☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #13198

אשכול אן א טיטל #13198

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13198
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 9, 2019 11:41 am

· #432882
הקטן:איך בין נאר מסכים מיט איין הנחה אין דיין תגובה. אז געי'ס וואלן געדארפט פארשוואונדן ווערן אלס ספיעשיס. נאר צו דעים דארפסטו נישט אנקומען צו עוואלושן. נאר פשוט. אלס אינווערטעד (איבערגעדרייטער) ..."בעלל קוירוו"...!

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יולי 9, 2019 12:32 pm

· #432885
למעשה גערעדט האבן מיר אזוי: פרויד זאגט אז הקטן איז קראנק, הקטן פארפירט אז געיס זענען קראנק, וואס טוט מען הלכה למעשה?

איז דא צוויי אפציעס: אדער וועט זיך יעדער דארפן האלטן זיין בויכוויי ביי זיך אין בויך, אדער וועט מען פארשיקן הקטנען קיין טשיינע פאר טעראפי וכל העם על מקומו יבא בשלום; און אויב די כינעזע טעראפי וועט טאקע העלפן פאר הקטנען וועט נתגלה ווערן למפרע אז קיינער איז קיינמאל נישט געווען קראנק...

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 9, 2019 1:05 pm

· #432886
רביה"ק זי"ע: און אלס סעקאנד טשאיס קען ער פארן קיין מאסקווע. אדער אין איינס פון די אראבישע מדינות...!

הדסים » דינסטאג יולי 9, 2019 1:50 pm

· #432894
די שמועס דא האט נישט עכט קיין שייכות צו הרב שור... אבער אז מ'רעדט שוין, וועל איך פרעגן א שאלה וואס איך וויל פארשטיין.

פאר מיר איז א פשטות אז אויב איינער וויל שלאפן יעדע נאכט מיט א קישן ביי זיין פוס מעג ער, און קיינער האט נישט קיין רעכט צו דיסקרימענירן קעגן איהם. וואס גייט דיך אן זיינע משוגעת'ן?

אבער די טרענס קען איך נישט פארשטיין. אויב איך גיי זאגן אז איך בין א קישן גייט מען ציר שיקן צום דאקטער, יא? מאי שנא?

איך וויל עכט פארשטיין. ביטע נאר ענטפערן אויב דו פארשטייסט יענע צד. א דאנק.

הקטן » דינסטאג יולי 9, 2019 2:40 pm

· #432899
און אז יענער חלומט אז ער איז נאפוילין אדער משיח און הערט ווויסעס פין סיגמנד פרויד אליין, וואס גייט דיך אן זיינע משוגעת'ן?
פארדעם שיקען צים דאקטער?

האט נישט ממש מיט טרענס אדער קישענס, אבער אז מען רעדט שוין...

גדליה » דינסטאג יולי 9, 2019 5:50 pm

· #432905
האט נישט ממש מיט קישענס אדער דאכענעס אבער אז מ'רעדט שוין...
היינט צופרי באגעגן איך איינעם און איך זע ווי ער שרייט און רעדט און פארפירט.
פרעג איך אים, צו וועמען רעדסטו.
זאגט ער, וואס הייסט צו דעם באשעפער אויבן אין הימל.

זאל איך אים שיקען צום דאקטער?

קורקלענד » דינסטאג יולי 9, 2019 5:58 pm

· #432906
גדליה
האט נישט ממש מיט קישענס אדער דאכענעס אבער אז מ'רעדט שוין...
היינט צופרי באגעגן איך איינעם און איך זע ווי ער שרייט און רעדט און פארפירט.
פרעג איך אים, צו וועמען רעדסטו.
זאגט ער, וואס הייסט צו דעם באשעפער אויבן אין הימל.

זאל איך אים שיקען צום דאקטער?

אפשר גאָר איז @גדליה קראנק ווייל ער האט נישט געקענט זעהן ווי גאט הערט יענעם אויס?

וואלווי » דינסטאג יולי 9, 2019 6:01 pm

· #432907
הקטן
און אז יענער חלומט אז ער איז נאפוילין אדער משיח און הערט ווויסעס פין סיגמנד פרויד אליין, וואס גייט דיך אן זיינע משוגעת'ן?
פארדעם שיקען צים דאקטער?

האט נישט ממש מיט טרענס אדער קישענס, אבער אז מען רעדט שוין...


און אז דיר דמיונ'סט זיך אז תאוות הכבוד איז א גוטע זאך, און א יעדעס מאל די וואקסט אריין אין בית מדרש וויל מען נאר דיך צושיקען צום עמוד, און ווען די גארגעל'סט זיך ביי ושמרו דמיונ'סט דיך אז דער עולם גייט אויס פאר דיין חן כפי תאוות כבודך, אדער גאט ווייסט וועלעכע תאוות צו גאר פעטיש'עס ראולט ארום אין דיין מח קאמערען און הארץ רערן, דארף מען דיך שוקען צום שרינק מהרה?

אפשר יא. באט נאבאדי גיווס עי דעמנ. א מענטש מעג גלייבן וואס ער וויל, ער מעג גלוסטן וואס ער וויל. ביז, ס'הייבט אן שטערן דאס לעבן, ספעציעל טאג טעגליכע לעבן, דעמאלטס שיקט מען צום דאקטער. תאוות איז בכל אופן שהוא איז נישט קיין עקסטרים ווילאנג דער מדובר כאפט נישט אן פרעמדע מענטשען און גאס, אדער וואקט ארום מיט א קישען (עכטע...) אין דער האנט, ווייל דעמאלטס וועט עס עם שטערן אין לעבן, און מ'דארף נישט מסביר זיין פארוואס און ווי אזוי.

געיס לעסביענס למיניהם זענען הונדערט פערצענט ענטייטעלד צו זייערע מציאות אדער דמינות. ס'איז נאבאדיס פריקען רעכט אריינצורעדען אין עניני אורנטציה שלהם. ווילאנג זיי לעבן א נארמאל עפעקטיוו לעבן, זאל זיי וואויל באקומען.

(נוגע צום שארר פרשה: ווי לאנג ער איז א חולה נפש לעצמו, נאבאדי גיווס א דעמנ. די רגע וואס ער קריכט ארויף אויף אנדערע, לאק הים אפ...!)

וואלווי » דינסטאג יולי 9, 2019 6:05 pm

· #432908
קורקלענד
גדליה
האט נישט ממש מיט קישענס אדער דאכענעס אבער אז מ'רעדט שוין...
היינט צופרי באגעגן איך איינעם און איך זע ווי ער שרייט און רעדט און פארפירט.
פרעג איך אים, צו וועמען רעדסטו.
זאגט ער, וואס הייסט צו דעם באשעפער אויבן אין הימל.

זאל איך אים שיקען צום דאקטער?

אפשר גאָר איז @גדליה קראנק ווייל ער האט נישט געקענט זעהן ווי גאט הערט יענעם אויס?


ברי ושמא ברי עדיף...

הקטן » דינסטאג יולי 9, 2019 7:25 pm

· #432916
און אז דו זעסט איינער וואס שרייט אויף א בוים א יעדען טאג, און לויפט נאך א יעדע קעצי, און שטערט נישט זיך און שטערט נישט אנדערע...
שוקען צום שרינק מהרה?

און דאן-סינדראם וואס שטערט נישט זיך און שטערט נישט אנדערע...
כאחד האדם?

ביידע זענען ענטייטעלד צו זייערע מציאות!!!
אבער נישט דאס איז די מדובר


גדליה
פרויד האט דאך שוין גע'טענהט אז רעליגיע איז א neurosis
איז neurosis א דיסארדער נאר ווייל און ווען ס'שטערט זיך?
אדער נאר ווייל און ווען ס'שטערט אנדערע?
אדער אפשר ווענד זיך דאס אויב ס'איז יא אדער נישט דא קיין רפואה?!?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יולי 9, 2019 9:06 pm

· #432922
וואס איז יא די מדובר? אה כ'האב כמעט פארגעסן, אברהם שארר...

חסיד פון ליטא » מיטוואך יולי 10, 2019 12:45 am

· #432937
לסיכום: האט ר' אברהם שור באשולדיגט yy אלס א געי?

הקטן, בנוגע עוועלוציע פון געיס, קענען די פרויען נעמען
פון די נותר קנקנים און זיך פארגוואלדיגן דערמיט.

חוץ מזה, לשיטתך, איז איינער וואס איז ביי-סעקסואל אויך קראנק? (וויבאלד ער קען זיכער האבן המשכת הערלה *הדורות)

וואלווי » מיטוואך יולי 10, 2019 1:06 am

· #432938
הקטן
און אז דו זעסט איינער וואס שרייט אויף א בוים א יעדען טאג, און לויפט נאך א יעדע קעצי, און שטערט נישט זיך און שטערט נישט אנדערע...
שוקען צום שרינק?


Guess what, ער שטערט זיך ערשט, אבער נישט סתם.

ווילסט עם הייערען אלס מענעדזשער ביי דיר אין געשעפט?

אז די ווילסט נישט דארפן שטיצען די געשאפענע צדקה קאסט פאר עם כל ימי חייו, דעמאלטס זאל מען עם שיקען פאר העלפ.

יא, מהרה.

הקטן » מיטוואך יולי 10, 2019 1:07 am

· #432939
חסיד פון ליטא

הקטן, בנוגע עוועלוציע פון געיס, קענען די פרויען נעמען
פון די נותר קנקנים און זיך פארגוואלדיגן דערמיט.

סערווייוועל אף די פיטעס ארבעט נישט מיט קיין מיגו

הקטן » מיטוואך יולי 10, 2019 1:10 am

· #432940
וואלווי
הקטן
און אז דו זעסט איינער וואס שרייט אויף א בוים א יעדען טאג, און לויפט נאך א יעדע קעצי, און שטערט נישט זיך און שטערט נישט אנדערע...
שוקען צום שרינק?

Guess what, ער שטערט זיך ערשט, אבער נישט סתם.
ווילסט עם הייערען אלס מענעדזשער ביי דיר אין געשעפט?

ער זיכט נישט קיין ארבעט, ער לויפט נאך די קעציס
דו פארשטייסט ער דארף ליבערשט זיין א מענעדזשער, ער איז קראנק און ציפרידען

און אז דו דארפסט יא אדער נישט טיילן צדקה, איז דאס די דעפעניציע פין "קראנק"?

לבי ובשרי » מיטוואך יולי 10, 2019 1:14 am

· #432941
יוי.

אפשר עפענען א פרישן אשכול פאר די דיסקוסיעס?

גדליה » מיטוואך יולי 10, 2019 11:26 am

· #432949
די חילוק צווישען א גייסטיש קראנקן (דהיינו, א מענטש וואס רעדט צו ביימער און קעציס) און א געי מענטש איז ווי פאלגענד.
א מענטש וואס רעדט צו ביימער איז ווארשיינדליך א חסר דעה, ווארום ביימער קענען דאך נישט הערן. און א מענטש וואס איז א חסר דעה וועט מסתמא טוהן נאך משוגענע זאכען, וואס קענען שטערען אים און אנדערע. היינט לויפט ער נאך קעציס, מארגען גייט ער נאכלויפען מענטשען און זיי רודפ'ן. אקיצור די מענטש טראכט נישט שכל'דיג.
משא"כ א מענטש וואס איז געי איז פונקט אזוי קלוג און נארמאל ווי דיר, בסך הכל האט ער א אנדערע תאווה ווי דיך. און א תאווה האט גארנישט מיט שכל, ווייל דיין תאוות נשים איז גארנישט מער שכל'דיג ווי זיין תאווה, ס'איז א בלויזע דראנג. במילא איז אזא מענטש נישט גייסטיש קראנק.
ואין הכי נמי, טאמער וועט זיין א שכל'דיגע נארמאלע מענטש וואס האט גראדע א תאווה צו שרייען צו ביימער (למשל א ברסלבע וואס מאכט התבודדות) אדער א נארמאלע מענטש וואס האט זייער ליב קעציס (למשל רבי שלמ'קע זווילער) ברויך מען אים טאקע נישט לייגען אין משוגעים הויז. און אויב די קעציס מאכען אים העפי זאל אים וואויל באקומען.

הקטן » מיטוואך יולי 10, 2019 1:22 pm

· #432960
גדליה
די חילוק צווישען א גייסטיש קראנקן (דהיינו, א מענטש וואס רעדט צו ביימער און קעציס) און א געי מענטש איז ווי פאלגענד.

די ווילסט זאגן א געי איז נישט גייסטיש קראנק?
מסכים!

גדליה » מיטוואך יולי 10, 2019 2:43 pm

· #432972
יא, אקוראט דאס זאג איך
ב"ה מיר זענען געקומען צו א פארשטענדעניש

גדליה » מיטוואך יולי 10, 2019 2:45 pm

· #432974
הקטן
גדליה
די חילוק צווישען א גייסטיש קראנקן (דהיינו, א מענטש וואס רעדט צו ביימער און קעציס) און א געי מענטש איז ווי פאלגענד.

די ווילסט זאגן א געי איז נישט גייסטיש קראנק?
מסכים!

מיין פריערדיגע תשובה גייט ארויף אויף די קאמענטאר.
(אין קעיס ס'ווערט רעדאגירט...)

הקטן » דאנערשטאג יולי 11, 2019 10:09 am

· #433012
אברהם שור האט מיך געבען איך זאל זיך אריבער ציען צי
איך פראביר צו פארשטיין אנדערע אריענטאציעס

וואלווי » דאנערשטאג יולי 11, 2019 6:58 pm

· #433047
הקטן
אברהם שור האט מיך געבען איך זאל זיך אריבער ציען צי
איך פראביר צו פארשטיין אנדערע אריענטאציעס


פונקט דיך האט ער געבעטן? זעט אויס אז עטס האטס א שפראך צווישען זיך...

הקטן » דאנערשטאג יולי 11, 2019 7:04 pm

· #433048
וואלווי
הקטן
אברהם שור האט מיך געבען איך זאל זיך אריבער ציען צי
איך פראביר צו פארשטיין אנדערע אריענטאציעס

פונקט דיך האט ער געבעטן? זעט אויס אז עטס האטס א שפראך צווישען זיך...

דער גייט אויס פאר קנאה!!!

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 11, 2019 7:06 pm

· #433049
תפיסת מחשבה אלערט

הקטן » דאנערשטאג יולי 11, 2019 8:13 pm

· #433053
.

אישתישבי » דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:26 pm

· #433066
לאמיר זעהן ר' שור זאל מוחה זיין קעגן גער.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 15, 2019 12:05 am

· #433135
אגב, דוכט זיך מען שרייבט זיין נאמען שארר, נישט שור.

יין שרף » מאנטאג יולי 15, 2019 12:24 am

· #433136
שמעקעדיג
אגב, דוכט זיך מען שרייבט זיין נאמען שארר, נישט שור.

שלשה שמות נקראו לו לאדם: אחד מה שקוראים לו אביו ואמו, ואחד מה שקוראין לו בני אדם, ואחד מה שקונה הוא לעצמו...

וואלווי » מאנטאג יולי 15, 2019 4:47 pm

· #433173
יין שרף
שמעקעדיג
אגב, דוכט זיך מען שרייבט זיין נאמען שארר, נישט שור.

שלשה שמות נקראו לו לאדם: אחד מה שקוראים לו אביו ואמו, ואחד מה שקוראין לו בני אדם, ואחד מה שקונה הוא לעצמו...


ידע שור קונהו...

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 17, 2019 1:32 pm

· #433283
וואלוי: אבער לפי מעשיו איז זיין נאמען שור. בבחינת שור נגח. אין פשוט'ע דיבורים. ר'איז א משוגע'נער. אזויפיהל שכל האט ער נישט.. צו פארשטיין..."מי שמך"... ווער האטדיך געשטעלט...?! ליפא'ן (מ'טאר נישט דערמאנען. נאך אין זיינע פרי-באלטשיווע יארן) האט ער אראפגעיאגט פון סטעידזש ביי א חתונה. און פארשעמט ברבים. און ליפא האט איהם גארנישט צוריקגעענטפערט. (אפשר אין דעם זכות האט ער זוכה געווען תשובה צוטון?). בקיצור. ר'איז א שטאט'ס משוגע'נער.)...!

אישתישבי » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 8:46 am

· #437594
פרישע אטאקע - קעגען קבלה לערנערס
חול המועד האט הרב שארר (שור) געהאלטען א רעדע אין סטאלין, און מסביר געווען אז כל זמן מען ווייסט א חילוק פון א טאפ צו באטאם (לכאורה רעדט ער פין טשיקען - זעה ווייטער) האט מען נישט צו לערנען קבלה, מען איז פשוט צו מגושם. ווייטער האט ער גע'טענה'ט אז היינט וועסט יעדער א חילוק, ממילא האט קיינער נישט צו לערנען קבלה.

האט הרב שארר (שור) ממשיך געווען בדברים מלהבות אש, אז אפילו איינער האט זיך אויסגעארבעט און ווייסט שוין נישט קיין חילוק פין א טאפ ביז א באטטאם, אבער כל זמן ער פילט נאך א טעם אין פלייש, האט ער אויך נישט אויף וואס צו צורירן א קבלה ספר.

דא האט אבער הרב שארר צוגעלייגט א זאץ, און קיינער ווייסט נישט קיין פשט, ווער עס קען ארויסהעלפן ווערן געבעטן פותר חלום זיין די שיחת חולין פין הרב שארר. הרב שארר ביי זאגענדיג די ווערטער "א טעם פלייש" האט ער צוגעלייגט "תרתי משמע", כלומר, ער מיינט דא ספעציפישע צוויי באזונדערע טעמים פין פלייש. ונלאו כל חכמי לב צו פארשטיין און יורד זיין לעומק דעתו פין וועלכע צוויי טעמים ער רעדט. קען איינער מגלה זיין טפחיים פין דברות קדשו?

אברך משי » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 11:27 am

· #437604
מכאן ואילך במאחורי הפרגוד קיימינן, וד"ל.

קאך_לעפל » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 11:33 am

· #437605
וואס ער האט ווארשיינליך געזאגט איז: אז איינער וואס פילט נאך א טעם אין "אבר מן החי" קען קיין מופתים נישט באווייזן, און נישט פועל'ן קיין ישיעות און האט נישט וואס צו לערנען קיין קבלה... אין פינטל און וואהר!

אישתישבי » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 3:43 pm

· #437612
<a class="postlink" href="https://twitter.com/hasidic1/status/1189241334869168134?s=09">https://twitter.com/hasidic1/status/118 ... 68134?s=09</a>

קאך_לעפל » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 3:50 pm

· #437613
נישט קיין טעם אין פלייש! נאר אין אבר חי...

קוקט נאך אין שו''ע יו''ד ח''ב....

לך לך » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 3:59 pm

· #437614
תרתי - טשיקען או ביעף

אישתישבי » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 4:27 pm

· #437617
דער תרתי קען נישט מיינען טאפ און באטאם ווייל דאס האט ער קלאר אויסגעשמועסט פריער.

טשיקען און ביף קען אויך נישט זיין, ווייל חסידים ואנשי מעשה עסן נישט קיין פלייש.

אישתישבי » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 4:28 pm

· #437619
קאך_לעפל
נישט קיין טעם אין פלייש! נאר אין אבר חי...

קוקט נאך אין שו''ע יו''ד ח''ב....


אנטשולדיגט, אבער אבר מן החי איז יו"ד ח"א, נישט ח"ב.

קאך_לעפל » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 4:31 pm

· #437620
אישתישבי
קאך_לעפל
נישט קיין טעם אין פלייש! נאר אין אבר חי...

קוקט נאך אין שו''ע יו''ד ח''ב....


אנטשולדיגט, אבער אבר מן החי איז יו"ד ח"א, נישט ח"ב.


איר כאפט נאך אלס נישט....

ווי אין יו''ד ח''ב רעדט מען פון אבר חי?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 5:38 pm

· #437624
די פשט איז פשוט. נישט נאר איין שטיקל פלייש, נאר צוויי. ווער ענדיגט זיין סעודה מיט נאר איין שטיקל? נאר א מסתגף וואס מעג לערנן קבלה.

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 7:26 pm

· #437629
קאך_לעפל
אישתישבי
קאך_לעפל
נישט קיין טעם אין פלייש! נאר אין אבר חי...

קוקט נאך אין שו''ע יו''ד ח''ב....


אנטשולדיגט, אבער אבר מן החי איז יו"ד ח"א, נישט ח"ב.


איר כאפט נאך אלס נישט....

ווי אין יו''ד ח''ב רעדט מען פון אבר חי?

שטייט אין יו"ד ח"ב אז אין געוויסע מצבים אסור לפרוש באבר חי וד"ל

אישתישבי » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 7:27 pm

· #437631
איך פארשטיי נאך אלץ נישט, וואס האט דאס מיט תרתי משמע?

קאצקע ציקער » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 9:59 pm

· #437643
אישתישבי
איך פארשטיי נאך אלץ נישט, וואס האט דאס מיט תרתי משמע?

סיי יו"ד חלק א' סיי יו"ד חלק ב'...
וד"ל

גראף » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 11:10 pm

· #437648
וואס איז טאמער איך ווייס נישט וואס דער וד''ל דארף צו מיינען? עס מיינט אז איך טאר נישט וויסן אדער אז איך בין פשוט שטייט אדער ביידע?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

אישתישבי » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 11:27 pm

· #437650
זעהט אויס אז די ביסט נישט קיין מבין...

אין אמת'ן איז הרב שור שטארק נישט גערעכט, ווייל לא מבעי' אז לויט ר' אביגדור מילער וסייעתו מעג מען הנאה האבן פין דער וועלט, מען דארף נאר געדענקען צו דאנקען דער אויבערשטער, נאר אפילו לויט ספרי חסידות שטייט פארקערט פין זיינע ווערטער, מען מעג הנאה האבן וויפיל מען דארף, וויפיל מען מוז, מען דארף נאר געדענקען פארשידענע מחשבות, כמבואר בצעטיל קטן, און אין ספר סור מרע פין זידיטשובער, און טאקע אין די פלעצער שטייט אז מען זאל לערנען ספרי קבלה אפילו מען האט הנאה בהכרח.

די ווערטער פין הרב שור, קומען פין רשעות און גאות, ווי ער רעדט זיך איין אז דורך רעדן אזוי וועט איינער מיינען אז ער זעלבסט האט נישט הנאה, און איז פשוט נישט מרגיש קיין טעם בשר (טאקע תרתי משמע) אוי ווי ער איז מרגיש, אוי ווי ער האט הנאה. ער פארגינט נאר נישט די פאר נאראנים וואס הערן אים אויס, און טראסטען אים, אזוי אז זיי פילען זיך שלעכט פאר אביסעל הנאה האבן אויף דער וועלט.

איסר האטלקי » מיטוואך אקטאבער 30, 2019 1:03 am

· #437654
הרב שור וויל הנאה האבן פון זיין אייגענעם בשר אויך, תלתאי משמע...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 30, 2019 6:35 am

· #437660
דער אמת איז, אז הרב שארר האט עפעס רעכט מיט וואס ער זאגט, כפי דעת רוב חכמי ישראל והפוסקים. נאר זיין שפראך איז נישט איידעל און נישט קיין מהלך, טאמער וואס מ'ברענגט פון איהם דא איז טאקע וואס עס איז געשען. פועל'ן ישועות איז טאקע נישט קיין זאך, אבער לערנען פנימיות התורה איז יא א סוגיא, ווער מעג און ווער מעג נישט. דאס אריין קריכען אין יענעמ'ס קישקעס איז נישט שיין, און פון וואנעט קען מען וויסען צו הרב יעקובזאהן האט א טעם אין פלייש צו נישט, אבער דער שיטה אליינס איז יא א זאך.
דער אריז"ל שרייבט גאנץ שארף קעגן די וואס לערנען חכמת הקבלה איידער זיי האבען אויסגעלויטערט זייער מדות און ווען זיי האבען נאכאלס תאוות עוה"ב ביי זיך. אין די רשימה פון זאכען פון וואס א מענטש דארף נזהר ווערן איידער ער גייט אריין אין חכמת הקבלה שטייט דאס אויך ' ו. לקדש עצמו בשעת תשמיש שלא יהנה:' און נאך אזעלכע משלים.
דער רמ"א אין יו"ד ח"ג שרייבט אויך אז מ'דארף זיין אויסגעארבעט צו לערנען חכמת הקבלה ועיי"ש בש"ך, אבער דארט שטייט טאקע נישט אז מ'טאר נישט האבען קיין תאוות, נאר אז מ'דארף קענען תורת הנגלה.
עכ"פ, נסתר איז נישט ווי נגלה. נגלה מוז יעדער איד לערנען, און אבי ער איז נישט קיין אפיקורס, איז עס תורה און ער האט שכר דערפאר און ער דארף עס טון. ביי נסתר איז נישט אזוי, און דער מענטש מוז שטיין אויף א געוויסע מדרגה, און אז נישט טויג נישט.

די פראבלעם איז אבער, אז אין חב"ד האט מען קיינמאל נישט אזוי גורס געווען, און הגם אז זייער תירוץ, לויט וואס איך האב געזען, איז גאנץ שוואך, מ"מ לא על הרב יעקובזאהן תלונותיכם. דאס איז זייער שיטה, און ער איז נישט פאראנטווארטליך דערצו.

אישתישבי » מיטוואך אקטאבער 30, 2019 12:25 pm

· #437682
דער שמועס האט גארנישט מיט יעקבזאהן
בלאט: 1 2