Re: ווער האט טאקע אויפגעבויעט סאטמאר נאכן קריג??
לאמיר קוקן פון דער קוק ווינקל. ווען דער סאטמארער רב לעבט נישט איבער, אדער בלייבט ער עלענד אין א"י מיט א קליין שטיבל אויף רח׳ יואל, וויאזוי וואלט אמעריקא אויסגעקוקט?
א. דער קלויזענבורגער רבי וואלט געהאט א גרעסערע איינפלוס, אבער די פרעמדע וואלטן זיך נישט אזויפיל געקימערט מיט אים וו זיי האבען מיט דער סאטמארער רב. דער שעפערישקייט וואס האט אונז געברענגט מפעל הש"ס וואלט געברענגט נאך זאכן, מסתמא מיט גרעסערע הצלחה, ווייל ךמעשה ארץ ישראל לאזט זיך נישט אזויפיל פון חסדים ווי חו"ל.
ב. דער ליובאוויטשער רבי וואלט מעגליך אלס איבערגענומן. ער האט געהאט די סארט חלום, און א שטארקן צוציאונגס קראפט. נאר וויבאלד עס איז נישט מעגליך, כמעט, צו זיין א ליובאוויטשער באטשי, וואלט ער למעשה נישט געקענט בלייבן רשכבה"ג, אבער פיל מער אנגענומן.
ג. די חשוב׳ע פון דער ערשטען דור וואס איז למעשה געווארען סאטמאר, וואלטען לכאורה געגאנגן צו די ליטווישע לאגער, און געבליבן אין די ישיבה וועלט.
ד. ניו סקווער\באבוב\וויזניץ וואלטען לכאורה געווען א גרויסע פלאפ. נאר ווייל עס איז געווען א ווסמב"ג א שטארקער, האבען זיי געקענט בויען אויף די עקן.
ה. די ארץ ישראל סטיל רעבעלעך סיסטעם, ווי קליינער רביס קענן עכט שבת מאכען פאר זיך, וואלט געבליט מער דאהי. די קלענערע וואלטן מער אנטוויקלט זייער טאלאנטן, און עס וואלט צוגעגעבן צום קאליר פון די געזעלשאפט.
ו. די ליטווישע וועלט וואלט געהאט ווייניגער חומרות, ווייניגער זיך געקימערט מיט ׳חלב סתם׳ וכדו׳. די יעקעס וואלטן ווייטער פראדוצירט זייער חלב ישראל, אבער א דורכשניטליכע ישיבה מאן וואלט עס נישט געזען פאר וויכטיג.