☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #13210

אשכול אן א טיטל #13210

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13210

— » פרייטאג יולי 5, 2019 11:27 am

· #432701

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

וואלווי » פרייטאג יולי 5, 2019 12:41 pm

· #432706
וועמענ'ס קעניג נאכאמאל?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יולי 5, 2019 12:47 pm

· #432707
מלך על מקלו... עיין סנהדרין כ:

איסר האטלקי » פרייטאג יולי 5, 2019 1:14 pm

· #432708
כלל ישראל קען נישט צו זיך קומען, די עקסטאז איז אומשטאנד צו ברענגען קאטאסטראפאלע קאנסעקווענצן. ער דארף אכטונג געבן פאר ער באשליסט אזעלכע דראמאטישע מסעות.

שושן פורים » פרייטאג יולי 5, 2019 3:09 pm

· #432711
איך טראכט אזוי צו מיר, אונז פשוטע המון עם זענען די אמת'ע פארדינער פון דעם אז דער אדמו"ר השישי האט אפאר טאלער.

ווען ער קען זיך ווען נישט ערלויבן די פראפאגאנדע וואלט ער פערזענליך גארנישט דערלייגט, רבי בלייבט רבי, צאנז בלייבט צאנז, און שישי בלייבט שישי, בלויז אונז וואלטן דערלייגט און נישט געוויסט די הייליגע מציאות.

ברוך שלא השבית לנו גואל.

חוקר ודורש » פרייטאג יולי 5, 2019 4:25 pm

· #432713


אונטערסאנט אז זיי לייגן דעם באוואוסטען בילד פונעם דברי חיים ביים זוהן רבי אהרן, און א זייער ענליכען בילד לייגן זיי ביים דברי חיים, לכאורה האבן זיי אזא מסורה אנדערש ווי די וועלט


Sent from my iPhone using Tapatalk

גדליה » פרייטאג יולי 5, 2019 5:00 pm

· #432715
מיינע גריבעווער חברים זענען זייער ברוגז הלמאי דער רבי פארלאזט זיין ציבור אין אמעריקע.

איסר האטלקי » פרייטאג יולי 5, 2019 5:01 pm

· #432716
זאג פאר דיינע גריבוב'ע חברים אז דער רבי איז שוין נישט געווען אין ארה"ק פאר יארן, איז צו וואס טויגן זיי? קוים א האלב יאר וואס ער איז אריבער קיין צאנז און קוק וואס זיי שטעלן אהער דערפאר...

שושן פורים » פרייטאג יולי 5, 2019 5:18 pm

· #432717
חוקר ודורש


אונטערסאנט אז זיי לייגן דעם באוואוסטען בילד פונעם דברי חיים ביים זוהן רבי אהרן, און א זייער ענליכען בילד לייגן זיי ביים דברי חיים, לכאורה האבן זיי אזא מסורה אנדערש ווי די וועלט


Sent from my iPhone using Tapatalk


עס איז א אלטע קאנטרעווערסיע, שוין לאנג צוריק געהערט דערפון אז מאנכע האלטן אז די באוויסטע בילד פונעם דברי חיים איז גאר זיין זוהן ר' אהרן

אישתישבי » פרייטאג יולי 5, 2019 5:33 pm

· #432719
מאכט חוזק רבותי,
אבער ווען ער גייט לאורך ימים האט ער צען קינדער צאנזער רבי'ס.
און איך מוז זאגט דער בילד מיט דער רעזעוואלקע, איז גאר שיין. אביסל גלח'יש, אבער דאך גוט.

שושן פורים » פרייטאג יולי 5, 2019 5:34 pm

· #432720
תמצית הדברים

די אמעריקאנע אידן פארמאגן אן אוצר א גאנץ יאר.

די בני ארץ ישראל, טאקע נישט אייביג, אבער זענען כאטש זוכה צו א באזוך.

די אייראפעישע און אוסטראליער פלאצן פאר קנאה.

דעריבער, אויב טראגט מען אן פאר אייער זוהן א שידוך פון לאנדאן, טראכט דריי מאל אויב איר ווילט שפעטער זיין א צועק לשעבר.

זאגטס נישט אז מען האט נישט געווארנט.

קאצקע ציקער » פרייטאג יולי 5, 2019 5:57 pm

· #432721
גדליה
מיינע גריבעווער חברים זענען זייער ברוגז הלמאי דער רבי פארלאזט זיין ציבור אין אמעריקע.

זיי מעגן פארן באגלייטן דעם רבין

יהודי פשוט » פרייטאג יולי 5, 2019 6:12 pm

· #432722
אישתישבי
מאכט חוזק רבותי,
אבער ווען ער גייט לאורך ימים האט ער צען קינדער צאנזער רבי'ס.
און איך מוז זאגט דער בילד מיט דער רעזעוואלקע, איז גאר שיין. אביסל גלח'יש, אבער דאך גוט.
וואלט געמעגט האבן א שענערע שטריימל, באט אקעי

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 5, 2019 7:25 pm

· #432723
צוערשט האביך געמיינט אז מ'רעדט דא פונ'ם קלויזנבורגער רבי'ן שליט"א. נאר ווען כ'האב געזעהן די פלאקאטן מיט דעם ווארעמען קבלת פנים פון די חרדי החרדית, האביך געוואוסט אז דער חשבון שטימט נישט.ווייל זיי וואלטן זיך נישט געטרויט מיט אזעלכע ווארימע טיטלען. ווייל זייערע פרענדס דאהי אין אמעריקע ק"ק סאקמער זענען דאך נישט אזוי שוה בשוה מיט איהם.בזכות אביו הגדול זצוק"ל. איינס. וויל ער איז דאך נאך א שטיקל ציוני. צווייטנס ר'איז דאך אן עם הארץ. ער מאכט נישט אויף א ספר. און מהרז"ל שליט"א. און דער הייליגער העטיעש פעטיעש'ער. וואס ער האט געפרעסן סעווען לעיער און ראלאש קעיק. און געזויפט זיסע מים חיים סאודע. זיי זענען די גאונים וצדיקים. זיי האבן ערפונדן דעם שקל הטהור...!

קענסט מעקן...!

אישתישבי » זונטאג יולי 7, 2019 12:15 am

· #432729
יהודי פשוט
אישתישבי
מאכט חוזק רבותי,
אבער ווען ער גייט לאורך ימים האט ער צען קינדער צאנזער רבי'ס.
און איך מוז זאגט דער בילד מיט דער רעזעוואלקע, איז גאר שיין. אביסל גלח'יש, אבער דאך גוט.
וואלט געמעגט האבן א שענערע שטריימל, באט אקעי


חכם. דאס איז דאך א צאנזער שטריימל.

חיים יואל » זונטאג יולי 7, 2019 5:18 pm

· #432756
ער וויל יעצט ווערן א עכטע רבי, אדער נאר זיינע קינדער ווילן דאס?

איסר האטלקי » זונטאג יולי 7, 2019 6:40 pm

· #432760
דער עולם איז פארנומען אויב די דברי חיים איז אן עכטע בילד, קיינער כאפט ניטשט אז האדמו"ר השישי איז נישט דער גריבובער נאר האדמו"ר מקאליב זצ"ל
📎 IMG-20190704-WA0035.jpg

אישתישבי » דינסטאג יולי 9, 2019 12:37 am

· #432858
חיים יואל
ער וויל יעצט ווערן א עכטע רבי, אדער נאר זיינע קינדער ווילן דאס?


דער אויבערשטער האט געהאלפען און ער האט מאריך ימים געוועהן, און ער וויל שוין גארנישט חוץ עסען און קטנ'ן.

וואלווי » דינסטאג יולי 9, 2019 2:27 am

· #432862
וואס גייט עפעס פאר מיט'ן לעצטע גרופע פון "זקני" האדמורים? וואס וועט זיין מיט'ן והדרת פני "זקן" ?

צווישען די קאלובער, גריבובער, און ווערדאנער, איז עפעס אזא "זקנה" אין כאן...

איך אויך » דינסטאג יולי 9, 2019 6:37 am

· #432868
גיי דו אדורך דעם קריג ביי די נאציס און דערנאך עמער רעדן. איי איי ווען מען איז נישט געווען ביים טיילן..

אישתישבי » דינסטאג יולי 9, 2019 7:07 am

· #432869
גראדע איז הלכה כמותם, ווייל זייער בארד איז נאך נישט געוואקסן ביים קריג, און דער רשע דער צר הצורר האט נישט צו גערירט צו זייערע דיקנא קדישא.

דולה ומשקה » דינסטאג יולי 9, 2019 10:50 am

· #432879
איינער קען דא ארויפשטעלן א לינק צום גליון ‎⁨- הנה מלכך בא - צאנז⁩.pdf‎
א דאנק

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 9, 2019 12:05 pm

· #432883
דרך אגב: דער אלטער נאמען פון די געוועזענע פירמע פונ'ם כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מצאנז שליט"א ווערט נישט ארויסגעזאגט ריכטיג. (אפשר מהאי טעמא האט ער עס געטוישט?). ס'איז נישט גריבוב. נאר ג'זשיבאוו. אויף פויליש שרייבט מען עס...Grzybov...אזוי ווי א סאך ווערטער אין פויליש...אן R און א Z זאגט מען ארויס...ZSH...!

גראף » דינסטאג יולי 9, 2019 2:19 pm

· #432897
מכון יוחסין איז נאך אפען?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

אישתישבי » דינסטאג יולי 9, 2019 2:42 pm

· #432900
berlbalaguleh
דרך אגב: דער אלטער נאמען פון די געוועזענע פירמע פונ'ם כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מצאנז שליט"א ווערט נישט ארויסגעזאגט ריכטיג. (אפשר מהאי טעמא האט ער עס געטוישט?). ס'איז נישט גריבוב. נאר ג'זשיבאוו. אויף פויליש שרייבט מען עס...Grzybov...אזוי ווי א סאך ווערטער אין פויליש...אן R און א Z זאגט מען ארויס...ZSH...!


ויש ליישב אז אסאך נעמען האט מען געזאגט אויף אידיש אנדערש ווי אויף פויליש.
ועוד יש לומר, אז דזיבאוו איז ענדליך צו דזיבוי וואס איז א רבנות פין אונגארין, און מען טאר נישט זיין א משיג גבול.

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג יולי 9, 2019 4:41 pm

· #432904
הו הא אזא קבלת פנים צו מאכן פאר איהם אפי' זיי האבן נישט געראכטן ווי גוט איז געלונגען
יעצט קען ער טאקע שוין ווערן רבן של כל בני הגולה

יה''ר שיאריך ימים על ממלכתו הוא וכל בניו

דולה ומשקה » דינסטאג יולי 9, 2019 10:54 pm

· #432933
איינער קען דא ביטע ארויפשטעלן א לינק צום גליון ‎⁨- הנה מלכך בא - צאנז⁩.pdf‎
א דאנק

איך אויך » מיטוואך יולי 10, 2019 7:16 pm

· #432989
געזעהן א שיינע מליצה אויפן מצב מיטן הייליגען גריבעווער ''דתוריך לן חיים בטיבותא וליהוי אנא פקידא בגו צדיקיא''.

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 10, 2019 10:02 pm

· #432994
אויב דער זקן האדמורי"ם האט עפעס מיטגעהאלטן פון דעם גרויסן כבוד וואס ער האט באקומען ווייס איך נישט, אבער עפעס א פרינטינג קאמפעני האט זיכער פארדינט פון דעם משא המלחינות...
📎 IMG_20190710_213431.jpg 📎 IMG_20190710_213413.jpg

חיים יואל » דאנערשטאג יולי 11, 2019 10:49 am

· #433017
דולה ומשקה
איינער קען דא ביטע ארויפשטעלן א לינק צום גליון ‎⁨- הנה מלכך בא - צאנז⁩.pdf‎
א דאנק

גליון ‎⁨- הנה מלכך בא 'צאנז'
64 בלעטער
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/15kF7VwftgSneROsHYCBDbhOIO_-0dcOs/view">https://drive.google.com/file/d/15kF7Vw ... 0dcOs/view</a>

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג יולי 11, 2019 2:26 pm

· #433033
ווען די רבינו שליט''א קומט צוריק גייט מען אויך מאכן א גרויסן קבלת פנים דאהי?
איך מיין אז איז נישט מער ווי יושר אז דא זאל אויך זיין...

מהיכי תיתי » זונטאג יולי 5, 2020 1:28 am

· #453700