כלליות'דיגער פראבלעם
288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1343
כלליות'דיגער פראבלעם
פארוואס געשעט דאס צו מיר??
כללית'דיגער פראבלעם
SQL ERROR [ mysqli ]
Can't create/write to file '/tmp/#sql_2fab_0.MYI' (Errcode: 28) [1]
עס האט זיך געמאכט א טעכנישן פראבלעם ביים לאדענען דעם בלאט. פארבינד אייך מיט דער אדמינאסטראטור אויב דער פראבלעם האלט אן.
און ס'געשט נאר ווען איך קליק צו זעהן די לעצטע צוגעקומענע תגובה (די קליינע באקסעלע אין די זייט פון יעדן אשכול)
ווען איך גיי אריין צום אשכול אליין ארבעט עס יא.
וואסי פשט?
איך האב עס היינט געהאט אפאר מאל
שוין צרות רבים.. יעצט גראדע ארבעט עס פיין. ארויף און אראפ.
איך האב עס יעצט.
דער פראבלעם האט ווארשיינליך מיט דעם סערווער פירמע. מיר האלטן אן אויג אויף דעם פראבלעם, און מיר האפן אז עס וועט פארראכטן ווערן. דער עולם ווערט געבעטן ווייטער דא צו מעלדן אויב מ'שטויסט זיך אן אין דעם פראבלעם.
ס'נערווירט!!!
איך האב עס אויך געהאט א שיינע פאר מאל היינט, כ'האב מיך פארגעשטעלט אז די מנהלים ווייסן דערפון סא ס'פעלט נישט אויס צו קאמפלעינען, אבער אז זיי בעטן מ'זאל יא קאמפלעינען אידאך מצוה לשמוע דברי חכמים.
די זעלבע ערראר קומט ארויף ווען איך וויל שיקן א פריוואטן מעססעדזש
איך האב עס יעצט ווידעראמאל געהאט, ביים וועלן קוקן א נייע פרייוואטע הודעה.
די פריוואטע הודעה איז סייווי נישט פאר דיר.. יענער האט געמאכט א טעות.
גערעכט, אבער איך האב עס שוין געהאט איינמאל פריער אויך ביים קוקן א פרייוואטע הודעה וואס איז נישט געווען קיין טעות'דיגע.
דזשאסט פאר די רעקארדס: אין די לעצטע 3 מינוט האב איך עס געהאט 5 באזונדערע מאל, אויף באזונדערע פלעצער.
אודך...
ס'א געפערליכע פראבלעם, אבער עס איז נאר פאר א פאר מינוט. זעט אויס ווי א משלחה וחוזרת...
איך האב געהאט די פראבלעם אין קראום, יעצט אין פייער-פוקס ארבעט עס א מחי'.
ביי מיר האט נישט געהאלפן טוישן פון קראום צו עקספלארער. ווארט אפאר מינוט עסטעס מסתם דארט אויך האבן.
ס'ווערט נאר ערגער און ערגער אין מיינע אויגן.
די זעלבע ביי מיר
זר זהבביי מיר האט נישט געהאלפן טוישן פון קראום צו עקספלארער. ווארט אפאר מינוט עסטעס מסתם דארט אויך האבן.
חכם עדיף מנביא.
איים סארי טו הער... 😢
ווי עס קוקט אויס איז די פראבלעם געלעזט, עכ"פ אויף דערווייל, לאמיר האפן אז אכן כן הוא.
ב"ה ס'איז טאקע גענצליך נעלם געווארן די פראבלעם.
א הארציגן דאנק פאר די טייערע חשוב'ע הנהלה פארן אריינלייגן שווערע כוחות אז אלעס זאל קלאפן כסדרן.
וואסי פשט אז איך נישט אריינגיין צו מיינע פריוואטע הודעות? ס'קומט ארויף א בלענק.
מילין אין בפינו לברך ולהודות ולהלל על עזרתכם המרובה בכל עת ובכל רגע ובכל שעה
שמואל הלוימילין אין בפינו לברך ולהודות ולהלל על עזרתכם המרובה בכל עת ובכל רגע ובכל שעה
כאטשיג בעצם בין איך מסכים צום הודאה והילול, איז עס אבער דא נישט קיין באווייז. די סיסטעם האט אונטערגעפאנפעט, און מ'ברויך פארריכטן. דאס איז משורת הדין. לפנים משורת הדין איז ווען מ'גייט אן עקסטרע מייל פאר אונז, לדוגמא, די לייק קנעפל.
יידל; גאנץ קאווע שטיבל בעצם איז א עקסטערע מייל, און איז לפנים משורת הדין.
דאס איז ביז מדת הדין האט זיך אנגערוקט.
יידלשמואל הלוימילין אין בפינו לברך ולהודות ולהלל על עזרתכם המרובה בכל עת ובכל רגע ובכל שעה
כאטשיג בעצם בין איך מסכים צום הודאה והילול, איז עס אבער דא נישט קיין באווייז. די סיסטעם האט אונטערגעפאנפעט, און מ'ברויך פארריכטן. דאס איז משורת הדין. לפנים משורת הדין איז ווען מ'גייט אן עקסטרע מייל פאר אונז, לדוגמא, די לייק קנעפל.
האב איך דיר טאקע געגעבן די עקסטערע מייל דערפאר
זר זהבדאס איז ביז מדת הדין האט זיך אנגערוקט.
און וואס איז דעמאלטס געשען?
האט'סעך אלעס אנגעהויבן גיין ע"פ דין.
יידלזר זהבדאס איז ביז מדת הדין האט זיך אנגערוקט.
און וואס איז דעמאלטס געשען?
זר, דאס איז א גוטס!
כ'האב שטארק הנאה פון א ענטפער וואס שטימט!
ס'טייטש, ביז "מדת הדין" איז געקומען, און אלעס איז געווארן (מ'כלומר'שט) געפירט אויפן מידת הדין, האט געהערט א "לפנים משורת הדין" עפאכע.
נפתליהאב איך דיר טאקע געגעבן די עקסטערע מייל דערפאר
וועלכע עקסטערע מייל האסטו מיר געגעבן?
יא יא איך גלייך אויך זייער ווען עפעס שטימט, אפילו למעשה מאכט עס נישט קיין סענס... (כאפסט?)
שקויעך פאר די קאמפלימענט.
ביי ענק איז אויך געווארן געטוישט די פאנט פון קאווע שטיבל?
נישט ביי מיך
העכער אפט-געפרעגטע פראגעס קען מען מאכען קלענער אין גרעסער אפשר האסטו בטעות געדרוקט דארט
איך האב אויך אזוי געמיינט, אבער איך זעה אז ס'האט נישט צו טון מיט די סייז, נאר בעצם די פאנט איז געווארן געטוישט.
יעצט איז שוין אלעס געהעריג, אבער פאר איין סעקונדע נאכן לאודן די פעידזש איז עס נאך אלס מיט די אנדערע פאנט.
מיר מאכט עס זייער נערוועז, קיינער האט נישט די פראבלעם?
איך זעה נישט גארנישט.
אפשר לייגסטו ארויף א סקרין-שאט?
אויפן סקרין שאט דערקענט זיך עס נישט אזוי שטארק, אבער עפעס א חילוק וועט איר זעהן וויאזוי עס זעהט די ערשטע סעקונדע נאכן לאודן די פעידזש, דערנאך ווערט עס צוריק גרעסער, איך בין מסופק צו ס'איז אביסל א אנדערע פאנט צו ס'איז פשוט א אנדערע סייז, אדער ביידע גאר.
בעפאר

עפטער

איך זעה א שטיקל חילוק.
וועלכע בראוזער?
האסט פרובירט מיט א אנדערע?
גוגל קראם.
איך האב נישט פרובירט א אנדערע ברואזער.
יעצט פרובירט ביי אינטערנעט עקספלויער און ער ארבעט פיין, אלזא ס'איז נאר ביי גוגל קראם.
וואס קען מען טון דערצו? איז עס א כלליות'דיגע פראבלעם ביי אלע וואס נוצן קראם? אדער נאר ביי מיר?
שמואל הלויוואס קען מען טון דערצו? איז עס א כלליות'דיגע פראבלעם ביי אלע וואס נוצן קראם? אדער נאר ביי מיר?
איך נוץ קראום אין כ'האב נישט דעם פראבלעם. מיין עצה פאר דיר איז אז דו זאלסט אויסמעקן די קוקיס און די קעש אין ריסטארטן די קאמפיוטער.
איך האב אויסגעמעקט אלע קעש און קיכעלעך ווי אויך ריסטארד די קאמפיוטער אבער ס'האט גארנישט געהאלפן, נאך מער אייניגע מינוטן נאכן ריסטארדן איז פלוצים אלעס געווארן גאר גרויס נישט נאר די ערשטע סעקונדע נאכן לאודן די פעידזש, אבער א האלבע מינוט דערויף איז אלעס צוריק געווארן געהעריג, ויהי לפלא.
אופס... ס'איז צוריק.
פון די סערווער זייט זעט אלעס אויס בסדר מיטן סייט. איז קאווע שטיבל די איינציגסטע סייט ווי איר שטויסט זיך אן מיט דעם פראבלעם?
יא!
פריער איז עס געווען נאר איין סעקונדע (נאכן לאודן), יעצט איז עס סטעדי.
איך האב אויך נישט דעם פראבלעם אין קראום.