☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #13541

אשכול אן א טיטל #13541

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13541
בלאט: 1 2

— » מיטוואך יאנואר 15, 2020 1:57 pm

· #441531

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אישתישבי » מיטוואך יאנואר 15, 2020 2:03 pm

· #441532
און רוב זענען פאר אזעלכע סיבות, זיי זענען נאר נישט מודה.

chosen people » מיטוואך יאנואר 15, 2020 2:56 pm

· #441537
איך גלייב פאר יעדעם רב האט מען געזאגט אַן אנדערע שקר. די חברה ווייסן יעדע רב זיין שוואכקייט וואס דאס גייט איהם מאכן אינטערשרייבן, און מען קימט גרייט מיט א ליגענט פאר יעדע רב באזונדער, חוץ פון די פאר רבנים וואס זיי ווייסן אז מען דארף נישט בכלל זאגן קיין ליגענט ווייל יעדע חתימה איז ביי זיי א מצוה ַ

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 15, 2020 2:57 pm

· #441538
נאר ער האט צוריקגעצויגן? געוועהן א שמועה אז נאך. עס איז קראנט?

chosen people » מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:03 pm

· #441540
שבת אחים
נאר ער האט צוריקגעצויגן? געוועהן א שמועה אז נאך. עס איז קראנט?

ער איז ביזדערווייל די ערשטע וואס איז ארויסגעקומען מיט זיין אייגענעם כתב נישט נאר א חתימה. און אויכעט אז ער האט געשריבן וואס איז געווען ביהיינד די סיענס פארוואס ער האט גע'חתמ'ט.

real fake news » מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:09 pm

· #441541
כל הכבוד פאר אים פארן ארויסקומען, און עספעשעלי פארן שרייבן די סיבה פארוואס ער האט געחתמט.
(כבין סורפרייזד אז ער האט געחתמט אויף אזא אופן כקען אים אלטס אן ערליכע יוד אן אמתע עובד השם)

פארווע חסיד » מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:13 pm

· #441542
ווער איז גיוועזען די אנדרייער ? דאס איז נאך פארהוילען

פארווע חסיד » מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:20 pm

· #441543
מדארף עס פארשפרייטען אין דער בלאט/איד

chosen people » מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:25 pm

· #441544
פארווע חסיד
ווער איז גיוועזען די אנדרייער ? דאס איז נאך פארהוילען

איך גלייב עס איז געווען אפאר, יעדע איינער פאר אן אנדערע סיבה. אבער די ערשטע מיין איך איז געווען דירענפעלד פון סקווירא.

יין שרף » מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:26 pm

· #441545
פערד איינער (במחילת כבודו הרמה), "מ'האט מיר געזאגט" אז ר' דוד גייט חתמענען, און "מ'האט מיר געזאגט" נאכדעם אז ער האט עס נישט געזאגט.. ועל דעת די "מ'האט מיר געזאגט" האט ער געחתמ'עט און אויך על דעת דעם זעלבן "מ'האט" האט ער צוריק געצויגן... אפשר רופסטו ר' דוד? אפשר ביסטו אליינס מברר? קודם א חתימה..

טראכטכמוני » מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:31 pm

· #441547
.

יין שרף » מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:42 pm

· #441548
טראכטכמוני
אויף דער אריגינעלער קו״ק איז נישטא זיין חתימה ווי קען מען זען די אופדעיטעד ווערסיע?
IMG_20200115_154127_603.jpg

הקטן » מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:51 pm

· #441550
יין שרף
פערד איינער (במחילת כבודו הרמה), "מ'האט מיר געזאגט" אז ר' דוד גייט חתמענען, און "מ'האט מיר געזאגט" נאכדעם אז ער האט עס נישט געזאגט.. ועל דעת די "מ'האט מיר געזאגט" האט ער געחתמ'עט און אויך על דעת דעם זעלבן "מ'האט" האט ער צוריק געצויגן... אפשר רופסטו ר' דוד? אפשר ביסטו אליינס מברר? קודם א חתימה..

ער זעט דאך אז ר' דוד האט נישט געחתמעט

אישתישבי » מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:55 pm

· #441551
הקטן
יין שרף
פערד איינער (במחילת כבודו הרמה), "מ'האט מיר געזאגט" אז ר' דוד גייט חתמענען, און "מ'האט מיר געזאגט" נאכדעם אז ער האט עס נישט געזאגט.. ועל דעת די "מ'האט מיר געזאגט" האט ער געחתמ'עט און אויך על דעת דעם זעלבן "מ'האט" האט ער צוריק געצויגן... אפשר רופסטו ר' דוד? אפשר ביסטו אליינס מברר? קודם א חתימה..

ער זעט דאך אז ר' דוד האט נישט געחתמעט

וואוינט ער דאך אויף אמת לעין, זאגט ער די גאנצע אמת. איי ער קומט ארויס אלץ שוטה? מוטב אהיה שוטה וכו'

הדסים » מיטוואך יאנואר 15, 2020 4:36 pm

· #441555
יין שרף
פערד איינער (במחילת כבודו הרמה), "מ'האט מיר געזאגט" אז ר' דוד גייט חתמענען, און "מ'האט מיר געזאגט" נאכדעם אז ער האט עס נישט געזאגט.. ועל דעת די "מ'האט מיר געזאגט" האט ער געחתמ'עט און אויך על דעת דעם זעלבן "מ'האט" האט ער צוריק געצויגן... אפשר רופסטו ר' דוד? אפשר ביסטו אליינס מברר? קודם א חתימה..

איך האלט נישט אז עס איז שיין צו אטאקירן אין אזא מצב, עס איז גענוג שווער צו ארויסלייגן אזא בריוו. עט ליסט לאז אים נוצן א לייטער אראפ.

תורה ומדע » מיטוואך יאנואר 15, 2020 4:41 pm

· #441556
ממנו יראו וכן יעשו אלע נארמאלער רבנים אויפן צעטיל. הרב שור, הרב פישער, הרב היילפרין, הרב טאובער, און נאך געציילטע אנדערע. סאיז מרפסן איגרא די השחתה פון די מושלי בכיפה.

צפור בודד » מיטוואך יאנואר 15, 2020 5:13 pm

· #441557
כשם שאינו מקבל שכר על הדרישה כך אינו מקבל שכר על הפרישה.

דער אייבישטער זאגט ארדה נא ואראה און יעדער חדר אינגל ווייסט וואס רש"י זאגט אז מ'דארף אליין מברר זיין נאר די גדולים זיי פארלאזן זיך ווייל מ'האט אים געזאגט (איינמאל נישט מברר געווען) פון ר' דוד פיינשטיינ'ס "פסק" (נאך אמאל נישט מברר געווען און אויך גאר א מאדנע פסק) אז אלע רבנים וועלן חתמ'ענען (דריי מאל נישט מברר געווען) און ר' דוד וועט אליין אויך חתמ'ענען (פיר מאל נישט מברר געווען) און איצט איז אים "נתברר" געווארן (לאמיר זאגן אז דאס איז יא א ריכטיגער בירור) אז מען האט געפרעגט ר' דוד פיינשטיין (פינף מאל נישט מברר געווען) און ר' דוד האט געענטפערט (זעקס מאל נישט מברר געווען). און געס וואט ר' דוד האט געענטפערט, "שצריך לברר הדברים".

אלה גדולך ישראל.

יעקב מענטש » מיטוואך יאנואר 15, 2020 5:17 pm

· #441558
איך גיב אים אסאך קרעדיט פארן זיין אזוי אפן און אמתדיג.

וואלווי » מיטוואך יאנואר 15, 2020 6:03 pm

· #441559
אשר נשיא יחטא (ויקרא ד' כ"ב), פי' רש"י וז"ל, לשון אשרי, אשרי הדור שהנשיא שלו נותן לב להביא כפרה על שגגתו, ק"ו שמתחרט על זדונותיו, ע"כ.

ושפ"י.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 15, 2020 7:16 pm

· #441564
[ציטאט אראפגענומען]

איך מיין אז פארדעם אליינס האט זיך שוין געלוינט די גאנצע סומאטוכע מיט די קול קורא און קאנטער קול קורא, פאר די פאר תמימים (ואני הק' בתוכם) וואס פון צייט צו צייט כאפט זיך זיי אריין א ספק אין הארץ אז אפשר דאך ווייסן די רע-בנים וואס זיי רעדן.

גליקלעך » מיטוואך יאנואר 15, 2020 7:37 pm

· #441566
איז דא נאך א רב וואס זאגט קלאר אז ער ציט צוריק פונעם אונטערשריפט?

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 15, 2020 7:53 pm

· #441570
דערווייל לדעתי האבן נאר די רבנים פארלוירן. געמאכט פון זיך א שפאט און געלעכטער. מיט א זינלאזע לעכעריגע קול קורא וואס כמעט קיינער וואס הערט אויס די שיעורים פון ר׳ שמואל ניימאן גייט אן וואס די רבנים זאגן. זייערע קול קורא׳ס קוקט באלד אויס ווי צימערמאן׳ס פראטעסטן יעדן טאג קעגן א צווייטן

ג י ו ו א ל ד ! ! !

בקיצור איך זוך א סופר א יר״ש איינער וואס גייט נישט צום כותל, בחירות, עסט נישט קיין צומות הגידן, אריזאנע ווייץ, הערט נישט קיין קול מבשר און שמואל ניימאןס שיעורים, פארט נישט קיין מיאמי ביעטש, רעדט נישט אויס בין גברא לגברא, גייט נישט מיט קיין געפלאכטענע עטרה, קנעפלעך נאר רעכטס אויף לינקס, וואוינט נישט א מייל אוועק פון סקווירער שטעטל, עסט נאר קמח חדש און שטיצט טראמפ בלינדערהייט...

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך יאנואר 15, 2020 9:57 pm

· #441584

האסט פארגעסן: טראגן מיטן עירוב

שמעון וואלף » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 12:39 am

· #441595
שמחהלע קאפשטיק

תנא ושייר. מאי שייר? גייט נישט מיט קיין שמאלע געפאסטע קליידער

איש את רעהו » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 12:41 am

· #441596
די רבנים החותמים האבן נישט גע'חתמט צוליב הרב פיינשטיין מען האט געברענגט רעקארדירונגען אויף וואס זיי האבן גע'חתמט, ווען עס זאל ווען זיין פאר די פובליק צו ארויסגעבן די רעקארדירונגען וואלטן זיי עס זיכער געטון
עס איז זיכער נישט פאסענד צו גיין דאס אויסשמירן אין די גאס.

קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 1:09 am

· #441599
איש את רעהו
די רבנים החותמים האבן נישט גע'חתמט צוליב הרב פיינשטיין מען האט געברענגט רעקארדירונגען אויף וואס זיי האבן גע'חתמט, ווען עס זאל ווען זיין פאר די פובליק צו ארויסגעבן די רעקארדירונגען וואלטן זיי עס זיכער געטון
עס איז זיכער נישט פאסענד צו גיין דאס אויסשמירן אין די גאס.

וואס פארא פרעצעדענט שטעלט א רעקארדירונג? מעג מען דן זיין דינע נפשות פון א רעקארדירונג? מעג מען איינעם אוועקלייגן פון א רעקארדירונג? נאכן הערן די רעקארדירונג דארף מען נאכאלץ פרעגן דעם באשולדיגטער? אדער מ'קען זיך באגיין אן דעם? וכו' וכו' ?

איש את רעהו » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 1:28 am

· #441600
קורקלענד
איש את רעהו
די רבנים החותמים האבן נישט גע'חתמט צוליב הרב פיינשטיין מען האט געברענגט רעקארדירונגען אויף וואס זיי האבן גע'חתמט, ווען עס זאל ווען זיין פאר די פובליק צו ארויסגעבן די רעקארדירונגען וואלטן זיי עס זיכער געטון
עס איז זיכער נישט פאסענד צו גיין דאס אויסשמירן אין די גאס.

וואס פארא פרעצעדענט שטעלט א רעקארדירונג? מעג מען דן זיין דינע נפשות פון א רעקארדירונג? מעג מען איינעם אוועקלייגן פון א רעקארדירונג? נאכן הערן די רעקארדירונג דארף מען נאכאלץ פרעגן דעם באשולדיגטער? אדער מ'קען זיך באגיין אן דעם? וכו' וכו' ?

ווען מען הערט א רעקארדינג און גביית עדות פון מורי הוראה, האבן דיינים א רעכט צו דן זיין
בזמן ביהמ"ק ווען דיינים האבן געהאט גביית עדות אויף עמיצן אז ער האט געטון נגד התורה באיסורי ד' מיתות בית דין האט מען גענומען דעם איד און אראפגעטראסקעט פון א בנין און געהארגעט מיט א מיתה משונה, מאי שנא

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 4:50 am

· #441606
איש את רעהו
די רבנים החותמים האבן נישט גע'חתמט צוליב הרב פיינשטיין מען האט געברענגט רעקארדירונגען אויף וואס זיי האבן גע'חתמט, ווען עס זאל ווען זיין פאר די פובליק צו ארויסגעבן די רעקארדירונגען וואלטן זיי עס זיכער געטון
עס איז זיכער נישט פאסענד צו גיין דאס אויסשמירן אין די גאס.

דאכט זיך מיר הרב קענטאר שרייבט אנדערש.. So דו ווייסט בעסער ווי די רבנים החותמים אליין..

אישתישבי » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 7:20 am

· #441608
איש את רעהו
קורקלענד
איש את רעהו
די רבנים החותמים האבן נישט גע'חתמט צוליב הרב פיינשטיין מען האט געברענגט רעקארדירונגען אויף וואס זיי האבן גע'חתמט, ווען עס זאל ווען זיין פאר די פובליק צו ארויסגעבן די רעקארדירונגען וואלטן זיי עס זיכער געטון
עס איז זיכער נישט פאסענד צו גיין דאס אויסשמירן אין די גאס.

וואס פארא פרעצעדענט שטעלט א רעקארדירונג? מעג מען דן זיין דינע נפשות פון א רעקארדירונג? מעג מען איינעם אוועקלייגן פון א רעקארדירונג? נאכן הערן די רעקארדירונג דארף מען נאכאלץ פרעגן דעם באשולדיגטער? אדער מ'קען זיך באגיין אן דעם? וכו' וכו' ?

ווען מען הערט א רעקארדינג און גביית עדות פון מורי הוראה, האבן דיינים א רעכט צו דן זיין
בזמן ביהמ"ק ווען דיינים האבן געהאט גביית עדות אויף עמיצן אז ער האט געטון נגד התורה באיסורי ד' מיתות בית דין האט מען גענומען דעם איד און אראפגעטראסקעט פון א בנין און געהארגעט מיט א מיתה משונה, מאי שנא

נו, די בית המקדש שטייט טאקע נישט, ווייסט פארוואס? צוליב אזעלכע רבנים ווי די דרייסיג. שטעל זיך פאר זיי נעמען זיך הרג'נען מענטשן ווייל יצחק שטערען האט אליין געזאגט אז ר' דוד פיינשטיין האט געזאגט וכו'. נאך איין מזל די רבנים האבן גארנישט חוץ אביסל כח מסכים צו זיין צו יצחק שטערן, און נאך איין מזל דער עולם לאכט פין זיי אין די פויסטען.

פערינא » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 9:34 am

· #441617
וואסארא חוצפה, שלא בפניו האט מען גובע געווען עדות. הערשט יעצט האב איך זיך ממש אויפגערעגט.

קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 9:59 am

· #441619
פערינא
וואסארא חוצפה, שלא בפניו האט מען גובע געווען עדות. הערשט יעצט האב איך זיך ממש אויפגערעגט.

ס'איז געווען בפני די רעקארדירונג.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 10:25 am

· #441620
קורקלענד
פערינא
וואסארא חוצפה, שלא בפניו האט מען גובע געווען עדות. הערשט יעצט האב איך זיך ממש אויפגערעגט.

ס'איז געווען בפני די רעקארדירונג.
וריקארדינג כמאה עדות דמיא! כמבואר בש"ס ופוסקים

לעיקוואד » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 12:11 pm

· #441631
ווער איז דער רב קענטער? וואס איז זיין מהות? וואס איז זיין תפקיד? ער איז א חסידישע/ליטווישע?

real fake news » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 12:18 pm

· #441633
אן ערנסטע ליטפאק, כהאב אים אסאך מאל געזען דאווענען ער לייגט אריין א גרויסע עבודה בפרט אין קרי"ש..
קוקט אויס ווי א ערליכע יוד ירא שמים, ער איז א שמייכלדיגע וואוילע וכו'

גדליה » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 12:29 pm

· #441634
[ציטאט אראפגענומען]

וואס הערט מען דארט?

טראכטכמוני » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 12:36 pm

· #441635
פערינא
וואסארא חוצפה, שלא בפניו האט מען גובע געווען עדות. הערשט יעצט האב איך זיך ממש אויפגערעגט.

ס׳איז א שאלה פון איסור והיתר - נישט חושן משפט, סא ס׳מוז נישט זיין דוקא בפניו. (די קו״ק גופא איז אפשר יא בין אדם לחבירו אבער אויף דן צו ער איז א מתיר אסורים דאס מעג מען שלא בפניו)

מאמר קדישין » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 12:48 pm

· #441638
.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 12:50 pm

· #441640
לעיקוואד
ווער איז דער רב קענטער? וואס איז זיין מהות? וואס איז זיין תפקיד? ער איז א חסידישע/ליטווישע?

זיין זון איז 'יוני קענטאר' ע"ה פון לעיקוואד. ער איז אן איידעם ביי די באקאנטע העס משפחה, און פאר דער וואס פארשטייט וואס דאס באדייט, דארף מען גארנישט מער זאגען. אן ערנסטקייט און א תמימות, מיט א פרייליכקייט פון די תמימות ארויס. קוק נאך אלע העס', דזשייקאבס, וואלדמאן'ס, רויזמאן'ס ועוד.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 1:00 pm

· #441642
ליטוואק פון בודאפעסט
לעיקוואד
ווער איז דער רב קענטער? וואס איז זיין מהות? וואס איז זיין תפקיד? ער איז א חסידישע/ליטווישע?

זיין זון איז 'יוני קענטאר' ע"ה פון לעיקוואד. ער איז אן איידעם ביי די באקאנטע העס משפחה, און פאר דער וואס פארשטייט וואס דאס באדייט, דארף מען גארנישט מער זאגען. אן ערנסטקייט און א תמימות, מיט א פרייליכקייט פון די תמימות ארויס. קוק נאך אלע העס', דזשייקאבס, וואלדמאן'ס, רויזמאן'ס ועוד.
גיוו קרעדיט ווען קרעדיט איז דיו!
וואס א נפק"מ פון וועלכע משפחה ער קומט? אויב האט ער אינטערגשריבן און צוריקגעצויגן ווייל ס'צוגעגאנגן מיט שקר און איז ארויס געקומען אין די עפענטליכקייט, נישט נאר געזאגט פאר זיינע ארומיגע, קומט עם קרעדיט

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 2:10 pm

· #441646
איך קום נישט רעדן קעגן אים. איך זאג נאר זיין פערזאנאליטעט. עס איז נישט פאזיטיוו און נישט נעגאטיוו. עס איז.

טראכטכמוני » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 7:56 pm

· #441678
איז דא א וואצעפ גרופ פון רב קענטערס תורה? עצה טובה נוץ יעצט אויס די אפפערטוניטי צו באקומען נאך אפאר טויזענט פאללאוערס!

אדונינו » פרייטאג יאנואר 17, 2020 1:03 am

· #441697
[ציטאט אראפגענומען]

רב ניימאן האט שוין מסביר געווען, אז א ריקארדינג וואס איז געשניטן פון פארדעם און פון נאכדעם, קען מען הערן אינגאנצן א אנדערע מעשה, וכ״ש גביית עדות שלא בפניו, וואס די אידן האבן געהערט א ריקארדינג, אדער סתם ליגנט, אבער ער קען זיי נישט אפּ-פרעגן.

וואלווי » פרייטאג יאנואר 17, 2020 7:15 am

· #441700
טראכטכמוני
פערינא
וואסארא חוצפה, שלא בפניו האט מען גובע געווען עדות. הערשט יעצט האב איך זיך ממש אויפגערעגט.

ס׳איז א שאלה פון איסור והיתר - נישט חושן משפט, סא ס׳מוז נישט זיין דוקא בפניו. (די קו״ק גופא איז אפשר יא בין אדם לחבירו אבער אויף דן צו ער איז א מתיר אסורים דאס מעג מען שלא בפניו)

מה פתאום?

אז מען איז דן אויף דם אדער א שטיק בשר מה דינו איז דאס בעיקר א שאלה פון איסור והיתר פאר די שואל גופא וואס איז דער והועד בבעליו אליינס, ווייל דער שואל טראגט עס נישט צו א צווייטער לכתחילה, נאר אפשר אלס גורם. משא"כ ווען דער שואל איז דן לכתחילה וועגען יענעם איז דאס געהעריגע חושן משפט שאלה אויף א "צווייטער" פון די ערשטע רגע, א געהעריגע שמוע בין אחיכם.

ועיין עוד בתשובה המפורסמת בשו"ת דברי חיים בענין המלמד שטען שדברי האוה"ח הק' לא נכתבו ברוה"ק, ווי ער איז דן אין די יסודות פון רוה"ק וכדו', אבער איז מסיים אז די רוה"ק נידון האט גארנישט מיט די חו"מ חלק, וואס אויף די חו"מ חלק דארף מען באזונדער דן זיין דארט אין שטאט ביי זייער אייגענע מרא דאתרא, (לענ"ד, איז דאס די גרעסערע אויפטו פונ'ם תשובה...).

זאת ועוד, ווען די רבנים בעצמן זענען נישט אויסגעהאלטן מיט'ן זייער פסק קעגן א מענטש, ספעציעל ווען מ'איז עם מפסיד געלט לכתחילה, למשל בכי האי גוונא וואס זיי האבן בפירוש געוואלט אוועק נעמען זיין פרנסה פון די שיעורים, נאך דערצו אן קיין שום אחריות אדער due diligence, זענען זיי "מחויב על פי דין" צו צירוק צאלען פאר הרה"ג ר' שמואל, עד פרוטה האחרונה.

גיי לערן מיט גנבים ברטנורא...

פערינא » פרייטאג יאנואר 17, 2020 7:48 am

· #441703
לייג אוועק אלע ספרים און א זייט.ַדער רב קענטער שרייבט דאך קלאר די ליגענטס וואס מ'נוצט און די קול קורא וועלט. גייט מען און מ'איז גובע עדות שלא בפניו? ס'איז פשוט נישט פראקטיש אויך נישט.

אישתישבי » פרייטאג יאנואר 17, 2020 8:03 am

· #441705
נו, אוודאי נוצט מען ליגענט, מען קומט צו רב קענטאר מען זאגט איין קליינע גרינגע ליגענט, אז ר' דוד וכו', טאמער וואלט ער נאך אלץ נישט מסכים געוועהן וואלטען זיי ממשיך געווען מיט אנדערע ליגענט ווי מיט אויסצוגן פין האלבע רעקארדינג ווי רב ניימאן זאגט, עס איז דא מענטשן וואס מיינען אז מען מעג מאכן חו"נ בשעת א ווסת הגוף וכו'. שניידט מען אויס ווי ער זאגט עס איז דא מענטשן וואס מיינען, און שוין, מען האט א רעקארדינג ווי ער זאגט אז מען מעג מאכן חו"נ בשעת א ווסת. אדער גביית עדות פין א פרוי וואס האט מעיד געוועהן אין בית דין ווען זי האט געוואלט באשמוצן איר מאן, אז רב ניימאן איז שולדיג אין אלעס וכו'. קיין סחורה פעלט נישט. אבער רב קענטאר האט גלייך מסכים געווען, האט נישט אויסגעפעלט צו גיין צו סעיף ב'.

פין דעם רעדט מען דא.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 17, 2020 10:10 am

· #441708
חיבוק ונישוק בשעת א ווסת איז בפשטות מותר. בעל נפש יחמיר צוליעב דער תרומת הדשן.

גראף » פרייטאג יאנואר 17, 2020 10:56 am

· #441712
ליטוואק פון בודאפעסט
חיבוק ונישוק בשעת א ווסת איז בפשטות מותר. בעל נפש יחמיר צוליעב דער תרומת הדשן.
?
איז ווען איז נגיעה אסור?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

ישעיה » פרייטאג יאנואר 17, 2020 12:06 pm

· #441718
גראף
ליטוואק פון בודאפעסט
חיבוק ונישוק בשעת א ווסת איז בפשטות מותר. בעל נפש יחמיר צוליעב דער תרומת הדשן.
?
איז ווען איז נגיעה אסור?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

ליטוואק רעדט פון א טהור'ע פרוי וואס יעצט דארף זי חושש זיין צו א וסת

גראף » פרייטאג יאנואר 17, 2020 12:13 pm

· #441719
תודה רבה , נישט געכאפט. יחי ההבדל הקטן.
איך בין שוין כמעט ארויס געקומען מיט א קול קורא פאשקעוויל אויף ליטוואק....

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

ישעיה » פרייטאג יאנואר 17, 2020 12:34 pm

· #441721
גראף
תודה רבה , נישט געכאפט. יחי ההבדל הקטן.
איך בין שוין כמעט ארויס געקומען מיט א קול קורא פאשקעוויל אויף ליטוואק....

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

אינעם קומענדיגן דור, ווען די רבני ישראל וועלן זיין פארבינדן דורך אינטערנעט פארומס, וועלן טאקע האפנטליך פארמיטן ווערן איבריגע קול קורא'ס...
בלאט: 1 2