☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » ווער האט טאקע אויפגעבויעט סאטמאר נאכן קריג??

ווער האט טאקע אויפגעבויעט סאטמאר נאכן קריג??

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12892
בלאט: 1 2

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 12:55 am

· #422626
ווער האט טאקע אויפגעבויעט סאטמאר נאכן קריג??
שוין פאר קרוב צו פינף און זיבעציג יאר נאכן צווייטן וועלט קריג איז שגור בפי כל, אז דער רבי איז געקומען קיין אמעריקע בארץ לא זרועה אין טריפה'נעם אמעריקע וואס די צדיקים האבן מעיד געווען אז אפילו די ערד איז טריפה. און צוריק אויפגעבויעט אידישקייט ווי אין דער אלטער היים און ווי אויך צוריק אויפגעבויעט די מלכות סאטמאר, אהן קיין שום שינוי אויפן אור אלטן וועג אהנע פשרות. און נישט סתם אויפגעבויעט נאר געבויעט פון גארנישט, און נאך לאזונגען וואס ווערט געזאגט ביי יעדן כ"א כסליו, כ"ו אב מיט ווען אימער ס'דא א געלעגענהייט ארויסצוברענגן די גרויסע כח און סיעתא דשמיא וואס דער רבי זי"ע האט פארמאגט.

איז די שאלה יעצט צו ס'טאקע אזוי ווי די סאטמארע חסידים לייגן עס אראפ, צו שטימט עס מיט היסטאריע?
כדי אויסצוקלארן מוז מען צוריק גיין צו די יארן פון תיכף נאך די מלחמה און זעהן ווי אזוי האט סאטמאר און אויך אלע אנדערע חסידות און דינאסטיעס אויסגעזעהן, וויפיל מענטשן און משפחות האבן דורך געלעבט די קריג.

והנה, אלץ א סאטמערער אפשטאמיגער, ווייס איך פאר א פאקט און כ'האב פערזענליך געקענט אסאך פון די עלטערע דור וואס זענען געראטעוועט געווארן פון די נאצישע גיהנם און האבן ארויסגעוואנדערט צו די ד' רוחות העולם נאכן אפזיצן פאר א יאר צוויי אין לענדער ווי פראנקרייך וואס דארט איז געווען א גרויסע טרענספער פלאץ ווי אסאך פליטים זענען אנגעקומען און פון דארט געזוכט וואו אהין זיך צו באזעצן, ווייל אין אמעריקע האבן נאר געקענט אריינקומען וואס האבן געוויילט נאכן מלחמה אין די פי קעמפס, און אין ארץ ישראל האבן די בריטישע נישט אריין געלאזט, האט מען געמוזט פארן צו אנדערע לענדער וואס האבן געהאט לייכטערע אימיגראציע געזעצן.

מיט דעם אלעם איז געווען היפש וואס זענען יא געקומען קיין אמעריקע און זיך באזעצט אין ניו יארק, ספעציעל די חסידישע אידן וואס האבן זיך באזעצט אין וויליאמסבורג אדער אפילו לויער איסטסייד. און ווען דער רבי זי"ע איז געקומען קיין אמעריקע, צו ער איז געקומען שאפן געלט צו למעשה יא זיך צו באזעצן אין אמעריקע, וואס דאס איז א וויכוח פאר זיך, וואס כ'וויל נישט אריינקריכן אין דעם יעצט, האבן שוין למעשה געוואוינט א היפשע הייפעלע פון אמאליגע סאטמערער אידן, וואס זענען געווען דירעקטע חסידים פונעם רבין צו אזעלעכע וואס האבן למעשה געוויאוינט אין די שטאט סאטמאר צו אין אנדערע שטעיט ווי למשל קליינווערדיין, סעליש, סיגוט, אדער אנדערע שטעיט וואו דעם רבין'ס מלוכה האט דערגרייכט. און אפילו אנדערע חסידישע אידן וואס האבן לאו דוקא געהאט א דירעקטע שייכות נאר געקומען צו פארן פאר א ברכה צו פאר אן עצה און במילא האבן זיי רעספעקטירט דעם רבין.

אין אן אנדערע אשכול האט שוין @ר' בערל מעורר געווען אז דער ערשטער שבת ווען דער רבי איז אנגעקומען איז ער איינגעשטאנן ביי איינעם ר' פליישמאן ז"ל און מ'האט געברויכט שלעפן פון דער גאס פאר מנין, איז אזוי, כ'האב נישט חוקר געווען צו די מעשה איז טאקע אזוי געווען, ווייל די מעשה לייגט זיך נישט אויפן שכל, ווייל ס'האבן שוין געוואוינט מער ווי איין מנין סאטמארע אידן דא, ס'מן הסתם אן איבערגעטריבענע מעשה ווי אסאך אנדערע מעשיות ווי מ'האט געברויכט אויפבויען דעם כח פונעם צדיק און כאילו ס'געווען עפעס חוץ לדרך הטבע, אזוי ווי די אלע לאזונגען וואס מיט וואס מ'האט געוואשן אינזערע מוחות, אז אמעריקע איז געווען אן ארץ לא זרועה, און פאר דער רבי איז געקומען האט מען נאר געגעסן אין די סוכה די ערשטע נאכט, און כשרות איז געווען א יקר המציאות ווי אויך חלב ישראל איז נישט געווען צו באקומען, און דער יוגענט איז ממש אינטערגעגאנגן ועוד ועוד פי. אר. וואס האט אויסגעפעהלט גרויס צו מאכן דעם רבין זי"ע.

אבער דער אמת איז אז מ'קוקט אן די כ' יארן זעהט מען גאנץ אנאנדערן בילד, לאמיר נעמען די ישיבה גדולה וואו ס'האבן געלערנט די בחורים פונעם עלטער פון פערצן ביז די אכצן-צוואנציג, וויפיל בחורים אין צאל האבן געלערענט אין ישיבה? פון ווי האבן די בחורים געשטאמט? פון חב"ד'סקר וואס האבן פשוט אימיגרירט קיין סאטמער אדער פון אידן וואס זענען פשוט אנטלאפן פון גער, בעלז פאפא, צעהלים, וויזניץ, אדער פון סתם מאדערנע משפחות וואס האבן דאן געוואוינט אין וויליאמסבורג וואס האבן זיך פשוט געוואלט מיסתופף זיין בצלא דמהימינותא און הערן דעם רבינס סוגיא פארלערנן? אדער זענען זיי געקומען פון סאטמאערע חסידים וואס האבן גלייך נאכן קריג אימיגרירט קיין אמעריקע, די נייטרא תלמידים זענען עפ"י רוב געפארן לערנען צו ר' מיכאל בער ז"ל און אלע אנדערע אינגלעך און בחורים האבן זיך מסדר געווען איש איש למשפחותם לבית רבותיו.

און די וואס האבן געלערענט אין סאטמארע ישיבה זענען עפ"י רוב געווען סאטמערע ס'האט געקענט זיין דא און דארט אפאר יוצא מן הכלל'ס. עכ"פ די אלע בחורים וואס זענען די היינטיגע בעבי בומערס זענען אייגענע פירות וואס זענען געבוירן געווארן צו עלטערן וואס זענען אהער געקומען תיכף נאכן קריג צו פארן רבין צו נאכן רבין'ס קומען קיין אמעריקע.

כ'האב געהאט די זכי' צו קענען אסאך פון די מסירות נפש'דיגע אידן וואס זענען געקומען אהער נאכן קריג און זיי האבן זיך בכלל נישט געהאלטן ביים שמד'ן און אפילו נישט געוואלט מ'זאל זיי בטעות רופן וויזניצע, בעלזע גורע, פאפע, צעהלים, במקום סאטמאר, זיי האבן זיך שטארק געהאלטן און אנגעקערט מיט אלעס וואס סאטמאר האט געהאט צו פארקויפן פון קנאות ביזן חסידישן לבוש און אלעס אינדערמיט, און האבן זיך בכלל נישט געשעמט מיט זייער אינדענטיטעיט און ווי געזאגט ביי חסידים, "זיי וואלטן געגאנגן אין פייער פארן זייער רבין און פאר סיי וואס דער רבי האט נאר ג'חלום'ט".

נאכמער, כ'האב פערזענליך געקענט פוילישע און גאליציאנע אידן וואס האבן זיך אויך שטארק אנגעקערט מיטן רבין וואס פארן קריג האבן זיי נישט געהאט ספעציעלע פארבינדונגן מיט סאטמאר נאר וויבאלד זיי האבן געוואוינט אין וויליאמסבורג און דער רבי איז געווען דער מלך און דער מושל בכיפה אין אונגארן פארן קריג און ער האט געשטאמט פונעם גרעסטן אונגארישן חסידישן דינאסטיע איז ער במילא געווארן דער פירער פונעם חסידישן אידענטום אפגעזעהן צו מ'איז געווען א פולישער אדער גאליציאנער אפשטאמיגער, א חוץ אויב איינער האט זיך אנגעקערט צו א געוויסע חסידות פון פארן קריג.

און אט די אידן האבן מיט די אנווייזונגן פונעם רבין געבויעט סאטמאר, און נישט אז דער רבי האט געבויעט סאטמער פון גארנישט. גענוג מיט די לגיונות, שניידס די קניידלך איינמאל פאר אלעמאל!!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 3:57 am

· #422635
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ פאר די שיינע דיסערטאציע. וואס איך נעם אן ברובו. חוץ א פאר קליינע דיפערענצן...!

אויך ווילל איך מדגיש זיין אז די סאטמאר'ע פראפאגאנדע. אנגעפיהרט הויפטזעכליך דורך ר' סענדער (דער) דייטש זכותו יגון עלינו. (מיט אנטשולדיגונג פאר זיינע קרובים וועלכע באקומען א ..."ויחד"... אטאקע א יעדעס מאל איך רעד פון איהם...! דער ר' סענדער דייטש איז געווען זייער שטארק א טאלאנטפולער מענטש. און א גוטער שרייבער. ער איז אבער אויך געווען זייער שטארק טענדענציעז. פי' פרע-דזשודיסס'ט. און איינזייטיג. און ער האט אינגאנצן פארווישט (אלס טייל פון די מוח שווענקונג פראגראם) די ראלע וואס דער צדיק ובעל מסירות נפש דער צעהלימער רב זצ"ל האט געשפיעלט אין גרינדן און אויפהאלטן אידישקייט . און ספעצעיל כשרות. און מקוואות דאהי אין אמעריקע. נאך פאר דער סאטמאר'ע רב איז אהערגעקומען...! אויסער וואס ער האט אקטיוו געארבעט צו באשמוצן און דערנידעריגן אנדערע צדיקים וגאונים וועלכע האבן געוואוינט אין וויליאמסבורג...!

אבער טראץ די אלע פאקטן איז נאך דאס אידישקייט דאהי אין ניו יארק געווען אויף גאנץ א קליינעם פארנעם (לפי ערך.). אלזא. עפעס קרעדיט דארף מען געבן פאר די סאטמאר'ע קהילה און פאר'ן סאטמאר'ע רעבי'ן זצ"ל...!

אויך. פארוואס די סאטמאר'ע קהילה איז אזוי שנעלל געוואקסן (לפי ערך). פארדעם זענען געווען עטליכע סיבות. ואכמ"ל...!

איסר האטלקי » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 6:04 am

· #422639
איך גלייב נישט אז מען האט געדארפט זוכן מנין, אבער פון סאטמאר איז געווען בלויז א 3-4 משפחות. קיין גור'ע און חב''ד'סקע זענען נישט געווען, אבער מערטנס אונגארישע זענען געקומען קיין סאטמאר, פונקט ווי די פוילישע קיין גור.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 6:27 am

· #422642
Re: ווער האט טאקע אויפגעבויעט סאטמאר נאכן קריג??
א חבר מיינער האט מיר אזוי פארציילט.

זיין טאטע איז א קירוב רב, און ער האט געוואוינט אין פארשידענע שטעט אין אמעריקא, ביז זיין טאטע האט זיך באזעצט אין עדיסאן, און ער האט געארבעט אין רוטגערס יוניווערסיטי. אין עדיסאן איז שוין געווען א דעי סקול, אבער זיין טאטע האט געוואלט עפעס מער ווי דעם, און נאך א פאר מענטשן אין שטאט האבען זיך אויך נישט באגענוגיגט מיט די שוואכערע חינוך פון א דעי סקול. האבען זיי מסדר געווען אן אפמאך, אז די פאר עלטערן וועלן אריין פירען זייער קינדער קיין ברוקלין יעדען טאג. מ׳האט אויסגעמאכט וועלכע יעדער דארף גיין און אזוי האט זיך עס אנגעהויבן.
נעקסטע יאר, זענען צוגעקומן נאך אפאר עלטערן, און מ׳האט זיך געמוטשעט אין טרעפיק פאר א פאר יאר אריין צו שלעפן די קינדער צו א חינוך וואס האט געשטימט מיט זייער אידיאלען.

ענדליך איז א גאנצע באס געפארען טעגליך, און די עלטערן האבען עס אויסגעצאלט מכיסם, און די קינדער האבן זיך געמוטשעט מיט א לאנגע רייזע, אלס למען שמו ותורתו ית׳.

ויהי היום, און מ׳האט געזען אז מ׳קען שוין מאכען א חדר אין עדיסאן, און ס׳האט זיך געעפענט דער ׳שערי ציון׳ חדר. ביים חנוכת הבית, האבען די דרשנים אויסגערימט די געוואלדיגע ווייטע בליק און ענערגיע און צדקות פון מר דזשאו שטערן, וואס האט אריין געטאנצט אין א ליידיגע פעלד, און געבויט א חדר במו ידיו, ווי גארנישט האט עגזיסטירט פאר דעם. וואס פארא מסירות נפש בלאה בלאה בלאה.

זאגט מיר מיין חבר, אז יעדער קינד וואס איז געגאנגען במסירות נפש, איז א טריט אויפ׳ן וועג צום נייעם . יעדער טאטע אדער מאמע וואס האט געדרייווט שעה׳ן אין טרעפפיק, האט צוגעגעבן נאך א ציג אין דער בנין. קומט איין עושר צום סוף, און בויעט אויף זייער אלע הארעוואניא און יעצט איז ער דער גאנצע זאך?

וכ"ה לעניינינו. יארען לאנג איז אמעריקא געווען א וויסטע מדבר, וואס נאר געציילטע בעלי מסירות נפש האבען עס דורכגעשווערצט. ווען עס האט זיך פארזאמלט גענוג אזעלכע בעלי מסירות נפש, האט מען שוין געקענט עפענן א חדר, א מקוה, און נאכדעם האבען אנדערע געקענט געניסן דערפון.
הרב שרגא פייביל מנדלוויץ האט טאקע אסאך אויפגעטון, אבער די כלים מיט וואס ער האט זיך באנוצט זענען געמאכט געווארען פון הונדרעטע נאמענלאזע בעלי מסירות נפש.
ר׳ אהרן קוטלר האט צוגעלייגט א שפיצל צום לאנגען קייט פון שטילע טעטיגקייטן למען התורה אין אמעריקא.

סאטמאר רב איז נישט אנגעקומן צו א מדבר שממה. יא, עס איז נישט געווען אויפגעוואקסען, אבער געאקערט איז עס שוין געווען, און מסתמא איינגעפלאנצן. טאקע צעהלימער רב האט שוין עפעס אריינגעלייגט, און אויך נאר נאך די אלע שטילע פעולות פון אלע וואס האבן שפעטער געשיקט קיין צעהלים, ועוד ועוד.

יעדער פארטיי וויל נעמן קרעדיט פאר די זאך, נישט פארשטייענדיג אז די פעולות זענען נאר רינגלעך אין א לאנגע קייט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אדמור מקרייניץ זצל » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 8:57 am

· #422649
האט מיך פארציילט א עלטערע יוד אז נאכן קריג עז ער אנגעקומען צום די פי קעמפ ביים קלויזנבורגן רב. ער איז דעמאלטס געגאנגען אנע קאפל נעבעך אזוי ווי רוב היימישע יודן יענע צייט ווען ער האט געטראפן קלויזנבורגע רב האט ער עם אנגעהויבן אויפקלערן אז פאר א סיבה האט ער פין זיין גאנצע משפחה איבערגעלעבט און ער מיז בלייבן יודיש בקיצור ער האט אים מקרב געוועהן דארטן ברוחניות ובגשמיות
זאגט ער מיר אז ער האט צי פארדאנקען קלויזנבורגן רב זיין יודישקייט מיט זיין גאנצע לעבן.

איך האב געוויסט אז ער האט מיט קלויזנבורג גארנישט האב איך אים געפרעגט וואס איז פשט אז ער האט נישט אנגעהאלטן קשר מיט אים פארציילט ער מיר אז ווען ער איז געקומען די ערשטע מאל אויף אמעריקע איז ער אריין צי אים אין ער האט אים אנגעשריגן און געטשעפעט איז ער אוועקגעגאנגען און קיינמאל נישט געגאנגען צי אים נאכאמאל.

דעם עפיזאד ווייזט אביסל וואס די מצב איז געוועהן דעמאלטס בעצם וואלט קלויזנבורגע רב געדארפט זיין פין די גערעסטע רביס געראטעוועט הונדערטע יודן אין יענע צייט. נאר וואסקיינער זיכט נישט אזעלכע רביס
משא"כ סאקמער רב מיט זיין שמייכל אין פרייליכקייט האט ער אגעקויפט די האלבע וועלט אן גארנישט

איסר האטלקי » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:30 am

· #422652
וואס מיינט אן גארנישט? געבן א שמייכל פאר צובראכענע מלחמה איבערלעבער נאכן אליין מיטלעבן דעם קריג איז גארנישט? סאטמאר רב האט גראדע אויך געהאלפן הונדערטער אידן מיט לחם לאכול, נישט נאר מיטן שמייכל.

Buddy » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:33 am

· #422653
אדמור מקרייניץ זצל
האט מיך פארציילט א עלטערע יוד אז נאכן קריג עז ער אנגעקומען צום די פי קעמפ ביים קלויזנבורגן רב. ער איז דעמאלטס געגאנגען אנע קאפל נעבעך אזוי ווי רוב היימישע יודן יענע צייט ווען ער האט געטראפן קלויזנבורגע רב האט ער עם אנגעהויבן אויפקלערן אז פאר א סיבה האט ער פין זיין גאנצע משפחה איבערגעלעבט און ער מיז בלייבן יודיש בקיצור ער האט אים מקרב געוועהן דארטן ברוחניות ובגשמיות
זאגט ער מיר אז ער האט צי פארדאנקען קלויזנבורגן רב זיין יודישקייט מיט זיין גאנצע לעבן.

איך האב געוויסט אז ער האט מיט קלויזנבורג גארנישט האב איך אים געפרעגט וואס איז פשט אז ער האט נישט אנגעהאלטן קשר מיט אים פארציילט ער מיר אז ווען ער איז געקומען די ערשטע מאל אויף אמעריקע איז ער אריין צי אים אין ער האט אים אנגעשריגן און געטשעפעט איז ער אוועקגעגאנגען און קיינמאל נישט געגאנגען צי אים נאכאמאל.

דעם עפיזאד ווייזט אביסל וואס די מצב איז געוועהן דעמאלטס בעצם וואלט קלויזנבורגע רב געדארפט זיין פין די גערעסטע רביס געראטעוועט הונדערטע יודן אין יענע צייט. נאר וואסקיינער זיכט נישט אזעלכע רביס
משא"כ סאקמער רב מיט זיין שמייכל אין פרייליכקייט האט ער אגעקויפט די האלבע וועלט אן גארנישט

מיר האבן דאס געהערט פון היפשע פאר פארציילן, ס'איז ווערט צו אבזערווירן פון וואו איז געקומען דאס צום קלויזנבורגע רב אז ער האט אזוי פארטריבן דעם עולם, ס'קען זיין ער האט נישט געקענט דערהייבן דאס אז נאך אזא קריג גייט די עולם צוריק צום אלטן כאילו לא היה, דאס נעמט ארויס א יעדע בר דעת פון די גלייזן, די אייבישטער שיקט אזוינס, און די אייבערשטערס נענסטע מענטשן ראו ולא לקחו מוסר.
אויך האט די קלוינברגע רב גענומען א מער כלל ישראל וועג נאך די מלחמה, ווען איינער האט אים געפרעגט פון ווי נעמט ער זיין גאנצע בויען אין ארץ ישראל וכו', האט ער אויפגעמאכט זיין שופלאד און געוויזן די ספר פון הגה"ק נורא רבי עקיבא יוסף שלעזינגער זי"ע בעל לב העברידי ספר חברה מחזירי עטרת ליושנה אדער שמרו משפט אדער די אנדערע ספר...
ווער עס האט עס אמאל דורכגעליינט וועט פארשטיין אסאך

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:42 am

· #422654
אז מ'רעדט שוין פון הרה"ק ר' עקיבה יוסף שלעזינגער. רביה"ק מסאטמאר איז אמאל געפארן אויף קברי צדיקים אין גליל ראיאן, אינעם קאר איז אויך געווען ר' עקיבה יוסף השני - אן אייניקל פונעם ערשטן ר' עקיבה יוסף. אינמיטן וועג האט מען געדארפט ארויספארן פון די גבולות עולי בבל, האט ר' עקיבה יוסף געבעטן אז מ'זאל פארן דורך אן אנדערן וועג וואו מ'וועט נישט דארפן עובר זיין אויפ'ן איסור ארויסצופארן פון א"י. האט זיך סאטמאר רב אנגערופן "גיבטס איהם נאך דער פרומער ציוני...".

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:43 am

· #422655
Buddy
אדמור מקרייניץ זצל
האט מיך פארציילט א עלטערע יוד אז נאכן קריג עז ער אנגעקומען צום די פי קעמפ ביים קלויזנבורגן רב. ער איז דעמאלטס געגאנגען אנע קאפל נעבעך אזוי ווי רוב היימישע יודן יענע צייט ווען ער האט געטראפן קלויזנבורגע רב האט ער עם אנגעהויבן אויפקלערן אז פאר א סיבה האט ער פין זיין גאנצע משפחה איבערגעלעבט און ער מיז בלייבן יודיש בקיצור ער האט אים מקרב געוועהן דארטן ברוחניות ובגשמיות
זאגט ער מיר אז ער האט צי פארדאנקען קלויזנבורגן רב זיין יודישקייט מיט זיין גאנצע לעבן.

איך האב געוויסט אז ער האט מיט קלויזנבורג גארנישט האב איך אים געפרעגט וואס איז פשט אז ער האט נישט אנגעהאלטן קשר מיט אים פארציילט ער מיר אז ווען ער איז געקומען די ערשטע מאל אויף אמעריקע איז ער אריין צי אים אין ער האט אים אנגעשריגן און געטשעפעט איז ער אוועקגעגאנגען און קיינמאל נישט געגאנגען צי אים נאכאמאל.

דעם עפיזאד ווייזט אביסל וואס די מצב איז געוועהן דעמאלטס בעצם וואלט קלויזנבורגע רב געדארפט זיין פין די גערעסטע רביס געראטעוועט הונדערטע יודן אין יענע צייט. נאר וואסקיינער זיכט נישט אזעלכע רביס
משא"כ סאקמער רב מיט זיין שמייכל אין פרייליכקייט האט ער אגעקויפט די האלבע וועלט אן גארנישט

מיר האבן דאס געהערט פון היפשע פאר פארציילן, ס'איז ווערט צו אבזערווירן פון וואו איז געקומען דאס צום קלויזנבורגע רב אז ער האט אזוי פארטריבן דעם עולם, ס'קען זיין ער האט נישט געקענט דערהייבן דאס אז נאך אזא קריג גייט די עולם צוריק צום אלטן כאילו לא היה, דאס נעמט ארויס א יעדע בר דעת פון די גלייזן, די אייבישטער שיקט אזוינס, און די אייבערשטערס נענסטע מענטשן ראו ולא לקחו מוסר.
אויך האט די קלוינברגע רב גענומען א מער כלל ישראל וועג נאך די מלחמה, ווען איינער האט אים געפרעגט פון ווי נעמט ער זיין גאנצע בויען אין ארץ ישראל וכו', האט ער אויפגעמאכט זיין שופלאד און געוויזן די ספר פון הגה"ק נורא רבי עקיבא יוסף שלעזינגער זי"ע בעל לב העברידי ספר חברה מחזירי עטרת ליושנה אדער שמרו משפט אדער די אנדערע ספר...
ווער עס האט עס אמאל דורכגעליינט וועט פארשטיין אסאך

מאכסט צו א גרויסע פילאסאפישע קוגל. ס'איז גאנץ פשוט פון אויסהערן וואס זיינע תלמידים פון די שארית הפליטה תקופה און שפעטער האבן געהאט צו זאגען איבער דעם, אז בעסיקלי האט ער געהאט א שארפע און שטעכעדיגע עטיטוד און פערזענליכע נאטור. אפגעזען פון זיין גדלות אין תורה, עבודה, וגמ"ח, האט ער פשוט נישט געהאט קיין גוטע באנעמונג מיט מענטשען קיינמאל. לייג אין א זייט חיבת הארץ מיט השקפה און חינוך, ער איז פשוט נישט געווען א פיפעלס פערסאן, ולעומת זה, סאטמארער רב איז געווען א בא'טעמ'טער מענטש זיך צו דרייען אין זיין סביבה, מיט א סענס אוו הומאר און א ווייך הארטץ.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:50 am

· #422657
און לאמיר נישט פארגעסן אז קלויזענבורגער רב איז געווען א שארפע גאלעציאנער מיט אלע מפרשים, ער האט זיך זאגאר געזען אלץ דעם ממשיך דרכו פון גארליצער רב.

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:51 am

· #422658
רביה''ק זי''ע
און לאמיר נישט פארגעסן אז קלויזענבורגער רב איז געווען א שארפע גאלעציאנער מיט אלע מפרשים, ער האט זיך זאגאר געזען אלץ דעם ממשיך דרכו פון גארליצער רב.

און דער עולם וואס איז אנטלאפען זענען געווען אונגארישע....

Buddy » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:55 am

· #422659
אבער אחרי ככלות הכל האט ער אויפגעבויט א אימפעריע אין ארץ ישראל וואס זיינע אנטלויפערס קענען זיך באגראבן...

זיי וועלן אלץ בלייבן מיט פוטער אויפן קאפ, זיך פארענטפערן בוידעם קאסטנער... געבליבן און אנגעזעצט א פרישן גלות אויף כלל ישראל נאכן קריג, נישט האבנדיג קיין חלק אין די צוריקבליה פון כלל ישראל אויף איר הייליג לאנד נאך צוויי טויזענט יאר, זיי וועלן בלייבן לדראון עולם צו זיין א ביין און אמעסער אין די מהלך פון די גאולה אנשטאט זיין א חלק דערפון!

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:59 am

· #422660
און וואו קומט דאס אריין דא? בקיצור, האסט געטראפן נאך א פלאץ אנצופירקלען מיט דיינע פונדאמענטאליסטישע השקפות.

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 10:06 am

· #422662
Buddy
אבער אחרי ככלות הכל האט ער אויפגעבויט א אימפעריע אין ארץ ישראל וואס זיינע אנטלויפערס קענען זיך באגראבן...

זיי וועלן אלץ בלייבן מיט פוטער אויפן קאפ, זיך פארענטפערן בוידעם קאסטנער... געבליבן און אנגעזעצט א פרישן גלות אויף כלל ישראל נאכן קריג, נישט האבנדיג קיין חלק אין די צוריקבליה פון כלל ישראל אויף איר הייליג לאנד נאך צוויי טויזענט יאר, זיי וועלן בלייבן לדראון עולם צו זיין א ביין און אמעסער אין די מהלך פון די גאולה אנשטאט זיין א חלק דערפון!

גאולה **my a

איך בין א שטארקע חובב הארץ, אבער מאך דיך נישט נער'יש זיינע אנטלויפערס האבן זיך נאך "קיינמאל" נישט באגראבן פאר קיינעם. Never. פאר א יעדע פארציע פון רוחניות וואס קלויזענבורגער רב האט פארקויפט, האט סאטמער דעליווערט דאבעל דאסעס פון קאנפידענס און פראספעריטי. און סוף טאג דאס איז דער עיקר, סאטמארער רב האט סאקסידעד מיט די רוח און עטיטוד.

דאכצעך מיר אז אבאמע זיבעציג יאר שפעטער האט אפי' גע'גנב'עט די hope and change פון סאטמארער רב און געריטען דערמיט צו וויקטארי....

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 10:13 am

· #422663
Re: ווער האט טאקע אויפגעבויעט סאטמאר נאכן קריג??
קושיא מעיקרא ליתא.

יא, דער קלויזענבורגער רבי האט זיי מקרב געווען נאכ׳ן קריג. איז וואס? פאר דעם איז ער עבד נרצע? זיין גאנץ לעבן און דורי דורות זענען יעצט פארקויפט צום פארטיי ארום דער מענטש הרב י"י האלבערשטאם? אין יענער שטאפל אין לעבן האט ער גענויטיגט אזא באציאונג, אוו דערנאך א צווייטע. פונקט ווי א קינד וואס גייט פון מלמד צו מלמד לויט זיין געברויכן.

גראדע, דער זוכן מנין מיינט אמת׳דיג גארנישט. עס איז נישט געווען אזא אויסוואל פון ליידיגייערס צו דאווענען שחרית אזוי שפעט. יעדער איז געלאפען צום ארבעט. דאס מיינט נישט אז עס איז נישט געווען קיין סאטמארער חסידים אין יענער צייטן, נאר יושבים זענען נישט געווען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 10:15 am

· #422664
וואלווי
און דער עולם וואס איז אנטלאפען זענען געווען אונגארישע....

לאו דוקא. ס'געווען גענוג גאליציאנע אום-פארביסענע ערליכע אידן צו וועם צו גיין, פאר א סיבה האט באבובער רב דער מערסטער מצליח געווען... אבער ס'שטארק מסתבר אז די נאר די עכט פארביסענע גאליציאנע זענען געבליבן, מ'קען עס נאכגיין.

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 10:26 am

· #422669
רביה''ק זי''ע
וואלווי
און דער עולם וואס איז אנטלאפען זענען געווען אונגארישע....

לאו דוקא. ס'געווען גענוג גאליציאנע אום-פארביסענע ערליכע אידן צו וועם צו גיין, פאר א סיבה האט באבובער רב דער מערסטער מצליח געווען... אבער ס'שטארק מסתבר אז די נאר די עכט פארביסענע גאליציאנע זענען געבליבן, מ'קען עס נאכגיין.

נישט אזוי זיכער אז ס'פארבליבן דארט בכלל גאליציאנער. קיינער איז נישט אין קלויזענבורג אלטס קלויזענבורגער חסיד פון דערהיים, העק, ס'האט בכלל נישט עקסעסטירט אזא זאך אינדערהיים. עקטועלי, ס'איז א שארית הפליטה פון די שארית הפליטה...

די איינסיגסטע עכט גאליציאנע קהילה מיט רוב גאליציאנע משפחות אויף א סעריעס פארנעם איז נאר באבוב וועמען די תלמידים האבן ליעב געהאט זייער רבי אהבת נפש.

דולה ומשקה » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 10:54 am

· #422681
[ציטאט אראפגענומען]

אמת, אבער דאס איז געווען נאר שנת תש"ז, דאן האט ער זיך צושריגען איבער דעם קליפת הציונות, אין די קומענדיגע צוויי יאר האט ער געהאט בלויז 30 צו פערציג אידן דאווענען מיט אים, וואס רוב זענען דירעקט נישט געווען קיין סאטמארער, נאר געוואלט דאווענען מיט א ערליכער חסידישער רבי.

דולה ומשקה » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 10:56 am

· #422682
רביה''ק זי''ע
וואלווי
און דער עולם וואס איז אנטלאפען זענען געווען אונגארישע....

לאו דוקא. ס'געווען גענוג גאליציאנע אום-פארביסענע ערליכע אידן צו וועם צו גיין, פאר א סיבה האט באבובער רב דער מערסטער מצליח געווען... אבער ס'שטארק מסתבר אז די נאר די עכט פארביסענע גאליציאנע זענען געבליבן, מ'קען עס נאכגיין.

רבי יהושע ווייצנבלום ז"ל?

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:01 am

· #422685
דולה ומשקה
געהאט בלויז 30 צו פערציג אידן דאווענען מיט אים, וואס רוב זענען דירעקט נישט געווען קיין סאטמארער, נאר געוואלט דאווענען מיט א ערליכער חסידישער רבי.

רוב זענען "דירעקט נישט" געווען קיין סאטמארע?!

סארי די דמיונ'סט. ער האט תיכומ"י געהאט היימישע סאטמארע געשטימטע יודען מיט עם, אפשר נישט הונדערטע, אבער צענדליגע זיכער יא אנגעהויבן פון די ערשטע יאר.

איך ווייס נישט פון די האסט דיין אינפו. אבער דאס איז קלאר דאקיומענטעד, קענסט ארויס וואקען אויף ליע עוועניו און פרעגען א יעדען צווייטע זקן.

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:04 am

· #422687
דולה ומשקה
רביה''ק זי''ע
וואלווי
און דער עולם וואס איז אנטלאפען זענען געווען אונגארישע....

לאו דוקא. ס'געווען גענוג גאליציאנע אום-פארביסענע ערליכע אידן צו וועם צו גיין, פאר א סיבה האט באבובער רב דער מערסטער מצליח געווען... אבער ס'שטארק מסתבר אז די נאר די עכט פארביסענע גאליציאנע זענען געבליבן, מ'קען עס נאכגיין.

רבי יהושע ווייצנבלום ז"ל?

מען קען דיר נישט אפרעגען, מילא איז עס עדות שאי אתה יכול להזימה. אבער די ברענגט א "סינגל" נאמען צו פראווען א ציבור.
קענסט ברענגען 10-15 נעמען?...

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:06 am

· #422688
The Satmar group grew rapidly, attracting many new followers. A 1961 survey established that its Williamsburg community included 4,500 people. From the 860 household heads, about 40 percent were neither Satmar nor Sighet Hasidim in the pre-war years - Wikipedia.

תורה ומדע » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:10 am

· #422691
דער צעהלמער רב איז שוין דא געווען מיט צעהן יאהר פריער און אויפגעשטעלט די יסודותדיגע קהלישע צרכים. ער האט ניט געוואלט שיקען זיינע מתפללים קיין תורה ודעת אפילו ער האט שטארק געהאלטען פון הגרש״פ מאנדלאוויטש, א תלמיד פון זיין פאטער, דער חוסטער רב בעל ערוגת הבשם, ממילא האט ער געגרונדעט דער צעהלימער ת״ת. ער האט אוועקגעשטעלט כשרות, חלב ישראל, וויין, מקווה, וכו׳. דאס האט ער צוגעשטעלט נאך בשעתן סטמער רב איז נאך גזעסן אין אונגארן תחת גפנו ותאנתו און ניט געחלומט פון אמעריקא.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:14 am

· #422693
און ער האט עס נאר געקענט טון, ווייל עס איז געווען א תורה ודעת אין שטאט, און מאנכע האבן געזוכט בעסער. ער האט עס נאר געקענט טון ווייל רבנים (נאר געציילטע) האבן געשטופט זייער סטאדע אויף בעסערס. ער האט עס נאר געקענט טון ווייל א גרופע בעלעבתים האבן אים געדינגן דערפאר, ווייל זיי האבן שוין געשטרעבט אויף בעסער.

אלס איז געבויט אויף גרופעס פון נעמען לאזע יחידים, טריט נאך טריט.

איך האב פונקט היינט געליינט ערגעץ אז די בוך War and Peace פון Leo Tolstoy איז געבויט ארויס צו ברענגן דער טעזע, אבער פערזענליך ווייס איך נישט דערפון

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:16 am

· #422694
רביה''ק זי''ע
The Satmar group grew rapidly, attracting many new followers. A 1961 survey established that its Williamsburg community included 4,500 people. From the 860 household heads, about 40 percent were neither Satmar nor Sighet Hasidim in the pre-war years - Wikipedia.

דעם זאגט אסאך. ווייל אויב 60 פערצענט איז סיגוט-סאטמאר, מיינט עס אז האלב פון די איבעריגע זענען מן הסתם געווען סאטמארע געשטימט אדער האלבע מעריצים נאך אינדערהיים, ווייל סיי וויי זענען געווען אסאך א זעלעכע אינדערהיים חוץ פונ'ם חשבון פון 60% די עכטע היימישע, פארשטייט זיך אז די סוג זענען אויך געווען אינדערהיים חצי בעלזא כנהוג. עכ"פ ס'איז געווען א סיגניפיקענט היימישע סאטמארער קראוד.

נאר וויקיפידיע איז נישט אן אקוראט סארס...

cictim » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:32 am

· #422698
געהערט פון א סאטמער תלמיד אז אין ישיבה האבן געלערנט פערציג בחורים ביז 1956 ווען די אונגארישע יודן זענען געקומען בהמוניהם דעמאלטס איז סאטמער געווארן גרויס - אויפגעשטעלט יודישקייט אין אמעריקא וכו', תשי"ז מיט בעלז וכן הלאה

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:38 am

· #422702
וואלווי
אויב 60 פערצענט איז סיגוט-סאטמאר, מיינט עס אז האלב פון די איבעריגע זענען מן הסתם געווען סאטמארע געשטימט אדער האלבע מעריצים נאך אינדערהיים.
לאו דוקא.
וואלווי
נאר וויקיפידיע איז נישט אן אקוראט סארס...

זיי ברענגען א מקור אויף דעם.

Buddy » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:54 am

· #422709
נאר אזוינס געבויט...

תורה ומדע » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:59 am

· #422712
ליטוואק פון בודאפעסט
און ער האט עס נאר געקענט טון, ווייל עס איז געווען א תורה ודעת אין שטאט, און מאנכע האבן געזוכט בעסער. ער האט עס נאר געקענט טון ווייל רבנים (נאר געציילטע) האבן געשטופט זייער סטאדע אויף בעסערס. ער האט עס נאר געקענט טון ווייל א גרופע בעלעבתים האבן אים געדינגן דערפאר, ווייל זיי האבן שוין געשטרעבט אויף בעסער.

אלס איז געבויט אויף גרופעס פון נעמען לאזע יחידים, טריט נאך טריט.

איך האב פונקט היינט געליינט ערגעץ אז די בוך War and Peace פון Leo Tolstoy איז געבויט ארויס צו ברענגן דער טעזע, אבער פערזענליך ווייס איך נישט דערפון

אוודאי, אין מלך בלא עם.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 12:30 pm

· #422722
Buddy
נאר אזוינס געבויט..
אז דו ווילסט דן זיין וועמענס פירות זענען שענער ארויס, קען איך דיר ברענגען יוטיובס כהנה וכהנה איבער די פארשטינקענע מדינה וואס די ציונים האבן אויפגעשטעלט, ממש א חרפה און א בושה פאר כלל ישראל און פאר'ן מין האנושי.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 1:19 pm

· #422733
אדמור מקרייניץ זצל
האט מיך פארציילט א עלטערע יוד אז נאכן קריג עז ער אנגעקומען צום די פי קעמפ ביים קלויזנבורגן רב. ער איז דעמאלטס געגאנגען אנע קאפל נעבעך אזוי ווי רוב היימישע יודן יענע צייט ווען ער האט געטראפן קלויזנבורגע רב האט ער עם אנגעהויבן אויפקלערן אז פאר א סיבה האט ער פין זיין גאנצע משפחה איבערגעלעבט און ער מיז בלייבן יודיש בקיצור ער האט אים מקרב געוועהן דארטן ברוחניות ובגשמיות
זאגט ער מיר אז ער האט צי פארדאנקען קלויזנבורגן רב זיין יודישקייט מיט זיין גאנצע לעבן.

איך האב געוויסט אז ער האט מיט קלויזנבורג גארנישט האב איך אים געפרעגט וואס איז פשט אז ער האט נישט אנגעהאלטן קשר מיט אים פארציילט ער מיר אז ווען ער איז געקומען די ערשטע מאל אויף אמעריקע איז ער אריין צי אים אין ער האט אים אנגעשריגן און געטשעפעט איז ער אוועקגעגאנגען און קיינמאל נישט געגאנגען צי אים נאכאמאל.

דעם עפיזאד ווייזט אביסל וואס די מצב איז געוועהן דעמאלטס בעצם וואלט קלויזנבורגע רב געדארפט זיין פין די גערעסטע רביס געראטעוועט הונדערטע יודן אין יענע צייט. נאר וואסקיינער זיכט נישט אזעלכע רביס
משא"כ סאקמער רב מיט זיין שמייכל אין פרייליכקייט האט ער אגעקויפט די האלבע וועלט אן גארנישט

אדמו"ר מ'קרייניץ: דארט ליגט דער סוד פארוואס דער קלויזנבורגער עולם האט איבערגעלאזט זייער רבי'ן און אריבערגעגאנגען קיין סאטמאר.און ס'איז טאקע א שאד. בכל אופן. א סאך מענטשן פרובירן צו לייגן די שולד פארוואס דער קלויזנבורגער רב זצ"ל האט פארלוירן זיין עולם אויף סאטמאר. נאר דא איז סאטמאר גארנישט שולדיג. ווייל דער קלויזנבורגער רב, נאכ'ן פארשאפן גרויסע געלטער און ארבעטן שווער מחזיר בתשובה צו זיין זייער א סאך פון די נאך מלחמה יתומים און יתומות. האט ער דאהי זיך ארומגעווארפן מיט זיין עולם. און ווען דער סאטמאר'ע רב איז אנגעקומען. און דער עולם האט געזעהן און געהערט דעם חילוק וויאזוי ער נעמט אויף דעם עולם.איז פארשטענדליך אז זיי האבן איבערגעלאזט און געגאנגען קיין סאטמאר. מעגליך אז דאס בייזערן זיך און אומ-פריינטליכקייט פון קלויזנבורגער רב איז געווען א רעזולטאט פון זיינע מיטמאכענישן אין לאגער אונטער די נאציס. אבער דער עולם האט נישט געוואלט וויסן פון קיין תירוצים...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 1:40 pm

· #422736
וואלווי: לגבי דעם ענין פון די נאטור פון קלויזנבורגער רב זצ"ל. אז ער איז בטבע נישט געווען קיין פריינטליכער און סימפאטישער מענטש. דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג. וויל וויאזוי דען האט ער צוגעצויגן אזויפיהל עלנדע און פארבלאנדזשעטע נשמות און זיי מחזיר בתשובה געווען. נאר ווי ס'זעהט אויס האט ער געהאט געוויסע זמנים וואס ער האטציך צובייזערט אויף זיין עולם. פונקט דאן ווען זיי האבן געדארפט האבן חיזוק. און הערן א גוט ווארט. נאר איך ווייס פון איין ספעציפישן קעיס. וואס א איד א צובראכענער איד וואס האט פארלוירן זיין משפחה אין די מלחמה אונטער די נאציס ימ"ש. ווען ער איז אריינגעקומען צום קלויזנבורגער רב און זיך באקלאגט אויף זיין מצב. האט איהם דער קלויזנבורגער רב געזאגט... "קום לאמיר וויינען צוזאמען"...!

מיין מאמע, ע"ה האט מיר פארציילט אז דער קלויזנבורגער רב איז נאך די מלחמה. ווען ער איז נאך געווען אין די.פי. לאגער ארויסגעפארן מיט די שיף קיין אמעריקע. און ער האט פארברענגט חוה"מ פסח אויף די שיף. כדי צו שאפן געלט אין אמעריקע. און ער האט געגעבן פאר א יעדן מיידל וואס האט חתונה געהאט און אנגעטון א שייטל, $300.00. אויך האמיר אונז געהאט א קרוב, וועלכער האט געשטאמט פון א שיינע משפחה. און ער איז געווארן אפגעפארן אין קריעג, ל"ע. און דער קלויזנבורגער רב האט איהם מחזיר בתשובה געווען...!

ווי ס'זעהט אויס אז ער האט געהאט געוויסע זמנים וואס דאס פארביטערטקייט האטציך גובר געווען אויף איהם. בכל אופן. ווען סאטמאר'ע רב האט אויפגעמאכט זיין ביהמ"ד זענען א יעדע וואך צענדליגער מתפללים אריבער אהין א יעדע וואך...!

Buddy » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 3:05 pm

· #422741
רביה''ק זי''ע
Buddy
נאר אזוינס געבויט..
אז דו ווילסט דן זיין וועמענס פירות זענען שענער ארויס, קען איך דיר ברענגען יוטיובס כהנה וכהנה איבער די פארשטינקענע מדינה וואס די ציונים האבן אויפגעשטעלט, ממש א חרפה און א בושה פאר כלל ישראל און פאר'ן מין האנושי.

אויב עפעס טויג נישט אין ארץ ישראל, איז נאר דא איינעם צו באשולדיגן, און דאס איז די אנשי התורה אין חוץ לארץ!! די גאנצע רפיון וואס איז דא אין ארץ ישראל קומט דירעקט פון אונז דא אין חוץ לארץ! זיי זעהן ווי אונז טובל'ן זיך אין סטעיק, מהאקט א לעבן מיט אשיינע קאר הויז און גוטע קינדער, פארלירן זיי די חשק צו זיך שמוציג מאכן און ארויסגיין העלפן דאס לאנד זאל זיך אנטוויקלן, די אויסדערוועלטע פון פאלק ווערן כסדר געסטראשעט פון די אמעריקאנע טייקונים זיי זאלן אפלאזן דף היומי אהבת הארץ.

אבער ב"ה מגעטזיך פיין אנעצה אן זיי... די קמעא קמעא לויפט גאנץ שנעל יחסית...

יצא עיני המרגלים!! אינדזשוי די ארץ זבת חלב ודבש אשר הוציאנו משם - אמעריקטשקע ולאנדאן הבירה, גיי געפעפטע הויזן, ס'עט דיר גארנישט העלפן
😂
ארץ ישראל מאז ולתמיד, עם הנצח לא מפחד מדרך הארוכה
😂

chosen people » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 5:25 pm

· #422747
berlbalaguleh
וואלווי: לגבי דעם ענין פון די נאטור פון קלויזנבורגער רב זצ"ל. אז ער איז בטבע נישט געווען קיין פריינטליכער און סימפאטישער מענטש. דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג. וויל וויאזוי דען האט ער צוגעצויגן אזויפיהל עלנדע און פארבלאנדזשעטע נשמות און זיי מחזיר בתשובה געווען. נאר ווי ס'זעהט אויס האט ער געהאט געוויסע זמנים וואס ער האטציך צובייזערט אויף זיין עולם. פונקט דאן ווען זיי האבן געדארפט האבן חיזוק. און הערן א גוט ווארט. נאר איך ווייס פון איין ספעציפישן קעיס. וואס א איד א צובראכענער איד וואס האט פארלוירן זיין משפחה אין די מלחמה אונטער די נאציס ימ"ש. ווען ער איז אריינגעקומען צום קלויזנבורגער רב און זיך באקלאגט אויף זיין מצב. האט איהם דער קלויזנבורגער רב געזאגט... "קום לאמיר וויינען צוזאמען"...!

מיין מאמע, ע"ה האט מיר פארציילט אז דער קלויזנבורגער רב איז נאך די מלחמה. ווען ער איז נאך געווען אין די.פי. לאגער ארויסגעפארן מיט די שיף קיין אמעריקע. און ער האט פארברענגט חוה"מ פסח אויף די שיף. כדי צו שאפן געלט אין אמעריקע. און ער האט געגעבן פאר א יעדן מיידל וואס האט חתונה געהאט און אנגעטון א שייטל, $300.00. אויך האמיר אונז געהאט א קרוב, וועלכער האט געשטאמט פון א שיינע משפחה. און ער איז געווארן אפגעפארן אין קריעג, ל"ע. און דער קלויזנבורגער רב האט איהם מחזיר בתשובה געווען...!

ווי ס'זעהט אויס אז ער האט געהאט געוויסע זמנים וואס דאס פארביטערטקייט האטציך גובר געווען אויף איהם. בכל אופן. ווען סאטמאר'ע רב האט אויפגעמאכט זיין ביהמ"ד זענען א יעדע וואך צענדליגער מתפללים אריבער אהין א יעדע וואך...!

איך קען נישט קיין היסטאריע אבער אויב גלייך נאכן מלחמה ווען ער האט אלעס געהאט פארלוירן ווייב קינדער און קהלה איז ער געווען א ליבליכער מענטש. נאר שפעטערע יארן ווען ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג און אנגעפאנגען א נייע לעבן א נייע ווייב מיט קינדער און קהלה איז ער געווארן מער אנגעצויגן? קימט אריין אזא מחשבה צו מיר, אז קען זיין די סאטמערע האבן איהם גערודפט כידוע אז מען האט עס געטוהן צו א שיינע פאר רבנים און ער האט נישט געוויסט ווי אזוי דאס צו עסן און דאס האט איהם געמאכט אַן אנגעצויגענע געמיט. וואס די חורבן האירופיה האט נישט געקענט האבן אן השפעה אויף איהם האט די היימישע פארענדיגט שפעטער. עס נאר אן אולי, מען דארף פרעגן די עלטערע יודן.

יעקב מענטש » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 5:35 pm

· #422748
ס'קומט זיך קרעדיט פאר זייער אסאך מסי"נ אידן וואס האבן פאראידישט אמעריקע, די שיין'ס און גערטנער'ס פשרהלאזער קאמף האט נישט ווייניג צוגעגעבן. דער צעהלימער רב'ס כשרות האט אוודאי געלייגט יסודות אין דעם בנין.

אבער מ'דארף פארשטיין אז אהערברענגן 'חסידישע' און 'היימישע' חינוך כבשנים קדמוניות האט למעשה קיינער נישט באוויזן אויסער דער רבי זי"ע (ס'מיינט נישט אז קיינער וואלט דאס נישט געקענט באווייזן, איך בין נישט קיין נביא).

קיין איין רב האט נישט מלחמה געהאלטן מיט די איינגעפירטע מאדערנע מנהגים וואס האט דא געהערשט אין אמעריקע, און ס'איז זייער יתכן אז מ'וואלט מיר אלע געגאנגען שטריימעללאז ווען נישט דעם רבי'ן (איך מיין אוודאי נישט משבח צו זיין דעם האריגן קאפ צודעק, איך מיין נאר ארויסצוברענגן א נקודה וואס דאס שטרייכט אונטער).

זייער אסאך מענטשען האבן 'געבויעט' אידישקייט, אבער דער רבי האט געמאכט א 'רעוואלוציע'.

Buddy » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 5:53 pm

· #422750
יעקב מענטש

דו רעדסט אזוי ווייל מען האט דיך געברעינד וואשד אז די שטריימל איז די זאך!! און ס'איז יתכן אז מ'וואלט מיר אלע געווען צוגעלאזענע אידן וואס וואלטן ווייטער געלאזט די אלגעמיינע אידישע וועלט צוריקקומען צו זיין ערליכע אידן ווען נישט... איך מיין אוודאי נישט צו מבזה זיין דעם האריגן קאפ צודעק קרי:שטריימל שייטל בלע"ז,איך מיין נאר ארויסצוברענגן א נקודה וואס דאס שטרייכט אונטער).

און וואס איז שלעכט געווען פון די אגודת הרבנים בראשות הגה"ק רבי אליהו הענקין זצוקללה"ה זיעוכי"א?? זיי זענען געווען א חברה צדיקים ותלמידי חכמים נאך אזוי ווי זייער איבערגעזעצטערס דורך א מאנכע חברה...

און ס'איז געווען חוצמזה די גאנצע היימישע עולם נאכ'ן קריג, וואס איז קיין דמיון וואס איז פארגעקומען פאר'ן קריג.

שטריימל שטריימל ווי איז דיין חסיד, נישט חסיד וצדיק וואו איז דיין שכל...

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 6:11 pm

· #422751
Re: ווער האט טאקע אויפגעבויעט סאטמאר נאכן קריג??
לדעתי קען מען ארויס נעמן א וויכטיגע נקודה פון די שמועס.

מענטשן רעדען זיך אפ, אז די שיטה"ק קעגן ציונות איז שולדיג פאר די ווילדקייט וואס סאטמאר האט געברענגט צו חרדיטום. דא זעט מען אז א מענטש קען זיין א ציונישע פונדאמענטאליסט, און די זעלבע פרא אדם ווי יואלי פון סענדז סט. אלזא, נישט די שיטה איז שולדיג, נאר עפעס אנדערש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 7:04 pm

· #422754
Buddy
אויב עפעס טויג נישט אין ארץ ישראל, איז נאר דא איינעם צו באשולדיגן, און דאס איז די אנשי התורה אין חוץ לארץ!!
😂 😂

אבי געהאקט, איך זע אז דו לאכסט אויך פון דיינע נארישע רייד.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 10:06 pm

· #422776
טשאוזן פיעפל: ייש"כ. דו ברענגסט א שטארקע נקודה למחשבה. ווייל איך ווייס פאר א פאקט אז דער קלויזנבורגער רב זצוק"ל איז געווען זייער א ליעבליכער מענטש. איך האב געהערט א סאך פון זיינע חומש רש"י שיעורים (לייוו). און ער האט עס ארויסגעברענגט מיט אזא מתיקות און איידלקייט אז די נשמה איז ממש צוגאנגען. און איך ווייס פון א סאך פעלער וואס אידן זענען אריין צו איהם מיט א קוויטל. און ער האט זיי אנגעוואונטשן מיט הארץ און געפיהל. אבער לאידך גיסא איז געווען א סאך פעלער וואס זיינע מתפללים האבן באקומען פון איהם א ..."קאלטן שויער"... און אן אנזידלונג. פונקט ווען זיי האבן געדארפט הערן א גוט ווארט פון חיזוק. איך האב גערעדט צו עטליכע אידן וועלכע האבן מיר פארציילט אז ווען זיי זענען אריבערגעגאנגען צו איהם זאגן גוט שבת, האט ער זיי אנגעזידלט...! ווער ווייסט? אפשר האט ער געהאט אן עניין דערביי. אבער דער עולם . די פשוטי עם האבן פון דעם נישט געוואלט וויסן. כמו שאמרנו...!

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 10:33 pm

· #422778
לגבי קלויזענבורגע רב איז זייער פשוט, ער האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו זאגן היינט אזוי און מארגן פארקערט, והוא הדין לגבי ליבליכקייט/שארפקייט, אלץ איז געווען וויאזוי ער האט געפילט אויפ'ן מינוט. ווען מ'פלעגט אים פרעגן אויף עפעס אז נעכטן האט ער געזאגט פארקערט, פלעגט ער זאגן אז ער זאגט אתה חונן דריי מאל א טאג, איז יעדע מאל באקומט ער א פרישע גאנג...

צפור בודד » פרייטאג יאנואר 18, 2019 5:34 am

· #422785
חזקה על באדי צו פארפירן א שמועס איז לאמיר צוריק גיין טו בעיסיקס. דער גאלדענער אדלער (דג"א) איז אוודאי גערעכט און פון סאטמארער פראפאגאנדע און מעשה אגרוף קען מען פירן לאנגע שמועסן. איך וויל נאר אנרירן צוויי נקודות.

1. אויב איז עס אינגאנצן נישט אמת און למעשה איז יעדער איז געווען איש על מחנהו ואיש על דגלו ווי דג"א שרייבט, פארוואס און וויאזוי האט זיך ר' יואליש אזוי שנעל און שטארק אויפבגעבויט? אנהייב די 50'ער יארן איז ער שוין געווען מושל בכפה אין חסידישער אמעריקע. פון וואו האט ער גענומען אזויפיל מענטשן אזוי שנעל מיט אזא מאכט אז יעדער איז געווען על מכונו? דאס מיינט נאך נישט אז ער האט אויפגעבויעט אידישקייט, מדבר שממה וכו' נאר פונדעסטוועגן האט געמוזט זיין ערגעץ וואו א היפשער חלל וואס האט געווארט אויף אים דאס אנצופילן.

ב. דג"א שרייבט אז ער איז געווען דער מלך און דער מושל בכיפה אין אונגארן פארן קריג. דאס לייענט מען אפט נאר איז דאס למעשה אזוי און וואו שטעלט זיך עס אויס? איז עס כאילו ווי זאגן אויף נאכן קריג אז ער איז געווען מושל בכפה ביי דער התאחדות אדער איז עס געווען אויף א ברייטערן פארנעם? און וויפל דערפון איז געווען באמת מחמת גדלותו און וויפל פון זיינע טיטלען און שטעלעס זענען געווען פון זיינע און זיינע נאכפאלגער'ס אגרעסיווע מיטלען?

וואלווי » פרייטאג יאנואר 18, 2019 6:28 am

· #422787
צפור בודד

בנוגע דיינע צוויי נקודות

1) דאס וואס די באמערקסט די שנעלע הצלחה, דאס האט צו טוהן מיט די כח ההנהגה פון סאטמארער רב, דאס הייסט די "איכות" ההנהגה, ווייל למעשה איז ער געווען זייער א שטארקער מנהיג און זייער אן איפלוענטעל מענטש. וואס גאלדענע רעדט איז די שיעור אין "כמות" פון יודישקייט וואס דארט איז שוין אן איבער געבלוזענע מעשה כאילו ער האט געבויט יודישקייט אליינס. בקיצור, ס'איז פירערשאפט ווס. אויפטוהן. אזוי אויך די אלע פאקטען פון די גוט הארץ פון קלויזענבורגער רב נעמט נישט אוועק די חילוק פון לידערשיפ ווס. אויפטוהען. קען זיין אז בעצם איז קלויזענבורגער רב יא געווען א ווארימע מענטש, אבער אויב איז ער געווען שארף אין די ראנג מינוט איז דאס זייער א שוואכע לידערשיפ סקיל. ער האט געקענט זיין א גרעסערע בויער נאכ'ן קריג, אבער אויב האט ער געדריקט דעם נישט ריכטיגען קנעפל אין די נישט ריכטיגע צייט, האט עס געטראגען אזא פנים. ס'איז אויפטוהן לחוד, און הנהגה לחוד.

2) אפשר די טערם "מושל בכיפה" איז נישט אזוי אקוראט, אבער מ'דארף געדענקען היסטאריע פון די יארן תר"צ-ת"ש און נישט תר"ע-תר"פ. אמת אז ס'געווען נאך רבי'ס בימיו, אבער וואס מער די יארן האבן זיך גערוקט איז די השפעה פון סאטמארע רב געווארן שטערקער און שטערקער. טראכט אויף דעם גאנג, ווי אזוי וואלט אויס געזען די אידישע הנהגה אין אונגארין-טראנסילוואניע-מארמאראש שנת תש"י ווען נישט היטלער ימ"ש. אין תר"פ האט נאך געלעבט א מנחת אלעזר, עצי חיים, אהבת ישראל, חקל יצחק, רבנים פרעשבורג'ער תלמידים. אבער געב א קוק אין ת"ש וועסטו זעהן אז אפילו אז די קינדער פון אהבת ישראל האבן שוין געפירט און דער חקל יצחק האט נאך געלעבט מ"מ וויפיל מער רבנות שטעלעס בימים ההם זענען שוין יעצט געווען תלוי על פיו פון סאטמארער רב. אפי' אשכנז'ישע רבנים זענען געווארן ציביסלעך מער חסידיש געשטימט. מ'קען נישט קוקען א סנעפשאט פון תר"ע אדער תר"פ. מ'דארף קוקען א מאווינג אימעדזש פון 20 יאר ביז'ן קריג ווי ציבסלעך האט זיך געבויט טאג נאך טאג וואס מ'רופט דא אין אמעריקאנער פאליטישער וועלט אן עמערדזשינג לידער, עד כדי כך אז א סנעפשאט פון די ת"ש יארן קען דאס קאנפירמען. טראכט ווי אזוי דאס וואלט געווען אין תש"י ווען נישט די קריג.

Buddy » פרייטאג יאנואר 18, 2019 6:50 am

· #422788
דער האט אים אויפגעבויט... 😁
📎 DwerB1uWsAIgokr.jpg

Buddy » פרייטאג יאנואר 18, 2019 7:57 am

· #422793
רביה''ק זי''ע
Buddy
נאר אזוינס געבויט..
אז דו ווילסט דן זיין וועמענס פירות זענען שענער ארויס, קען איך דיר ברענגען יוטיובס כהנה וכהנה איבער די פארשטינקענע מדינה וואס די ציונים האבן אויפגעשטעלט, ממש א חרפה און א בושה פאר כלל ישראל און פאר'ן מין האנושי.

אלץ איז תלוי אין די אויגן... ווי אזוי מקוקט...

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יאנואר 18, 2019 8:03 am

· #422794
משוגענער, טראג אפ פון דאנעט!!!

קאך_לעפל » פרייטאג יאנואר 18, 2019 8:07 am

· #422795
רביה''ק זי''ע
משוגענער, טראג אפ פון דאנעט!!!

ווי איז דער טאלאראנץ פאר א צווייטער איד?

חביבי היקר בלייבט ביטע מיט אונז. דיין שפערישער קוואל פון רעליגיעזע-ציוניזם איז ממש אומאויסשעפבאר! מיר ליבן דיך מיטן גאנצן הארץ...

אבער במטותא ממך. ביטע האלט אייך אין די אינהאלטרייכע ציוניסטיש דעזעגנירטע אשכולות.

יישר כוח פארן פארשטיין.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יאנואר 18, 2019 8:10 am

· #422796
ווער וואלט זיך געגלייבט אז איין משוגענער שטייט אונטער די ביידע ניקס... ס'דא א נאמען פאר די מחלה, ס'רופט זיך DID. קענסט רעדאגירן, לייקן און קאממענטירן וויפיל דו ווילסט נאר, די סוד איז שוין ארויסגערינען, ס'צייט צו עפענען נייע ניקס...

קאך_לעפל » פרייטאג יאנואר 18, 2019 8:13 am

· #422797
רביה''ק זי''ע
ווער וואלט זיך געגלייבט אז איין משוגענער שטייט אונטער די ביידע ניקס...

דאס אז "די" ריפסט מיך משוגע אדער טוילעט לעפל, (געוואנדן אין דיין גיסטע) איז מיר אן אויסטערלישער כבוד און עהרע...

ישר כח מר ראבייניהקאדאש...

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יאנואר 18, 2019 8:24 am

· #422798
דאס אז "דו" ריפסט מיך ראבייניהקאדאש איז מיר אן אויסטערלישער כבוד און עהרע...

ישר כח מר טוילעט_לעפל...

גאלד » פרייטאג יאנואר 18, 2019 10:06 am

· #422807
ווער?

איין תירוץ:

דער סאטמאר רבי איז געווען א POWERHOUSE, זיין באנעמונג, זיין WIT, זיין PERSONALITY. דאס האט געצויגן ווי א מאגנעט.
פארשטייט זיך בנוסף צו דעם, זיין צידקות, גאונות און קדושה ופרישה האט אוואדי נישט געשאט.
בלאט: 1 2