☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נייע בוך פון רעבעצין חוה שטיין.

נייע בוך פון רעבעצין חוה שטיין.

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13441

טשילער » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 6:34 pm

· #438311
נייע בוך פון רעבעצין חוה שטיין.
היינט "קומט ארויס" די בוך ווי אזוי ער/זי איז אריבער פון זיין א חסידישער פארחנוקטע וויזשניצע בחור אין גיבערס צו או.טו.די. ל"ע ביז אינגאנצן "ארויסקומען" אלטס א פרוי. זיין "דשערני" איז שוין פאר אסאך באקאנט, ער/זי גייט דאך ארויף ווי אומער מ'גיבט איהר א מייק און א קעמערע, אבער אין די פורמאט פון א בוך זענען זאכן מער קלאר און צאמגענומען.
מער און מער סטאדיס זאגן טאקע אז ס'זענען פארהאן אזעלכע וואס זענען געבוירן בעצם מיט די מהות פון א פרוי, און זיי פאנוגען זיך טאקע אין א גוף פון א זכר, און די "עקספעקטעישענס" פון א זכר.
צו דארפן זיי יעצט זיך אינגאנצן טוישן, און אויסזעהן פונקט ווי א פרוי? אדער אפשר קענען זיי ארויסברענגן זייער "פעמענהוד" אויף אנדערע אופנים? דאס לאז איך פאר די גרויס קעפ. אבער פארוואס גיבט ער/זי אויך נישט "ארויס" א בוך אין די שפראך וואס ער/זי טראכט, אין די לשון וואס ער/זי איז נתגדל געווארן -אידיש- !?!


Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk

קורקלענד » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 8:03 pm

· #438317
שוין דא איין נייע אשכול פאר די ביכל. און ס'איז שוין דערמאנט געווארן אין נאך צוויי באזונדערע אשכולות. כ'מיין אז ס'איז גענוג.

א גוט יאר » פרייטאג אפריל 19, 2024 5:21 pm

· #559717
Re:
קורקלענד #
שוין דא איין נייע אשכול פאר די ביכל. און ס'איז שוין דערמאנט געווארן אין נאך צוויי באזונדערע אשכולות. כ'מיין אז ס'איז גענוג.
לינק?