☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #12960

אשכול אן א טיטל #12960

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12960
בלאט: 1 2

קוקי » מאנטאג פעברואר 25, 2019 10:02 pm

· #425186
אז איינעם פאלט איין א גוטע איידיע משמח צוזיין, פארוואס קען מען יענעם נישט פארגיינען - און מ'מוז מוחא זיין? וויפיל רשעות ליגט אין די אלע מחאות פוי!
די גאנצע געדאנק פון מוחא זיין איז אזא עקלדיגע זאך, וואס שטערט ענק אז כלל ישראל וועט געבן א שמייכל אינעם שווערן גלות. ס'דאך אדר נישט בין המצרים.

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:30 pm

· #425191
ווי קען מען זעהן די ווידיאו?

חיים יואל » דינסטאג פעברואר 26, 2019 8:44 am

· #425198
התם ומתמם עם תמימים
ווי קען מען זעהן די ווידיאו?

קוקי » דינסטאג פעברואר 26, 2019 1:52 pm

· #425221
חיים יואל
התם ומתמם עם תמימים
ווי קען מען זעהן די ווידיאו?

אויף טוויטער hasidic איינס און צוויי.

גדליה » דינסטאג פעברואר 26, 2019 4:34 pm

· #425233
ס׳איז א מוראדיגע חוצפה פון די סאטמארע צו באגראבען זייער רבי׳ן נעבן א פורים רב.

וואלווי » דינסטאג פעברואר 26, 2019 4:45 pm

· #425236
לועג לרש literally ...

Billy » דינסטאג פעברואר 26, 2019 6:46 pm

· #425239
וואו קען מען זען דעם קליפ?

נעגעל וואסער » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 10:42 am

· #425350
כ'האב געמיינט אז שמואל ווידער לעבט שוין נישט...

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 10:50 am

· #425351
כל זמן שיהושע חי, היה נראה למשה כאילו הוא חי...

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 10:51 am

· #425352
עס וואלט געווען א גוטע עצה צו אינוועסטירן אין אויגען רייבערס. עס איז א שטארקע געזוכטע ארטיקל ביי תלמידי וחסידי סאטמאר, צוליעב די שוידערליכע אקטיוויטעטן פון די וואס זייער טאטעס און זיידעס האבען זיך געווייקט אין סאטמאר, ודו"ק.

שושן פורים » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 3:39 pm

· #425373
מיינע אויגן זענען שוין אזוי צוריבן אז עס גיסט בלוט, איינער האט א אנונג אויב דאס איז דער באדייט פון בייז בלוט? מיין דאקטאר וויל וויסן וואס צו שרייבן אין זיין דיאגנאז

שקד » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 3:54 pm

· #425375
אבי מ'שלאגט זיך נישט ביי יודען

לחיים ולברכה » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 5:25 pm

· #425384
החידוש:
קווינס יעשיבא האט ארויס געווארפן די בחור
משא"כ ווען עפעס א בחור פון קרית יואל האט אראפגעשלעפט א טישטוך דאס איז עכט נארמאל.... ודוק כי קצרתי

איסר האטלקי » פרייטאג מערץ 1, 2019 10:02 am

· #425467
ק/פ


א גוטן מיינע טייערע חברים *שומו שמים* סאיז נאר אויפשטעלנד און וואספארא פארקרומט דור מיר לעבן היינט זיצט אן אומשילדיג בחור וואס האט ס"ה געטוען אזוי ווי אלע יארן און געווארן פורים רב. זאלט עטס אלע וויסן אז דער בחור איז שוין און די שידוכים יארן און ליידער האט ער נאך זיבן געשוויסטער וואס ווארטן אויף זייער באשערטע. איז היות ער האט אנגענומען די שטעלע פון זיין פורים רב האט זיין מאמא זז"ג עים געזאגט אז א פורים רב האט א גרויסע כוח און זאלסט ארויף גיין צום ציון אויסבעטן א ישועה. קומען דא א באנדע ליידיגייערס אן א טראפל יר"ש מיט אנגעראפסענע באכער און מען צאפט עים דאס בלוט ענק זענען עתיד ליתן עס הדין. ווי זענען ענק אלע ווען די בליק די וואך דער איד די בלאט די כל העולם כולו און JDN וכו' וואס וואך וועכענטלעל איז עס אנגעפילט מיט בילדער פון רבנים מיט אנגעפראסענע באכער זענען ביי דעי ציון פון יענע יענע צדיק און ער איז נאך הייליג אויך ווייל ער ליגט אויסגעשטרעקט בפישוט ידים ורגליים נישטא קיין גרעסערע בזיון פון דעים. און ווי זענען דעי אלע שיינע אידן וואס קומען צום ציון נאך א גוטע הייסע שוויץ און אנגעגעסן מיט לעקעך און ברוינפען (טאקע דער וואס האט ארום געלאזט א וואויס נאוט פון זיך) און מען קומזיצט אינעם אוהל מיט גיטארס ווי איז אזאנס געהערט געווארן אונזערע רביס וואלטן געריסן קריעה נאך אזא דור שפל נישטא קיין גרעסערע בזיון פון דעים.
ס"ה איז געווען א אומשילדיג בחור וואס האט געפאלגט זיין מאמע זז"ג און געמיינט אמתדיג אויסצופוילען א ישועה פאר זיינע געשוויסטער אידיש בלוט איז נישט הפקר

שמחהלע קאפשטיק » פרייטאג מערץ 1, 2019 2:51 pm

· #425488
גם אני מצטרף לדברי איסר האיטלקי
גאנץ פשוט: לאמיר טאקע זאגן (!) אז ס'געווען א פגיעה בכבוד המתים... אבער אויב מיינט מען באמת לשם שמים וואלט מען זיך געדארפט אויך רעכענען בכבוד החיים אשר איתנו...
אלא מאי...

קוקי » פרייטאג מערץ 1, 2019 3:02 pm

· #425489
איין מינוט! וואס איז די פגיעה בכלל.. אין הימל איז נישט חודש אדר? מ'האט דען געזאגט דארט מיאוסע ווערטער? מ'האט מעגליך חוזק געמאכט פון פאלשע רעבעלעך.. נו דאס איז דאך א שמחה אינעם עולם האמת..

שמעון וואלף » פרייטאג מערץ 1, 2019 4:37 pm

· #425492
לחיים ולברכה
החידוש:
קווינס יעשיבא האט ארויס געווארפן די בחור
משא"כ ווען עפעס א בחור פון קרית יואל האט אראפגעשלעפט א טישטוך דאס איז עכט נארמאל.... ודוק כי קצרתי


איך האף ס'איז נישט אמת. דעם בחור קומט זיך נישט קיין שטראף. העכסטענס זאל די מנהל האלטן א דרשה אין ישיבה און מסביר זיין פאר די בחורים די עוולה וואס האט פאסירט
בלאט: 1 2