☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #13359

אשכול אן א טיטל #13359

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13359

— » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 11:46 pm

· #436411

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שמעון וואלף » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 12:04 am

· #436412
1. וואטסעפפ, אינסטעגרעם וכו'

2. פאר די ניו יארקע אידענטום זענען די תש"ע יארן געווען ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די מאסן ארויסוואנדערונג פון ברוקלין.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 1:51 am

· #436413
קאווע שטיבל און וועקער רעוואָלוציע!!

אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 9:08 pm

· #436450
וואס דיפיינד די תש"ס יארען?
טיילונג פין סאטמאר און באבוב און וויזניץ.
תש"ע? בעלעד? אלכסנדר?

וואלווי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 9:13 pm

· #436451
אישתישבי
וואס דיפיינד די תש"ס יארען?
טיילונג פין סאטמאר און באבוב און וויזניץ.
תש"ע? בעלעד? אלכסנדר?

טייטעלבוים מיט האלברשטאם קנאה שנאה דיפיינד בכלל עפעס אין די וועלטליכע סדר...?!

הנוי והנצח » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 9:20 pm

· #436452
וואלווי
אישתישבי
וואס דיפיינד די תש"ס יארען?
טיילונג פין סאטמאר און באבוב און וויזניץ.
תש"ע? בעלעד? אלכסנדר?

טייטעלבוים מיט האלברשטאם קנאה שנאה דיפיינד בכלל עפעס אין די וועלטליכע סדר...?!
גראדע יא, ס'איז א הויפט טעמע אויפן טיש ביים ציבור, קוק וויפיל אשכולות אין קאווע שטיבל זענען געווידמעט בלויז פאר דעם....וואס וואלט געווען די געשפרעך פון טאג ביים יהדות החרדית אהן דעם?

Sent from my SM-G930P using Tapatalk

וואלווי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 9:44 pm

· #436455
ווען מען רעדט פון דיפיינען א decade רעדט מען נישט פון לשון הרע און ביליגע שריט פון בעלי זרוע וואס די גאנצע שמועס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך אין א ווירטואלע אדער גאר עכטע קאווע שטיבל.

וואס די צייכנסט אן "הויפט טעמעס אויפ'ן טיש ביים ציבור" רעדט מען פון זאכען וואס האבען געמאכט א טויש אויף די "וועלט" , די עכטע וועלט, איבער די צען יאר. ביי רובא דרובא מענטשען איז רבי'שע שמיץ פונקט גוט ווען מ'האט נישט וואס צו טוהן, אדער אפי' דעמאלטס אויך נישט. אין שלאף צומער, אין ארבעט, בשעת'ן פארברענגן מיט די משפחה, דארפ'ן רוב מענטשען א ברעיק פון די טייטלבוים'ס, האלבערשטאם'ס, טווערסקי'ס, און האגער'ס.

חוץ מזה, כדי צו ווערען באצייכנט אלס א טעמע וואס וועט דיפיינען די יארן, דארף דאס זיין א דבר שנתחדש בו.

די אויבען דערמאנטע האבן גארנישט מחדש געווען שוין יארן לאנג....

שמעון וואלף » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 10:32 pm

· #436457
[ציטאט אראפגענומען]

בכלל נישט קיין חידוש, וויזניץ האט שוין מער ווי איין רבי פאר צענדליגע יארן.

יישר כח באשעפער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:57 am

· #436464
בחצר בעלזא חתונה פון ערשטע אייניקעל ביים רב שליט"א
בחצר באבוב געווינען די דין תורה און ווערט אנערקענט אלץ איין באבוב'ע רבי
בחצר סקווירא מסע ארץ הקודש קיין ארץ ישראל מיט אלפי חסידים
בחצר טאהש די פטירה פון רבי'ן זצ"ל
בחצר וויזניץ שיטה הקדושה
בחצר סאדיגורא פטירה פון רבי'ן זצ"ל
בחצר סאטמאר מהר"א פליצלינגע פטירה פינעם ראש הקהל רבי יצחק ראזענבערג
בחצר באבוב45 חתונה פינעם יונגסטען קינד ביים רבי'ן

איסר האטלקי » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 7:30 am

· #436465
די טראגעדיעס קלעצקי און שטארק.

צויישן די גוטע נייעס, בין לאדין, טראמפ, רובאשקין און האפנטליך נאך סאמעט.

אישתישבי » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 8:07 am

· #436466
מאסטער פין יאפעד ווען באשיינען די תש"ע יארען אלץ דער צענטער וואס ער האט איינגעפירט לימודי חול (היינט קאמאן קאר) אין די מוסדות.

תורה ומדע » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 2:40 pm

· #436477
טראמפ און זיין אהבת ישראל. פון רובאשקין ביז די עמבעסי ביזן גולן הייטס.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:47 pm

· #436488
דאס פארשפרייטונג פון סמארטפאונס אומעטום, על אפם ועל חמתם פון די פיהרערס, וואס נאך היינט איז עס געלייקענט דורך די אפיציעלע ארגאנן פון די ציבור. יעדער פילטער לאזט ליידיגייען אויף דער אינטרנט, און יעדער טענה׳ט אפיציעל ׳נאר פרנסה, ובדיעבד׳.

הנוי והנצח » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 4:11 am

· #436514
ווי פאנגט מען אהן....

אין די אידישע וועלט:

דער מהפיכה און מערכה אויף טעכנעלאגיע, כינוס כלל ישראל, דער גרינדונג פון טע"ג, השומרים, וכדו'.

די מאסיווע כינוסים אין גרויסע סטאדיומס בקהילות סאטמאר לחיזוק הדת.

הסתלקות פון פילע גאוני וצדיקי הדור זי"ע, בתוכם הגרי"ש אלישיב, הגר"ש וואזנער, הגר"ש אויערבאך, הגראי"ל שטיינמן, הגרנ"צ פינקל, האדמורי"ם מוויזניץ ב"ב, וויזשניץ מאנסי, סקולען, טאהש, ערלוי, סערט וויזניץ.

די היסטארישע נסיעות פון האדמורי"ם מבאבוב, סקווירא, סאטמאר קיין ארץ ישראל.

די פילע גזירות איבער די גאנצע וועלט אויפן יהדות החרדית, גיוס בנים ובנות בא"י, גזירות החינוך אין ניו יארק און לאנדאן, גזירת השחיטה אין בעלגיע, גזירת מציצה בפה אין ניו יארק, ועוד

די אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אין די גארער וועלט, בפרט אין איירופא, אטאקעס אויף אידן אין דייטשלאנד, פראנקרייך, שחיטה אין פאריז און טולוז, די קדושי הר נוף הי"ד, טויטליכע שיסעריי אין פיטסבורג, פאוועי, מערערע אנטיסעמיטישע פעלער אין די היימישע געגנטער אין ניו יארק, די צרות פון די ראקלענד קאונטי באאמטע אויפן היימישן ציבור אין מאנסי, די העצע אין די אלגעמיינע מידיא קעגן דעם יהדות החרדית, וכו'.

דער אויפוואכונג פון די "משפיעים" עפאכע, ווי הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, הרה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, ר' יואלי ראטה, וואס זייערע דרשות זענען פארשפרייט געווארן בכל תפוצות ישראל.

אין די אלגעמיינע וועלט:

די פארשפרייטונג פון סאציאלע מידיא אויף אלע ערליי פלאטפארמעס, וואס האט איבערגענומען די אלט געזעצענע ציייטונגען. די גאלאפירנדע טעכנעלאגיע וואס האט געטוישט דעם גאנצן מהלך החיים.

דער אנקום פון די "טראמפ עפאכע" וואס האט געטוישט די אמעריקאנער פאליטיק אויף אייביג: דער טיפער פאליטישער צוטיילונג אין לאנד, כמעט ווי ציווילע קריג אומשטענדן; דער טערמין "פעיק ניוז" וואס שפיגלט אפ דער אומצוטרוי וואס מאנכע האבן באקומען אויף די פרעסע; די פאפוליסטישע און אנטי אימיגראציע פלאטפארמע וואס האט איבערגענומען די רעפאבליקאנער פארטיי; די שארפע דריי אויף לינקס וואס האט געטוישט די דעמאקראטישע פארטיי; די אויפרעגונג פון די המון עם קעגן די "עליטע" פאליטישאנס; און דער גרינדונג פון עקסטרעמע גרופעס אויף ביידע זייטן פונעם פאליטישן ספעקטרום, ווי אנטיפא, Women's March, United Right, און נאך.

דער אויפשפראצונג פונעם "אראבישן פרילינג" וואס האט אויפגעטרייסלט פילע אראבישע לענדער, און דעסטאביליזירט דעם גאנצן מיטל מזרח ראיאן. תוצאות: בלוטיגע קריג אין סיריע; די גרינדונג פון אייסיס; די מאסן אימיגראציע און פליטים קריזיס.

די דראסטישע ענדערונגען וואס האט געטוישט אייראפע'ס אויסזעהן, מיטן ארייננעמען מיליאנער מוסלעמענער פליטים. תוצאות: פארמערטע טעראר אטאקעס אין פילע אייראפעישע שטעט, ווי פאריז, בריסעל, לונדון, ניס, און נאך; די אויפשטייג פון עקסטרעם רעכטע פארטייען אין איירופא מיטן ציל צו באקעמפן די אימיגראציע פלייץ.

דער וואקסנדע סכנה פון איראן מיט אירע נוקלאעארער אמביציעס. תוצאות: דער "איראן דיעל" געשלאסן מיט די אבאמא אדמיניסטראציע; דער אליאנץ פון מדינת ישראל מיט די סוני לענדער צו באקעמפן דעם איראנער געפאר; באמבעדירונגען פון מדינת ישראל אויף איראנער באזעס אין אויסלאנד; דער אויסשפרייטונג פון איראן אין די מיטל מזרח, דורך פראקציעס ווי חיזבאלא אין סיריע און די הוטי רעבעלן אין תימן; די שטרענגע סאנקציעס פון די טראמפ אדמיניסטראציע אויף די איראנער רעגירונג.

די מערקווידיגע נאטורליכע קאטאסטראפעס: האריקעין סענדי אין ניו יארק; האריקעין איירין אין ניו יארק; דער ערד ציטערניש אין האיטי: האריקעין הארבי אין טעקסאס; מאסיווע וואלד פייערן אין ארץ ישראל, און נאך.

די פארשידענע קרענק און אויסברוכן וואס האט אפעקטירט אמעריקא און דאמינירט דעם סדר היום ווי: סוויין פלו, מיזעלס, עיבאלא און נאך.

די פארמערטע מאסן שיסערייען אין אמעריקא וואס האבן אויפגעטרייסלט דעם געפיל פון זיכערהייט: פארקלאנד שיסעריי, לאס וועגאס, ארלענדא, סאוטערלענד ספרינגס, סאן בערנאדינא, סענדי הוק, און נאך. תוצאות: מאסיווע באוועגונג פון גאן קאנטראל לאביאיסטן און סטודענטן; פארמערטע שוץ ביי פובליק סקולס און בתי מדרשים.

ס'איז זיכער דא מער געשעענישן וואס קענען דעפיינען די תש"ע יארן, איך האב נאר אויסגערעכנט די וואס ליגן מיר אין זכרון. ועל הכלל כולו יצא....

Sent from my SM-G930P using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:58 am

· #436523
נקוט האי כללא בידך, יעדער זאך וואס שוין פאראויס ווערט עס פאררופען אלס ׳היסטאריש׳ איז אן אבק פורח, גארנישט מיט א קיום.

יעדער חתונה, ברית, מסע קודש, סעיל, דיננער אדער מעמד, איז פונקט אזוי היסטאריש ווי דער פאר איהם און דער נאך איהם.

די פטירה פון די גדולי הפוסקים איז טאקע א געפערליכע פארלוסט. מיין רבי קלאגט נאכאנאנד ביי א שווערער שאלה, "ווען הרב אלישיב איז דא געווען, איז גלייך געווען א קלארקייט, א ראיה פון ש"ס און א געבויטע סברא. ווי קריכט מען יעצט ארויס?" ביי אנדערע האט הרב וואזנער אדער הרב עובדיה ערפילט דער תכלית. יעצט איז מען שטארק פאריתומ׳ט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הנוי והנצח » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 5:06 pm

· #436553
ליטוואק פון בודאפעסט
נקוט האי כללא בידך, יעדער זאך וואס שוין פאראויס ווערט עס פאררופען אלס ׳היסטאריש׳ איז אן אבק פורח, גארנישט מיט א קיום.

יעדער חתונה, ברית, מסע קודש, סעיל, דיננער אדער מעמד, איז פונקט אזוי היסטאריש ווי דער פאר איהם און דער נאך איהם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

במחילת כבודך הרמה, די נסיעות פון האדמורי"ם מבאבוב, סקווירא, סאטמאר שליט"א זענען געווען גאר היסטאריש, צוליב דעם וואס זיי זענען שוין נישט געווען דארט צענדליגער יארן, און איז געווען א זעלטענהייט וואס מאכט זיך נישט אפט. ס'איז בכלל נישט דומה צו אנדערע מעמדים אדער דינערס וועלכע האבן נישט איבערגעלאזט א ספעציעלן רושם.

איך בין געווען אין ארץ ישראל ביי אלע 3 נסיעות, און איך קען דיר זאגן אז ארץ ישראל האט גערודערט מיט דעם, און איז געווען די געשפרעך פון טאג ביים אלעמען. ס'איז געבליבן איינגעקריצט אין זכרון ביי אלע בני א"י די געהויבענע מעמדים ביז היינט, און איז פאראייביגט געווארן בקורות דברי הימים פונעם יישוב אין א"י.

איך פארשטיי ס'שמעקט דיר נישט אז די נסיעות האבן דאמינירט ביים היימישן ציבור, דיין שנאה און אפשיי צו די מנהיגי ישראל וועלן אבער נישט טוישן די מציאות. יא, ס'איז געווען היסטאריש אין יעדן הינזיכט, פיל מער ווי אלע דיינע פארפוילטע תגובות וואס גיסן פעך און שוועבל אויף אלע צדיקי דורנו.

Sent from my SM-G930P using Tapatalk

וואלווי » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 5:36 pm

· #436557
הנוי והנצח

דער זעהט מיר אויס צו זיין א ימים ידברו - איש את רעהו clone.

Makes sense anybody?

נקודת-אמת » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 5:48 pm

· #436558

איך וואוין אין ארץ ישראל, און איך בין נמנה על כת החסידים ר"ל,
און איך נעם מיך נישט אן פאר ליטוואק'ס דיבורים,
אבער איך און אזוי רוב מניין ובניין פון די חסידישע עולם אין ארץ הקודש,
נישט מעלה און נישט מוריד געוועהן, און מאנכע האבן ניט אמאהל געוואוסט אז ס'קומט פאר בכלל אזא היסטארישע באזוך אין ארצנו.
פאר בני קהילתם איז דאס פארשטייטזיך יא געוועהן א היסטארישע פונקט, אין סקווירא מעהר ווי די אנדערע אויבן דערמאנטע,
אבער אין באבוב און סאקמער אויכעט,
אבער זאגן אז:
ס'איז געבליבן איינגעקריצט אין זכרון ביי אלע בני א"י די געהויבענע מעמדים ביז היינט, און איז פאראייביגט געווארן בקורות דברי הימים פונעם יישוב אין א"י.

Come on
איך וויס נישט צווישן וועלעכע יודעלעך האסטו זיך געדרייט, איך בין זיכער נישט געוועהן איינער פון זיי,
אפאר 'בחצרות' הויפט רעפארטערס האבן זיכער געהאט באשעפטיקונג אבער מעהר פון דעם, ווייס איך נישט

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:10 pm

· #436565
אפילו ווען עס וואלט יא געווען די געשפרעך פון טאג בלאה בלאה בלאה, איז עס נישט היסטאריש. עס האט גארנישט געטוישט אין די געזעלשאפט דארט. סתם עפעס מיט וואס צו זיין באשעפטיגט א פאר טעג ותו לא.

היסטאריש מיינט עס האט אן אפקלאנג נאך דעם, מ׳געדענקט עס צו לאנגע יארען דערנאך. נישט כק אדמור פון איך ווייס ווי אין א"י און נישט הרב שטיינמן אין אמעריקא, זענען עפעס היסטארישע באזוכען וואס מאכט אויס פאר סיי וועמן.

א סעיל אויף שיך איז אויך די געשפרעך פון טאג ביי יעדער וואס שטייט אין ריי אריין צו גיין, ווי אויך בינגא׳ס ביליגע שטריימלעך. היסטאריש איז עס אבער נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:20 pm

· #436567
א היסטארישע געשעעניש מיינט א געשעעניש וועלכע האט געהאט אן אפעקט אויף היסטאריע, הגוי והגייטס-אייך'ס אפשערן איז געווען א היסטארישע געשעעניש פאר איהם אליינס, דער סקווירן'ס באזוך אין א"י איז אפשר געווען היסטאריש פאר א סקווירן אנהענגער וועלכע האט געשעפט חיזוק דערפון פאר לאנגע יארן, אבער אויף כלל ישראל'ס היסטאריע האבן קיינע פון די פאסירונגען נישט געהאט קיין אפעקט.

הנוי והנצח » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:50 pm

· #436569
עברי טייטש פון "היסטאריש" מיינט א געשעעניש וואס איז זייער זעלטן און געשעט נישט אפט. ס'מוז נישט האבן קיין דירעקטע השפעה אויף די געזעלשאפט, נאר ס'מאכט א רושם אין די היסטאריע פון כלל ישראל.

לדוגמא, ברכת החמה אדער א ליקוי חמה ווערט אנגערופן היסטאריש, ווייל ס'איז א זעלטענע ערשיינונג, א מאסיווע שניי בליזארד רופט מען היסטאריש, האבן זיי אן עפעקט אויף די מענטשהייט? ניין, אבער ס'איז דאך א היסטארישע געשעעניש ווען מען קוקט צוריק אויף יענע תקופה.

יעדער געשעעניש, גרויס אדער קליין, היסטאריש אדער נישט, רעדט מען דערפון בלויז אפאר טעג, נישט מער. די נייעס צירקע היינט טוישט זיך יעדע שעה, ומשכחות את הראשונות. דאס נעמט נישט אוועק פון די היסטארישקייט פון די זאך.

בקיצור, די גרויסע נסיעות פון די אדמורי"ם, אדער די כינוסים אין סאטמאר, קענען זיכער באצייכנט ווערן אלס היסטאריש, זייענדיג א זעלטענע און איינמאליגע ערשיינונג, און גייען געדענקט ווערן פאר לאנגע יארן. צו זאגן אנדערש איז פשוט זיך פארהוילן פון די מציאות.

Sent from my SM-G930P using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:53 pm

· #436570
אויב רעדסטו פון פראפאגאנדע שפראך ביזטו גערעכט, איך האב פארשטאנען אז מ'רעדט דא פון נארמאלע שפראך.

הנוי והנצח » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:55 pm

· #436571
רביה''ק זי''ע
אויב רעדסטו פון פראפאגאנדע שפראך ביזטו גערעכט, איך האב פארשטאנען אז מ'רעדט דא פון נארמאלע שפראך.
וואס מיינט נארמאלע שפראך? לשון בני אדם איז צו רופן זעלטענע געשעענישן "היסטאריש". דאס הייסט נישט פראפאגאנדע, ס'איז א פשוטע מציאות....
Don't know what you are talking about [emoji848]

Sent from my SM-G930P using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:59 pm

· #436573
איך ווייס נישט פון וועלכע בני אדם דו רעדסט, אויסער אויף קול מבשר און די שרייעדיגע צעטלעך האב איך קיינמאל געהערט א נארמאלע מענטש זאל נוצן דעם ווארט אויף סיי וועלכע חסידישע געשעעניש.

הנוי והנצח » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 8:12 pm

· #436576
רביה''ק זי''ע
איך ווייס נישט פון וועלכע בני אדם דו רעדסט, אויסער אויף קול מבשר און די שרייעדיגע צעטלעך האב איך קיינמאל געהערט א נארמאלע מענטש זאל נוצן דעם ווארט אויף סיי וועלכע חסידישע געשעעניש.
און אויף אנדערע געשעענישן האסטו יא געהערט פון זיי דעם אויסדרוק היסטאריש? איך וואלט פארשטאנען אז נישט....

Sent from my SM-G930P using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:02 pm

· #436583
עס איז זייער זעלטען אז דינסטיג נאכט זאל יואלי לעפקאוויטש ליינען אן אשכול אויף קאוועשטיבעל, ווען די וועטער איז נישט צו קאלט און נישט צו הייס, און יענער נאכט האט זיין ווייב געקאכט קארטאפעל אויף וועטשערע און סערווירט מיט סמעטענע גענוי 642 נאכמיטאג.

דאס מאכט עס היסטאריש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הנוי והנצח » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:08 pm

· #436584
ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז זייער זעלטען אז דינסטיג נאכט זאל יואלי לעפקאוויטש ליינען אן אשכול אויף קאוועשטיבעל, ווען די וועטער איז נישט צו קאלט און נישט צו הייס, און יענער נאכט האט זיין ווייב געקאכט קארטאפעל אויף וועטשערע און סערווירט מיט סמעטענע גענוי 642 נאכמיטאג.

דאס מאכט עס היסטאריש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ניין, ווייל קיינער רעדט נישט דערפון און ס'אינטערסירט נישט קיינעם. א נסיעה און א ליקוי חמה מאכט א רושם אויף פילע מענטשן, און מען איז פארנומען דערמיט, זייענדיג א וויכטיגע און זעלטענע ערשיינונג. ווי געשריבן, היסטאריש מיינט א זעלטענע געשעעניש וואס אפעקטירט פילע מענטשן, און לאזט איבער א רושם וואס מען געדענקט שפעטער. קלאר?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 9:12 am

· #436598
וואס הייסט? יואלי לעפקאוויטש און זיין ווייב רעדן נאך עד היום הזה מיט נאסטאלגיע פון יענעם נאכט..

הנוי והנצח » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 5:53 pm

· #436622
רביה''ק זי''ע
וואס הייסט? יואלי לעפקאוויטש און זיין ווייב רעדן נאך עד היום הזה מיט נאסטאלגיע פון יענעם נאכט..
איך זעה דו האסט ניטאמאל געליינט מיינע ווערטער: היסטאריש מיינט א זעלטענע געשעעניש "וואס אפעקטירט פילע מענטשן", און לאזט איבער א רושם וואס מען געדענקט שפעטער. קיינער רעדט נישט און קיינער אינטערסירט נישט יואלי'ס נאכטמאל, און ס'האט נישט קיין שום רושם אויף די היסטאריע. דו זעהסט נישט די חילוק? טו אהן די אויגן גלעזער און ליין אדורך מיינע תגובות, וועט דיך אלעס פארענטפערט ווערן.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 7:40 pm

· #436632
כ'האב פרובירט אנטון מיין טאטעס אויגנגלעזער, ס'האט נאר ערגער געמאכט..

גדליה » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 7:47 pm

· #436635
ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז זייער זעלטען אז דינסטיג נאכט זאל יואלי לעפקאוויטש ליינען אן אשכול אויף קאוועשטיבעל, ווען די וועטער איז נישט צו קאלט און נישט צו הייס, און יענער נאכט האט זיין ווייב געקאכט קארטאפעל אויף וועטשערע און סערווירט מיט סמעטענע גענוי 642 נאכמיטאג.

דאס מאכט עס היסטאריש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קארטאפעל מיט סמייטע פאר וועטשערע... אפשר אין לעיקוואד.
יואלי לעפקאוויטש עסט יעדע נאכט ריב סטעיק.

וואלווי » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 9:32 pm

· #436639
גדליה
ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז זייער זעלטען אז דינסטיג נאכט זאל יואלי לעפקאוויטש ליינען אן אשכול אויף קאוועשטיבעל, ווען די וועטער איז נישט צו קאלט און נישט צו הייס, און יענער נאכט האט זיין ווייב געקאכט קארטאפעל אויף וועטשערע און סערווירט מיט סמעטענע גענוי 642 נאכמיטאג.

דאס מאכט עס היסטאריש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קארטאפעל מיט סמייטע פאר וועטשערע... אפשר אין לעיקוואד.
יואלי לעפקאוויטש עסט יעדע נאכט ריב סטעיק.

טאקע פארדעם איז עס היסטאריש...

אונטער חכם » דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:29 pm

· #436737
וואלווי
הנוי והנצח
ליטוואק פון בודאפעסט
נקוט האי כללא בידך, יעדער זאך וואס שוין פאראויס ווערט עס פאררופען אלס ׳היסטאריש׳ איז אן אבק פורח, גארנישט מיט א קיום.

יעדער חתונה, ברית, מסע קודש, סעיל, דיננער אדער מעמד, איז פונקט אזוי היסטאריש ווי דער פאר איהם און דער נאך איהם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

במחילת כבודך הרמה, די נסיעות פון האדמורי"ם מבאבוב, סקווירא, סאטמאר שליט"א זענען געווען גאר היסטאריש, צוליב דעם וואס זיי זענען שוין נישט געווען דארט צענדליגער יארן, און איז געווען א זעלטענהייט וואס מאכט זיך נישט אפט. ס'איז בכלל נישט דומה צו אנדערע מעמדים אדער דינערס וועלכע האבן נישט איבערגעלאזט א ספעציעלן רושם.

איך בין געווען אין ארץ ישראל ביי אלע 3 נסיעות, און איך קען דיר זאגן אז ארץ ישראל האט גערודערט מיט דעם, און איז געווען די געשפרעך פון טאג ביים אלעמען. ס'איז געבליבן איינגעקריצט אין זכרון ביי אלע בני א"י די געהויבענע מעמדים ביז היינט, און איז פאראייביגט געווארן בקורות דברי הימים פונעם יישוב אין א"י.

איך פארשטיי ס'שמעקט דיר נישט אז די נסיעות האבן דאמינירט ביים היימישן ציבור, דיין שנאה און אפשיי צו די מנהיגי ישראל וועלן אבער נישט טוישן די מציאות. יא, ס'איז געווען היסטאריש אין יעדן הינזיכט, פיל מער ווי אלע דיינע פארפוילטע תגובות וואס גיסן פעך און שוועבל אויף אלע צדיקי דורנו.

Sent from my SM-G930P using Tapatalk

דער זעהט מיר אויס צו זיין א ימים ידברו - איש את רעהו clone.

Makes sense anybody?
איש איז א מומר להכעיס, ער ווייסט אז ער איז אין קאווע שטיבל און טאקע וועגן דעם טוט ער עס דא.

ימים איז א מומר לתיאבון , ער ווייסט אז ער איז אין קאווע שטיבל אבער ער האלט אז איינער הערט אים אויס דא.

הנוי איז אן אומר מותר, ער מיינט פשוט אז ער איז אין אייוועלט.

כנלענ"ד.

פאליטיקאנט » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 5:21 pm

· #457557
אישתישבי
וואס דיפיינד די תש"ס יארען?
טיילונג פין סאטמאר און באבוב און וויזניץ.
תש"ע? בעלעד? אלכסנדר?
תש"פ: סאדיגורא טיילונג?

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:34 am

· #457601
אזא שאלה וואס דעפיינט די תש"ע יארן, פארשטיי איך מיינט עפעס וואס האט געטוישט די וועלט אין די יארן,
די אלע אויבענדערמאנטע זענן נישט אין די כלל
(אוודאי נישט רבישע נסיעות וכדומה וואס מ׳ האט גערעדט דא, דאס איז גוט פאר אפאר טעג)
טעכנעלאגיע, איבערהויפט סמארט פאונס קען זיכער גערופן ווערן דעפיינד, ווייל עס האט געטוישט די וועלט מן הקצה אל הקצה
די זעלבע אויף אינטערנעט (שנעלע) אין די תש"ס יארן
כנלענ"ד

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

וואלווי » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 8:12 pm

· #457651
פאליטיקאנט
אישתישבי
וואס דיפיינד די תש"ס יארען?
טיילונג פין סאטמאר און באבוב און וויזניץ.
תש"ע? בעלעד? אלכסנדר?
תש"פ: סאדיגורא טיילונג?

דאס איז געווען נעכטן. היינט איז שמחת בית סאטמאר...

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:21 am

· #457680
עפן אן אשכול פאר תש"פ... דא רעדט מען דאך פון תש"ע יארן!

אברך משי » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 2:50 pm

· #457730
היות איך האב נישט געוויסט ווי דאס צו לייגן, וועל איך עס דא אהערשטעלן
א קורצע איבערבליק וויאזוי די יעצטיגע תקופה זעט אויס אין מיינע אויגן:

די גאנצע וועלט איין שטיק סמאטוכע
מגיפת קאראנע צרות יגון ואנחה
מ'קען נישט פארן מהתם להכא
אומאן ראש השנה - א גאנצע זאווערוכע
מ'פיילט אנעמפלוימענט לרווחה
די מוסדות טיילן עסן ממש א ברכה
די שחורים פירן א גרויסע מערכה
קאמילע העריס א שטארקע הוכחה
סאדיגורע רבי זכרונו לברכה
לאזט נישט איבער קיין קלארע המשכה
זיין ינוקא זעט נאך אויס ווי א בחור
אבער טיילט שוין איין דברי הדרכה
סאטמערער רבי שרייט א קול צווחה
באזידלט זיין פלומעניק זיין בן משפחה
קאפעט עם ארויס פון זיין גאנצע ממלכה
אבער האט נישט קיין גרויס הצלחה
דער ראש המרידה פייפט אריין כהלכה

ווער סהאט וואס מוסיף צו זיין איז מכובד צוצולייגן!