☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #12960

אשכול אן א טיטל #12960

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12960
בלאט: 1 2

— » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 3:14 pm

· #424938

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

נעגעל וואסער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 3:20 pm

· #424939
איך האב געזעהן דאס בילד, און עס האט מיר געגעבן א ציפ אין הארץ. אז ס'זאל זיין ממש א "סקאנדאל" האב איך נישט געקלערט.
ס"ה רעדט מען פון א יונגע בחור וואס האט מחליט געווען צו אהיין גיין, זיין שריט איז נישט עפעס וואס א גאנצע קהלה דארף פארענטפערן.

נעגעל וואסער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 3:21 pm

· #424940

לבי ובשרי » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 3:25 pm

· #424941
בושה תכסה פנינו ואוי לנו שכך עלתה בימינו

לבי ובשרי » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 3:27 pm

· #424942
נישט פארגעסן אז די רעדע דא איז פון תלמידי בעל "ויואל משה" זי"ע.
תלמידי רבינו אייכם??????
וואו איז טאלע בלומענפעלד? וואו זענען די אלע סקרוקים. אייכם???
דאס הארץ טוט וויי אז צענערלינגען טאקע פארשטייען נישט דעם בושה וחרפה פון אזא אקט.

יהודי פשוט » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 3:32 pm

· #424943
ער טוט דארט בערך די זעלבע ווי די אחים האדמו"רים מ'סאטמאר שליט"א, זעה איך נישט פארוואס זיי מעגן און ער נישט...

לבי ובשרי » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 3:56 pm

· #424946

לבי ובשרי » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 4:01 pm

· #424947
באקומען אין אישי:

איך מיין אז אין מיין לעבן האב איך נאך קיינמאל נישט איבעגעקוקט א קליפ אזוי פיל מאל, ווי איך האב איבערגעקוקט דעם קליפ, איך האב געקוקט איינמאל, געקוקט נאכאמאל, און א דריטע מאל, איך האב אזוי שטארק געוואלט באמערקן דעם לאך, און אויפאסן אז עס איז צוזאמגעשטעלט, אבער ליידער האב איך דאס נישט באמערקט, ליידער ליידער האב איך געמוזט אנערקענען דעם פאקט, אז יא, דאס איז געווען עכט.

יא, עס איז געווען עכט, די זאך וואס הייסט 'מציאות' פראסקעט און פאטשט אין פנים, סאטמארע בחורים, האבן גענומען דאס הייליגסטע און טייערסטע וואס סאטמאר פארמאגט מקום מנוחת קדשו פון רביהקוה"ט זי"ע און עס פארוואנדעלט אין א פורים שפיל!

יא, עס איז עכט געווען, פונקט ווי דיר האב איך עס אויך נישט געוואלט גלייבן, אבער פאקט איז פאקט, ליידער ליידער, רבם דקרו, דער פורים רב פון קווינס ישיבה (א פורים רב א חודש פאר פורים?, א באזידערע נושא) איז געקומע זיך נאריש מאכן, און פראווענען ליצנות על ציון קדשו פון רבותה"ק זי"ע, אינאיינעם מיט א גרופע פון צענדליגער בחורים, יא, מיטן גאנצן טראגע, מיט שווארצע ווייסע ברילן, ברייטע ביבער הוטן, רח"ל רבם דקרו איינמאל און נאכאמאל.

דאס הארץ האט מיר געשטאכן צו זעהן דעם מקום קדוש, ווי איך מיט מיינע עלטערן וויינען זיך שוין אזוי פיל יארן אויס דאס הארץ, פארשוועכט און מחולל דורך יונגען, ליידער מוז מען שרייבן 'סאטמארע יונגען'....

דאס פנים פלאקערט פאר בושה, בושנו מכל עם, וואלט איינער אמאל געזען א בעלזא בחור גיין פראווענען פורים רביסטעווע על קברו של הר"ק מבעלזא זי"ע, א סקווירא בחור על קברו פון הרה"ק מסקווירא זי"ע, א וויזניצער בחור אין זיין רבינס אוהל? קיינמאל! נאר ביי אונז האט דאס ליידער ליידער געקאנט פאסירן, בושנו מכל עם!

באזונדער דארף עס א שטארקע חשבון הנפש פאר די ישיבה פון ווי די בחורים קומען פארוואס אזאנס האט געקענט פאסירן, פארוואס האבן די בחורים נישט קיין אייגענע געפיל צו זייער רבין, פארוואס ערלויבן זיי זיך צו מאכן דאס גענאר פון זייער הייליגער רביס ציון.

אבער ליידער אויב ווען די פאליטיק שפילט אזוי איז די גאנצע שיטת רבינו ואין צריך להראיך בזה.... דאן מה יעשה הבן שלא יחטא.

אמת ויציב ונכון » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 4:05 pm

· #424948
נאכאמזל דו ענדיסט צו די לעצטע שורה...... אזוי העט קיינער בטעות נישט מיינען אז דיר באדערט דעם רבין'ס ציון, דיך באדערט גאר עפעס אנדערש.......

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 4:55 pm

· #424956
דער סקאנדאל איז ממש epic. דאס וועגט איבער אלס וואס איז אמאל געשען אין דער וועלט. רבן דקרו איז געווען א הימל געשריי? פאגראם אום שמיני עצרת? תביעה בערכאות? אריזאנא ווייץ?קינות כלל ישראל אויף עצם הרעיונות? ניין! אלס איז גארנישט. דאס איז די פראבלעם.

אבער נישט געזארגט. עס איז נישט אזוי געפערליך. למעשה, פורים רבנים האבען א כח אין הימל.

#מחליףפרהבחמור
#נארנישטעכטעזארגן

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

calculator » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 4:58 pm

· #424957
איך פארשטיי נישט נאר אהרן מיט זיין ברידער זלמן לייב מעגן אהין גיין דארט בשעת זיי שפילן רבי?

calculator » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 4:58 pm

· #424958
calculator
איך פארשטיי נישט נאר אהרן מיט זיין ברידער זלמן לייב מעגן אהין גיין דארטן בשעת זיי שפילן רבי?

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 5:16 pm

· #424959
לשבר את האוזן ולהסביר חומר הדבר לעצים ואבנים:

שטעלט איין ווען פאר ווען דער קווינסער פאסקודניאק מאכט דאס שפיל ביים הכותל המערבי, דאס סאמען הייליגסטער ארט ביי אידישע קינדער, וואלט ווען איינער ווען געבליבן גלייכגילטיג?
אפילו אונזער באדדי וואלט אים ווען איינגשלינגן, ווי א הונגעריגער גורער שלינגט איין א פאס הערינג, איז וואר באדדי?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 5:20 pm

· #424961
אלע וואס קענען נישט קומען צו זיך, זענען געליידענט צו קומען צו מיר. איך וועל זיי סערווירן א ווארמע וועטשערע

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 5:24 pm

· #424962
ס'איז א געפיל זאך: שטעלט אייך פאר ווען עמיצער באשלוסט זיך צו עפענעם דעם רוטשראזש און משתין זיין קעגן איבער דעם בילד פון די רבי (דער משיח) וואלט ער ווען דען ארויסגעגאנגען א לעבעדיגער? ס'איז גארנישט אזוי געפערליך, דער איז א ביסל א ווילדער בחור, מ'דארף אים בלויז דערלאנגן אביסל אויפן טוסיק, און ווייטער אנגיין מיטן סדר היום.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 5:55 pm

· #424965
צר לי עליך אחי, אבער מ׳מוז דיר ווארשיינדליך מסביר זיין וואס מיינט משתין. דאס איז נישט משתין און ניטאמאל א מחותן זיינער. פרעג דיין מאמען פאר מער פרטים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 5:58 pm

· #424966
ליטוואק פון בודאפעסט
צר לי עליך אחי, אבער מ׳מוז דיר ווארשיינדליך מסביר זיין וואס מיינט משתין. דאס איז נישט משתין און ניטאמאל א מחותן זיינער. פרעג דיין מאמען פאר מער פרטים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אקעי אצינדגעפרעגט מיין מאמע, און זי זאגט אז משתין זיין מיינט משתין זיין! נאך עפעס פאר היינט?

#נישט צום פארדרייען דעם אשכול:

שושן פורים » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 6:09 pm

· #424969
אין מיין האמבל אפיניען איז עס נישט קיין סקאנדאל

באט דעי שאלד'עוו קנאון בעטער בלע"ז

שקד » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 6:16 pm

· #424970
calculator
איך פארשטיי נישט נאר אהרן מיט זיין ברידער זלמן לייב מעגן אהין גיין דארט בשעת זיי שפילן רבי?

כ'האב געהערט אז ס'דא א תקנה דא אז יעדן מוז מען רופן רבי..
אגב, איך האב געוואוסט אז דער ויואל משה אליינס איז געווען א לץ, ווי מ'זאגט נאך אזויפיל פון זיין נאמען, נו, מעג ער נישט לאכן פון יענעם אויך אביסל?

אדונינו » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 7:22 pm

· #424973
דאס איז ליידער די חינוך זייערע, יעדע יאר מאכט מען חוזק פון א צווייטע רבי, לובאוויטש, סקווירא, ספינקא וכו׳ די יאר איז די רייע פונעם על הגאולה...

אדונינו » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 7:29 pm

· #424976
אדונינו
דאס איז ליידער די חינוך זייערע, יעדע יאר מאכט מען חוזק פון א צווייטע רבי, לובאוויטש, סקווירא, ספינקא וכו׳ די יאר איז די רייע פונעם על הגאולה...

און מיר האט מער געבאדערט אלע יארן, ווען מען האט חוזק געמאכט פון גדולי ישראל, ואין פוצה פה, באוויסט די מימרא פונעם על הגאולה, אז די חילוק צווישן זיי און אונז איז איין רבי (דהיינו זיי לאכן אויך פון יעדע רבי, אבער פון מיר אויך) טאדעי ווי פראווד הים ווראנג!!
אויב מען מעג לאכן פון יעדע רבי, מעג מען לאכן פון אייך, אויב האט מען רעספעקט פאר די אייגענע רבי, האט מען אויך מער רעספעקט פאר אנדערע, נישט אז איך האב א מיינונג בנוגע די סקאנדאל, נאר לשיטתיהם בלטיהם, דאס איז די תוצאה.

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 7:46 pm

· #424977
שקד
calculator
איך פארשטיי נישט נאר אהרן מיט זיין ברידער זלמן לייב מעגן אהין גיין דארט בשעת זיי שפילן רבי?

כ'האב געהערט אז ס'דא א תקנה דא אז יעדן מוז מען רופן רבי..
אגב, איך האב געוואוסט אז דער ויואל משה אליינס איז געווען א לץ, ווי מ'זאגט נאך אזויפיל פון זיין נאמען, נו, מעג ער נישט לאכן פון יענעם אויך אביסל?

הרינו מוסר ומודעה. כהאב עס געלייקט בטעות
כשעם מיך מיין נאמען זאל שטיין נאנט צו אזא אפגעריסנער.

שקד » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 8:29 pm

· #424980
אדונינו
אדונינו
דאס איז ליידער די חינוך זייערע, יעדע יאר מאכט מען חוזק פון א צווייטע רבי, לובאוויטש, סקווירא, ספינקא וכו׳ די יאר איז די רייע פונעם על הגאולה...

און מיר האט מער געבאדערט אלע יארן, ווען מען האט חוזק געמאכט פון גדולי ישראל, ואין פוצה פה, באוויסט די מימרא פונעם על הגאולה, אז די חילוק צווישן זיי און אונז איז איין רבי (דהיינו זיי לאכן אויך פון יעדע רבי, אבער פון מיר אויך) טאדעי ווי פראווד הים ווראנג!!
אויב מען מעג לאכן פון יעדע רבי, מעג מען לאכן פון אייך, אויב האט מען רעספעקט פאר די אייגענע רבי, האט מען אויך מער רעספעקט פאר אנדערע, נישט אז איך האב א מיינונג בנוגע די סקאנדאל, נאר לשיטתיהם בלטיהם, דאס איז די תוצאה.

אין פאקט מיין איך אז רוב חסידות'ר לאכן נישט פון אנדערע, עכ''פ נישט בגלוי, ממילא ווער יא, געשעט דאס.

נעגעל וואסער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 8:48 pm

· #424982
יהודי פשוט
ער טוט דארט בערך די זעלבע ווי די אחים האדמו"רים מ'סאטמאר שליט"א, זעה איך נישט פארוואס זיי מעגן און ער נישט...

די חילוק איז זייער פשוט.
דער פורים רב ווייסט אז ער איז א דזשואק.
אבער ווען איינער פון רבי'ס גייען, ווייסן טאקע די חסידים אז ס'איז עכט א דזשואק, אבער דער רבי'ס רעדן זיך כאטשיג איין אז זיי זענען עכט...

ימים ידברו » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:03 pm

· #424983
יעדע אזא סארט זאך איז א סקאנדאל! מדרף דאס פאשרייען און מוחה זיין בי א קברי ישראל איז מען ערינסט און נישט א שאך ברעט פאר ליצנות חס ושלום דא סווייזט אז די ענין פון שאירת הנפש באנעמט נישט! רחמנא ליצלן! איך בין מוחה בכל התוקף איך האף אז די קווינס הנהגה וועט נעמען די ריכטיגע שריט און דאס פארדאמען בכל לשון

יהודי פשוט » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 pm

· #424984
גאנצל איז מסתמא אויך זייער זייער צושאקלט און צושוידערט פון דעם געמיינעם אקט...

ווען די מעשה זאל ווען געשעהן מיט בחורים פונעם ישיבה על קברו, וואלטן ווען איש את רעהו וחבריו געוועהן צושוידערט און צושאקלט, און קאך וחביריו וואלטן פארשטאנען אז ס'נישט אזוי געפערליך און מ'האט שוין געהערט אזאנס וכו'

או אינו » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 11:17 pm

· #424987
ימים ידברו
יעדע אזא סארט זאך איז א סקאנדאל! מדרף דאס פאשרייען און מוחה זיין בי א קברי ישראל איז מען ערינסט און נישט א שאך ברעט פאר ליצנות חס ושלום דא סווייזט אז די ענין פון שאירת הנפש באנעמט נישט! רחמנא ליצלן! איך בין מוחה בכל התוקף איך האף אז די קווינס הנהגה וועט נעמען די ריכטיגע שריט און דאס פארדאמען בכל לשון
פארדאמען מעשה פורים רב, ווארפט דעם ענין פין חסידות אין צווייפעל. אין אז די קענסט פארענפערן הרי טוב אויב נישט גאפל דער אפ די בארד. קאנסט אפשר מסביר זיין וואס די חסידים האבן געברויכט א פורים רב פין די געטגא?

אישתישבי » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 11:53 pm

· #424989
צו קענען חוזק מאכן פין די קאמפעטישן.

יאסל ראקאווער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 11:54 pm

· #424990
לבי ובשרי

עלטערע מענטשען זאלן זיך אזוי צו לאזן די מויל? "פ*רשטינקע בחור". אפילו אויב ס'נישט פאסיג, אזוי רעדט מען אויף א זיסע בחור וואס האט זיך באנארישט? א טיען עדזשעיר. און ער רופט זיך open minded.

באמת די סאטמארע האבן אזוי פארוואנדעלט די מקום הקבר אלץ צענטער פון א מאסיווער רוישיגע מארקעט פלאץ און שנאר אפאראט ביום היארצייט. און ווען ס'געקומען צו פאליטיק האט מען פארוואנדעלט די ציון אלץ צענטער פון פאליטיק ווי מ'האט אסאך ארום געאמפערט במשך די יארן אין די אוהל און אינדרויסן פון אוהל, און צום לעצט א גרויסע שטיינערנע סימבאלישער טראמפ וואנט פיל מיט קליין שכל ווי ערענסטע מענטשן שטייען שעפן נחת אז נישט נאר "זיי" קענען נישט לייגען ביי אונז, נאר זיי זענען מחורי הכותל און נישט סתם א כותל נאר גאר א הויכע און גרויסע וואנט. אן א טיר אזוי אז זיי זאלן האבן נישט וויינוג צער נאר אסאך צער -אויב למשל זיי ווילען זאגען א קאפיטאל תהילים ביי זייער רבי- ווען זיי קומען צו א יארצייט פון זייער מאמע וכו'. נאך אזא צוגאנג ווי וויל מען ערווארטען א בעסערע חינוך? ווען ס'באדערט ענק שלינגט עס איין. עס איז ענקערע מעשים טובים וואס האט ארויס געוואקסן לפי די כבוד וואס עטץ גיבט ענקערע אייגענע רבי.

גראדע האלט איך אז ער פירט גאר א ערענסטע פורים פארשטעלונג. פונקט ווי ביום הפורים טוט זיך קיינער נישט אויס זייער ווייסע שטריימעל ווען ער גייט אריין צום ציון, יעדער פארשטייט מ'קען זיין ערענסט און פארשטעלט, איז ער דארט אלץ פורים רב אויף א גאר פאסיגע וועג.

אברך משי » פרייטאג פעברואר 22, 2019 1:01 am

· #424991
מאי שנא הכא ומאי שנא התם?
אזוי אינמיטן זיך מתבונן זיין בנוגע דעם סקאנדאל ארויף און אראפ, זע איך א קליפ פון א עדה אידן ובראשם רבנים, שטייען ביי א הייליגע ציון אין מארוקו אלס טייל פון א לוקסוסעריעזע אויספלוג און הנאה פארוויילעכץ, מיט געזאנג-שטימע פון א אימפארטירטן ילד הפלא און א כאר וואס באגלייט מיט פארשידענע פילהארמאנישע קולות און געברומעכצער פון דער הונטערגרונג, ואני תמה לעצמי, פארוואס איז דאס ווייניגער סקאנדאל? מיט וועלכע פרט איז עס ווייניגער חילול רגשי הקדושה? מיט אזא געפירעכץ האט מען שפעטער טענות צו די יונגע בחורימלעך אז זיי ווייסן נישט בעסער? אתמהה

אישתישבי » פרייטאג פעברואר 22, 2019 8:25 am

· #424992
ביסט גערעכט, א קבר איז רעזערווירט פאר אומנאטורליכע קרעכצען וואס קומען ארויס מעומקא דבטנאי, פין די אויסגעפאשעטע בייכלעך פין אייניקלעך פין די צדיקים וואס וויינען אויף דער אורך הגלות פין דער פארשאלטענע אנטיסעמיטישע אמעריקע וואס רודף'ן אידען עד חרמה און געבען נישט קיין מנוחה פאר א רגע.

אונטער חכם » פרייטאג פעברואר 22, 2019 11:13 am

· #425001
ליטוואק פון בודאפעסט
צר לי עליך אחי, אבער מ׳מוז דיר ווארשיינדליך מסביר זיין וואס מיינט משתין. דאס איז נישט משתין און ניטאמאל א מחותן זיינער. פרעג דיין מאמען פאר מער פרטים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
טאקע א מוראדיגע לימוד זכות אויף קאך לעפל, ער האט נישט קיין שמוציג מויל , ער ווייסט פשוט נישט וואס די אלע זאכן מיינען, משתין זיין און זיך נאריש מאכן איז ביי אים די זעלבע זאך, כאדה"ר פארן חטא.

# הוי דן את כל אדם

Sent from my AQT80 using Tapatalk

קאך_לעפל » פרייטאג פעברואר 22, 2019 11:16 am

· #425002
אונטער חכם
ליטוואק פון בודאפעסט
צר לי עליך אחי, אבער מ׳מוז דיר ווארשיינדליך מסביר זיין וואס מיינט משתין. דאס איז נישט משתין און ניטאמאל א מחותן זיינער. פרעג דיין מאמען פאר מער פרטים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
טאקע א מוראדיגע לימוד זכות אויף קאך לעפל, ער האט נישט קיין שמוציג מויל , ער ווייסט פשוט נישט וואס די אלע זאכן מיינען, משתין זיין און זיך נאריש מאכן איז ביי אים די זעלבע זאך, כאדה"ר פארן חטא.

# הוי דן את כל אדם

Sent from my AQT80 using Tapatalk

איין מינוט. מ'רעדט דא פונעם קווינסער שטיר (פר בלע''ז)? אדער פון א צווייטן גאר?
ווילסט זאגן מוסר, קיין פראבלעם. מאך אויף א באזונדערע אשכול פאר דיינע שטראף רייד.

דאנקע!

קאך_לעפל » פרייטאג פעברואר 22, 2019 11:21 am

· #425003
א אינטערסאנטער אנאקדאט:

דער עלטערער סאטמארע חסידים זענען אנגעברויזט ביז גאר. אפגעזען פון וועלכע שטרעמונגען,
דאקעגן די יונגערע גענעראציע נעמט דאס פול לייכטער אויף.

החוקר » פרייטאג פעברואר 22, 2019 11:45 am

· #425005
די אלע וואס זענען אויסער זיך פון דאס גרויס ליצנות, אזש זיי קענען ממש נישט צוזיך קומען. זאלן מוחל גיין קוקן אביסל קאמעדיע פשוט צו באקומען א שטיקל פערספעקטיוו אויף דעם ענין.

שושן פורים » פרייטאג פעברואר 22, 2019 11:45 am

· #425006
קאך_לעפל
א אינטערסאנטער אנאקדאט:

דער עלטערער סאטמארע חסידים זענען אנגעברויזט ביז גאר. אפגעזען פון וועלכע שטרעמונגען,
דאקעגן די יונגערע גענעראציע נעמט דאס פול לייכטער אויף.

ופשוט הוא, די עלטערע זענען געבוירן ווען די ערד קוגל האט נאך געהייסן וועלט און די אויגן האבן געזעהן אויערן.

משא"כ די אינגווארג זענען שוין געבוירן אין די אויס וועלט עפאכע, ווי קען מען בכלל פארלאנגען פון זיי צו פארהייליגן א באגרעבעניש ארט ווען די וועלט עקזיסטירט בכלל נישט.

calculator » פרייטאג פעברואר 22, 2019 12:59 pm

· #425008
סקאנדאל: אהרן מיט זלמן לייב זענען היינט אין א וואכענדיגע טאג אריין אין א מקום קדוש א בית המדרש בשעת'ן גיין דאווענען אין זיי האבן זיך ביידע משוגע געמאכט, זיי זענען געקומען אנגעטוען מיט ווייסע שטרימפ מיט א זילבערנע שטעקן אין צי געגאנגען אויבן אן צי א עקסטערע עמוד זיי האבן געוואלט נאך מאכן הרה"ק מסאטמאר ז"ל אין א בית המדרש א מקום ווי אידן גיסן זיך אויס זייער הארץ צום אייבערשטען. שמו שמים על זאת

חסיד פון ליטא » פרייטאג פעברואר 22, 2019 1:15 pm

· #425009
קאך_לעפל
ס'איז א געפיל זאך: שטעלט אייך פאר ווען עמיצער באשלוסט זיך צו עפענעם דעם רוטשראזש און משתין זיין קעגן איבער דעם בילד פון די רבי (דער משיח) וואלט ער ווען דען ארויסגעגאנגען א לעבעדיגער? ס'איז גארנישט אזוי געפערליך, דער איז א ביסל א ווילדער בחור, מ'דארף אים בלויז דערלאנגן אביסל אויפן טוסיק, און ווייטער אנגיין מיטן סדר היום.
השתנה איז א פראבלעם נאר אויב ס'איז עבודתו בכך, דאכציך אז די הכנות פון וואס מ'האט שטארק ארומגערעדט אין סאטמאר מיינט פוער זיין, ואולי טעיתי.

שקד » פרייטאג פעברואר 22, 2019 1:40 pm

· #425010
דאס הייסט אין שול מעג מען, ווייל ס'דעם אייבירשטנס הויז, און ביים באגרעבעניש פונעם אלטן רב, מעג מען נישט, ווייל ס'פארענט פונעם קבר?

קאצקע ציקער » פרייטאג פעברואר 22, 2019 2:45 pm

· #425015
אויך מיר א סקאנדאל

לבי ובשרי » פרייטאג פעברואר 22, 2019 3:40 pm

· #425016
די פראגע איז נאר:
לבי ובשרי
וואלט איינער אמאל געזען א בעלזא בחור גיין פראווענען פורים רביסטעווע על קברו של הר"ק מבעלזא זי"ע, א סקווירא בחור על קברו פון הרה"ק מסקווירא זי"ע, א וויזניצער בחור אין זיין רבינס אוהל? קיינמאל! .

קאצקע ציקער » פרייטאג פעברואר 22, 2019 4:15 pm

· #425017
נו אלא מאי?...

יואליש » זונטאג פעברואר 24, 2019 12:56 am

· #425026
פארוואס איז א פורים שפיל ביים קבר אנדערש פון א בית מדרש? יעדעס יאר לויפט מען גאנצעטע פורים פראגראמען אינעם היכל הבית מדרש מיט ספרי תורה, ווי מ'דאווענט, לערענט, בלאזט תקיעות און כל נדרי'ט. על כבודי לא מחיתם?

שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 24, 2019 1:07 am

· #425027
נעגעל וואסער
יהודי פשוט
ער טוט דארט בערך די זעלבע ווי די אחים האדמו"רים מ'סאטמאר שליט"א, זעה איך נישט פארוואס זיי מעגן און ער נישט...

די חילוק איז זייער פשוט.
דער פורים רב ווייסט אז ער איז א דזשואק.
אבער ווען איינער פון רבי'ס גייען, ווייסן טאקע די חסידים אז ס'איז עכט א דזשואק, אבער דער רבי'ס רעדן זיך כאטשיג איין אז זיי זענען עכט...

כ'בין נישט אזוי זיכער

שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 24, 2019 1:16 am

· #425028
לבי ובשרי
די פראגע איז נאר:
לבי ובשרי
וואלט איינער אמאל געזען א בעלזא בחור גיין פראווענען פורים רביסטעווע על קברו של הר"ק מבעלזא זי"ע, א סקווירא בחור על קברו פון הרה"ק מסקווירא זי"ע, א וויזניצער בחור אין זיין רבינס אוהל? קיינמאל! .

נישט לאנג צוריק האט מען געזינגן די שוואנצאנות ניגון ביי עפעס א קבר

או אינו » זונטאג פעברואר 24, 2019 2:53 am

· #425038
אדרבה שטעלט אוועק באזינדער א באדהויז/מקוה, טיאטער, קרעטשמע, אין א בית המדרש וועט יעדעס פלאץ זיין אנערקענט לפי כבודו. דאס אז מהאט אלעס אוועקגענומען, אין די איינציגע אינטערטעמעט איז ווי א רבי עסט פיש אין פובליק אין דאס באדן קומט אין פארום פין א מקוה, דאס שלאגט פאר אזא באנעמונג אין אויפגעפירעכץ.

הקטן » זונטאג פעברואר 24, 2019 10:07 am

· #425042
יואליש
פארוואס איז א פורים שפיל ביים קבר אנדערש פון א בית מדרש? יעדעס יאר לויפט מען גאנצעטע פורים פראגראמען אינעם היכל הבית מדרש מיט ספרי תורה, ווי מ'דאווענט, לערענט, בלאזט תקיעות און כל נדרי'ט. על כבודי לא מחיתם?

זאכן וואס מען טיט און בעד-ראם טוט מען נישט אין דייניגראם. ס'איז דא וואס מען טוט יא און בית מדרש און נישט אין בית הכנסת.
נישט ווייל איין זאך איז אסור און איינס מותר אדער הייליג און נישט הייליג, א יעדער זאך האט זיך זיין פלאץ
איך מיין אז רוב וועלן פארשטיין אז דאס איז poor taste - נאך אלץ איז נישט ריכטיג אזוי צי פארשעמן דעם בחור

שושן פורים » זונטאג פעברואר 24, 2019 12:18 pm

· #425044
הקטן
יואליש
פארוואס איז א פורים שפיל ביים קבר אנדערש פון א בית מדרש? יעדעס יאר לויפט מען גאנצעטע פורים פראגראמען אינעם היכל הבית מדרש מיט ספרי תורה, ווי מ'דאווענט, לערענט, בלאזט תקיעות און כל נדרי'ט. על כבודי לא מחיתם?

זאכן וואס מען טיט און בעד-ראם טוט מען נישט אין דייניגראם. ס'איז דא וואס מען טוט יא און בית מדרש און נישט אין בית הכנסת.
נישט ווייל איין זאך איז אסור און איינס מותר אדער הייליג און נישט הייליג, א יעדער זאך האט זיך זיין פלאץ
איך מיין אז רוב וועלן פארשטיין אז דאס איז poor taste - נאך אלץ איז נישט ריכטיג אזוי צי פארשעמן דעם בחור

גערעכט, שכל'דיג איז עס קיין סקאנדאל נישט, אויב מעג דער רבי ברעטשען ביים ציון מעג דער פ"ר אויכעט, און אויב מעג דער פ"ר טרייבן קאטאוועס אינעם אויבערשטן'ס הויז הנקרא שול מעג ער אוודאי אין די רבי'ס הויז הנקרא ציון הקדוש.

אבער ווי איך האב געשריבן אויבן, ער וואלט געמעגט וויסן אז דאס וועט טרעטן אויף די געהירן פון מאנכע אפילו אין זיין אייגענעם פארטיי און זיך טרעפן א צווייט ארט.

סתם פאר די נייגעריגקייט, די אלע צושוידערטע ניקים וועלכע קענען נישט צו זיך קומען, וויאזוי וואלטן ענק געשפירט ווען חתן דינן פראוועט זיין שפיל אינעם בני יואל ביה"ח אינעם אוהל פון מאנטאווידעא רב ז"ל?

שקד » זונטאג פעברואר 24, 2019 2:52 pm

· #425055
שושן פורים

און וואס איז מיט'ן כבוד פונעם הייליגן ברך? און דאס וואס בני יואלערס שרייען אפ, קוקט ווי מ'שפארט איין דעם אלטן פייגע אין אוהל, און וואס איז מיט איר כבוד במקומה מונחת?

יעקב מענטש » מאנטאג פעברואר 25, 2019 4:05 pm

· #425163
דיסקלעימער: איך באלאנג אפיציעל צו די זאלי פארטיי (אומאפיציעל האב איך גארנישט איינגעלייגט מיט די גאנצע געשעפט, איך גיי נישט צו קיין חתונות, סיומים, טישן, וכו', איך בין פשוט א קווינסער גראדואנט).

די איידיע פון נוצן א ביה"ק פאר משוגעת'ן איז נישט אויסגעהאלטן עפ"י הלכה און איז disrespectful פאר די שוכני עפר.

ס'איז געווען א עוולה פון זייער זייט, אבער די עוולה איז נישט ניי, נישט לאנג צוריק האב איך געזעהן א קליפ ווי מלכות קווייער נוצט דער קבר רבי עקיבא פאר א prop, און דעם פאל איז עס געווען העכט נאריש אויך.
בלאט: 1 2