כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13402
כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
הגם אז די טעמע ווערט שוין דערמאנט אין אנדערע ערטער אויך אין שטיבל, פון דעסטוועגן האלט איך אז עס פארדינט אן עקסטער אשכול.
די יו"ט האב איך גע'עפענט אן עוז והדר משנה ברורה חלק ב', ומה רבתה הפתעתי אז סי' ר"מ און רמ"א האט מען גענצליך אויסגעשניטען. עס איז באקאנט אז פסקי תשובות האט געמאכט אן עקסטער קונטרס אויף די סימנים, אבער דא עגזיסטירט עס אין גאנצען נישט.
האב איך גע'עפענט א משנה ברורה מהדורת דרשו, און דארט האבען זיי געדרוקט די משנה ברורה, אבער אן קיין שום תוספת. אין אלע אנדערע סימנים האבען זיי פסקים שונים מפי רבנים שונים, ריכטיג און נישט ריכטיג אראפ געברענגט, אבער אויף די סימן איז עס שא שטיל.
הערסט הרב קארו? האסט געמאכט א מיסטעיק מיט'ן שרייבען די סימנים, און באמת דער מיסטעיק האט ער געלערנט פון דער טור וואס האט שוין געשריבען די סימנים. אשרי חלקינו אז מיר האבען פארזארגערס וואס צענזורירען די תורה, און אזוי קען יעדער טון וואס ער וויל, אין די עניינים האט ער נישט וואס צו זוכען אין די תורה ואיש הישר בעיניו יעשה. ממש כ'ניאקישקייט אין די סערוויס פון ליבערליזם.
אלץ האט זיך אנגעפאנגען מיטן פארדרייען ישגלנה אויף ישכבנה, און פון דארט איז עס געגאנען אין ווייטער ביז וואו מיר האלטן היינט, ועוד היד נטויה...
עוז והדר איז א קאמפאני מיט א מצומצםדיגער אגענדא באיצטלא פון מחקר. ברצותו מרחיב וברצותו מקצר. סאיז א חוצפה און א פגיעה ארויסצונעמין סימנים שלימים פון שו״ע. ואין פוצה פה.
אויף וויפיל איך בין מסכים אויף דער חוצפה פין אויסשניידן סימנים צוליב אזעלכע שטותים, אבער דא בין איך גראדע צופרידען, ווייל איך דארף נישט אז די הלכות וויפיל גער און תולדות אהרן זענען גערעכט, זאלען זיין אויבגעפסקנט פאר יעדער. נאכדעם וועט מיין טאכטער אדער אייניקעל קיינמאל נישט הנאה האבן אין לעבען.
ואם תאמר, פין ווי ווייס איך אז זיי וועלען אויסארבעטן די הלכה ווי גער? חזקה שליח עושה שליחותו, און כידוע איז המחמיר האט זה משובח.
פלא. ביזט זיכער זיי האבן עס ממש אויגעשניטען נישט איבערגעלאזט אויף א צווייטער חלק וכדו'?
**
הסתכלתי במשנה ברורה עוז והדר שבאוצר החכמה וסי' רמ נדפס שם כרגיל. רק במשנ"ב המבואר שלהם השמיטוהו. כנראה שהם גם מבינים שהביאור נועד לתשב"ר וכל מי שמבוגר מבן י"ח שנה לא יהיה לו הוה אמינה להסתכל בביאור שלהם..
אסאך האבן געהאלטן אז עס איז בעסער בחורים זאלען אויסגעפינען פין דער נודע ביהודה ווי פין מאגאזינען.
לעיקוואדפלא. ביזט זיכער זיי האבן עס ממש אויגעשניטען נישט איבערגעלאזט אויף א צווייטער חלק וכדו'?
**
הסתכלתי במשנה ברורה עוז והדר שבאוצר החכמה וסי' רמ נדפס שם כרגיל. רק במשנ"ב המבואר שלהם השמיטוהו. כנראה שהם גם מבינים שהביאור נועד לתשב"ר וכל מי שמבוגר מבן י"ח שנה לא יהיה לו הוה אמינה להסתכל בביאור שלהם..
איך האב טאקע געמיינט די משנה ברורה המבואר
אין דער בית יהודה חומש לאזט ער גארנישט אויס.ַ די היינטיגע אידיש חומשים צענזורירען אין גרויסען
📎 piskei.jpg
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
רביה''ק זי''עאלץ האט זיך אנגעפאנגען מיטן פארדרייען ישגלנה אויף ישכבנה, און פון דארט איז עס געגאנען אין ווייטער ביז וואו מיר האלטן היינט, ועוד היד נטויה...
וואלסט אפשר געווען גערעכט אויב דעם ווארט "ישגלנה" ווערט געטיישט אזוי ווי דו מיינסט. מיר דאכט זיך אז עס איז א מחלוקת אויב עס מיינט טאקע די מעשה פון באהעפטיגען "כמכחול בשפופרת", אדער כפרש"י אז את איז די זעלבע לשון פון "פלגש" און עס האט א מיינונג ווי "מיוחדת לו". אויב איך האב נישט קיין טעות, ס'דארף זיין א רמב"ן אין חומש אז געוויסע זאכן (און די מעשה זיווג איז איינער פון די משלים) האבען נישט קיין פונקטליכען ווארט אין לשון הקודש זיי אויסצוזאגען.
בכל אופן, ווערטער וואס זענען כתיבן ולא קריין האבען מיר פון חז"ל. ס'איז זייער ווייט פון שכל צו זאגען אז זיי זענען שולדיג פאר די צודרייטקייט (אדער "כ'ניאקישקייט" כלשון ליטוואק) וואס געפונט זיך ביי די דערמאנטע מו"ל פון די ספרי הלכה. וואלט'ן די מענטשען געהאט זייערער וועג וואלט'ן זיי אויסגעמעקט די סימנים אין גאנצען פון שו"ע.
Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk
פארשטייט זיך אז איך האב גערעדט לויט'ן פשוט'ן פשט אז די תיקוני "סופרים" האבן געמאכט עזרא "הסופר" וחבריו, כמבואר במדרש תנחומא פרשת בשלח סי' ט"ז, ולפיכך נקראו ראשונים (עזרא הסופר וחבריו) סופרים שהיו סופרים כל האותיות שבתורה. כ'האב נישט געזאגט אז זיי זענען שולדיג אין די מצב וואו ס'האלט היינט, אבער זיי האבן עס אנגעפאנגען, און די דאזיגע זאכן האבן א טבע צו ווערן מער עקסטערם ווי די צייט גייט פארביי, ועוד היד נטויה. הדא הוא דכתיב פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם.
כ'האב לעצטענס געהערט פון מיין חבר א וויזניץ מאנסי חסיד וואס ער האט געלערנט אין גיבערס, און דארטן איז געווען איינגעפירט אז די בחורים זאלן לערנען יעדן טאג דעם "צעטיל קטן" פון דעם הייליגען ר"ר אלימלך זי"ע - און סעיף ג' שטייט "גם בשעת אכילה וזיווג" יהרהר כנ"ל....
זעהט אויס אז דער רבי האט נישט מורא געהאט אז די בחורים וועלן מהרהר זיין פון זיווג.
האט זיך געמאכט ווי א בחור איז צוגעגעאנגען צום מגיד שיעור פרעגענדיג וואס מיינט זיווג ?
האט ער געענפערט אז זיווג מיינט "טרינקען" ודפח"ח
אין א''י רודערט זיך לעצטנ'ס היתכן די רעגירונג האט ארויסגענומען עקידת יצחק פון די דעי קעיר קריקעלעם זאגנדיג אז עס איז צו שרעקעדיג פאר יונגע קינדער, עפ''ל. וויל איך פארשטיין וואו זענען די קנאים געווען ווען מהאט ארויסגענומען געוויסע פרשיות פאר קינדער זאגנדיג אז עס וועט זיי נאר צומישן? (דאכט זיך אז כהאב אמאל געזען א בריוו פונעם מהרש''ם אנטקעגן דעם עס אנריפנדיג א משכילישע געדאנק.)
כרם זיתאין א''י רודערט זיך לעצטנ'ס היתכן די רעגירונג האט ארויסגענומען עקידת יצחק פון די דעי קעיר קריקעלעם זאגנדיג אז עס איז צו שרעקעדיג פאר יונגע קינדער, עפ''ל. וויל איך פארשטיין וואו זענען די קנאים געווען ווען מהאט ארויסגענומען געוויסע פרשיות פאר קינדער זאגנדיג אז עס וועט זיי נאר צומישן? (דאכט זיך אז כהאב אמאל געזען א בריוו פונעם מהרש''ם אנטקעגן דעם עס אנריפנדיג א משכילישע געדאנק.)
איינער הייבט אן פרשת תזריע פון שני און א צווייטער האט א פראבלעם מיט עקידת יצחק, הא לן והא להו.
שמחהלע קאפשטיקכ'האב לעצטענס געהערט פון מיין חבר א וויזניץ מאנסי חסיד וואס ער האט געלערנט אין גיבערס, און דארטן איז געווען איינגעפירט אז די בחורים זאלן לערנען יעדן טאג דעם "צעטיל קטן" פון דעם הייליגען ר"ר אלימלך זי"ע - און סעיף ג' שטייט "גם בשעת אכילה וזיווג" יהרהר כנ"ל....
זעהט אויס אז דער רבי האט נישט מורא געהאט אז די בחורים וועלן מהרהר זיין פון זיווג.
האט זיך געמאכט ווי א בחור איז צוגעגעאנגען צום מגיד שיעור פרעגענדיג וואס מיינט זיווג ?
האט ער געענפערט אז זיווג מיינט "טרינקען" ודפח"ח
באותו ענין. עס איז אמאל געווען א רבי וועלכע פלעגט פאסטן יעדן שני וחמישי און דערנאך פלעגט ער זיך איינשפארן אין צימער. די חסידים פלעגן רעדן אז דער רבי איז דאן זוכה צו גאר גרויסע גלוים. ויהי היום איינער פון די שוואנצן האבן מחלט געווען אז ער מוז זען ווי דער רבי איז זוכה צו די גרויסע גלוים. איז ער איז געגאנגן און זיך באהאלטן אינעם צומער. זעט ער נישט מער און נישט ווייניגער ווי אויפן טיש איז צוגעגריייט אן אפגעבראטן עוף, ממש די גאנצע גוף אחוץ די פיסלאך און די קאפ. דער רבי קומט אריין, גייט צו צום עוף און פארוואנדלט אים אין א גל של עצמות...
האט דער חאסיד געזאגט אז ערשט יעצט האט ער פארשטאנען פשט אין צעטל קטן ''ולא יסתכל בשעה שבהמה ועוף מזדוגן זה עם זה'', ודברי פי חכם כריין.
(מקור:כ''ק אדמו''ר מטאלנא שליט''א בוויקיליקס שלו)
דאשמועסט מען עס ארום
דא קען מען עס באקומן
כרם זיתפשט אין צעטל קטן ''ולא יסתכל בשעה שבהמה ועוף מזדוגן זה עם זה''
ס'איז א גמרא
איך האב עס אמאל געבארגט פון מיינעם א באקאנטן און איך האב עס נישט. יישר כח הרב ריכטיג פארן טון די ריכטיגע זאך און עס ארויפלייגן.
לכבוד שבועות איז כדאי אנצומערקן באותו ענין, איבער די ניגון פון החזון יוסלע רוזנבלאט ז''ל ''וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען'', וואס אונזערע קינדער וואלטן אין א געווענטליכע יאר יעצט געלערנט אין חדר. אז אויך דא האט ידי הצענזור שולט געווען. בתוך הדברים פרעגט ער, ''ווער וועט אינז נביאה זאגן אויפן סעודוניו?'', און ער ענטפערט ''מרים הנבואה!''. וויינג ווייסן אז אויפן רעקארדירונג הערט זיך עס גאנץ אנדערש, קענטיג נשפע פונעם יידיש טעאטער, ''ווער וועט אונז טאנצן אויפן סעודניו? מרים הנבואה!''...
בלייבט נאר איבער צו וויסן וועלכע רבי האט משנה געווען פונעם ארגינעלעם ניגון.
לעיקוואדפלא. ביזט זיכער זיי האבן עס ממש אויגעשניטען נישט איבערגעלאזט אויף א צווייטער חלק וכדו'?
**
הסתכלתי במשנה ברורה עוז והדר שבאוצר החכמה וסי' רמ נדפס שם כרגיל. רק במשנ"ב המבואר שלהם השמיטוהו. כנראה שהם גם מבינים שהביאור נועד לתשב"ר וכל מי שמבוגר מבן י"ח שנה לא יהיה לו הוה אמינה להסתכל בביאור שלהם..
לעיקוואוד: דו ביסט 100% גערעכט. דער בית יהודא טייטש אויף חומש און רש"י איד געווען עטליכע דורות פריער פון דעם הייליגן עוז והדר שליט"א. ער ברענגט אויך נישט קיין טייטש אויף א סאך פסוקים וואו רש"י איז מפרש א סאבדזשעקט וואס יונגלעך אין חדר דארפן נישט לערנען. די רבי'ס לאזן ממילא אויס די רש"י'ס...!
און די אנדערע ווערטער פון בית יהודה טייטש פארשטייסטו יא?
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
אישתישביאויף וויפיל איך בין מסכים אויף דער חוצפה פין אויסשניידן סימנים צוליב אזעלכע שטותים, אבער דא בין איך גראדע צופרידען, ווייל איך דארף נישט אז די הלכות וויפיל גער און תולדות אהרן זענען גערעכט, זאלען זיין אויבגעפסקנט פאר יעדער. נאכדעם וועט מיין טאכטער אדער אייניקעל קיינמאל נישט הנאה האבן אין לעבען.
ואם תאמר, פין ווי ווייס איך אז זיי וועלען אויסארבעטן די הלכה ווי גער? חזקה שליח עושה שליחותו, און כידוע איז המחמיר האט זה משובח.
טעות… דער לשון איז המחמיר תבוא עליו ברכה. אויף דעם פרעגט דער סלאנימער רבי, און איינער וואס איז נישט קיין מחמיר זאל קיין ברכה נישט קומען אויף אים? איז דער תירוץ: א נארמאלער געזונטער איד וואס איז נישט קיין גרויסער מחמיר איז שוין א געבענטשטער…אבער א מחמיר איז שוין אין א סכנה … און דערפאר דארף ער וויכטיג א ברכה!
Sent from my iPad using Tapatalk
כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
כרם זיתלכבוד שבועות איז כדאי אנצומערקן באותו ענין, איבער די ניגון פון החזון יוסלע רוזנבלאט ז''ל ''וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען'', וואס אונזערע קינדער וואלטן אין א געווענטליכע יאר יעצט געלערנט אין חדר. אז אויך דא האט ידי הצענזור שולט געווען. בתוך הדברים פרעגט ער, ''ווער וועט אינז נביאה זאגן אויפן סעודוניו?'', און ער ענטפערט ''מרים הנבואה!''. וויינג ווייסן אז אויפן רעקארדירונג הערט זיך עס גאנץ אנדערש, קענטיג נשפע פונעם יידיש טעאטער, ''ווער וועט אונז טאנצן אויפן סעודניו? מרים הנבואה!''...
בלייבט נאר איבער צו וויסן וועלכע רבי האט משנה געווען פונעם ארגינעלעם ניגון.
דאס ליד שטאמט פונעם באוואוסטן קעלעמער מגיד, א קנאי, פון די דריי גרעסטע תלמידים פון רבי ישראל סאלאנטער (נישט זיך אויסמישן מיט רבי שמחה זיסל פון קעלם). זע יעקב מארק, די גדולים פון אונזער צייט.
וועלכער נוסח איז די אריגינעלע? די ערשטע מן הסתם נישט ווייל מיר האבן געהאט אסאך נביאים. די צווייטע איז אפשר אריגינעל. נאך אלעם איז ער געווען א ליטוואק. און סע איז שוין מרומז אין תורה ״ותצאנה הנשים בתופים ובמחולות ותען להם מרים״. אגב דער אריגינעלער טייטש פון דאס ווארט אפיקומן האט געמיינט ״טאנצנדיגע מיידלעך״. ….
אויך דאס לידל ״אוי חנוכה אוי חנוכה״ איז צענזורירט.
לידער פון יו״ט ערליך זענען צענזורירט געווארן דורך יוסף משה כהנא. זע עונ״ש פון דוד אסף.
Sent from my iPad using Tapatalk
דורש אמת
לידער פון יו״ט ערליך זענען צענזורירט געווארן דורך יוסף משה כהנא.
Sent from my iPad using Tapatalk
אוי האב איך מיך צאמגערעגט ווען איך האב געהערט די צענזורירטע ווערסיעס פון אים
ער איז פארנומען פירן א מערכה קעגן "מעתיקים", בעת וואס "מגיהים" זענען די זעלבע באנדיטן
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
מנחם ציוןדורש אמת

אויך האט ער אויסגעמעקט דעם נאמען פונעם מחברטע פון 6 לידער ווייל זי איז ארויס פונעם סיסטעם.
Sent from my iPad using Tapatalk
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
טאמבל סאס #
ווען אל-ג׳אזירא וואלט ווען געוועהן א תמימות׳דיגע נייעס אגענטור ביסטו גערעכט.
אבער אין פאקט איז עס א פראפעגאנדע מאשין פארשלייערט אלץ נייעס אגענטור, אזוי ווי ס׳האט זיך שוין ארויסגעשטעלט איינמאל און נאכאמאל.
און רעד שוין נישט פון די באהאלטענע אנטי-ישראל פראפעגאנדע, נאר פון אפענע שקרים וואס זיי האבן געפעדעלט וויסענדיג אז ס׳איז פאלש, און די ערגסטע אפענס איז געוועהן ביים אויפרייס אינעם אל-אהלי שפיטאל וואס אפילו נאך ס׳איז אויפגעוויזען געווארען אלץ א ראקעט וואס די פאליסטינער אליינס האבן געווארפען, האט אל ג׳זירה נאך אלץ באשמיצט די מדינה אז זיי האבן עס געטוהן.
איך האלט אז די מדינה איז צי נייס צי זייערע שונאים, זיי וואלטן שוין לאנג געדארפט ארויסווארפן אל-ג׳זירה, און בכלל טריטען זיי די טעראריסטען צי שיין.
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
ליטוואק פון בודאפעסט #
הגם אז די טעמע ווערט שוין דערמאנט אין אנדערע ערטער אויך אין שטיבל, פון דעסטוועגן האלט איך אז עס פארדינט אן עקסטער אשכול.
די יו"ט האב איך גע'עפענט אן עוז והדר משנה ברורה חלק ב', ומה רבתה הפתעתי אז סי' ר"מ און רמ"א האט מען גענצליך אויסגעשניטען. עס איז באקאנט אז פסקי תשובות האט געמאכט אן עקסטער קונטרס אויף די סימנים, אבער דא עגזיסטירט עס אין גאנצען נישט.
האב איך גע'עפענט א משנה ברורה מהדורת דרשו, און דארט האבען זיי געדרוקט די משנה ברורה, אבער אן קיין שום תוספת. אין אלע אנדערע סימנים האבען זיי פסקים שונים מפי רבנים שונים, ריכטיג און נישט ריכטיג אראפ געברענגט, אבער אויף די סימן איז עס שא שטיל.
הערסט הרב קארו? האסט געמאכט א מיסטעיק מיט'ן שרייבען די סימנים, און באמת דער מיסטעיק האט ער געלערנט פון דער טור וואס האט שוין געשריבען די סימנים. אשרי חלקינו אז מיר האבען פארזארגערס וואס צענזורירען די תורה, און אזוי קען יעדער טון וואס ער וויל, אין די עניינים האט ער נישט וואס צו זוכען אין די תורה ואיש הישר בעיניו יעשה. ממש כ'ניאקישקייט אין די סערוויס פון ליבערליזם.
אויפ'ן בעל עוז והדר (הרב יושע לייפער) איז אינגאנצן נישט קייין חידוש. ער וויל אייביג זיין אויף די ריכטיגע זייט פון די "פרומע" הוגי דיעות.
אויך דאס איז נישט קיין חידוש אז זיין חיבור/קאמענטאר/פירוש איז פול מיט בורות און נישט ריכטיגע אינפארמאציע. זיין "פירוש" אויף די בלע"ז ווערטער פון רש"י איז א דזשאוק. מ'קען מיינען אז א 5 יעריג קינד האט עס געשריבן.
דרשו איז שוין מער צו די זאך. נאר זיי ווילן אויך געפעללן פאר סאטמאר. זיי (און דער מייסד) זענען דאנקבאר אז סאטמאר האט זיי נישט גע'אסר'ט. אזוי ווי א יעדע אנדערע זאך אין אידישקייט וואס זיי האבן נישט "אויפגעטראפן". אפילו די מענטשן וועלכע ערשיינען אין זייערע אדווערטייזמענטס זענען אויך פון ריכטיגן שניט. מיט גרויסע (שיעור) פיאות און די העמד געקנעפלט רעכטס אויף לינקס. (כדרך בגדי נשים).
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
קהל'ס נער #
טאמבל סאס #
ווען אל-ג׳אזירא וואלט ווען געוועהן א תמימות׳דיגע נייעס אגענטור ביסטו גערעכט.
אבער אין פאקט איז עס א פראפעגאנדע מאשין פארשלייערט אלץ נייעס אגענטור, אזוי ווי ס׳האט זיך שוין ארויסגעשטעלט איינמאל און נאכאמאל.
און רעד שוין נישט פון די באהאלטענע אנטי-ישראל פראפעגאנדע, נאר פון אפענע שקרים וואס זיי האבן געפעדעלט וויסענדיג אז ס׳איז פאלש, און די ערגסטע אפענס איז געוועהן ביים אויפרייס אינעם אל-אהלי שפיטאל וואס אפילו נאך ס׳איז אויפגעוויזען געווארען אלץ א ראקעט וואס די פאליסטינער אליינס האבן געווארפען, האט אל ג׳זירה נאך אלץ באשמיצט די מדינה אז זיי האבן עס געטוהן.
איך האלט אז די מדינה איז צי נייס צי זייערע שונאים, זיי וואלטן שוין לאנג געדארפט ארויסווארפן אל-ג׳זירה, און בכלל טריטען זיי די טעראריסטען צי שיין.
זיי געבן אבער א פלאטפארמע פאר אזעלכע צודרייטע ברואים ווי ישראל דויד ווייס. און ער הייבט אייביג אן זיינע "דרשות" מיט די איסלאמישע "ברכה"...אינש'אללאה (מיט די הילף פון אללאה...און ער זעהט בכלל נישט קיין סתירה צו זיין בארד און פיאות און חסיד'ישן לבוש. שוין אפגעזעהן פון די שנאת ישראל וואס ער פרעדיגט.
אן אראבישער אינטערוויוער וואס רעדט ענגליש פון על-דזשאזירא האט איהם אמאל געפרעגט..."לויט דיינע ווערטער וואס דו זאגסט קומט דאך אויס אז דו ביסט א "סעלף העיטינג דזשו".
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
ווען גייען זיי צענזירען די זמירות? די ערשטע גייט גיין אזמר בשבחון פון די אר"י הקדוש. בטיש בטישין.
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
יאסל ראקאווער #
ווען גייען זיי צענזירען די זמירות? די ערשטע גייט גיין אזמר בשבחון פון די אר"י הקדוש. בטיש בטישין.
און יחבק לה בעלה...
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
שמחהלע קאפשטיק #
יאסל ראקאווער #
ווען גייען זיי צענזירען די זמירות? די ערשטע גייט גיין אזמר בשבחון פון די אר"י הקדוש. בטיש בטישין.
און יחבק לה בעלה...
און 'ימינא ושמאלא וב....'
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
קהל'ס נער #
טאמבל סאס #
ווען אל-ג׳אזירא וואלט ווען געוועהן א תמימות׳דיגע נייעס אגענטור ביסטו גערעכט.
אבער אין פאקט איז עס א פראפעגאנדע מאשין פארשלייערט אלץ נייעס אגענטור, אזוי ווי ס׳האט זיך שוין ארויסגעשטעלט איינמאל און נאכאמאל.
און רעד שוין נישט פון די באהאלטענע אנטי-ישראל פראפעגאנדע, נאר פון אפענע שקרים וואס זיי האבן געפעדעלט וויסענדיג אז ס׳איז פאלש, און די ערגסטע אפענס איז געוועהן ביים אויפרייס אינעם אל-אהלי שפיטאל וואס אפילו נאך ס׳איז אויפגעוויזען געווארען אלץ א ראקעט וואס די פאליסטינער אליינס האבן געווארפען, האט אל ג׳זירה נאך אלץ באשמיצט די מדינה אז זיי האבן עס געטוהן.
איך האלט אז די מדינה איז צי נייס צי זייערע שונאים, זיי וואלטן שוין לאנג געדארפט ארויסווארפן אל-ג׳זירה, און בכלל טריטען זיי די טעראריסטען צי שיין.
DONE
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
יאסל ראקאווער #
ווען גייען זיי צענזירען די זמירות? די ערשטע גייט גיין אזמר בשבחון פון די אר"י הקדוש. בטיש בטישין.
נאך א מזל אז דער זמר אזמר בשבחין איז געשריבן אין אראמיש. וואס די עמי הארצים פארשטייען נישט. ווען ס'וואלט געווען געשריבן אין אידיש אדער לשה"ק וואלט די התאחדות שוין לאנג ארויסגעגעבן אן איסור דאס צו זינגען.
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
@קהל'ס נאר, קען זיין ס'איז אמת אבער ס'איז נישט פאר א גאווערנמענט מחליט צוזיין ווייל לו יצוייר די גאווערנמענט זאגט עס פאר סיי ווער ס'קריטיקירט זיי?
אויך האבן מענטשן א גוטע שמעק און דיע נייעס אגענטורן וואס רעפארטן מיט אן אגענדע זענען גוט באוואוסט. מ'ברויך נישט דערפאר בעננען. זיי זענען דאך נאר א נייעס אגענטור נישט אן ארעם פון א טעראר גרופע, נישט אזוי?
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
משה רבקש #
שמחהלע קאפשטיק #
יאסל ראקאווער #
ווען גייען זיי צענזירען די זמירות? די ערשטע גייט גיין אזמר בשבחון פון די אר"י הקדוש. בטיש בטישין.
און יחבק לה בעלה...
און 'ימינא ושמאלא וב....'
ס'איז דא נאך חרוזים. נאך א מזל אז ס'איז נישט דא (אדער מ'קען נישט טרעפן) עפעס וועגן ציונות.
הרב ש.ב. מרגליות און הרב ישראל מ. סופר וועלן שוין עפעס טרעפן.
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
בד"וו וואס מיינט בטיש בטישין?
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
ווען די ווערסט געוואור לאז מיר וויסן וויאזוי מ'שרייבט עס אויף א פובליק פארום. די ניגון רעדט דאס פון די סוד. ער זינגט וועגן סודא דילא. ותרתי משמע.
כפטיש בטיש ויפוצץ כתישין, פגישת אור אחד בחבירו נקרא בטישה.

נישט פארשטאנען. שיק מיר באישי ברחל בתך הקטנה און איך וועל שוין שרייבן אויף א פובליק פארום.
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
לכה דודי טייטשן אויף יודיש קען איינער?
וְהָיוּ לִמְשִׁסָּה ״שֹׁאסָיִךְ״
וְרָחֲקוּ כָּל ״מְבַלְּעָיִךְ״
Re:
מנחם ציון #
דורש אמת
לידער פון יו״ט ערליך זענען צענזורירט געווארן דורך יוסף משה כהנא.
Sent from my iPad using Tapatalk
אוי האב איך מיך צאמגערעגט ווען איך האב געהערט די צענזורירטע ווערסיעס פון אים
ער איז פארנומען פירן א מערכה קעגן "מעתיקים", בעת וואס "מגיהים" זענען די זעלבע באנדיטן
און דעם באקאנטען ״יאקאב״
״די קריגסט די ״שענסטע״ כלה אויף דער וועלט
איז געווארן געטוישט ביי עהם אויף ״בעסטער״ כלה.
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
יאסל ראקאווער #
ווען גייען זיי צענזירען די זמירות? די ערשטע גייט גיין אזמר בשבחון פון די אר"י הקדוש. בטיש בטישין.
מיינסט כתיש כתישין? בטיש בטישין איז נישט עפעס ווער ווייסט וואס...
Re: Re:
היום #
מנחם ציון #
דורש אמת
לידער פון יו״ט ערליך זענען צענזורירט געווארן דורך יוסף משה כהנא.
Sent from my iPad using Tapatalk
אוי האב איך מיך צאמגערעגט ווען איך האב געהערט די צענזורירטע ווערסיעס פון אים
ער איז פארנומען פירן א מערכה קעגן "מעתיקים", בעת וואס "מגיהים" זענען די זעלבע באנדיטן
און דעם באקאנטען ״יאקאב״
״די קריגסט די ״שענסטע״ כלה אויף דער וועלט
איז געווארן געטוישט ביי עהם אויף ״בעסטער״ כלה.
די ווערטער "איך האב א טאכטער יונג און שעין איך וועל דיר געבן פאר א כלה.. יאקאב.."
האבן זיי יא געלאזט?
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
.
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
סוף טוב הכל טוב #
יאסל ראקאווער #
ווען די ווערסט געוואור לאז מיר וויסן וויאזוי מ'שרייבט עס אויף א פובליק פארום. די ניגון רעדט דאס פון די סוד. ער זינגט וועגן סודא דילא. ותרתי משמע.
כפטיש בטיש ויפוצץ כתישין, פגישת אור אחד בחבירו נקרא בטישה.
נישט פארשטאנען. שיק מיר באישי ברחל בתך הקטנה און איך וועל שוין שרייבן אויף א פובליק פארום.
איינער פון מיינע רבי'ס (נישט דער הייליגער יארמער. מהר"א פון קר"י) האט אמאל געזאגט..."ווער ס'פארשטייט, פארשטייט".
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
berlbalaguleh #

מיין רבי האט געזאגט דער וואס פארשטייט קען אויך מסביר זיין, אבער אז עס פעלט אין הסברה פעלט אין הבנה

אבער נישט יעדער וואס פארשטייט און קען מסביר זיין,
וויל אויך מסביר זיין?