☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #13693

אשכול אן א טיטל #13693

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13693

— » פרייטאג אפריל 3, 2020 4:02 pm

· #445151

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קורקלענד » פרייטאג אפריל 3, 2020 4:33 pm

· #445153
יא אונז זעמער שטאלץ צו זיין א קאפיטאליסטישע לאנד! יא ביי אונז גייט (דארף) אלעס גיין געוואנדן אויפן דאלער! יא מיר גלויבן אין א פארדינטע דאלער. און יא מיט אונזערע שיטות, פיליזאפיע, מנהגים און היסטאריע האבן מיר אויפגעטון פארן וועלט פיל מער ווי סיי וועלכע אנדער לאנד, קאלטור, רעליגיע, קאלט, פיליזאפיע אדער שיטה!

ליידער זענען אזעלכע וואס גלייבן נישט און קיין פארדינטע דאלער, נאר אין יענעמ'ס פארדינטע דאלער. און כדי דאס צו גנב'נען פון איהם קומט מען מיט כל מיני מאראלישע שיטות. און דרייען איבער ס'געזעץ אין לאנד צו בא'גנב'ן די דאס פארדינען עס.

זייט אזוי גוט. מיר אמעריקאנער זענען שטאלץ מיט אונזער היסטאריע! שטאלץ מיט אונזער פרייהייט! שטאלץ מיט אונזער פארדינטע דאלער! די עליטע קלאס האט אונז איבער די לעצטע צענדליגע יארן שטארק בא'גנב'ט און בא'עוול'ט! אונזער טראמפ איז א מעסעדזש צו די פארפוילטע עליטע און פוילע גנבים וואס ווילן ארבעטן פיר טאג א וואך אויפן חשבון פון דער וואס ארבעט זיבן טאג א וואך! יא! די פאלק וויל טראמפ ווייל ער שטייט פאר אונזערע ווירדן! ער היט אויף זיי!

גייט קיין אייראפע געזונטערהייט! האב א גוטע רייזע.

ליב צו וויסן » פרייטאג אפריל 3, 2020 4:50 pm

· #445157
מאך זיכער
טראמפ!

גלייבט אין זיין מאכט ווייל ער גלייבט אין זיין געלט גלייבט אין זיין קלוגשאפט ווייל ער גלייבט אין זיין געלט גלייבט אין זיין שיינקייט ווייל ער גלייבט אין זיין געלט גלייבט אין זיינע ווירדן ווייל ער גלייבט אין זיין געלט גלייבט אין די מיליטער ווייל ער גלייבט אין זיין געלט גלייבט אין זיינע קינדער ווייל ער גלייבט אין זיין געלט.

אין קורצע ווערטער, גלייבט ער נאר אין זיין געלט, עס איז זייער שווער פאר א מענטש מיט געפילן זיך צו קענען אזוי פארגלייבן אין געלט אן זיך זארגן פאר די ארומיגע.

קוק אויף אזא איינעם ווי טראמפ, אין יעדע לאנד וואלט ער געווען דער ערשטער ארויסגעפאלענער, נישט פון די פרעזידענט רעיס, נאר פון פובליק סקול, אבער כ'מיין אז דאס איז איי פון די חורבנות טאקע פון די געדאנק פון רויעל פעמילי'ס, אז זיי קומען אן צו העכערע שטאפלען ווי די מיטעלע קלאסן נאר אין זכות פון זייערע עלטערנס געלט, א זאך וואס איז ווערד פארדאמונג פון רעכטדענקנדע.

אויף די סיבה פארוואס טראמפ האט גענאסן פון שטיצע ביי חסידים און חרדישע אידן, האט שוין יעדע צייטונג פארגאסן טינט, אבער הצד השוה שביניהם איז ווייל חסידים זענען גאר געלטגייציג, און די סיבה דערצו איז קלאר, ווייל זיי האבן נישט קיין געשמאקע וועלט, נאר געלט רעדט צו זיי.

חתונה האבן ביי חסידים איז א ביזנעס, נישט קיין ליבע שפיל, דעריבער געבן זיי זיך אויס די סעקס דרייוו אין די דזשאב, זיי ארבעטן אווערטיים און קומען קוים אהיים ווייל זיי האבן נישט ליב די ווייב, עס איז נאר א מיטל צו די קינדער פראדוקציע וואס יעדער פירט ביי זיך אין שטוב.

רעד צו א חסיד וועגן גיין פארברענגען אין א פארק אליין, אדער מיט די ווייב, אן קיין 'חבירים מיט בארביקיו'ס און גיטארס' און עס זאל נישט זיין 'ליל שישי', נאר סתם א דינסטאג נאכמיטאג, ער וועט נישט וויסן וואס איר ווילט פון אים, פארוואס זאל ער גיין אין פארק? ס'גייט אים ברענגען געלט?

דעריבער איז די נקודה המשותפת פון טראמפ און די חסידים וויבאלד ביידע גלייבן נישט אין די שיינקייט םון די וועלט, און אז מען קען אינדזשויען לייף, ביי זיי איז עס נאר געלט מיט געלט, ווייל דאס איז די איינציגסטע טעם וואס זיי שפירן.

אין אייראפע איז געווען א קלער לעצטנס צו שניידן די שעות פון ווארקדעיס צו פיר טעג א וואך און זעקס שעה א טאג, די סיבה דערצו איז ווייל דער אייראפעאישער איז מער פאמיליע געשטימט, און ער איז מער אינטערסירט צו אינדזשויען זיין לעבן ווי אזנזיין עקאנאמיע זאל בומען און אז זיין פרעזידענט זאל רעדן ווי א טויטע פייגל. דער אייראפעאישער איז מער אויסגעשטעלט צו גיין פארברענגען און פשוט זיך ליב האבן מיט די בריאה, ווי דער אמעריקאנער כולירע וואס לויפט נאך דעם דאלער ווי א קעצל נאכן מייזל.

ס'נאך דא א סאך צו שרייבן, דאס איז פאר יעצט.

אזאנע שטותים צו שרייבן... די רעכטע אין אמעריקע (חסידים אריינגערעכנט) זענען די וואס גיבן די מערסטע טשעריטי, די לינקע זענען בלויז דא אוועקצוגיבן יענעמס געלט..

ליב צו וויסן » פרייטאג אפריל 3, 2020 4:54 pm

· #445158
די אלע שיינע פאמיליע צייט געדאנקען קומען פון די ארבעטער וואס ווילן ארבעטען ווייניגער און מאכן מער, און זיי זענען הונדערט פראצענט בארעכטיגט דאס צו וועלן, מאך זיי נאר נישט פאר קיינע שונאי בצע...

שבת אחים » פרייטאג אפריל 3, 2020 5:03 pm

· #445160
קורקלענד
יא אונז זעמער שטאלץ צו זיין א קאפיטאליסטישע לאנד! יא ביי אונז גייט (דארף) אלעס גיין געוואנדן אויפן דאלער! יא מיר גלויבן אין א פארדינטע דאלער. און יא מיט אונזערע שיטות, פיליזאפיע, מנהגים און היסטאריע האבן מיר אויפגעטון פארן וועלט פיל מער ווי סיי וועלכע אנדער לאנד, קאלטור, רעליגיע, קאלט, פיליזאפיע אדער שיטה!

ליידער זענען אזעלכע וואס גלייבן נישט און קיין פארדינטע דאלער, נאר אין יענעמ'ס פארדינטע דאלער. און כדי דאס צו גנב'נען פון איהם קומט מען מיט כל מיני מאראלישע שיטות. און דרייען איבער ס'געזעץ אין לאנד צו בא'גנב'ן די דאס פארדינען עס.

זייט אזוי גוט. מיר אמעריקאנער זענען שטאלץ מיט אונזער היסטאריע! שטאלץ מיט אונזער פרייהייט! שטאלץ מיט אונזער פארדינטע דאלער! די עליטע קלאס האט אונז איבער די לעצטע צענדליגע יארן שטארק בא'גנב'ט און בא'עוול'ט! אונזער טראמפ איז א מעסעדזש צו די פארפוילטע עליטע און פוילע גנבים וואס ווילן ארבעטן פיר טאג א וואך אויפן חשבון פון דער וואס ארבעט זיבן טאג א וואך! יא! די פאלק וויל טראמפ ווייל ער שטייט פאר אונזערע ווירדן! ער היט אויף זיי!

גייט קיין אייראפע געזונטערהייט! האב א גוטע רייזע.

איך מעג צונעמען דיין תגובה? סאיז דא אזויפיל זאכן דא וואס איז ממש צולאכן און צו וויינען...

לאמיר אנהייבן:

מיר אמעריקאנער זענען שטאלץ מיט אונזער היסטאריע! שטאלץ מיט אונזער פרייהייט!

זיין שטאלץ מיט דיין לאנד איז אין אנדערע ווערטער ״מיין טאטע האט א גרעסערע פאסיק״

מיט וואס ביסטו שטאלץ צוזיין א אמעריקאנער???

קענסט די היסטאריע פון אמעריקע?

דו ווייסט וויפל אומשולדיג מענטשען אמעריקע האט געהארגט און געפייניקט אין מיין לייף טיים?

אפגערעדט וואס אמעריקע האט געטוהן אין היסטאריע!

ווייסט וויפל אינדיאנער/נאטיוו אמעריקאנער זיי האבן געהארגט?

א פרייע מדינה?

This country was founded by a group of slave owners who wanted to be free! Am I right? A group of slave owners who wanted to be free! So they killed a lot of white English people in order to continue owning their black African people, so they could wipe out the rest of the red Indian people, in order to move west and steal the rest of the land from the brown Mexican people, giving them a place to take off and drop their nuclear weapons on the yellow Japanese people. You know what the motto for this country ought to be? 'You give us a color, we'll wipe it out.'

George Carlin

ביסט מוראדיג שטאלץ צוזיין אין טראמפס פארטיי פון די ״גאלדענע מדינה״ וואס די ערשטע זאך די טראמפ אדמינסטראציע מיט זיינע קראוניס האבן פרובירט צוטוהן ווען ער האט איבערגענומען די לייצעס איז געוועהן אראפצווארפן 25 מיליאן ארימע אמעריקאנער פון זייער העלטקעיר-בשעת די זעלבע אדמינסטראציע האט געגעבן די גרעסטע טעקס-ברעיקס פאר די עשירים וואס דארפן עס בכלל נישט האבן???
10,000 קינדער וואס זענען יתומים און האבן יעצט קענסער רח״ל האבן די קאלטבלוטיגע אמעריקאנער רעפובליקאנער געוואלט אראפווארפן פון מעדיקעט! די רייכעסטע לאנד אויף די וועלט וואס טיילט ביליאנען און טריליאנען פאר אנדערע לענדער האבן געוואלט צונעמען די העלטקער פון מיליאנען מענטשען און זיי האבן עס געהאלטן אין איין אפיעלן- נאכמאל און נאכמאל און נאכמאל...
בשעת יעדע נארמאלע לאנד אויף די וועלט וואס איז אסאך ארימער פון אמעריקע געט לכתחילה פאר א יעדעם!

אונז האבן געלט יעדער צעהן יאהר אויסצובעילן די רייכע און corporate America אבער פלוצלינג ווען ס׳קומט צן העלפן די ארימע שרייען זיי סאציאליזים... קאמיוניזם...!

נאר די גרויסע שווינדלערס דארפן זיי העלפן די קליינע ארימע קאקערס זאלן שטארבן, און אונז וועלן ווייטער שפענדן טריליאנען אין אלף השישי אריין צו קאנטראלירן די גאנצע וועלט...!

בד״וו איך בין אויך שטאלץ! איך בין שטאלץ אז איך בין נישט קיין פאטריאט און איך זעה איין אמת און איך לאז מיך נישט פארנערן פון מיין לאנד!!!

שטאלץ? מיט וואס פונקטליך ביסטו אזוי שטאלץ?

ביסט שטאלץ אז אמעריקע האט געהארגעט עטל ראזענבערג א אידישע מאמע געהארגעט קאלטבלוטיג אויף א עלעקטערישע טשעיר פאר גארנישט און פאר נישט???

האלט דיך נישט אזוי שטאלץ! קוק ווייטער ווי דיינע נערישע טרייבליסיטשע געפיהלן אז מיין לאנד איז די בעסטע!

סאיז בולשיט!

קאצקע ציקער » פרייטאג אפריל 3, 2020 5:12 pm

· #445164
איך מיין ביי חסידים טרעפט מען עפעס אזא מין בלינדע שטיצע פאר טראמפ ממש ווי אן עבודה זרה וואטעווער ער טוט איז ער גערעכט אבער וואטעווער

אישתישבי » פרייטאג אפריל 3, 2020 5:27 pm

· #445169
און טאקע פארדעם האט טראמפ געוואונען, ווייל חסידים זענען רוב פין אמעריקא.

אבער שוין, וואטעווער

שבת אחים » פרייטאג אפריל 3, 2020 5:31 pm

· #445171
לאמיר נישט פארגעסן אז די ״שטאלצע פרייע לאנד״ פון קורקלאנד ארבעט אז יעדער מיט געלט קען אפקויפן יעדע פאליטשאן- פארוואס איז אין די פרייע לאנד נאך אלץ מותר לכתחילה אינטער צו שמירן א פאליטשאן וואס ארבעט פארן המון עם??? א מין פרייעהייט דאס! די מענטשען וועלן אויס ׳געוויסע מענטשען׳ אז זיי זאלן רעפריזענטן די מענטשען, קומען צוגיין געוויסע עשירים מיט special interest און שמירן זיי אריין מיליאנען.
פארוועם מיינסטו גייען די פאליטשאנס ארבעטן???

און לאמיר נישט פארגעסן אז אין די ״פרייעסטע לאנד״ אויף די וועלט זיצט יעצט א פרעזידענט אויפן בענקל וואס האט פארלוירן רוב שטימען דא אין אמעריקע!!! מיט בערך דריי מיליאן שטימעס!!!

ממש א פרייהייט! און מ׳זעהט טאקע קלאר אז אין יעדע פרייע לאנד אויף די וועלט דער וואס האט ווייניגער שטימען דער געווינט!

כהאב ליב די פאנאטישע פאטריאטן וואס זאגן אייביג ״אבער אמעריקע׳ס סיסטעם אף גאווערמענט איז נאכאלץ די בעסטע״

ווייל אזוי האט מען אים געהאקט אין קאפ!

ווען אין עני אנדערע לאנד וואלט מען געקרוינט אלץ פרעזידענט איינער וואס פארלירט מיט די וואלן וואלט אמעריקע געוועהן די ערשטע זיי צו קריטיקירן! פאלשע וואלן...

זאלן זיי זיך קוקן אין שפיגל קודם...

שבת אחים » פרייטאג אפריל 3, 2020 5:55 pm

· #445176
די פרייע גאלדענע אמעריקאנער:

Wikileaks reveals video showing US air crew shooting down Iraqi civilians
Footage of July 2007 attack made public as Pentagon identifies website as threat to national security

<a class="postlink" href="https://www.theguardian.com/world/2010/apr/05/wikileaks-us-army-iraq-attack">https://www.theguardian.com/world/2010/ ... raq-attack</a>

אין איינע פון די קליפס וואס האט ארויסגעליקט, זעהט מען ווי א ציווילע איראקער טאטע וואס האט געטראגן זיינע קינדער אין שולע איין צופרי. און איז בטעות אריינגעפארן אין א זאנע וואס די אמעריקאנער האבן אפגעשפארט. ער האט גלייך באמערקט אז ער האט א טעות געהאט. האט ער אפגעשטעלט די קאר אין די זייט און ער ארויס פון זיין קאר און אויפגעהויבן ביידע הענט ווי איינער וואס געט זיך אינטער.

מ׳הערט אויף די ראדיא: ווי די אמעריקענער סאלדאטן פרעגן וואס זיי זאלן טוהן? און דער ענטפער איז געוועהן:
״שיס אים״... זיי זאגן נאכמאל ער געט זיך אינטער, און די שטרענגע באפעל איז נאכמאל ״שיס אים״

וואס איז דעס אנדערש ווי וואס די נאציס האבן געטוהן? הארגענען א טאטע וואס האט גארנישט געטוהן פארענט פון זיינע קינדער בשעת ער געט זיך אינטער????

דאס איז נישט עפעס אין איינצעלע פאלל- צענדליגער טויזנטער איראקער ציווילע זענען געהארגעט געווארן!!!

ליב צו וויסן » פרייטאג אפריל 3, 2020 6:12 pm

· #445183
אינטערסאנט די אלע וואס בארעדן טראמפ בארעדן אויך אמעריקע'ס היסטאריע און אמעריקע בכלליות.. אויב אזוי שטייען די חסידים זייער גוט..

אין יעדע לאנד'ס פארגאנגהייט איז פארגעקומען גאר שרעקליכע זאכן און אמעריקע איז נישט אנדערש, די חילוק איז נאר אז אין די צייט וואס אין פילע אנדערע לענדער האבן די אויפשטענדלער בסך הכל געזוכט די מאכט פאר זיך, איז אין אמעריקע געווען אסאך מענטשן וואס האבן געזוכט די פרייהייט פונעם יחיד,
האבן זיי אלעס מתקן געווען ? זיכער נישט, אבער פיל מער ווי אין אנדערע סאסייעטיס אין יענע צייט.

ליב צו וויסן » פרייטאג אפריל 3, 2020 6:22 pm

· #445189
שבת אחים

וואס אמעריקע איז אנדערש ווי די נאציס ? לאמיר טראכטן...
אפשר ווייל אמעריקע איז נישט אריין דארט בכדי אויסצוהארגענען אן אומשולדיג פאלק ? (אמעריקע איז שוין דארט א 15 יאר און נישט מצליח געווען צו הארגענען 6 מילליאן מיט זייערע פארגעשריטענסטע וואפנס)
דו ברענגסט א ראיה פון עפעס א מעשה, זאג מיר פון די אנדערע מעשיות ווי אמעריקאנע סאלדאטן שטעלן זיך איין דאס לעבן צו ראטעווען ציווילע מוסלעמענער פון אייסיס וכדומה האסטו פארגעסן ? הה"ד Anecdotal evidence...

ציווילע טויטע ? אוודאי, דאס איז דאך די חורבן פון מלחמות.. זאג מיר נאר וועלכע לאנד פירט מלחמות בעסער ? אפשר רוסלאנד אין מזרח אוקריינע ? אדער גאר סוריא קעגן די רעבעלן ?

וואלווי » פרייטאג אפריל 3, 2020 6:33 pm

· #445190
ליב צו וויסן
אינטערסאנט די אלע וואס בארעדן טראמפ בארעדן אויך אמעריקע'ס היסטאריע און אמעריקע בכלליות.. אויב אזוי שטייען די חסידים זייער גוט..

אין יעדע לאנד'ס פארגאנגהייט איז פארגעקומען גאר שרעקליכע זאכן און אמעריקע איז נישט אנדערש, די חילוק איז נאר אז אין די צייט וואס אין פילע אנדערע לענדער האבן די אויפשטענדלער בסך הכל געזוכט די מאכט פאר זיך, איז אין אמעריקע געווען אסאך מענטשן וואס האבן געזוכט די פרייהייט פונעם יחיד,
האבן זיי אלעס מתקן געווען ? זיכער נישט, אבער פיל מער ווי אין אנדערע סאסייעטיס אין יענע צייט.

קיין היסטארי קענסטו נישט. אין אמעריקע האט מען געזוכט פרייהייט פאר די יחיד? אר יו קידינג?

פון די רגע וואס די ווייסע מטורפים האבן אוועק געשטעלט זייער פיס אויף דעם קאנטינענט האבן זיי נישט אויפגעהערט צו רצח'נען און גנב'ענען.

אנגעהויבן מיט די רציחות פון די אמעריקען-אינדיענס, געגאנגען צו די שקלאפעריי פון די אפרא-אמעריקענס, פון דארט צו די רשעות'דיגע אנטיסעמיטיזם, ביז די היינטיגע אימיגרענט האס, און אודאי די פרויען רעכטן וואס האט נישט עקסעסטירט, אלע יארן האט דאס "פרייהייט" נאר באדייט איך יא און יענער נישט.

יעצט טאנץ ווייטער MAGA

שבת אחים » פרייטאג אפריל 3, 2020 6:54 pm

· #445196
ליב צו וויסן
אינטערסאנט די אלע וואס בארעדן טראמפ בארעדן אויך אמעריקע'ס היסטאריע און אמעריקע בכלליות.. אויב אזוי שטייען די חסידים זייער גוט..
.

זייער פשוט!

די מענטשן וואס בארעדן טראמפ מיט אמעריקע זענען מענטשען וואס זוכן דעם אמת און זיי זענען נישט בייעסט צו זייער אייגענע לאנד משא״כ טראמפ און די ווייסע נאצינאליסטן וואס אלעס וואס האט צוטוהן מיט זיי איז קודש קדשים... און ביי זיי מיינט דער אמת גארנישט!

שבת אחים » פרייטאג אפריל 3, 2020 7:01 pm

· #445197

קודם כל:
איך האב נישט געזאגט אז אמעריקע זענען געגליכן צו די נאציס נאר אויף די אינצידענט אליינס, האב איך געזאגט אז אט דאס איז א ״נאצישע אקט״
אריינגיין אין יענעמס לאנד אן דעם וואס זיי האבן געטוהן עפעס שלעכטס פאר אמעריקע- איבערנעמען זייער לאנד און הארגענען צענדליגער טויזנטער אומשולדיגע מענטשען איז א נאצישע אקט!
די נאציס האבן געהארגט זעקס מיליאן און די אמעריקאנער האבן געהארגט צענדליגער טויזנטער אומשולדיגע מענטשען ביי די איראק מלחמה אליינס
וואס א חילוק צי איינער הארגעט זעקס מיליאן צי צעהן טויזנט??? צעהן טויזנט מעג מען יא???

און אסאך אסאך מעהר אומשולדיגע מענטשען האבן די ווייסע אמעריקאנער אויסגעהארגעט אין זייער היסטאריע- אסאך אסאך מעהר ווי די דייטשען- הייב אן ליינען אביסל טרוקענע היסטאריע- איר וועט ווערן דיסיפוינטעט.

שבת אחים » פרייטאג אפריל 3, 2020 7:24 pm

· #445199
ביסט אליינס מודה אז אמעריקע איז שוין דארט צוואנציג יאהר!!!

פארוואס טאקע???

צוואנציג יאהר זיך אריינגעזעצט אין יעמעמס Territory און באלבאטעווען אויף א פרעמדער לאנד- ניטאמאל אויף די זעלבע קאנטינענט פון אמעריקע!!!

פארדעם איז דא ביליאנען??? און ענק רעפובליקאנער קענען נישט צאמקראצן אפאר דאללער פאר אונזער בירגער פאר העלטקעיר???

סלאוויניע איז שוין א בעסערע לאנד!!! וויאזוי קען זיין אז יעדער נארמאלע לאנד האט געלט פארדעם און אונז וואס זענען אסאך רייכער ווי די אנדערע לענדער זוכן אראפצוווארפן מיליאנען און צונעמען זייערע מינאמלע רעכטן???

סאיז נישטא קיין געלט צובאצלן אונזערע אייגענע דאקטער ביללס אבער מיר געבן טריליאנען פאר אנדערע לענדער כדאי זיי צו קענען קאנטראלירן????
כ׳בעט דיך ברחמים זיי נישט בלינד!!!

אישתישבי » מוצ"ש אפריל 4, 2020 9:53 pm

· #445209
מען גיבט נישט קיין טריליאנען.

און למען האמת, יעדעס דאלאר וואס מען גיבט איז א עבירה, אמאהל ווען מען האט געהאט עקסטרע געלט, מיילא, היינט ווען אונז לעבען יעדעס יאר אויף געלט וואס מען בארגט, מאכט נישט קיין סענס צו בארגן געלט און מיט דעם געבען צדקה.

אמעריקע איז היינט אפשר דער רייכסטע מדינה אויף דער וועלט, אבער אונזער מהלך פין לעבען און ספענדען מאכט נישט קיין טראפ סענס.

והיינו טעמא פין העלטקעיר, אזוי ווי עס איז קאסט עס אמעריקע איבער טריליאן פאר מעדיקעיד און מעדיקעיר, דאס אינקלאד נישט אבאמא קעיר. טאמער לייגסט די צו וואס די ווילסט, מיינט עס בארגען נאך טריליאן דאלאר, וואס ווי עס זעהט אויס, מיט אזעלכע מענטשען ווי דיר גייט זיך עס נישט אנהייבן באצאלען בקרוב, און סך הכל בארגט מען געלט פאר דיין געזונט.

און רב שבת'ל, איך האב נייעס פאר אייך, נישטא נאך א מדינה אין דער וועלט וואס ספענד אזויפיל געלט ווי אמעריקע אויף העלטקעיר. און העי, פאר די זאגסט אז דאס איז ווייל אמעריקע האט מער מענטשן, ניין זאג איר דיר, איך לויט די מענטשן, אמעריקע ספענד די מערסטע אויף דער וועלט אויף העלטקעיר.

ווילסטו געלט בחינם? גיי טאקע קיין סלאוועניע, גיי קיין קאנאדע קיין בריטאניע, און די וועסט האבן ערגערע העלטקעיר ווי מיימאנידיס געבט דיר בחינם אויב גייסטו דארט אריין. ווער ווייסט, אפשר וועלען זיי אייך אנקוקען און זיך אנקלערען אז די ביסט נישט גענוג פראדוקטיוו, און זיי וועלען חלילה פסק'נען א די ענ אר.

הער אויף מיט דיינע סאציאלע שטותים, און די גרעסטע ראי' איז פין אמעריקע אליין, אז עס איז פשוט נישטא גענוג געלט צו קענען באצאלן די אלע פראגראמען וואס מען באצאלט יעצט.

וואלווי » מוצ"ש אפריל 4, 2020 10:06 pm

· #445211
Health care is an undisputable human right.

די רגע וואס די הייבסט עס אן צו פאליטיזרן שפילסט זיך מיט די סוגיא פון מענטשען רעכטן. קענסט האבן א פאליטישע חשבון אדער א פיינענשאל חשבון, און קענסט גאר גערעכט זיין מיט דיינע נאמבערס און מיט דיין אידיאלאגיע, דאך האסטו דענייד דיינע אייגענע סיטיזענס פון א בעסיק ציווילע רעכט וואס אין רוב מאדערנע לענדער שטעלט מען דאס צו, און דוקא אין אמעריקא, די "פרייע" אמעריקע, איז דאס אן אויסגעבלוזענע חלום.

Shame on you America וואס איז אפיציעל געגרינדעט "for the people "

חלמא טבא חזיתא...

ליב צו וויסן » מוצ"ש אפריל 4, 2020 10:35 pm

· #445215
וואלווי
ליב צו וויסן
אינטערסאנט די אלע וואס בארעדן טראמפ בארעדן אויך אמעריקע'ס היסטאריע און אמעריקע בכלליות.. אויב אזוי שטייען די חסידים זייער גוט..

אין יעדע לאנד'ס פארגאנגהייט איז פארגעקומען גאר שרעקליכע זאכן און אמעריקע איז נישט אנדערש, די חילוק איז נאר אז אין די צייט וואס אין פילע אנדערע לענדער האבן די אויפשטענדלער בסך הכל געזוכט די מאכט פאר זיך, איז אין אמעריקע געווען אסאך מענטשן וואס האבן געזוכט די פרייהייט פונעם יחיד,
האבן זיי אלעס מתקן געווען ? זיכער נישט, אבער פיל מער ווי אין אנדערע סאסייעטיס אין יענע צייט.

קיין היסטארי קענסטו נישט. אין אמעריקע האט מען געזוכט פרייהייט פאר די יחיד? אר יו קידינג?

פון די רגע וואס די ווייסע מטורפים האבן אוועק געשטעלט זייער פיס אויף דעם קאנטינענט האבן זיי נישט אויפגעהערט צו רצח'נען און גנב'ענען.

אנגעהויבן מיט די רציחות פון די אמעריקען-אינדיענס, געגאנגען צו די שקלאפעריי פון די אפרא-אמעריקענס, פון דארט צו די רשעות'דיגע אנטיסעמיטיזם, ביז די היינטיגע אימיגרענט האס, און אודאי די פרויען רעכטן וואס האט נישט עקסעסטירט, אלע יארן האט דאס "פרייהייט" נאר באדייט איך יא און יענער נישט.

יעצט טאנץ ווייטער MAGA

וואס פארא שט.. מישטו דא אויס ? די יסוד פונעם אמעריקענעם קאנסטיטוציע איז פרייהייט פארן יחיד, דאס אז זיי האבן נישט באוויזן אלעס אויף איינמאל מאכט זיי די שלעכטע ??

מאסן רציחות פון אינידיאנער..
זייער א ווייטאגליכע זאך,
1) אנגעהויבן סאך פאר וואשינגטאן איז געבוירן געווארן..
2) פארגעקומען אין סיי וועלכע פלאץ ווי א גרופע מענטשן האבן זיך באזעצט און זיך נישט פארשטאנען מיט עקזיסטירנדע איינוואונער
3) אריינגערעכנט צווישן די פילע אינידיאנער גרופעס אליינס...

רשעותדיגע אנטיסעמיטיזם...
אין אייראפע ווי באקאנט האט מען גאר ליב דעם איד, ווער רעדט נאך אין די מוסלעמענע לענדער..

ליב צו וויסן » מוצ"ש אפריל 4, 2020 10:41 pm

· #445216
וואלווי
ליב צו וויסן
אינטערסאנט די אלע וואס בארעדן טראמפ בארעדן אויך אמעריקע'ס היסטאריע און אמעריקע בכלליות.. אויב אזוי שטייען די חסידים זייער גוט..

אין יעדע לאנד'ס פארגאנגהייט איז פארגעקומען גאר שרעקליכע זאכן און אמעריקע איז נישט אנדערש, די חילוק איז נאר אז אין די צייט וואס אין פילע אנדערע לענדער האבן די אויפשטענדלער בסך הכל געזוכט די מאכט פאר זיך, איז אין אמעריקע געווען אסאך מענטשן וואס האבן געזוכט די פרייהייט פונעם יחיד,
האבן זיי אלעס מתקן געווען ? זיכער נישט, אבער פיל מער ווי אין אנדערע סאסייעטיס אין יענע צייט.

קיין היסטארי קענסטו נישט. אין אמעריקע האט מען געזוכט פרייהייט פאר די יחיד? אר יו קידינג?

פון די רגע וואס די ווייסע מטורפים האבן אוועק געשטעלט זייער פיס אויף דעם קאנטינענט האבן זיי נישט אויפגעהערט צו רצח'נען און גנב'ענען.

אנגעהויבן מיט די רציחות פון די אמעריקען-אינדיענס, געגאנגען צו די שקלאפעריי פון די אפרא-אמעריקענס, פון דארט צו די רשעות'דיגע אנטיסעמיטיזם, ביז די היינטיגע אימיגרענט האס, און אודאי די פרויען רעכטן וואס האט נישט עקסעסטירט, אלע יארן האט דאס "פרייהייט" נאר באדייט איך יא און יענער נישט.

יעצט טאנץ ווייטער MAGA

ערשט יעצט געזעהן אז דו האסט א פראבלעם מיט די ווייסע,
זאג נאר, קענסט איין סאסייעטי וואס האט זיך אויפגעפירט בעסער ווי די "ווייסע" ?? אפשר די רויטע אינדיאנער ?? גיי ליין אביסל היסטאריע פון די אינדיאנע שבטים און זייער אויפפיראכטס אפילו בינם לבין עצמם..
די איינציגסטע פראבלעם מיט די ווייסע איז געווען, אז זיי זענען געווען פיל מער פארגעשריטן און זיי האבן אויף זיך די פלעק פון געווינערס..

וואלווי » מוצ"ש אפריל 4, 2020 10:56 pm

· #445219
די פלעק פון געווינערס...

האסט אמאל געהערט פון might makes right?

מיט דעם "סברא" האבן די ווייסע אייראפעאישע "געסט " אויס געשחט'ען און באגנב'עט די אמעריקען-אינדיענס.

אמת, ס'דא רציחות איבעראל, אבער קיינער פארקויפט זיך נישט ווי איידעלע אינטעליגענטע מענטשען אזוי ווי די ווייסע, אין די זעלבע צייט וואס אין היסטאריע זענען זיי פון גרעסטע "אידיעלאגישע" רוצחים וואס באנוצען זיך מיט אלע תירוצים און התירים.

ליב צו וויסן » מוצ"ש אפריל 4, 2020 11:04 pm

· #445220
שבת אחים
ליב צו וויסן
אינטערסאנט די אלע וואס בארעדן טראמפ בארעדן אויך אמעריקע'ס היסטאריע און אמעריקע בכלליות.. אויב אזוי שטייען די חסידים זייער גוט..
.

זייער פשוט!

די מענטשן וואס בארעדן טראמפ מיט אמעריקע זענען מענטשען וואס זוכן דעם אמת און זיי זענען נישט בייעסט צו זייער אייגענע לאנד משא״כ טראמפ און די ווייסע נאצינאליסטן וואס אלעס וואס האט צוטוהן מיט זיי איז קודש קדשים... און ביי זיי מיינט דער אמת גארנישט!

מיינסט צו זאגן אז די מענטשן וואס בארעדן טראמפ און אמעריקע זענען בייעסט צו די קודש קדשים'דיגע שיטה פון אלעס וואס קומט פון די ווייסע איז שלעכט און בנוגע Minorities איז אלעס און אייביג בעסער...

ליב צו וויסן » מוצ"ש אפריל 4, 2020 11:12 pm

· #445221
שבת אחים
ביסט אליינס מודה אז אמעריקע איז שוין דארט צוואנציג יאהר!!!

פארוואס טאקע???

צוואנציג יאהר זיך אריינגעזעצט אין יעמעמס Territory און באלבאטעווען אויף א פרעמדער לאנד- ניטאמאל אויף די זעלבע קאנטינענט פון אמעריקע!!!

פארדעם איז דא ביליאנען??? און ענק רעפובליקאנער קענען נישט צאמקראצן אפאר דאללער פאר אונזער בירגער פאר העלטקעיר???

סלאוויניע איז שוין א בעסערע לאנד!!! וויאזוי קען זיין אז יעדער נארמאלע לאנד האט געלט פארדעם און אונז וואס זענען אסאך רייכער ווי די אנדערע לענדער זוכן אראפצוווארפן מיליאנען און צונעמען זייערע מינאמלע רעכטן???

סאיז נישטא קיין געלט צובאצלן אונזערע אייגענע דאקטער ביללס אבער מיר געבן טריליאנען פאר אנדערע לענדער כדאי זיי צו קענען קאנטראלירן????
כ׳בעט דיך ברחמים זיי נישט בלינד!!!

פארוואס אויסמישן 2 זאכן ווען מען קען גיין איינס אויפאמאל..
די לעבנס פון איראקער:
אריינגיין אהין איז געווען געבויעט אויף א ליגנט/טעות, און ס'איז קלאר אז אריינגיין אהין אן די אונטערלאגע איז א שרעקליכע עוולה, אבער ס'איז פונקט אזוי קלאר אז אויב וואלט עס געווען אמת וואלט עס געווען א אויסגעהאלטענע שריט, איז באשולדיג נישט דעם אלגעמיינעם אמעריקאנער וואס האט עס געשטיצט לויט די דעמאלטסדיגע ידיעות זיינער.
נישט ארויסגיין פון דארט איז לטובתם ואייסיס יוכיח.

ליב צו וויסן » מוצ"ש אפריל 4, 2020 11:31 pm

· #445227
שבת אחים
ביסט אליינס מודה אז אמעריקע איז שוין דארט צוואנציג יאהר!!!

פארוואס טאקע???

צוואנציג יאהר זיך אריינגעזעצט אין יעמעמס Territory און באלבאטעווען אויף א פרעמדער לאנד- ניטאמאל אויף די זעלבע קאנטינענט פון אמעריקע!!!

פארדעם איז דא ביליאנען??? און ענק רעפובליקאנער קענען נישט צאמקראצן אפאר דאללער פאר אונזער בירגער פאר העלטקעיר???

סלאוויניע איז שוין א בעסערע לאנד!!! וויאזוי קען זיין אז יעדער נארמאלע לאנד האט געלט פארדעם און אונז וואס זענען אסאך רייכער ווי די אנדערע לענדער זוכן אראפצוווארפן מיליאנען און צונעמען זייערע מינאמלע רעכטן???

סאיז נישטא קיין געלט צובאצלן אונזערע אייגענע דאקטער ביללס אבער מיר געבן טריליאנען פאר אנדערע לענדער כדאי זיי צו קענען קאנטראלירן????
כ׳בעט דיך ברחמים זיי נישט בלינד!!!

ספענדינג:
איך בין מוסר ומודיע אז כ'שטים נישט איין סיי מיט די מיליטערישע בודזשעט און סיי מיט די אמעריקאנער העלט קעיר סיסטעם... 😂
איך האלט (לויט וויפיל איך האב געליינט און פארשטאנען..) אז די דעפענדינג בודזשעט וואלט געקענט פיל געשניטן ווערן אן אוועקנעמען די וויכטיגע פראגראמען,
לגבי העלט קעיר וויל איך אן עכטע קאפיטאליסטישער סיסטעם (מען צאלט קעש ווען מען גייט צום אלגעמיינעם דאקטאר און מען האט א גאר ביליגע אינשורענס -פון Any state- על כל צרה) און א Safety net פאר די וואס קענען זיך נישט ערלויבן (א טעקס ריפאנד וכדומה), וועסט זיין Shocked צו הערן וויפיל ביליגער אלגעמיינע דאקטוירים וועלן בעטן ווען יעדער צאלט קעש (ווער נאר געוואר ווי ווייניג די אינשורענס קאמפאניעס צאלן זיי יעצט דערפאר..)

So בס"ה:
1) די Founding fathers האבן געשריבן א גאר גוטע דאקומענט וואס איז געווען א גוטע עקזעמפלאר פאר אנדערע און צוביסלעך געברענגט פרייהייט פאר די וועלט,
2) אמעריקע בכלליות האט געברענגט גאר אסאך גוטס און Prosperity אויף די וועלט (אריינגערעכנט ראטעווענדיג איר פון נאצי דייטשלאנד, און סטאלינ'ס רוסלאנד)
3) אמעריקע'ס היסטאריע און געזעצן זענען ווייט נישט פערפעקט,

ליב צו וויסן » מוצ"ש אפריל 4, 2020 11:41 pm

· #445229
וואלווי
Health care is an undisputable human right.

די רגע וואס די הייבסט עס אן צו פאליטיזרן שפילסט זיך מיט די סוגיא פון מענטשען רעכטן. קענסט האבן א פאליטישע חשבון אדער א פיינענשאל חשבון, און קענסט גאר גערעכט זיין מיט דיינע נאמבערס און מיט דיין אידיאלאגיע, דאך האסטו דענייד דיינע אייגענע סיטיזענס פון א בעסיק ציווילע רעכט וואס אין רוב מאדערנע לענדער שטעלט מען דאס צו, און דוקא אין אמעריקא, די "פרייע" אמעריקע, איז דאס אן אויסגעבלוזענע חלום.

Shame on you America וואס איז אפיציעל געגרינדעט "for the people "

חלמא טבא חזיתא...

וואס הייסט עס איז א Right ?! דער קראנקער האט א רעכט צו צווינגען דעם דאקטאר עם אויסצוהיילן ? ער האט א רעכט צו גאנבענען געלט פון א צווייטן צו באצאלן זיין דאקטאר ?
וואס פונקטליך איז די "רעכט" פון Healthcare לויט די לינקע ?
(רעכטן פון די קאנסטיטוציע איז זאכן וואס דו "קענסט נישט צונעמען" פון איינעם, אבער ווי קענסטו גיבן א פאזיטיווע רעכט ? ווער דארף דאס צושטעלן ?)

ליב צו וויסן » מוצ"ש אפריל 4, 2020 11:47 pm

· #445231
וואלווי
די פלעק פון געווינערס...

האסט אמאל געהערט פון might makes right?

מיט דעם "סברא" האבן די ווייסע אייראפעאישע "געסט " אויס געשחט'ען און באגנב'עט די אמעריקען-אינדיענס.

אמת, ס'דא רציחות איבעראל, אבער קיינער פארקויפט זיך נישט ווי איידעלע אינטעליגענטע מענטשען אזוי ווי די ווייסע, אין די זעלבע צייט וואס אין היסטאריע זענען זיי פון גרעסטע "אידיעלאגישע" רוצחים וואס באנוצען זיך מיט אלע תירוצים און התירים.

יא די ווייסע האבן זיך אויפגעפירט די "בעסטע" צו דו ווילסט אדער נישט... ווען נישט זיי וואלסטו געהאט היינט אזויפיל רעכטן ווי דער אלגעמיינער בירגער 500 יאר צוריק אדער ווי דער אלגעמיינער אפריקנער אין אסאך אפריקאנע מדינות היינט.. יא ליידער ליידער האבן די ווייסע ארויסגעגעבן די Enlightenment וכו וכו

אונטער חכם » זונטאג אפריל 5, 2020 11:25 am

· #445295
וואלווי
די פלעק פון געווינערס...

האסט אמאל געהערט פון might makes right?

מיט דעם "סברא" האבן די ווייסע אייראפעאישע "געסט " אויס געשחט'ען און באגנב'עט די אמעריקען-אינדיענס.

אמת, ס'דא רציחות איבעראל, אבער קיינער פארקויפט זיך נישט ווי איידעלע אינטעליגענטע מענטשען אזוי ווי די ווייסע, אין די זעלבע צייט וואס אין היסטאריע זענען זיי פון גרעסטע "אידיעלאגישע" רוצחים וואס באנוצען זיך מיט אלע תירוצים און התירים.
וואס קען מען טון אז אונטער די עקסקלוסיווע פירערשאפט פון די "ווייסע" איז ארויסגעוואקסן די גאנצע ליבעראלע וועלט וואס מיר האבן היינט.
חוץ אויב דו האלטסט אז די וועלט היינט שטייט נישט בעסער ווי 500 יאר צוריק.

ביידיוועי, ווייסט פארוואס טראמפ, און די רעכטע האבן איגנארירט קאוראונע? ווייל עס אפעקטירט בעיקר פרויען, רוב פון די וואס פארלירן א ספאוס צו קאוראונע זענען פרויען.

וואלווי » זונטאג אפריל 5, 2020 12:44 pm

· #445307
אונטער חכם

מיר זעהט עס אויס פארקערט. אז despite די עקסקלוסיו ווייסע פירערשאפט, דאך איז ארויסגעוואקסען א פרייע ליבעראלע מאוומענט. הגם די פאונדינג טאטעס האבן גע'טענה'ט אל מען אר קריעיטעד איקאל, דאך האבן זיי געהאט אסאך ראסיסטישקייט מיט די גרינדינג פון די לאנד. עס האט גענומען אסאך יאר, און עגענסט אלל אדס, האבן די פראגרעסיווס פאראכטן די אומרעכטן.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 5, 2020 1:02 pm

· #445311
און באמת האבן די פראגרעסיווס נאכאלץ נישט געווינען, כ'מיין אין צוויי הונדערט יאר ארום ווען ס'וועט זיין אומלגעגאל צו שחט'ן בהמות און מ'וועט עסן lab grown meat, און מ'וועט צוריקקוקן אויף היינט און מ'וועט זעהן א בילד וואו בערני סענדערס עסט א שטיקל סטעיק וועט מען וועלן די דעמאלטסדיגע פראגרעסיווס גיין קטנ'ען אויף זיין קבר. פארשטייסט, די זאכן זענען א פראסעס וואס געדויערט יארן, פאר זייערע צייטן מיין איך זענען די ווייסע אייראפעער געווען די מערסטע צום זאך, און ביזן היינטיגן טאג זענען די ווייסע אייראפעער (יא, בערני סענדערס איז אויך פון די) מיט דורות פאראויס פון די אפריקאנע בארבארן.

וואלווי » זונטאג אפריל 5, 2020 1:21 pm

· #445313
רביה''ק זי''ע

אין מיר זענען אויך פון די ווייסע, מיר עסען סטעיק שבת ויו"ט ווייל אין שמחה "אלא" בבשר. (און אמאל זאגט מען ויין משמח לבב אנוש...גיי פארשטיי...), כ"ש אויב מהרה יבנה המקדש, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים. למעשה, איז מען אויפגעקומען (אונזערע חכמים...) מיט א ריינערע מהלך, אז מצה איז במקום אפיקומן פלייש. איז דען פארהאן א בעסערע ביישפיל פון push comes to shove...? אלא מאי ס'ארבעט גוט פאר יעצט, אפשר וועט עס "מעגן" אזוי בלייבן. אזוי גייט די וועלט, אמאל האט די תורה געהייסן הרגענען רעכטס אין לינוקס, האסט געקענט שרייען פודינו ומצלינו, אבער אדאנק פראגרעסיווס אזוי ווי בערני סענדערס, צוביסליך, הערט זיך אויף די אומרעכטן. מעגסט עם שיקען א יישר כח, ווייל און הונדערט יאר ארום וועט מען צירוק קוקען און זעהן אז וועגען מענטשען ווי עם איז די וועלט א בעסערע פלאץ.

מי אני » זונטאג אפריל 5, 2020 1:37 pm

· #445315
וואלווי

אין מיר זענען אויך פון די ווייסע, מיר עסען סטעיק שבת ויו"ט ווייל אין שמחה "אלא" בבשר. (און אמאל זאגט מען ויין משמח לבב אנוש...גיי פארשטיי...)
נישט אוועקצודרייען די שמועס, אבער דער מ״א זאגט (או״ח סימן רמט ס״ק ו) אז דאס וואס די גמרא זאגט (פסחים קט.) אז בזמן המקדש אין שמחה אלא בבשר ובזה״ז אין שמחה אלא ביין, מיינט אז מ׳האט צוגעלייגט יין צו בשר ע״ש (וואו ער דינגט זיך אויפ׳ן עולת שבת וואס האלט יא אזוי אז ס׳איז היינט צוטאגס נאר יין).

שבת אחים » זונטאג אפריל 5, 2020 3:04 pm

· #445342
אישתישבי
מען גיבט נישט קיין טריליאנען.

און למען האמת, יעדעס דאלאר וואס מען גיבט איז א עבירה, אמאהל ווען מען האט געהאט עקסטרע געלט, מיילא, היינט ווען אונז לעבען יעדעס יאר אויף געלט וואס מען בארגט, מאכט נישט קיין סענס צו בארגן געלט און מיט דעם געבען צדקה.

אמעריקע איז היינט אפשר דער רייכסטע מדינה אויף דער וועלט, אבער אונזער מהלך פין לעבען און ספענדען מאכט נישט קיין טראפ סענס.

והיינו טעמא פין העלטקעיר, אזוי ווי עס איז קאסט עס אמעריקע איבער טריליאן פאר מעדיקעיד און מעדיקעיר, דאס אינקלאד נישט אבאמא קעיר. טאמער לייגסט די צו וואס די ווילסט, מיינט עס בארגען נאך טריליאן דאלאר, וואס ווי עס זעהט אויס, מיט אזעלכע מענטשען ווי דיר גייט זיך עס נישט אנהייבן באצאלען בקרוב, און סך הכל בארגט מען געלט פאר דיין געזונט.

און רב שבת'ל, איך האב נייעס פאר אייך, נישטא נאך א מדינה אין דער וועלט וואס ספענד אזויפיל געלט ווי אמעריקע אויף העלטקעיר. און העי, פאר די זאגסט אז דאס איז ווייל אמעריקע האט מער מענטשן, ניין זאג איר דיר, איך לויט די מענטשן, אמעריקע ספענד די מערסטע אויף דער וועלט אויף העלטקעיר.

ווילסטו געלט בחינם? גיי טאקע קיין סלאוועניע, גיי קיין קאנאדע קיין בריטאניע, און די וועסט האבן ערגערע העלטקעיר ווי מיימאנידיס געבט דיר בחינם אויב גייסטו דארט אריין. ווער ווייסט, אפשר וועלען זיי אייך אנקוקען און זיך אנקלערען אז די ביסט נישט גענוג פראדוקטיוו, און זיי וועלען חלילה פסק'נען א די ענ אר.

הער אויף מיט דיינע סאציאלע שטותים, און די גרעסטע ראי' איז פין אמעריקע אליין, אז עס איז פשוט נישטא גענוג געלט צו קענען באצאלן די אלע פראגראמען וואס מען באצאלט יעצט.

איך האב געזאגט איך וויל געלט בחינם??? דו נער איינער!!!

איך נעם נישט קיין פיאסטער פון די גאווערמענט שוין כמעט צוואנציג יאהר!!!

איך וויל אז מיינע טעקסעס זאלן גייען פאר די ארימלייט!! נישט פאר קיין נישטיגע מלחמות

אמעריקע געט נישט קיין טריליאנען??? שקר! במשך מיין לייף טיים האבן זיי געשפענט טריליאנען פאר שטותים!!!

איך וויל די רייכעסטע לאנד אויף די וועלט זאל כאטש זיין ווי סלאוויניע! זיי האבן געלט צוגעבן פאר ״אנדערע לענדער״ און זיי ווילן אראפווארפן די ״אמריקאנער בירגער״ פון העלטה קעיר??? כהאב געמיינט ״אמעריקע פירסט???״

ווי זאל איך זאל גיין פונקטליך???? איך בין דא געבוירן געווארן, כבין דא אויפגעוואקסן געווארן, דא וואוינט מיין גאנצע משפחה - פארוואס זאל איך זיין א אימגראנט אין א אנדערע לאנד??

שבת אחים » זונטאג אפריל 5, 2020 3:13 pm

· #445344
איך זאל אויפהערן מיט מיינע סאציאליסטישע שטותים???

זאג איש?

פארוואס ווען ס׳קומט אויסצובעילן די ״גרויסע פישן״ איז עס נישט קיין סאציאליזים???

דארט פארשטייען זיי אז מ׳מוז!!! ווייל זיי זענען אין פעקל!!! דעמאלטס ווערט פלוצלינג סאציאליזם כשר?? אבער ווען ס׳קומט צו א קינד מיט קענסער וואס האט נישט קייו טאטע און מאמע דעמאלטס האלטן די רעכטע אז ער זאל שטארבן???

איך זאל גיין קיין סלאוויניע???

האהא

שבת אחים » זונטאג אפריל 5, 2020 4:26 pm

· #445365
דאס איז וויאזוי די רעכטע ארבעטן:

אמעריקע האט ניטאמאל געהאט דאס געלט צו גיין אין אלע מלחמות!!! זיי האבן געבארגט געלט אויף שווערע ריבות וואס גייט סוכ״ס קאסטן פאר די אמעריקאנער בירגער אין די טריליאנען בלי שום גוזמא!!!

פארדעם האבן זיי נישט קיין שום פראבלעם צוגיין בארגן געלט!!! פארן אטאקירן א לאנד וואס האט זיי קיינמאל נישט אטאקירט און קיינמאל קיין שלעכטס נישט געטוהן!!!

אבער פאר אונזערע בירגער האבן זיי די ווייניגסטע געלט פון אלע אנדערע ציוויליזירטע לענדער!!!
ווייניגער ווי קאנאדא און אלע אנדערע נארמאלע לענדער!!!

די רעפובליקאנער האבן דאס אפיעלט נאכמאל און נאכמאל (איבער הונדערט מאל) זיי האבן אויסגענוצט טויזנטער שעות טעג און וואכן, איבערגעדרייט אלעס. טייערע צייט וואס אונזער געזעצגעבער האבן געדארפט צו ארבעטן פאר ״אמתע פראבלעמען״ זיי וואלטן אין די צייט געקענט אויפטוהן עפעס פאר אמעריקע!!!

אנטשולדיגט מיר איך עגרי מיט נועם כאמסקי אויף די איין זאך ״די אמעריקאנער רעכטע קאנסערוועטיוון זענען די מערסטע dangerous פאר די מענטשהייט פון אלע גרופעס און פאליטישע פארטייען אויף די וועלט״

פריער האט איינער געשריבן דא אז אמעריקע איז געבויעט אויף “Individual freedom”
סאיז ליידער נישטא קיין גרעסטע געלעכטער ווי דעם!

איך גיי בלי נדר שרייבן א לאנגע ארטיקל בנוגע די נושא.
ווי פונקטליך איז די Individual freedom ווען סאיז געקומען צו מאריוואנע- א דראג אביסל שטערקער ווי א קאווע און א טיילענאל???
זייער “war on drugs“ וואס האט זיך אנגעהויבן דורך די פארשאלטענע ניקסאן אדמינסטראציע ווי זיי האבן גענומען נאר די ארימע און מינארטיס און זיי אריינגעשליידערט אין תפיסה פאר יאהרן לאנג- און געוויסע פעללער פאר לייף!!! סאיז נאך היינט צוטאגס דא מענטשען אין די רעכטע שטאטן וואס זיצן נאכאלץ דערפאר!!! פאר פשוטע מאריוואנע! אפילו סאיז שוין לעגאל אין א גרויס חלק אין אמעריקע!!!!
אזוי האבן די רשעותדיגע רעיגען און ניקסאן אדמינסטראציעס קאנטראלירט אז די שווארצע און ספאנישע זאלן זיך נישט הייבן די קעפ!!
זיי האבן חרוב געמאכט מיליאנען מענטשען׳ס לעבן פאר גארנישט! בשעת זיי האבן צוגעמאכט די אויג אז אלע עליטע און רייכע וואס איז באוואוסט אז די רייכע זענען אויף קאוקעין טאג און נאכט, זיי האט מען געלאזט לעבן, אבער די מינארטיס האבן זיי אריינגעשליידערט אין תפיסה און זיי צוגענומען אלע רעכטן און זיי גענוצט פאר “Slave labor”

און ס׳גייט נאך ווייטער:

ווי איז די
“individual freedom“ פאר די מענטשען וואס זיצן אין תפיסה???

איינער וואס טוט א קלייניקייט פארלירט שוין אלע זיינע מינאמלע רעכטן???

מיין קאזין ווען ער איז געגעאנגען זיצן פאר א נישטקייט, א זאך וואס דער ריכטער האט געוואוסט אז ער האט קיינמאל געמאכט איין פרוטה פון די געשעפט, סאיז געוועהן א איינאמליגע ארבעט אז ער האט אויסגעשטעלט אסאך ״טעקס ריטורענס״ פאר סאמעט.
מ׳האט אים געגעבן אכצן חדשים און זיין טעלעפאן ביל אהיימצוקאלן האט געקאסט אפאר טויזנט דאללער א חודש!!!

ווייל ער זיצט אין תפיסה מעג מען אים באגענבאנען???
היינטיגע צייטן קאסט גארנישט צורעדן אויף קיין טעלעפאן ס׳איז ממש בחינם?
וויאזוי האבן זיי א רעכט צונעמען ״פריוואטע קאמפעניס״ וואס געבן שוחד פאר פאליטשאנס אז מ׳זאל מעגן באגנבנן די מענשטען וואס זיצן אין תפיסה און זיי בעטן זעקס דאללער א מינוט צורעדן אויפן טעלעפאן?

ער איז א קרימינאל? פיין! פארדעם זיצט ער שוין אין תפיסה! פארוואס באשטראפסטו אים נאכמאל????

מיין באבע Individual freedom

ווי איז די individual freedom ביי די רעכטע ווען איינער איז גימ״ל, אבאורשען, דאווענען אין פובליק סקולס???
זיי ווילן מיר צווינגן אז מיין קינד זאל מוזן דאווענען אין פובליק סקול צו יוזל???

כ׳האלט נישט דערביי! כהאב געמיינט אז סאיז freedom of religion ???

ענק ווייסן וואס זיי מיינען ווען זיי זאגןindividual freedom???
אז זיי די ווייסע עקסטרעמיסטן זאלן מעגן ארומגיין מיט הונדערטער וואפן, און אז די גאווערמענט זאל זיי אלעס צושטעלן בחנם אן דעם וואס זיי זאלן דארפן עפעס באצאלן דערפאר!!!

ליב צו וויסן » זונטאג אפריל 5, 2020 4:28 pm

· #445366
מאך זיכער
איך האב באמת געמיינט אז איך וועל אלס זיין דער איינציגסטער אידיש רעדנדער חסיד וואס ווערט צוגעצויגן צו בערני סענדערס און צו זיינע אנשויאונגען.

ווער איך אציד געוואויר אז עס זענען פארהאן נאך פילע נארמאלע מענטשן מיט א מח און הארץ וועלכע זענען אייניג אין שטענדיגן באנוץ וועלכע שעמען זיך עס נישט ארויסצושרייבן.

א דאנק דיר קאווע שטיבל!

צו פארשרייבן בערני'ס עיקרים און זיי פארגלייכן און ווייזן ווי עס איז אזוי מער אויסגעהאלטן צו די ריינע מענטשליכע און אפילו תורה'דיגע וועג פון טראכטן, קען מען ווענדן עטליכע אשכולות, אבער אפילו מיר וועלן דאס נישט טון וועט עס נאכאלס בלייבן דאס וואס איז ריכטיג.

א טראמפיסט איז נישט איינער וואס גייט שטימען פאר טראמפ, א טראמפיסט איז א געוויסע מין מענטש וואס איז אן אויבער חכם, האלט זיך פאר דער קלוגסטער, קען נישט הערן קיין חידוש, און זייער אסאך פון וואס עס גייט יעצט פאר אין די היימישע קרייזן מיט די וויירוס איז צוליב די טראמפיסטישע געדאנקענגאנג פון 'זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן/זיי האבן אגענדע'ס' און קוקט וואו מיר האלטן.

מענטשן ווילן זיך נישט גיין טעסטן ווייל זיי האבן נישט קיין העלטקעיר, מענטשן ווילן נישט פיילן פאר אנעמפלוימענט ווייל זיי גייען פארלירן זייער געלט, מענטשן קענען נישט זיצן אינדערהיים ווי עס פאסט זיך יעצט צו טאן ווייל די אמעריקאנע געזעץ גיבט זייער ווייניג סיק דעיס.

און דאס איז אלס א טיפה מן הים פון די לעכעריגע אמעריקאנע אפעראציע וואס טראמפ פירט אן.

א מין אנשיקעניש.

אינטערסאנט ווייל איך האב אלס געמיינט אז אויף קאווע שטיבל ווי די שטימונג איז פיל מער ליבעראל זענען אלע מיטגעפאלן מיט די Post modernists, ווער איך איצטערט געוואר אז ס'איז פאראן דא גענוג "קלאסישע" ליבעראלן, וואס Live and let live און אנטי ראסיזם איז א עכטער חלק פון זייער השקפה..

און בנוגע בערני מיט זיין שיטה,
דאס וואס בערני זאגט אמאל ריכטיגע דיבורים מאכט נישט זיין "שיטה" ריכטיג...
דער אלטער איז "נישט" מחשיב דעם יחיד'ס פרייהייט ווען עס קומט צו די עקאנאמיע, און זיינע שטיצערס זענען נישט מחשיב דעם יחיד'ס פרייהייט אפילו ווען עס קומט צו פרייהייט פון אויסדרוק וכו'
זיינע חברה זענען אין אלגעמיין געהעריגע ראסיסטן ווען עס קומט צו די נישט ריכטיגע ראסע (ווייסע) ועוד ועוד, די חברה זענען געהעריג אויפן וועג צוריק צום מיטל אלטער.

ליב צו וויסן » זונטאג אפריל 5, 2020 4:46 pm

· #445372
שבת אחים: סיי וועלכע געזעץ וואס באצוימט דעם יחיד צו טוהן עפעס וואס איז נישט נוגע א צווייטן איז אן עוולה (אריינגערעכנט דרייווער סיט בעלט, און מאריוואנא געזעצן..),
די פאקט אז יעדע אדמיניסטראציע פרובירט צו מאכן אזעלכע געזעצן ווען ס'לוינט זיי, איז בס"ה א ראיה פארוואס מיר ברויכן The most Limited government possible, און דאס איז צו וואס די Founding fathers האבן געשטרעבט (פעדעראל פעיפערס ועוד), אויב האלסטו אויך אזוי באלאנגסטו Unfortunately צו די "היינטיגע רעכטע-אמאליגע קלאסישער ליבעראלן" גרופע..

וואלווי » זונטאג אפריל 5, 2020 4:53 pm

· #445375
ליב צו וויסן

און בנוגע בערני מיט זיין שיטה,
א) דאס וואס בערני זאגט אמאל ריכטיגע דיבורים מאכט נישט זיין "שיטה" ריכטיג...
ב) דער אלטער איז "נישט" מחשיב דעם יחיד'ס פרייהייט ווען עס קומט צו די עקאנאמיע, און זיינע שטיצערס זענען נישט מחשיב דעם יחיד'ס פרייהייט אפילו ווען עס קומט צו פרייהייט פון אויסדרוק וכו'
ג) זיינע חברה זענען אין אלגעמיין געהעריגע ראסיסטן ווען עס קומט צו די נישט ריכטיגע ראסע (ווייסע) ד) ועוד ועוד, די חברה זענען געהעריג אויפן וועג צוריק צום מיטל אלטער.

א) ווייל דאס וואס טראמפ זאגט אייביג ריכטיגע דיבורים מאכט זיין שיטה אייביג ריכטיג...

ב) דער אלטער איז דער איינצוגסטער וואס קעמפט באמת פאר ערענסטע מינימום וועידזש העכערונג. דאך, פרייהייט פונ'ם יחיד קומט פון טראמפ...

ג) אפענע ראסיסטען. די טראמפ נאציאנעליסטן זענען נאר קלאסעט ראסיסטען...

ד) די מיטל אלטער. דארט ווי אלע פשוטע פויערען מיט מינאריטיס האבן געהאט פולע רעכטען...

שבת אחים » זונטאג אפריל 5, 2020 5:49 pm

· #445380
ליב צו וויסן
שבת אחים: סיי וועלכע געזעץ וואס באצוימט דעם יחיד צו טוהן עפעס וואס איז נישט נוגע א צווייטן איז אן עוולה (אריינגערעכנט דרייווער סיט בעלט, און מאריוואנא געזעצן..),
די פאקט אז יעדע אדמיניסטראציע פרובירט צו מאכן אזעלכע געזעצן ווען ס'לוינט זיי, איז בס"ה א ראיה פארוואס מיר ברויכן The most Limited government possible, און דאס איז צו וואס די Founding fathers האבן געשטרעבט (פעדעראל פעיפערס ועוד), אויב האלסטו אויך אזוי באלאנגסטו Unfortunately צו די "היינטיגע רעכטע-אמאליגע קלאסישער ליבעראלן" גרופע..

כהאב אסאך צו צולייגן צו דעם תגובה.

כהאב נאר נישט קיין נערווען צו שרייבן.

בקיצור

דו כאפסט נישט אפילו די עוולה

ביסט גערעכט ״אז סיי וועלכע געזעץ וואס באצוימט דעם יחיד צו טוהן עפעס וואס איז נישט נוגע א צווייטן איז אן עוולה״

אבער דא איז דא עוולה טאפעלט!!!

וועמען האט מען ארעסטירט פאר דראגס? די אויבערשטע פונעם שטייסל? ניין זיי האבן געצילט צובאגראבן די מינארעטיס!!!!
דאס איז א הימלגעשריי!!!

זיי האבן געלאזט די רייכע פריצים געוועלטיגן אויף די ארימע! זיי האבן געמאכט שווערע ביליאנען פון זייער ״ביליגע ארבעט״ אין תפיסה און פון זיי באגנאבענן אויף טריט און שריט!!! פארוואס קאסט א טעלעפאן קאל פון תפיסה 6000 פראצענט העכער ווי א מענטש וואס איז פריי???
ווען די גאווערמענט מאכט ניטאמאל די געלט נאר פריוואטע-גראבע אנגעפרעסענע רעפובליקאנער פריצים?!

קום מיר נישט נאכדעם פרעדיגן מיט ״אונזער פרייהייט״- ‏ “Individual freedom”

דריי נישט קיין קאפ!!!

סאיז לעצטענס ארויסגעקומען אפאר שטודיעס ווי מ׳האט אויסגעפרעגט אסאך מענטשען אויף די וועלט ״וועלכע לאנד איז די גרעסטע שטער פאר וועלטס-שלום?״

אין די תירוץ וואס רוב מענטשען האבן געגעבן איז די פאראייניגטע שטאטן...

דאס איז אונזער אימעדזש אין די וועלט- נישט נארט קארעא, רוסלאנד, כינע, איראן, אפגאניסטאן. נאר די ״מלכות של חסד״

מיר האבן ערליך פארדינט די טיטל- צו פארדאנקען די רעכטע רעפובליקאנער warmongers

שבת אחים » זונטאג אפריל 5, 2020 7:07 pm

· #445391
אישתישבי

גיי טאקע צו סלאוויניע

הער אויף מיט דיינע סאציאלע שטותים, די גרעסטע ראי׳ איז מיימאנדיס שפיטאל

.

וואס הייסט אז איך זאל אויפהערן מיט מיינע סאציאליסטישע שטותים???
הא???

איך האלט נישט דערביי! דא איז א free Contry, ס׳הערשט דא פרידאם אף ספיטש לעסט טיים איי טשעקט...

איך האלט אז דעמאקראטישע סאציאליזם איז די בעסטע סיסטעם דערוייל אויף דער וועלט- והא ראי׳

די ערשטע בעסטע צעהן לענדער אויף די וועלט זענען סאציאליסטן...

דו גייסט מיר זאגן אז איך זאל גיין קיין סלאוויניע???
פ**ק יו! איך וויל דא שטיין אין פראנט פון די statue of liberty און איר שפייען אין פנים אריין!

האסטו געהערט א מעשה!!!?

איך וויל דא בלייבן אין אמעריקע און פאר יעדעם וועמען איך קען פארציילן אז אמעריקע אז איין גרויסע ״אייסעס טעראר גרופע״
און זענען פונקט אזעלכע רוצחים ווי זיי! איך וויל דא בלייבן אין אמעריקע און פאר יעדעם אויפדעקן וואס פארא ליגענער און רויבער די רעכטע זענען!!!

טייל מיר נישט איין וואס צוזאגן און וואס צוטוהן! איך ארבעט נישט פאר דיר!!!

פונקט ווי די רעכטע האבן א רעכט צופארשפרייטן זייערע שיטות האב איך א רעכט צו פארשפרייטן מיינע שיטות!!!

אמעריקע איז נישט קיין דיקטעטארשיפ! אט פונקטליך דאס איז פאלטיקס!!!!יעדער שרייט זיינע שיטות!

דיין גרעסטע ראי׳ אז סאציאליזים ארבעט נישט איז מיימאנעדיס האספיטאל??? אר יו קידינג מי???

האסט שוין אמאל באזוכט א לאנד וואס איז דעמקראטיש-סאציאליסט געשטימט?

האסט געקוקט אויף די דאטא ווער ס׳האט מעהר האומלעיס? וועלכע לענדער איז דא מעהר opportunity? פראספערעטי???

שעמסט זיך אפילו נישט אויסצוגרעבצען דיינע שטותים אין פובליק???

מיימאנדיס שפיטאל יוכיח!!! האהא.... 😛 😂 🙂

ליב צו וויסן » זונטאג אפריל 5, 2020 7:51 pm

· #445396
וואלווי
ליב צו וויסן

און בנוגע בערני מיט זיין שיטה,
א) דאס וואס בערני זאגט אמאל ריכטיגע דיבורים מאכט נישט זיין "שיטה" ריכטיג...
ב) דער אלטער איז "נישט" מחשיב דעם יחיד'ס פרייהייט ווען עס קומט צו די עקאנאמיע, און זיינע שטיצערס זענען נישט מחשיב דעם יחיד'ס פרייהייט אפילו ווען עס קומט צו פרייהייט פון אויסדרוק וכו'
ג) זיינע חברה זענען אין אלגעמיין געהעריגע ראסיסטן ווען עס קומט צו די נישט ריכטיגע ראסע (ווייסע) ד) ועוד ועוד, די חברה זענען געהעריג אויפן וועג צוריק צום מיטל אלטער.

א) ווייל דאס וואס טראמפ זאגט אייביג ריכטיגע דיבורים מאכט זיין שיטה אייביג ריכטיג...

ב) דער אלטער איז דער איינצוגסטער וואס קעמפט באמת פאר ערענסטע מינימום וועידזש העכערונג. דאך, פרייהייט פונ'ם יחיד קומט פון טראמפ...

ג) אפענע ראסיסטען. די טראמפ נאציאנעליסטן זענען נאר קלאסעט ראסיסטען...

ד) די מיטל אלטער. דארט ווי אלע פשוטע פויערען מיט מינאריטיס האבן געהאט פולע רעכטען...

1) רוב רובם פון די קאנסערוואטיוון/ליבערטעריענס וואס שטיצן טראמפ (ואני בתוכם) שטיצן נישט טראמפ צוליב זיין שיטה (איך בין נישט זיכער ער האט אויף אלעס ..) נאר צוליב זיינע מעשים,

2) צווינגען געוויסע מענטשן צו העכערן געהאלטן פון אנדערע איז ריין טעראר, (אונז זעמיר אלע דערביי אז די קאנסומערס זאלן לייגן דריק אויף קאמפאניעס צו צאלן מער פאר זייערע ארבעטערס)

3) דו באציעסט זיך צו גרופעס וואס האבן קיין שום שייכות מיט די היינטיגע קאנסערוועטיוו/ליבערטעריען מאוומענט, משא"כ בערניע איז עמטליך ארום גענומען און שטיצט די לינקע ראדיקאלן

4) פון די הויפט חידושים פון די מערב וועלט וואס האט געברענגט פרייהייט פארן אלגעמיינעם בירגער איז געווען אז א יחיד האט געוויסע רעכטן וואס קיינער קען נישט צונעמען פון אים (אריינגערעכנט די רבים),
און אדרבה זיי זיך מסביר ווי האלסטו שטעלט זיך אפ די רעכטן פונעם רבים כלפי דעם יחיד

שבת אחים » זונטאג אפריל 5, 2020 8:58 pm

· #445399

ווי למשל???

שפענדן ביליאנען צו בויען א נערישע וואנט מיט א תירוץ אז דארט פירט מען דורך אלע דראגס ווען בשעת אלע ערענסטע דראגס האט מען דורכגעפירט דורך “sophisticated tunnels“???

זינט ער איז אויפן בענקל איז דא די מערסטע אנטיסעמיטיזם און ראסיזים! דאס איז א טרוקענער פאקט!

ענק נעמען קרעדיט אז ער איז גוט פאר די עקאנאמיע??? און ביי דעם זענט איר שטול!!!

וואס האט ער געטוהן???

ער האט אנגעפילט די אלע אמעריקאנער געריכט הייזער און די סופרים קאורט מיט רעכטע- צוריקגעשטאנענע-קאנסערוועטיווע ריכטער?
בשעת רוב לאנד איז קעגן זייערע פאליטיקס????
מיט יעדער אישו האבן די דעמאקראטן די מערהייט פון די מענטשען.
ענווייערמענט, גאנס, טויט שטראף, אימיגראנטן, אבאארשען, גימל- יעדער קען עס אליינס אויפקוקן!

וויל ער ארויפצווינגען די קאנסערוועטיווע פארדרייטע שיטות אויף רוב אמעריקאנער???
דאס הייסט א פרייע לאנד???

מוראדיג פריי! די פאונדיג פאטערס זענען געוועהן אזעלכע חכמים אז זיי האבן פארזעהן אז 51 פראצענט פון די סענאט ווערט אריינגעוועהלט דורך 15 פראצענט פון אמעריקע!!!!

מוראדיג!!

וואס האט טראמפ געטוהן? חוץ חרוב געמאכט די ענווייערמענט, זיך צוקריגט מיט אלע אונזערע allies און געפייניגט שפאנישע און מינארטיס???

שבת אחים » זונטאג אפריל 5, 2020 9:05 pm

· #445402
צוליב זיינע מעשים!!!
אריינגערעכנט אז ער האט צוגעשטאפט די אויער ווען אמעריקע׳ס אינטעל האט אים אין January געווארענט וועגן קראנא וויירוס אין כינע?

אנשטאט צו צוגרייטן אמעריקע האט ער געשריגן אז עס איז נאך א אימפישטמענט און פעיק נוס!!!

פארדעם שפענדן מיר ביליאנען אויף אינטעל???

א מוראדיג פרעזידענט! ער גייט אונז לייגן באנקראט פונקט ווי ער האט געלייגט אלע זיינע ביזנעסער... אין דער ערד אריין!

ער קען נישט זיין קיין פירער, וואס ער רירט אן פארהארגעט ער אלעס און צוקריגט זיך מיט יעדען...

וואלווי » זונטאג אפריל 5, 2020 9:33 pm

· #445405
ליב צו וויסן
4) פון די הויפט חידושים פון די מערב וועלט וואס האט געברענגט פרייהייט פארן אלגעמיינעם בירגער איז געווען אז א יחיד האט געוויסע רעכטן וואס קיינער קען נישט צונעמען פון אים (אריינגערעכנט די רבים),
און אדרבה זיי זיך מסביר ווי האלסטו שטעלט זיך אפ די רעכטן פונעם רבים כלפי דעם יחיד

Gay marriage. דארט האט זיך אפגשטעלט די רעכטן פונ'ם רבים כלפי די יחיד.

שכויעח אייך, קאנסערוועטיווע אידיאלאגען פאר'ן העלפען פארזיכערען די רעכטען פונ'ם יחיד. א דאנק.

ליב צו וויסן » מאנטאג אפריל 6, 2020 12:51 pm

· #445467
אזוי ווי מען קומט כסדר צוריק צו געוויסע פאליסיס אדער פערזענליכקייטן העמיר ארויסלייגן מיין ס"ה און דערנאך גיין באזוכן אנדערע אשכולות...
די נקודה וואס איך ברענג ארויס איז:
1) טראמפ'ס חסידישע (און אלגעמיינע) שטיצער שטיצן אים נישט "ווייל ער האט א ווילדע שפראך" וכדומה, זיי שטיצן אים ווייל "ער ניצט זיין ווילדע שפראך צו האמערן די לינקע", און זיינע שטיצער זענען על פי רוב געווען אויף די רעכטע זייט בעפאר טראמפ איז דארט געווען..
2) זיין אויף די רעכטע זייט (בפרט פאר פשוטי עם) קומט על פי רוב פון מחשיב זיין דעם יחיד'ס רעכטן,
3) די לינקע (בפרט לינקע Millennials) זענען "נישט" מחשיב דעם יחיד'ס רעכט אפילו ווען עס קומט צו Freedom of speech וכדומה, נאר זענען ענדערש אויף די זייט פונעם קאלעקטיוו,
4) די מערב ציוויליזאציע האט זיך אנטוויקלט א דאנק די אנערקענונג אז דער יחיד האט געוויסע רעכטן וואס אפילו א שטארקע רבים קען פון אים נישט צונעמען
5) מענטשן זענען נישט פערפעקט און האבן פארשידענע נגיעות צו שטיצן צומאל פאליסיס וואס זענען "גרעי" לויט זייער קוק ווינקל (בפרט פארטייען, וואס זייער ציל איז בלויז גרעסער צו מאכן זייער פארטיי...)

במדבר » דינסטאג אפריל 21, 2020 5:55 pm

· #446394
כמעט אימבאמערקטערהייט האט ''מאך זיכער'' געשריבען איינס פון די באדייטנדסטע און נויטיגסטע קריטיק, אויף אינזער געפלאגטע געזעלשאפט, איך צוטיר.

אויף די סיבה פארוואס (טראמפ) האט גענאסן פון שטיצע ביי חסידים און חרדישע אידן, האט שוין יעדע צייטונג פארגאסן טינט, אבער הצד השוה שביניהם איז ווייל חסידים זענען גאר געלטגייציג, און די סיבה דערצו איז קלאר, ווייל זיי האבן נישט קיין געשמאקע וועלט, נאר געלט רעדט צו זיי.

חתונה האבן ביי חסידים איז א ביזנעס, נישט קיין ליבע שפיל, דעריבער געבן זיי זיך אויס די סעקס דרייוו אין די דזשאב, זיי ארבעטן אווערטיים און קומען קוים אהיים ווייל זיי האבן נישט ליב די ווייב, עס איז נאר א מיטל צו די קינדער פראדוקציע וואס יעדער פירט ביי זיך אין שטוב.

רעד צו א חסיד וועגן גיין פארברענגען אין א פארק אליין, אדער מיט די ווייב, אן קיין 'חבירים מיט בארביקיו'ס און גיטארס' און עס זאל נישט זיין 'ליל שישי', נאר סתם א דינסטאג נאכמיטאג, ער וועט נישט וויסן וואס איר ווילט פון אים, פארוואס זאל ער גיין אין פארק? ס'גייט אים ברענגען געלט?

דו דאזיגע פאר שירות האבען באדארפט זיין א באזינדערע ארטיקעל אין איר קעפעל שרייענדיג ''J'accuse'' ''איך באשילדיג''.

און מיין מיינונג, האט ''מאך זיכער'' געטון א פעלער אריינמשענדיג פאליטיק, ווארום גערעכט צו נישט, פארבלענדעט עס מענטשן. און צוליב דעם האבן די אלע נאכפאלגענדע ''רעאקציענערען'' די אזוי וויכטיגע קריטיק פארזען.

איין מינוט! פארזען?! א חשד האב איך זאגאר אז דאס זיכט מען גאר, צו היטן פון די אייגענע אויגן, פארשטעקן! פארשלייערן-פון-די-אייגענע-געוויסן!.

די רוב קאווע טרינקער, האבן נישט געלייגט די רינגל, אויף די פינגער פין זייער באליבטן, נאר אויף די מיידל וואס האט פארשווארצט די מערסטע קעסטלעך; {}סאטמער, {}פריזעט, {}שיינע?! יא! יא! מיין ווייב זאגט מיר אז זי איז גוט אויסזעהנד, {}נישט צו הויעך, {}נישט צו נידריג, {}איך האף זי איז נישט א נארישע, {}איך האב געהערט אז זי איז א אויפגעקלערטע? ניין! ניין! נו! ווייסט דאך מענטשען רעדען.

נאך אפאר יאר שוועבן, אוריענטירט מען זיך מ'שפרייט אויס די פליגלן מ'עפנט דעם פאראשוט גרייט צו לאנדן, קוקט מען אראפ, אין מ'זעט דעם גרויסן אקעאן פין אינטער זיך, און וואסער ווי ווייט די אויג קען זען.מ'הייבט די הענט, אין מאכטלאז פאלט מען אריין אין וואסער, פלאטשקענדיג די רעשט פינעם לעבן.אין אז מ'שפירט אז מ'דעטרענקט זיך,שווימט מען צי אלע סארטען טעראפיסטן, (טרענירט למחצה ולשליש ולרביע) רבנים, (קודם נעם אראפ די פרוכת פון דיין קודש קדשים) און ווייסע בערד, (בטעם זקנים) למיניהם. זיך פארזיכערנעדיג קיינמאל נישט ארויסצוגיין פון די פלאנטער.

נו! אודאי איז די נושא ''טאבו''.

ולסיום ''געלט גייציקייט איז א רעזולטאט פון די זיכעניש פאר ליבע, וואס גייט קיינמאל נישט צושטאנד קומען''.

במדבר » מיטוואך אפריל 22, 2020 1:42 pm

· #446491
א פאעזיע איך האב געשריבן, ברוח הדברים.

במדבר

זיי פליען, פארפליען

פייגעלעך אין די ווילדע ענדלאזיקייט

קיין אינזל אויף ווי צו רוהן

יעדעס שטיקל ערד א פייער מאסע

די פליגלעך פלאטערען שוין שווער

קיין ברעג ווי זיך צו קילן

טשוויטשקען זיי א העלפס ריף

די טשוויטשקען קערן זיך קיינמאל צוריק

איז עס ערגעץ געגאנגען?

פריינט! ענדיגט זיך דאס אמאל?

ענדיגט זיך דאס אמאל?

זיי פליען פארפליען, זיי פליען, פליען

ענדיגט זיך דאס אמאל?!

כא! כא! כא! קיינמאל!

במדבר » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 7:46 am

· #446573
מאך זיכער
במדבר אפשר עפנסטו אויף אזא אשכול? ביי מיר איז דאס נאך א קלכר אין די פעלערהאפטיגע חסידישע לעבנסשטייגער, אבער אויב קענען מיר עפעס טאן אז עס זאל ווערן גוט אנערקענט און באוואוסט די פראבלעם, אפשר טוט איר דאס?

''מאך זיכער'' א אשכול אויף דעי נושא, וועט זייער שנעל יורד זיין לתהום הנשיה, און באגראבען ווערן אינטער בערג פון אשכולות - אויף די קריזיס פון טייערע טשיז-סנעק'ס (צודק! מאה אחוז!) וכדומה.
וואס יא מ'דארף קימען צום אנערקענטעניס אז שוין, איך, איך בין שוין פארשפילט, אבער אינזערע קינדער, פאר זיי קימט זיך עפעס בעסער. אינז האבען א'סך גיטע זינען און אסך גיטע טעכטער, לאמיר אויך מאכען, גיטע, צופרידענע און ליבפולע פארעלעך.

במדבר » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 4:20 pm

· #446608
טייערע ברידער און שוועסטער, פארשטאפטס נישט אייער אויערען! רעדטס דערפון צו וועם מעגליך, און ווי מער! אין א טויש וועט בעז''ה נאכפאלגען.

במדבר » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 5:52 pm

· #446618
רביה''ק זי''ע
טעמע: טראמפ מיט זיינע חסידישע טראמפייטערס

במדבר
טייערע ברידער און שוועסטער, פארשטאפטס נישט אייער אויערען! רעדטס דערפון צו וועם מעגליך, און ווי מער! אין א טויש וועט בעז''ה נאכפאלגען.

זאג נאר, דו האסט אפשר שלום בית פראבלעמען?

אזוי ווי איך האב געשריבען אין @שלום עליכם! לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך.

בלאנד בלויע אויגען אין די צוואנציג'ער יארן קיין קינדער מיט א ווייב וואס ער ליבט מיטען גאנצע הארץ.
אינטעלעקטואל ברויזנד צימאל שטיפעריש ציניש כריזמאטיש אבער שטיל.
אנטריסטעט מיט די לעבנס שטייגער ער האט נישט געוועלט אבער געפילפול אירע מענטשען.
צעמישט זאל ער איר איבער לאזען אדער פראבירען מאכען א טויש הגם זייער פסעמיסטיש איבער דעם לעצטען.
זיין הומאר האט ער אין זיינע עסענישען פארלוירען.

און טאקע צוליב דעם פיל איך באקוועם ארויפצולייגן, די ברנעדיגע נושא אויפן טיש. בפרט אין די יעצטיגע טעג ווען מ'איז אזוי לאנג צוזאמען אין שטוב, בין איך געווארען מער באוויסטזיניג צו דער פראבלעם, ווען איך האלט אין איין הערן, פון פריינט און פאמיליע, וויאזוי טראגסטו עס אריבער? ווי קענסטו זיין אזוי לאנג איינגעשפארט, ס'שאט נישט פאר דיין שלום בית?.
איך וויל זיי נישט ענטפערן אז איך בין זיך מחיה יעדע מינוט, און אז איך ווארט טאקע אז די פאנדעמיק זאל זיך ענדיגען, אבער נישט די קווארענטין.

צום לעצט א דאנק ''רביה''ק'' פאר דיין ווילען צו העלפן. איך לייג אוועק דיין אדרעס. (ס'זאל זיך נישט מאכען 😉 )