☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...

פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...

151 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1360
בלאט: 1 2 3 4

היסטאריקער » דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:23 pm

· #206911
פארווערטס פארטיידיגט וויליאמסבורג חסידים
http://blogs.forward.com/forward-thinki ... _feed=true

כדאי צו לייענען די פאזעטיווע קאמענטס דארט

petergrifin » דאנערשטאג יוני 19, 2014 10:21 pm

· #207024
גוטע ארטיקעל דער דר. קלײן איז א ריכטיגע סעלף העיטינג זשו און ער שטעלט דער דר. אין פלאץ.

petergrifin » דאנערשטאג יוני 19, 2014 10:41 pm

· #207032
מיסטער דין פליז זאג עפעס כ׳װיל דיר געבן א לײק און א האג.

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:46 am

· #222775
ס'נישט דא קיין אשכול דעדיקעיטעד פאר די סקול דיסטריקט אין מאנסי?

א שיינע ארטיקל וואס פארענטפערט אביסל די מצב אין מאנסי, אז די חסידים זענען נישט אזוי שולדיג ווי די מידיע מאכט זיי אויס צו זיין.

יואליש » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:58 pm

· #223396
געפילטע פיש
ס'נישט דא קיין אשכול דעדיקעיטעד פאר די סקול דיסטריקט אין מאנסי?

א שיינע ארטיקל וואס פארענטפערט אביסל די מצב אין מאנסי, אז די חסידים זענען נישט אזוי שולדיג ווי די מידיע מאכט זיי אויס צו זיין.

די פרעסטיזשפולע וועכנטליכע ראדיאו פראגראם "דיס אמעריקען לייף" מעלדט אז איר פראגראם מארגן גייט קאווערן די איסט רעמעפאו סקול דיסטריקט באורד סומעטאכע. די פראגראם איז באקאנט פאר איר זיך אריינטוהן אין א נושא מיט א סקעפטישע ברילן און פאר איר ציענדע אופן הסיפור.

http://m.thisamericanlife.org/radio-arc ... 4.facebook

יואליש » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:28 pm

· #223893
יוסי געשטעטנער איז ציטירט אנהויב פון די צוויי-חלקים אינוועסטיגעשאן.

ס'גרעסטע חידוש פאר מיר איז געווען אז די חסידים אין מאנסי פלעגן האבן אן אפמאך מיט די סקול דיסטריקט צו קוקן די אנדערע וועג בנוגע די אומעקזיסטירנדע עדיוקעשאן ביי חסידים.

פארשטייט זיך אז היטלער, קרעמעטאריומס, אושוויץ און טרעבלינקע ווערט ערווענט אלס א געצייג צו שטיל מאכן דעם צד שכנגד.

די היבש געמיינע ווערטער פון די חסידישע סקול בארד'ס אטורני איז נישט ארויסגע'בליפט אין די אנליין ווערסיע. נישט הערן אין די אנוועזנהייט פון אומפארהייראטע קינדער.
http://m.thisamericanlife.org/radio-arc ... e-majority

גנדי » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:39 pm

· #223895
איך אלץ חסיד האב אייביג גהאלטען אויף די זייט פון די חסידים אין מאנסי.

ביז.... איך האב געהערט די אינטערוויא...

א נייע מין תירוץ פון יוסי ג. מיר גלייכען נישט די געזעץ. וועגן דעם פאלגען מיר עס נישט. און ווער עס האט טענות אויף אונז זאלן טוישען די ״דעמן״ געזעץ!

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 7:53 pm

· #223905
@גאנדי ס'איז נישט קיין אינטערווי, ס'איז א באריכט אויף די איסט ראמאפאו סקול דיסטריקט,
נאכן הערן די ערשטע האלב, האלט איך אז ס'איז זייער זייער איינזייטיג לטובת די קעגנער פון די סקול באורד,
סך הכל הערט מען (איינעם וואס זיי רופן) יוסי געשטעטנער (וואס קען נישט זיין 'אונזער' י.ג.) מאכן אן אידעאטישן דרייסיג סקונדעס סטעיטמענט, און פארליינען א פיר שורות בריוו פון הרב ווייסמאנדל,
מצד שני הערט מען עטליכע מינוט פון א געוועזענע שילערען איבער א טאג סקעדזשועל פון א סטודענט, וואס איך וואלט געגעסט איז די מערסט עקסטרעמע פאל וואס זי האט געטראפן (אפי' איך נעם אן אז ס'איז הונדערט פראצענט פונקטליך) און אזויווי דעם שטיקל איז אנפאנג פונעם באריכט שטעלט עס די טאן פארן גאנצן באריכט, וואס די צוהערער דארפן פארשטיין דערפון אז דאס איז די נארמע, און א פארווייטיגטע מאמע שרייען אז מען באעוולט אירע קינדער
דורכאויס די גאנצע באריכט -מיטן אויסנאם פון די ערשטע דריי פיר מינוט- לייגט דער נערעיטאר אראפ מיט אלע פארבן די געפערליכע מצב אינעם סקול דיסטריקט, און די 'דראמאטישע אויפנעמען' פון די נייע אטוירני פארן דיסטריקט, ער בארירט נישט די פאקט אז די געשלעג וואס האט זיך צעשפילט אנגעפאנגען פון 2007 איז די רעסעסיע פילייכט א גרויסע פאקטאר אין די שניטן, און מוניציפאליטעטן און סקול דיסטריקטס איבערן גאנצן לאנד האבן געדארפט מאכן די זעלבע שווערע באשלוסן אפגעזען פון די ארטאדאקסישע סקול באורד מיטגלידער, און די פאקט אז די דיסטריקט פובליק שולע פאפולאציע שרינקט בשעת די פריוואטע שולע פאפולאציע וואקסט אבער די בודזשעט וואקסט אינגרויסן,

איראניש איז, אז ער רעדט מיט אזא געפיל וועגן די סטודענטן בענד 'וואס שפילט אין דענזעל וואשינגטאנ'ס רימעיק פון די אמעריקאנער רעוואלוציע פילם', אבער די הילף פאר חרידישע קינדער וואס דארפן ספעשיעל עדוקעישן לייגט ער אראפ זייער אומסימפאטיש,

איך בין אנטוישט, זייענדיג גאנץ באקאנט מיט דעם ראדיא פראגראם, האב איך געמיינט אז This American Gife וועט מאכן א מער האנעסט צוויי זייטן באריכט

איך האף אז די צווייטע חלק וועט מער אדרעסירן די טענהס פון די עלטערן פון די פריוואטע סקולס,

יואליש » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:43 pm

· #223917
ישראל קאפקע
נאכן הערן די ערשטע האלב, האלט איך אז ס'איז זייער זייער איינזייטיג לטובת די קעגנער פון די סקול באורד

א גאנצע העלפט האט דיר גענימען צי ציען מסקנות איבער וואס זיי קאווערן "נישט"? מיין שוואגער האט געצויגן די זעלבע מסקנה נאך בלויז די מוזיק אריינפיר.

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:46 pm

· #223919
יואליש
ישראל קאפקע
נאכן הערן די ערשטע האלב, האלט איך אז ס'איז זייער זייער איינזייטיג לטובת די קעגנער פון די סקול באורד

א גאנצע העלפט האט דיר גענימען צי ציען מסקנות? מיין שוואגער האט געצויגן די זעלבע מסקנה נאך בלויז די מוזיק אנהייב.

איך האב אזא 'שוואכקייט' אז איך גלייך צו הערן עקטשועלי פון וואס די רעדע איז!

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 9:09 pm

· #223926
נו איך האב געהערט די צווייטע האלב,

ווי די ערשטע האלב, איז די ערשטע צוויי דריי מינוט די מערסטע סימפאטיש צו די חסידים, וואו א געוועזענע אידישע באורד מיטגליד רעדט וועגן די רעסעסיע אז די שניטן זענען נישט א רעזולטאט פון ספעציפישע איסט ראמאפא פאקטארן, וואס דער נערעיטאר שלאגט אפ מיט צוויי שורות,
דאן נאכן 'יוצא' זיין מיטן געבן פאר אונז צוויי מינוט צייט, טויכט ער אריין ראשו ורובו אין די נעסטי סטעיטמענטס וואס די אטוירני פארן אידישן צד האט געלאזט פאלן, וואס קומט בכלל נישט אריין אינעם אפהאנדלונג וועגן די פאקטישע מצב אינעם סקול דיסטריקט, חוץ לייגן אונזער זייט אין א נעגאטיווע ליכט,
נאכדעם איז ער ביזי מיט נארישע באשולדיגונגען פון אנטיסעמיטיזם און ראסיזם, (וואס ער באהאנדלט גראדע ווי א מענטש, אבער עס העלפט נישט קלאר מאכן אונזער צד פון די ארגומענט,) און דאס נאכן געבן די קעגנערישן צד פון פון בערך דריי מינוט אריין ביזן סוף פונעם ערשטן פינף אין צוואנציג מינוטיגן סעגמענט,
ער ענדיגט מיט א היסטערישע פרוי פון זייער זייט דערקלערנדיג מיט פאטאס אז עס איז "אומאננעמבאר" בשעת אין אונטערגרינד הערט מען דראמאטישע מוזיק קלאוזינג,

Yay!! You did it! You did a piece on the hot issue of the east Ramapo school district fight. . . . .

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:32 am

· #225134
הרב אלימלך גאלדבערג / CNN Hero

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 4:08 pm

· #240466
ס'נישט עפעס ווייסעך-וואס פאזיטיוו, אבער כ'טראכט אז די אשכול איז דער פלאץ דערפאר.

📎 Edmunds_Sienna.jpg

ליפא » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:51 am

· #308844
Mexican mom made peiyos for her kids because she likes the style
📎 IMG-20151115-WA0009.jpg

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 2:25 am

· #308848
ליפא: ייש"כ. זיי. די מעקסיקאנער שקצימ'לעך...? זעען אויס ווי היימישע חסיד'ישע יונגלעך וועלכע האבן פארלוירן זייערע קאפלעך פארנדיג אויף זייערע בייקס.
אדער. אפשר איז עס א סימן פון התחלת קיבוץ נדחי ישראל. אייניקלעך פון די אנוסים פון שפאניע...? מיין הארץ פרייט זיך צו זעהן די שיינע מחזה. ווען זיי טוען אן א טלית קטן מיט א קאפל וואלט מען זיי געקענט שיקן אין א געהעריגע תלמוד תורה...!

שצם_חנכל » דינסטאג מערץ 22, 2016 11:17 am

· #326034
א הארציגע ארטיקל פון א זשורנאליסט וואס האט גע'ירש'נט אן ארטאדאקסישע אידענע'ס סעל נומער:
http://nymag.com/following/2016/03/i-go ... -else.html

שצם_חנכל » דינסטאג מערץ 22, 2016 3:06 pm

· #326092
פאזיטיוו? נעגעטיוו? באשליסט אליין!

אכשר דרא צניעות באריכטעט אין ניו יארק טיימס:
http://www.nytimes.com/2016/03/22/nyreg ... hions.html

יעקב מענטש » דינסטאג מערץ 22, 2016 3:17 pm

· #326095
שצם_חנכל
א הארציגע ארטיקל פון א זשורנאליסט וואס האט גע'ירש'נט אן ארטאדאקסישע אידענע'ס סעל נומער:
http://nymag.com/following/2016/03/i-go ... -else.html

די קאנטראסט איז מוראדיג,

ס'איז א מוסר השכל פאר די אלע וואס פרובירן צו סעקיולאזירן דעם ציבור.

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 22, 2016 11:01 pm

· #326162
א זי איז די בארבער פון ראביי מונק?

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 23, 2016 12:59 am

· #326177
שצם_חנכל
א הארציגע ארטיקל פון א זשורנאליסט וואס האט גע'ירש'נט אן ארטאדאקסישע אידענע'ס סעל נומער:
http://nymag.com/following/2016/03/i-go ... -else.html

שצם חנכל:ייש"כ. איך האב שוין לאנג נישט געליינט אזא געשמאקע ארטיקל, וועלכע לייגט אראפ די אידישע לייפסטייל אין א פאזיטיווע ליכט. נאר ווען זי זאגט אז דער מאן פון מינדא האט געהאט א סושי דעליווערי ביזנעס אום שבת מיינט זי זיכער מוצאי שבת. נאר וואס ווייסט דען א גוי'טע איבער דעם חילוק פון שב"ק און מוצש"ק...?!

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך מערץ 23, 2016 1:14 am

· #326181
איך מיין דאס איז מער פאזיטיווע ליכט אויף א טייט ניט קאמינויטי און אלגעמיין ווי אויף ארטאדאקסישע אידנטום.

רויטע וואנצעס » דינסטאג מאי 10, 2016 10:47 pm

· #332578
הערליכע ארטיקל אין וואשינגטאן פאסט. זעה אויך קאמענטס.

https://www.washingtonpost.com/news/act ... autifully/

כלבאשבוע » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 2:28 pm

· #385685
שיינע ארטיקל

https://www.heyalma.com/what-do-my-hasi ... in-common/

תורה ומדע » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 6:41 pm

· #387123
http://www.tabletmag.com/jewish-arts-an ... -boxed-set

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 6:47 pm

· #387124
Re: פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...
פאזיטיווע ליכט אויף אידען און אידישקייט? דאס איז סתם וועגען א בוך וועגען בעלזער בניינים. פארצופאל אידען, אבער זייער רעליגיע איז נישט די נושא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

תורה ומדע » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 7:03 pm

· #387127
ליטוואק פון בודאפעסט
פאזיטיווע ליכט אויף אידען און אידישקייט? דאס איז סתם וועגען א בוך וועגען בעלזער בניינים. פארצופאל אידען, אבער זייער רעליגיע איז נישט די נושא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בכלל נישט, דער שרייבער איז נתפעל פון דער בוך וואס ברענגט ארויס דאס מסירת נפש פון די שארית הפליטה אידען וועלכער האבען זיך געטראפען אינעם בעלזער שטיבעל געזעלשאפט אין נוא יארק סיטי נאכן שואה. אנהייבענדיג פון די איסט סייד, קראון הייטס, קיין וויליאמסבורג און נאכהער אין בארא פארק. ער ברענגט ארויס דאס אייגנארטיקייט פון חסידות אין אידישקייט ווי דאס קען האלטען מענשען אין דעי שווערסטע אומשטענדן און זמנים, און זיי גיבן כח און האפפענונג אויף ווייטער.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 7:05 pm

· #387128
Re: פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...
דער בוך אפשר, דער באשרייבונג דערמאנט עס נישט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

תורה ומדע » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 7:25 pm

· #387132
The two volumes inside the box are big—9×11 1/2 inches—and printed on glossy paper designed to last. Their covers (identical) are altogether remarkable. With the title text above and below, a single integrated graphic appears to present an image of a familiar Brooklyn Hasidic shtibl, with a dozen or so mostly elderly men sitting and learning separately or in groups, and on the walls behind them, massive reproductions of famous scenes of horror: the railroad tracks to a death camp; a crowd of Jews, some in inmates’ clothing, waiting at a rail line; stormtroopers in front of a burning building.

Touch the cover, look at it askance in the glare of your lamp, and the montage becomes instantly evident. The frames of the two largest Shoah photographs are tangibly raised, seemingly superimposed by printers. The profiles of the elderly scholars are glossy, sharply etched against the dull background of those photos within a photo. Above the large photos we read the legend, “And despite all this, we did not forget.” Touching these letters, it is hard to shake the feeling that they are engraved. The top edge of this cover illustration is marked again by a golden chain of generations. At its bottom, images of brown pews fade into an abstract border, inviting the viewer, perhaps, to imagine himself sitting just a few pews over.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 7:26 pm

· #387133
Re: פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...
זיי ברענגען נאך פון דער בוך. זיי דערמאנען נישט זייער איינדרוק פון דער בוך אז דער תורה איז אזוי געוואלדיג וכו׳

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

תורה ומדע » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 7:30 pm

· #387135
דער בוך, החסידים והישרים, איז איינס אין דער וועלט. עס באשילדערט די היסטאריע פון די גאליציאנער און הונגארישער בעלזער חסידים אין די בראשית יאהרען אין נוא יארק און אין בארא פארק. דער חוקר איז א אידישער פראפעססער פון קארנעלל יונווערסיטי וואס ווערט נתפעל פונעם מעססעדש פון דער בוך. שיין, ניין?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 7:35 pm

· #387136
Re: פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...
ער דערמאנט טאקע נישט די נאמען פון די בוך. אז איך וועל עס זע׳ען, וועל איך בל"נ א בליק טוהן. בעלזא אין לעיקוואד האט עס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

תורה ומדע » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 7:45 pm

· #387137
הנה
http://www.bookbelz.com/

הוגה » מוצ"ש יאנואר 19, 2019 10:22 pm

· #422871

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 20, 2019 2:34 am

· #422887
קידוש ה' שאין כמוהו. וואס איז אויכעט א קידוש השם אז ר' אלכסנדר ראפאפארט שליט"א (וועם איך קען נאך אלס יוגנט חבר.) רעדט א נארמאלן ענגליש. און ער רעדט צו די זאך. שלא כמו הרבה מאנ"ש וואס עקעצן און קעקעצן. און רעדן האלב אויף אידיש ווען זיי ווערן אינטערוויאוט אין די מדיא...!

נאר ער איז נישט אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג. וואו לערנען צו רעדן און שרייבן ענגליש איז חזיר טריף...!

לבי ובשרי » פרייטאג מאי 3, 2019 2:39 pm

· #429591
דענק איף אז עס איז פארהאן א ספעציעלער אשכול פאר די ענינים, ווי @שמעקעדיג איז שטארק אקטיוו דאכט זיך. אבער אז מיר געפינען דאס נישט יעצט אויפן מינוט ווען מען דאס דא אהערלייגן.
📎 צניעות.jpg

כלבאשבוע » דינסטאג יולי 9, 2019 10:00 am

· #432873
Ann-Marie Barton

I’m a school bus driver in Sullivan County. I did my first Jewish camp trip today.
Three years ago I moved here and I wondered how so many people can hate our summer visitors.
I guess no matter who the group is... if you put 300,000 people in any small community, it’s going to create havoc. After three summers. I can see how people get frustrated. I’ve been frustrated too.
Then today happened and I felt the need to share this... as I’ve already said... today was my first trip.
I had a bus full of 14 year old boys from one camp and I could not have asked for a better behaved, polite and grateful group of boys. Each one thanked me as they got on my bus and again as they got off. I asked them all not to leave a mess and there was not one thing left on my bus. Not ONE thing!!
I admit I don’t much of their culture. But I read what people post about them and all their bad behavior. I guess if I came each summer to a community that makes it clear that I wasn’t welcome, I wouldn’t try too hard to be nice either.
I’m sure there are always going to be bad apples in every group.... but there were 99 VERY well behaved, polite and grateful boys on our busses today and THAT doesn’t happen by accident. My hat is off to the parents raising these boys.

https://www.facebook.com/groups/uncenso ... 352?sfns=1

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 9, 2019 12:15 pm

· #432884
I guess one polished apple among all the unwelcoming residents...!

החוקר » דינסטאג יולי 9, 2019 9:27 pm

· #432924
Re: פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...
איינע פון די קאמענטארן...
The only bother I have during the summer is their road rules. It’s like they have their own driving manual that says fuck everyone else [emoji23]

לבי ובשרי » מיטוואך יולי 10, 2019 1:15 am

· #432942
ווייסעך נישט צי דאס איז בגדר גוי'יאישע מידיא. אבער 'א ליכט אויף אידישקייט' מסתמא יא.
📎 photo_2019-07-10_01-14-44.jpg

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 10, 2019 7:09 am

· #432946
קוק צוריק צוויי תגובות...

החוקר » דאנערשטאג סעפטעמבער 5, 2019 2:32 pm

· #435812
Re: פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...
Buzzfeed
האט א שיינעם ארטיקל איבער היימישע עמעזאן סוחרים.
https://www.buzzfeednews.com/amphtml/le ... 2LdjfPLwN8

הוגה » מיטוואך יאנואר 1, 2020 11:06 am

· #440677
פרומעט גאלדבערגער שרייבט א שיינע ארטיקל אויף CNN איבער היימישע אידן, אין ליכט פון די שטעכעריי אטאקע אין מאנסי.

https://www.cnn.com/2020/01/01/opinions ... index.html

החוקר » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 2:36 pm

· #446596
Re: פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...
אן ארטיקל איבער היימישע אידען וואס ביישטייערן בלוט פאר קאראונע אנגעשטעקטע.
https://nypost.com/2020/04/23/thousands ... ronavirus/
More than half of donors to Mount Sinai hospital system’s plasma collection have been Orthodox Jews, Dr. David Reich, president and chief operating officer for the system, told The Forward.

במדבר » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 4:10 pm

· #446605
עס ווארימט זייער דאס הארץ. און עס קימט זיך א גרויסע דאנק, פאר אלע בלוט-פלאזמא ביישטייערער, און בפרט פאר די חשוב'ע ארענזשירער ר' חיים לעבעוויטש שליט''א, קודם פארן העלפען ראטעווען מענטשליכע לעבנס.

והשנית, פארן אויפפלאמען, ''די הומעניטארישע פינק, וואס ברענט אין יעדע מענטשענס הארץ''. ביי אזויפיל אידישע קינדער. והאחרון עיקר.

איש פשוט » פרייטאג אפריל 24, 2020 12:18 pm

· #446655
חזק ואמץ אזא קידוש השם נאך אפאר וואכן פון העציגע דעקונג און די מידיע 😂

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 27, 2020 4:50 am

· #446803
איש פשוט: נישט אז ס'וועט עפעס העלפן. די וויסטע אנטיסעמיטן וועללן נאך ווייטער העצן. און אויפקומען מיט נייע בילבולים.

דער יונגערמאן ליפש וועלכער האט געדרייווט די קאר אין ליובאוויטשער רבי'ס קאנוואי/קאראוואן, וועלכער איז אריינגעשטופט געווארן אין די 2 שווארצע קינדער וועלכע האבן זיך געשפיעלט אויפ'ן סיידוואק, דורך א שווארצן דרייווער. האט מיט א וואך פריער געראטעוועט א שווארצע משפחה פון טויט. ווען ער איז אדורכגעגאנגען אום 6 אזייגער אינדערפריה. און ער האט געזעהן רויך ארויס קומען פון זייער אפארטמענט. איז ער ארויפגעלאפן און געקלאפט אין זייער טיר זיי אויפצוועקן...! נו. האט דאס איהם געהאלפן...?! איז איהם דער זכות בייגעשטאנען...?!

החוקר » מאנטאג אפריל 27, 2020 9:46 am

· #446809
Re: פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...
החוקר
אן ארטיקל איבער היימישע אידען וואס ביישטייערן בלוט פאר קאראונע אנגעשטעקטע.
https://nypost.com/2020/04/23/thousands ... oronavirus

משפחה האט אן ארטיקל מיט מער דעטאלן וויאזוי די גאנצע בלוט דרייוו איז צושטאנד געקומען. די אידן געבן זיך אוועק בלב ונפש ממש.

הרה"ח ר' חיים איז אראפגעשפרינגען פון א קאנפערענץ פאר קורצע פופצען מינוט זיך צו באטייליגען אין די לוי' פון זיין ברודער ל"ע. אין א פארקערטע פאל האט די ווייב פון הרה"ח ר' מרדכי אים געהייסן גיין מאכן א וויכטיגע קאנפערענץ רוף פופצען מינוט נאכן געבוירן א קינד למזל טוב שב"ק חוה"מ.

דאס האט מיר געמאכט שמייכלען.
As Chaim Lebovits likes to say of himself, “How did a chassid with lange peyos get to the point where he can reach the top expert in any medical field within half an hour? It’s because my entire education was in Yiddish, and my English is so weak. I never learned the words, ‘I can’t’ or ‘No.’ ”

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 27, 2020 10:51 am

· #446811
איך האב געהערט מער דעטאלן וועגן די פלאסמא סוגיא. עס איז פול מיט פארשידענע פרטים און פרטי פרטים. איינער פון די אנגעשטעקטע וואס דארף נאך היינט א גרויסע ישועה האט א שווער א וועלטס ת"ח, וואס זיצט נישט איין קיין רגע. ער האט געפארשט, מיט זיין באגרעניצטן ענגליש, ווי קען מען טרעפן עפעס אן עקספערימענטאל מעדיצין פאר זיין איידעם, און דערנאך האט ער גע'ארבעט אויף דעם. דאס הייסט, די FDA האט עס נישט אפראווט, און ער האט געוואלט קלינגן סענאטארן און זיי שטופ דערצו, נאר יעצט זענען אידען נישט אזוי באליבט אין וואשינגטאן, צוליעב די רעפארטס פון די אידישער אויפפיראכץ. דעריבער האט ער געטראפן א מענטש וואס ארבעט אין HUD אז ער דארף עס פאר די ארימעלייט פון אמעריקא, און אזוי האט ער געמאכט א בריק צווישען די סענאטארן און די עסקנים, כולל ביקור חולים דלעיקוואד, שוקי ברמן, NYU דאקטוירים ועוד.

יעדער ריר האט געדארפט קאנעקשענס און מוטשעניש, און עס איז דא מסתמא אסאך מענטשן וואס האלטן זיך די עיקר פון די גאנצע מעשה, וויבאלד יעדער האט טאקע אויסגעפעלט.

פאליטיקאנט » דינסטאג מאי 12, 2020 7:46 pm

· #448488
Re: פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...
די ניי יארק טיימס.
https://twitter.com/nytimes/status/1260 ... 25030?s=19

https://www.nytimes.com/2020/05/12/nyre ... ation.html

החוקר » מיטוואך מאי 13, 2020 1:25 pm

· #448532
Re: פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...
א שיינע ארטיקל אין די מאנטריאל גאזעט איבער די אידישע געדאווענאכטס אויף די באלקאנען אין אוטרעמאנט, מאנטריאל.
בלאט: 1 2 3 4