וואלוויטראכטכמוניפערינאוואסארא חוצפה, שלא בפניו האט מען גובע געווען עדות. הערשט יעצט האב איך זיך ממש אויפגערעגט.
ס׳איז א שאלה פון איסור והיתר - נישט חושן משפט, סא ס׳מוז נישט זיין דוקא בפניו. (די קו״ק גופא איז אפשר יא בין אדם לחבירו אבער אויף דן צו ער איז א מתיר אסורים דאס מעג מען שלא בפניו)
מה פתאום?
אז מען איז דן אויף דם אדער א שטיק בשר מה דינו איז דאס בעיקר א שאלה פון איסור והיתר פאר די שואל גופא וואס איז דער והועד בבעליו אליינס, ווייל דער שואל טראגט עס נישט צו א צווייטער לכתחילה, נאר אפשר אלס גורם. משא"כ ווען דער שואל איז דן לכתחילה וועגען יענעם איז דאס געהעריגע חושן משפט שאלה אויף א "צווייטער" פון די ערשטע רגע, א געהעריגע שמוע בין אחיכם.
ועיין עוד בתשובה המפורסמת בשו"ת דברי חיים בענין המלמד שטען שדברי האוה"ח הק' לא נכתבו ברוה"ק, ווי ער איז דן אין די יסודות פון רוה"ק וכדו', אבער איז מסיים אז די רוה"ק נידון האט גארנישט מיט די חו"מ חלק, וואס אויף די חו"מ חלק דארף מען באזונדער דן זיין דארט אין שטאט ביי זייער אייגענע מרא דאתרא, (לענ"ד, איז דאס די גרעסערע אויפטו פונ'ם תשובה...).
זאת ועוד, ווען די רבנים בעצמן זענען נישט אויסגעהאלטן מיט'ן זייער פסק קעגן א מענטש, ספעציעל ווען מ'איז עם מפסיד געלט לכתחילה, למשל בכי האי גוונא וואס זיי האבן בפירוש געוואלט אוועק נעמען זיין פרנסה פון די שיעורים, נאך דערצו אן קיין שום אחריות אדער due diligence, זענען זיי "מחויב על פי דין" צו צירוק צאלען פאר הרה"ג ר' שמואל, עד פרוטה האחרונה.
גיי לערן מיט גנבים ברטנורא...
צו זיי קענען אפטייטשן א ברטנורא וויס איך נישט אבער דעם דברי חיים׳ס תשובה האבן זיי זיכער בעסער אפגעטייטשט. דא האט איר צוויי צוטאטן (מיט פרייע איבערזעצונג ‘שטייצעך):
״דער מלמד וואס האט טענה׳ט אז דער אוה״ח האט נישט געהאט רוה״ק איז אן אפיקורס ווייל ער גלייבט נישט אין די גדולי הדור.. וכפר בעיקר רוח הקודש...
...און דו האסט גוט געטוהן מיט׳ן נישט שיקן דיינע קינדער צו עם וישר כוחכם בזה!
אבער לגבי זיין שכר מלמדות קען איך נישט פסק׳נען אן דער בעל דין בלא ראות מעשה הנהגתו, כי אולי משגה בזה, און לגבי דעם קענט איר זיך פארלאזן אופ׳ן ארטיגע מרה הוראה״ עכת״ד.
דאס אז ער איז אן אפיקורס אויב ער האט דעס געזאגט האט דער ד״ח קלאר גע׳פסק׳נט ער האט אפי׳ געהייסן נישט שיקן צו עם... ס״ה אויף זיין וועידש וואס ס׳קומט אים האט ער נישט גע׳פסק׳נט שלא בפניו.