הר"ר יחזקאל יואל גליק שליט"א
איך וויל האבן מער אינפארמאציע איבער הר"ר יחזקאל יואל גליק שליט"א, ער טוט אין שלום בית אין איז א גרויסע פארשטייער.
מה טיבו? איינער האט אים געניצט, איז עס געווען סוקסעספול? וואס זענען זייער שיטות וכ'
עס איז מיר פערזענליך נוגע מפני כמה סיבות !!
איך בעט, איך בעט, איך בעט נאכאמאל, ביטע נאר שיקן נעגעטיווע אינפארמאציע אין אן אישי, פאזעטיווע אינפארמאציע קען מען לייגן פאבליק, אבער איך בעט ברחמים, מען זאל נישט לייגן קיין נעגעטיווע אינפא בריבם, נאכאמאל ביטע נישט לייגן נעגעטיוועי אינפא אין פאבליק
א גרויסן דאנק
א רעלאטיוו נייע משפיע/מדריך זיך געדרייט אין קווינס ישיבה דארט אנגעפאנגן מיט שוואכע בחורים געמאכט קומזיצן מיט זיי גענדיגט מיט גוטע אויך מיט פארברענגען הויכע שמועסן פון דארט צו א פסיכילוג, ער פארמאגט אויך א האטליין ווי ער זאגט אריין שיעורים.
פון די קאליבער יונגעלייט וואס הענגן אין עם גלייב איך זיי דרייען זיך נישטא אויב עפעס נאר אין אייוועלט אפשר פרובירסטו דארט.
איך ווייס פון אסאך אינגעלייט וואס האבן אים געניצט און ער איז געווען זייער סוקסעספול סיי אין שלום בית און סיי אין אנדערע פראבלעמען.
איך ווייס פון אפאר אינגעלייט וואס ער האט אראפגענומען פון פילען
אבער ער גיבט נישט קיין נידעל אויסצוהיילן פראבלעמען מ'דארף שווער ארבעטן מיט זיין מהלך אבער ס'צאלט זיך פיין אויס די ארבעט.
מ'קען הערן די שיעורים אויף קול מים עמוקים 929-250-1000
יונגעלייט שווערן זיך ביי עים
Re: הר"ר יחזקאל יואל גליק שליט"א
<a class="postlink" href="https://www.mayimamukim.com">https://www.mayimamukim.com</a>
א חידוש'דיגער צוזאמשטעל פון א ברייטער מצומצם,
איך קען עטליכע אינגעלייט וואס דרייען זיך ביי אים, און שפייען אזא עטיטוד פון 'וואס וויסטו בכלל צו זאגן פון אמת'ער אידישקייט... ' מיר זענען מקורב צום אור... זיין השפעה איז א געמיש פון אמת'ע יסודות, מיט קליינקעפיגע מסקנות.
קאצקע ציקערער האקט אויפן וועקער....
ער האט א געדאנק אויף טעלעגראם טשענעל אז ווען איינער האקט אויף עפעס מיינט אז ער האט בעצם יענע זאך.
ער דערמאנט וועקער... קיקט אויס ווי ער ליינט עס
Re: הר"ר יחזקאל יואל גליק שליט"א
כהאב געזעהן אין זיין קונטרס אויף שבועות אז ער האקט אויף די מאמענט אז די שרייבערס האבען נישט קיין קלארע אמונה

איך האב עס אויך געזעהן.
ער מיינט לכאורה נישט דאס, ער מיינט צו זאגן אז דו קענסט נישט וויסן צו ער גלייבט צו נישט. ער זאגט נישט אז אלע מאמענט שרייבערס זענען אפיקורסים.
קאצקע ציקער #
איך האב עס אויך געזעהן.
ער מיינט לכאורה נישט דאס, ער מיינט צו זאגן אז דו קענסט נישט וויסן צו ער גלייבט צו נישט. ער זאגט נישט אז אלע מאמענט שרייבערס זענען אפיקורסים.
ער מיינט צו זאגן אז זיי האבן אינערליך ספיקות, אזוי ווי זייער א סך האבן, אפילו זיי כאפן עס נישט צומאל.
נולד מאוחרקאצקע ציקערער האקט אויפן וועקער....
ער האט א געדאנק אויף טעלעגראם טשענעל אז ווען איינער האקט אויף עפעס מיינט אז ער האט בעצם יענע זאך.
איז דא א פראבלעם צו האבן שוועריגקייטן מיט אמונה און עס אויסקלארן? ער האלט זיכער נישט אזוי. סאו דיין פוינט איז אין זיינע אויגן קיין חסרון בכלל.
Re:
קאצקע ציקער #
ער האקט אויפן וועקער....
וואס האט ער געזאגט דערויף? געדענקסט נאך?
Re: הר"ר יחזקאל יואל גליק שליט"א
לעצטנס האט זיך אנגעהויבן צו דרייען אין אונזער ביהמ"ד א איד וואס שמו הולך לפניו אז ער טוט א סאך בענייני (געוועזענע) שלום בית. פי' ער ארבעט מיט גרושים, ער איז זיי מחזק.
איך פערזענליך האב נישט צו שטארק געהאלטן פון זיין גאנצן מהלך, ס'איז א ביסל געווען ווי מ'זאגט אין ענגליש... In your face...!
מיט א פאר וואכן צוריק (אפשר פ' וישב) האט דער עולם געשמועסט אויף א געוויסע פרשה אז ס'איז מסוגל צו שידוכים. האביך מיך אנגערופן... צו זיווג שני אויך? דער איד איז שוין דארט געווען גרייט צו ארבעטן מיט מיר, און אויף מיר, אפשר "מחזק" זיין, מיינענדיג אז איך בין א גרוש. האביך איהם געזאגט... רבי... נישט אזוי שנעל... איך בין נישט איינער פון אייערע קליענטן...!
Re: הר"ר יחזקאל יואל גליק שליט"א
די שמו הולך לפניו האבען מיר שוין ג'הערט, אבער וואס איז די שמו אליין?
Re: הר"ר יחזקאל יואל גליק שליט"א
דעם לעצטן נאמען ווייס איך נישט. נאר מ'רופט עים אויף (הרב) יצחק יודא ב"ר יו"ט ליפא. (אפשר איציק לייב...עפעס). ווען כ'וועל וויסן וועל איך צוריקקומען, בלי"נ.