☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #13198

אשכול אן א טיטל #13198

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13198
בלאט: 1 2

— » מיטוואך יוני 26, 2019 10:58 pm

· #432380

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 26, 2019 11:19 pm

· #432386
אויב ער מיינט עס 'אמת'דיג האב איך פשוט רחמנות אויף איהם, ער עסט זיך סתם די געזונט על לא דבר.

וואלווי » דאנערשטאג יוני 27, 2019 2:54 am

· #432390
.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 27, 2019 10:23 am

· #432395
רביה''ק זי''ע
אויב ער מיינט עס 'אמת'דיג האב איך פשוט רחמנות אויף איהם, ער עסט זיך סתם די געזונט על לא דבר.

נישט נאר דאס. נאר ער איז אויך פון די יושבי חושך. אדער ווילל ער געפעללן פאר זיי...!

זיין געזונט אינטרעסירט מיך גאנץ ווייניג. אז ער איז א שוטה איז ער זיך אליינס שולדיג...!

חסיד פון ליטא » דאנערשטאג יוני 27, 2019 2:59 pm

· #432402
When two generations collide...

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יוני 27, 2019 3:57 pm

· #432404
הרב שור כאפט נישט אז א שטעקן האט צוויי זייטן און רביי yy קען פונקט אזוי האלטן א דרשה קעגן הרב שור

חיים יואל » דאנערשטאג יוני 27, 2019 4:27 pm

· #432406
[ציטאט אראפגענומען]

זייער שיין און קלוג געענפערט

לך לך » דאנערשטאג יוני 27, 2019 5:50 pm

· #432407
דער שרייט הויעך... אוטש
עפעס באדערט איהם

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:13 pm

· #432408
אפשר זענען זיין שיך צו קליין. דאס מאכט געפערליכע יסורים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יוני 27, 2019 7:45 pm

· #432409
קאצקע ציקער
הרב שור כאפט נישט אז א שטעקן האט צוויי זייטן און רביי yy קען פונקט אזוי האלטן א דרשה קעגן הרב שור
נע, ער ווייסט מן הסתם יא אז YY איז מער מענטש פון עם און ער גייט עם נישט צוריק אטאקירן, און טאקע וועגן דעם האט דער רב שור גענומען די חוצפה צו אטאקירן.
ער וואלט מן הסתם קיינמאל נישט אטאקירט א גרויסע חסידישע פארטייאישע רבי ווי למשל באבוב אדער סאטמער וכדומה פשוט ווייל ער ווייסט אויך ווי ער קען אריין רייסן אן צוריק כאפן. ווי זוי זאגט די וועלט, יעדע שמויגר פאר זיך טויג ער

הוגה » דאנערשטאג יוני 27, 2019 7:55 pm

· #432411
ער בארעדט יא גרויסע רביס. ער שרעקט זיך נישט פאר קיינעם. ער האט אין תש"ס באהאקט דער מהר"ש מ'באבוב ביים באקאנטע מאלעסטעישאן פרשה אין באבוב. ער האט בארעדט א יעדע רבי וואס האט נישט מחנך געווען זיינע בחורים כשיטת רבו הבית ישראל.

גראף » דאנערשטאג יוני 27, 2019 9:19 pm

· #432415
הוגה
ער בארעדט יא גרויסע רביס. ער שרעקט זיך נישט פאר קיינעם. ער האט אין תש"ס באהאקט דער מהר"ש מ'באבוב ביים באקאנטע מאלעסטעישאן פרשה אין באבוב. ער האט בארעדט א יעדע רבי וואס האט נישט מחנך געווען זיינע בחורים כשיטת רבו הבית ישראל.
ברענגסט א ראיה דער מהר''ש מבאבוב זצ''ל. טאקע עם וואס האט נישט גענטפערט און נישט געלאזט די חסידים ענטפערען האט ער זיך אן געטשעפעט...

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

יין שרף » פרייטאג יוני 28, 2019 3:59 am

· #432423
הוגה
ער בארעדט יא גרויסע רביס. ער שרעקט זיך נישט פאר קיינעם. ער האט אין תש"ס באהאקט דער מהר"ש מ'באבוב ביים באקאנטע מאלעסטעישאן פרשה אין באבוב. ער האט בארעדט א יעדע רבי וואס האט נישט מחנך געווען זיינע בחורים כשיטת רבו הבית ישראל.

אדאתית להכא איז פשוט די מעשה, Rabbi YY האט מיט אפאר יאר צוריק ביים תשעה באב שיעור עפעס אוועקגעמאכט די גור'ע תקנות, ממילא..

קאצקע ציקער » פרייטאג יוני 28, 2019 5:00 am

· #432424
יין שרף
הוגה
ער בארעדט יא גרויסע רביס. ער שרעקט זיך נישט פאר קיינעם. ער האט אין תש"ס באהאקט דער מהר"ש מ'באבוב ביים באקאנטע מאלעסטעישאן פרשה אין באבוב. ער האט בארעדט א יעדע רבי וואס האט נישט מחנך געווען זיינע בחורים כשיטת רבו הבית ישראל.

אדאתית להכא איז פשוט די מעשה, Rabbi YY האט מיט אפאר יאר צוריק ביים תשעה באב שיעור עפעס אוועקגעמאכט די גור'ע תקנות, ממילא..

וואס האט ער זיך יעצט דערמאנט?

שבת אחים » פרייטאג יוני 28, 2019 11:34 am

· #432427
דער ר׳ אברהם שור דארף ארויסגיין אויף א דעיט מיט דעם יהודא לעווין... 😂 ס׳איז א פאסיגע שידוך ממש מן השמים.
ענבי הגפן בענבי הגפן...

שבת אחים » פרייטאג יוני 28, 2019 11:44 am

· #432428
יעדע היימישע שמויגער וואס האלט נישט פון יענעמס דרך שרייט אז יענער איז א כופר און רעדט כפירה! אוואדי אז מ׳נעמט נישט אן די דרך פונעם בית ישראל פון גור איז מען קלאר אן אפיקורס ווייל אזוי שטייט בפירוש געשריבן אין די תורה...

פונקט ווי אין סאטמאר איז א בעלזער און א חבדסקר א אפיקורס... ווייל יעדער וואס האלט נישט פון מיין דרך אדער מיין רביס דרך איז אויטמאטיש אן אפיקורס...

און ווער סאיז נישט קיין ציוני אדער קעגן מדינת ישראל׳ס פאליסיס איז אויטמאטיש א אנטיסמיט און א זעלבסט האסער.... במשנתו של רבי בערל בעלאגעלה...

לאמיר נישט פארגעסן אז יעדער פאליסמאן וואס געט א טיקעט פאר א היימישע איד איז א אנטיסמיט!

הקטן » פרייטאג יוני 28, 2019 2:24 pm

· #432430
שבת אחים

לאמיר נישט פארגעסן אז יעדער פאליסמאן וואס געט א טיקעט פאר א היימישע איד איז א אנטיסמיט!

און א יעדע חסיד א רעסיסט
און ווער ס'האלט זיין געי איז א מחלה, איז א ביגעט און א האמא-פאב

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 28, 2019 3:33 pm

· #432433
שבת אחים: איך האב דיר נאר געגעבן א לייק ווייל דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...! און לפי משנתך. א יעדער אזוי-גערופענער סאציאל-דעמאקראט איז א פיינער מענטש. און אן אוהב ישראל. נאר דעם זעלבן סאציאל-דעמאקראט'ס הארץ צוגייט נעבעך פאר רחמנות אויף די נעבעכ'דיגע פאלעסטינער פרויען און קינדער וועלכע וואוינען שוין 70 יאר אין פליטים לאגער'ן און הונגער'ן נעבעך אונטער. אזוי ווי דער ליבעראלער סאציאל-דעמאקראטישער, און גוי'אישער ניו יארק טיימס ווילל לערנען פשט. אבער ער/זי האט נישט קיין רחמנות אויף די אומ'שולדיגע, ציווילע באפעלקערונג אין ארץ ישראל. וועלכע ווערן טעגליך געשטאכן, געשאסן און באמבארדירט דורך די אומשולדיגע פאלעסטינער אנגעהעריגע...!

לעיקוואד » פרייטאג יוני 28, 2019 5:29 pm

· #432436
כ'ווייס נישט פונקטליך על מה יצא קצפו של הרב שור. אבער הרב יעקבסאהן רעדט דאך אפען קעגן דער א"ג סיסטעם און אנדערע עוולות וואס ער זעהט אין דער חרידשער געזעהלשאפט, אסאך מאל אויף א נוסח וואס דערמאנט ממש די שונאים מבחוץ, הגם עס איז זיכער נישט זיין כוונה. ממילא אוודאי קען מען פארויסזאגען אז א מער טראדיציאנלער רב זאל האקן אויף עם, אויב איז עס נישט געשעהן ביז יעצט איז עס נאר ווייל נישט גענוג הערן עם אויס..

איסר האטלקי » זונטאג יוני 30, 2019 11:47 am

· #432455
מאך זיכער
הרב שארר איז נאך א תמימות'דיגער רב וואס איז יעצט געפאלן צו די איינזייטיגע ראדיקאלן וואס זענען פארנומען מושב'ן בעניני טוהר המחנה..

הרב שארר איז אסאך זאכן, אבער ביז תמימות'דיג... און אויב איז ער געפאלן צו די ראדיקאלן איז עס נישט פון היינט, דער איז שוין יארן ראדיקאל...

berlbalaguleh » זונטאג יוני 30, 2019 11:53 am

· #432456
איסר האיטלקי:...בדרך שאדם רוצה לילך, מוליכין אותו...!

חיים יואל » מיטוואך יולי 3, 2019 9:50 am

· #432589
[ציטאט אראפגענומען]

לכבוד ג' תמוז, די יא״צ פונם ליבאוויטשע רבי ז״ל

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 3, 2019 11:01 am

· #432597
דער קעפל קומט פון העריס' ליניע ביים דעבעיט "דעט ליטל גירל וואס מי", ווען זי האט גערעדט איבער די רדיפות קעגן די שווארצע וואס זי האט געכאפט אלס מיידל.

א גרויל ווי די מאגאזינען מישן בין קודש לחול.

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 3, 2019 11:05 am

· #432600
נאריש איז עס סתם אזוי, אבער ווען מען רעדט פון א גויאישע קאנדידאטקע וואס האט עס געזאגט איבער אן ענין וואס האט נישט מיט אידישקייט, קעגן ליובאוויטש'ע רבי איז עס א גרויל.

קאווע קריטיק » מיטוואך יולי 3, 2019 2:54 pm

· #432620
איסר האטלקי
דער קעפל קומט פון העריס' ליניע ביים דעבעיט "דעט ליטל גירל וואס מי", ווען זי האט גערעדט איבער די רדיפות קעגן די שווארצע וואס זי האט געכאפט אלס מיידל.

א גרויל ווי די מאגאזינען מישן בין קודש לחול.

זייער א שיינע ווערטערשפיל.

קאווע קריטיק » מיטוואך יולי 3, 2019 2:55 pm

· #432621
איסר האטלקי
נאריש איז עס סתם אזוי, אבער ווען מען רעדט פון א גויאישע קאנדידאטקע וואס האט עס געזאגט איבער אן ענין וואס האט נישט מיט אידישקייט, קעגן ליובאוויטש'ע רבי איז עס א גרויל.

לאז גרויל פאר די ריכטיגע פירצות ווי גרויל אן לי, גל פז וכו'.

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 3, 2019 3:15 pm

· #432623
אמת אז ס'איז א קריעטיווער ווערטער שפיל, אבער לאז אידישקייט און גויאישקייט אפגעטיילט.

איך אויך » מיטוואך יולי 3, 2019 7:11 pm

· #432636
עפעס כאפ איך נישט קיין שמץ פון גרויל דא. אפשר דארף מען זיין א שונא פאר ליובאוויטש צו ווערן דערגרוילט?

קאצקע ציקער » מיטוואך יולי 3, 2019 7:14 pm

· #432638
איסר האטלקי
דער קעפל קומט פון העריס' ליניע ביים דעבעיט "דעט ליטל גירל וואס מי", ווען זי האט גערעדט איבער די רדיפות קעגן די שווארצע וואס זי האט געכאפט אלס מיידל.

א גרויל ווי די מאגאזינען מישן בין קודש לחול.

שטיות זיי נעמען עס פון די זעלבע פלאץ פון ווי זי האט עס גענימען

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 3, 2019 9:36 pm

· #432650
איך אויך
עפעס כאפ איך נישט קיין שמץ פון גרויל דא. אפשר דארף מען זיין א שונא פאר ליובאוויטש צו ווערן דערגרוילט?

אלס שונא פאר ליובאוויטש וואלט איך עס יא געגליכן.

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 3, 2019 9:36 pm

· #432651
קאצקע ציקער
איסר האטלקי
דער קעפל קומט פון העריס' ליניע ביים דעבעיט "דעט ליטל גירל וואס מי", ווען זי האט גערעדט איבער די רדיפות קעגן די שווארצע וואס זי האט געכאפט אלס מיידל.

א גרויל ווי די מאגאזינען מישן בין קודש לחול.

שטיות זיי נעמען עס פון די זעלבע פלאץ פון ווי זי האט עס גענימען

נו, לאמיר הערן א מראה מקום.

שבת אחים » זונטאג יולי 7, 2019 4:13 pm

· #432754
berlbalaguleh
שבת אחים: איך האב דיר נאר געגעבן א לייק ווייל דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...! און לפי משנתך. א יעדער אזוי-גערופענער סאציאל-דעמאקראט איז א פיינער מענטש. און אן אוהב ישראל. נאר דעם זעלבן סאציאל-דעמאקראט'ס הארץ צוגייט נעבעך פאר רחמנות אויף די נעבעכ'דיגע פאלעסטינער פרויען און קינדער וועלכע וואוינען שוין 70 יאר אין פליטים לאגער'ן און הונגער'ן נעבעך אונטער. אזוי ווי דער ליבעראלער סאציאל-דעמאקראטישער, און גוי'אישער ניו יארק טיימס ווילל לערנען פשט. אבער ער/זי האט נישט קיין רחמנות אויף די אומ'שולדיגע, ציווילע באפעלקערונג אין ארץ ישראל. וועלכע ווערן טעגליך געשטאכן, געשאסן און באמבארדירט דורך די אומשולדיגע פאלעסטינער אנגעהעריגע...!

רבי לעבן. סאיז נישט די ריכטיגע אשכול אבער בקיצור נמרץ דו מישט אויס יוצרות. קוקסט אלעס אן מיט דיינע פריוואטע געפילן. האסט נישט גערעדט צו די אלע מענטשען די BDS חברה. הייבסט נישט אן זיי צוקענען. האסט זיי נישט אויסגעהערט. ס׳גייט דיך נישט אן. איינער וואס איז קעגן וואס דו האלטס איז אנטיסעמיט און פארטיג. ביסט א גרויסע שפראך קענער אבער דו קענסט נישט קיין פירוש המילות אין אסאך פשוטע ווערטער ווי למשל ״אנטיסעמיט״ און ״סאציאליזם״ וכו׳

סאטמארער רב איז נישט געוועהן קיין אנטיסמיט ער איז געוועהן א אנטי מדינת ישראל. איך בין נישט קלוגער פון דיר אבער איך האב יא גערעדט מיט אסאך פון די חברה. בשעת דו האסט געדרייווט די פאפא באס און געהערט די טעיפ פון ״יאסלע פליט״ בין איך ארומגעפארן אין אמעריקע און גערעדט צו די מענטשען. איך ווייס נישט צו זיי זענען גערעכט מיט זייערע טענות- איך קען נישט די איזרעאלי פאליטיק אזוי גוט צו קענען קומען צו א מסקנא אבער איין זאך איז קלאר זיי האבן נישט פיינט קיין אידן בלויז ווייל זיי זענען אידן. מיך האבן זיי נישט פיינט געהאט.

אנטיסעמיטיזים האט גארנישט צוטוהן מיט מדינת ישראל-זעראו! א איד מעג האלטן אז די מדינה איז נישט גוט פאר אידן פאר סיי וואספארא סיבה- דאס מאכט אים נאכנישט קיין אנטיסעמיט!!! אנטיסעמיטיזים גייט שוין אן טויזנטער יאהרן פאר סאיז געוועהן א מדינה!

און די זעלבע איז מיט סאציאליזם. קאנדא און בעלגיע וכו׳ וכו׳ זענען נישט קיין קאמוניסטן! מ׳זאגט דיר עס איבער הונדרעט מאל און דו שרייעסט ווייטער ״באלשעוויקן״... סאיז נישטא קיין גרעסטע געלעכטער ווי דעם!

עני וועי איך ענדדשוי דיין קאמפעני און דיין ״סענדס סטריט הומאר״ אבער סאיז צייט זיידעניו ארויסצונעמען די וואטע פון די אויערן...

און נאך שרייען אויף מיר אז איך בין נאאיוו...

דיינע גראבע טעותים איז אסאך ערגער ווי א פשוטע ספעלינג מיסטעיק אויף וואס דו ביסט די ערשטע צו שפרינגן דערויף.

שבת אחים » זונטאג יולי 7, 2019 4:23 pm

· #432755
הקטן
שבת אחים

לאמיר נישט פארגעסן אז יעדער פאליסמאן וואס געט א טיקעט פאר א היימישע איד איז א אנטיסמיט!

און א יעדע חסיד א רעסיסט
און ווער ס'האלט זיין געי איז א מחלה, איז א ביגעט און א האמא-פאב

אין הכי נמי! יעדער וואס ס׳האלט אז זיין געי איז א מחלה איז א ביגעט!

וואס פארא מחלה איז עס? סאיז פונקט אזא מחלה ווי זיין א געלינקטער!

א מחלה מיינט אז א מענטש איז קראנק און ס׳שטערט אים צו זיין געזונט! זיין געי שטערט נישט פאר די געזונטהייט פון די מענטש בכלל. סה״כ איז די ברעין געווייערט אנדערש. פון א צוריקגעשטאנע רעליגעזע שטאנדפונקט איז עס א ״פראבלעם״ אבער מיט געזונטהייט האט עס גאר ווייניג צוטוהן. און יענעמס sexual preference וואלט נישט געדארפט שטערן קיין אנדערע מענטשען!

הקטן » זונטאג יולי 7, 2019 6:57 pm

· #432765
וואס איז א דיסארדער און וואס נישט איז א לאנגע שמוס, און ביסט אפשר גערעכט א חלק דערפין איז נישט מער וואו סיימענטיקס
פאקט איז, נישט לאנג ציריק האט די פעלד פין סייקאלעדזי געהאלטן אז דאס איז יא א דיסארדער
די סיבה פארוואס די DSM איז געטוישט געווארן איז נישט מטעם סייענטיפישע סברות נאר מטעם "פאליטיקעל קארעקנטעס"

די זעלבע קען געזאגט ווערן אויף מענטשען מיט אטיזעם-ספעקטראם, ס'שטערט נישט פאר די געזונטהייט פון די מענטש בכלל. סה״כ איז זייער ברעין געווייערט אנדערש.
ווער זאגט דו ביסט "נארמאל " אפשר זענען זיי "נארמאל"
וואס? ווייל דו ביסט דער רוב? פין זייער זייט פעלט זיי גארנישט.

קען גאר זיין די וואס האלט אז ס'איז יא א מחלה איז זיך טועה, אבער וואס האט דאס מיט זיין א ביגעט ?!?
אבער כך דרכו של סטעריא-טייפ

שבת אחים » זונטאג יולי 7, 2019 7:09 pm

· #432768
הקטן
וואס איז א דיסארדער און וואס נישט איז א לאנגע שמוס, און ביסט אפשר גערעכט א חלק דערפין איז נישט מער וואו סיימענטיקס
פאקט איז, נישט לאנג ציריק האט די פעלד פין סייקאלעדזי געהאלטן אז דאס איז יא א דיסארדער
די סיבה פארוואס די DSM איז אויגעבעסרט געווארן איז נישט מטעם סייענטיפישע סברות נאר מטעם "פאליטיקעל קארעקנעס"

די זעלבע קען געזאגט ווערן אויף מענטשען מיט אטיזעם-ספעקטראם, זייער ברעין איז געווייערט אנדערש.
ווער זאגט דו ביסט "נארמאל " אפשר זענען זיי "נארמאל"
וואס? ווייל דו ביסט דער רוב? פין זייער זייט פעלט זיי גארנישט. און די אמת איז ווען אלע וואלטן אזוי געווען וואלט זיי טאקע גארנישט געפעלט

קען גאר זיין די וואס האלט אז ס'איז יא א מחלה איז זיך טועה, אבער וואס האט דאס מיט זיין א ביגעט ?!?
אבער כך דרכו של סטעריא-טייפ

אפשר דאס איז דו האלטס אז סאיז א דיסארדער פונקט ווי autism אט דאס איז א חלק פון דיין ביגאטעריע... מ׳קען זעהן אז איינער מיט autism איז נישט הונדערט פראצענט און איז ״קלאר״ אנדערש ווי א ״עוורידזש מענטש״ משא״כ איינער וואס איז געי זעהט מען נישט אז ער זאל זיין אזוי אנדערש נאר ווען סקומט צו יענע ענינים. טים קאוק פון עפעל איז א נארמאלע מענטש ער איז נאר גימל... און אזוי אויך מיליאנען אנדערע... בערך צעהן פראצענט פון די מענטשען אויף די וועלט זענען געי און פירן ווייטער א נארמאלע לעבן.

איז פארוואס גלייכסטו עס צו צו autism?

וואלסט געזאגט אז געבוירן ווערן א געלינקטער איז א דיסארדער? מאי שנא? וואס איז די חילוק?

הקטן » זונטאג יולי 7, 2019 7:15 pm

· #432770
גראדע זענען אסך פין וואס (ליידען) אויף אויטיזעם ספעקטראם שטארק מצליח אין די טעק-אינדעסטרי, אדאנק די וועג וואו אזוי זייער ברעין איז געווייערט
וואלסט געזאגט אז געבוירן ווערן א געלינקטער איז א דיסארדער? מאי שנא? וואס איז די חילוק?

אויך איז דא וואס געבן אן זייער הצלחה אויף זיין געבענטשט מיט א ברעין וואס איז געוויירעט פאר ADHD
די ווייסט פין געוויסע מעלות וואס זיין ג ברענגט מיט זיך?
אויב זאל זיך אויסשטעלן אז ס'איז דא אסך מער סא-סייט און דיפרעסיע ביי די וואס זענען נישט גראד וואלסטו איינגעגאנגען אז דאס איז א דיסארדער?

ב.ד.וו. איך זאג נישט אז זיין געי איז א דיסארדער, איך האלט דער גאנצער מדובר יא דיסארדער נישט דיסארדער איז א נערישע און נישט מער וואו סאמענטיקס
איך זעה אבער יא א דיסארדער און ווער ס'זעט ביגעטרי און א יעדער וואס האלט אנדערש פין זיין פאליטיקלי קארעקט עגענדע

גדליה » זונטאג יולי 7, 2019 7:22 pm

· #432772
אז עי די עיטש די איז א מחלה מיינט אז מ'ברויך עס באהאנדלען מיט מעדיצין און טעראפי און אויסלערנען די מענטש צו לעבן נארמאל.
די זעלבע ביי אוטיזם.
אבער וואס איז א נפקא מינא צו געי איז א מחלה אדער נישט? כלפי וואס איז דאס נוגע?

הקטן » זונטאג יולי 7, 2019 7:27 pm

· #432773
און א קענסער וואס ביז דערווייל איז נישט דא קיין רפואה איז נישט קיין מחלה?
די פאקט צי ס'איז יא ביזדערווייל דא א רפאה צי נישט נוגע?

בנוגע טערעפי:
ס'דא וואס גייען, און אנדערע וואס וואלטן געגאנגען צי טערעפי פאר זיין געי, די LGBT קאמיאנעטי און אסך אנדערע פאליטקילי קארעקט מאוומענטס פייטן דאס מיט ציין און נעגל
א גרויס חלק פין די קעס אגעגען דאקטער ניקעלאסי מיט זיין ריפערעטיוו טערעפי איז געווען געטריבן דארך די ביגעטס

פארוואס זאל איינער וואס איז געבוירען געווארן מיט די נאז אויף די שטערען זיך ווילען היילען? פרעג אים
אפשר ווייל ער פילט ער איז "אנדערש"
א מחלה? גיי ווייס

פארוואס זאל איינער וואס איז געי זיך וועלן היילען? פרעג אים
אפשר ווייל ער פילט ער איז "אנדערש"
א מחלה? גיי ווייס

וואסערע ביגעטרע איז אוועק צי נענען פין די מענטעשן די רעכט זיך צי היילן לויט זייער ווילען?!?
סייקאלעדשי האט נאך אזאלעכע קוועשטענעבעל טריטמענטס וואו ריפערעטיוו טערעפי
אבער פארגעס פין ריפערעטיוו טערעפי, א פיסכילאג האט פשוט מורא צי העלפן א געי פעשטענט וואס וויל זיך טוישן, אויף סיי וואס פארא מאדאלעטי, לאמער זאגן דארך היפנאסעס
פארוואס??? - איז דאס נישט קיין ביגעטרי?!?

גדליה » זונטאג יולי 7, 2019 7:29 pm

· #432774
קענסער ברויך א רפואה, אפילו אויב ס'איז נישט דא.
פארוואס דארף א געי מענטש א רפואה? וועמען שטערט וואס ער טוהט אין בעדרום?
(כ'רעד נישט פון א רעליגיעזע פערספעקטיוו)

די סענסיטיוויטי פון געי מענטשן לגבי קאנווערשען טעראפי, נעמט זיך פון דעם וואס מ'פלעגט צווינגען מענטשען דורכצוגיין אזעלכע טעראפי, און לויט ווי מאנכע זאגען האט דאס זיי איבערגעלאזט קאשמארן. קוקט אביסל נאך וואסארא מעטאדן מ'האט גענוצט וועט איר פארשטיין.
חוץ מזה, ס'איז נישטא קיין שום פארבאט פאר א עדאלט דורכצוגיין קאנווערזשן טעראפי פון זיין אייגענע ווילן. אפילו פאר מיינערס איז עס אויך נאר פארבאטן אין געוויסע שטאטן.

שבת אחים » זונטאג יולי 7, 2019 8:26 pm

· #432779
די אלע טעארפי פאר גימ״ל חברה איז גארנישט אנדערש ווי די אמאליגע קינדער מיט גייסטישע קרענק וואס די משפחה האט געהאלטן צוגעבינדן אין א שאפע... און גארנישט אנדערש ווי די אמאליגע ״משוגעת״ פון צווינגן געלינקטע קינדער צו שרייבן מיט די רעכטע הענט...

אין אמתן זיי באדערן נישט קיינער... ווייל איינער האט עפעס א רעליגעיזער טעקסט אדער א קרומע פארצייטישע אידאלאגיע פון טויזנטער יאהרן צוריק ווען מענטשען זענען נאך געוועהן האלבע מאנקיס פאר די צייטן פון ציוויליזאציע, פאר די צייטן פון סייענס און Reason איז עס זיין פראבלעם. אז איינער קוקט אן די וועלט מיט די אלטמאדישע ברילן און וויל אז סאסייעטי זאל דיקטירן לויט זיינע רעליגעזע טעקסט איז עס זייער פראבלעם. סאיז נישט קיין שום דיסארדער שבעולם. געוויסע חיות טוהן די זעלבע זאך. סאיז א חלק פון נאטור. פונקט ווי אלעס. און עס צו צוגלייכן צו אוטיזם איז Ludacris

רביה''ק זי''ע » זונטאג יולי 7, 2019 8:31 pm

· #432780
צווישן הקטן וחבריו און געיס וואלט איך ענדערש געזאגט אז די פריערדיגע זענען די קראנקע.

גדליה » זונטאג יולי 7, 2019 8:34 pm

· #432781
פרויד האט דאך שוין גע'טענהט אז רעליגיע איז א neurosis
אין די סאוויטען פארבאנד פלעגט מען טאקע שיקען רעליגיעזע מענטשן אין גייסטישע אינסטיטוציעס
שפעטער האט מען עס געטוישט צוליב פאליטיקעל קארעקטנעסס

שבת אחים » זונטאג יולי 7, 2019 8:54 pm

· #432783
גדליה
פרויד האט דאך שוין גע'טענהט אז רעליגיע איז א neurosis
אין די סאוויטען פארבאנד פלעגט מען טאקע שיקען רעליגיעזע מענטשן אין גייסטישע אינסטיטוציעס
שפעטער האט מען עס געטוישט צוליב פאליטיקעל קארעקטנעסס

יא יא. אינטערסאנט צו באמערקן אז פרויד׳ס טאטע איז געוועהן א OTD! יעקב פרויד׳ס טאטע (זיגמונד פרויד׳ס זיידע) איז געוועהן א קבליסט און א חסידישער איד און געגעאנגען מיט א שטריימל. און מיין טעאריע איז אז פרויד האט געגענבט געוויסע חלקים פון ״חסידות״ א שטייגער ווי קוויטלעך. אריינצוגיין צו א מענטש און זיך אויסרעדן זייער בויך-וויי און צרות וואס שטאמט די ערשטע פון הרה״צ רבי ישראל בעש״ט די גרינדער פון חסידות.

הקטן » מאנטאג יולי 8, 2019 10:02 am

· #432804
גדליה

די סענסיטיוויטי פון געי מענטשן לגבי קאנווערשען טעראפי, נעמט זיך פון דעם וואס מ'פלעגט צווינגען מענטשען דורכצוגיין אזעלכע טעראפי, און לויט ווי מאנכע זאגען האט דאס זיי איבערגעלאזט קאשמארן. קוקט אביסל נאך וואסארא מעטאדן מ'האט גענוצט וועט איר פארשטיין.

אין גם אחד פין די קעיס אקעגען קאנווערשען טערעפי וואס האט געטענעטן מען האט אים געצווינגען אדער ער איז געווען א מיינער.
וואס זיי האבן געטון איז געווען מאדען? יא, אזוי מאדען וואו א weekend מיט טאני ראבינס
פאר א יעדער איינער וואס זאגט ס'האט אים איבער געלאזט קאשמארען איז דא פיל אנדערע וואס זאגן ס'האט זיי געהאלפן
די קעס איז נאר געווען א קעס ווייל ס'ארבעט יא נישט ווייל ס'ארבעט נישט.

גדליה

חוץ מזה, ס'איז נישטא קיין שום פארבאט פאר א עדאלט דורכצוגיין קאנווערזשן טעראפי פון זיין אייגענע ווילן. אפילו פאר מיינערס איז עס אויך נאר פארבאטן אין געוויסע שטאטן.

דו ביסט איינפאך נישט אזוי באקאנט מיט די פאקטן, זיכער איז נישט דא קיין פארבאט אויף אן אדאלט פעשענט, אבער א טערעפיסט וואס זיכט אים צי העלפן שטעלט איין זיין לייסענס מיט גיין אקעגן די APA

און וואס איז די סיבה פין די APA?
ניטש מכח קאשמארן, ווייל די אלע קאשמארען זענען לעכערליך
די סיבה פארוואס די APA וויל נישט זאלסט העלפן די געי פעשענט איז ווייל מיט אים העלפן זאגסטו אז ער האט געליטען פין א "מחלה" ביז יעצט, און דאס טאר מען נישט צילאזען.
דאס איז ביגעטרי - ווען איינער וויל זיך העלפן לאז!

גדליה
פרויד האט דאך שוין גע'טענהט אז רעליגיע איז א neurosis

פרויד האט אין מערערע פין זיין ווערק געשריבן אז האמאסעקטאל איז pathological-קראנק לכל הפחות איז דאס א "דיוויעשען" אדער אן inversion
און אסך פעלער איז דאס פארבינדען, לויט פרויד, מיט נארסעסיזעם.

שבת אחים
סאיז א חלק פון נאטור. פונקט ווי אלעס. און עס צו צוגלייכן צו אוטיזם איז Ludacris

מיר זענען דן צי דאס איז א נארמאלע חלק פין נאטור אדער א דיוויעשען פין "נארמאל"
די מאכסט בכלל נישט קיין קעיס מיט זאגן ס'איז א חלק פין נאטור

אוטיזם איז דען נישט א חלק פין נאטור??

שבת אחים » מאנטאג יולי 8, 2019 12:04 pm

· #432812
דו מאכסט זיך? אדער ביסט טאקע שטייט?

אוטזים איז יא חלק פון נאטור. אלעס איז נאטור. אבער סאיז נישט קיין פארגלייך איינס צום צווייטן.

דרעק פון הונט איז אויך א חלק פון נאטור, א ערד ציטערניש איז אויך א חלק פון נאטור. אבער זיי נישט די זעלבע זאך...

הקטן » מאנטאג יולי 8, 2019 10:13 pm

· #432852
גדליה

פארוואס דארף א געי מענטש א רפואה? וועמען שטערט וואס ער טוהט אין בעדרום?
(כ'רעד נישט פון א רעליגיעזע פערספעקטיוו)

איך ווייס נישט פון א רעליגיעזע פערספעקטיוו

אבער פון א ריין עוועלאשען פערספעקטיוו, אויב איז דא א gay gene איז ער ווייניגער fit וואו זיין גראדע חבר.
מכח survival of the fittest וועלן זיי זיין א עקסטינקט ספישי בקרוב.
אחוץ אויב גלאבאל ווארמינג וועט מאכן פין אינז א סוף פריער.

ס'שווער פארוואס זיי זענען נאך דא, אוואו איז נעטראל סעלעקשען???
אפשר ביסטו מסביר וואספארא survival benefit זיי האבן.
אויב די שלמות פין א ספישי איז צי האבן המשכת הדורת, זענען זיי קראנק!

איך האב אביסל ארימגעקיקט וואס די וואס טרייען צי פארענפערן זאגן, די "עקספערטען" מיט די Phd, ס'איז ממש א נחת צי זען, זה בכה וזה בכה
נו, ווער האט דען געזאגט אז עוועלאשען קען ווערן פאלסעפייד

הייב אן צי ווארפען די טאמעטעס
דו האסט נישט קיין אנאנג וואס איז דאס עועלאשען בלאאא בלאאאאאא לגלחג לגכחדגלכ לגדחכלגכלגח גכח

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 8, 2019 10:20 pm

· #432854
איך ווארט אז הקטן זאל ענדיגן רעדאגירן זיין תגובה...

גדליה » דינסטאג יולי 9, 2019 10:33 am

· #432874
הקטן
גדליה

פארוואס דארף א געי מענטש א רפואה? וועמען שטערט וואס ער טוהט אין בעדרום?
(כ'רעד נישט פון א רעליגיעזע פערספעקטיוו)

איך ווייס נישט פון א רעליגיעזע פערספעקטיוו

אבער פון א ריין עוועלאשען פערספעקטיוו, אויב איז דא א gay gene איז ער ווייניגער fit וואו זיין גראדע חבר.
מכח survival of the fittest וועלן זיי זיין א עקסטינקט ספישי בקרוב.
אחוץ אויב גלאבאל ווארמינג וועט מאכן פין אינז א סוף פריער.

ס'שווער פארוואס זיי זענען נאך דא, אוואו איז נעטראל סעלעקשען???
אפשר ביסטו מסביר וואספארא survival benefit זיי האבן.
אויב די שלמות פין א ספישי איז צי האבן המשכת הדורת, זענען זיי קראנק!

איך האב אביסל ארימגעקיקט וואס די וואס טרייען צי פארענפערן זאגן, די "עקספערטען" מיט די Phd, ס'איז ממש א נחת צי זען, זה בכה וזה בכה
נו, ווער האט דען געזאגט אז עוועלאשען קען ווערן פאלסעפייד

הייב אן צי ווארפען די טאמעטעס
דו האסט נישט קיין אנאנג וואס איז דאס עועלאשען בלאאא בלאאאאאא לגלחג לגכחדגלכ לגדחכלגכלגח גכח

ווי קומט דא אריין עוועלושען?
(אויסער אז ס'איז עפעס א פעיווערייט טאפיק דיינס.)
איך פרעג דיך א נארמאלע שאלה, ענטפערסטו מיך עוועלושען.
טענו בחיטין והודו לו בזכר קדשו.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יולי 9, 2019 10:50 am

· #432878

@סדרן

הקטן » דינסטאג יולי 9, 2019 11:25 am

· #432880