☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?

וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13690
בלאט: 1 2

קאצקע ציקער » פרייטאג אפריל 3, 2020 10:56 am

· #445096
וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?
איך קען דאס נישט פארשטיין אין דער צייט וואס מען זעהט קלאר אז טראמפ איז א אומקאמפעטענט פירער א בעיבי און א לאזער און דער צייט וואס די וועלט האט געפלאקערט טשיינע איראן איטאליע זענען מאסן געשטארבן איז די פרעזידענט געווען פארנימען אפצולאכן פונעם וויירוס און עס באצייכענט פאר א מידיע האקס און גארנישט געטון ספעיציעל צו פארמיידן אז די וויירוס זאל אנקימען ביי עים אין לאנד נאר געווען ביזי קאלט מאכן די געפאר ביים המון עם.

וואלט איך פארשטאנען אז די היימישע חסידים דעי וואס דינען די עבודה זרה וואס הייסט טראמפ זאלן אביסל נאכלאזן זייער מיינוגענן און איינזעהן אז דער מענטש באלאנגט נישט אין ווייסן הויז און גארנישט מפטירין כדאתמול זיי ווערן נאך מער פארברענט און פארענטפערן עים

איינער פארשטייט?

קאך_לעפל » פרייטאג אפריל 3, 2020 11:28 am

· #445102
בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר יָצַר אֶת הָאָדָם בְּחָכְמָה וּבָרָא בוֹ נְקָבִים נְקָבִים חֲלוּלִים חֲלוּלִים. גָּלוּי וְיָדוּעַ לִפְנֵי כִסֵּא כְבוֹדֶךָ, שֶׁאִם יִפָּתֵחַ אֶחָד מֵהֶם אוֹ יִסָּתֵם אֶחָד מֵהֶם, אִי אֶפְשַׁר לְהִתְקַיֵּם וְלַעֲמוֹד לְפָנֶיךָ אֲפִילוּ שָׁעָה אֶחָת. בָּרוּךְ אַתָּה ה' רוֹפֵא כָל בָּשָׂר וּמַפְלִיא לַעֲשׁוֹת.

וואלווי » פרייטאג אפריל 3, 2020 11:35 am

· #445103
יא יא, ווען מען האט צ**ה ביי זיך קומט אסאך אשר יצר'ס...

טראגטס ווייטער באמפער סטיקערס, פאוסט ווייטער סטעטוס פון דער אימווערדיגע בריאה, דער ביליגסטע פרעזידענט מאז היתה אמעריקע לגוי

מי אני » פרייטאג אפריל 3, 2020 1:13 pm

· #445115
וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?
דער ט״ז אין יו״ד סימן מג (ס״ק ב) בנוגע טריפות בהטחול זאגט אז עפעס קען נישט גערופן ווערן א ״נקב״ טאמער מ׳איז באשאפן געווארן דערמיט ע״ש. דער דגול מרבבה דארט פרעגט דערויף פונ׳ם ברכת אשר יצר וואו מ׳זאגט ״וברא בו נקבים נקבים״ ע״ש.

און ווי באקאנט (ברכות סא:) אז די טחול איז שוחק... איין גרויסע דזשויק...
יענץ געלעכטער 😞

‏(ווי אויך טרעפן מיר ביי די ברכה (לעיל ס:) אז מ׳דארף זיך רעכענען מיט א צווייטן׳ס דעה און עס נישט אוועקמאכן, מיט דעם אז רב פפא האט געמאכט א השוואה און כולל געווען ביידע דעות אין די ברכה ע״ש. דאס איז עפעס וואס מ׳קען טענה׳ן פעהלט ביי טראמפ.

ועיין בבני יששכר (מאמרי חודש ניסן מאמר א אות ה) עפ״י ספר יצירה אז חודש אדר איז כנגד הטחול וויבאלד עס איז כנגד השחוק ע״ש. און דאס האט זיך אנגעפאנגען דא אין חודש אדר.)

קורקלענד » פרייטאג אפריל 3, 2020 2:01 pm

· #445116
איך האב נישט קיין כח, געדולד און צייט אריינצוגיין אין אלע פרטים. אה''נ אז טראמפ האט פארזען געוויסע גאר וויכטיגע זאכן וואס האט גורם געווען צום חורבן. אבער פונקט אזוי האבן אלע זיינע קעגנער אויך פארזעהן דאס זעלבע.

אין בנוגע די עקסטערע חורבן דא לאקאל אין ניו יארק, איז עס פיל מער צו פארדאנקען קאומאו ווי טראמפ. ועוד חזון למועד ווען מער און מער אינפֿאָרמאַציע וועט אנהייבן ארויסקומען.

ליפא » פרייטאג אפריל 3, 2020 2:06 pm

· #445119
קאצקע ציקער
איז די פרעזידענט געווען פארנימען אפצולאכן פונעם וויירוס און עס באצייכענט פאר א מידיע האקס

וואס הייסט? דער פרעזידענט האט געזאגט פונקט וואס ער האט געליינט אין די מידיע...
📎 Screenshot_20200403-121850_WhatsApp.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 3, 2020 2:13 pm

· #445121
קאצקע ציקער
איך קען דאס נישט פארשטיין אין דער צייט וואס מען זעהט קלאר אז טראמפ איז א אומקאמפעטענט פירער א בעיבי און א לאזער און דער צייט וואס די וועלט האט געפלאקערט טשיינע איראן איטאליע זענען מאסן געשטארבן איז די פרעזידענט געווען פארנימען אפצולאכן פונעם וויירוס און עס באצייכענט פאר א מידיע האקס און גארנישט געטון ספעיציעל צו פארמיידן אז די וויירוס זאל אנקימען ביי עים אין לאנד נאר געווען ביזי קאלט מאכן די געפאר ביים המון עם.

וואלט איך פארשטאנען אז די היימישע חסידים דעי וואס דינען די עבודה זרה וואס הייסט טראמפ זאלן אביסל נאכלאזן זייער מיינוגענן און איינזעהן אז דער מענטש באלאנגט נישט אין ווייסן הויז און גארנישט מפטירין כדאתמול זיי ווערן נאך מער פארברענט און פארענטפערן עים

איינער פארשטייט?

עס איז לייכטער אפצונארן א מענטש ווי אים איבערצייגן אז ער איז געווארען אפגענארט.

איך נישטער ארום אביסל אויף די אינטערנט, און די תשובה וואס רוב טראמפ שטיצערס האבען איז "זעסט דאך, ער האט פון אנהייב פארמאכט פאר כינעזער בירגער, און מ'האט אים גאר אנגערופן א ראסיסט דערפאר!"

די טענה איז דאך נישט ווערד קיין תשובה, עס באהאנדעלט בכלל נישט די טענה. אבער וויבאלד זיי קענען זיך בארעכטיגן מיט דעם אז מ'האט אים אנגערופן א ראסיסט, ווערן אלע טענות בטל כעפרא דארעא. עס איז א גרויסע ווייטאג ווי דער עם חכם ונבון פאלגט אריין אין אזא גרוב, אבער פארפאלן.

פון אנהייב האבען מיר געשריגען אז אזא איינער קען נישט זיצען אין אזא אמט, ווייל אזא וויכטיגע פאסטן מוז האבען אן ערנסטע מענטש, א דענקער וואס קען אריין נעמען אינפארמאציע און ארבעטן דערמיט, נישט קיין פלעינע האקער אין מקוה. קוק אין פה-סח פון תשע"ו ווי איך האב גענוי דאס געשריבן. א גאנצע צייט האט ער זיך פארנומען מיט זאכען וואס מ'זעט נישט די תוצאות דערפון גלייך, ממילא איז עס נישט איבערגעצייגט געווארען גלייך. יעצט זעט מען פארוואס די טענה איז אזוי ריכטיג. שטעל זיך פאר מ'וואלט איינגעזען די נויט פאר ווענטילעיטארס שוין אין יאנואר, עס וואלט געווען גענוג אז מ'דארף נישט ארויסווארפן מענטשן פון שפיטאל צו שטארבן, ווי מ'טוט היינט. שטעל זיך פאר מ'וואלט געבעטן פון דער WHO די אלע טעסטס אין אנהייב, אדער וואלט מען גלייך פאבריצירט אייגענע, מ'וואלט געקענט האלטן אן אויג אויף ווער איז אנגעשטעקט, און געקענט היטן דער באפעלקערונג. מ'וואלט נישט געפאטשקעט צייט אויף די שטות וואקסינס, מענטשן וואלטן עס גענומען ערנסט וואכען פריער, און עלטערע מענטשן וואלטן נישט געווארן אנגעשטעקט דורך נאכלעסיגקייט. און דעמאלס וואלטן מיר געוואוסט ווער איז שוין אנגעשטעקט געווארען, און אזוי וואלטן יענע חברה געקענט גיין ארבעטן וכו' און די עקאנאמישע צושטאנד וואלט נישט געווען אזוי הארב.

דעו כי בנפשינו הוא, לאז נישט לאזונגען פון drain their swamp פארפירן.

צוויי שטיצערס האקן, און מ'זעט שוין די זינלאזע תירוצים פון די בלינדע שטיצערס. ער קען באשולדיגן קאומו, ממילא וואס? זאל טראמפ בלייבן פרעזידענט? וואספארא שכל איז דאס? פארוואס פטר'ט דאס טראמפ פון זיין מסוכנ'דיגע פלוידעריי?

און ווען מענטשן רעדן אזעלכע זינלאזע רייד, אזוי ווי "די מידיא האט אויך אזוי געזאגט", זעט מען ווי ווייט זייער שכל גייט. ובפרט אז מ'קוקט אביסל ווער איז 'די מידיא' זעט מען די דאטום פון זייער רייד און וואס פארא צייטונגען זיי זענען (כמעט אלע נישטיגע קליין שטעטליגע, מיט א ליינערשאפט ווי דער דבר יום ביומו), זעט מען די טפשות בתוך הטפשות פון דער גלויבונג.

וע"ז אמר החכם, אז מ'קען נישט נוצן שכל צו טוישן א מיינונג וואס איז קיינמאל נישט געווען געבויט אויף שכל.

שבת אחים » פרייטאג אפריל 3, 2020 2:26 pm

· #445124
וואלווי
יא יא, ווען מען האט צ**ה ביי זיך קומט אסאך אשר יצר'ס...

טראגטס ווייטער באמפער סטיקערס, פאוסט ווייטער סטעטוס פון דער אימווערדיגע בריאה, דער ביליגסטע פרעזידענט מאז היתה אמעריקע לגוי

שבת אחים » פרייטאג אפריל 3, 2020 2:34 pm

· #445126
קאך_לעפל
בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר יָצַר אֶת הָאָדָם בְּחָכְמָה וּבָרָא בוֹ נְקָבִים נְקָבִים חֲלוּלִים חֲלוּלִים. גָּלוּי וְיָדוּעַ לִפְנֵי כִסֵּא כְבוֹדֶךָ, שֶׁאִם יִפָּתֵחַ אֶחָד מֵהֶם אוֹ יִסָּתֵם אֶחָד מֵהֶם, אִי אֶפְשַׁר לְהִתְקַיֵּם וְלַעֲמוֹד לְפָנֶיךָ אֲפִילוּ שָׁעָה אֶחָת. בָּרוּךְ אַתָּה ה' רוֹפֵא כָל בָּשָׂר וּמַפְלִיא לַעֲשׁוֹת.


דאס זאג איך ווען איך לייען נאר איין שורה פון דיין שטירען אפפאל געמויזאכץ...

ר' אהרן מיט טראמפ- צוויי שלעכטע עקעלדיגע מענטשען. צוויי מענטשן וואס פארשטיין נאר זיך און נישט יענעם.
צוויי מענטשען וואס מיינען נאר זיך - זייער כבוד, געלט און רייכטום, זיי זענען נישט קיין פירער, זיי האבן נישט קיין שום קוואלעטיס פון קיין פירער. צוקריגן זיך מיט יעדעם איינעם וועגן זייער כבוד...

גרויליג!

קאצקע ציקער » פרייטאג אפריל 3, 2020 2:48 pm

· #445129
פארוואס ענטפערסטו אים בכלל? ער איז נישט ווערד מען זאל אים ענטפערן... אזא גרויליגע תגובה, נאכדעם וואס איך לייג פאר מיין צד אזוי קריסטל קלאר!

יא איך ווייס, די טראמפיסטען האבן נישט וואס צו ענטפערן חוץ פון אזוי גרויליג צו ענטפערן אדער זאגן "דו ביסט אנגעפיקוועט פון די מידיע".

קורקלענד » פרייטאג אפריל 3, 2020 2:54 pm

· #445130
די אלע קריטיקירער ווייסן אצינד וואס ער וואלט געדארפט וויסן דעמאלט.. וואו זענען זיי געווען דעמאלסט?

קאצקע ציקער » פרייטאג אפריל 3, 2020 3:10 pm

· #445131
קורקלענד
די אלע קריטיקירער ווייסן אצינד וואס ער וואלט געדארפט וויסן דעמאלט.. וואו זענען זיי געווען דעמאלסט?

איך האב מיך טאקע געווינדערט דעמאלטס בעליוו מי

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 3, 2020 3:19 pm

· #445136
דער דזשאב פון פרעזידענט איז צו וויסען פאראויס. אויף נישט צו וויסען קען ער בלייבן א פעילד ריעל עסטעיט דעוועלאפער. די עקספערטן רעדן דאך מיט אים, טאמער ער הערט זיי אויס. און עקספערטן האבען אים געווארענט, נאר ער האט נישט געוואלט גלויבן. דעריבער האבען סתם מענטשן אויך נישט געגלויבט. עס מאכט נישט קיין שום סענס צו פאדערן אז די באפעלקערונג זאלען פירען, און די פירער זאלען זיך פארלאזען אויף זיי. עס דארף זיין פארקערט, און דאס איז אזוי פשוט אז עס איז שווער צו פארשטיין פארוואס מ׳דארף עס אויסרעדן.

קורקלענד » פרייטאג אפריל 3, 2020 3:53 pm

· #445150
קאצקע ציקער
קורקלענד
די אלע קריטיקירער ווייסן אצינד וואס ער וואלט געדארפט וויסן דעמאלט.. וואו זענען זיי געווען דעמאלסט?

איך האב מיך טאקע געווינדערט דעמאלטס בעליוו מי

ס'גייט מיר נישט אן וואס איר האט זיך געוואונדערט. ס'לויפן אדער בעסער געזאגט ס'זענען געלאפן קעגען א גאנצע ברייטע סטאדע, און קיינער האט נישט געווארענט דעראויף. אזוי אויך נישט די פירער פון קאנגרעס, סענאט, און אלע אנדערע פון די פרעזידענט'ס גוטע פריינט

נאכדעם צו קומען און וויסן וואס מ'האט פארדעם געקענט טוהן איז נישט קיין קונץ.

קאצקע ציקער » פרייטאג אפריל 3, 2020 4:46 pm

· #445156
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט. די פרעזידענט failed
Next

חתן בחור » פרייטאג אפריל 3, 2020 5:02 pm

· #445159
Re: וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?
איך קען ענק זאגן נאר איין זאך. נאך א מזל ביידען איז נישט פרעזידענט יעצט.

ליב צו וויסן » פרייטאג אפריל 3, 2020 5:03 pm

· #445161
קאצקע ציקער
איך קען דאס נישט פארשטיין אין דער צייט וואס מען זעהט קלאר אז טראמפ איז א אומקאמפעטענט פירער א בעיבי און א לאזער און דער צייט וואס די וועלט האט געפלאקערט טשיינע איראן איטאליע זענען מאסן געשטארבן איז די פרעזידענט געווען פארנימען אפצולאכן פונעם וויירוס און עס באצייכענט פאר א מידיע האקס און גארנישט געטון ספעיציעל צו פארמיידן אז די וויירוס זאל אנקימען ביי עים אין לאנד נאר געווען ביזי קאלט מאכן די געפאר ביים המון עם.

וואלט איך פארשטאנען אז די היימישע חסידים דעי וואס דינען די עבודה זרה וואס הייסט טראמפ זאלן אביסל נאכלאזן זייער מיינוגענן און איינזעהן אז דער מענטש באלאנגט נישט אין ווייסן הויז און גארנישט מפטירין כדאתמול זיי ווערן נאך מער פארברענט און פארענטפערן עים

איינער פארשטייט?


אפשר ביזטו מיר מסביר וואס פונקטליך דער האט געקענט טוהן?
פון די ערשטע מינוט -נאך ווען ער האט גערעדט לייכטזיניג כמנהגו- איז ער געווען פארנומען שאפן נאך טעסט קיטס, שיקן געלט פארן עולם אז מען זאל קענען בלייבן אינדערהיים ועוד, די אלע וואס רעדן זיך אפ אויף אים קוקן נאר אויף זיין רעדן און נישט אויף זיין טוהן... בעיסיקלי ווי אלע טענות אויף אים די לעצטע דריי יאר.

BTW לאמיר זעהן וואס די דעמאקראטישע גאווערנארס פון ניו יארק, וואשינגטאן, און קאליפארניע האבן געטוהן יענע צייט, און א גאווערנאר האט פיל מער אחריות אויף דאמעסטיק אישוס

קאצקע ציקער » פרייטאג אפריל 3, 2020 5:06 pm

· #445163
חתן בחור
איך קען ענק זאגן נאר איין זאך. נאך א מזל ביידען איז נישט פרעזידענט יעצט.

ביידען וואלט געראקט ער וואלט געמאכט זיכער אז ס'קימט נישט אן אהער!!!
עקטשעלי נישט דוקא ביידען נאר עני נארמאלע עדאלט וואלט געמאכט זיכער אז ס'קימט נישט אן אהער און נישט געווען ביזי מאכן ליצינות דערפון

איסר האטלקי » פרייטאג אפריל 3, 2020 5:18 pm

· #445166
איינער קען מיר געבן א ליסטע מיט גוטע פרעזידענטן וואו די וויירוס איז נישט אנגעקומען?

קאצקע ציקער » פרייטאג אפריל 3, 2020 5:27 pm

· #445168
איסר האטלקי
איינער קען מיר געבן א ליסטע מיט גוטע פרעזידענטן וואו די וויירוס איז נישט אנגעקומען?

עגעין האבן די איבעריגע פרעזידענטען אוועקגעמאכט די געפאר ?

חתן בחור » פרייטאג אפריל 3, 2020 5:46 pm

· #445175
וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?
די "נעווער טראמפערס" הייבן נישט אן צו פארשטיין וויאזוי א גאווערמענט ארבעט. זיי שפרינגן ארויף אויף יעדע קלייניקייט וואס טראמפ האט חוטא געווען, כאילו דאס מאל האט מען אים געכאפט! יעצט וועט יעדער מוזן מודה זיין וואספארא שוטה ער איז!

די גאווערמענט איז קיינמאל נישט אינטערעסירט אונעם יחיד! אלע החלטות ווערן געמאכט לויט וואס איז בעסער פארן רבים. ווען סיי וואספארא איבערקערעניש קומט, זאל זיין א מלחמה אדער נאטורליכע קאטאסטראפעס, מגיפה'ס א.ד.ג. ווייסן אלע באאמטע פונעם שטאט צו בארואיגן די איינוואוינער און האלטן ארדענונג אין שטאט. דאס ערגסטע איז ווען א קאטאסטראפע ברעכט אויס און די מענטשן ווערן ציווילדעוועט, און ס'ברענגט צו געוואלדטאטן גניבות, און רציחות און ס'הערשט אן איבערקערעניש. די פאליציי קען זיך ניטאמאל קיין עצה געבן ווען אלע מענטשן זענען אויפגערעגט און ציווילדעוועט, מ'וועט דארפן אריינרופן די ארמיי. וועגן דעם איז אייביג שגור בפיו פון די רעגירונג באאמטע צו זאגן "סטעי קאאם". דאס איז זייער דשאב.

יעדע בר דעת האט פארשטאנען אז ווען טראמפ האט אוועקגעמאכט די וויירוס, איז עס געוועהן צו בארואיגן די מאסן. אפילו ס'קען צוברענגן אז אפאר הונדערט מענטשן גייען שטארבן, איז עס אייביג בעסער ווי די לאנד זאל אויסברעכן כאאס ווי מיליאנען קענען שטארבן. די מידיע האט געהאלטן אין איין אויפקומען מיט סענזאציאנעלע העדליינס ווי מענטשן שטארבן ווי פליגען מיט כל מיני עקספערטן וואס זאגן אז די וועלט גייט אונטערגיין. טראמפ האט זייער ריכטיג געטון מיטן אראפשפילן דעם מצב. די איינציגסטע סיבה פארוואס מענטשן האלטן פארקערט איז וועגן ער איז א ריפאבליקען און די מידיע קומט אויף יעדן טאג מיט פרישע קלאגעס קעגן אים. ווען ער וואלט געוועהן א דעמאקראט וואלט די מידיע אים אויסגעלויבט יעדן טאג פארן אראפשפילן דעם מצב, און וויפיל לעבנס ער האט געשפארט דורך דעם.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 3, 2020 5:58 pm

· #445177
דו ווייסט פון וועם דו דערמאנסט מיר @חתן בחור? ווען מיין רבי אין חדר האט מיר געפרעגט פארוואס איך האב נישט געטייטלט און איך שוטה האב נאך צוריקגעענטפערט, פאר'ן נישט טייטלען אליינס וואלט איך נאך אפשר נישט באקומען אזעלכע קלינגעדיגע פעטש ווי פאר'ן ענטפערן. "און ער ענטפערט נאך!" פראסק "דו מיינסט איך דארף דיין ענטפער?!" פראסק. שוין עמער גיין כאפן א טבילה פאר ס'ווערט צו שפעט, גוט שבת.

ליב צו וויסן » פרייטאג אפריל 3, 2020 6:02 pm

· #445178
רביה''ק זי''ע
דו ווייסט פון וועם דו דערמאנסט מיר @חתן בחור? ווען מיין רבי אין חדר האט מיר געפרעגט פארוואס איך האב נישט געטייטלט און איך שוטה האב נאך צוריקגעענטפערט, פאר'ן נישט טייטלען אליינס וואלט איך נאך אפשר נישט באקומען אזעלכע קלינגעדיגע פעטש ווי פאר'ן ענטפערן. "און ער ענטפערט נאך!" פראסק "דו מיינסט איך דארף דיין ענטפער?!" פראסק. שוין עמער גיין כאפן א טבילה פאר ס'ווערט צו שפעט, גוט שבת.


נו! זיך טובלען ? ביסט דאך ממש א רוצח...

ליב צו וויסן » פרייטאג אפריל 3, 2020 6:04 pm

· #445179
קאצקע ציקער
איסר האטלקי
איינער קען מיר געבן א ליסטע מיט גוטע פרעזידענטן וואו די וויירוס איז נישט אנגעקומען?

עגעין האבן די איבעריגע פרעזידענטען אוועקגעמאכט די געפאר ?


טאקע וויבאלד די איבריגע פרעזידענטן האבן נישט אוועקגעמאכט די געפאר (גיי ווייס...) דעריבער איז נישטא קיין טויטע אין אייראפע...

חוקר ודורש » פרייטאג אפריל 3, 2020 6:13 pm

· #445184
Re: וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?
געטס א קוק וואס די צוויי טראמפ שטיצער האבן צו זאגען:

<a class="postlink" href="https://youtu.be/hIVUpx8pawI">https://youtu.be/hIVUpx8pawI</a>
<a class="postlink" href="https://youtu.be/Kdcc46Z6znk">https://youtu.be/Kdcc46Z6znk</a>


Sent from my iPhone using Tapatalk

חתן בחור » פרייטאג אפריל 3, 2020 6:13 pm

· #445185
Re: וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?
רביה''ק זי''ע
דו ווייסט פון וועם דו דערמאנסט מיר @חתן בחור? ווען מיין רבי אין חדר האט מיר געפרעגט פארוואס איך האב נישט געטייטלט און איך שוטה האב נאך צוריקגעענטפערט, פאר'ן נישט טייטלען אליינס וואלט איך נאך אפשר נישט באקומען אזעלכע קלינגעדיגע פעטש ווי פאר'ן ענטפערן. "און ער ענטפערט נאך!" פראסק "דו מיינסט איך דארף דיין ענטפער?!" פראסק. שוין עמער גיין כאפן א טבילה פאר ס'ווערט צו שפעט, גוט שבת.

ביזט גערעכט, כ'האב פשוט א שוואכקייט צו דעם.

ס'לאזט זיך נישט גלויבען אז מענטשן זאלן זיין אזוי פארלוירען אונעם אייגענעם באבל אסאך מאל. ס'טריגערט מיך.

וואלווי » פרייטאג אפריל 3, 2020 6:17 pm

· #445186
איסר האטלקי
איינער קען מיר געבן א ליסטע מיט גוטע פרעזידענטן וואו די וויירוס איז נישט אנגעקומען?


איך האף גייסטו נישט אריין אין שאק, אבער די איינציגסטע פרעזידענטיעל פאלאטישאן וואס האט גערעדט צום זאך איז געווען בערני סענדערס.

GO BERNIE GO!!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 3, 2020 6:43 pm

· #445193
אינטרעסאנט, מ׳פארכט אזוי פון די פאניק. יעצט האט מען פאניק און טויט.

וואלווי » פרייטאג אפריל 3, 2020 6:45 pm

· #445194
ליטוואק פון בודאפעסט
אינטרעסאנט, מ׳פארכט אזוי פון די פאניק. יעצט האט מען פאניק און טויט.


כמאמר הידוע פון טשורטשיל אויף טשעמבערלין

“You were given the choice between war and dishonour. You chose dishonour, and you will have war. ' - To Neville Chamberlain

ישן מלא חדש » מוצ"ש אפריל 4, 2020 9:56 pm

· #445210
איסר האטלקי
איינער קען מיר געבן א ליסטע מיט גוטע פרעזידענטן וואו די וויירוס איז נישט אנגעקומען?

ביבי נתניהו: יא עס איז דארט אנגעקומען א סאך פריער פון דא און זיי זענען אין סאך א בעסערע מצב ווי דא.

היסטאריקער » זונטאג אפריל 5, 2020 12:02 am

· #445235
קאצקע ציקער
שבת אחים
קאך_לעפל
בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר יָצַר אֶת הָאָדָם בְּחָכְמָה וּבָרָא בוֹ נְקָבִים נְקָבִים חֲלוּלִים חֲלוּלִים. גָּלוּי וְיָדוּעַ לִפְנֵי כִסֵּא כְבוֹדֶךָ, שֶׁאִם יִפָּתֵחַ אֶחָד מֵהֶם אוֹ יִסָּתֵם אֶחָד מֵהֶם, אִי אֶפְשַׁר לְהִתְקַיֵּם וְלַעֲמוֹד לְפָנֶיךָ אֲפִילוּ שָׁעָה אֶחָת. בָּרוּךְ אַתָּה אֲדֹנָי רוֹפֵא כָל בָּשָׂר וּמַפְלִיא לַעֲשׁוֹת.


דאס זאג איך ווען איך לייען נאר איין שורה פון דיין שטירען אפפאל געמויזאכץ...

אהרן מיט טראמפ- צוויי שלעכטע עקעלדיגע מענטשען. צוויי מענטשען וואס פארשטיין נאר זיך און נישט יענעם.
צוויי מענטשען וואס מיינען נאר זיך- זייער כבוד, געלט און רייכטום, זיי זענען נישט קיין פירער, זיי האבן נישט קיין שום קוואלעטיס פון קיין פירער. צוקריגן זיך מיט יעדעם איינעם וועגן זייער כבוד...

גרויליג!

פארוואס ענטפערסטו עים בכלל ער איז נישט ווערט מען זאל עים ענטפערן אזא גרויליגע תגובה נאכדעם וואס איך לייג פאר מיין צד אזוי קריסטל קלאר
יא איך ווייס די טראמפיסטען האבן נישט וואס צו ענטפערן חוץ פון אזוי גרויליג צו ענטפערן אדער זאגן "דו ביסט אנגעפיקוועט פון די מידיע".

נישט קיין פראבלעם צו ענטפערן, פארוואס דארף דער וויזניצער אקס אריין ווארפן זיין שנאה און באשמוצן א מנהיג ישראל וואס האט אים יעצט גארנישט שלעכט געטון, חוץ וואס ער טוט וויי אזויפיל יודן זיינע חסידים,
אין אזא צייט זוכט ער זיך צרות? ווי איז דאס אריינגעקומען דא, שעם דיך.

ליב צו וויסן » זונטאג אפריל 5, 2020 12:13 am

· #445240
וואלווי
איסר האטלקי
איינער קען מיר געבן א ליסטע מיט גוטע פרעזידענטן וואו די וויירוס איז נישט אנגעקומען?


איך האף גייסטו נישט אריין אין שאק, אבער די איינציגסטע פרעזידענטיעל פאלאטישאן וואס האט גערעדט צום זאך איז געווען בערני סענדערס.

GO BERNIE GO!!


So בערני האט יא גערעדט גוט (וואטעווער דעט מינס..), לאמיר שנעל לויפן וואוטען פאר אים..

איסר האטלקי » זונטאג אפריל 5, 2020 12:42 am

· #445247
ישן מלא חדש
איסר האטלקי
איינער קען מיר געבן א ליסטע מיט גוטע פרעזידענטן וואו די וויירוס איז נישט אנגעקומען?

ביבי נתניהו: יא עס איז דארט אנגעקומען א סאך פריער פון דא און זיי זענען אין סאך א בעסערע מצב ווי דא.

גערעכט. אבער איך האלט נישט אז זיי גייען ענדיגן בעסער ווי אמעריקע.

מ'גייט נישט קענען האלט יעדעם פארשפארט אזוי לאנג, איין טאג גייט יעדער ארויסקומען פון די מייזן לעכער, אריינגערעכנט די אלטע, און דעמאלטס גייט עס יעדער כאפן.

דער סטראטעגיע פון אמעריקע, ענגלאנד און אנדערע לענדער איז, צו טיילווייז אפשפארן דאס לאנד, אז מענטשן זאלן דאס כאפן צוביסלעך, נישט איבערצושטרענגען די שפיטעלער.

איינשפארן אינגאנצן איז א צייטווייליגע סאלושען, וואס קען זיך אויסלאזן ערגער.

קאצקע ציקער » מיטוואך אפריל 22, 2020 9:12 pm

· #446534
קורקלענד
איך האב נישט קיין כח, געדולד און צייט אריינצוגיין אין אלע פרטים. אה''נ אז טראמפ האט פארזען געוויסע גאר וויכטיגע זאכן וואס האט גורם געווען צום חורבן. אבער פונקט אזוי האבן אלע זיינע קעגנער אויך פארזעהן דאס זעלבע.

.

זיינע קעגענער מעגן פארזעהן. ער איז דער פרעזידענט מיין פריינט

קורקלענד » מיטוואך אפריל 22, 2020 9:17 pm

· #446536
אויב יעדער פארזעהט עס, וואס וואלט געהאלפן א אנדער פרעזידענט? ס'איז סייווי פארזעהן געווארן דורך סיי וועלכע אנדער פרעזידענט.

אין אנדערע ווערטער ס'איז זייער גרינג צו שרייען אז דער פרעזידענט איז נישט גוט. אבער אז איר האט נישט קיין אלטערנאטיוו, דאן וואס וועסטו אויפטוען. וועסט סתם ווערן הייזעריג.

ספעציעל ווען מ'רעדט פון א פאל ווען די 'גאנצע' וועלט שטייט נישט בעסער.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 1:24 am

· #446567
Re: וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?
קורקלענד


ספעציעל ווען מ'רעדט פון א פאל ווען די 'גאנצע' וועלט שטייט נישט בעסער.


געוויסע מדינות ווי טייוואן און דרום קארעא האבן זיך גאר גוט אנגעגרייט וויבאלד זיי האבן שוין געליטן פון די מירס פאנדעמיע אין 2013.

ווי אויך אלס פרעזידענט האט ער צוטריט צו אינטעליגענץ אינפארמאציע, און די אינטעליגענץ קאמיוניטי האט זיכער געוויסט וואס גייט פאר אין טשיינע.

מצפצף » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 2:43 am

· #446570
Fwd: what if the test they keepgiving trump a is IQ test and not the coronavirus test
This will explain all the negative results...

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 5:41 am

· #446571
פאליטיקאנט
קורקלענד


ספעציעל ווען מ'רעדט פון א פאל ווען די 'גאנצע' וועלט שטייט נישט בעסער.


געוויסע מדינות ווי טייוואן און דרום קארעא האבן זיך גאר גוט אנגעגרייט וויבאלד זיי האבן שוין געליטן פון די מירס פאנדעמיע אין 2013.

ווי אויך אלס פרעזידענט האט ער צוטריט צו אינטעליגענץ אינפארמאציע, און די אינטעליגענץ קאמיוניטי האט זיכער געוויסט וואס גייט פאר אין טשיינע.

טייוואן איז גאר נאנט צו טשיינע און פירט זיך מיט די זעלבע קולטור (אזויווי אמעריקע און קאנאדע) וואס וואלט געדארפט העכערן די פארשפרייטונג ראטע.

אבער קוק ווי גוט זיי שטייען!!!
על כולם, איז די גאנצע לאנד געהעריג אפן אריינגערעכנט ביזנעסער און שולעס!!!

קאצקע ציקער » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 7:34 pm

· #512818
פיינעלי!! פיינעלי זענען מיינע ברידער אויפגעשטאנען פון שלאף פיינעלי זענען אפילו די אייוועלט טראמפיסטען מודה אז יא דער איז א פארדארבן קינד און איטס טיים טו דאמפ טראמפ.

וואלווי » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 4:16 am

· #512858
קאצקע ציקער
פיינעלי!! פיינעלי זענען מיינע ברידער אויפגעשטאנען פון שלאף פיינעלי זענען אפילו די אייוועלט טראמפיסטען מודה אז יא דער איז א פארדארבן קינד און איטס טיים טו דאמפ טראמפ.
מ'זעהט אבער נאך נישט די אפשאקאלעריי אין די ברייטע וועלט, ווי פילע פון די גרויסע רעפובליקאנער האבן זיך אויפגעשטעלט און אָנגערופן קלאר און הויך אז דער נידריגער מטורף האט זיך געזעצט מיט אנטיסעמיטן און ראסיסטן ביי זיך אינדערהיים. אלע מיני קאלטע מחאות. די בושה פון די רעפובליקאנער לעקערס וואס זענען אזוי מיאוס דורכגעפאלען מיט דעם חיה טראמפ פארשפארט די וועג פון מודה זיין די טראמפ דיזעסטאר.

דא וואלט געקענט זיין א געלעגענהייט פאר די רעפובליקאנער שיינערהייט זיך אפשאקלען פון עם מיט רעכט און נאך פארדינען סימפאטיע ביים פאלק. א נעכטיגען טאג, מן הסתם האבן זיי מורא אז ער קען נאך צוריק גרויס ווערן. זיי זענען נאך נישט גרייט צו זעהן אויג צו אויג מיט די אמעריקאנער פאלק אויב זיי קענען נישט מוחה זיין אויף טראמפ מיט די שארפסטע לשונות אזוי ווי עס וואלט געפאסט פאר פארשטייער פון א לאנד וואס שטאלצירט מיט דעמאקראטיע. זיי וועלן נאך וויינען פאר די פארלוירענע אפארטוניטי.

וואלווי » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 1:02 am

· #512950
All Trump remembers from inauguration 2016: Raise your right hand and

That's where he fell asleep in the heil position
What an oath keeper

וואלווי » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 9:46 am

· #513152
די שטערקסטע אפיציעלע פארדאמונג ביז דערווייל.
מקאנעל איז געווען שארפער אין פארגאנגענהייט אויך.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:41 am

· #513155
ער האט נישט געזיכט צו גיין שארף ער האט נאר געזאגט די אמת און די אמת טוט וויי

קורקלענד » זונטאג דעצעמבער 4, 2022 3:48 pm

· #513335
קאצקע ציקער
פיינעלי!! פיינעלי זענען מיינע ברידער אויפגעשטאנען פון שלאף פיינעלי זענען אפילו די אייוועלט טראמפיסטען מודה אז יא דער איז א פארדארבן קינד און איטס טיים טו דאמפ טראמפ.
סאַרי. איך האב נאכנישט אנערקענט.

קאצקע ציקער » זונטאג דעצעמבער 4, 2022 8:35 pm

· #513349
קורקלענד
קאצקע ציקער
פיינעלי!! פיינעלי זענען מיינע ברידער אויפגעשטאנען פון שלאף פיינעלי זענען אפילו די אייוועלט טראמפיסטען מודה אז יא דער איז א פארדארבן קינד און איטס טיים טו דאמפ טראמפ.
סאַרי. איך האב נאכנישט אנערקענט.
איינער וואס טרעפט זיך מיט אנטיסעמיטן ווילסטו אלטס פרעזידענט?

קורקלענד » זונטאג דעצעמבער 4, 2022 11:42 pm

· #513354
אבאמא האט זיך נישט געטראפן מיט אנטיסעמיטן? טראמפ האט עפעס געטאן ווינציגער פאר אידנטום ווי דער א''ג אוהב ישראל קלינטאן?

קאומא איז געווען מער א אוהב ישראל ווי טראמפ?

אינטערעסאנט ווי רוב פון די פאליטיקאנטן וואס זענען פלוצלינג זייער אויפגעשוידערט פון אנטיסעמיטיזם ווען ס'האט פונקט פאסירט מיט איינער וואס האט געהאט די חוצפה ארויסצוגיין פון ליניע.

יעדער איינער (צוזאמען מיט קאצקע) ווייסן גאנץ גוט אז קאניע אדער 'יע' ווערט נאר אזוי פארדאמט ווייל ער האט געהאט די חוצפה צו ארויסקומען לטובת טראמפ. און אז ס'האט גארנישט מיט אנטיסעמיטיזם. פאראקאהן און אנדערע פון יענע זייט האט מען מתחילה נישט פארדאמט.

ווען אבאמא האט זיך געטראפן מיט פאראקאהן האט עס פאר קאצקע וכת דיליה גארנישט געשטערט.

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 12:18 am

· #513356
קורקלענד
קאצקע ציקער
פיינעלי!! פיינעלי זענען מיינע ברידער אויפגעשטאנען פון שלאף פיינעלי זענען אפילו די אייוועלט טראמפיסטען מודה אז יא דער איז א פארדארבן קינד און איטס טיים טו דאמפ טראמפ.
סאַרי. איך האב נאכנישט אנערקענט.
נאך אביסל און דיין איינדערקענונג וועט נישט האבן ווי אויס צומאכן...

קאצקע ציקער » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 12:33 am

· #513358
קורקלענד
אבאמא האט זיך נישט געטראפן מיט אנטיסעמיטן? טראמפ האט עפעס געטאן ווינציגער פאר אידנטום ווי דער א''ג אוהב ישראל קלינטאן?

קאומא איז געווען מער א אוהב ישראל ווי טראמפ?

אינטערעסאנט ווי רוב פון די פאליטיקאנטן וואס זענען פלוצלינג זייער אויפגעשוידערט פון אנטיסעמיטיזם ווען ס'האט פונקט פאסירט מיט איינער וואס האט געהאט די חוצפה ארויסצוגיין פון ליניע.

יעדער איינער (צוזאמען מיט קאצקע) ווייסן גאנץ גוט אז קאניע אדער 'יע' ווערט נאר אזוי פארדאמט ווייל ער האט געהאט די חוצפה צו ארויסקומען לטובת טראמפ. און אז ס'האט גארנישט מיט אנטיסעמיטיזם. פאראקאהן און אנדערע פון יענע זייט האט מען מתחילה נישט פארדאמט.

ווען אבאמא האט זיך געטראפן מיט פאראקאהן האט עס פאר קאצקע וכת דיליה גארנישט געשטערט.
איך האלט דו האסט א פאונט די מידיע האט פלעין פאן מיט טראמפ און מען בלאזט אויף א שטרוי אין קאלט וואסער. כאילו טראמפ איז א אנטיסעמיט

קורקלענד » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 12:43 am

· #513359
וואלווי
קורקלענד
קאצקע ציקער
פיינעלי!! פיינעלי זענען מיינע ברידער אויפגעשטאנען פון שלאף פיינעלי זענען אפילו די אייוועלט טראמפיסטען מודה אז יא דער איז א פארדארבן קינד און איטס טיים טו דאמפ טראמפ.
סאַרי. איך האב נאכנישט אנערקענט.
נאך אביסל און דיין איינדערקענונג וועט נישט האבן ווי אויס צומאכן...
ס'מאכט שוין לאנג נישט אויס. אונטער פאשיזם איז עס א קנאפע נפקא מינה, נישטא קיין וואלן, נישטא קיין יוסטיץ, נישטא קיין דזשורנאליזם. א שאד די צייט.

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 12:45 am

· #513360
קורקלענד
אבאמא האט זיך נישט געטראפן מיט אנטיסעמיטן? טראמפ האט עפעס געטאן ווינציגער פאר אידנטום ווי דער א''ג אוהב ישראל קלינטאן?

קאומא איז געווען מער א אוהב ישראל ווי טראמפ?

אינטערעסאנט ווי רוב פון די פאליטיקאנטן וואס זענען פלוצלינג זייער אויפגעשוידערט פון אנטיסעמיטיזם ווען ס'האט פונקט פאסירט מיט איינער וואס האט געהאט די חוצפה ארויסצוגיין פון ליניע.

יעדער איינער (צוזאמען מיט קאצקע) ווייסן גאנץ גוט אז קאניע אדער 'יע' ווערט נאר אזוי פארדאמט ווייל ער האט געהאט די חוצפה צו ארויסקומען לטובת טראמפ. און אז ס'האט גארנישט מיט אנטיסעמיטיזם. פאראקאהן און אנדערע פון יענע זייט האט מען מתחילה נישט פארדאמט.

ווען אבאמא האט זיך געטראפן מיט פאראקאהן האט עס פאר קאצקע וכת דיליה גארנישט געשטערט.
די טראמפייטערס זענען פונקט ווי טראמפ אליינס. מ'האט עם געפאקט גנב'נען פאפירן פון די גאווערמענט, וואס איז זיין רעספאנס? קלינטאן, בוש, און אובמא האבן אויך געגאנבעט. קודם שיסט ער אז יענער אויך, אבער ער וועט קיינמאל נישט מודה זיין על האמת אז קיינער האט נישט געגאנבעט נאר ער. חרדישע טראמפיסטן זענען די זעלבע, אז טראמפ איז אן עקעלהאפטיגער פארשוין וואס זעצט זיך אראפ מיט צוויי אויסגעשפראכענע אנטיסעמיטן, און ניטאמאל א קרעכץ גיבט ער, וואס זאגען די חרדים? אה, יענער האט אויך געטראפן אן אנטיסעמיט. יענער, דער, אבי נישט קוקען די אמת און פנים אריין.

טראמפ וואלט זיך נישט געקענט ווינטשן קיין גרעסערע שווענץ. די גאנצע גוי'אישע וועלט פארשטייט אז דער פארשוין איז נישט קיין נארמאלע מענטש, און רייסט אראפ זיין זיצען ביי איין טיש מיט אנטיסעמיטן, אבער די חרדים, סעלף העיטונג דזשוס, שפרינגען נאך העכער מיט שטאלץ. איי די גאנצע וועלט זעהט די חוצפה דערפון? נישט קיין פראבלעם, זיי זענען דאך פאליטישאנס און זענען בייעסד א קעגן עם. א חרפה און בושה פאר די מענטשהייט אז יודען קענען אזוי מיט געשלעפט ווערן מיט די ביגאטרי.

את"ל האסט יא גערעדט צום זאך, נעם דאס: אובמא האט זיך געטראפן מיט פאראקאן ביי אן עווענט פאר די קאנגרעשינאל קאקוס, ווי ער איז א מעמבער פונקט ווי אלע אנדערע שווארצע סענאטארס, אין 2005 וואס דאס איז דריי יאר פאר ער איז געווארן פרעזידענט, און האט עם עטליכע מאל פארדאמט שפעטער. טראמפ האט זיי געלאדנט צו זיך אינדערהיים א וואך נאך וואס ער האט פראקלאמירט אז ער לויפט צום דריטן מאל אלס פרעזידענט פון די פרייע יו.עס., און געמאכט שפאט פון די גאנצע זאך, פונקט אזוי ווי מיט די עדארסמענט פון דעוויד דיוק. אז מ'הערט טראמפס ב"ש גענוג לאנג, שרייבט מען אזעלעכע תגובות.

------------

אינטערסאנט, אז קיינער באשולדיגט נישט זשוליאני מיט לינדסי גרעהם וכו' וכו' אלס אנטיסעמיטן ווען זיי זענען ארויס לטובת טראמפ...
בלאט: 1 2