☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13160
בלאט: 1 2

קהל'ס נער » זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 10:43 pm

· #535789
יישר כח פארן בעל האשכול, ביז דא האט מען נאר גערעדט פון חדרים, קען איינער אראפברענגען וואס טיט זיך לגבי מיידל סקולס דא אין מאנסי, ביטע?

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 8:12 am

· #535810
קהל'ס נער
יישר כח פארן בעל האשכול, ביז דא האט מען נאר גערעדט פון חדרים, קען איינער אראפברענגען וואס טיט זיך לגבי מיידל סקולס דא אין מאנסי, ביטע?
1. סאטמאר - הג"ר חיים יושע
2. סאטמאר - אהרונים
3. וויזניץ
4. בית רחל - ישיביש / מוני / סטאלין / אלד מאנסי געשטימט - מען לערנט זייער אסאך לימודי קודש וחול.
5. בית שפרה מרים - בערך ווי בית רחל אבער מער פרום - זיי נעמען נישט קיין פראגראמען.
6. תורת אמך - עלטערן וואס שיקן קיין תשב"ר- נועם אלימלך
6. פאפא
7. בנות דרך ישראל- עלטערן וואס שיקן קיין אמרי שפר / מונקאטש חדר, בערך אזוי
8. חינוך הישן - קאשוי
9. בעלז
10. חב"ד
11. בת מקרא

שא נא עיניך וראה מה אתה בורר לך...

הייליגע קאקאש קעיק » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 4:08 pm

· #535836
סטולין האט געעפענט א נייע סקול 'בית ברכה' קוקט אויס ווי סאיז מצליח

נייגיריגער » דינסטאג נאוועמבער 7, 2023 10:43 pm

· #538887
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
איך האב א אנדערע קוועשין אויב מאפט איינער פון מאנרא קיין מאנסי איז דא טשענסעס אז איינע פון די סאטמארער מוסדות זאלן עים אריינעמען ארונים אדער ר'ח"י?

תקע בשופר » מיטוואך נאוועמבער 8, 2023 12:04 am

· #538893
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
ביי דעפאלט נעמען זיי נישט, באומרם אז מען מופט נאר צו ווערן מער מאדערן.
פארהאן פעלער וואס מיט פראטעקציע, כלומר $$$$ האט געארבעט.
אדער גייט מען קודם אין אנדערע מוסד אוו נאכדעם אהין, כדרך עמון ומואב טהרו בסיחון.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 11, 2023 8:55 pm

· #539027
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
תקע בשופר: דאס דערמאנט מיך א דזשאוק פונ'ם דזשואיש פרעס. (ס'האט טאקע אזא פנים). \

א איד האט זיך געטוישט זיין נאמען צו א גוי'אישן נאמען. שפעטער האט ער נאכאמאל געטוישט צו א צווייטן גוי'אישן נאמען. האט איהם זיין חבר געפרעגט...כ'פארשטיי נישט. מילא די ערשטע מאל ווען דו האסט געטוישט ווייל דו האסט נישט געוואלט האבן א אידישן נאמען. אבער די צווייטע מאל פארוואס האסטו געטוישט דיין נאמען?. ענטפערט ער...ווייל א יעדער האט מיך אייביג געפרעגט וואס איז געווען מיין נאמען פאר איך האב געטוישט. האב איך געדארפט זאגן...שווארץ

Salford » זונטאג נאוועמבער 12, 2023 3:48 am

· #539037
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
דאס איז מעשים בכל יום ביי די ספרדים וואס ווילן ווערן אשכנזים

kolal1 » דאנערשטאג מאי 23, 2024 3:57 pm

· #563072
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
וואס גייט פאר מיט בנות דרך ישראל?

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:53 pm

· #563085
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
Salford #
דאס איז מעשים בכל יום ביי די ספרדים וואס ווילן ווערן אשכנזים
און זיי זאגן אף אידיש...אז די זיידי אט געוואינט אין בערעגסאז. ער איז געווען דארט די שוחט.

עמרם » דאנערשטאג מאי 23, 2024 9:58 pm

· #563142
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
kolal1 #
וואס גייט פאר מיט בנות דרך ישראל?
געהערט אז זיי פארמאכן זיך, איך ווייס נישט אויב ס'איז קראנט

אויב יא, איז א גרויסע שאד, ס'איז דא אסאך קינדער, וואס פאר זיי איז עס ממש א ישועה

שטריימל באקס » דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:03 pm

· #563144
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

לאכעדיג » דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:47 pm

· #563152
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
בנות דרך ישראל סקול אין מאנסי האט זיך פארמאכט נעכטן און די מיידלעך זענען געבליבן אינדערהיים.

א גרויסע חלק עלטערן האבן נישט באצאלט קיין שכר לימוד און די הנהלה איז געווען געצווינגען צו שליסן.

זיי זענען די צווייטע מוסד וואס האט זיך געשלאסן די וואך. קודם די לינדענע מוסדות און יעצט א סקול אין מאנסי. אינפלאציע...!

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:44 pm

· #563164
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
האט מען כסדר נאכגעזאגט בשם הערשל שרייבער אז ער געט נישט קיין צדקה פאר מוסדות ווייל זיי קענען זיך נישט פארמאכן...

קהל'ס נער » דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:52 pm

· #563165
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
קורקלענד #
האט מען כסדר נאכגעזאגט בשם הערשל שרייבער אז ער געט נישט קיין צדקה פאר מוסדות ווייל זיי קענען זיך נישט פארמאכן...
א פאליטיקלי קארעקט וועג פון זאגן אז ער האלט נישט ביים געבן.
לאמיר זעהן אז ער וועט ארויסבעילן די צוויי מוסדות וועל איך וויסן אז ער מיינט עס ערנסט.

בונה של טוב » פרייטאג מאי 24, 2024 12:14 pm

· #563226
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
דער גאלדענער אדלער #
@מזל טוב

קודם ברוכים הבאים פארן באשיינען אינזער שטיבל.

און לעצם הענין, די פארטייאישע מוסדות איז נישט אינטערעסאנט אויסצושמועסן דא ווייל בדרך כלל וועלן נאר איינשרייבן דארט די וואס באלאנגן דארט נאך פון מ' יום קודם יצירה, אוודאי איז אייביג דא א יוצא מן הכלל, למשל אויב איז עס א פרישע מוסד, און זיי האבן נישט אזא גרויסע נאכפאלגערשאפט (חסידים בלע"ז) אינעם געגענט ווי זיי עפענען זיך, וועלן זיי במילא אננעמען קינדער פון "די פרעמד" אבי זיי זאלן זיך קענען אויפבויען.

אזוי האבן זיך אלע חסידשע און נישט חסידישע מוסדות געבויעט, ווי למשל סאטמאר מאנסי, וויזניץ, סקווירא, און אפילו לעצטענס, ראכמיסטריווקא, באבוב, קלויזענבורג, בעלז, וכו' וכו' און איינמאל זיי האבן זיך אויפגעבויעט האבן זיי אנגעהויבן א רייניגונג (קלענזינג בלע"ז) ווי זיי מאכן זיכער אז די מוסד מעגן נאר אריינקומען קינדער פון "היימישע משפחות" אדער ווי ס'ווערט גערופן אין די מער היימישע שפראך "אנשי שלומינו".

האב איך פרובירט צוזאם שטעלן א שטיקל ליסטע, דערווייל האלט איך נאך ביי זעקס ת"ת

אמרי בינה
ריבניץ
מונקאטש
אמרי שפר
ראכמיסטריווקא
בית דוד

די באלאנגן לגמרי נישט (חוץ ראכמיסטריווקא) צו קיין שום חסידות, און סיי וואספארא סארט חסידות ווערן אנגענומען דארט, כ'זאג נישט אז דאס אננעמען איז גרינג, אבער אויב זוכסטו אזא מין ת"ת זענען די לכאורה די טשויס, קען זיין ס'דא נאך, אבער יעצט אויף די מינוט קומט מיר דאס אין זיכרון.
איך הער אז אין מונקאטש געבט מען זיך גאנץ גוט אפ
ס׳איז אפילו דא א ספעציעלע resource פראגראם וואס איז נעקסט לעוועל מיט די געטריישאפט (עכ״פ אזוי האב איך געהערט פון א חבר וואס האט נישט לאנג צוריק אריינגעלייגט די קינדער דארט ווען ער האט געטוישט פון סאטמער

בונה של טוב » פרייטאג מאי 24, 2024 12:21 pm

· #563227
Re:
מזל טוב #
איז בית דוד עמטליך א חסיד'ישע תלמוד תורה? מיר האט זיך געדוכט אז ס'איז מער ישיבי'ש

ראחמיסטריווקא דארף איך מורא האבן פאר א עווענטועלע קלענזינג? (און עט ליעסט די קינדער וואס האבן שוין געלערנט דארט, זענען כאטש יא פארזיכערט צו קענען גראדואירן?)

פון ארום זוכן איז מיר אויסגעקומען אז מונקאטש, וויען, אמרי שפר און עטרת צבי הייסן אפיציעל אפן פאר יעדן, אבער מונקאטש און וויען פרובירן דאס צו טוישן און ווערן מער שטרענג. איז דאס למעשה אזוי?

(כשלעצמי האלט איך, אז אויב גייט מען שוין יא דעם ראוט איז אמרי שפר די בעסטע לויט די אימעזש וואס זיי פרובירן צו מאכן, א קוואליטי חינוך און אויך א דגוש אויף גוטע לימודי חול. איז דא למשל משפחות וואס קענען ווען רעלאטיוו גרינג אנגענומען ווערן אין מער סטאנדארט מוסדות אבער זענען אליינס בוחר אמרי שפר צוליב דעם? און למעשה, do they live up to the hype? זיי דעליווערן טאקע אדער איז דאס נאר פראפאגאנדע? וויאזוי זעהן אויס די פירות פון די פארגאנגענהייט?)

וואס און ווער איז אמרי בינה?
אמרי שפר האב איך געהערט אזויפיל געמישטע גריסן. ס׳דא וואס האבן געזאגט זיי האבן געהאט א גוטע עקספיריענס, אנדערע טענה׳ן אז מ׳האט זיי אויסגע׳רודפ׳ט (מ׳רעדט דא פון איידעלע מענטשן) און זייער קינד איז היינט א.ט.ד - טיילווייז א דאנק די טראומא פון יענע חדר, נאך אנדערע זאגן אז אזעלכע מעשיות זענען פארגעקומען אמאל אבער היינט איז שוין בעסער. איך וואוין נישט אין מאנסי ממילא האב איך נישט קיין אהנונג. פשוט געהערט גריסן פון עטליכע משפחות וועלכע האבן געשיקט אהין. (איך האב אסך משפחה און פריינט דארט)

נעכטן » זונטאג מאי 26, 2024 1:33 pm

· #563301
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
קען איינער מסביר זיין די חילוק פון דער נייע מוסד ״יטב לב״ און ביידע טאטמארע חדרים? געווען טאקע אמאל נאר אנטי וועקסערס, אבער היינט?? די תקנות דארט איז די אזוי ווי סאטמאר??

berlbalaguleh » זונטאג מאי 26, 2024 5:04 pm

· #563326
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
נייגיריגער #
איך האב א אנדערע קוועשין אויב מאפט איינער פון מאנרא קיין מאנסי איז דא טשענסעס אז איינע פון די סאטמארער מוסדות זאלן עים אריינעמען ארונים אדער ר'ח"י?
אויב איינער מאווט פון מאנרא ווייל מ'האט איהם "מרמז" געווען אז ער זאל מופן. דער זוכט נישט סאטמאר בכלל.

ס'קען אמאל זיין אז איינער מאווט פון מאנרא קיין מאנסי צוליעב "ספעציעלע" אומשטענדן.

אזוי ווי איך קען א פאל פון א יונגערמאן (דאמאלס געווען) וואס האט געמאווט פון מאנסי קייין בארא פארק. די גאנצע וועלט האט זיך געוואונדערט. ספעציעל ווען ער איז געווען מקורב אין א רבי'שן חצר.

נאר דארט איז געווען "ספעציעלע" אומשטענדן. כידוע ליודעים. ואכמ"ל.
בלאט: 1 2