☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » "מגילת ספר" פון רבי יעקב עמדין

"מגילת ספר" פון רבי יעקב עמדין

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1305
בלאט: 1 2

בן תמליון » דינסטאג יולי 31, 2012 12:44 pm

· #30303
"מגילת ספר" פון רבי יעקב עמדין
אפגעטיילט פון דא.

זר זהב
חאצקל
ר' יעקב עמדין איז שטארק מעריך אין דעם ענין פון פלגש בזמנינו, און שרייט געוואלט פארוואס מען איז היינט נוהג לאיסור, ווארים דער מעגליכקייט פון א פלגש איז א שטארקע שמורה פון עריות

ר' יעקב עמדין איז מיין נייעסטע "הירא"


קודוס זר. האסטו שוין דורכגעלערנט דעם מטפחת ספרים? ער לייגט אראפ דעם פאלטשקייט פונעם זוהר מיט אזא זאפט אז עס קען זיך דוכטן עס איז געשריבן דורך א חילוני פון תל אביב אוניווערסיטעט. זיין מעמואר מגילת ספר איז אויך נישט אוועקצומאכן די היינטיקע פרומע שעמען זיך געפערליך דערמיט וועסט עס נישט טרעפן אין קיין איין בית המדרש.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 31, 2012 12:53 pm

· #30307
דאן וואו קען מען עס יא טרעפן אויב נישט אין ביהמ"ד?

זר זהב » דינסטאג יולי 31, 2012 4:09 pm

· #30348
וואס הייסט ער מאכט חוזק פונעם זוהר? וויזוי קען דאס זיין?

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 31, 2012 5:13 pm

· #30368
זר זהב
וואס הייסט ער מאכט חוזק פונעם זוהר? וויזוי קען דאס זיין?

ער זאגט אז ס'קען נישט זיין אז רשב"י האט עס געשריבן.

יידל » דינסטאג יולי 31, 2012 5:15 pm

· #30369
שמעקעדיג
דאן וואו קען מען עס יא טרעפן אויב נישט אין ביהמ"ד?

אויף היברו בוקס, שטייצעך.

געפילטע פיש
זר זהב
וואס הייסט ער מאכט חוזק פונעם זוהר? וויזוי קען דאס זיין?

ער זאגט אז ס'קען נישט זיין אז רשב"י האט עס געשריבן.

נישט ממש. ער זאגט אז יד זרים שלטו בה, און אז א גרויס חלק איז געפעלטשט, און היות מיר ווייסן נישט וואס איז אמת און וואס נישט אין לסמוך עליה.

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 31, 2012 5:32 pm

· #30375
יידל
שמעקעדיג
דאן וואו קען מען עס יא טרעפן אויב נישט אין ביהמ"ד?

אויף היברו בוקס, שטייצעך.

וואס שעמט מען זיך אזוי דערמיט?

יידל » דינסטאג יולי 31, 2012 5:43 pm

· #30378
געפילטע פיש
יידל
שמעקעדיג
דאן וואו קען מען עס יא טרעפן אויב נישט אין ביהמ"ד?

אויף היברו בוקס, שטייצעך.

וואס שעמט מען זיך אזוי דערמיט?

ליין עס, אפשר וועסטו געוואויר ווערן.

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 31, 2012 6:35 pm

· #30396
יידל
ליין עס, אפשר וועסטו געוואויר ווערן.

פשי! אן איינפאל, ס'מיר נישט איינגעפאלן.
ערענסט, איך האב דורכגעבלעטערט די ערשטע פאר עמודים און גארנישט געזען וואס מ'זאל זיך שעמען, סא אנשטאט דורכליינען איבער צוויי הונדערט בלעטער זיי מיר ביטע מגלה וואס די מדובר איז.

יידל » דינסטאג יולי 31, 2012 6:44 pm

· #30400
געפילטע פיש
יידל
ליין עס, אפשר וועסטו געוואויר ווערן.

פשי! אן איינפאל, ס'מיר נישט איינגעפאלן.
ערענסט, איך האב דורכגעבלעטערט די ערשטע פאר עמודים און גארנישט געזען וואס מ'זאל זיך שעמען, סא אנשטאט דורכליינען איבער צוויי הונדערט בלעטער זיי מיר ביטע מגלה וואס די מדובר איז.

ליין דא.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 31, 2012 6:45 pm

· #30401
זייער א לאנגער ספר. אפשר קען מען צוטייטלען אויף וועלכע דפים צו זוכן?

בכלל האב איך זייער פיינט דעם אויסשטעל פון היברו בוקס.
פארוואס זאל מען נישט קענען סקראולן פעידזשעס, נאר דרוקן א גאנצן צייט NEXT און PREVIOUS ?
און פון וואו פארשאפן זיי אלץ די עלטסטע דרוק פון מהרש"אס צייטן?
און די ספרים זענען מלא וגדוש מיט הגהות והערות אויף אלע זייטן?

כ'פארלאנג נישט גארנישט, כ'פארשטיי אז ס'איז בחנם און איך קום זיי א דאנק, אבער המתחיל במצווה אומרים לו גמור. אז דו מאכסט שוין, זאל שוין זיין בשלימות.


צוריק צום ענין. ביטע צייכנט אן א דף. ייש"כ.

==================

אה - געפילטע און יידל האבן שוין אריינגעהאקט. תודה רבה.

יידל » דינסטאג יולי 31, 2012 7:01 pm

· #30408
מארק שפירא דערמאנט דא הרב געשטעטנער'ס ספר און זיין טעאריע אז מגלת ספר איז מזויף און ער איז מעיר ווי פאלגנד:
מארק שפירא

His [-Gestetner's] argument is completely demolished by R. Menachem Mendel Goldstein in Etz Hayyim (Bobov), no. 8(Shevat 5769), pp. 239-266. (Goldstein resides in that bastion of Haskalah known as Kiryas Yoel.). On the very first page of his article, Goldstein complains that the various publishers of Emden’s Megilat Sefer did not consult with gedolei Yisrael in order to determine what should have been censored. In other words, he takes it as a given that the masses need to be protected from what Emden has to say.

ר' מנחם מענדל גאלדשטיין אין קובץ עץ חיים
הספר מגילת ספר נדפס על ידי אינשי דלא מעלי שאין רוח חכמים נוחה מהם, ולא נתיעצו בגדולי חכמי ורבני דור דור האיך ומה להדפיס ומה להשמיט

יידל » דינסטאג יולי 31, 2012 7:18 pm

· #30413
אין אייוועלט איז אויך געווען א שמועס איבער דעם ספר.

איחוד פעלד » דינסטאג יולי 31, 2012 7:51 pm

· #30419
Re: "מגילת ספר" פון רבי יעקב עמדין
די פראבלעם איז אז ר יעקב עמדין קומט ארויס אלץ א מענטש וואס האט תאוות טענות און געפילען, און ראנגעלט זיך מיט זיי אלע.
מען וואלט געוואלט אז יענער זאל מיינען אז אלע פריערדיגע זענען געווען מלאכים און קדושים אהן מענטשליכע תערובות כלל וכלל.
מהאי טעמא וועסטו קינמאל נישט זעהן א ספר פין ר חיים וויטאל.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

יידל » דינסטאג יולי 31, 2012 7:58 pm

· #30422
איחוד פעלד

מהאי טעמא וועסטו קינמאל נישט זעהן א ספר פין ר חיים וויטאל.


ס'גראדע דא אין איר צענזורירטע פארעם אויף היברו בוקס.

שרגא » דינסטאג יולי 31, 2012 8:30 pm

· #30433
איך וואונדער זיך שוין לאנג, ווער איז דער גאלדשטיין פון מאנרא וואס איז אנגעקומען צו זיין א גאנצער "עקספערט" אויפ'ן יעב"ץ (נאו לעס)?

יידל » דינסטאג יולי 31, 2012 9:20 pm

· #30455
שרגא
איך וואונדער זיך שוין לאנג, ווער איז דער גאלדשטיין פון מאנרא וואס איז אנגעקומען צו זיין א גאנצער "עקספערט" אויפ'ן יעב"ץ (נאו לעס)?

ווער האט אים דען געקרוינט אלס עקספערט?

גלות יוד » דינסטאג יולי 31, 2012 9:25 pm

· #30463
יידל
געפילטע פיש
יידל
שמעקעדיג
דאן וואו קען מען עס יא טרעפן אויב נישט אין ביהמ"ד?

אויף היברו בוקס, שטייצעך.

וואס שעמט מען זיך אזוי דערמיט?

ליין עס, אפשר וועסטו געוואויר ווערן.

דאכט זיך דאס איז די צענזורטע כ'וועל שפעטער ארויפלייגן די אנדערע כ'דארף עס טרעפן אין די ארכיוון ס'דא דארט גיטע שטאף אבער נאר אין מאחה"פ

שרגא » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 12:16 am

· #30526
יידל
שרגא
איך וואונדער זיך שוין לאנג, ווער איז דער גאלדשטיין פון מאנרא וואס איז אנגעקומען צו זיין א גאנצער "עקספערט" אויפ'ן יעב"ץ (נאו לעס)?

ווער האט אים דען געקרוינט אלס עקספערט?

איך ווייס נישט צי איינער האט אים אפיציעל געקרוינט, אבער איך ווייס אז ער איז אן עקספערט אויף אים.

גלות יוד » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 8:38 am

· #30616
דאס איז די גאנצע מגילת ספר נישט צענזורירטע
https://dl.dropbox.com/u/11585487/%D7%9E%D7%92%D7%99%D7%9C%D7%AA%20%D7%A1%D7%A4%D7%A8.pdf

בן תמליון » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 9:06 am

· #30617
יידל
שמעקעדיג
דאן וואו קען מען עס יא טרעפן אויב נישט אין ביהמ"ד?

אויף היברו בוקס, שטייצעך.

געפילטע פיש
זר זהב
וואס הייסט ער מאכט חוזק פונעם זוהר? וויזוי קען דאס זיין?

ער זאגט אז ס'קען נישט זיין אז רשב"י האט עס געשריבן.

נישט ממש. ער זאגט אז יד זרים שלטו בה, און אז א גרויס חלק איז געפעלטשט, און היות מיר ווייסן נישט וואס איז אמת און וואס נישט אין לסמוך עליה.


לויט ווי איך האב עס געלערנט לאזט ער נישט פאר ר' שמעון'ען א קוצו של יוד פונעם זוהר.דער יעב"ץ שפעקולירט גאנץ אפן אז ר' משה ד'ליאן דער ארויסגעבער פונעם זוהר האט גשריבן דעם גאנצן חיבור. אויסער די פאקטישע באווייזן ווי אז דאס ווייב פון ר' משה ליאן האט מודה געווען פאר ר' יצחק דמן עכו וואס איז ספעציעל געקןמען צן פארן אויסצופארשן דעם ענין אז איר מאן האט געשריבן דעם זוהר, גייט דער יעב'ץ איבער בלאט נאך בלאט און ווייזט מושגים און ענינים וואס האבן נאכנישט עקזיסטירט בזמן הרשב"י ווי אויך סתם עם הערצות מיט ביליקע ליצנותן פארשלייערט און מיסטערישע הייליקע זאצן.

איחוד פעלד » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 10:38 am

· #30623
Re: "מגילת ספר" פון רבי יעקב עמדין
ביסטו זיכער?
איך מיין ביסט דיך טועה מיט דער שד"ל.
ער שרייבט אויף דעם נוסח.
דער יעבץ האט למעשה אנגענומען דער זוהר אלץ א דבר קדוש, ער האט נאר געהאלטען אז עס איז דא אסאך הוספות, ולאו דוקא אז די הוספות זענען נישט גוט, נאר עס איז הוספות וואס זענען אריין געמישט אין די אלטע טעקסט.
ווי אויך איז דא חילוק לדידיה וועלכע ספרים פין זוהר, ווי למשל רעיא מהימנא וואס איז א טאטאלע הוספה פין ראשונים.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

בן תמליון » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:03 am

· #30630
איך רעד פון מטפחת ספרים. דער יעב"ץ גייט אביסל צווישן די שורות אהין און צוריק אבער איך מיין אז עס איז קלאר וואס ער האלט. עכ"פ אזוי לערן איך איהם אפ, אדרבה לערנט אליין. ס'איז שווער דא צו ברענגען דוגמאות כמעט פון יעדן בלעטל.

בן תמליון » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:18 am

· #30636
[ציטאט אראפגענומען]


איך וועל מעתיק זיין דוגמאות שפעטער ווען איך ווען האבן א געלעגנהייט.

גלות יוד » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 2:40 pm

· #30746
גלות יוד
דאס איז די גאנצע מגילת ספר נישט צענזורירטע <a class="postlink" href="https://dl.dropbox.com/u/11585487/%D7%9E%D7%92%D7%99%D7%9C%D7%AA%20%D7%A1%D7%A4%D7%A8.pdf">https://dl.dropbox.com/u/11585487/%D7%9 ... %D7%A8.pdf</a>


דא האט איר א ביך פון די זעלבע מחבר אויף יודיש וועגן ר' יעקב עמדין <a class="postlink" href="https://dl.dropbox.com/u/11585487/yakev%20emdin.pdf">https://dl.dropbox.com/u/11585487/yakev%20emdin.pdf</a>

בן תמליון » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 12:54 pm

· #31203
הנה נמצא בשכונתך ספר מטפחת ספרים למהריעב"ץ תמצא שם כי דבר גדול דבר הנביא ז"ל בענין זה הלא ישתוממו רואיו וד"ל. ע"כ לשון מרן החתם סופר תשובת חתם סופר חלק שישי סימן נ"ט.

ביבער » דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:34 am

· #205673
נעקסט איז ספר מגילת זיוף וואס ווייזט אויף אז געשטעטנער האט נישט געשריבן מגילת פלסתר נאר ידי חרדיזם שלטו בו.

כוכב » דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:20 am

· #205677
@אנאנים
דו האלטסט דער געשטעטנער איז בכלל א בר סמכא?
איינער פארציילט מיר אז ער האט אים אמאל אנגעפרעגט אויף א זאך אז סאיז בניגוד פון אן אפענעם שו"ת דברי חיים.
האט ער געענטפערט אז אין שו"ת לך לך שטייט פארקערט און דער דברי חיים שרייבט אויף א פלאץ אז הלכה כבתראי...
אט א דאס הייסט גערעדט שטותים.

איחוד פעלד » דאנערשטאג יוני 12, 2014 5:15 pm

· #205755
וואס איז דער ביג דיעל אז דער מגילת ספר איז נישט אויטענטיש?

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:32 pm

· #205799
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=5l15VVVbeC4">https://www.youtube.com/watch?v=5l15VVVbeC4</a>[youtube]https:/]
מקור ספר הזוהר

איחוד פעלד » דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:57 pm

· #205804
[ציטאט אראפגענומען]

כ'האלט גראדע מער פון ר"ר יונתן ווי דו, זיין חריפות איז עד להפליא, און זיינע מדות זענען געוועהן מורא'דיג, און זיין שפראך זיין דעליווערי איז מן הסתם מער ווי עניבאדי עלס, און זאגען אז דער יעב"ץ איז געוועהן גערעכט מאכט אים נישט קיין כי הוא זה ווייניגער, און דער יעב"ץ ווערט נישט דא "דער" זאך.

האק דיך ארויס פון קאפ דער סטופיד מענטאליטי אז ווען מען נעמט א זייט אין א ארגומענט מיינט אז דער צד וואס מען נעמט אהן איז דער רבינו הגדול פטיש החזק נר הימיני וכו'.

און צום שלוס, צוליב מיינע רייד מיינט נישט אז כ'בין א חסיד פון מורינו הגדול והקדוש והגאון מוהר"ר יעב"ץ זצלללהלהלהלההל"ה.


ועוד והוא העיקר, דער מגילת ספר איז א דייערי פונעם יעב"ץ וואס ער האט כלומר'שט זעלבסט געשריבן, דער מחלוקת פון אים אויף ר"ר יונתן איז נישט נאר באשריבען דארט, עס איז באשריבען אין אנדערע אויסגאבעס וואס דער יעב"ץ האט אליין געדריקט אין זיין דריקעריי... סא מגילת ספר ארויף אדער אראפ, איז עס נישט מעלה ומוריד דער עפאכע פון יעב"ץ און ר"ר יונתן.

אויב עפעס מאכט עס שטערקער דעם יעב"ץ, ווייל אין מגילת ספר שרייבט ער אלע זיינע אנדערע בויך קרעמפען קעגן יעדע אנדערע רב און פארשידענע אנדערע אנשים חשובים וואס ער האט נישט סובל געוועהן, און עס ברענגט ארויס זיין כאראקטער אלץ א קריגערישער, וואס מאכט שוואכער זיין סטאנץ אקעגן דעם ר"ר יונתן, סאו ווען מען זאגט אז מגילת ספר איז נישט פון יעב"ץ מאכט עס שטערקער דעם יעב"ץ. ווי אויך שרייבט ער אין מגילת ספר זיינע אינערליכע נסיונות פון וועלן מזנה זיין מיט אפאר מיידלעך, און וויאזוי ער האט זיך מתגבר געוועהן, און ווי ער האט געזעהן קרי וכו', עס מאכט אים פאר א "מענטש" נישט א "מלאך" ווי אונז "חרדים" האבן ליב צו גלייבן אויף יעדע אמאליגער גדול. און פארדעם האט דער געשטעטנער א ענין אוועקצונעמען דעם מגילת ספר פון יעב"ץ, פשוט מען זאל קענען ווייטער זאגן אז די מחלוקת איז געוועהן "הויכע" ענינים, ושלום על ישראל.

יאיר » מאנטאג יוני 16, 2014 8:17 pm

· #206308
אפשר קען איינער איבערגעבן א תמצית פון זיינע טענות, און אויב עס זענען דא נאך וואס האלטן אז מגילת ספר איז מזוייף?
אגב, דער יעב"ץ האט דאך געהאלטן אז דער רמב"ם האט נישט געשריבן מורה נבוכים. נישט מער ווי רעכט אז ער זאל נישט האבן געשריבן מגילת ספר.

צענטער » דינסטאג יוני 17, 2014 2:19 am

· #206346
איחוד פעלד דיינע ווערטער קעגן דעם הייליגן יעב"ץ איז שוידערליך. יכול להיות עס פאדערט צו רייסן קריעה. ווער ביסטו צו שרייבן אזוי קעגן דעם הייליגן יעב"ץ? איך בין נאך נישט באקאנט מיטן מנהג המקום בכגון דא דעריבער וועל איך זיך איינהאלטן פון שרייבן עפ"ל

יואב » דינסטאג יוני 17, 2014 2:36 am

· #206347
צענטער
איחוד פעלד דיינע ווערטער קעגן דעם הייליגן יעב"ץ איז שוידערליך. יכול להיות עס פאדערט צו רייסן קריעה. ווער ביסטו צו שרייבן אזוי קעגן דעם הייליגן יעב"ץ? איך בין נאך נישט באקאנט מיטן מנהג המקום בכגון דא דעריבער וועל איך זיך איינהאלטן פון שרייבן עפ"ל

חוץ אפשר פון באצייכנען דעם יעב״ץ׳ס סברות אלס ״בויך קרעמפן״, אפשר זאגט איר מיך, וואס איז אזוי שוידערליך? אז ער שרייבט אז דער יעב״ץ זעלבס דעמאנסטרירט זיינע בשר ודם חלקים? אדרבה! ערקלער ביטע על מה יצא הקצף.

מאטי » דינסטאג יוני 17, 2014 2:50 am

· #206348
יאיר
אפשר קען איינער איבערגעבן א תמצית פון זיינע טענות, און אויב עס זענען דא נאך וואס האלטן אז מגילת ספר איז מזוייף?
אגב, דער יעב"ץ האט דאך געהאלטן אז דער רמב"ם האט נישט געשריבן מורה נבוכים. נישט מער ווי רעכט אז ער זאל נישט האבן געשריבן מגילת ספר.

וואו שרייבט דאס דער יעב"ץ אויפן רמב"ם אין מגילת ספר? דאכט זיך מיר אז ער האט געזאגט אז ער קען נישט גלייבן אז דער רמב"ם זאל דאס האבן געשריבן.
אינטערסאנט אז היתר פילגש האט ער מקיל געווען, נישט ווי דער רמב"ם .

צענטער » דינסטאג יוני 17, 2014 2:55 am

· #206349
וואס הייסט חוץ? דאס אליינס איז נישט גענוג? אויב אזוי ווי אזוי זאלן מיר אנרופן געשרייבאכטס אויף קאווע שטיבל? ווען דעם יעב"ץ'ס הייליגע ווערטער זענען קודש איז קאווע שטיבל געשרייבאכטסער בויך קרעמפן אויב אויב זענען די יעב"ץ'ס הייליגע ווערטער וכו' דאן ווי אזוי זאלן מיר רופן קאווע שטיבל בויך קרעמפן?

כנראה האט דער איחוד פעלד פארגעסן די גמרא: אם ראשונים כמלאכים אנו כבני אדם, אם ראשונים כבני אדם אנו כחמורים. איך פארשטיי אז לויט איחוד פעלד זענען די תנאים און אמורים געווען "חרדים" ואל זה גאוותינו, מיר שטרעבן צו זיין חרדים. און אויב אין זיינע אויגן איז דער יעב"ץ געווען א אדם איז איחוד פעלד א חמור (קרעדיט: גמרא)

מאטי » דינסטאג יוני 17, 2014 3:15 am

· #206352
איך האלט אויך אז דאס אויסדרוק "בויך קרעמפן " איז נישט לפי כבודו. אבער די פאונט איז געווען אז ער שרייבט דארט נישט קיין בכבוד'ע עניינים ווי למשל מוסר הלכות וכדומה, נאר בלויז וועלטליכע פאליטיקס פון זיין צייט, אלזא, דער פאקט אז דער יעב"ץ איז נישט דער פארפאסער דערפון צו זיין בענעפיט.

צענטער » דינסטאג יוני 17, 2014 3:29 am

· #206353
איך האב דווקא נישט געוואלט ציטירן זיינע ווערטער כדאי זיך נישט שמוציג צו מאכן דערפון. איך באצי זיך צו 2 נקודות אין זיינע ווערטער. 1 זיין פראסטע שפראך קעגן דעם גאון וצדיק. 2 דאס אים אראפמאלן אלס מענטש און נישט אלס מלאך אזוי ווי די "חרדים" פראבירן אלעמאל צו מאכן און אויף דעם האב איך געברענגט די גמרא (לכאורה האבן די חרדים אריינגעריקט דעם שטיקל... מ'דארף מברר זיין אם יד עוז והדר באמצע....) אם ראשונים כמלאכים וכו' ווייל לפי שיטתו איז דאס "חרדים" און נישט חז"ל חוץ אויב לדידייה איז חרדים און חז"ל היינו הך.

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 17, 2014 8:49 am

· #206364
אקעי


סארי, פעיקס נישט גענוג גוט.

מאך אויף נאך א ניק און טריי בעסער.

צום ענין, איך שרייב וועגען דער שרייבער פין מגילת ספר, אויב איז עס נישט דער יעבץ, איז דאך גוט.

צענטער » דינסטאג יוני 17, 2014 9:16 am

· #206368
איחוד פעלד
אקעי


סארי, פעיקס נישט גענוג גוט.

מאך אויף נאך א ניק און טריי בעסער.

צום ענין, איך שרייב וועגען דער שרייבער פין מגילת ספר, אויב איז עס נישט דער יעבץ, איז דאך גוט.

וואס פעיק איך?

צו וואס דארף איך נאך א ניק?


ולענין המדובר, ווער ביסטו צו זאגן א דעה אויף די גרויקייט וקדושה פונם יעב"ץ? אפגעזעהן צו ער האט יא אדער נישט מחבר געווען דעם ספר/ביכל. אגב דיר פעלט אסאך ידיעות אין גמרא, די גמרא פארציילט אויף א תנא (איך געדענק נישט קלאר אפשר גאר האט דער תנא פארציילט אויף זיך אליינס, אז ער איז געווען אויף א שטאק מיט א מיידל/פרוי און נישט געקענט עומד זיין האט ער זיך גענומען מאכן קולות "ס'ברענט" מענטשן זענען געקומען צו לויפן און אזוי איז ער ניצול געווארן.

כבר היה לעולמים, זייער צדקות קדושה ופרישות איז אויף מדריגות (אפילו לאמיר זאגן גאר קליינע מדריגות אבער בכל מקרה) פון א קאליבער וואס דו מיט דיין מוח קען בכלל נישט משיג זיין ווייל בכל מקרה ביסטו נידריגער, דעריבער האב שכל און אנערקען אז ס'הערט זיך גאר קינדיש ווען דו פראבירסט אפצושאצן איינער וואס איך לכל הדיעות געווען גרעסער פון דיר.

ער האט רעכט צו זאגן אז גאנץ/האלב/פערטל וכו' פונם זוהר הקדוש איז פאלש ווייל ער האט געקענט דעם זוהר פון דעקל צו דעקל און א גאון עצום און בקי בכל התורה כולי בכלל. משא"כ דו.

ברסלבער » דינסטאג יוני 17, 2014 9:23 am

· #206369
צענטער, איך ווייס נישט אויב דו ביזט גערעכט אדער נישט, אבער עס קוקט אויס מאדנע אז דו האסט נישט עפעס אנדערש צו פארקויפן נאר אראפצורייסן אנדערע אין יעדן צווייטן אשכול.
דו קוקסט אויס צו זיין א פארשטענליכער, הויב אן גיסן גוטע סחורה אז דער עולם זאל הנאה האבן, און דערנאך וועט מען ענדערש אויסהערן דיינע דברי מחאה.

אגב איז כדאי צוצוצייכענען פון די תקנות המקום
[ציטאט אראפגענומען]

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 17, 2014 10:25 am

· #206379
צענטער
איחוד פעלד
אקעי


סארי, פעיקס נישט גענוג גוט.

מאך אויף נאך א ניק און טריי בעסער.

צום ענין, איך שרייב וועגען דער שרייבער פין מגילת ספר, אויב איז עס נישט דער יעבץ, איז דאך גוט.

וואס פעיק איך?

צו וואס דארף איך נאך א ניק?


ולענין המדובר, ווער ביסטו צו זאגן א דעה אויף די גרויקייט וקדושה פונם יעב"ץ? אפגעזעהן צו ער האט יא אדער נישט מחבר געווען דעם ספר/ביכל. אגב דיר פעלט אסאך ידיעות אין גמרא, די גמרא פארציילט אויף א תנא (איך געדענק נישט קלאר אפשר גאר האט דער תנא פארציילט אויף זיך אליינס, אז ער איז געווען אויף א שטאק מיט א מיידל/פרוי און נישט געקענט עומד זיין האט ער זיך גענומען מאכן קולות "ס'ברענט" מענטשן זענען געקומען צו לויפן און אזוי איז ער ניצול געווארן.

כבר היה לעולמים, זייער צדקות קדושה ופרישות איז אויף מדריגות (אפילו לאמיר זאגן גאר קליינע מדריגות אבער בכל מקרה) פון א קאליבער וואס דו מיט דיין מוח קען בכלל נישט משיג זיין ווייל בכל מקרה ביסטו נידריגער, דעריבער האב שכל און אנערקען אז ס'הערט זיך גאר קינדיש ווען דו פראבירסט אפצושאצן איינער וואס איך לכל הדיעות געווען גרעסער פון דיר.

ער האט רעכט צו זאגן אז גאנץ/האלב/פערטל וכו' פונם זוהר הקדוש איז פאלש ווייל ער האט געקענט דעם זוהר פון דעקל צו דעקל און א גאון עצום און בקי בכל התורה כולי בכלל. משא"כ דו.



די דארפסט נאך א ניק ווייל דער ניק האסטו שוין פארחזיר'ט ווייל די האלסט נישט עכט וואס די שרייבסט.

טראכט אריין, שרייבסט אויף מיר ווער בין אויך צו שרייבען אויף דער יעב"ץ, ווען איך האב אפילו גארנישט געשריבען!!

מען רעדט אויב דער ספר איז פין אים, און דער מאטיווען פין אזעלכע בעלי שיטה ווי פראבירסט דיך צו פארשטעלען, פארוואס זיי וואלטען געוואלט זאגען אז דער ספר איז נישט פין אים.


קומסטו ווי א נאר און שרייבסט אז איך בין א ווייסעכוואס. שרייב נאך, ווייל דער הומער דיינע איז אייזען.

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 17, 2014 10:28 am

· #206381
ער האט רעכט צו זאגן אז גאנץ/האלב/פערטל וכו' פונם זוהר הקדוש איז פאלש ווייל ער האט געקענט דעם זוהר פון דעקל צו דעקל און א גאון עצום און בקי בכל התורה כולי בכלל. משא"כ דו.


דער קאמענט איז נישט ריכטיג, אליבא דיושבי חושך האט דער יעב"ץ קיינמאל נישט געזאגט אז זוהר איז פאלש, נאר אז עס איז הוספה.

דא שטעקט ארויס דיין פעיקעריי נאכאמאהל.

די זייגסט............

גאלד » דינסטאג יוני 17, 2014 10:33 am

· #206382
פונקט פריער געהערט א געשיכטע פונעם ספר מגילת ספר, פארציילט ער אז זיין פאטער דער גרויסער חכם צבי, האט איינמאל שפאצירט אויפן גאס, און אקראס די סטריט האט שפאצירט איינע פון זיינע גרויסע מתנגדים (למשל א יאסל וואלדמאן בימינו, נאר א משל, אוי איך בין משוגע לאותו דבר!) מיט זיין פרוי, אקיצור, דער פרוי איז געווען ניכר אז זי האט געשוואנגערט, איז פונקט דורכגעגאנגען נאך א אומשולדיגע איד, וואס האט נישט געהאט קיין אהנונג אז דער מתנגד איז א קעגענער פונעם רב, און ער וואונטשט מיט א תמימות דעם אשה מעוברת א ברכה יה"ר אז דער וולד זאל אויסוואקאסן אוואו דער רב החכם צבי, ענטפערט דער "כסיל" הויך (אזוי איז דער עמדין מכנה דעם מתנגד) זאל מיין ווייב ענדערש מפיל זיין דאס קינד ווי איידער ער זאל אויסוואקסן ווי דער חכם צבי, פירט אויס דער עמדין אז דער כסיל האט מפיל געווען לכה"פ 12 וולדים, און אפשר 15,

צענטער » דינסטאג יוני 17, 2014 1:40 pm

· #206424
איך בין ב"ה פארנומען דורכאויס דעם טאג. ח"ו צו זאגן אז איך רייס אינטער דעם אדער יענע ניק. נישט דאס איז מיין כוונה. ביטע נישט ווערן געטשעפעט. מאקסימום קענט איר דאס אננעמען אלס א ריתחא דאורייתא. איחוד עס איז מעגליך אז איך האב דיר נישט ריכטחג פארשטאנען. בכל מקרה וועל איך זיין צוריק ביינאכט און זיך בעסער מסביר זיין און פארעכטן מעגליכע טעותים.

איך גלייב אין וואס איך שרייב און איך פארשטיי נישט וואס דאס מיינט פארחזרן א ניק.

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 17, 2014 10:29 pm

· #206550
גאלד
פונקט פריער געהערט א געשיכטע פונעם ספר מגילת ספר, פארציילט ער אז זיין פאטער דער גרויסער חכם צבי, האט איינמאל שפאצירט אויפן גאס, און אקראס די סטריט האט שפאצירט איינע פון זיינע גרויסע מתנגדים (למשל א יאסל וואלדמאן בימינו, נאר א משל, אוי איך בין משוגע לאותו דבר!) מיט זיין פרוי, אקיצור, דער פרוי איז געווען ניכר אז זי האט געשוואנגערט, איז פונקט דורכגעגאנגען נאך א אומשולדיגע איד, וואס האט נישט געהאט קיין אהנונג אז דער מתנגד איז א קעגענער פונעם רב, און ער וואונטשט מיט א תמימות דעם אשה מעוברת א ברכה יה"ר אז דער וולד זאל אויסוואקאסן אוואו דער רב החכם צבי, ענטפערט דער "כסיל" הויך (אזוי איז דער עמדין מכנה דעם מתנגד) זאל מיין ווייב ענדערש מפיל זיין דאס קינד ווי איידער ער זאל אויסוואקסן ווי דער חכם צבי, פירט אויס דער עמדין אז דער כסיל האט מפיל געווען לכה"פ 12 וולדים, און אפשר 15,


פאר איינער וואס האט עס נישט געליינט, די ווייסט נישט וואס די פארפעלסט. ער דערמאנט פין מייקל סעוועדזש, א אנגעזעצטקייט מלא טעם. ער מאכט למשל חוזק פין דער כנסת יחזקאל, וואס איז געווען רב איז זיין שטאט, וויאזוי זיין חיתוך הדיבור איז געוועהן אנדרעש ווייל ער איז געקומען פין א אנדערע מדינה, און קיינער האט נישט פארשטאנען זיינע דרשות, חוץ פין דעם וואס אלע חידושים האט ער נאך גע'גנב'ט פין אים זעלבסט.

די מעשה'לעך אין אמסטערדאם ווי ער האט נעבעך גע'קטנ'ט אגאנצער טאג ווייל ער האט געהאט אן אדיקשען צו טרינקען טיי, און האט זיך נישט געקענט אנגעוויינען דערפין, און עס איז געוועהן דארט א שיינער דינסט וואס האט אים ליב געהאט און זי פלעגט אים צודעקען גוט מיט דער דאכענע, און ער האט ממש זיך געדארפט צוריק האלטען פין טוהן עפעס מער, ווייל זיין ווייב איז געבליבען אין אלטונע האפענדיק אז ער וועט קענען צוריק קומען.

ווי שיין זיין ווייב איז געוועהן, זי איז געוועהן זיין א ניס, און זי איז געוועהן א שיינער א הויכער, ווייל זי האט געראטען אין זיין טאטענס משפחה וואס זיי זענען אלע געוועהן שיין און הויך......

וועגען זיין ערשטער ווייב ווי ער האט איר באמת נישט ליב געהאט, וועגען זיין שווער האט אים מקנא געוועהן ווייל זיינע קינדער זענען געוועהן קלוגער פין זיין ווייב'ס ברודערס ווייל זיי האבען געראטען אין אים.....

די מעשה'ליך זענען זיס ווי צוקער, און עס הערט זיך דארט א זיסע אנגעזעצטקייט.

יאיר » דינסטאג יוני 17, 2014 11:18 pm

· #206559
די מערסטע איז מיר נאך געווען אינטערעאנט ווי מ'זעט קלאר אז ער האט געליטן פון ערנסטע פאראנויע. ממש יעדער איינער אין די גאנצע וועלט, וואו ער איז נאר געגאנגען, האט אים געוואלט אונטערברענגען, און בחסדי ה' איז אים יעדן מאל געלונגען צו טרעפן איין גוטער לאיאלער פריינט וועלכער האט שפיאנירט פאר אים און ער האט באצייטנס זיך ארויסגעדרייט פון זיינע ביטערע שונאים.

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 17, 2014 11:39 pm

· #206572
גלות יוד
יידל
געפילטע פיש
יידל

אויף היברו בוקס, שטייצעך.

וואס שעמט מען זיך אזוי דערמיט?

ליין עס, אפשר וועסטו געוואויר ווערן.

דאכט זיך דאס איז די צענזורטע כ'וועל שפעטער ארויפלייגן די אנדערע כ'דארף עס טרעפן אין די ארכיוון ס'דא דארט גיטע שטאף אבער נאר אין מאחה"פ

איז דער לינק טאקע די צענזורירטע? ווייל די לינק וואס דו ברענגסט שפעטער ארבעט נישט מער.

אגב, וואו קען מען זען די אומצענזורירטע ספר פון ר' חיים וויטאל?

איחוד פעלד » זונטאג יוני 22, 2014 1:51 am

· #207312
אלעס קען זיין, אבער איינער וואס שרייבט א ספר לי וי דאס כאילו יענער שרייבט עס אליין, איז עלול אריין צו פאלען אין שטארקע טעותים.

למשל ווען ער איז געגאנגען ווי וכדומה.

איז געשטעטנער אויפגעקומען מיט אזעלכע קשיות?

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 12:28 am

· #233974
זר זהב
וואס הייסט ער מאכט חוזק פונעם זוהר? וויזוי קען דאס זיין?

זעכער די ציונים (פונ'ם מוסד הרב קוק---) האבן עס אריינגעשמוגלט...! פרעיגט תוס' א קשיא. ס'איז נאך דאמאלץ נישט געוועין קיין ציונים? ענטפערט תוס' מסתמא האבן זיי עס געטון שפעיטער...!

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 2:39 am

· #233985
יאיר
די מערסטע איז מיר נאך געווען אינטערעאנט ווי מ'זעט קלאר אז ער האט געליטן פון ערנסטע פאראנויע. ממש יעדער איינער אין די גאנצע וועלט, וואו ער איז נאר געגאנגען, האט אים געוואלט אונטערברענגען, און בחסדי ה' איז אים יעדן מאל געלונגען צו טרעפן איין גוטער לאיאלער פריינט וועלכער האט שפיאנירט פאר אים און ער האט באצייטנס זיך ארויסגעדרייט פון זיינע ביטערע שונאים.

יאיר: ייש"כ. איך האב שוין לאנג געטראכט אז דער ספר'ל /דייערי/נאוטבוק, איז א גוטער לימוד אויף דזשענעטיקס. וויפיל דאס איז משפיע אויף די קינדער פון א מענטש. ווייל דער חכם צבי האט כידוע אויך געפיהרט מערכות זיין גאנץ לעיבן. און איז געלאפן פון איין פלאץ צום צווייטן. אויך האט דזשענעטיקס א השפעה אויף היסטארי. ווייל אין דעם לעצטן דור האבן מיר אויכעט געהאט א גרויסן רבי'ן וואס איז געוועין אן אפשטאמיגער פונ'ם יעב"ץ און זיין גאנץ לעיבן (אלל אוו איט) פון אלס יונגער בחור איז ער געוועין פארמישט אין מערכות מיט די גאנצע וועלט. ממש עד זיבולא בתרייתא...!
בלאט: 1 2