כלליות'דיגער פראבלעם
288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1343
שמעקעדיגדיין לייק אפציע האסטו אויך פארלוירן? LOL
נאדיר צוויי. קאמפענזעישן...
שאלה - אין אישי ווען איז א תגובה ארויסגייענדע פאסט און ווען געשיקטע הודעה?
ארויסגייענדע פאסט מיינט אז עס איז נאכנישט געווארן דעליווערט?
it means that he didnt read it yet
קען איינער מסביר זיין די באדייט פון די מאדנע צורות (א circle מיט ליינס) אויף דיר רעכטע זייט פון די אשכולות ליסטע? ס'זענען דא רויטע און שווארצע, אזעלכע וואס ריקן זיך און עטליכע האבן א רויטע שטערן.
וואס ווייזט עס?
כ'האב אמאל געליינט אז דאס ווייסט אויב ס'איז דא א נייע תגובה אדער אויב איינער ליינען יעצט דעם אשכול, אבער כ'בין נישט קלאר.
רויטע: א אשכול וואס האט באקומען א נייע תגובה זייט דו האסט לעצט באזיכט אונעם אשכול.
שווארץ: א געליינטע אשכול.
רויטע שטערן: א אשכול מיט דיין תגובה.
עס רוקט זיך: נאך א געוויסע מספר תגובות אונעם אשכול, הייבט עס אן פארן.
לעצטענס האב איך פראבלעמען ווען איך פרוביר צו עפענען YouTube ווידיאוס אויף ק"ש. איך קליק און קליק אויפ'ן ווידיאו אבער ס'עפענט זיך נישט, ווי כאילו נישט אים מיינט מען.
איז עס מיין פראבלעם, האט נאך איינער דעם פראבלעם, אדער טעג האט זאגאר אינפעלטרירט מיין סעלפאון? 😮
ס'סאונדט ענדערש א פראבלעם מיט דיין יו-טוב עפפ ווי א פראבלעם פון די ק"ש סיסטעם.
נאך איינער האט מיר געשריבן אין אישי אז ער האט דעם פראבלעם.
וואס הייסט איך האב א פראבלעם מיט מיין יוטיוב עפפ?
איך האב א פראבלעם אז ביי א יו-טוב קליפ ווען איך דרוק דער פלעי קנעפל קומט ארויף
Webpage not available
The webpage at <a class="postlink" href="https://..............">https://..............</a>. might be temporarily down or it may have moved permanently to a new web address.
וואס איך טו געווענליך, איך ק/פ דער קאוד צום סוף און שפיל עס אויפן עפפ...
איינער ווייסט וויזוי מען פיקסט דעס
דו דיליטס דיין היסטערי?
אפטעמיסטנאך איינער האט מיר געשריבן אין אישי אז ער האט דעם פראבלעם.
וואס הייסט איך האב א פראבלעם מיט מיין יוטיוב עפפ?
גם אני בחלומי.
[ציטאט אראפגענומען]
יא איך אויך, אבער נאר אויף מיין פאון.
טויש א בראוזער.
איז פאראן אן עפפ וואס וועט אראפרוקן מיין אוטאמאטישע לעכטיגקייט סעטינג אויף מיין פאון?
קלארער, איך וויל automatic brightness איך וויל נישט דארפן טוישן מעניועלי עטליכע מאל א טאג, אבער די אטאמאטישע ליכטיגקייט איז צו לעכטיג פאר מיר, איך וויל אן אטאמאטיק ברייטנעס וואס וועט אייביג זיין דרייסיג ביז פערציג פראצענט טונקעלער ווי מיין אטאמאטיק ברייטנעס איז איצט.
עמבעדעד ווידיאס אומקליקבאר
ווער קען דא געבן א האנט?
ביז היינט פלעג איך קענען געהעריג קליקן אויף עמבעדעד ווידיאס און עס האט נישט געמאכט קיין פראבלעמען, לעיטלי קען איך נישט קליקן קיין עמבעדעד קליפ, עס איז כאילו עס וואלט דארט געליגן א בילד.. אומקליקבאר.
פראבלעם האב איך אויף מיין ענדרויד סעליולער דיווייס.
@געפילטע פיש @אנאנים
ביזט נישט אליינס. איך האב שוין אויפגעגעבן
איך מיין אז די קאווע שטיבל עפפ האט נישט די פראבלעם, פון אייגענע ערפארונג.
נאנדעהלעס, אויב דרוקט מען דעם ''ציטיר קנעפל" קומט ארויף די לינק פונעם קליפ, און מ'קען דאס אריינפעיסטן אין יו-טוב.
מאטינאנדעהלעס, אויב דרוקט מען דעם ''ציטיר קנעפל" קומט ארויף די לינק פונעם קליפ, און מ'קען דאס אריינפעיסטן אין יו-טוב.
ס'פארגייט שוין אינגאנצן דעם אפעטיט...
ביי דע וועי. איך האב אויך געהאט די פראבלעם אבער דאנק גאט ס'האטצעך אוסגעהיילט.
איך האב אן אנדערן פראבלעם, בטעות האב איך געדרוקט צו פאראייביגן אז ס'זאל זיך עפענן מיט עפעס א צוקראכענע עפפ, נישט יו-טוב, און ס'עפנט זיך נישט קיין שום קליפ, ווי אזוי שטעלט מען צוריק צום דיפאלט?
Settings/apps.
go to the app you've selected as the default, scroll down to "clear default setting"
איז עס בלויז ביי קראום בראוזער?
איך מיין אז אויפן לעצטן ווערסיע פון קראום איז דער באג פארראכטן. האט נישט מיט ק"ש לכאורה.
מאכט טאקע סענס. איך האב אויך געהאט דעם פראבלעם און יעצט איז עס שוין מסודר.
וואס גייט פאר לעצטענס כאפט ק''ש אסאך קורצשלוסן צומאל פון לענגערע שעות ?
ישמעאל הכהןוואס גייט פאר לעצטענס כאפט ק''ש אסאך קורצשלוסן צומאל פון לענגערע שעות ?
I Second that
גם אני מצטרף
און בכלל איז עס לעצטנס געפערליך שטייט, אפילו ווען עס ארבעט שוין יא
אין פארגלייך צו אנדערע סייטס וועלכע לאודן זיך אין א בליץ-סעקונדע, נעמט קאווע שטיבל א לענגערע צייט בשעת מיין מייזל אויפן סקרין דרייט זיך און פרייט זיך
די היינטיגע פראבלעם איז פון אונזער hosting company. מיר אנטשולדיגן זיך פאר די אומבאקוועמליכקייט, און ארבעטן כסדר בעסער צו מאכן די סייט.
בתקוה להבנה.
📎 inmotion.PNG
Root
א נייער מנהל?
העלא!!!
דער איז גארנישט אזא נייער מנהל, Root קען ווען זיין דיין עלטער-זיידע. כאפ א טשיל פלעגט מען זאגן ביינונז. 😮 😂
גערעכט 😮
אפשר בין איך שוין צו אלט און כ'לייד שוין אויפן זכרון 😳
עכ"פ דאס איז זיכער אז מען הערט נישט פון אים און ממילא פארגעסט מען פון אים.
צוריק צום ענין, (כ'ציטער יואב וועט פארמעקן מיין תגובה), קען מען עפעס טון צו פארשנעלערן דעם סיסטעם?
ק''ש איז קרעזי סלאו היינט.
איך אויךק''ש איז קרעזי סלאו היינט.
און היינט.
ס'דא אסאך בובו'ס דא לעצטענס
סאנטא שניידט איבער די קעיבלס מיט זיין שליטן?
הילף מיט דרעפט
איך ארבעט יעצט אויף א אשכול מיט אסאך לינקס; וואלט איינער געוויסט וויאזוי איך מאך אז א דרעפט זאל צוריק ווערן אזוי ווי ווען מ'הייבט אן א נייע תגובה?
כרגע; גראד ווען איך סעיוו א דרעפט מוז איך קאפי פעיסטן צוריק צו א נייע תגובה כדי עס צו קענען געהעריג עדיטן און צולייגן לינקס.
ווער עס האט א סעלושן זאל מיר פליז @טעגן.
פארוואס איז ק'ש דאון די לעצטע פאר נעכט???
Hosting maintenance
פונקט אין אזא פארנומענע טאג ווי פורים?
לעצטנס ווארפט מיר דער שטיבל ארויס יעדער מאל איך באזוך דארף איך פון פריש אריינסיינען הגם איך האב געדרוקט די קנעפל ער זאל מיר געדענקען.
נאך איינער האט דער פראבלעם? עס איז דא דערפאר אן עצה?
אפילו ביזט א גאנצן צייט מיט די זעלבע אינטערנעט קאנעקשען?
יא.
עס מאכט א חילוק טאמער איז עס אן אנדערע קענעקשין?
יא ביי מיר אויך. אויב טוישט זיך פון איינס צום אנדערן ווער איך ארויסגעסיינט אויטאמאטיש
איך האב אן אנדער סארט פראבלעם די לעצטע פאר וואכן.
ס'רוב מאל ווען איך דרוק דעם אראנדזשן קנעפל פאר מיינע נייע אומגעלייענטע הודעות, אנשטאט מיר אהין טראגן, נעמט ער מיר צו א פעידזש בעפאר דעם...
וואס איז פשט. רבש"ע?
און איך האב יעצט אויסגעפונען אז די אראנדזשע קנעפל מיינט דאס! רבש"ע צוויי מאל!
אוי מיי גאש.
נו שוין, אצינד זעה איך שוין די סיבה פון מיין פראבלעם. אלזא אז די מטרה איז אויסגעפירט געווארן און דו ביסט שוין געוואר געווארן, מובטחני אז מיין פראבלעם איז א פארגאנגענהייט און איך בין א געהאלפענער.
אמן.
אויב נישט קענסטו די נומער פון תהלים-כולל.
שמעקעדיגאיך האב אן אנדער סארט פראבלעם די לעצטע פאר וואכן.
ס'רוב מאל ווען איך דרוק דעם אראנדזשן קנעפל פאר מיינע נייע אומגעלייענטע הודעות, אנשטאט מיר אהין טראגן, נעמט ער מיר צו א פעידזש בעפאר דעם...
וואס איז פשט. רבש"ע?
יואש כ'האב געמיינט נאר איך בין משוגע.
איך האב עס נאר געהאט אין די וועטער אשכול, כ'האב געהאלטן אז די פילע בילדער לייגט אן עפעס שוועריקייטן אויפן סיסטעם, היינט איז דער פראבלעם איבעראל.
שמעקעדיגאוי מיי גאש.
נו שוין, אצינד זעה איך שוין די סיבה פון מיין פראבלעם. אלזא אז די מטרה איז אויסגעפירט געווארן און דו ביסט שוין געוואר געווארן, מובטחני אז מיין פראבלעם איז א פארגאנגענהייט און איך בין א געהאלפענער.
וואס איז די סיבה צום פראבלעם? עני אשכול מיט אסאך בלעטער קומט מען אן צו איינס אדער צוויי בלעטער פארן סוף