☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שורש און מקור פון קאוויד 19: כינע פאבריצירט א וויירוס!

שורש און מקור פון קאוויד 19: כינע פאבריצירט א וויירוס!

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13692
בלאט: 1 2

תורה ומדע » פרייטאג אפריל 3, 2020 11:38 am

· #445104
שורש און מקור פון קאוויד 19: כינע פאבריצירט א וויירוס!
דער מענטשהייט איז קראנק געווארן, מענטשן שטארבן אין אלע עקן פון דער וועלט פון א פלעדערמויז? ווער גלייבט דאס?

לדעתי איז עס נאר א ענין פון צייט ביז דער אמת וועט ארויסקומען אז די כינעזישער רעגירונג האט געהאדעוועט דער וויירוס צו מאכן מאקסימום שאדן בגוף ובממון אויף זייערס א שונא, גענוי ווי מיר גייען איצטערט אדורך. און דאס אויסברוך פון קאוויד 19 איז אן עקסידענט פון א ביאלאגישע וואפן פאבריק אין וווהאן, כינע.

אויב עס וועט ווערען פעסטגעשטעלט אז דאס איז טאקע די מצב, וועלן זיי מוזן באצאלן טריליאנען דאלארען פאר מדינות, קארפארעישנס, און יחידים עד אין סוף. און דאס וועט זיין זייער אייביגער חוב.

berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 4, 2020 9:50 pm

· #445207
תורה ומדע: דו האסט א הווה אמינא אז אמעריקע און ענגלאנד ברעכן זיך נישט יעצט דעם קאפ. און זיי שפאנען איין די בעסטע מוחות אין פעלד פון קאנטער שפיאנאזש צו דערגיין דעם מקור פון דעם וויירוס. און די מאטיוון פון די פאבריצירער און פארשפרייטער...!

תורה ומדע » מוצ"ש אפריל 4, 2020 11:28 pm

· #445225
איך בין מתפלל נקם נקמת דם עבדיך השפוך. די כינעזער האבן בלוט אויף די הענט בלי ספק. איך האף נאר אז די אללע ליידענדע, בגוף, בנפש, ובממון וועלען באקומען קאמפענסעישאן פון כינע דוגמת פוו די דייטשען נאך'ן יוראפיש'ן חורבן.

היסטאריקער » מוצ"ש אפריל 4, 2020 11:54 pm

· #445232
John loftus שרייבט פאריגע וואך אין עמי מאגאזין אז עס איז קלאר אז עס קומט פון רוסלאנד.

איסר האטלקי » זונטאג אפריל 5, 2020 12:48 am

· #445250
די ארטיקל אין עמי פאריגע וואך פארוואס רוסלאנד איז שולדיג, איז געבויט אויף עטליכע שטאק פון דמיונות כמבואר שם באריכות. איך האב פרובירט עס צו גלייבן, עס איז מיר נישט געגאנגען.

עפעס א לעב האט זיך אויסגעקראכט די פענסטערס, די ווינט האט עס געבלאזן קיין כינע, גאנץ רוסלאנד איז שוין אימונירט... ויקץ ויחלום שנית...

אינגערמאנטשיקל » זונטאג אפריל 5, 2020 2:38 pm

· #445338
דער Loftus איז א לאנגיעריגע בעל דמיון און קאנספירעסי טעאריסט, איין וואך פריער האט ער גאר געהאלטן אז איראן האט אן אגענדע צו פארשפרייטן די ווירוס אין קלאנג מיט איין פראקציע אין זייער רעליגיע אז בעפאר זייער שמייליגער (יעקב שונא לעשיו?) וועט זיי אויסלייזן ברויך א דריטל פין די וועלט שטארבן.
ווער ס'גלייבט איז נישט קיין נער און ווער נישט איז נישט קיין אפיקורס.

מי אני » מאנטאג אפריל 13, 2020 9:19 pm

· #445835
סייענטיסטן [וויראלאגיסטן] וואס האבן אנאליזירט די סטרוקטור וכו' פונעם וויירוס זאגן אז סאַרס-קאָוו 2 איז א נאטורליכע וויירוס און נישט צאמגעשטעלט דורך מענטשן/סייענטיסטן.

פּוּ ריסערטש האט פארעפענטליכט א שטודיע/סורוועי וואס צייגט אז בערך 30% אמעריקאנער גלייבן אז דאס איז א מענטשליך-באשאפענע וויירוס. עס איז מער עלול אז אן אמעריקאנער גלייבט דערין טאמער איז ער/זי אינגער, א רעפאבליקאנער, אדער איז ווייניגער עדיוקעיטעד.

פארוואס? » מאנטאג אפריל 13, 2020 9:42 pm

· #445838
לייענענדיג די עמי דעם יאמטעוו בין איך געווען זייער אנטוישט אז זיי האבן געגעבן א פלאץ פאר אזעלכע נארישע קאנספיראציעס.

עס איז אינטרעסאנט, אז פארן מענטש איז אייביג גרינגער צו טרעפן א פרעמדן מענטשליכער שולדיגער איידער ווי זיך צו אננעמען אז עס רעדט זיך פון א ווילד פרעמדן אומ-באוויסנדער באשעפעניש.

עס איז כדאי צו אנמערקן אז אינעם מיטל אלטער אין די צייטן פון די שווארצע מגיפה, זענען די שולדיגע געווען די אידן.

קורקלענד » מאנטאג אפריל 13, 2020 11:26 pm

· #445847
מי אני
סייענטיסטן [וויראלאגיסטן] וואס האבן אנאליזירט די סטרוקטור וכו׳ פונ׳ם וויירוס זאגן אז סאַרס-קאָוו 2 איז א נאטורליכע וויירוס און נישט צאמגעשטעלט דורך מענטשן/סייענטיסטן.

פּוּ ריסערטש האט פארעפענטליכט א שטודיע/סורוועי וואס צייגט אז בערך 30% אמעריקאנער גלייבן אז דאס איז א מענטשליך-באשאפענע וויירוס. עס איז מער עלול אז אן אמעריקאנער גלייבט דערין טאמער איז ער/זי אינגער, א רעפאבליקאנער, אדער איז ווייניגער עדיוקעיטעד.

די ארטיקל וואס איר לינקט האט נישט קיין שום אבסאלוט באווייזן אז ס'זאל נישט קענען קומען פון א לעבּ. אמערסטנס טענה'ן זיי אין די ארטיקל אז ס'איז זייער שטארק אנלייקלי. לדעתי, אויב איז עס יא פון א לעבּ, איז לכאורה נאכמער אנלייקלי אז מ'זאל דערפון קענען געוואויר ווערן.

קורקלענד » פרייטאג אפריל 17, 2020 9:31 am

· #445985
<a class="postlink" href="https://www.zerohedge.com/health/covid-19-man-made-virus-hiv-discoverer-says-could-only-have-been-created-lab">https://www.zerohedge.com/health/covid- ... reated-lab</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 17, 2020 10:28 am

· #445987
פארוואס?
לייענענדיג די עמי דעם יאמטעוו בין איך געווען זייער אנטוישט אז זיי האבן געגעבן א פלאץ פאר אזעלכע נארישע קאנספיראציעס.

עס איז אינטרעסאנט, אז פארן מענטש איז אייביג גרינגער צו טרעפן א פרעמדן מענטשליכער שולדיגער איידער ווי זיך צו אננעמען אז עס רעדט זיך פון א ווילד פרעמדן אומ-באוויסנדער באשעפעניש.

עס איז כדאי צו אנמערקן אז אינעם מיטל אלטער אין די צייטן פון די שווארצע מגיפה, זענען די שולדיגע געווען די אידן.

איך ווייז נישט וואס דו האסט געהאפט פון דער עמי מאגאזין, אבער דאס איז טיפיש פאר זיי, יעדער וואך שרייבן זיי אזעלכע סארט ארטיקלן, אדער פאר געלט פון איינער וואס וויל שטופן זיין פראדוקט, אדער סתם אזוי. זיי זענען נאר איין שטאפל העכער ווי דער מאמענט, נישט מער.

דער מענשטליכע געברויך צו גלויבן אז נאר מענטשן זענען שלעכט, נישט דער אומשולדיגע בריאה, איז גאנץ פארשטענדליך. מפי עליון לא תצא הרעות, און די נאטור איז נאר אן אוסדרוק פון דער געטליכע באפעל. ט'ווי קען דער נאטור אויסהרגנ'ן טויזענטער? ממילא דער מענטשהייט, דאס זענען מיר דאך צוגעוואוינט, אי ביי זיך אין הארץ קאמערן, אי אין דער וועלט פון רוצחים רויבערס און רעפובליקאנער.

ולא עוד, אלא דער מענטשהייט קען מען זיך אן עצה געבן, אביסל שוחד, מאכען דיעלס, אויסהרגנ'ן דער געגענער מיט א מלחמה. מיט דער נאטור איז דאך אוממעגליך, ומי יעמוד לפניך מאז אפיך? מ'גלויבט אז מ'וועט כאטש ארעבטירן און באשטראפן די כינעזער וואס האבען דאס געמאכט, וועלן צוריק קומן אלע מתים, מ'וועט צוריק האבען תפלה בציבור, מ'וועט משלים אלע כאייאייאיילה'ס וואס מ'האט יעצט פארפעלט, און אלס וועט זיין גוט.

אריה » פרייטאג אפריל 17, 2020 7:11 pm

· #446033
מי אני
סייענטיסטן [וויראלאגיסטן] וואס האבן אנאליזירט די סטרוקטור וכו׳ פונ׳ם וויירוס זאגן אז סאַרס-קאָוו 2 איז א נאטורליכע וויירוס און נישט צאמגעשטעלט דורך מענטשן/סייענטיסטן.


זיי קענען וויסן צו די וויירוס איז בכלל געווען/בעארבעט געווארן אין א לאבאראטאריע?
אין אנדערע ווערטער, אולי איז דאס א נאטורליכע וויירוס וואס איז געווען אומשעדלעך פאר מענטשן און איז בעארבעט געווארן עס צו מאכן שעדלעך און דערנאך איז עס ארויסגערינען.
לויט די סייענטיסטן איז מיין טעאריע רחוק מן השכל, אבער אפשר דאך איז כינע יא שולדיג...

berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 18, 2020 10:07 pm

· #446041
תורה ומדע
איך בין מתפלל נקם נקמת דם עבדיך השפוך. די כינעזער האבן בלוט אויף די הענט בלי ספק. איך האף נאר אז די אללע ליידענדע, בגוף, בנפש, ובממון וועלען באקומען קאמפענסעישאן פון כינע דוגמת פוו די דייטשען נאך'ן יוראפיש'ן חורבן.

תורה ומדע: חיים גראדע פלעגט זיך באנוצן מיט דעם אויסדרוק..."פון א שטיין די ווייעכע"... דאס מיינט צו זאגן אז דו און איך וועללן נאך לכה"פ. 3 מאל מגולגל ווערן ביז דו וועסט זעהן א רויטן סענט פון די טשייניעז מענטשעלעך...!

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 19, 2020 12:51 am

· #446057
ליטוואק פון בודאפעסט

איך ווייס נישט וואס דו האסט געהאפט פון דער עמי מאגאזין.... זיי זענען נאר איין שטאפל העכער ווי דער מאמענט, נישט מער.

וואס מיינען די ווערטער?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 19, 2020 1:03 am

· #446060
פארוואס איז געווען אנטוישט מיט די עמי מאגאזין, ווייל ער האט געהאפט אויף עפעס בעסער. דער ווייל, זאל ער וויסען אז עמי מאגאזין איז אויף א גאר נידריגער לעוועל. פונקט גוט פאר פרויען אין די באנגאלאו קאלאני. גוט פאר קייען איבער גאס שטותים, נישט ערנסט דורכטון א נושא אדער ברענגן א נייעם בליק. ׳וואס טוט זיך מיט שידוכים אין די עפאכע? ענטפער: עס ווענדט זיך, יעדער מוז טון וואס איז גוט פאר איהם׳. דאס איז זייער לעוועל. דער מאמענט, עכ״פ ווען איך האב עס געליינט, איז ענליך, אבער זייער שפראך איז שוואכער, זייער אידיש איז נישט אויף די לעוועל פון די ענגליש פון דער עמי מאגאזין, מ׳מיינט מ׳ליינט א בוך פאר קינדער.

אריה » פרייטאג אפריל 24, 2020 1:18 am

· #446644
אריה
זיי קענען וויסן צו די וויירוס איז בכלל געווען/בעארבעט געווארן אין א לאבאראטאריע?
אין אנדערע ווערטער, אולי איז דאס א נאטורליכע וויירוס וואס איז געווען אומשעדלעך פאר מענטשן און איז בעארבעט געווארן עס צו מאכן שעדלעך און דערנאך איז עס ארויסגערינען.
לויט די סייענטיסטן איז מיין טעאריע רחוק מן השכל, אבער אפשר דאך איז כינע יא שולדיג...

יעצט זעה איך אז קאנספיראציע טעאריקער ראשיד בוטאר אויף (חבירו בדומה לו) גערי פרענטשי'ס שאו, האלט אז ס'איז טאקע אזוי געווען נאר ער האלט אז מען האט עס באשאפן אין אמעריקע און דערנאך געגעבן פאר כינע צו פארשפרייטן, וכידוע מחלוקת הפוסקים בנידון.

קאצקע ציקער » מאנטאג אפריל 27, 2020 11:29 am

· #446812
* SHOCKING * ⤵️

The Japanese professor of physiology or medicine, Professor Dr Tasuku Honjo, caused a sensation today in the media by saying that the corona virus is not natural. if it is natural, it will not have affected the whole world like that. Because, depending on the nature, the temperature is different in different countries. if it were natural, it would only have affected countries with the same temperature as China. instead, it spreads to a country like Switzerland, the same way it spreads to desert areas. whereas if it were natural, it would have spread in cold places, but would have died in hot places. I have done 40 years of research on animals and viruses. It is not natural. It is manufactured and the virus is completely artificial. I have been working for 4 years in the Wuhan laboratory in China. I know all the staff of this laboratory well. I called them all after the Corona accident. but, all of their phones have been dead for 3 months. It is now understood that all of these laboratory technicians are dead.

Based on all of my knowledge and research to date, I can say this with 100% confidence that Corona is not natural. It did not come from bats. China made it. if what I say today turns out to be false now or even after I die, the government can withdraw my Nobel Prize. but China is lying and this truth will one day be revealed to all.
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Tasuku_Honjo">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Tasuku_Honjo</a>

מי אני » מאנטאג אפריל 27, 2020 11:42 am

· #446813
Re: שורש און מקור פון קאוויד 19: כינע פאבריצירט א וויירוס!
<a class="postlink" href="https://www.ibtimes.sg/fact-check-did-japan-nobel-laureate-tasuku-honjo-say-covid-19-not-natural-man-made-wuhan-lab-43882">https://www.ibtimes.sg/fact-check-did-j ... -lab-43882</a>

שבת אחים » מאנטאג אפריל 27, 2020 12:33 pm

· #446814
תורה ומדע
דער מענטשהייט איז קראנק געווארן, מענטשן שטארבן אין אלע עקן פון דער וועלט פון א פלעדערמויז? ווער גלייבט דאס?

לדעתי איז עס נאר א ענין פון צייט ביז דער אמת וועט ארויסקומען אז די כינעזישער רעגירונג האט געהאדעוועט דער וויירוס צו מאכן מאקסימום שאדן בגוף ובממון אויף זייערס א שונא, גענוי ווי מיר גייען איצטערט אדורך. און דאס אויסברוך פון קאוויד 19 איז אן עקסידענט פון א ביאלאגישע וואפן פאבריק אין וווהאן, כינע.

אויב עס וועט ווערען פעסטגעשטעלט אז דאס איז טאקע די מצב, וועלן זיי מוזן באצאלן טריליאנען דאלארען פאר מדינות, קארפארעישנס, און יחידים עד אין סוף. און דאס וועט זיין זייער אייביגער חוב.


יעדער נוצט אויס די געלעגענהייט צו פראפאגאנדירן די נייע וויירוס פאר זייערע אגענדעס...
איינער שרייט ס׳קומט וועגן שייטלעך איינער וועגן סמארטפאון׳ס, עירוב, שמואלי ניימאן, ווייל מ׳רעדט אין שול, ווייל מ׳באצאלט נישט די מלמדים, גלאובעליזם, אינטערגעשטעלט דורך כינע וכו׳ וכו׳ אפילו געוויסע לינקע שרייען ס׳קומט ווייל מ׳האט נישט אכטונג געגעבן אויף נאטור און די ענווייערמענט...

דרייטס נישט קיין קאפ!

די פשוטע טרוקענע מציאות איז:

סאיז מסתם דא מעהר וויירוסעס אין אונזער פלאנעט ווי סאיז דא שטערנס אין הימל... זיי האלטן זיך אין איין טוישן דורך mutations פונקט ווי אלע אנדערע לעבעדיגע באשעפענישן...

א וויירוס קען נישט אליינס מאכן קאפיס פון זיך נאר אז ס׳טוט עפעקטן א לעבעדיגע צעל.

סאיז דא שווערע ביליאנען פון זיי. רוב דערפון איז נישט שעדליך און די גוף ווארפט עס גלייך ארויס. אבער ס׳מאכט זיך אמאל אז איינס פון ביליאנען איז זייער קלעבעדיג און שעדליך...

פונקט ווי אונז הארגענען טשיקענס און קיען פאר אונזערע געברויכן עפעקטירן וויירוסעס אנדערע לעבעדיגע צעלן פאר זייערע געברויכן...

גארנישט מיט כינע און קיין שייטלעך...

א גוטן פורים.

קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 27, 2020 12:42 pm

· #446815
איך פארשטיי נישט, האט נישט דאנאלד טראמפ באשאפן די ווירוס? כ'בין געווען זיכער אז טראמפ האט דאס אנגעווערטשאפט!

שבת אחים » מאנטאג אפריל 27, 2020 12:56 pm

· #446816
קאך_לעפל
איך פארשטיי נישט, האט נישט דאנאלד טראמפ באשאפן די ווירוס? כ'בין געווען זיכער אז טראמפ האט דאס אנגעווערטשאפט!


ניין ער איז נישט אזוי קלוג דאס צוטוהן.

וואס יא. ער האט דאס זייער שלעכט באהאנדעלט. אילו זכינו אז דער אנטיסעמיט קענעדי אדער רוזעוועלט, און אפילו דער שחור פון קעניע וואלטן יעצט געוועהן אויפן בענקל וואלט שוין לאנג געוועהן גענוג טעסטס און ווענטעלעיטארס.

אבער דער קליין קינד איז דאך אינגאנצן נישט ביים דעת. ער איז פארנומען זיך ארומצושלאגן מיט יעדע גאווערנער. און אז מ׳זאל שרייבן אויף די Stimulus check זיין נאמען כאילו סאיז עפעס ״זיין געלט״ און ער טיילט עס פאר יעדען איינעם...

יא יא... דיינע רעכטע האבן ווידער אויסגענוצט די גלעגענהייט צו באשענקן אלע רייכע און corporate America מיט ביליאנען וואס קומט פון שטייערן פון די מיטעל-קלאס.
און פאר די ארימע האבן זיי אויך אריינגעווארפן אפאר נישטיגע דאללער אז קיינער זאל נישט כאפן וואספארא גניבות די גרויסע-פישלעך האבן געכאפט...

וואס איז 1200 פארשטינקע דאללער פארן נישט ארבעטן צוויי חדשים פאר א עוורידש מענטש??? גארנישט!!!!
אבי ס׳שטייט טראמפ׳ס נאמען אויפן טשעק... און אז איינער איז שולדיג פאר די באנק און קרעדיט קארדס קענען עס זיי גלייך כאפן די געלט- אויסער אין די לינקע שטעט... אוואדי! די רעכטע זענען דאך נישטא פאר די המון עם! זיי זענען דא צו באשיצן די בענקערס און פריצים...

קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 27, 2020 12:59 pm

· #446817
זיכער האט ער עס שלעכט באהאנדלט! אפילו ער וועט היילן קענסער וועט דאס אויך זיין שלעכט....

שבת אחים » מאנטאג אפריל 27, 2020 1:05 pm

· #446818
קאך_לעפל
זיכער האט ער עס שלעכט באהאנדלט! אפילו ער וועט היילן קענסער וועט דאס אויך זיין שלעכט....


האסט שוין איינגענומען בליטש היינט???

שטופ עס אריין דורך די נאז לעכער...

משוגענער, דער...

קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 27, 2020 1:15 pm

· #446819
כ'געב נישט קיין הכנות....

דער הייליגער טראמפ וועט ענק אלע אויסראטן און ווארפן צו די הונט...

שבת אחים » מאנטאג אפריל 27, 2020 1:57 pm

· #446825
קאך_לעפל
כ'געב נישט קיין הכנות....

דער הייליגער טראמפ וועט ענק אלע אויסראטן און ווארפן צו די הונט...


דערווייל טוט ער אויסראטן די רעפובליקאנער פארטיי...

טויזנטער בענקלעך האבן מיר לינקע געוואונען זינט ער איז פרעזידענט!

טויזנטער!!!

אפילו אין די רעכטע שטעט אין אלאבאמא, אין קענטאקי איז דא א דעמקראטישער גאווערנאר. וכו׳ וכו׳
כמעט יעדע פארמעסט וואס טראמפ האט פערזענליך קאמפיינט פאר, האט פארלוירן! טרוקענע מציאות..
ער האט ניטאמאל די שטיצע פון פופציג פראצענט לאנד! ניטאמאל די גאנצע רעפובליקאנער פארטיי. עס איז דא א דיים און א דאזען רעפובליקאנער Never Trumper’s
אזש אז מיטש מעקאנעל שטייט אויס א מעגליכקייט צו פארלירן זיין בענקל אין די קומענדיגע וואלן...

ער אליינס האט פארלוירן ביליאנען... רוב נארמאלע ביזנעסלייט שטייען אוועק פון אים. ער האט פארלוירן רוב פון זיינע געוועזנע פריינד אין ניו יארק!
דער שטאלצער ניו יארקער וואס האט זיך א גאנץ לעבן געגרויסט און אידענדיפיצירט אלץ דער Tycoon פון ניו יארק האט נעבעך געמוזט אנטלויפן פון דא בשעת ער איז געוועהן די פירער פון די פרייע וועלט...

ער דעמאנט מיך פון דעם גראבן פריץ וואס פלעגט יעדען טאג זיך אנעסען אין א רעסטעראנט און אויפשרייבן אויפן חשבון. ווען די בילל איז שוין געוועהן הויך האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט ״די עסען דא איז נישט פריש, ענק געבן נישט קייו גוטע סערוויס״ און זיך געגעאנגען צו א צווייטע רעסטעראנט...

דאנאלד טייערער, ווילסט גיין קיין פלארדיע וואוינען? זייער גוט קיינער אין ניו יארק אויסער די חסידים גייען נישט וויינען נאך דיר- אבער זיי מוחל באצאל דיינע ביללס קודם! האסט דא געמאכט ביזנעס (הממ.. באגאנבעט מענטשען...) זיי מוחל באצאל די שטייערן פונקט ווי יעדן איינעם נאכדעם קענסטו גייען וואוינען ווי דו ווילסט...

קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 27, 2020 2:00 pm

· #446826
פיסטע סאציליסטישע פראפעגאנדע...

שבת אחים » מאנטאג אפריל 27, 2020 2:10 pm

· #446829
קאך_לעפל
פיסטע סאציליסטישע פראפעגאנדע...


פארשטייסט נישט די חילוק צווישן פראפאעגאנדע און פאקטן???

אלעס וואס איך האב געשריבן אין די לעצטיגע תגובה איז אמת!

1)די דעמאקראטן האבן געוואונען טויזנטער בענקלעך בשעת טראמפ איז געוועהן פרעזידענט
2)90 פראצענט קאנדידאטן פאר וועם טראמפ האט פערזענליך קאמפיינט האבן פארלוירן
3)טראמפ האט ניטאמאל די שטיצטע פון האלב אמעריקע
4)רוב פון זיינע געוועזנע פריינד ספעציעל אין ניו יארק ווילן אים נישט קענען און האלטן אים פאר א פשוטע משוגענער.
5)ער האט פארלוירן אסאך געלט און אסאך קאנעקשאונס זינט ער האט זיך אריינגעלייגט אין פאליטיקס
6)טראמפ איז אנטלויפן פון ניו יארק מיט בושות אן באצאלן קיין שטייערן וואס ער איז שולדיג פאר די סטעיט
יעדער איינע איז אמת ויציב... גארנישט קיין פראפאגאנדע!
דו ביסט איין שטיק ליגענט און פראפאגאנדע...

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 27, 2020 3:40 pm

· #446832
שבת אחים: אויב די ..."פאקטן"...ווייזן אז פרעזידענט טראמפ איז טאקע אזא קרימינאל. און אזוי שלעכט. דארף מען צוזאמען זעצן א גרענד זשורי. און לויט די סאציאליסטישע ..."טוירעה"... דארף די דזשורי באשטיין פון..."כל צרוע וכל זב. וכל טמא לנפש"...אין די היינטיגע שפראך מיינט דאס דיינע קאלעגן די ל.ג.ב.ט. קיו. קאמיוניטי. (וואס. איך זאלל עס נאך ארויסשרייבן אויך?!) און א יעדער צודרייטער קאמוניסט און ליבעראל און אנטיסעמיט. אזוי ווי די פארדרייטע און פאררוקטע קאמוניסט'קע די אומוויסנדע קארטעז שיקסע. און די אנטיסעמיטישע מערדערישע איסלאמישע שיקסע אילהאן אומאר, ימ"ש. און זיי זאללן אינדייט'ן פרעזידענט טראמפ. און איהם אראפווארפן פון בענקל. און איהם ארעסטירן...!

אישתישבי » מאנטאג אפריל 27, 2020 3:49 pm

· #446833
מי אני
סייענטיסטן [וויראלאגיסטן] וואס האבן אנאליזירט די סטרוקטור וכו' פונעם וויירוס זאגן אז סאַרס-קאָוו 2 איז א נאטורליכע וויירוס און נישט צאמגעשטעלט דורך מענטשן/סייענטיסטן.

פּוּ ריסערטש האט פארעפענטליכט א שטודיע/סורוועי וואס צייגט אז בערך 30% אמעריקאנער גלייבן אז דאס איז א מענטשליך-באשאפענע וויירוס. עס איז מער עלול אז אן אמעריקאנער גלייבט דערין טאמער איז ער/זי אינגער, א רעפאבליקאנער, אדער איז ווייניגער עדיוקעיטעד.


וואס טשיינע האט געטוהן האט זיכער מיט דער אויסשפרייטונג פין דער וויירוס, זיי האבן פארמאכט יוהאן דער געגנט פון דער וויירוס און נישט געלאזט קומען אדער גיין פין דארט צו אנדערע חלקים פין טשיינע, אבער געלאזט מענטשן פין יוהאן פארען איבער דער גאנצע וועלט.

דאס האט געמאכט אז אמעריקע און ספעציעל נוי יארק זאל עס כאפען דער מערסטע פין איבעראל.

צו זיי האבן דאס געוואלט?

ונבנתה העיר » דינסטאג אפריל 28, 2020 3:01 pm

· #446964
ער איז אלעס מסביר בטוטו"ד. ההנאה מובטחת.

קורקלענד » זונטאג מאי 17, 2020 1:09 pm

· #448785
און מער און מער וויסענשאפטלער הויבן אן צייגן אז ס'איז לכאורה יא א וויירוס פון לעבּ ארויס.

מי אני » זונטאג מאי 17, 2020 3:54 pm

· #448795
Re: שורש און מקור פון קאוויד 19: כינע פאבריצירט א וויירוס!
די ערשטע שטודיע זאגט נאר (אויף פּעידזש 9):
‏Even the possibility that a non-genetically-engineered precursor could have adapted to humans while being studied in a laboratory should be considered, regardless of how likely or unlikely

דאס איז אויף לגבי צו וויסן סאַרס-קאָוו 2׳ס עוואלוציאנערישע מהלך פון עדעפּטן וכו׳. זיי זאגן אויך אז עס האט זיך ל״ד אנגעהויבן אין די וווּהאן מארקעט, עס קען שוין האבן געהאט דארט אריינגעברענגט געווארן דורך א מענטש (אבער ל״ד פון א לעבּ).

די צווייטע שטודיע זאגט יא אז ס׳איז גאר מאדנע אז די ספּייק פּראָטיִן אויף סאַרס-קאָוו 2 איז מער עדעפּטעד אויף צו פּאָרן מיט די ACE2 רעסעפּטאָר פון מענטשליכע צעלן, ווי מיט די ACE2 רעסעפּטאָר פון איר אנגעבליכע בע״ח מקור. זיי זאגן אויך אז עס איז נישט מוכרח אז די אינטערמיִדיִעט איז געווען א פּענגאָלין. אבער זיי זאגן נישט אז דאס איז (אפילו לכאורה) געמאכט געווארן אין א לעבּ.

זיי זאגן אויף פּעידזש 16:
‏The fact that SARS-CoV-2 has also not been found in any likely intermediate host raises questions of the origins of the original SARS-CoV-2 virus that infected human case zero in late 2019. Wuhan, the epicentre of the outbreak, hosts China’s only BSL4 facility and is the site of considerable bat coronavirus research. Identification of an intermediate animal host in which SARS-CoV-2 might have adapted to a human ACE2 permissive form would go a long way to alleviating concerns that SARS-CoV-2 is not a natural virus.

ווי אויך צום שלוס (פּעידזש 19):
Another possibility which still cannot be excluded is that SARS- CoV-2 was created by a recombination event that occurred inadvertently or consciously in a laboratory handling coronaviruses, with the new virus then accidentally released into the local human population.

קורקלענד » פרייטאג מאי 28, 2021 1:20 am

· #473968
אצינד נאך וואס ס'הויבט אן אנדעקט ווערן די גאנצע בלאף אונטער וויאזוי קאוויד איז צושטאנד געקומען, בין איך איצט פשוט נייגעריג אויף די אלע קאווע שטיבל חכמים פאר וועם ס'זענען סתם אזוי זייער שווער צו גלייבן צו גאט עקזיסטירט, אבער אין די אנגעבנדע 'פאקט' אז קאוויד איז נישט פון א לעבּ האבן זיי יא געגלויבט. וויאזוי פילן זיי אצינד נאכן קויפן א יאר צייט גלויבנדיג בלינדערהייט כל מיני שטותים פארוואס קאוויד האט נישט געקענט קומען פון א לעבּ און דא פלוצלינג אזא פארראט?

טמיר » פרייטאג מאי 28, 2021 1:25 am

· #473969
Re: שורש און מקור פון קאוויד 19: כינע פאבריצירט א וויירוס!
ביטע עלעברירן

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

כלבאשבוע » פרייטאג מאי 28, 2021 2:15 am

· #473971
טמיר
ביטע עלעברירן

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk


דא האסטו א גוטע ברעיקדאון פון השתלשלות הדברים

<a class="postlink" href="https://www.slowboring.com/p/the-medias-lab-leak-fiasco">https://www.slowboring.com/p/the-medias-lab-leak-fiasco</a>

אישתישבי » פרייטאג מאי 28, 2021 8:20 am

· #473980
אזוי צו אזוי, איך וויל פארשטיין פארוואס לינקע ווילען עס זאל האבן געקומען נאטורליך נישט מענטש געמאכט, און די רעכטע ווילען דוקא עס זאל קומען פין כינע א לעב?

וואס האט דאס מיט זייערע געטשקעס?

קורקלענד » פרייטאג מאי 28, 2021 8:44 am

· #473984
כלבאשבוע
טמיר
ביטע עלעברירן

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk


דא האסטו א גוטע ברעיקדאון פון השתלשלות הדברים

<a class="postlink" href="https://www.slowboring.com/p/the-medias-lab-leak-fiasco">https://www.slowboring.com/p/the-medias-lab-leak-fiasco</a>

זאגט ער אז די השתלשלות איז אז וויבאלד די רעכטע האבן אויפגעברענגט די מעגליכע פאקט האט די 'אויפריכטיגע' פרעסע געפילט אז מ'דארף עס לייקענען. און דערפאר זענען די רעכטע שולדיג פארן עס פאליטיזירן אין דאס האט גורם געווען מ'זאל נישט נאכגיין פאקטן. סיריעסלי?

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 28, 2021 9:57 am

· #473989
1. דער טעאריע איז נאך ווייט פון באגרינדעט און פאליטיקלי מאטיוועיטעד.

2. פארוואס לויפן צו דער טעאריע ווען די שאנסן אז קורונה זאל האבן זיך אנגעפאנגען אין איינע פון די נאסע מארקעטס איז אזויפיהל מער?

3. דער טעאריע וועט זיין זייער שווער צו פרובן, חוץ מזה וואס אויב איז דאס אמת האט/וועט טשיינע זיכער-געמאכט/זיכער מאכן אז מ'זאל עס נישט קענען פרובן.

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 28, 2021 10:13 am

· #473992
אישתישבי
אזוי צו אזוי, איך וויל פארשטיין פארוואס לינקע ווילען עס זאל האבן געקומען נאטורליך נישט מענטש געמאכט, און די רעכטע ווילען דוקא עס זאל קומען פין כינע א לעב?

וואס האט דאס מיט זייערע געטשקעס?

ווייל איינע פון די דריי (?) מעין פעקטארס צו עפידעמיע אויסברוכן איז די דיסטוירבענס פון וויילדלייף האביטאט.

כלבאשבוע » פרייטאג מאי 28, 2021 11:21 am

· #473997
קורקלענד
כלבאשבוע
טמיר
ביטע עלעברירן

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk


דא האסטו א גוטע ברעיקדאון פון השתלשלות הדברים

<a class="postlink" href="https://www.slowboring.com/p/the-medias-lab-leak-fiasco">https://www.slowboring.com/p/the-medias-lab-leak-fiasco</a>

זאגט ער אז די השתלשלות איז אז וויבאלד די רעכטע האבן אויפגעברענגט די מעגליכע פאקט האט די 'אויפריכטיגע' פרעסע געפילט אז מ'דארף עס לייקענען. און דערפאר זענען די רעכטע שולדיג פארן עס פאליטיזירן אין דאס האט גורם געווען מ'זאל נישט נאכגיין פאקטן. סיריעסלי?


ווי זעסטו אז ער באשולדיגט די רעכטע?

פארקערט, ער גיבט גערעכט פאר Tom Cotton, ער באשולדיגט שטארק די מידיע פאר פרובירן צו אויסדרייען זיינע ווערטער און פארן ווערן כלומפרשטע סייענטיסטן אנשטאט זיך האלטן צו ריין און ערליך זשורנאליזם, און פארן נישט איינזען דעם אמת אז אמתע סייענטיסטן זענען מסכים מיט וואס ער האט געזאגט לכתחילה

קורקלענד » פרייטאג מאי 28, 2021 11:55 am

· #474003
טאמבל סאס
1. דער טעאריע איז נאך ווייט פון באגרינדעט און פאליטיקלי מאטיוועיטעד.

2. פארוואס לויפן צו דער טעאריע ווען די שאנסן אז קורונה זאל האבן זיך אנגעפאנגען אין איינע פון די נאסע מארקעטס איז אזויפיהל מער?

3. דער טעאריע וועט זיין זייער שווער צו פרובן, חוץ מזה וואס אויב איז דאס אמת האט/וועט טשיינע זיכער-געמאכט/זיכער מאכן אז מ'זאל עס נישט קענען פרובן.

פארוואס האלט איר אז איין צד איז מער פאליטיש מאטיווירט ווי דער אנדערער צד?

פארוואס איז די שאנסן פון די נאסע מארקעטן מער. באזירט אויף וואס מען ווייסט איז גאנץ מסתבר פארקערט.

ווייל ס'איז שווער צו פרובן טאר מען עס נישט לייגן אויפן טיש? עכ''פ אויף אזוי ווייט אז די רעגירונג און אליגארכיע זאלן עס האלטן אין איין צענזורירן?

מי אני » פרייטאג מאי 28, 2021 11:58 am

· #474005
קיינער דא האט נישט גע׳טענה׳ט אז עס ״קען נישט״ קומען פון א לעבּ און דאס אוועקגעמאכט מכל וכל (לידיעתי). סך הכל וואס מ׳האט גע׳טענה׳ט איז אז סייענטיסטן, ולכאורה א מערהייט פון זיי, וואס האבן דאס אנאליזירט האבן געזאגט אז עס קומט זוּנאַטיקלי [נאטורליך]; אזוי ווי עוואלושאן בכלל (אולי איז דאס די קשר וואס וואס מ׳וויל דא מאכן מיט הוכחות למציאת ה׳; ווייל עוואלושאן בעצם גייט נישט אין איינקלאנג מיט׳ן הוכחה פון ״אינטעלידזשענט דיזיין״...). (ואגב, דער דר. קריסטיען ענדערסען, דער עיקר סייענטיסט פונעם געלינקטן שטודיע, האלט נאך אלס אזוי אז עס איז זוּנאַטיק.) אבער @קורקלענד איז טאקע גערעכט אז עס איז דאך א שטארקע מעגליכקייט (דאס זעה׳מיר שוין פון די שטודיעס אראפגעברענגט פריער. הגם, כנ״ל, האבן זיי דאך, עכ״פ דעמאלטס, נישט געזאגט אז עס איז ״לכאורה״ אזוי). ווי אויך איז ער גערעכט אז די אלגעמיינע וועלט און סייענטיפישע קאָמיוּניטי זענען געווען צי פאר די זוּנאַטיק/נאטורליכע אפציע און צי אוועקגעמאכט די לעבּ-ליִק מעגליכקייט. ווי ווייט אייניג עס איז מיט א זוּנאַטיק מעגליכקייט, וואס איז אויך א שטארקע מעגליכקייט, איז שוין ניתן לדון. סייענטיסטן און וויראלאגיסטן רופן טאקע פאר אן אינוועסטיגעישאן אין צו דעם. זיי זאגן אז ביידע טעאריעס, זוּנאַטיק און לעבּ-ליִק, זענען ווייעבּל.

‏ די אינוועסטיגעטיוו ארטיקל פון ניקאלסאן בּעיקער, וועלכעס ווערט צוגעליִנקט אין די ארטיקל וואס @כלבאשבוע האט צוגעצייכענט, צונעמט און טענה׳ט זייער גוט פאר די מעגליכקייט אז עס איז פון א לעבּ. ווי אויך טענה׳ט פאר די מעגליכקייט דער סייענס שרייבער ניקולאס וועיד - ער טאקע צונעמט ענדערסען׳ס הוכחות און ווייזט וואו ער איז זיך טועה אין זיינע טענות. ווי אויך ברענגט ער ארויס אז מ׳האט אוועקגעמאכט דעם טעאריע מעיקרא פשוט ווייל טראמפ האט אויך אזוי געזאגט. דאס איז עפ״י נייע עווידענס פון די פּרוֺיטיִנס אויפ׳ן ווירוס וואס העלפן דאס באהעפטן צו די פוּרין אין מענטשנליכע צעלן, דאס וואס מיינערס נישט ווייט פון וווּהאַן האבן באקומען אן ענליכע קרענק פון אן ענליכע נאטורליכע ווירוס וואס מ׳האט דערנאך שטודירט אין די וווּהאַן לעבּ, אז די וווּהאַן לעבּ האט נישט שטארקע זיכערהייט מאסנאמען, אז ארבעטערס דארטן זענען קראנק געווארן מיט ענליכע סימפטאמען נאך פאר די אלגעמיינע קאוויד אויסברוך אין כינע, און דאס שוואכקייט פון באווייזן און איבערבלייבענישן פון א נאטורליכע שורש. דער סייענס שרייבער דאנעלד מקניִל באציהט זיך צו וועיד׳ס ארטיקל און איז בעצם מסכים אבער פארט מילדער. ער ציטירט אויך אנדערע עקספערטן אין די נושא וואס האלטן (שטערקער) פונעם לעבּ-ליִק מעגליכקייט. ער פירט אויך אויס אז עפ״י וואס מען ווייסט איז (ווי נישט) עפ״י אקאם׳ס רעיזאר מסתבר דעם לעבּ-ליִק מעגליכקייט.

מען דארף אבער אין אכט נעמען אז אפילו לפי״ז אז ס׳איז א לעבּ-ליִק טענה׳ן זיי אויך נאר אז ס׳איז צום מערסטענסט א טעות, ודלא כהפותח האשכול. א ״כוונה״ להרע איז א ״קאנספיראציע טעאריע״ און דאס איז וואס מ׳האט בעיקר אוועקגעמאכט (וואס האט שוין געמאכט אז די אלגעמיינע וועלט זאל טאקע אוועקמאכן די לעבּ-ליִק טעאריע מכל וכל).

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 28, 2021 1:39 pm

· #474030
קורקלענד
טאמבל סאס
1. דער טעאריע איז נאך ווייט פון באגרינדעט און פאליטיקלי מאטיוועיטעד.

2. פארוואס לויפן צו דער טעאריע ווען די שאנסן אז קורונה זאל האבן זיך אנגעפאנגען אין איינע פון די נאסע מארקעטס איז אזויפיהל מער?

3. דער טעאריע וועט זיין זייער שווער צו פרובן, חוץ מזה וואס אויב איז דאס אמת האט/וועט טשיינע זיכער-געמאכט/זיכער מאכן אז מ'זאל עס נישט קענען פרובן.

פארוואס האלט איר אז איין צד איז מער פאליטיש מאטיווירט ווי דער אנדערער צד?
אמעריקע איז שולדיג איבער א טריליאן צו טשיינע אין באנדס. אויב קען זי פרובן אז טשיינע האט אנגעמאכט אזא גלאבאלע געלט שאדן, קען זי זיך אסאך געלט סעיווען.
פארוואס איז די שאנסן פון די נאסע מארקעטן מער. באזירט אויף וואס מען ווייסט איז גאנץ מסתבר פארקערט.

מען שאצט אז ס'איז פארהאן בערך 1.7 מיליאן ווירוסעס וואס קענען אריבערדזשאמפען פון חיות צו מענטשן. נאר אפאר טויזנט זענען רעקארדירט אין די וויסענשאפטליכע ביכער.

לייען ווי דר וויליאם קארעש ( <a class="postlink" href="https://www.who.int/bulletin/volumes/98/10/20-031020/en/">https://www.who.int/bulletin/volumes/98 ... 031020/en/</a> )איז עס מסביר: טראכט פון א הונדערט מיליאן מענטשן וואס קויפן ביי די נאסע מארקעטס און שטעל דיך פאר די וויירוסעס שטייען ליינד אפ, יעדער פון זיי, האלטענדיג א לאטערי טיקעט וואס רעפרעזענטירט א געלעגנהייט פאר די וויירוס צו גיבן א שפרונג אריבער צום מענטש.

די נאסע מארקעטס האבן לעבעדיגע ענימעלס וואס ווערן געהרגט און צעהאקט אויפ'ן פלאץ. די שמוץ און נתחים וואס מ'נוצט נישט גייען אראפ אויף די ערד, ווערן אוועקגעוואשן אין די גרידס און פארפעסטיגן די ענווייראמענט – אינדיד, סעמפלס גענומען פון די ארומיגע ענווייראנמענטס האבן געוויזן קורונה וויירוס שפורן. מ'ווייסט עקשולי אז קורונה זעלבסט איז געשפרונגען בערך א זעקס מאל איידער די שפרונג האט מצליח געווען זיך צו עוואלוון גענוג רעזיליענט, צו פארשפרייטן זיך גענוג שנעל ביי א גענוג גרויסע צאל מענטשן אז ס'זאל פארבלייבן. ווייל א שפרונג אליינס איז נישט גענוג. ס'איז א וויירוס; ס'איז נישט פרה ורבה לכשעצמה, נאר ס'דארף כסדר א האוסט כדי ממשיך צו זיין ס'לעבן.

ס'מוז נישט זיין אז ס'האט אריגינעיטעד, ד.ה. אז די שפרונג זעלבסט זאל האבן פאסירט, אויף די מארקעט אליינס, ס'קען זיין עמיצער וואס ארבעט אין די אינדוסטרי, למשל די סופלייער - אויף די פארם, אדער אויפ'ן וועג צו די מארקעט זאל האבן געווארן אינפעקטירט מיט די וויירוס און עס געברענגט אין די מארקעט און דארט עס געגעבן א מקום מוכשר זיך צו פארשפרייטן. רוב פון די פארמס האבן מיקסד מינים, מישן זיך איינער מיט'ן צווייטן – סאוי וויירוסעס קענען שפרונגען פון איין מין צו די אנדערע. די מענטשן וואוינען צוזאמען מיט די חיות. די דעכער זענען אפן – סאוי עטלפים קענען אריינקומען. די סופליי טשעין, ד.ה. טראנספארטאציע אד"ג איז לאנג א טויזנט מייל. און, די פארמערס זעלבסט זענען די טראק דרייווערס; זיי קענען אליינס זיין אינפעקטירט. אזויפיהל מעגליכע אינטערפעיסעס פאר א וויירוס צו אריבערשפרינגען, פאר א וויירוס צו געוינען דעם לאטעריע טיקעט.

ווייל ס'איז שווער צו פרובן טאר מען עס נישט לייגן אויפן טיש? עכ''פ אויף אזוי ווייט אז די רעגירונג און אליגארכיע זאלן עס האלטן אין איין צענזורירן?
כ'האב נאר געזאגט אז אפילו ווען עמיצער קומט זאגן, איך האב עס געפרובט/מען גייט עס פרובן איז שוואכע שאנסן אז ער האט עס טאקע געפרובט אדער אז מען וועט עס אמאל קענען פרובן.

עובדיה » פרייטאג מאי 28, 2021 6:05 pm

· #474059
מי אני
מען דארף אבער אין אכט נעמען אז אפילו לפי״ז אז ס׳איז א לעבּ-ליִק טענה׳ן זיי אויך נאר אז ס׳איז צום מערסטענסט א טעות, ודלא כהפותח האשכול. א ״כוונה״ להרע איז א ״קאנספיראציע טעאריע״ און דאס איז וואס מ׳האט בעיקר אוועקגעמאכט (וואס האט שוין געמאכט אז די אלגעמיינע וועלט זאל טאקע אוועקמאכן די לעבּ-ליִק טעאריע מכל וכל).


תורה ומדע
לדעתי איז עס נאר א ענין פון צייט ביז דער אמת וועט ארויסקומען אז די כינעזישער רעגירונג האט געהאדעוועט דער וויירוס צו מאכן מאקסימום שאדן בגוף ובממון אויף זייערס א שונא, גענוי ווי מיר גייען איצטערט אדורך. און דאס אויסברוך פון קאוויד 19 איז אן עקסידענט פון א ביאלאגישע וואפן פאבריק אין וווהאן, כינע.

ער זאגט אויך אז ס'איז געווען א טעות.

עובדיה » פרייטאג מאי 28, 2021 6:09 pm

· #474060
אויב ס'וואלט נישט געוועהן פון די לעב וואלט דאך טשיינע אריין געלאזט מ'זאל קענען מאכן א געהעריגע אויספארשונג דארט, ס'איז קלאר אז עפעס באהאלטען זיי.

סעגאל » פרייטאג מאי 28, 2021 7:28 pm

· #474064
איך האב דיר נייעס
אפי' די גאנצע וועלט זאל אפמאכען אז איך האב געמאכט קאראנע אין מיין בעדראם פלאן איך נישט ארייצילזן די WHO און נישט די CDC. מיינט עס אז איך האב עס געמאכט?

עובדיה » פרייטאג מאי 28, 2021 7:38 pm

· #474065
ס'איז למעשה דא א שטארקע מעגליכקייט אז ס'קומט פון דארט, און מ'זעהט אז ס'שטערט זיי זייער אז מבאשילדיגט זיי, פארוואס זאלן זיי נישט וועלן מ'זאל זיי ריינוואשן?

נאכדערצו אז זיי האבן בלית ברירה אריינגעלאזט אויספארשער אין טשיינע, נאר נישט געגעבען געהעריג צוטריט צום לעב, ווילן זיי דען דוקא מ'זאל זיי באשילדיגען?

מי אני » פרייטאג מאי 28, 2021 7:45 pm

· #474066
עובדיה
מי אני
מען דארף אבער אין אכט נעמען אז אפילו לפי״ז אז ס׳איז א לעבּ-ליִק טענה׳ן זיי אויך נאר אז ס׳איז צום מערסטענסט א טעות, ודלא כהפותח האשכול. א ״כוונה״ להרע איז א ״קאנספיראציע טעאריע״ און דאס איז וואס מ׳האט בעיקר אוועקגעמאכט (וואס האט שוין געמאכט אז די אלגעמיינע וועלט זאל טאקע אוועקמאכן די לעבּ-ליִק טעאריע מכל וכל).


תורה ומדע
לדעתי איז עס נאר א ענין פון צייט ביז דער אמת וועט ארויסקומען אז די כינעזישער רעגירונג האט געהאדעוועט דער וויירוס צו מאכן מאקסימום שאדן בגוף ובממון אויף זייערס א שונא, גענוי ווי מיר גייען איצטערט אדורך. און דאס אויסברוך פון קאוויד 19 איז אן עקסידענט פון א ביאלאגישע וואפן פאבריק אין וווהאן, כינע.

ער זאגט אויך אז ס'איז געווען א טעות.

גערעכט. איך האב מיר באצויגן צום ״תחילתו בפשיעה וסופו באונס״ אָווערטוֺינס פון מעלפיִסענס (בכלל); די ״קאנספיטארישע״ חלק.

ליב צו וויסן » מוצ"ש מאי 29, 2021 11:21 pm

· #474070
אישתישבי
אזוי צו אזוי, איך וויל פארשטיין פארוואס לינקע ווילען עס זאל האבן געקומען נאטורליך נישט מענטש געמאכט, און די רעכטע ווילען דוקא עס זאל קומען פין כינע א לעב?

וואס האט דאס מיט זייערע געטשקעס?


לויט ווי איך פארשטיי איז די רעכטע טענה בעיקר אויף די אונטערדריקונג פון Free speech.

בת קול » זונטאג מאי 30, 2021 11:13 am

· #474083
עובדיה
מי אני
מען דארף אבער אין אכט נעמען אז אפילו לפי״ז אז ס׳איז א לעבּ-ליִק טענה׳ן זיי אויך נאר אז ס׳איז צום מערסטענסט א טעות, ודלא כהפותח האשכול. א ״כוונה״ להרע איז א ״קאנספיראציע טעאריע״ און דאס איז וואס מ׳האט בעיקר אוועקגעמאכט (וואס האט שוין געמאכט אז די אלגעמיינע וועלט זאל טאקע אוועקמאכן די לעבּ-ליִק טעאריע מכל וכל).


תורה ומדע
לדעתי איז עס נאר א ענין פון צייט ביז דער אמת וועט ארויסקומען אז די כינעזישער רעגירונג האט געהאדעוועט דער וויירוס צו מאכן מאקסימום שאדן בגוף ובממון אויף זייערס א שונא, גענוי ווי מיר גייען איצטערט אדורך. און דאס אויסברוך פון קאוויד 19 איז אן עקסידענט פון א ביאלאגישע וואפן פאבריק אין וווהאן, כינע.

ער זאגט אויך אז ס'איז געווען א טעות.


נאך מער פון דעם. פארוואס דארף זיין אז עס איז געווען אין א לעב כדי אנצומאכן שאדן? עס קען זיין עס איז געווען אן אומשולדיגן טעות.
למשל אז זיי האבן געפארשט קאראנע אין בעטס, און עס האט זיך בטעות אריבערגעכאפט צו א מענטש.
דאס מיינט נישט אז זיי האבן עס געפארשט כדי צו שעדיגן מענטשן.
בלאט: 1 2