☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מסע המלכות פון אדמו"ר מסאטמאר קיין ארץ ישראל תש"פ

מסע המלכות פון אדמו"ר מסאטמאר קיין ארץ ישראל תש"פ

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13279

יישר כח באשעפער » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 5:08 pm

· #434774
מסע המלכות פון אדמו"ר מסאטמאר קיין ארץ ישראל תש"פ
פיבערהאפטיגע הכנות גייען אן אין די חדשים צום גרויסען נסיעה פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר וויליאמסבורג שליט"א קיין ארץ ישראל עפענט מען אן אשכול ווי מען וועט קענען ארום רעדן איבער די גרויסע מסע הקודש!!!! צהלי ורוני יושבת ציון

שמעון וואלף » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:47 am

· #434806
ווי קען מען זיך מעלדן ארויסצוהעלפן בעסקנות?

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 18, 2019 1:39 am

· #434925
אין אייוועלט ביי היכל הנגינה

yerushalmi » זונטאג סעפטעמבער 8, 2019 10:28 pm

· #435965
אדמו"ר שליט"א ביים דרשה ביום היארצייט האט געזאגט אז ווער עס פלאנט מיט צופארן מיט אים זאל לערנען ויוא"מ מאמר ישוב א"י סוף ס' קל"ג

שמעון וואלף » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2019 12:09 am

· #435969
yerushalmi
אדמו"ר שליט"א ביים דרשה ביום היארצייט האט געזאגט אז ווער עס פלאנט מיט צופארן מיט אים זאל לערנען ויוא"מ מאמר ישוב א"י סוף ס' קל"ג

אפשר קען איינער זיין אזוי גוט און ארויפשטעלן דא דאס שטיקעלע פאר די וואס פארמאגן נישט דעם ספר

calculator » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2019 2:26 pm

· #435992
yerushalmi
אדמו"ר שליט"א ביים דרשה ביום היארצייט האט געזאגט אז ווער עס פלאנט מיט צופארן מיט אים זאל לערנען ויוא"מ מאמר ישוב א"י סוף ס' קל"ג


הא הא הא, ר' זלמן לייב איז אינגאנצען משוגע? ער קומט דאך פון ארץ ישראל, ער האט דאך געוואוינט אין א"י אפאר יאר, ער ווייסט גאנץ גוט אז פון אהין גיין געשענט גאר נישט. וואס פונקטליך וויל ער, וואס האט ער מורא, און וואס גייט אויפטוען נאכן לערנען ויואל משה סימן קלג' ??

איסר האטלקי » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2019 6:35 pm

· #436005
פון וואו זאל ער וויסן? ער איז אהין געפארן נאר נאכן עס לערנען, ער מיינט אז טאקע דערפאר איז גארנישט געשען. א שאד ער ליינט נישט קאווע שטיבל.

yerushalmi » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2019 7:11 pm

· #436007
calculator
yerushalmi
אדמו"ר שליט"א ביים דרשה ביום היארצייט האט געזאגט אז ווער עס פלאנט מיט צופארן מיט אים זאל לערנען ויוא"מ מאמר ישוב א"י סוף ס' קל"ג


הא הא הא, ר' זלמן לייב איז אינגאנצען משוגע? ער קומט דאך פון ארץ ישראל, ער האט דאך געוואוינט אין א"י אפאר יאר, ער ווייסט גאנץ גוט אז פון אהין גיין געשענט גאר נישט. וואס פונקטליך וויל ער, וואס האט ער מורא, און וואס גייט אויפטוען נאכן לערנען ויואל משה סימן קלג' ??

וועגן דעם האט ער נישט געזאגט אז מען זאל בכלל נישט מיטפארן.....

היסטאריקער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:39 pm

· #436037
איסר האטלקי
פון וואו זאל ער וויסן? ער איז אהין געפארן נאר נאכן עס לערנען, ער מיינט אז טאקע דערפאר איז גארנישט געשען. א שאד ער ליינט נישט קאווע שטיבל.


קיינמאל עס נישט געלערענט

לייענט זיכער קאווע שטיבל

היסטאריקער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:41 pm

· #436038
yerushalmi
calculator
yerushalmi
אדמו"ר שליט"א ביים דרשה ביום היארצייט האט געזאגט אז ווער עס פלאנט מיט צופארן מיט אים זאל לערנען ויוא"מ מאמר ישוב א"י סוף ס' קל"ג


הא הא הא, ר' זלמן לייב איז אינגאנצען משוגע? ער קומט דאך פון ארץ ישראל, ער האט דאך געוואוינט אין א"י אפאר יאר, ער ווייסט גאנץ גוט אז פון אהין גיין געשענט גאר נישט. וואס פונקטליך וויל ער, וואס האט ער מורא, און וואס גייט אויפטוען נאכן לערנען ויואל משה סימן קלג' ??

וועגן דעם האט ער נישט געזאגט אז מען זאל בכלל נישט מיטפארן.....


אזוי? פאר וועם איז די וועד הנסיעה מיט האלב אימזיסטע טיקעטס?

yerushalmi » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 7:00 pm

· #436047
היסטאריקער
yerushalmi
calculator
yerushalmi
אדמו"ר שליט"א ביים דרשה ביום היארצייט האט געזאגט אז ווער עס פלאנט מיט צופארן מיט אים זאל לערנען ויוא"מ מאמר ישוב א"י סוף ס' קל"ג


הא הא הא, זלמן לייב איז אינגאנצען משוגע? ער קומט דאך פון ארץ ישראל, ער האט דאך געוואוינט אין א"י אפאר יאר, ער ווייסט גאנץ גוט אז פון אהין גיין געשענט גאר נישט. וואס פונקטליך וויל ער, וואס האט ער מורא, און וואס גייט אויפטוען נאכן לערנען ויואל משה סימן קלג' ??

וועגן דעם האט ער נישט געזאגט אז מען זאל בכלל נישט מיטפארן.....


אזוי? פאר וועם איז די וועד הנסיעה מיט האלב אימזיסטע טיקעטס?

איך פרעג די זעלבע קשי' ס'איז מיר פשוט שווער געווען לענ"ד וואלט ווען א סאטמארע רבי געדארפט זאגען קיינער זאל נישט מיטקומען.....

שאראש-פאטאק » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 8:36 pm

· #437478
@KollelNiyes: WHOA: Mhrz"l to make Hadluka in Miron during his Nesiye at the massive Bieyan Hadluka Lot (it's bigger than Toldes Aharon lot).

calculator » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 8:17 am

· #438434
ארי עלה מבבל!
ארי עלה מבבל!


גילי מאד בת ציון הריעי בת ירושלם הנה מלכך יבוא לך צדיק!


חד מינן כי סליק להתם עדיף כתרי מינייה!


ארץ ישראל וואס איז היינט די תורה צענטער פון די אידישע וועלט, ווי מען זעהט נאך א שטייגער כעין אמאליגע תלמידי חכמים, מתמידים בתורה, און בכלל נאטירלעכע אידן, גרייט זיך צו ווערן איבערגעדרייט און אפ געבן די כבוד פאר אונזער הייליגע תורה, און ווייזען פאר פרייע די וועלט לא אלמן ישראל, ענק האבן נישט געקענט דורך פירן וואס ענק האבן געפלאנט, עס איז נאך דא אין כלל ישראל אזא איד ווי ר' זלמן לייב טייטלבוים וואס טראץ זיין לעבן פון אלץ קינד האט ער געפירט ווי א יעדע דורכשניטלעכע איד, און כל גדולתו וחשובתו איז, אז ער איז א רעביש קינד א בנש"ק, און וואס טראץ דעם אייבערשטען'ס נאמען איז געווארן פארשוועכט צענדליגע מאל דורך אים און זיין ברידער, האט דאס דער אייבערשטער אים פארגעבן און פארצייט, און האט אים דערהויבן העכער אלע אידן, און געקרוינט צו זיין מלך און שולט זיין אויף כלל ישראל, און אים פאראייניגט מיט אינזער תורה כתרין רעין דלא מתפרשין, ווי ווען מען זעהט דעם איד זעהט מען די כבוד פון אינזער תורה, די חכמה פון אינזער תורה ווי עס שטייגט איבער אלע חכמות פון די וועלט. אויף אזוי ווייט האט אים דער אייבערשטער דערהויבן, אז ער האט אים געשאנקן אז ער זאל נישט ברויכן טראגן אויף זיך די מינדיסטיגע דאגה אויף זיין עולם הזה, דאס שיינע גרויסע קאר וואס ניטאמאל אין טרעפיק דארף ער זיצן ווי דער אייבערשטער שטעלט אים צו אן עסקאר, און זיינע טייערע רייכע בגדים, און משרתים און גבאים פון אלע זייטן, ווי ניטאמאל א קליין זעקל ברויך ער שלעפן.
עכ"פ אונז אמעריקאנע מגושמים האבן נישט די שכל אים אויסצוניצן ריכטיג, אבער ענק תושבי ארצינו הקדושה, וואס אטעמען אוירא דא"י, וואס די תורה האט נאך א שטיקל חשיבות גרייט'ס ענק צו, תלמידי חכמים גרייט'ס ענק, איר האט עפעס ספיקות און א שווערע תוספות, צו און א רשב"א, צו אפילו אין א תשובה אין נודע ביהודא גרייט'ס ענק אן, און אז נישט קוקט'ס ענק עפעס גוט פאר און גרייט'ס ענק אן, און מאכט'ס שוין אן אפויטמענט צו אריבער קומען קומעדיגע וואך פארברענגען און תורה מיט דעם גאון און תורה ריז, אדער עכ"פ זעהן זיין ליכטיגע צורה, און הערן זיינע דרשות וואס עס פארגליווערט יעדן צוהערהער.
איר קענט ריפן דעם דעם הויפט משמש זיינעם, "שמואל טייטלבוים" וואס באדינט אים ווי יהושע בן נון האט באדינט משה רבינו, אויף 917-575-5181.

@הנוי והנצח פארגעס נישט עס צו פארשרייבן אין די היסטאריע, וואס וועט דעפיינען די תש"פ יארן?

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 17, 2019 7:41 am

· #438581
לא דוקא תש"פ.
היסטאריע חזר'ט זיך איבער.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2514">viewtopic.php?f=33&t=2514</a><!-- l -->

calculator » זונטאג נאוועמבער 17, 2019 2:26 pm

· #438606
מעלדונג פון רבין'ס שטוב: פאר די אלע וואס קענען יעצט נישט מיטפארן מיטן רבי'ן קיין ארץ ישראל, קענען זיך נאך מיטכאפן 2 וואכן ארום ווען די רבי וועט פארן קיין מיאמי צי מחזק זיין די ארטיגע אידן.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 4:54 pm

· #439115
מהרי"י מסאטמר הגיע לבני ברק; חסידי מהר"א עזבו את העיר

דאס בעיבישקייט איז דאך למעלה מהשגת אנוש.

צעיר בישראל » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 8:38 am

· #439152
רביה''ק זי''ע
מהרי"י מסאטמר הגיע לבני ברק; חסידי מהר"א עזבו את העיר

דאס בעיבישקייט איז דאך למעלה מהשגת אנוש.

סשטייט אז סאיז לבקשת המשטרה. ניין? יודע צדיק נפש בהמתו

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 4:10 pm

· #439176
ס'איז גראדע יא בהשגת אנוש.

יין שרף » מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 8:09 pm

· #439231
וועלכע פינגער גייט משיח ווייזן??

יין שרף » זונטאג דעצעמבער 1, 2019 7:53 pm

· #439399
Re: מסע המלכות פון אדמו
יין שרף
וועלכע פינגער גייט משיח ווייזן??
געטראפן משיח'ס טרעקטאר..

http://cloud.tapatalk.com/s/5de460be13712/4_5991112209755800024.mp4

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 10:08 pm

· #457157
יין שרף
יין שרף
וועלכע פינגער גייט משיח ווייזן??
געטראפן משיח'ס טרעקטאר..

http://cloud.tapatalk.com/s/5de460be13712/4_5991112209755800024.mp4

ווער האט עס געטראפן? דער הייליגער ליאזנער. ער זיצט לעצטנס איין. ער רודערט נישט ארום. שוין לאנג נישט געהערט פון איהם.

מ'האט געשמועסט נאכזאגן בשמו. אז מ'האט איהם אנגעטראגן אפצוקויפן די הערנער פון פרעה'ס קוען...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 4:57 pm

· #457554
calculator
@הנוי והנצח פארגעס נישט עס צו פארשרייבן אין די היסטאריע, וואס וועט דעפיינען די תש"פ יארן?


זאג איבער נאכאמאל, וואס וועט 'דעפיינען די תש"פ יארן'?
א מענטש טראכט און גאט לאכט