☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?

וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13690
בלאט: 1 2

קורקלענד » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 12:54 am

· #513361
איך וויל נישט אריינגיין אין א גאנצע משא מתן מיט דיר ווייל ס'וועט סייווי נישט היילן דיין TDS. אבער אויף די ערשטע ליגענט וואס די זאגסט. טראמפ האט נישט געזאגט אז אובאמא האט אויך גע'גנב'ט, טראמפ האט געזאגט אז ער האט נישט גע'גנב'ט, פונקט ווי אובאמא האט נישט גע'גנב'ט. און אויב ביסטו אינטערעסירט אין פאקטן קענסטו עס זיך אליינס איבערצייגן. די מציאות איז אז אובאמא פונקט ווי איהם האט מיטגענומען קלאסיפיצירטע דאקומענטן. און אזוי אויך קלינטאן. ס'איז דאקומענטירט, אויב ביסטו אינטערעסירט דערין.

אבער ס'גייט דיר נישט אן והראי' אז וואס ס'זאל נאר זיין אז מ'זאל קריטיקירן טראמפ אויף, שטעלסט זיך אייביג בלינדערהייט אויף די זייט פונעם קריטיק. זייטשע מיר אזוי גוט און זאגט מיר דריי זאכן ווי דו האלטסט אז מ'האט אומיושרדיג באהאנדלט טראמפ. און דריי גוטע פאליסיס וואס ער האט געהאט?

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 1:00 am

· #513363
קורקלענד

אבער ס'גייט דיר נישט אן והראי' אז וואס ס'זאל נאר זיין אז מ'זאל קריטיקירן טראמפ אויף, שטעלסט זיך אייביג בלינדערהייט אויף די זייט פונעם קריטיק. זייטשע מיר אזוי גוט און זאגט מיר דריי זאכן ווי דו האלטסט אז מ'האט אומיושרדיג באהאנדלט טראמפ. און דריי גוטע פאליסיס וואס ער האט געהאט?
העי, ער איז דיין גאט, דארפסט עם בעסער צו קענען, זאג דו דריי זאכן ....

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 1:41 am

· #513364
קורקלענד
איך וויל נישט אריינגיין אין א גאנצע משא מתן מיט דיר ווייל ס'וועט סייווי נישט היילן דיין TDS. אבער אויף די ערשטע ליגענט וואס די זאגסט. טראמפ האט נישט געזאגט אז אובאמא האט אויך גע'גנב'ט, טראמפ האט געזאגט אז ער האט נישט גע'גנב'ט, פונקט ווי אובאמא האט נישט גע'גנב'ט.
פאר די ערשטע ליגענט (מיינע) דיינע, האסטו דא די פונקטליכע לשון פון טראמפס סאשעל מידיע מעסעדזש, געשריבן November 28, 2022:

"….When will you invade Bill and Hillary’s home in search of the 33,000 emails she deleted AFTER receiving a subpoena from the U.S. Congress? When will you invade the other Presidents’ homes in search of documents, which are voluminous, "which they took" with them, but not nearly so openly and transparently as I did
קורקלענד
און אויב ביסטו אינטערעסירט אין פאקטן קענסטו עס זיך אליינס איבערצייגן. די מציאות איז אז אובאמא פונקט ווי איהם האט מיטגענומען קלאסיפיצירטע דאקומענטן. און אזוי אויך קלינטאן. ס'איז דאקומענטירט, אויב ביסטו אינטערעסירט דערין.
דא האסטו די סטעיטמענט (דאקומענטירט...) פון די national
archives בנוגע טראמפס טענות:

October 11, 2022, statement

The National Archives and Records Administration (NARA), in accordance with the Presidential Records Act, assumed physical and legal custody of the Presidential records from the administrations of Barack Obama, George W. Bush, Bill Clinton, George H.W. Bush, and Ronald Reagan, when those Presidents left office. NARA securely moved these records to temporary facilities that NARA leased from the General Services Administration (GSA), near the locations of the future Presidential Libraries that former Presidents built for NARA. All such temporary facilities met strict archival and security standards, and have been managed and staffed exclusively by NARA employees. Reports that indicate or imply that those Presidential records were in the possession of the former Presidents or their representatives, after they left office, or that the records were housed in substandard conditions, are false and misleading.

----------

אז די ווילסט זיין א משקר בגלוי, און סתם שיסן פאקטן, איז איין זאך. אבער אז די הייבסט אן ווערען פערסאנעל און צעווילדעוועט ביסטו נישט מער ווי א טראול. זאלסט חאטש האבן די מענטשליכקייט צו נאכקוקען דיינע "פאקטן" פאר די קומסט טראולען .אויב די וואלסט רעספעקטירט די פארום כאטש אזוי פול, וואלטן דיין תגובות געהאט עפעס א ווערט.

מתבודד » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 7:50 am

· #513375
דאכט זיך אז שיסן די טיטל 'טראל' נאר וועגן ער זאגט אנדערש ווי דיר איז א סימן פון עס נעמען פערסינעל...

קורקלענד » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 8:28 am

· #513377
קודם האסטו מיר נישט געוויזן וואו טראמפ באשולדיגט אנדערע פרעזידענטן אין ''גנב'נען". צווייטנס, חוץ פון ליינען א סטעיטמענט פון די נאציאנאלע ארכיוון, דארף מען אויך קוקן אויף די פאקטן. און זעהן צו ס'שטימט דאס וואס זיי זאגן מיט די היסטארישע פאקטן. איך וואלט גענומען די מי דיר צו ווייזן וואו ביסט פארפירט געווארן. אבער קודם לאמיר סעטלען צו טראמפ האט טאקע באשולדיגט די אנדערע אין גנב'נען. ספעציעל וויבאלד דאס איז געווען דיין גאנצער פוינט און משל צו ווייזן אויף איהם בכלליות. ווילאנג דו קענסט עס מיר נישט ווייזן אדער אנטשולדיגן איז מיר אמשאד די צייט צו דינגען אויף אנדערע חלקים.

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 11:36 am

· #513385
מתבודד
דאכט זיך אז שיסן די טיטל 'טראל' נאר וועגן ער זאגט אנדערש ווי דיר איז א סימן פון עס נעמען פערסינעל...
די טראול טיטול קומט אויף שיסן "פאקטן" אן נעמען די מינימום מיה דאס נאכצוקוקן. ווען איינער וויל סתם ליגענט זאגען מילא, אבער אז ער איז אריינגעקומען פערסאנעל נאר געבויעט אויף שקרים איז ער דא לקנטר, ווייל מילתא דעבידא לגלויי לא משקרי אינשי, אבער סתם צודרייט מאכן במכוון אבי געהאקט איז טראלעריי, אויב נישט טראלעריי בעין איז עס טראלעריי תערובת, ס'האט גארנישט מיט זאגן אנדערש ווי מיר, און כ'האב ניטאמאל פארגעהאלטן פאר זאגן אנדערש. דאס איז נישט דאס ערשטע מאל ער טוט דאס, ס'איז שוין געווארן זיין רעפיוטעישאן.

ער האט ניטאמאל גענומען די פאר מינוט וואס פארלאנגט זיך צו אפליינען מיין תגובה ווי איך קוואט טראמפ אליינס ווי ער באשולדיגט אנדערע פרעזידענטן פון "נעמען", און רימט זיך אז ער איז כאטש א גנב בגלוי. ער האט געדארפט פאקטן? האב איך געברענגט די נעשאנעל ארקייווס סטעיטמענט, וואס זיי טראגן די אחריות אויף די פאפירן, אז ס'האט זיי קיינמאל גארנישט געפעלט פון אנדערע פרעזידענטן. דאס קומט מיר אויס מער "פאקט" ווי זיינע געשאסענע סטעיטמענטס. די זעלבע אויך מיט זיין פאראקאן/אובמא באשולדיגונג, ער האט נישט גענומען קיין איין מינוט צו נאכקוקען ווען ווי און וואס דאס איז געווען, צו קענען עכ"פ קאמפערן צו טראמפ יעצט.

דאס איז נאכדעם וואס ער האט זיך מכבד געווען אפצופרעגן יענעם, און נישט פארקערט אז איך האב עם געטשעלענדזשט. די פליכט פון "פאקטן" ליגט אויף עם, והמוציא מחברו עליו הראי', נאר אלס מענטשליכקייט צו דעקן מיין ארגומענט, האב איך עס נאכגעקוקט. דאס איז עם נאך אלס נישט גענוג, און ער פילט פאר וויכטיג ווייטער אריין צו קומען אבי געהאקט. אז נישט טראול, דעמאלט שרייבט ער סתם שטותים, בכל אופן ברענגט ער האסטיליטי צום טיש, און ער איז נישט ראוי צו אנטייל נעמען אין א נארמאלע דעסקאשען.

קורקלענד » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 11:46 am

· #513386
נעמען מיינט נישט גנב'נען.

אריינגעקומען פערסאנעל?

אויף רעפיוטעישן, ביסטו בלינד לאותו דבר.

ווען די נאציאנאלע ארכיוון זאגן עפעס טראגט עס נישט קיין גרויסע אחריות. וואס איז אויב זיי זאגן ליגענט? וואס זענען זייערע קאנסעקווענצן? וואס זענען זייערע מאטיוון? קוק אביסל טיפער וועסטו זעהן אז די מציאות איז אנדערש ווי די מיינסט.

זאלסט מיר אנטשולדיגן, אבער ווען דו ווילסט איינעם באשמוצן און באשמירן (טראמפ אין די פאל) איז די אחריות אויף דיר. קיינער דארף מען נישט ריינוואשן פאר ס'איז דא קלארע עווידענס איהם צו באשולדיגן.
בלאט: 1 2