כמעט' די זעלבע דעזיין און סופארט פאר עקסטענשאן'ס, אסאך אייגענע פיטשערס און זיי האלטן אינאיין צולייגן און אפדעיטן, ניצט 'אביסל' ווייניגער מעמארי ווי קראום, א 'שטיקל' עד בלאקיר נאר פאר געוויסע אדווערטייזמענטס און פאפ אפ'ס, פולע מייקראסאפט "סינק"
חסרונות: עס איז נישט אזוי פריוואט.
<a class="postlink" href="https://www.microsoft.com/en-us/edge">https://www.microsoft.com/en-us/edge</a>

עד כאן זענען די מערסטע באקאנטע און בעסטע בראוזערס.
איך פערזענליך נוץ נישט קראום פשוט ווייל די אנדערע זענען סאך בעסער (איך נוץ ברעיוו וועגן די שנעלקייט און עד בלאקער און פייערפאקס פאר ביזנעס אנגעלעגנהייטן).

אויב איינער קען צולייגן זייער עקספיריענס / רעוויו / אנדערע בראוזערס, יישר כוח.

פאליטיקאנט » מוצ"ש אפריל 25, 2020 11:45 pm

· #446706
Cốc Cốc browser
Cốc Cốc browser:
דאס איז א וויעטנאמעזער בראוזער מיט אסאך אייגענארטיגע פיטשערס.
מעלות: עס האט אן אייגענארטיגע דעזיין וועלכע אסאך האבן ליב, געבויט אויף קראום ממילא האט עס די זעלבע דעזיין און סופארט פאר עקסטענשן'ס,

"עס האט די מעגליכקייט צו דאונלאודן יעדע ווידיאו פון יעדע סייט מיט'ן אריגינעלע קוואליטעט און שנעלסטע ספיד"!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

חסרונות: איך וואלט נישט אריינגעלאגט אין וויכטיגע סייט'ס ווי אימעיל און באנק אקאונטס! כאטש עס איז פון די גרעסטע בראוזערס אין וויעטנאם, און עס איז אויך "אפען סאורס" - דאס איז מיין אייגענע געפיל.

(די ווידיאו דאונלאודער ארבעט אויך אויף זייער מאבייל עפפ)
<a class="postlink" href="https://coccoc.com/en">https://coccoc.com/en</a>‎

קורקלענד » מאנטאג אפריל 27, 2020 8:49 pm

· #446859
א גרויסע ישר כח. די אינפארמאציע איז געווען שטארק הילפבאר. ספעציעל דער וויעטנאמער בראוזער.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 28, 2020 1:42 am

· #446886
ביי מיר ארבעט נישט זום. וואו איך האלט מיט די שיעורים וואס מיין זוהן הי"ו לערנט פאר אויף פייערפאקס. נאר אויף גוגל קראום. אבער פייערפאקס איז מיין דיפאולט בראוזער...!

פאליטיקאנט » דינסטאג אפריל 28, 2020 1:44 am

· #446888
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
berlbalaguleh
ביי מיר ארבעט נישט זום. וואו איך האלט מיט די שיעורים וואס מיין זוהן הי"ו לערנט פאר אויף פייערפאקס. נאר אויף גוגל קראום. אבער פייערפאקס איז מיין דיפאולט בראוזער...!
פארוואס ניצטו נישט די זום אפליקאציע?
ס'איז שנעלער און באקוועמער.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 28, 2020 1:49 am

· #446890
אמת. זיי האלטן אין איין פראמפטן אז איך זאלל עס דאונלאודן. אויך קראום בעט אז איך זאלל עס מאכן פאר מיין דיפאולט בראוזער. אבער איך (זייענדיג א גרויסער עם הארץ אין טעכנאלאגיע) האב אייביג געהאט פראבלעמען ווען איך האב דאונלאודעד עפעס מעידזשאר.

פאליטיקאנט » דינסטאג אפריל 28, 2020 1:53 am

· #446891
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
berlbalaguleh
אמת. זיי האלטן אין איין פראמפטן אז איך זאלל עס דאונלאודן. אויך קראום בעט אז איך זאלל עס מאכן פאר מיין דיפאולט בראוזער. אבער איך (זייענדיג א גרויסער עם הארץ אין טעכנאלאגיע) האב אייביג געהאט פראבלעמען ווען איך האב דאונלאודעד עפעס מעידזשאר.
קראום אלס די דיפאולט בראוזער וואלט איך נישט געראטן.

אבער אויב ניצטו זום טעגליך, איז יא ראטזאם צו דאונלאודן און אינסטאלירן זייער אפליקאציע.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 28, 2020 2:08 am

· #446893
פאליטיקאנט: איך ווייס. איך האב שוין לאנג קראום אויף מיין דעסקטאפ. איך געדענק אז כ'האב געהאט א סאך פראבלעמען...!

ייש"כ פאר די עצה צו אינסטאללן די זום עפפ. איך גיי עס בלי"נ טון...!

אישתישבי » דינסטאג אפריל 28, 2020 8:21 am

· #446902
berlbalaguleh
אמת. זיי האלטן אין איין פראמפטן אז איך זאלל עס דאונלאודן. אויך קראום בעט אז איך זאלל עס מאכן פאר מיין דיפאולט בראוזער. אבער איך (זייענדיג א גרויסער עם הארץ אין טעכנאלאגיע) האב אייביג געהאט פראבלעמען ווען איך האב דאונלאודעד עפעס מעידזשאר.

אה, ווי מען פילט זיך ב'גדול'ט אז אלע גרויסע קאמפאניס בעטען זיך ביי מיר אז איך זאל זיי מאכען דער דיפאלט. אבער מען טאר נישט נאכגעבן לייכט, מען דארף עקשנ'ן ביזן סוף.

מונטסורי » מיטוואך אפריל 29, 2020 9:56 am

· #447096
Tor Browser
<a class="postlink" href="https://www.torproject.org">https://www.torproject.org</a>

די ארגינעלע פראגראם אנצוקומען צום טינקעלען געוועב און לויט ווי איך פארשטיי איז דאס נאכאלץ די פריוואטסטע בראוזער. זיי נוצן די פריוואטקייט קאנצעטרירטע DuckDuckGo אלץ די דיפאלט סוירטש ענדזשין, פארשטייט זיך אז עס האט נישט די זעלבע גוטע ריזאלטאטען ווי גוגל. פאר סעיווען פעסווארדס קען מען נוצן א פעסווארד מענעדזשער עקסטענשאן, אה, כ'האב נאכנישט געזאגט? מ'קען אינסטאלירן אלע add-on's פון mozilla די מאמע פון Firefox. א גרויסע חסרון מיט דעם בראוזער איז אז זיי האבן נישט קיין מאביל עפפ צוליב וואס זיי האבן נישט געקענט טרעפען אן אופן עס צו בויען לויט זייערע פריוואטקייט סטאנדארטען.

אגב, כ'טראכט אז קאווע שטיבעל וואלט ווען געדארפט האבן א .onion וועבסייט צו אפהיטען די גענצליכע פריוואטקייט פאר חברים וואס ברויכען דאס.

@פאליטיקאנט open source איז אייגענטליך א גוטע זאך פאר פריוואטקייט ווייל יעדער קען אליינס לייענען די סאורס קאוד און באשליסען צו עס איז פריוואט און טרעפען באגס. אויכעט, פארוואס באהאלטסטו די אפיליעט קאוד אין דיין BRAVE לינק? נישטא וואס זיך צו שעמען, מ'ברויך בלויז זיין אפען דערוועגען.

פאליטיקאנט » מיטוואך אפריל 29, 2020 3:48 pm

· #447141
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
מונטסורי

לגבי די Tor בראוזער: עס איז נישט ניחא עס צו ניצן פארן טאג טעגליכע געברויך ווייל עס ארבעט גאר שטייט......
עס איז ווערט צו ניצן דא דארט ווען מ'זיכט אויפ'ן טונקעלער געוועב, (אבער ס'גארנישט דא דארט, סתם א העדס אפ)

און יא, זיי האבן אויך א מאבייל בראוזער
<a class="postlink" href="https://play.google.com/store/apps/details?id=org.torproject.torbrowser">https://play.google.com/store/apps/deta ... torbrowser</a>
פאר עפל איז דא די Onion בראוזער.

אפען סאורס איז זייער א גוטע זאך, און איך באנוץ מיך בעיקר מיט אזוינע פראגראמען.
איך האב נאר געזאגט אז מיט דעם אלעם האב איך א שטיקל נייגונג נישט אריינצולאגן מיט פריוואטע אינפארמאציע אין יענעם ספעציפישן בראוזער (coc coc) זייער מעין קאוד איז אפען סאורס,אבער כ'האב נישט געקענט טרעפן 'אלע' ארומיגע שטיקלעך זאלן זיין אינעם רעפאזיטארי.

איך האב אין פלאן צו שרייבן מער באריכות וועגן Tor און די טונקעלע געוועב.
און אויך וועגן פעסווארד מענעדשערס היינט אדער מארגן.

יין שרף » דינסטאג יאנואר 26, 2021 7:12 pm

· #466113
פאליטיקאנט
Cốc Cốc browser:
דאס איז א וויעטנאמעזער בראוזער מיט אסאך אייגענארטיגע פיטשערס.
מעלות: עס האט אן אייגענארטיגע דעזיין וועלכע אסאך האבן ליב, געבויט אויף קראום ממילא האט עס די זעלבע דעזיין און סופארט פאר עקסטענשן'ס,

"עס האט די מעגליכקייט צו דאונלאודן יעדע ווידיאו פון יעדע סייט מיט'ן אריגינעלע קוואליטעט און שנעלסטע ספיד"!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

לעצטענס קען איך נישט דאונלאודען ווידיאו פון Torah anytime מיט די בראוזער. Any help?

תרמב » דינסטאג יאנואר 26, 2021 8:32 pm

· #466115
וואס קען מען טרעפן אויף די טונקעלע געוועב וואס מ’טרעפט נישט אויף די געהעריגע? טראמפ’ס טוויטער אקאונט?

נעקסט לעוועל » פרייטאג יולי 30, 2021 4:19 am

· #478626
פאליטיקאנט

Brave:
ווערט ארויסגעגעבן דורך גאר אנגעזענע פריוואטקייט אקטיוויסטן.
מעלות: ארבעט גאר גאר שנעל, געבויט אויף קראום האט עס די זעלבע דעזיין און סופארט פאר עקסטענשאן'ס, ס'קומט מיט אן אריינגעבויטע אדווערטייזמענט בלאקירער וועלכע איז זייער עפעקטיוו (האט אן אפציע צו באקומען אדווערטייזמענט פאר געלט!), ציט ווייניגער מעמארי, ווערט אפדעיטעט אזוי שנעל ווי קראום.
ווי אויך האט עב אן אריינגעבויטע Tor בראוזער וואס מיינט אז מען איז באמת אנאנים, (און מיט דעם קען מען אויך ארומוואנדערן די טונקעלע / טיפע געוועב (dark / deep web)
חסרונות: עס האט נישט די "סינק" (sync), מיט גוגל פאר פעסווארדס און אנדערע גוגל סערוויסעס.
https://brave.com

אפשר קען איינער ברענגען די עצם פייל, מיין פילטער מאכט פראבלעמען

פאליטיקאנט » פרייטאג יולי 30, 2021 4:40 am

· #478629
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
די אינסולעישן פייל דארף אויך אינטערנעט.

יין שרף » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:45 am

· #479287
יין שרף
פאליטיקאנט
Cốc Cốc browser:
דאס איז א וויעטנאמעזער בראוזער מיט אסאך אייגענארטיגע פיטשערס.
מעלות: עס האט אן אייגענארטיגע דעזיין וועלכע אסאך האבן ליב, געבויט אויף קראום ממילא האט עס די זעלבע דעזיין און סופארט פאר עקסטענשן'ס,

"עס האט די מעגליכקייט צו דאונלאודן יעדע ווידיאו פון יעדע סייט מיט'ן אריגינעלע קוואליטעט און שנעלסטע ספיד"!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

לעצטענס קען איך נישט דאונלאודען ווידיאו פון Torah anytime מיט די בראוזער. Any help?

???

טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 16, 2022 7:01 am

· #495177
איינער האט געשריבן אויבן וועגן פעסווארד מענעדזשערס, האב איך אקארשט געזען א פעסווארד מענעדזשער גערופן 1Password וואס האט אנגעבליך א גאר גוטע פיטשער. עס לאזט דיך רעמאוון די סענסעטיווע דאטא פון דיין מאשין ווילאנג דו ביסט פאַרפאָרן און ווען דו ביסט צוריק אינדערהיים, איז עס צוריק עוועילעבל.. געוואלדיג פאר די וואס האבן מורא מען באברעט זייערע חפיצים ווען זיי זענען נישט אינדערהיים.

סאנטיאגא » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:47 pm

· #539642
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
📎 Ks Edge.jpg איינער קען זיך אויס פארוואס דעס האלט אין איין ארוישפראצן?

כ'בין דא אין מייקראסאפט עדזש אויף ווינדאויס 11 יעדע טעב, און יעדע עקשן וואס איך וויל נעמען אויף א פעידזש האט ער מיר אויסידי.

כ'זעה נישט עפעס וואס איז אנגעשטעלט אויף דיפאלט וואס כ'זאל קענען בלאקן. איינער מיט אן עצה?

טראפעלע » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 5:12 pm

· #539644
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
א ספעסיפיק פעידזש אדער יעדע פעידזש?

סאנטיאגא » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 5:42 pm

· #539645
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
יעדע. אויך יוטוב אדער אנדערע עפס וואס זענען אריינגעסיינט דערין.

מיין הולו אקאונט מאכט די זעלבע קונצן.

סאנטיאגא » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 5:52 pm

· #539646
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
פאליטיקאנט #
וועב בראוזערס זענען גאר סאפיסטיקירטע פראגראמען, און עס איז ממש ווי א אפערעיטינג סיסטעם פאר זיך, ממילא איז זייער ראטזאם צו אויספרובירן עטליכע פארן זיך זעצן אויף א דיפאולט בראוזער.

דא וויל איך ליסטן פארשידענע בראוזערס און זייער מעלות / חסרונות.

Chrome:
די מערסטע פאפולער, ארויסגעגעבן דורך גוגל.
מעלות: זייער שנעל, זייער אינטואיטיוו און ריין, שטארק מעינטעינד.
חסרונות: ציט גאר אסאך מעמארי, האט נישט אזויפיל פיטשערס ווי אנדערע, זערא פרייוועסי.
https://www.google.com/chrome/

Brave:
ווערט ארויסגעגעבן דורך גאר אנגעזענע פריוואטקייט אקטיוויסטן.
מעלות: ארבעט גאר גאר שנעל, געבויט אויף קראום האט עס די זעלבע דעזיין און סופארט פאר עקסטענשאן'ס, ס'קומט מיט אן אריינגעבויטע אדווערטייזמענט בלאקירער וועלכע איז זייער עפעקטיוו (האט אן אפציע צו באקומען אדווערטייזמענט פאר געלט!), ציט ווייניגער מעמארי, ווערט אפדעיטעט אזוי שנעל ווי קראום.
ווי אויך האט עב אן אריינגעבויטע Tor בראוזער וואס מיינט אז מען איז באמת אנאנים, (און מיט דעם קען מען אויך ארומוואנדערן די טונקעלע / טיפע געוועב (dark / deep web)
חסרונות: עס האט נישט די "סינק" (sync), מיט גוגל פאר פעסווארדס און אנדערע גוגל סערוויסעס.
https://brave.com

Firefox:
די איינציגסטע עכטע אלטערנאטיווע פאר די קראום געבויטע בראוזערס.
מעלות: ארבעט רעלאטיוו שנעל, זייער 'סטעיבל', שטארק פרייוועסי פאקוסד, אריינגעבויטע עד בלאקיר, פולע 'סינק' מיט זייער אײגענע סערוויסעס, האט אסאך אינטערעסאנטע פיטשערס.
חסרונות: האט נישט אלע עקסטענשן'ס וואס קראום געבויטע בראוזערס האבן.
https://www.mozilla.org/en-US/exp/firefox/new

Edge (new Edge):
די דיפאולט בראוזער אויף ווינדאוס 10 דורך מייקראסאפט.
מעלות: געבויט אויף קראום האט עס 'כמעט' די זעלבע דעזיין און סופארט פאר עקסטענשאן'ס, אסאך אייגענע פיטשערס און זיי האלטן אינאיין צולייגן און אפדעיטן, ניצט 'אביסל' ווייניגער מעמארי ווי קראום, א 'שטיקל' עד בלאקיר נאר פאר געוויסע אדווערטייזמענטס און פאפ אפ'ס, פולע מייקראסאפט "סינק"
חסרונות: עס איז נישט אזוי פריוואט.
https://www.microsoft.com/en-us/edge

עד כאן זענען די מערסטע באקאנטע און בעסטע בראוזערס.
איך פערזענליך נוץ נישט קראום פשוט ווייל די אנדערע זענען סאך בעסער (איך נוץ ברעיוו וועגן די שנעלקייט און עד בלאקער און פייערפאקס פאר ביזנעס אנגעלעגנהייטן).

אויב איינער קען צולייגן זייער עקספיריענס / רעוויו / אנדערע בראוזערס, יישר כוח.
וואס האלסטו אויף Duck Duck Go?
איך נוץ עס אויף מיין פאון איך מוז זאגן ס'איז דא זאכן וואס קומען נישט צו קראום, למשל אין רידינג פיטשערס האבן זיי נאך א וועג צו גיין, למשל אז מ'סקראולט א טראפל צו גיין צום נעקסטן פאראגראף פליט ער דורך די האלבע ארטיקל.. אבער דאס אז זיי סעיוון נישט מיין דעטע און שטופן מיר עדס איז ווערט אלעס. נארוואס צוגעלייגט עדבלאדעקרס אויף יוטוב, און ס'איז א ברכה צו מאכן. הגם עדבלאקערס ווערן איבערגעקלוגט יעדע פאר יאר, אנדערע קאסטן געלט.. קומענדיג יארן צוריק פון גאלעקסי, פארגעשריטענער ווי סעמסאנג אינטערנעט איז עס זיכער 😂

סייד נאוט, פארוואס פאלט נישט איין פאר די קאמפאניס צו מאכן א הענדס פרי מאוד אויף צום ליינען? אזוי ווי א טעלעמפראמטער? איך ווארט שוין אויף דעם יארן, לאמיר זאגן איך עס יעצט א שמוציגע סושי און איך קען נישט יעצט אנרירן דעם פאון, זאל מען קענען אנשטעלן ס'זאל זיך סקראולן פון זיך אליין, און מ'זאל עס קענען אנשטעלן לויט די באקוועמע ספיד, אזוי ווי אן אוידיא, אדער א + - אויף עקסעל וכו' כ'לאך אזוי צו מיר אמאל, ס'איז שוין דא וואויסאווער'ס אויף ארטיקלען, שנעלע עי.איי. טשעטבאטס, פינגערבייאמעטריקס צו אנלאקן טירן אין ביזנעסער, ס'איז שוין דא סאך מער סאפיסטיקירטע געדאנקן, אבער וויאזוי דער בראוזער זאל פארן פון זיך אליין וואס קוקט נישט אויס ווי די טייערסטע אימפלעמענטעישן, דעס דארף נאר מיר איינפאלן?

ששון ושמחה » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 7:36 pm

· #539653
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
סאנטיאגא #
נארוואס צוגעלייגט עדבלאדעקרס אויף יוטוב, און ס'איז א ברכה צו מאכן. הגם עדבלאקערס ווערן איבערגעקלוגט יעדע פאר יאר, אנדערע קאסטן געלט.. קומענדיג יארן צוריק פון גאלעקסי, פארגעשריטענער ווי סעמסאנג אינטערנעט איז עס זיכער 😂

וויאזוי קען מען בלאקן יוטוב עד'ס אויף טעלעפאן?

קורקלענד » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 9:50 pm

· #539671
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
מיר נוצן פייערפאקס אויף אנדרויד מיט א עד-בלאק עקסטענשאן.

ים של שלום » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 11:04 pm

· #539676
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
וואס איז מיט Opera? ווער מאכט עס און צו איז עס ווערט עפעס?

טראפעלע » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 12:33 am

· #539682
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
ששון ושמחה #
וויאזוי קען מען בלאקן יוטוב עד'ס אויף טעלעפאן?

אויב דו נוצט די עפפ קענסטו נוצן ריווענסד.
https://revanced.app/

סאנטיאגא » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 8:02 pm

· #540190
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
טראפעלע #
ששון ושמחה #
וויאזוי קען מען בלאקן יוטוב עד'ס אויף טעלעפאן?
אויב דו נוצט די עפפ קענסטו נוצן ריווענסד.
https://revanced.app/
איך נוץ עס אבער ס'קען נישט עפענען לינקס, ס'גייט אייביג צו די ארגינעלע יוטוב. אפילו איך האב עס דיסעיבלד. נאך א פראבלעם מ'קען עס נישט האבן אויף פי סי

טראפעלע » פרייטאג דעצעמבער 1, 2023 11:37 am

· #540246
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
סאנטיאגא #
טראפעלע #
ששון ושמחה #
וויאזוי קען מען בלאקן יוטוב עד'ס אויף טעלעפאן?
אויב דו נוצט די עפפ קענסטו נוצן ריווענסד.
https://revanced.app/
איך נוץ עס אבער ס'קען נישט עפענען לינקס, ס'גייט אייביג צו די ארגינעלע יוטוב. אפילו איך האב עס דיסעיבלד. נאך א פראבלעם מ'קען עס נישט האבן אויף פי סי
ביי מיר עפענט זיך לינקס אין ריווענסד.
דארפסט דיסעיבלן set as default אין די אריגינעלע יוטוב און אנצינדן אין ריווענסד יוטוב

סאנטיאגא » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2023 10:18 pm

· #540850
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
טראפעלע #
סאנטיאגא #
טראפעלע #
ששון ושמחה #
וויאזוי קען מען בלאקן יוטוב עד'ס אויף טעלעפאן?
אויב דו נוצט די עפפ קענסטו נוצן ריווענסד.
https://revanced.app/
איך נוץ עס אבער ס'קען נישט עפענען לינקס, ס'גייט אייביג צו די ארגינעלע יוטוב. אפילו איך האב עס דיסעיבלד. נאך א פראבלעם מ'קען עס נישט האבן אויף פי סי
ביי מיר עפענט זיך לינקס אין ריווענסד.
דארפסט דיסעיבלן set as default אין די אריגינעלע יוטוב און אנצינדן אין ריווענסד יוטוב
כ'האב עס שוין געמאכט default אבער ער גייט צו יוטוב אין די בראוזער אנשטאט... נישט דא אין מיינע בראוזער'ס קיין אפציע דאס אויסצולעשן

באר מים » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 10:22 am

· #540888

האסט אויך אויסגעלאשן set to default אין די אריגינעלע YouTube?

יש עתיד » מיטוואך אפריל 17, 2024 7:36 pm

· #559526
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
ים של שלום #
וואס איז מיט Opera? ווער מאכט עס און צו איז עס ווערט עפעס?

Opera האט פארשידענע מעלות וואס מאכט עס בעסער ווי אנדערע בראוזערס:
1. א free VPN דאס טייטשט אן אומזיסטע virtual private network וואס מאכט מען זאל קענען בראוזען פריוואט און פרעמדע און העקערס זאלן נישט האבן צוטריט צו דיין IP אדרעסס.
2. עס קומט אן אומזיסטע ad blocker וואס אחוץ פון בלאקירן עדס און אומנויטיגע pop-ups פארבעסערט עס אויך די ספיד פון בראוזן (הגם, איך מיין אז chrome איז די שנעלסטע ווען עס קומט צו ספיד, מיט זייער אלע חסרונות).
3. אויב נוצט מען עס פון א desktop קאמפיוטער האט עס ביי די זייט שנעלע צוטריט צו מעסעדזשעס פון וואטסעפפ, טעלעגראם און פעיסבוק מעסענדזשער.
4. דאס איז סתם א זייטיגע פיטשעווקע, אבער עס האט אויך גאר א קאלירפולע און אנגענעמע פראנט פעידזש מיט וועטער, נייעס, סטאקס און ספארטס, ווי אויך קען מען פעסאנאלייזן וועבסייטס צו האבן quick access (ענליך צו Microsoft edge ).
5. אויב נוצט מען עס פון א מאביל דעווייס איז פארהאן 2 סארטן עפפס opera AI מיט אן עי איי טשעטבאט און opera mini. די שפעטערע איז מער פאפולער מיינעך צוליב דעם וואס עס נוצט ווייניגער סטארעדזש, דאטא און בעטערי.
6. שוין פריער דערמאנט אז עס האט אויך אן Ai chatbot גערופן Aria וואס ארבעט סיי אויף דעסקטאפ און סיי אויף די עפפ. (הגם, עס קומט נישט צו א צענטל פון די פאוערפאל copilot וואס ארבעט אין די edge בראוזער, אבער דאס איז שוין א באזונדערע שמועס.

נעקסט לעוועל » מיטוואך אפריל 17, 2024 9:33 pm

· #559548
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
יש עתיד #
ים של שלום #
וואס איז מיט Opera? ווער מאכט עס און צו איז עס ווערט עפעס?
Opera האט פארשידענע מעלות וואס מאכט עס בעסער ווי אנדערע בראוזערס:
לייק פאר opera.
זייער ניצבאר און קאאל לאקינג בראוזער.
ארבעט בעסער מיט שוואכע אינטערנעט קאנעקשאן, און אפיציעל מער פריוואט.
בנוסף, עס פרעסט נישט אזוי פיל רעם און CPU.

איך ניץ עס פאר עטליכע וואכן, at a time אבער איך טרעף מיר אייביג צוריקפאלן צו קראום…
פארפאלן, מיט מיינע שפינציגע נערוון דארף איך וויכיטיגער די ספיד ווי די אלע ארומיגע פיטשערס

ים של שלום » מיטוואך אפריל 17, 2024 11:07 pm

· #559556
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
ווער מאכט Opera? וועלעכע קאמפעני אדער ארגעניזאציע שטייט אונטער דעם?

יש עתיד » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:57 pm

· #559597
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
ים של שלום #
ווער מאכט Opera? וועלעכע קאמפעני אדער ארגעניזאציע שטייט אונטער דעם?
נישט געוואוסט די ענטפער, אבער געגוגלט ספעציעל פאר דיר.

איז אזוי, Opera איז א פירמע וואס האט זיך געגרינדעט אין יאר 1995 אין אוסלו, נארוועגיע, דורך צוויי נארוועגישע פראגראמערס, געיר אייווערסוי און דזשאן סטיווענסאן. (דאס עס מאכט עס פאר איינע פון די עלטסטע בראוזערס, פילייכט עלטער ווי קראום און עדזש).

אין יארע 2016 איז עס געווארן אפגעקויפט דורך א כינעזער ביליאנער זשאו יאהו'ווי און געווארן אריינגעברענגט אין א כינעזע שירעם פירמע Kunlun וועלכע פארפיגט אויף עטליכע גרויסע כינעזע וועב סערוויסעס.
היינט צוטאגס איז עס די 6'טע מערסט באנוצטע וועב בראוזער גלאבאל מיט 311 מיליאן אקטיווע באנוצער און איז ווערט א געשאצטע 964 מיליאן דאלאר, און ווערט געטרעידט אויפן נעסדעק אלס OPRA.

אט איז א לינק צום וויקיפידיע בלאט:
https://en.wikipedia.org/wiki/Opera_%28company%29?wprov=sfla1

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:53 pm

· #559647
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
נעקסט לעוועל #
יש עתיד #
ים של שלום #
וואס איז מיט Opera? ווער מאכט עס און צו איז עס ווערט עפעס?
Opera האט פארשידענע מעלות וואס מאכט עס בעסער ווי אנדערע בראוזערס:
לייק פאר opera.
זייער ניצבאר און קאאל לאקינג בראוזער.
ארבעט בעסער מיט שוואכע אינטערנעט קאנעקשאן, און אפיציעל מער פריוואט.
בנוסף, עס פרעסט נישט אזוי פיל רעם און CPU.

איך ניץ עס פאר עטליכע וואכן, at a time אבער איך טרעף מיר אייביג צוריקפאלן צו קראום…
פארפאלן, מיט מיינע שפינציגע נערוון דארף איך וויכיטיגער די ספיד ווי די אלע ארומיגע פיטשערס
פון די אנדערע זייט, איינמאל מטרעפט זיך אין די גוגל נעץ ( Gmail, photos, drive, calendar, meet, keep, Google one storage וכו׳)
איז שווער זיך ארויסצוזעהן.
קראום מיט אלע אירע/זיינע חסרונות אפערט עס א ווייד רענדש פון ניצבארע פיטשערס

ים של שלום » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:17 pm

· #559661
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
יש עתיד #
ים של שלום #
ווער מאכט Opera? וועלעכע קאמפעני אדער ארגעניזאציע שטייט אונטער דעם?
נישט געוואוסט די ענטפער, אבער געגוגלט ספעציעל פאר דיר.

איז אזוי, Opera איז א פירמע וואס האט זיך געגרינדעט אין יאר 1995 אין אוסלו, נארוועגיע, דורך צוויי נארוועגישע פראגראמערס, געיר אייווערסוי און דזשאן סטיווענסאן. (דאס עס מאכט עס פאר איינע פון די עלטסטע בראוזערס, פילייכט עלטער ווי קראום און עדזש).

אין יארע 2016 איז עס געווארן אפגעקויפט דורך א כינעזער ביליאנער זשאו יאהו'ווי און געווארן אריינגעברענגט אין א כינעזע שירעם פירמע Kunlun וועלכע פארפיגט אויף עטליכע גרויסע כינעזע וועב סערוויסעס.
היינט צוטאגס איז עס די 6'טע מערסט באנוצטע וועב בראוזער גלאבאל מיט 311 מיליאן אקטיווע באנוצער און איז ווערט א געשאצטע 964 מיליאן דאלאר, און ווערט געטרעידט אויפן נעסדעק אלס OPRA.

אט איז א לינק צום וויקיפידיע בלאט:
https://en.wikipedia.org/wiki/Opera_%28company%29?wprov=sfla1
יישר כח. דארף מען חושש זיין אז די כינעזער גאווערמענט האט עקסעס צו אלע בראזער אינפורמעישן?

יש עתיד » פרייטאג אפריל 19, 2024 2:47 am

· #559669
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
ים של שלום #
יש עתיד #
ים של שלום #
ווער מאכט Opera? וועלעכע קאמפעני אדער ארגעניזאציע שטייט אונטער דעם?
נישט געוואוסט די ענטפער, אבער געגוגלט ספעציעל פאר דיר.
יישר כח. דארף מען חושש זיין אז די כינעזער גאווערמענט האט עקסעס צו אלע בראזער אינפורמעישן?
גוטע קשיא.

איך האב געזען איינער שרייבט אויף Reddit אז מען קען אינסטאלירן סאופטוועיר (עטליכע סארטן : Pi-hole, Wireshark און נאך) וואס קען נאכגיין די טרעפיק פון א נעטווארק און זעהן צו ס'גייט ארויס פון די סערווער און ווער פונקטליך באנוצט זיך מיט די דאטא.

שטעלט זיך ארויס אז Opera איז נישט די בעסטע ווען עס קומט צו פרייוועסי, אבער טיילט עס נישט מיט מיט כינעזע פירמעס נאר ענדערש מיט אמעריקאנע פירמעס.

צו באטאנען אז קראום, עדזש און סאפארי וכו' טוען די זעלבע זאך, און פרובירן עס אפי' נישט צו באהאלטן.

לסיכום: עס איז ווארשיינליך נישט קיין געפאר צו נוצן מטעם מורא האבן אז די כינעזע רעגירונג שפיאנירט אויף דיר, אויב איז פריוואטקייט א שטארקע פריאריטעט וואלט איך ענדערש רעקאמענדירט Brave.

נאך איין זאך: עס זענען דא צענדליגער כינעזער טעכנאלאגיע פירמעס, נישט אזוי? עלי עקספרעס, שייאמי, טעמו, שיין, Lenovo. די פראבלעם וואס יעדער איז פארנומען מיט טיקטאק מיינעך קומט אויך צוליב וואס טיקטאט טרעקט באנוצער אינפארמאציע אויף א מאסשטאבליכע פרעצעדענטלאזע פארנעם, און באנוצט זיך מיט דעם אויף די מערסט הפקר'דיגן וועג וואס שייך, אזש יעדער ספעמער קען אן קיין גרויס מוטשעניש האבן צוטריט צו דיין אלע אינפארמאציע.

ים של שלום » זונטאג אפריל 21, 2024 1:44 am

· #559763
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
יישר כח @יש פאר אזא גרונטליכע ענטפער

קורקלענד » זונטאג אפריל 21, 2024 2:10 am

· #559764
Re: וועב בראוזערס / Web Browsers
שוין יארן וואס ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס אמעריקאנער מענטשן זאלן האבן א פחד אז די רוסישע אדער כינעזע רעגירונג קוקט זיי נאך. בעת ווען די מערסטע וואס זיי דארפן ציטערן פאר איז בלויז די אמעריקאנער רעגירונג.....