קאראנא וויירוס (COVID-19)
206 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13620
אן אינטרעסאנטע ערשיינונג: אלע לענדער זענען אנגעשטעקט מיט דעם קאראנא וויירוס. און די רעגירונגען ראנגלען זיך אז די מחלה זאלל נישט ארויסגיין פון קאנטראל. און אין א יעדן לאנד זענען דא טויזנטער אנגעשטעקטע און קראנקע. און טויזנטער מענטשן שטארבן. אויסער 2 לענדער. רוסלאנד און נארט קארעא...!
ס'איד דא א פיקטשער ווי פרעזידענט וולאדימיר פוטין גייט באזוכן אין א שפיטאל פאר די אנגעשטעקטע מיט דעם וויירוס. ער איז אנגעטון ווי אן אסטראונאט. מיט דעם גאנצן קלאפערגעצייג.
איך שפעקוליר אז די כיטרע רוסן האבן פארשפרייט דעם בילד. כאילו זיי ליידן אויך פון דעם קאראנא וויירוס. אבער דער פאקט איז אז ס'זענען נישט דא קיין שום רעפארטס אדער סטאטיסטיקס פון די באפעלקערונג אין רוסלאנד וואס זענען אנגעשטעקט אדער קראנק...!
די זעלבע איז מיט צפון קארעא. מ'הערט נישט קיין איין ווארט איבער די מחלה אין זייער לאנד...!
איך בין נישט קיין קאנספיראסי גלויביגער. אבער איך דערמאן מיך נאר די ווערטער פון דעם פיהרער פון נארטה קארעא. ווען ער האט געזאגט אין דעצעמבער אז ער האט א ..."קריסמעס פרזענט"...פאר פרעזידענט טראמפ...!
דער עולם איז איינגעשפארט אין די הייזער און מען שטארבט אוועק אין גרויסן, איך מיין אז דער נעקסטער לאגישער עצה דארף זיין איינצושפארן יעדעם אין זיין צימער און זיך נישט אנקערן מיט קיינעם עד יעבור זעם.
StayInYourRoom#
StayInBed#
עס איז יעצט א גוטע געלעגנהייט צו טון אלץ וואס מען וויל שוין לאנג טון נאר מען שעמט זיך. יעצט קענט איר דאס טון גרינגערהייט. אריינברענגען א קאמפיוטער אינדערהיים. אויפהערן צו גיין אין מקוה. דאווענען אינדערהיים. ארומגיין מיט א מאסקע. אוועקשטיין פון אנדערע מענטשן. שרייען אויף אנדערע. עס איז א געלעגנהייט וואס מאכט זיך נישט סתם אזוי.
אזוי אויך די אלע וואס ברויכן שטארבן קענען עס יעצט מאכן בדרך כבוד, יעצט שטארבט יעדער, אלץ איז קאראונע. כאפט אריין.
יעצט שטארבן איז בכלל נישט קיין כבוד, קליינע לויה, מען מאכט נישט קיין הספד אפילו. בעסער שוין צו ווארטן אביסעל.
יעצט ליידער פאלן אוועק מענטשן און מען איז זיך מתעסק מיט זיי בקאוויד(-19) ווי איידער בכבוד. 😞
עס זעהט אויס ווי עס איז דא א
שטודיע וואס צייגט אז עס איז אפשר נישט אזוי אז רייכערען העכערט די ריזיקע פאר קאוויד-19.
ווי אויך איז דא א
שטודיע אז די דראג איווערמעקטין ארבעט קעגן די וויירוס.
📎 PHOTO-2020-04-07-10-30-10.jpg
<a class="postlink" href="https://factcheck.afp.com/poem-was-written-2020-specifically-about-covid-19-pandemic">https://factcheck.afp.com/poem-was-writ ... 9-pandemic</a>
מיימוןעס איז יעצט א גוטע געלעגנהייט צו טון אלץ וואס מען וויל שוין לאנג טון נאר מען שעמט זיך. יעצט קענט איר דאס טון גרינגערהייט. אריינברענגען א קאמפיוטער אינדערהיים. אויפהערן צו גיין אין מקוה. דאווענען אינדערהיים. ארומגיין מיט א מאסקע. אוועקשטיין פון אנדערע מענטשן. שרייען אויף אנדערע. עס איז א געלעגנהייט וואס מאכט זיך נישט סתם אזוי.
אזוי אויך די אלע וואס ברויכן שטארבן קענען עס יעצט מאכן בדרך כבוד, יעצט שטארבט יעדער, אלץ איז קאראונע. כאפט אריין.
😂 😂 😂
העי! אביסל פאזאטיוויטי.
שוין לאנג נישט געזעצן אויפ'ן פלאר און ענדזשויט שפילן לעגא און קליקס. אפגערעדט, מאכען סיירענס מיט מעטשבאקס פייערלעשערס.
וואס טוט מען נישט פאר די קינדער...
מי אנייעצט ליידער פאלן אוועק מענטשן און מען איז זיך מתעסק מיט זיי בקאוויד(-19) ווי איידער בכבוד. 😞
שומרי הדת זאגט הרחמן הוא יפרנסנו בכבוד.
יום טוב שני איז געוועהן 26 לוויות רח"ל.
שומרי הדת קעיטערט נישט נאר דעם היימישן ציבור, נאר אויך נישט פרומע אידן, און נישט נאר פון בארא פארק. ווי אויך האבן זיי ליב צו שיסן נומערן ווען ס'פעלט אויס.
אלעס אינאיינעם היימישע נפטרים פון אלע דריי טעג יו"ט פון ברוקלין, אפסטעיט און לעיקוואוד, איז געווען ארום 30 - 35.
א יענס געלעכטער....
איך האב פארלוירן נאך א חבר דער יו״ט.
די תכלית פון די סאושעל דיסטענצינג איז שטאטער צו מאכן די פארשפרייטונג פון די וויירוס, כדי די שפיטעלער זאלען נישט ווערן איבערגעשטרענגט. יעצט האלט מען דאך איידער דער איבערשטרענגן, ממילא וואלטן די יעצטיגע שטארבערס סיי ווי געשטארבן, מיט צו אן די סאושעל דיסטענצינג. סיידענס אז מ׳האפט אז אן עכטע רפואה קומט באלד.
ווי איז דער אינטערוויו?
גערעכט ר' עמעזאן.
ווי סייענטיסטען פין דייטשלאנד זאגן, זעהט אויס אז מען גייט נישט קענען מאכן א וואקסין פאר דער ווירוס, ווייל עס ענדעלט מער hiv אדער hepititis, און ממילא וועלען אלע מענטשן צום סוף באקומען די ווירוס, די שאלה איז נאר צו זיי וועלען קענען איבערלעבן, און דאס ווענד זיך אױב עס איז דא א גוטע מעדיקעל סיסטעם אדער נישט.
דאקטורים וואס פארשן די וויירוס זענען דערויף געקומען אז גאז וואס א מענטש לאזט ארויס קען פארשפרייטן די וויירוס.
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
נישט קיין גוטע נייעס פאר פסח
לויט ווי מען הערט פון די באהערדע איז דאס שווערסטע שוין פאראיבער. לאמיר טאקע האפן אזוי.
דער פרעזידענט און א טייל פון די גובערנאטארן ארבייטן שוין אויף פלענער צוריק צו עפענען דאס לאנד פאר ביזנעס. זעלבסטפארשטענליך בלויז אויף א וועג וואס עס איז אויסשליסליך נישט געפארפול. דער פרעזידענט האט דייטליך אנגעצייגט אז זיין באַשלוס גענוי ווען צו עפענען די לאנד ווען זיך ווענדן אין די מיינונג פון די מעדיצינישע עקספערטן!
אבער רעשענטע פעלאוסי איז נישט צופרידן מיט דעם באשלוס, נעמליך, עפענען די עקאנאמיע איז נישט גוט פאר איר פארטיי, א גוטע עקאנאמיע איז א זיכערע פאלוסט פארן פארקאלעכטער זיידי ביידן. די אכזריותדיגע רייכע קעניגן פון סאַן פֿראַנסיסקאָ קימערט זיך אינגאנצן נישט מיט די פלאג וואס די אמעריקאנע בירגער ליידן! אלעס ביי איר איז ריינע סאציאליסטישע פאליטיק. זי זאגט עפענען די עקאנאמיע איז זינדפול! ווי צו זאגן אז איר מיינונג איז מאסגעבנד צי ס'האט גאר עפעס מעדיצינישע אדער סייענסטישע דעקונג אפגעזען פון ריין פאליטיק!
און ווי איר מאפיאנערישע שטייגער בלאקירט זי אצינד נאך פאנדן פאר קליינע געשעפטן זיי צו העלפן זיך שטעלן אויף די פוס. זי וויל אין אויסטויש א גאנצע הויפן פון ליבעראלע חארא וועלכע האט גארנישט איינגעשטויסן מיט העלפן קליינע ביזנעס אייגנטומער. זי איז אכציג יאר, און גיין ווייס פארוואס קאראנא האט פונקט איר נישט אויפגעפיקט
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
אפשר זאל מען נישט ארויס בעילען די גרויסע קארפערעישענס למשל די עירליין אינדוסטרי און אנדערע. זיי האבן געשארט גאלד ביז יעצט און האבן געדארפט אוועק לייגן אויף א רעיני דעי. זאלן זיי גיין ק***! גענוג געווען מיט די קארפערעיט סאשעליזים ספאנסערד ביי דאה גרעיט ריפובליקען קאנסערוויטיוו קאפאטעליסט פראודס וואס זענען נעוואדע קעגן געבן פאר די מענטשן וואס הונגערן עפעס צו עסן ווייל ס'איז סאשעליזים!!!!! נאר דער אן געפרעסענע סי.אי.או וואס האט נישט קיין דאגה צו רייסן געלט אין די גוטע צייטן און יעצט שיקט ער די ארבייטערס ליפטערן, ''ער'' באקומט א בעילאוט!!!
איך עקל מיר מער און מער פון די פאלשע פאוניס אזוי גערופענע קאנסערוויטיוו.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
ער האט געהאלטן זיין קהילה אפן, געשריגן אז ער איז גרייט אויף מסירות נפש, און זיין וואונטש איז טאקע (ליידער?) דערפילט געווארן.
<a class="postlink" href="https://www.miamiherald.com/news/coronavirus/article241987921.html">https://www.miamiherald.com/news/corona ... 87921.html</a>
אמרו שנים עשר אלף זוגים תלמידים היו לו לרבי עקיבא וכולן מתו באסכרה (?coronavirus) בפרק אחד מפני שלא נהגו COVID זה לזה.
גראףאפשר זאל מען נישט ארויס בעילען די גרויסע קארפערעישענס למשל די עירליין אינדוסטרי און אנדערע. זיי האבן געשארט גאלד ביז יעצט און האבן געדארפט אוועק לייגן אויף א רעיני דעי. זאלן זיי גיין ק***! גענוג געווען מיט די קארפערעיט סאשעליזים ספאנסערד ביי דאה גרעיט ריפובליקען קאנסערוויטיוו קאפאטעליסט פראודס וואס זענען נעוואדע קעגן געבן פאר די מענטשן וואס הונגערן עפעס צו עסן ווייל ס'איז סאשעליזים!!!!! נאר דער אן געפרעסענע סי.אי.או וואס האט נישט קיין דאגה צו רייסן געלט אין די גוטע צייטן און יעצט שיקט ער די ארבייטערס ליפטערן, ''ער'' באקומט א בעילאוט!!!
איך עקל מיר מער און מער פון די פאלשע פאוניס אזוי גערופענע קאנסערוויטיוו.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פון וואו נעמסטו אז די עירליין אינדוסטרי שארט גאלד? דו ווייסט אז רעגירונגען צאלן יערליך שווערע געלטער פאר די עירליינס זיי צו האלטן אפן?
דו האסט אויך נישט געטראכט אז אן קיין עירליינס איז נישטא קיין טוריזם און טרעוול, דו ווייסט וויפיל מענטשן מאכן געלט יערליך אין אמעריקע פון טרעוול און טוריזם? אסאך זענען טאקע גרויסע קארפאראציעס, אבער זיי האבן אלע פילע אנגעשטעלטע.
טראכט אריין וויפיל היימישע טראוול אגענטן, כשר'ע עסן פאר עירליינס, האטעלס, רענטעל קאמפעניס, וכו' וכו'. די ליסטע ענדיגט זיך נישט. ס'איז טויזנטער אידן און מיליאנען גויים.
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
און? פארוואס פארשטייסטו אז דער אינדוסטרי זאל מען יא העלפן ווייל זיי האבן אסאך ארבייטער אבער די אלע קליינע ביזנעסער קענען אונטער גיין? ווייל זיי האבן נישט קיין לאביעסט מיט בעגס אוו קעש פאר די קאנגרעסמען! אויב מיינט מען די ארבייטער פון די עירליינס דעמאלסט זאלן ביידע פארטייען מסכים זיין אריין צושטעלן די תנאים וואס פארלאנגט אז מען זאל באצאלן די ארבייטערס און דער גרויסע שישקעס א פעי קאט ווי אויך זיי זאלן נישט קענען צוריק קויפן סטאקס וכו'.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
וועלכע קליינע ביזנעס באקומט נישט קיין הילף?
וועלכער ארבעטער באקומט נישט עטליכע אלפים חודש'ליך בלויז פאר אנעפלוימענט?
וועלכער מענטש באקומט נישט 2-3 אלפים בחינם?
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
לייען די נייעס ווי אזוי קליינע ביזנעסער מוטשען זיך מיט די בענק פאר א לאןן. געבן עטליכע טויזענט דאלער פאר יעדע איינעם איז א שיינע זאך ביז די נעקסטע חודש. בד''א בין איך נישט אזוי זיכער אז די רעגירונג זאל פשוט דרוקן געלט און בארגען נאך און נאך טריליאנען.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גרויסע ביזנעסער זענען עלול צו נוצן די געלט פאר אנדערע צוועקן, און נישט לצורך די ארבעטארערס. ממילא איז די געלט ווערט אסאך מער אין די הענט פון קליינע ביזנעסער. סיידענס אז מ׳האט א ריכטיגע שמירה אויף די גרויסע ביזנעסער. אבער טראמפ לאזט דאס נישט צו, ער האט ארויס געווארפן די וועכטערס, ווייל ער איז דאך דער קעניג פון אלעם, ער אי שאוסיף אלס מחליט, נאר קיין אחריות טראכט ער נישט, כדברי קדשו.
[ציטאט אראפגענומען]
מ'האט מסתמא אויפגעמישט מיט די אנדערע רובין הנ"ל.
וועגן די כלומרשטע רציחות וואס קומט פאר אין שפיטעלער, איך ווייס נישט צו אידן ליידן מער פין גוים אדער נישט, און מען קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט דער געזעץ אז קיינער קען נישט זיין אין שפיטאל, און ווען איינער שטארבט ל"ע ווייסט מען נישט אויב ער איז געשטארבן פין דער מחלה אדער פין נעגלעקט,
אויף דער גאנצע סומאטוכע האב איך איין הערה, אונז זענען שולדיג, פארוואס?
ווען אונז וואלטען געמעגט זיין דאקטוירים אין נערסעס וואלטען אונז געהאט היימישע אייגענע דאקטוירים און נערסעס ארבעטען אין די שפיטעלער, און מען וואלט מער געוואוסט וואס גייט פאר, בכלל וואלט מען געוועהן אפשר געוועהן רואיגער וויסענדיג אז אויף דער שטאק איז דא א היימישער נערס צו דאקטאר, און מען וואלט געקענט אפשר מער וויסן וואס גייט פאר, ועוד ועוד. אבער יעצט אז דער דאקטאר איז געווענטליך א גוי, און אמאהל אמאהל א מאדערנע איד וואס רעדט פין טאש קודש, און דער נערס איז כמעט קיינמאל נישט קיין איד צו אידענע, איז מען אויסגעשלאסן אינגאנצען.
אין מאימאנידיס איז דא הונדערטע אידישע נורסעס און שווערע צענדליגע חסידישע נורסעס און מיט דעם אלעם איז עס טיף אין תחת.
📎 IMG_5708.jpg
איינער וואס זעהט דעם דאזיגן פאשקעוויל אויפ'ן געוועב טאר מען אויך נישט מצרף זיין צו מנין ווייל ער האט אינטערנעט נישט לצורך פרנסה, לאמיר זיך אלע צוזאמען אויסשפייען פון כלל ישראל און פערטיג.
📎 מחילת עוונות.jpg
📎 כל הקובע מקום לתפילתו.jpg
📎 אוצר החכמה_610288.jpg
גענומען פון בעולמם של חרדים:
📎 אוצר החכמה_606162.jpg
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
רביה''ק זי''עאיינער וואס זעהט דעם דאזיגן פאשקעוויל אויפ'ן געוועב טאר מען אויך נישט מצרף זיין צו מנין ווייל ער האט אינטערנעט נישט לצורך פרנסה, לאמיר זיך אלע צוזאמען אויסשפייען פון כלל ישראל און פערטיג.
מנין ארויף מנין אראפ די מוסרים זענען א דיסגרעיס פאר די גאנצע הומאן ראסע
אויב אזי דארף מען זיי אויסשפייען פון די גאנצע מענטשליכע ראסע.
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
א קשיא איז אמאל אויפגעקומען ביי אימעצער אז היתכן א קרוב איז אייביג פסול לעדות אפילו ווען ער טוט שאדן מאכן פארן קרוב, לכורה איז עס ערשט אמת ווייל ווער וויל דען מצער א קרוב, האט ער געענטפערט אז א קרוב וואס וויל שעדיגן זיין אייגענע בלוט און פלייש, איז קיין מענטש ניט אין נאר א אדם איז כשר פאר עדות וכן לעינינינו
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
רביה''ק זי''עאויב אזי דארף מען זיי אויסשפייען פון די גאנצע מענטשליכע ראסע.
רביה״ק איר זענט מכובד
ווער שעדיגט? ער ראטעוועט זיין פלייש און בלוט. צו גוים טוט ער עס נישט, ווייל זאלען זיי אלע אויסשטארבען (עי׳ וועקער נומ׳ 17). נאר אידען דארף מען ראטעווען, מ׳גיבט א קלינג דער שטאט אינסטאנצן, און זיי פארמאכן אפ, און מענטשן לעבן צו זען נאך א טאג.
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
איסר האטלקיגראףאפשר זאל מען נישט ארויס בעילען די גרויסע קארפערעישענס למשל די עירליין אינדוסטרי און אנדערע. זיי האבן געשארט גאלד ביז יעצט און האבן געדארפט אוועק לייגן אויף א רעיני דעי. זאלן זיי גיין ק***! גענוג געווען מיט די קארפערעיט סאשעליזים ספאנסערד ביי דאה גרעיט ריפובליקען קאנסערוויטיוו קאפאטעליסט פראודס וואס זענען נעוואדע קעגן געבן פאר די מענטשן וואס הונגערן עפעס צו עסן ווייל ס'איז סאשעליזים!!!!! נאר דער אן געפרעסענע סי.אי.או וואס האט נישט קיין דאגה צו רייסן געלט אין די גוטע צייטן און יעצט שיקט ער די ארבייטערס ליפטערן, ''ער'' באקומט א בעילאוט!!!
איך עקל מיר מער און מער פון די פאלשע פאוניס אזוי גערופענע קאנסערוויטיוו.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פון וואו נעמסטו אז די עירליין אינדוסטרי שארט גאלד? דו ווייסט אז רעגירונגען צאלן יערליך שווערע געלטער פאר די עירליינס זיי צו האלטן אפן?
דו האסט אויך נישט געטראכט אז אן קיין עירליינס איז נישטא קיין טוריזם און טרעוול, דו ווייסט וויפיל מענטשן מאכן געלט יערליך אין אמעריקע פון טרעוול און טוריזם? אסאך זענען טאקע גרויסע קארפאראציעס, אבער זיי האבן אלע פילע אנגעשטעלטע.
טראכט אריין וויפיל היימישע טראוול אגענטן, כשר'ע עסן פאר עירליינס, האטעלס, רענטעל קאמפעניס, וכו' וכו'. די ליסטע ענדיגט זיך נישט. ס'איז טויזנטער אידן און מיליאנען גויים.
מענטשן גייען נישט אויפהערן צו פליען מיט עראפלאנען אפילו אויב אלע עירליינס גייען באנקראט, בס"ה וועלן אנדערע אפקויפן די עירליינס , פרייזן וועלן אפשר ארויפגיין, און ביז אפאר יאר וועט אלעס צוריק זיין ביים אלטן.
זעקעלרביה''ק זי''עאויב אזי דארף מען זיי אויסשפייען פון די גאנצע מענטשליכע ראסע.
רביה״ק איר זענט מכובד
איך בין דיר מוחל די COVID. 😂
אונטער חכם
מענטשן גייען נישט אויפהערן צו פליען מיט עראפלאנען אפילו אויב אלע עירליינס גייען באנקראט, בס"ה וועלן אנדערע אפקויפן די עירליינס , פרייזן וועלן אפשר ארויפגיין, און ביז אפאר יאר וועט אלעס צוריק זיין ביים אלטן.
אמת יעדעס ווארט, אבער אויב וועט טראוול זיין אזוי טייער, וועלן מענטשן פארן אסאך ווייניגער און הונדערטער אינדוסטריס וועלן צוליב דעם קראכן.
דאס איז די סיבה פארוואס רעגירונגען בעילן אלץ ארויס עירליינס, און ספעציעל יעצט, ווייל ס'ברענגט טויזנטער און מיליאנען קלענערע פרנסות גלאבאל. עס לוינט זיך פאר'ן רעגירונג די פאר מיליאן, ווייל ס'ברענגט אריין ביליאנען.
זעקעלרביה''ק זי''עאיינער וואס זעהט דעם דאזיגן פאשקעוויל אויפ'ן געוועב טאר מען אויך נישט מצרף זיין צו מנין ווייל ער האט אינטערנעט נישט לצורך פרנסה, לאמיר זיך אלע צוזאמען אויסשפייען פון כלל ישראל און פערטיג.
מנין ארויף מנין אראפ די מוסרים זענען א דיסגרעיס פאר די גאנצע הומאן ראסע
מוסרים וואס ראטעווען פון רוצחים זענען א דיסגרעיס פאר די הומאן ראסע, קען נאר געזאגט ווערען דורך א ליידיקע זעקעל פלייש אן א מוח אדער הארץ.
מאך זיכערזעקעל, כ'נעם זיך אן פאר דיר אז דו ווערסט שטענדיג אטאקירט דורך גימפל.
ווען זיי זענען ביי דער איין מענטש, צוזאמען מיט מאך זיכער, וואלט עס מיר נישט געווען קיין חידוש
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
איסר האטלקיגראףאפשר זאל מען נישט ארויס בעילען די גרויסע קארפערעישענס למשל די עירליין אינדוסטרי און אנדערע. זיי האבן געשארט גאלד ביז יעצט און האבן געדארפט אוועק לייגן אויף א רעיני דעי. זאלן זיי גיין ק***! גענוג געווען מיט די קארפערעיט סאשעליזים ספאנסערד ביי דאה גרעיט ריפובליקען קאנסערוויטיוו קאפאטעליסט פראודס וואס זענען נעוואדע קעגן געבן פאר די מענטשן וואס הונגערן עפעס צו עסן ווייל ס'איז סאשעליזים!!!!! נאר דער אן געפרעסענע סי.אי.או וואס האט נישט קיין דאגה צו רייסן געלט אין די גוטע צייטן און יעצט שיקט ער די ארבייטערס ליפטערן, ''ער'' באקומט א בעילאוט!!!
איך עקל מיר מער און מער פון די פאלשע פאוניס אזוי גערופענע קאנסערוויטיוו.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פון וואו נעמסטו אז די עירליין אינדוסטרי שארט גאלד? דו ווייסט אז רעגירונגען צאלן יערליך שווערע געלטער פאר די עירליינס זיי צו האלטן אפן?
דו האסט אויך נישט געטראכט אז אן קיין עירליינס איז נישטא קיין טוריזם און טרעוול, דו ווייסט וויפיל מענטשן מאכן געלט יערליך אין אמעריקע פון טרעוול און טוריזם? אסאך זענען טאקע גרויסע קארפאראציעס, אבער זיי האבן אלע פילע אנגעשטעלטע.
טראכט אריין וויפיל היימישע טראוול אגענטן, כשר'ע עסן פאר עירליינס, האטעלס, רענטעל קאמפעניס, וכו' וכו'. די ליסטע ענדיגט זיך נישט. ס'איז טויזנטער אידן און מיליאנען גויים.
זייענדיג אריינגעטון אין סטאקס עטליכע יאר איז מיר שוין כמה פעמים אויסגעקומען צו ליינען די ווייסע צעטלעך (white balance sheets) פון די גרויסע עירליינס, און אלע פון זיי האבן נישט קיין גרויסע קעש אוועקגעלייגט!
יעדע גרויסע פירמע (אייגנטלעך יעדע אחריות'דיגע מענטש) מיט א שכל'דיגע מענעדשמענט האט אוועקגעלייגט אסאך קעש פאר רעגנדיגע צייטן און פאר אונטערקומענדיגע געלעגנהייטן / אפארטוניטיס (א שטייגער ווי עפל, גוגל, מייקראסאפט, בערקשייער העטהעוועי, ועוד)
יעצט אזוי, ווען עס קומט א רעסעסיע צו סיי וועלכע וועלט אויפשאקלונג (טעראר אטאקע וכדומה) וועלכע קאמפאניס פארלירען די ערשטע????
די עירליינס און טוריזם!
מענטשן האבן נישט קיין איבעריגע געלט צו פליען אויף מינדערוויכטיגע זאכן.
אם כן וואלטן דאך די עירליינס [וועלכע פלאגן זיך סתם אזוי ארויסצוקוועטשן א פראפיט] געדארפט זיין די ערשטע מיט א גרויסע קעש באלאנס ניין?
איז וואס גייט דא פאר?
איז אין קורצן אזוי:
די עקזעקוטיווען נעמען די קעש און זיי קויפן צוריק די סטאקס פונעם קאמפעני (וואס אין א נארמאלע געזונטע קאמפעני איז גאנץ א פארשטענדליכע זאך) - אסאך מאל אפי' איגנארירנדיג די חובות (דעבט) וואס דאס הייבט די פרייז פונעם סטאק,
אויב / ווען די פרייז הייבט זיך צו א געוויסע סכום באקומען זיי גרויסע באנוסעס (דורך אפשען'ס אין אנדערע קאמפאני פראגראמען) און פארדינען פאר זיך פריוואט גאר אסאך!!!!!!
און זיי פארלאזן זיך לכתחילה אז אין א צייט פון נויט וועט די רעגירונג זיי קומען צו די האנט!
איי צו קען מען זיי לאזן אויך הפקר?
די גאנצע עקאנאמיע און אסאך אינדוסטריעס בפרט וועלן דאך שטארק ליידן?!?
גערעכט, אבער פארוואס זאלן זיי נישט ליידן קיין קאנסעקווענצן?
פארוואס זאלן קעפ נישט פליען?
פארוואס זאל די רעגירונג נישט זיי רעגולאטירן פון היינט און ווייטער?
פארוואס נישט גרויסע פראצענטן צינזן בעילאוט?
אפשר גאר א ליציטאציע?
די סמאל ביזנעס וועלכע פאלגט אלע כללים פון ביזנעס יענער דארף מען לאזן אויף הפקר?????
דאס איז די סוד פון ביג ביזנעס, די ריסק לייגט מען אויף די ציבור, און די ריוח נעמן זיי. די גרויסע עקזעקיטיווס נעמן מיליונען אין פוד סטעמפס, און די קליינע מענטשעלע דארף זיך שעמן פאר זיין נישטיגע הונדרעט צוואנציג דאללאר א חודש.
און דאס איז די סתירה פון קאפיטאליזם. טאמער די קאנסערוואטיווע וואלטן עכו געגלויבט אין די פריי עקאנאמיע, וואלטן זיי אדער געלאזט די גרויסע באננס פאלן, אדער וואלטן זיי פארשטאנען די נויט פאר א שטרענגערע שמירה אויף ביזנעסער וואס פארלאזן זיך אויף די ציבור זיי צו ראטעווען.
פאליטיקאנט
די שרייבסט כאילו די עקזעקיוטיוו נעמט די געלט פין די רעגירונג און קויפט פריוואט סטאק פין די קאמפאני.
ווי איך האב פארשטאנען קויפען זיי צוריק פאר די קאמפאני, נישט פאר זיך, שפעטער ווען עס גייט צוריק ארויף צאלען זיי צוריק פאר די גאווערמענט די געלט דורך פארקויפן די סטאק.
איך מיין האסט נישט פאשטאנען מיין פוינט.
זיי נעמען די רווח פון די קאמפעני טאקע, אבער אנשטאט האלטן א גרויסע סכום קעש פאר רעגנדיגע צייטן, וואס דאס איז די ריכטיגע שריט פאר יעדע קאמפעני בפרט איינס מיט הויכע ריזיקעס פאראויס, טוען זיי וואס עס לוינט זיך זיי פריוואט און קויפן צוריק סטאק.
און זיי פארלאזן זיך אז אין א צייט פון נויט וועט די רעגירונג העלפן.
איינער קען מיך מסביר זיין פארוואס די גאווערמענט זאגט נישט אז נאר מענטשן העכער זעכציג און אומגעזונטע זאלן נישט ארויסגיין און חוץ פון זיי זאל די לאנד אנגיין נארמאל?? און אזוי ביז אפאר וואכן וועט די גאנצע עולם זיין immune און יעדער וועט זיך קענען דרייען, ווייל וויאזוי עס איז יעצט זעה איך נישט מען זאל קענען עפענען פאר נאך א שיינע פאר חדשים ביז מען טרעפט א וואקסין...
אין לאנדאן איז דאס געווען דער מהלך, און גיב א קוק וואס האט פאסירט רח"ל.
די 60 יעריגע איז נאר א בערכ'דיגע שאצונג, ליידער גענוג יונגע מענטשן זענען נסתלק געווארן, און ביי פיקוח נפש נעמט מען נישט קיין שאנסן.
און טאקע ווייל יעדער האלט זיך פאר געזונט, זיי מסביר איינער גיי נישט ארויס ווייל ביסט נישט געזונט.
פאר פורים איז שוין געווען צעטלעך אז אידן העכער זעכציג און נישט געזונטע זאלען נישט קומען, און זיי זענען אלע געקומען.
און טאמער דאס איז אמת, אז מענטשן וועלן זיך נאר זיטן טאמער זיי זען יעדער זיך היטן, איז עס א חלק פון די מענטשהייט, מ'קען גארנישט טון דערוועגן. און דעריבער מוז יעדער זיך איינשפארן טאקע. טאמער דו האסט א וועג וויאזוי די איבערוואגיגע, עלטערע, און שוואכערע וועלן בלייבן אין שטוב, ווען די וועלט גייט ווייטער אן, טראג עס אן. ביזדערווייל איז דאס די וועג.