פילגשים אין הלכה
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1146
פילגשים אין הלכה
ס'ווערט
באריכטעט אז דער ספרדישער הויפט רב פון ירושלים ר' אליהו אברגל האט געשריבן א היתר פאר קינדערלאזע פאר-פעלקער צו נעמען א פילגש צו מקיים זיין מצות פריה ורביה.
א פילגש פאר ווער עס ווייסט נישט איז א פרוי אין די זייט פון א ווייב מ'האט נישט צו איר קיין שום שיעבודים ווי א אייגענע פרוי מ'מעג איר פארשיקן אן א גט זי איז בלוז 'צו נוצן' מ'שטיינס געזאגט. וואלט געווען אינטערעסאנט צו אויסשמועסן מיר טרעפן זיי אין חומש די אבות האבן געהאט פילגשים אזוי אויך אין נ"ך ווי פילגש בגבעה. ווען האט זיך די פילגשים אויפגעהערט ביי אידן? איז ביים צווייטן בית המקדש אדער בזמן הראשונים נאך געווען פילגשים? בכלל וואס זעען מיר אין ספרים וועגן דעם?
אז מ'טראכט אריין אויב א קינדערלאז פארפאלק קען צונעמען א פילגש איז עס דאך א מורא'דיק ישועה על פי תורה וטהרת הקודש און בכלל קען א פילגש זיי א ישועה אין עקסטרעמע פעלער. רב אברגל שרייבט אין זיין ספר ער'ט מתיר געווען א גרויסן ראש ישיבה צו נעמען א פילגש ווען ס'איז געווארן קלאר ער קען קיין קינדער נישט האבן.
בן תמליון

און וועלכע מיידל וועט מסכים זיין סתם צו זיין א זונה אין די זייט?
מיר דארפן נאך א היתר איוף צי נעמען די ערשטע ווייב, די האלטסט שוין ביים צווייטען.
דאכט זיך אז יעקב אבינו האט אויך אזוי געטוהן.
פין אים איז נישט אבער א ראיה, ווייל ער'ט דעך געקישט רחל אויך, ממילא איז עס נישט מאסגעבענד פאר אונז יוצאי אונגארען.
איחוד פעלדדאכט זיך אז יעקב אבינו האט אויך אזוי געטוהן.
פין אים איז נישט אבער א ראיה, ווייל ער'ט דעך געקישט רחל אויך, ממילא איז עס נישט מאסגעבענד פאר אונז יוצאי אונגארען.
פארגעס נישט אז ער'ט געארבעט אלס בחור אויך. אבער אפשר וויבאלד ער האט זיך געקריגט מיטן ברודער איז ער יא געווען "פון אונזערע"?
דער ברודער איז געווען דער מיט דער ארבע מאות איש, עפעס מער פין אונזער סארט...
און דער ועתה הייתי לשני מחנות איז אויך מקוים געווארן, ממש א גאנצע רבי.
א באס פארט צוריק צום נושא פון לי קאר ראסס.
zamelא באס פארט צוריק צום נושא פון לי קאר ראסס.
די מייק האט געקראצט, זאג עס איבער פליז...
zurichבן תמליון
אז מ'טראכט אריין אויב א קינדערלאז פארפאלק קען צונעמען א פילגש איז עס דאך א מורא'דיק ישועה על פי תורה וטהרת הקודש און בכלל קען א פילגש זיי א ישועה אין עקסטרעמע פעלער. רב אברגל שרייבט אין זיין ספר ער'ט מתיר געווען א גרויסן ראש ישיבה צו נעמען א פילגש ווען ס'איז געווארן קלאר ער קען קיין קינדער נישט האבן.
און וועלכע מיידל וועט מסכים זיין סתם צו זיין א זונה אין די זייט?
דאס איז טאקע די סיבה פארוואס ווייניג מענטשן אין די היסטאריע האבן געהאט פלגשים, אויסער אזעלעכע אנגעזעענע לייט ווי די אבות וכדו'
אבער מ'רעדט לי יצייר אז איינער איז יא מסכים, בפרט ביי א רבנישע אדער רייכער מאן. און עס זענען דאך ליידער אויך פאראן אלמנות און גרישות.
ר' יעקב עמדין איז שטארק מעריך אין דעם ענין פון פלגש בזמנינו, און שרייט געוואלט פארוואס מען איז היינט נוהג לאיסור, ווארים דער מעגליכקייט פון א פלגש איז א שטארקע שמורה פון עריות
חאצקל ר' יעקב עמדין איז שטארק מעריך אין דעם ענין פון פלגש בזמנינו, און שרייט געוואלט פארוואס מען איז היינט נוהג לאיסור, ווארים דער מעגליכקייט פון א פלגש איז א שטארקע שמורה פון עריות
ר' יעקב עמדין איז מיין נייעסטע "הירא"
חאצקלzurichבן תמליון
אז מ'טראכט אריין אויב א קינדערלאז פארפאלק קען צונעמען א פילגש איז עס דאך א מורא'דיק ישועה על פי תורה וטהרת הקודש און בכלל קען א פילגש זיי א ישועה אין עקסטרעמע פעלער. רב אברגל שרייבט אין זיין ספר ער'ט מתיר געווען א גרויסן ראש ישיבה צו נעמען א פילגש ווען ס'איז געווארן קלאר ער קען קיין קינדער נישט האבן.
און וועלכע מיידל וועט מסכים זיין סתם צו זיין א זונה אין די זייט?
דאס איז טאקע די סיבה פארוואס ווייניג מענטשן אין די היסטאריע האבן געהאט פלגשים, אויסער אזעלעכע אנגעזעענע לייט ווי די אבות וכדו'
אבער מ'רעדט לו יצוייר אז איינער איז יא מסכים, בפרט ביי א רבנישע אדער רייכער מאן. און עס זענען דאך ליידער אויך פאראן אלמנות און גרישות.
ר' יעקב עמדין איז שטארק מעריך אין דעם ענין פון פלגש בזמנינו, און שרייט געוואלט פארוואס מען איז היינט נוהג לאיסור, ווארים דער מעגליכקייט פון א פלגש איז א שטארקע שמורה פון עריות
האב איך טאקע פונקט געזען דעם שאילת יעב"ץ ח"ב סימן ט"ו, ווי ער שרייבט באריכות איבערן ענין פון פילגש בקול חוצב להבות אש. ער זאגט עס איז א מצוה צו מפרסם זיין ברבים דער היתר פון פלגש און אז עס קען ראטעווען פון אלע סארטן מכשולות ווי ז"ל א"א גויה וכדומה, בפרט ווען מ'איז אוועק אויפן וועג אדער אנדערע שווערע מצבים. ער ברענגט די גמרא יומא פרק א' מכריז רב מאן הוא ליומא, ווי אמוראים זענען געקומען אין די פרעמד פלעגן מייחד זיין איינעם פאר א טאג, דאס איז דאס ענין פון פילגש זאגט דער יעב"ץ.
בכלל האט דער יעב"ץ אין די תשובה שטארקע תרעומות אויפן חרם דרבינו גרשון נישט צו נעמען צוויי ווייבער, ער זאגט אז דער תקנה איז געקומען ווייל אין די קריסטליכע מערב לענדער איז צוויי ווייבער געווען אנטקעגן דעם געזעץ מיט א הארבן שטראף. דער יעב"ץ שרייבט ער וואלט געזאגט די תקנה גייט אריין בגדר ובחוקותיהם לא תלכו, א גוי זאל האבן ווי ווייניגער זאגט דער יעב"ץ, אבער א איד ווי מער זרע ברך ה'.
למעשה זאגט דער יעב"ץ זאל מען זיך דורכרעדן מיט א מורה הוראה פונקטליך איבער די פרטים ווען מ'נעמט א פילגש למעשה ווי אז מ'זאל מיחד זיין א שטוב וכדומה נישט הפקר פעטרישקע.
תכלית, אז איך וויל טון למעשה וואס דארף איך טון?
חאצקלתכלית, אז איך וויל טון למעשה וואס דארף איך טון?
ס'איז זיכער כדאי דורכצולערנען דעם שאילת יעב"ץ אבער ווי איך פארשטיי איז עס בערך אזוי: א פילגש קען מען מיחד זיין פאר א לענגערע תקופה אדער אפילו איין טאג זי דארף נישט קיין קידושין וכתובה און דארף נישט קיין גט מען קען איר פארשיקן בלויז מיט א וואונק. מען דארף איר מיחד זיין דאס מיינט זי קען נישט זיין פילגש פאר צוועלף מענער אויפאמאל. אויך זאל זי נישט זיין א נדה און מען דארף איר טריטן ווי א ווייב נישט אביוזן ח"ו. דאס איז בקיצור ואידך פירושא זיל גמור תורה איז דאך רחבה מני ים.
עס איז געוועהן ביים הייליגען חתם סופר ישיבה ווי א בחור האט געזעהן ער האלט ביים כלות האט זיך איינגעהאנדעלט א פלונית'טע און אזוי ווי ער איז געוועהן עהרליך האט איהר געהייסען ציילין און זיך טובל'ן כדת וכדין... די הייליגע חת"ס איז געוואר געווארען ער האט איהם ארויסגעקאפעט בשם ועין און געזאגט דער שגץ איז ערגער ווי אלעם, געטאהן א שייגעץ שטיק בדחילו ורחימו און טראכן ער איז נאך ערליך אויכעט פאר אזא איינער האט ער נישט קיין תיקוני תשובה
היצט לויט דעם אויסגעקטנעטענעם יעב"ץ פלגשים היתר דא אין קאווע שטיבל זעה איך נישט וואס ער האט געטוהן שלעכט?!?!?!
אדרבה זאל איינער דא ערקלערן וואס די חילוק איז! קודם מברר זיין וואס דארט איז געוועהן און דערנאך זאגן די חילוק
פארשטייט זיך אונז וויל מיר דאך טוהן נאר וואס איז אויסגעהאלטן בדרך היתר ווארום זיין א שגץ דארפען מיר נישט דעי אלע היתרים דא...
דעם מעשה פארציילט מען אויף יעדע צווייטע ראש ישיבה און איז גאנץ מעגליך א אורבען לעגנד.
לויט ווי מעשה גייט האט דער ר"י געזאגט אזוי: מילא א בחור קען זיך נישט איינהאלטן און גייט זינדיגן דאס קען איך נאך פארשטיין אבער זיך צוגרייטן צום חטא 7 טעג בדחילו ורחומו צו דעם בין איך נישט מסכים.
איך אויךדעם מעשה פארציילט מען אויף יעדע צווייטע ראש ישיבה און איז גאנץ מעגליך א אורבען לעגנד.
לויט ווי מעשה גייט האט דער ר"י געזאגט אזוי: מילא א בחור קען זיך נישט איינהאלטן און גייט זינדיגן דאס קען איך נאך פארשטיין אבער זיך צוגרייטן צום חטא 7 טעג בדחילו ורחומו צו דעם בין איך נישט מסכים.
נו מאכסט דאך שווערע די קשיא!! פארוואס זענען די אלע ראשי ישיבה געוועהן אזוי בייז??? עס איז דאך קלאר מותר! ניין? יעב"ץ.....
זאג נאר, אלע אנדערע זאכן וואס דער יעב"ץ שרייבט האסטו שוין געטוהן? גיי טוה אלעס און נאכדעם עמער רעדן צו דו מעגסט האבן א ליגעל ז...
איך אויךזאג נאר, אלע אנדערע זאכן וואס דער יעב"ץ שרייבט האסטו שוין געטוהן? גיי טוה אלעס און נאכדעם עמער רעדן צו דו מעגסט האבן א ליגעל ז...
- "די רבי האט נישט קידוש געמאכט פאר זיבענע."
- "זאג נאר, דו טוסט אלעס וואס די רבי האט געטוהן?"
סארא קאמענט? מ'רעדט הלכה, מ'איז בונה וסותר כדרכה של תורה. השקפה אין די אשכול איז שלא כדרכה.
דערמאנסט מיר פון די יונגעלייט וואס ווייסן ניטאמאל די ר"ת פון חב"ד צו וויאזוי דער ערשטער סאדיגערער רבי האט געהייסן אבער דוד אסף'ס טינופת האבן זיי שוין דארכגעליינט מדעקל לדעקל הלמאי זיי ווילען דאך וויסען 'חסידישע היסטאריע' ,ואידך זיל גמור.
איך אויךדערמאנסט מיר פון די יונגעלייט וואס ווייסן ניטאמאל די ר"ת פון חב"ד צו וויאזוי דער ערשטער סאדיגערער רבי האט געהייסן אבער דוד אסף'ס טינופת האבן זיי שוין דארכגעליינט מדעקל לדעקל הלמאי זיי ווילען דאך וויסען 'חסידישע היסטאריע' ,ואידך זיל גמור.
היסטארי ווערט צוטיילט אין טויזענטער שטיקלעך. איין חלק איז "היסטארי וואס מ'וויל דיר נישט דערציילן. אדער וואס מ'וויל פארדרייען." ס'איז דא אזא ברענטש אין חסידיש היסטארי. איינער קען זיין בקי אין דעם, אבער נאכאלס נישט קיין חסידישע היסטאריען. הגם ס'איז בעסער צו קענען ווי מער און קאמפליט, האט איינס נישט מיטן צווייטן, און כ'שמעק אז די וואס שיבן ארויס אזוינע טענות מיינען נישט די ספעציפישע טענה...
איך זוכט נעמען פאר די ארגעניזאציע?
ארגון מאן ליומי
קרן פשוט נבילתא ואל תצטרך לבריות
יפוצו מעינותיך
אוהל בלהה
לעידיס עקזילערי נשות אהבת חסד
דערנאך וועט זיין ארגענעזאציעס אזוי ווי עזר למזון וואס וועט ארויס העלפן נויטבאדערפיגע משפחות וואס קענען נישט אוקומען די הוצאות פון א פלגש, עזר למזון צוזאמען מיט ובלכתך בדרך וועט עפענען א ברענטש וואס וועט הייסן עזר לדרך (ע"ד ודרך גבר בעלמה) אדער עזר כנגדו, און משביע וועט האבן א צימער אין די זייט וואס וועט הייסן "משביעו רעב".
מוז מען האבן א ווייב פאר א פלגש ווייל מ'זעהט נישט נאר נאך די חתונה
נס קאוועמוז מען האבן א ווייב פאר א פלגש ווייל מ'זעהט נישט נאר נאך די חתונה
מען מוז האבן א ווייב אין קאווע שטיבל אז דו האסט וואס א חילוק
געפילטע פישאיך זוכט נעמען פאר די ארגעניזאציע?
ארגון מאן ליומי
קרן פשוט נבילתא ואל תצטרך לבריות
יפוצו מעינותיך
אוהל בלהה
לעידיס עקזילערי נשות אהבת חסד
דערנאך וועט זיין ארגענעזאציעס אזוי ווי עזר למזון וואס וועט ארויס העלפן נויטבאדערפיגע משפחות וואס קענען נישט אוקומען די הוצאות פון א פלגש, עזר למזון צוזאמען מיט ובלכתך בדרך וועט עפענען א ברענטש וואס וועט הייסן עזר לדרך (ע"ד ודרך גבר בעלמה) אדער עזר כנגדו, און משביע וועט האבן א צימער אין די זייט וואס וועט הייסן "משביעו רעב".
אוי קען איך נישט אויפהערן לאכן איר זענט עפעס ריזיק.
שקויעך
אלזא, א נאמען האבן מיר שוין, יעצט לאמיר זיך נעמען צום ארגעניזאציע. אצינד וואו הייבט מען אן, וועלעכע מיידלעך און גרישות גייען זיין די נחשונים פאר דעם צוועק? זיי וועלן ווארשיינליך זיין די העלדן פון אונזער היסטאריע זייענדיגע די ערשטע דורך צו ברעכן אזא זאך.
a1b2נס קאוועמוז מען האבן א ווייב פאר א פלגש ווייל מ'זעהט נישט נאר נאך די חתונה
מען מוז האבן א ווייב אין קאווע שטיבל אז דו האסט וואס א חילוק
כ' זוך נישט א היתר... כ'וויל נאר פארשטיין לגבי דעם ראש ישיבישע מעשה
היינטיגע צייטען לויט די יעב"ץ וואס וואלט מען געמעגט טוהן? דוקא א איד אדער א גויטע מעג מען אויך? בכלל די מטרה איז צו האבן קינדער אדער סתם אזוי האבן א צווייטע? אדער האבן א ערשטע? (המכונה א בחור למשל אדער א גרוש?) לאמיר גיין אויף למעשה אין דערנאך קען מען גיין און אויפשטעלן א ארגאנזאציע.... 🙄
אין די תשובה ספר פון הרב חיד"ו ווייס (גיי דערמאן דיך די נאמען) האט ער דארט א תשובה ווי ער איז עפעס שטארק נוטה להקל אין די ענין פון פילגשים, ווער עס האט די תשובה ספר זאל ביטע נאכקוקן און דאס אהערברענגען.
ס'הייסט ויען דוד.
וואס מיר קענען זיכער טוהן להלכה ולמעשה איז צו ארבעטען אז שלום בית זאל זיין אזוי שטארק אז ס'גליסט זיך נישט בכלל די גאנצע ענין....
אשכנוואס מיר קענען זיכער טוהן להלכה ולמעשה איז צו ארבעטען אז שלום בית זאל זיין אזוי שטארק אז ס'גליסט זיך נישט בכלל די גאנצע ענין....
וואס האט עס מיט שלום בית צו טאן?
ס'איז אזויווי זאלסט זאגן, כ'וועל מאכן זיכער אז מיין טונא סענדוויטש איז עפעס אויסערגווענליך גוט, אז איך וועל מער נישט זיין אינטערסירט אין אן אייערשפייז סענדוויטש.
איך זאג נישט, ס'העלפט, אבער דאך נישט קיין גערעדאכטס.
ס'האט אבער אויך צו טון מיט שלום בית און וויאזוי די ווייב טוט פערפארמען
חאצקלס'האט אבער אויך צו טון מיט שלום בית און וויאזוי די ווייב טוט פערפארמען
דאס זענען צוויי באזונדערע זאכן.
געפילטע פישחאצקלס'האט אבער אויך צו טון מיט שלום בית און וויאזוי די ווייב טוט פערפארמען
דאס זענען צוויי באזונדערע זאכן.
איז עס נישט שנים שהן אחת?
ווי אזוי קען זיין גוטע שלום בית אז זי פערפארמט נישט?
כ'האב מער געמיינט די פארקערטע, ס'דא וואס פערפארמען אן שלום בית, אבער ס'קען אויך זיין די פארקערטע, כשם שאין אצבעותיהן שוות, נישט יעדע פרוי, אפילו אן איבערגעגעבענע, קען פערפארמען.
נולד מאוחראשכנוואס מיר קענען זיכער טוהן להלכה ולמעשה איז צו ארבעטען אז שלום בית זאל זיין אזוי שטארק אז ס'גליסט זיך נישט בכלל די גאנצע ענין....
וואס האט עס מיט שלום בית ציטאן?
סאיז אזיווי זאלסט זאגן, כוועל מאכן זיכער אז מיין טונא סענדוויטש איז עפעס אויסערגווענדליך גוט אז איך וועל מער נישט זיין אינטערסירט
אין אן אייערשפייז סענדוויטש. איך זאג נישט, סהעלפט אבער דאך נישט קיין גערעדאכטס.
המממ... איך בין מחולק. א ווייב איז נישט ווי א טונא סענדוויטש נאר ענדערש ווי א ׳עסן׳.... קענסט עס האבן אויף פילע וועגן...
אז א ווייב שטעלט זיך גוט צו קריכט מען נישט אזוי שנעל אוועק.
וויט דעט סעד.... נאכאלץ בין איך מודה אז פון צייט צו צייט שמעקט זיך א לאקס סענדוויטש....😉
ס'געפעלט מיר פלוצלינג זענען די אויפגעקלערטע זייער pro הלכה, 'פילגשים אין הלכה'. די אישו דא איז א גוי'אישע פונקט ווי א אידישע.
א חתונה געהאטע גוי מעג נישט טאן די מצוה מיט א איינעם, חוץ זיין ווייב, נישט דא אזא היתר פילגש.
פארוואס פארשטייסטו אז אונז מעג מיר יא?
אה ווייל אונזער מערידזש סיסטעם איז אנדערש?
נולד, דו מישט צאם די בין אדם למקום חלק און די בין אדם לחבירו, די בין אדם לחבירו וואס דער גוי האט איז פונקט אזוי חל אויפן איד, אז ער טאר נישט גיין ביהיינד זיין ווייבס רוקן און נעמען א צווייטס, אבער לאמיר זאגן אז מ'נעמט ארויס די בין אדם לחבירו פון די איקוועיזשען, למשל זי איז מסכים, אדער איז זי אנטלאפען.
דא רעדן מיר בלויז וועגן די בין אדם למקום חלק.
איך זאג ענק, אז לויט ווי אזוי זאכן ריקן זיך, וועט נאך אמאל אויפקומען א גרופע וואס וועלן בהיתר נעמען פילגשים און שרייען אז מען מוז גאר...
אגב; די וואס קענען אביסל ספרי היעב"ץ, איך בין זיכער אז רוב פון די וואס פרייען זיך דא מיט און קוקן אן דעם יעב"ץ פאר א הערא, וואלטן דעם יעב"ץ געוואלט אראפווארפן אלע טרעפ בימיו, זיי וואלטן אים נישט אויסגעהאלטן.
עס איז א 2 וועי סטריט.
עפעס נאר די יעב"ץ סידור ביי בדיקת ושריפת חמץ דארף איך איינהאלטן?
שלמה המלךעס איז געוועהן ביים הייליגען חתם סופר ישיבה ווי א בחור האט געזעהן ער האלט ביים כלות האט זיך איינגעהאנדעלט א פלונית'טע און אזוי ווי ער איז געוועהן עהרליך האט איהר געהייסען ציילין און זיך טובל'ן כדת וכדין... די הייליגע חת"ס איז געוואר געווארען ער האט איהם ארויסגעקאפעט בשם ועין און געזאגט דער שגץ איז ערגער ווי אלעם, געטאהן א שייגעץ שטיק בדחילו ורחימו און טראכן ער איז נאך ערליך אויכעט פאר אזא איינער האט ער נישט קיין תיקוני תשובה
היצט לויט דעם אויסגעקטנעטענעם יעב"ץ פלגשים היתר דא אין קאווע שטיבל זעה איך נישט וואס ער האט געטוהן שלעכט?!?!?!
אדרבה זאל איינער דא ערקלערן וואס די חילוק איז! קודם מברר זיין וואס דארט איז געוועהן און דערנאך זאגן די חילוק
פארשטייט זיך אונז וויל מיר דאך טוהן נאר וואס איז אויסגעהאלטן בדרך היתר ווארום זיין א שגץ דארפען מיר נישט דעי אלע היתרים דא...
קיינמאל געהערט די מעשה. [מקור?]
אבי מ'רעדט זיך אפ אויף די היינטיגע בחורים....
נע, היינטיגע בחורים בארואיגן זיך ביים אינטערנעט, מען גייט נישט ווייטער.
אמאל האט אויסגעפעלט ארויסצוגיין, עס איז נישט געווען קיין אינטערנעט.
די יעב"ץ / עמדין אין סידור איז עפעס אוועקצומאכן
אדער פילגשים ? אדער הלכה ?
cant go both ways
דוק ותשכח
פארוואס נישט?
מורינו הרבנע, היינטיגע בחורים בארואיגן זיך ביים אינטערנעט, מען גייט נישט ווייטער.
אמאל האט אויסגעפעלט ארויסצוגיין, עס איז נישט געווען קיין אינטערנעט.
איך טענה שוין לאנג אז אינטערנעט האט געראטעוועט אונזער דור!