☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד

אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12860
בלאט: 1 2

קאך_לעפל » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 12:28 pm

· #421810
אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד
וואשינגטאן – דאס אמעריקאנער פאלק האט שוין לאנגע יארן נישט מיטגעהאלטן אזא סומאטאכע וואס עס פארלויפט זיך אצינד אין וואשינגטאן. דער פרעזידענט, וועלכער פארמאגט די שטיצע פון כמעט אלע רעפובליקאנער, פארלאנגט פונעם לעגיסלאטיווער פליגל, די סומע פון עטוואס מער פון פינף ביליאן דאללאר! אויף צו פארענדיגן דעם באפעסטיגטן מויער וואס בויעט זיך ביי די דרום גרעניצן פון די פאראייניגטע שטאטן.

לויט די קאנסטיטוציע, פארמאגט נישט די רעגירונג קיין לעגאלע רעכט צו פארשווענדן געלט פון אמעריקאנער שטייער צאלער אן דעם צושטימונג פונעם לעגיסלאטיווע פליגל. די לעגיסלאטורן שאפן דעם יערליכן רעגירונג-בודזשעט, און דער פרעזידענט שרייבט דאס אונטער און דאן ווערט דער בודזשעט פארוואנדלט צו עמטליך געזעץ. יעדע יאר באזונדער אינעם טאג פון דעצעמבער 21' בחצות הלילה, לויפט דאס עקזיסטירענדע בודזשעט אפ און א נייער יערליכער בודזשעט דארף ספאנטאן אריין גיין אין קראפט.

דער געברויך פאר'ן מויער איז פארן פרעזידענט א צוויי-פאכיגער. ערשטנס, ער וויל זיך האלטן צו זיין פארשפרעכונג וואס ער האט הייס פארשפראכן ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט. און צווייטענס, ווייל ער איז טיף איבערגעצייגט אז א מויער איז די אויסשליסליכסטע מעטאד אפצוהאלטן אימיגראַנטן פון אריינצוקומען אומלעגאל אין די פאראייניגטע שטאטן.

די דעמאקראטן, אין שפיץ פון טשאַק שוממער וועלכער דינט אלס מינאָריטעט פירער פונעם העכערן הויז, און זיין קאלעגע נענסי פּעלאָסי וועלכער דינט אלס דער מינאָריטעט פירער פונעם נידעריגער הויז, זענען ביידע אויסגעשפראכן קעגן בויען דעם מויער. סענאטאר שוממער איז ביי די מיינונג אז עס זענען פארהאן ביליגערע מעטאדן צו באשיצן די גרעניצן, און א מויער איז לויט אים אומזיסט ארויסגעווארפן שטייער-צאללער געלט. דאס איז אפגעזען פונעם פאקט אז ער זעלבסט האט אין די פארגאנגענהייט שטארק אגענטירט פאר א מויער (אבער ווען דער פרעזידענט פארלאנגט עס, איז עס מיטאמאל צו טייער, דורכשניטליכע ליבעראלע היפאקריטיע), און פרוי פּעלאָסי איז ביי די מיינונג אז פון א מאראלישער שטאנדפונקט איז א מויער א שאנדע פאר די פאראייניגטע שטאטן (אזא מאמישע געפיל זאך, וואס מיר מענער פארשטייען גאר נישט), אפגעזען אז אין רעאליטעט עקזיסטירט שוין אזא אוממאראלישער מויער אויף באדייטענעם טייל פונעם דרום גרעניץ, און דער פרעזידענט איז בלויז אויסן צו פארענדיגן דעם מויער.

דער שטרייט צווישן דעם פרעזידענט מיט שוממער און פּעלאָסי האט זיך אין די לעצטע וואכן אויסגעברייטערט אויף א מאסשטאבליכער פארנעם. דער פרעזידענט איז פעסט אנטשלאסן נישט אונטערצושרייבן דעם נייעם פעדעראלן בודזשעט, ביז ווי לאנג מ'שטעלט נישט אריין אינעם בודזשעט די פינף ביליאן דאללאר פאר זיין מויער. אין רעזולטאט פונעם פרעזידענט'ס באשלוס איז נאכנישט פארהאן קיין בודזשעט פארן נייעם יאר, דאס באדייט אז דער פעדעראלער רעגירונג איז אפיציעל פארשלאסן. די רעגירונג האט טעכניש נישט קיין געלט צו פונקציאָנירן. דאס איז זעלבסט-פארשטענדליך א פולשטענדיגע קאטאסטראפע פאר די איבער אכט הונדערט טויזענט פעדעראלע איינגעשטעלטע וועלכע קענען נישט באקומען זייער וועכנטליכע געהאלט.

ביידע זייטן האבן ווארשיינליך שטארקע ארגומענטן, און קיין פאסיגע לעזונג זעהט זיך ביז דערווייל נישט אויפ'ן האריזאנט.

דער פרעזידענט האט נעכטן אין א רעדע צום פאלק דערקלערט אז דער מויער איז קריטיש-וויכטיג פאר די זיכערהייטס פון די פאראייניגטע שטאטן, ער האט פארגעשטעלט גענויע ציפערן און גראפישע פאקטן פון האר-אויפשטעלענדע פארברעכנס וואס אומלעגאלע אימיגראַנטן זענען לעצטנס באגאנגען קעגן אומשולדיגע אמעריקאנער. ער האט דעקלערט אז בויען דעם מויער איז גאר א מאראלישער פליכט. (אפגעזען וואס פּעלאָסי האלט קאפויער. ווי עס שיינט, האט מאראל עטליכע פארבן).

דער פרעזידענט האט מיט זיין רעדע ווארשיינליך אנגעהויבן צו לייגן זיינע פונדאַמענטן צו דערקלערן א נאציאנאלער-נויטפאל, וואס דאס ערלויבט עטוואס פאר'ן פרעזידענט זיך צו באנוצן מיט פעדעראלע געלטער ווי ער זעט פאר נויטיג. דאס איז אבער נישט אזוי אין איינקלאנג מיט די קאנסטיטוציע, און ס'איז ווארשיינליך נישט אויסגעשלאסן אז דאס וועט אנקומען צו דער דריטער פליגל פון די רעגירונג - די יוריסדיקציע פליגל, ווי די ניין העכסטע ריכטער פונעם לאנד וועלן דאס דארפן אנטשיידן. אייגענטליך האט דער פרעזידענט גוטע שאנסן אינעם העכסטן געריכט, מיט די אפוועזנהייט פון די ליבעראלע ריכטערין, רות גינסבורג (והיא מחולל מפשעינו) פארמאגן די רעפובליקאנער א באדייטענעם מערהייט אויפ'ן געריכטס באנק, וואס דאס קען זיין שטארק בייהילפיג פארן פרעזידענט.

אלענפאלס, שוממער און זיין קאלעגע פרוי פּעלאָסי באשולדיגן דעם פרעזידענט מיט קאלטע הארצלאזיגקייט. (איי, שענק דעם פרעזידענט זיינע פינף ביליאן דאללאר אין וועלכע ער נויטיגט זיך דיך צו באשיצן? די רעגירונג פארשווענדט דאך פיל גרעסערע סומעס ווי 5 ביליאן דאלאר פאר פיל גרעסערע שטותים און נארישקייטן, ניין! זייער אראגאנץ זיך נישט צו בייגן צו די ווילן פונעם פרעזידענט, איז פילפאכיג גרעסער ווי איר רחמנות אויף די אומשולדיגע פעדעראלע ארבייטער מיט זייער ליידענדע פאמיליעס). זיי ארגומענטירן אז דער פרעזידענט באנוצט זיך מיט די ליידן פון די אומשולדיגע פעדעראלע ארבייטער דורכצופירן זיינע אמביציעס, און זיי ארגומענטירן אז דער פרעזידענט האט זעלבסט באשאפן א אומלעגאלע אימיגראַנטן קריזיס בלויז צו פארפילן זיין מויער אבסעסיע, און אייגענטליך איז דער צושטאנד גארנישט אזוי שווארץ ווי דער פרעזידענט לייגט דאס אראפ. נאך מער ארגומענטירן זיי, אז דער פרעזידענט זעלבסט האט פארשפראכן אז מעקסיקא וועט באצאהלן פארן מויער, אלזא פארוואס פארלאנגט ער אצינד געלט פון די אמעריקאנער שטייער צאהלער? דער אנטווארט פונעם פרעזידענט אויף דעם איז אז מעקסיקא האט אין יעדנס-פאל באצאהלט פארן מויער מיט גינסטיגע האנדלס-טערמינען פאר די פאראייניגטע שטאטן. אבער דאס איז בלויז א לאנג-טערמיניגער באצאלונג, און מ'קען נישט ווארטן מיטן בויען דעם מויער...

די ליבעראלן פארלאנגען קאטעגאריש אז דער פרעזידענט זאל ערשט אונטערשרייבן דעם בודזשעט, און דערנאך וועט מען שוין באהאנדלען דעם אנגעבליכן אומלעגאלע אימיגראַנטן קריזיס. אבער דער פרעזידענט לאזט זיך נישט פארפירן פון די לעכערליכע פארשפרעכונגען פון די ליבעראלן. ער ווייסט זייער גוט אז איינמאל דער בודזשעט גייט דורך, וועלן זיי אים לאזן זיך אויספייפן אויפן רויטן ים. דערפאר האלט ער זיך פעסט צו זיין שטעלונג, אפגעזען פון דעם אז די פעדעראלע רעגירונג איז פארשלאסן מיט שלאס און ריגל.

די גאנצע וועלט שטייט גאר געשפאנט, און ווארט מיט גרויס אנגסט, וואס עס וועט זיך ווירקליך אויסשפילן אין וואשינגטאן.

צום באדויערן שטעלט זיך ווירקליך ארויס זייער א שווארץ בילד. יעדער וואס האט בלויז אויגן אין קאפ פארשטייט, אז א מויער איז די אויסשליסליכסטער וועג צו פארמיידן אומלעגאלע אימיגראַנטן אריינצוקומען אין די פאראייניגטע שטאטן. נאך מער, די לעגענדארע דעמאקראטישע פרעזידענטן - קלינטאן און אבאמא - האבן אויך געהאט הייס פארשפראכן צו בויען א מויער ביים דרום גרעניץ. נאר זיי האבן ווי ריכטיגע פאליטיקער צוגעזאגט אלסדינג און איינגעהאלטן א שווארצער פייג איינגעטינקען אין געדעכטע חרוסת.

אבער אונזער פרעזידענט איז נישט קיין דורכשניטליכער וואשינגטאן פאליטיקער. ער איז אפילו אין געוויסע זין גאנץ אן אויפריכטיגער מאן, וואס פראבירט מער ווייניגער איינצוהאלטן אלעס וואס ער האט פארשפראכן ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט. אפגעזען ווי שווער און אומפאפולער ס'זאל נאר נישט זיין. (אויסער פון אריינצו-ווארפן פרוי קלינטאן אין טורמע). דער פרעזידענט איז פאראנטווארטליך פאר די אינערליכע און אויסערליכע זיכערהייט פון די פאראייניגטע שטאטן. ער האט צוטריט צו די געהיימע זיכערהייט באריכטן. ער באזיצט אינפארמאציע צו וועלכע שוממער און פרוי פּעלאָסי האבן גארנישט קיין צוטריט. און צוליב זייער אויסטערלישע וויסטע האס צום פרעזידענט, שטערן זיי אים בייזוויליג אויסצופירן זיינע פרעזידענטליכע פליכטן מיט וועלכע ער איז באשוואוירן געווארן, צו באשיצן דאס לאנד פון אלערליי פיינט אונטערנאציאנאל און נאציאנאל, ווי עס לויטעט דער פרעזידענטליכער שווערונג.

דער פדם תורים שוממער און פּעלאָסי קימערן זיך נישט מיטן פאקט אז קאראוואנען פון אומלעגאלע כאשיש מאכן נאכאנאד זייער וועג פון מעקסיקא אריין צו די פאראייניגטע שטאטן, וואס דאס קאסט אפ ביליאנען פאר די אמעריקאנער שטייער צאלער, און פארמערט פארברעכן אויף א מאסשטאבליכער פארנעם. זיי קימערן זיך נישט מיט'ן פאקט אז אומלעגאלע פארברעכער און טעראריסטן פארפלייצן דאס לאנד צוליב די אנוועזנהייט פונעם מויער. ס'איז ווייטאג צו זעהן ווי קורצזיכטיג די ליבעראלן זענען און אויף וואס זיי זענען אלס אומשטאנד צו טאן, ווען עס קומט צו טריצן מיטן פרעזידענט.

אמעריקע געפינט זיך ווירקליך אין א כאאטישן צושטאנד....

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 1:34 pm

· #421814
Re: אמעריקע געפונט זיך אין א כאאסישער צושטאנד:
קאך; שיין געשריבן, כ'שפיר זיך יעצט ווי כ'זיץ אין מיין טאטעס דיינינגרום אויפן ריקליינער זייענדיג 10 יאר אלט ליינענדיג ר' סענדער דייטש'ס ארטיקלן אינעם איד הקדוש און פונעם קאך קומט ארויס א פיינעם עש"ק שמעק פון די פיינע נארהאפטיגע עסן וואסי נארוואס פארטיג געווארן.

גוט ארויס געברענגט די סיבות פארוואס שומער און פעלאסי לאזן נישט דורך דעם וואנט געבוי, אבער ס'נאך מער פון דעם, זיי האבן וואך ארום זיי 24/7 זיי לעבן נישט אין קיין שרעק פון אום לעגאלע פארברעכערס, און פאר זיי מיינט עס נאר בענעפיטס, ס'מיינט נאך וואויטס, און אויך אויב איז די בודזשעט פייט וועט נישט ברענגן די גוטע רעזוטלטאטן וועלן זיי ווייטער באשילדיגן דעם פרעזידענט איז ווי אזוי ס'זאל נישט זיין זענען זיי אין א ווין ווין סיטואציע

קאך_לעפל » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 3:51 pm

· #421830
דער פרעזידענט זאגט היינט, אז ער גייט זיך אויף קיין פאל נישט בייגן פאר שוממער און פּעלאָסי. ער גרייט זיך ווירקליך צו דעקלערן א נאציאנאלער-נויטפאל.

ביזדערווייל איז נאך נישט געקומען קיין רעאקציע פון די דעמקראטן איבער דעם, אבער מ'קען דערווארטן א פרישע בוש און גאור סימאטאכע אינעם סופרים קארט...

דער שאטדאון גייט ווארשיינליך זיין די לענגסטע אין די היסטאריע.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 7:09 pm

· #421842
Re: אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד
און די אמעריקאנער בירגער גייען איינזעהן לכבוד דעם אז א רעגירונג ברויך טאקע נישט האבן אזויפיל ארבייטערס, הא ראי' אז אמעריקע איז נישט געגאנגן באנקראט מיטן זיין צוגעמאכט פאר אזא לאנגע צייט, הלוואי מי יתן והי'

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 11:39 pm

· #421858
Re: אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד
אזוי ליינענדיג אין די נייעס
<a class="postlink" href="https://apnews.com/b81e4aca509b47998d7b3c3b365b477d">https://apnews.com/b81e4aca509b47998d7b3c3b365b477d</a>

זעה איך דארט ווי אן IRS ארבייטארן רעדט זיך אפ אז זייט דעם שאטדאון קען זי נישט ארויסגיין עסן און קען נישט קויפן ברענד נעים עסן פאר אירע קינדער

IRS employee Krystle Kirkpatrick and her family, including her two children, ages 6 and 12, aren’t eating out, buying brand-name foods or getting drinks at the gas station. Her husband is working overtime in his job as a machinist to try to make up for her lost paycheck.

. זאלן זיי טאקע שפירן וואס די פשוטע עמך מענטשן שפירן מיט א פעי טשעק וואו האלב פון די געלט גייט אראפ אויסצוהאלטן זייער שפענדערישע לעבן, מיט סיק און וואקאציע דעיס. הלוואי זאל טאקע אנהאלטן די שאטדאון לאורך ימים ושנים.

אדונינו » פרייטאג יאנואר 11, 2019 12:26 am

· #421863
קען איינער מסביר זיין וואס די שאטדאון האט אפעקטירט? זאג מיר נישט אז די ארבעטערס וואס ווערן נישט באצאלט, זיי קענען גיין זוכן א דזאב וואס צאלט, מיין שאלה איז, אויב גארנישט ווערט נישט אפעקטירט, פארוואס טאקע קען מען נישט פארמאכן די רעגירונג פאר צוויי חדשים א יאר? אדער שניידן ארבעטערס.

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יאנואר 11, 2019 12:45 am

· #421866
טאקע דאס האף איך אז דער אמעריקאנער פאלק וועט איינזעהן אז די רעגירונג מוז נישט האבן אזא ביוראקראטיע, ספעציעל די שנארערישע IRS וואס זיצן און זויגן אויס די אמעריקאנער עמך מענטשן און לעבן א שוואוילטאג מיט אלע מיני וועקעשאן און סיק דעיס און טרעיטן אויף די הינעראויג פון מיליאנען שווערע ארבייטערס

טאמבל סאס » פרייטאג יאנואר 11, 2019 3:36 am

· #421880
איי לאוו קאך-לעפל 😂

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 11, 2019 4:44 am

· #421884
דער פדם תורים שוממער און פּעלאָסי קימערן זיך נישט מיטן פאקט אז קאראוואנען פון אומלעגאלע כאשיש מאכן נאכאנאד זייער וועג פון מעקסיקא אריין צו די פאראייניגטע שטאטן, וואס דאס קאסט אפ ביליאנען פאר די אמעריקאנער שטייער צאלער, און פארמערט פארברעכן אויף א מאסשטאבליכער פארנעם. זיי קימערן זיך נישט מיט'ן פאקט אז אומלעגאלע פארברעכער און טעראריסטן פארפלייצן דאס לאנד צוליב די אנוועזנהייט פונעם מויער. ס'איז ווייטאג צו זעהן ווי קורצזיכטיג די ליבעראלן זענען און אויף וואס זיי זענען אלס אומשטאנד צו טאן, ווען עס קומט צו טריצן מיטן פרעזידענט.

😂

איך ווייס באמת נישט צי איך זאל לאכן אדער וויינען. מהאט ניטאמאל אויס גענוצט די 1.7 ביליאן דאללער וואס איז באשטעטיגט געווארן לעצטע יאהר צו באשיצן די Southern border... סאיז נישטא קיין שום עמערדזשענסי יעצט צובויען אויף וואנט (וואס מקען ממילא נישט בויען ווייל גאנצע מיילן איז פריוואטע שטחים, און וואסער)

טראמפ מיט זיינע רעפובליקאנער הערן נישט אויף צוזאגן ליגענט און פאלשע פאקטן וועגן די באורדער... די גאנצע זאך איז ליידער ״ריינע ראסיזים״ פונקט וואס מהאט געטוהן מיט די אידן אין די 1930 יאהרן. די חילוק איז נאר אז דעמאלטס זענען רוב בירגער געוועהן קעגן די אידן היינט איז עס נאר 35 פראצענט פון אמעריקא. רוב אמעריקענער האלטן נישט בכלל אז מ׳דארף בויען א וואנט... נאר אנדערש מאכן א שטערקערע ״גאן קאנטראל״
אבער די רעכטע האלטן דאך נישט דערביי. ווייל אין זייער בוך מעגן אמעריקאנער הארגענען וועמען זיי ווילן, ווילאנג ביסט א ווייסער און נישט קיין ברוינער אדער א מעקסיקאנער...

רובא דרובא פון מעקסיקאנער וואס זענען יעצט אין אמעריקע זענען ניטאמאל אריבערגעקראכן די גרעניץ... זיי זענען געקומען דא מיט א געהריגע פליגער אלץ טוריסטן און דא געבליבן...

א שאנדע און א בושה אז אונז היימישע-אידן זענען ליידער אריינגעפאלן אין די ראסיסטישע רעטאריק- אונז וואלטן געדארפט זיין די ערשטע דאס צו פארדאמען! (נאך א מזל אז ״רוב אידן״ האלטן נישט אזוי, נאר די צוריקגעשטאנענע ״ראדני/הופער-אידן״)

ריינע ליגיונת... אויפגעבלאזנע מעשיות... פראפאגאנדע... ממש פונקט וואס די נאציס האבן געטוהן...
AP FACT CHECK: Trump floats fictions about the border
<a class="postlink" href="https://apnews.com/b03a8638fcae4d64ad73bf96a46f0f28">https://apnews.com/b03a8638fcae4d64ad73bf96a46f0f28</a>

Trump’s Speech to the Nation: Fact Checks and Background
<a class="postlink" href="https://www.google.com/amp/s/www.nytimes.com/2019/01/08/us/politics/trump-speech.amp.html">https://www.google.com/amp/s/www.nytime ... h.amp.html</a>

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 11, 2019 5:36 am

· #421886
כהאף אז דו ביסט סארקאסטיש...

פרעזידענטן - קלינטאן און אבאמא - האבן אויך געהאט הייס פארשפראכן צו בויען א מויער ביים דרום גרעניץ. נאר זיי האבן ווי ריכטיגע פאליטיקער צוגעזאגט

ממש הייס פארשפראכן??? אזוי גאר!?
אפשר ברענגסט עפעס א לינק אדער א מקור צו דיין קלעים???

? Did Democrats Once Support Border Wall
<a class="postlink" href="https://www.factcheck.org/2017/04/democrats-support-border-wall/">https://www.factcheck.org/2017/04/democ ... rder-wall/</a>

Did Democrats reverse border wall position after Donald Trump was elected?
<a class="postlink" href="https://www.politifact.com/truth-o-meter/statements/2019/jan/09/donald-trump/trump-democrats-reverse-border-wall-position/">https://www.politifact.com/truth-o-mete ... -position/</a>

קאך_לעפל » פרייטאג יאנואר 11, 2019 6:23 am

· #421887
שבת אחים
דער פדם תורים שוממער און פּעלאָסי קימערן זיך נישט מיטן פאקט אז קאראוואנען פון אומלעגאלע כאשיש מאכן נאכאנאד זייער וועג פון מעקסיקא אריין צו די פאראייניגטע שטאטן, וואס דאס קאסט אפ ביליאנען פאר די אמעריקאנער שטייער צאלער, און פארמערט פארברעכן אויף א מאסשטאבליכער פארנעם. זיי קימערן זיך נישט מיט'ן פאקט אז אומלעגאלע פארברעכער און טעראריסטן פארפלייצן דאס לאנד צוליב די אנוועזנהייט פונעם מויער. ס'איז ווייטאג צו זעהן ווי קורצזיכטיג די ליבעראלן זענען און אויף וואס זיי זענען אלס אומשטאנד צו טאן, ווען עס קומט צו טריצן מיטן פרעזידענט.

😂

איך ווייס באמת נישט צי איך זאל לאכן אדער וויינען. מהאט ניטאמאל אויס גענוצט די 1.7 ביליאן דאללער וואס איז באשטעטיגט געווארן לעצטע יאהר צו באשיצן די Southern border... סאיז נישטא קיין שום עמערדזשענסי יעצט צובויען אויף וואנט (וואס מקען ממילא נישט בויען ווייל גאנצע מיילן איז פריוואטע שטחים, און וואסער)

טראמפ מיט זיינע רעפובליקאנער הערן נישט אויף צוזאגן ליגענט און פאלשע פאקטן וועגן די באורדער... די גאנצע זאך איז ליידער ״ריינע ראסיזים״ פונקט וואס מהאט געטוהן מיט די אידן אין די 1930 יאהרן. די חילוק איז נאר אז דעמאלטס זענען רוב בירגער געוועהן קעגן די אידן היינט איז עס נאר 35 פראצענט פון אמעריקא. רוב אמעריקענער האלטן נישט בכלל אז מ׳דארף בויען א וואנט... נאר אנדערש מאכן א שטערקערע ״גאן קאנטראל״
אבער די רעכטע האלטן דאך נישט דערביי. ווייל אין זייער בוך מעגן אמעריקאנער הארגענען וועמען זיי ווילן, ווילאנג ביסט א ווייסער און נישט קיין ברוינער אדער א מעקסיקאנער...

רובא דרובא פון מעקסיקאנער וואס זענען יעצט אין אמעריקע זענען ניטאמאל אריבערגעקראכן די גרעניץ... זיי זענען געקומען דא מיט א געהריגע פליגער אלץ טוריסטן און דא געבליבן...

א שאנדע און א בושה אז אונז היימישע-אידן זענען ליידער אריינגעפאלן אין די ראסיסטישע רעטאריק- אונז וואלטן געדארפט זיין די ערשטע דאס צו פארדאמען! (נאך א מזל אז ״רוב אידן״ האלטן נישט אזוי, נאר די צוריקגעשטאנענע ״ראדני/הופער-אידן״)

ריינע ליגיונת... אויפגעבלאזנע מעשיות... פראפאגאנדע... ממש פונקט וואס די נאציס האבן געטוהן...
AP FACT CHECK: Trump floats fictions about the border
<a class="postlink" href="https://apnews.com/b03a8638fcae4d64ad73bf96a46f0f28">https://apnews.com/b03a8638fcae4d64ad73bf96a46f0f28</a>

Trump’s Speech to the Nation: Fact Checks and Background
<a class="postlink" href="https://www.google.com/amp/s/www.nytimes.com/2019/01/08/us/politics/trump-speech.amp.html">https://www.google.com/amp/s/www.nytime ... h.amp.html</a>

פיסטע ליבלעראלע דעמאגאגיע...

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 11, 2019 7:49 am

· #421889
פיסטע ליבלעראלע דעמאגאגיע...

דאס איז די גאנצע וואס דו האסט צוענטפערן???

הער אויס איך קען שרייען ״פוסטע קאנסערוועטיווע דעמאגאגיע״ און דו קענסט שרייען ״פוסטע ליבעראלע דעמאגאגיע״...

לאז מיך וויסן ווען דו ווילסט רעדן ״פאקטן״....

פאקטן ווי למשל ווער איז א גרעסערע סכנה פאר ״אמעריקאנער סעקיורטי״ די מעקסיקאנער בארדער אדער די 30 פראצענט רעפובליקאנער רעדנעקס מיט זייערע 1200 ביקסן??? ווער הארגעט מעהר מענטשען???

וואלטן די אלע הריגות פון די אומציוויליזירטע רעדנעקס געשעהן דורך א צווייטע פאלק וואלט אמעריקע שוין לאנג באמבארדירט 26 לענדער...!

די זעלבע מענטשען וואס שרייען ״פאלשע נומבערס״ וועגן די מעקסיקאנער האלטן נישט ביים איינשטעלן קיין ״גאן קאנטראל״ אין אמעריקע כאטש רוב אמעריקע וויל מזאל שוין ענדליך עפעס טוהן דערוועגן נאך די אלע שיסערייען, הריגות, און כאאס וואס דרייט איבער אמעריקע ממש טעגליך!

זאג? וואס האבן דיינע רעפובליקאנער געוואלט פון די דאק״א קינדער??? מילא מעקסיקאנער דראג-לארדס אבער וואס האבן זיי געוואלט פון 800,000 אומשולדיגע מענשטען וואס זענען דא אויפגעוואקסן און זיי אלע האבן א גיטע רעקארד מיט פראופעישענאל דזשאבס?

די צוריקגעבליבנע רעפובליקאנער בהמות כאפן נאכאלץ נישט אז די גאנצע שטארקייט פון אמעריקע איז טאקע נאר ווייל מ׳לאזט אריין דא א יעדעם איינעם פון אלע פעלקער. די מערסטע Diversity
און multicultural איז אין אמעריקע, און פארדעם טאקע איז ניו יארק און קאליפארניע די רייכעסטע, גרעסטע שטעט אין אמעריקע! די פאקט האט געוויזן די לעצטע פאר הונדרעט יאהר אז ״נאר לענדער וואס האבן געהאט אפענע טירן פאר אימגראנטן האבן מצליח געוועהן. און סאיז זייער פשוט פארוואס אויך.

די אלע ״פרומע אידן״ וואס נעמען זיך אן פאר די ״רעפובליקאנער ראסיסטן״ האבן נישט קיין רעכט צו שרייען ביי די שואה ״אז די וועלט האט געשוויגן״... ווייל ענק שווייגן יעצט ווען מ׳פייניקט די ספאנישע פאר גארנישט און פאר נישט... אזוי האט זיך עס אנגעהויבן ביי די אידן אויך, מהאט נישט אריינגעלייגט קיין זעקס מיליאן מענטשען אין א אויווען פון איין מינוט אויפן צווייטן- סהאט גענומען קודם א שיינע פאר יאהר פון פראפאגאנדע און מוח-וואשן, און אזוי איז מען געגעאנגען ווייטער און ווייטער. די מאווי האט שוין די וועלט געזעהן איינמאל...

״קינדער פון אימגראנטן וואס זענען קוים דא איין דור און רעדן ניטאמאל קיין ענגליש האבן א פראבלעם מיט די מעקסיקאנער״

איך הייב שוין אן צופארשטיין פארוואס מהאט פיינט פרומע אידן....

עני וועי ווען דו ווילסט רעדן ״פאקטן״ בין איך גרייט.

קאך_לעפל » פרייטאג יאנואר 11, 2019 7:54 am

· #421890
אין די ווירקליכקייט איז אידילאגיע אין גאנצן נישט קיין דיאלאג דא. נעמליך, סיי די רעפובליקאנער און סיי די דעמעקראטן זענען אייגענטליך ביי די מיינונג אז עס איז ווירקליך פארהאן א אומלעגאלע אימיגראַנטן קריזיס. די מיינונגס פארשידנהייטן זענען בלויז איבער דאס גרויסקייט פונעם קריזיס, און איבער וועלכע סארט מאסנאמען מ'זאל אונטערנעמען. אבער גאנץ אמעריקע פארשטייט אז 'אומלעגאלגע אימיגראַנטן' איז א ווירקליכער קריזיס. דערפאר איז דיין ליבלעראלע-סאציאליסטישע אויסברוך אינגאנצן נישט אין פלאץ.

אבער נוסח קאווע שטיבל: אז מ'רעדט שוין יא...

הארט ביים אריינגאנג צו די ניו יארקער האפן שטייט א סטאטוע, וואס פראנקרייך האט געשאנקן אלס א געשאנק פאר די פאראייניגטע שטאטען. א סטאטוע וואס האלט א פאקל פון האפענונג אין איר הענד, א פאקל וואס סימבאליזירט די אויפוואכונג פון די אויפקלערונג און באלייכטערונג וועלכע האט אויפשיינט אין פראנקרייך דורכאויס די פראנצויזישע רעוואלוציע. אויפן פונדאַמענט פון די סטאטוע פון פרייהייט איז אריינגעקריצט א ליד וואס א אידישע אימיגראַנטען האט פארפאסט וואס לייענט זיך ווי פאלגנעד: וויינט זי מיט שטילע לעפצן, גיב מיר דיינע מידע, דיין ארימע, דיינע צוזאמגעשטיפטע מאסן, וואס לעכצן צו אטעמען פרייהייט. די דאזיגע ווערטער צייגט מיט וואס פאר א אפענע ארעמס אמעריקע האט ערפאנגן די מיליאנען אימיגראַנטן וועלכע האבן אריינגעשטורעמט אינעם לאנד 'לעגאל' דורך די טויערן פון עליס איילענד.

אמעריקע איז א לאנד וואס איז געבויעט אויף פרינציפן און ווירדן פון פרייהייט און קאפיטאליזם. יעדער האט א רעכט צו טאן וואס ער וויל, און די רעגירונג קען קיינעם נישט באגרעניצן פון זיך צו פירן ווי אזוי זיין הארץ באגערט. יעדע לעגאלער אמעריקאנער בירגער האט די מעגליכקייט זיך ארויפצוארבייטן לויט זיינע פעהיגקייטן, און לעבן דעם אמעריקאנער חלום... די רעגירונג קען קיינעם נישט באגרעניצן פון זיינע קאנסטעטוציאלע פרייהייטן, דאס רעכנט אריין די רעכטן פון טראגן געווער אויף א לעגאלער אויפן.

איצט אזוי: ווייל מיר ווילן לעבן מיט אונזער ריכטיגע פרייהייט ווירדע מיט וואס מיר זענען געזעצליך בארעכטיגט. קענען מיר זיך נישט ערלויבן אז אומלעגאלע אימיגראַנטן זאלן אריינקומען אין לאנד. פארוואס? ווייל עמיצער וואס האט גארנישט צו באהאלטן, און ער פארמאגט נישט קיין קרימינאלע פארגאנגענהייט, שווערצט זיך אין אלגעמיין נישט דורך דעם גרעניץ, און קומט אריין אין לאנד אויף א לעגאלע וועג. בלויז אזעלכע וואס האבן וואס צו באהאלטן און טראגן אונטער זיך א קרימינאלע פארגאנגענהייט, שווערצן זיך דורך די גרעניצן און קומען אריין אין לאנד אומלעגאל. און ווייל איך וויל טראגן א אנגעלאדענעם ביקס מיט וואס איך בין אייגענטליך בארעכטיגט לויט די קאנסטעטוציע, און איך וויל לעבן אלס א פרייער מאן, קען איך מיר נישט ערלויבן אז אומלעגאלע אימיגראַנטן וועלכע זענען אין אלגעמיין קרימינאלען זאלן פארמאגן די זעלבע רעכטן ווי אנטשטענדיגע לעגאלע בירגער.

ווי פריער ערווענט, אמעריקע נעמט זייער גערן אריין אימיגראַנטן. אבער בלויז אזעלכע וועלכע קענען זיך ערלויבן צו צייגן זייערע פינגער אפדרוקן. א זעלכע מענטשען וואס האבן גארנישט צו באהאלטן. ווייל מיר שעצן אונזער פרייהייט און מיר ווילן לעבן מיט אונזער לעבנס שטייגער פון פרייהייט און קאפיטאליזם, ווילן מיר נישט באצאהלן די קאסטן פאר געברויכן פון אזעלכע וואס שווערצן זיך אריין אין לאנד, צוליב זייער גוט-בארעכטיגטע שרעק פון צו צייגן זייער פינגער אפדרוקן פארן אימיגראַציע אפיציר. דאס האט גארנישט איינגעשטויסן מיט קיין ראסיזם א.ד.ג.

דיין אומבאגרונדעטע ראסיזם באשולדיגען קעגן די אמעריקאנער רעגירונג, און דאס וואס די שטעלסט צו די אמעריקאנער רעגירונג צו נאצי-דייטשלאנד. קומט בלויז פון דיינע אנגעגעסענע סאציאליסטישע אנטשויאונגען, וועלכע שטאמען אייגענטליך פון נאצי- דייטשלאנד. דער נאציאנאלער סאציאליסטישע פארטיי, וועלכער ווערט אנגערופן אין קורצן נאציזם, האט זיך אנגעבליך געזארגט פאר אלע זייערע בירגער אפגעזען ארעם אדער רייך. זיי האבן אנגעבליך זיך געזארגט פאר קרבנות פון ארעמקייט. און טאקע נאכן קריג ווען די נאצישע הענקער זענען געשטאנען פאר די ריכטער פון די זיגרייכע אליאירטע ארמייען צו ענטפערן פאר זייער געמיינע פארברעכנס קעגן די מענטשהייט, האבן זיי זיך אויך באהאלטן אונטערן קרבן שלייער און זיך אנטזאגט צו נעמען פאראנטווארטליכקייט אויף זייער גרוילהאפטיגע טאהטן דורכאויס די קריג. און זיי האבן ארגומענטירט אז זיי זענען אומשולדיג... זיי האבן בלויז אויסגעפאלגט באפעלן... דאס זענען געווען די פרוכט פון זייער דורכגעפוילטע סאציאליסטישע אנטשויאונגען...

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 11, 2019 8:02 am

· #421891
קודם לאמיר רעדן פאקטן! אויב די פאקטן זענען ״בולשיט״ און סאיז בכלל נישטא קיין גרויסע פראבלעם ביי די באורדער פארוואס שרייען ענק א גאנצע צייט וועגן די באורדער???

די קומסט מיט ״פאלשע נומבערס״... וואס איז די סיבה

די דעמקראטן האלטן בכלל נישט אז סאיז ״א קריזיס״ דו ביסט א פשוטע שקרן... אין די לעצטע פאהר יאהר איז די ראטע פון קרימינאלען וואס שווערצן זיך אריבער פון מעקסיקא דראסטיש געפאלן... וואס דען וועלן ענק פון די ספאנישע?? פארוואס שפארט מען זיי איין פאר חדשים אין תפיסה??

רעב איד- גיי פאהר ארום אין אמעריקע און גיי רעדט צו רוב פון די רעפובליקאנער וואס שטיצן די וואנט וועסטו זעהן אז זיי זענען די גרעסטע ראסיסטן-אנטיסמיטן וואס סאיז נאר פארהאנען-דאס איז מיין פערזענליכע עקספירענס...

״די וואנט״ איז ריינע ראסיזים!!! נישטא וואס צורעדן- פונקט ווי היטלער האט געטוהן אין די 1930 יאהרן... אקאורט די זעלבע!

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 11, 2019 8:03 am

· #421892
קאך_לעפל
אין די ווירקליכקייט איז אידילאגיע אין גאנצן נישט קיין דיאלאג דא. נעמליך, סיי די רעפובליקאנער און סיי די דעמעקראטן זענען אייגענטליך ביי די מיינונג אז עס איז ווירקליך פארהאן א אומלעגאלע אימיגראַנטן קריזיס. די מיינונגס פארשידנהייטן זענען בלויז איבער דאס גרויסקייט פונעם קריזיס, און איבער וועלכע סארט מאסנאמען מ'זאל אונטערנעמען. אבער גאנץ אמעריקע פארשטייט אז 'אומלעגאלגע אימיגראַנטן' איז א ווירקליכער קריזיס. דערפאר איז דיין ליבלעראלע-סאציאליסטישע אויסברוך אינגאנצן נישט אין פלאץ.

אבער נוסח קאווע שטיבל: אז מ'רעדט שוין יא...

הארט ביים אריינגאנג צו די ניו יארקער האפן שטייט א סטאטוע, וואס פראנקרייך האט געשאנקן אלס א געשאנק פאר די פאראייניגטע שטאטען. א סטאטוע וואס האלט א פאקל פון האפענונג אין איר הענד, א פאקל וואס סימבאליזירט די אויפוואכונג פון די אויפקלערונג און באלייכטערונג וועלכע האט אויפשיינט אין פראנקרייך דורכאויס די פראנצויזישע רעוואלוציע. אויפן פונדאַמענט פון די סטאטוע פון פרייהייט איז אריינגעקריצט א ליד וואס א אידישע אימיגראַנטען האט פארפאסט וואס לייענט זיך ווי פאלגנעד: וויינט זי מיט שטילע לעפצן, גיב מיר דיינע מידע, דיין ארימע, דיינע צוזאמגעשטיפטע מאסן, וואס לעכצן צו אטעמען פרייהייט. די דאזיגע ווערטער צייגט מיט וואס פאר א אפענע ארעמס אמעריקע האט ערפאנגן די מיליאנען אימיגראַנטן וועלכע האבן אריינגעשטורעמט אינעם לאנד 'לעגאל' דורך די טויערן פון עליס איילענד.

אמעריקע איז א לאנד וואס איז געבויעט אויף פרינציפן און ווירדן פון פרייהייט און קאפיטאליזם. יעדער האט א רעכט צו טאן וואס ער וויל, און די רעגירונג קען קיינעם נישט באגרעניצן פון זיך צו פירן ווי אזוי זיין הארץ באגערט. יעדע לעגאלער אמעריקאנער בירגער האט די מעגליכקייט זיך ארויפצוארבייטן לויט זיינע פעהיגקייטן, און לעבן דעם אמעריקאנער חלום... די רעגירונג קען קיינעם נישט באגרעניצן פון זיינע קאנסטעטוציאלע פרייהייטן, דאס רעכנט אריין די רעכטן פון טראגן געווער אויף א לעגאלער אויפן.

איצט אזוי: ווייל מיר ווילן לעבן מיט אונזער ריכטיגע פרייהייט ווירדע מיט וואס מיר זענען געזעצליך בארעכטיגט. קענען מיר זיך נישט ערלויבן אז אומלעגאלע אימיגראַנטן זאלן אריינקומען אין לאנד. פארוואס? ווייל עמיצער וואס האט גארנישט צו באהאלטן, און ער פארמאגט נישט קיין קרימינאלע פארגאנגענהייט, שווערצט זיך אין אלגעמיין נישט דורך דעם גרעניץ, און קומט אריין אין לאנד אויף א לעגאלע וועג. בלויז אזעלכע וואס האבן וואס צו באהאלטן און טראגן אונטער זיך א קרימינאלע פארגאנגענהייט, שווערצן זיך דורך די גרעניצן און קומען אריין אין לאנד אומלעגאל. און ווייל איך וויל טראגן א אנגעלאדענעם ביקס מיט וואס איך בין אייגענטליך בארעכטיגט לויט די קאנסטעטוציע, און איך וויל לעבן אלס א פרייער מאן, קען איך מיר נישט ערלויבן אז אומלעגאלע אימיגראַנטן וועלכע זענען אין אלגעמיין קרימינאלען זאלן פארמאגן די זעלבע רעכטן ווי אנטשטענדיגע לעגאלע בירגער.

ווי פריער ערווענט, אמעריקע נעמט זייער גערן אריין אימיגראַנטן. אבער בלויז אזעלכע וועלכע קענען זיך ערלויבן צו צייגן זייערע פינגער אפדרוקן. א זעלכע מענטשען וואס האבן גארנישט צו באהאלטן. ווייל מיר שעצן אונזער פרייהייט און מיר ווילן לעבן מיט אונזער לעבנס שטייגער פון פרייהייט און קאפיטאליזם. מיר ווילן נישט באצאהלן די קאסטן פאר געברויכן פון אזעלכע וואס שווערצן זיך אריין אין לאנד, צוליב זייער בארעכטיגטע שרעק פון צו צייגן זייער פינגער אפדרוקן פארן אימיגראַציע אפיציר. דאס האט גארנישט איינגעשטויסן מיט קיין ראסיזם א.ד.ג.

דיין אומבאגרונדעטע ראסיזם באשולדיגען קעגן די אמעריקאנער רעגירונג, און דאס וואס די שטעלסט צו די אמעריקאנער רעגירונג צו נאצ-דייטשלאנד. קומט בלויז פון דיינע אנגעגעסענע סאציאליסטישע אנטשויאונגען, וועלכע שטאמען אייגענטליך פון נאצי- דייטשלאנד. דער נאציאנאלער סאציאליסטישע פארטיי, וועלכער ווערט אנגערופן אין קורצן נאציזם, האט זיך אנגעבליך געזארגט פאר אלע זייערע בירגער אפגעזען ארעם אדער רייך. זיי האבן אנגעבליך זיך געזארגט פאר קרבנות פון ארעמקייט. און טאקע נאכן קריג ווען די נאצישע הענקער זענען געשטאנען פאר די ריכטער פון די זיגרייכע אליאירטע ארמייען צו ענטפערן פאר זייער געמיינע פארברעכנס קעגן די מענטשהייט, האבן זיי זיך אויך באהאלטן אונטערן קרבן שלייער און זיך אנטזאגט צו נעמען פאראנטווארטליכקייט אויף זייער גרוילהאפטיגע טאהטן דורכאויס די קריג. און זיי האבן ארגומענטירט אז זיי זענען אומשולדיג... זיי האבן בלויז אויסגעפאלגט באפעלן... דאס זענען געווען די פרוכט פון זייער דורכגעפוילטע סאציאליסטישע אנטשויאונגען...

קאך_לעפל » פרייטאג יאנואר 11, 2019 8:08 am

· #421893
שבת אחים
קודם לאמיר רעדן פאקטן! אויב די פאקטן זענען ״בולשיט״ און סאיז בכלל נישטא קיין גרויסע פראבלעם ביי די באורדער פארוואס שרייען ענק א גאנצע צייט וועגן די באורדער???

די קומסט מיט ״פאלשע נומבערס״... וואס איז די סיבה

די דעמקראטן האלטן בכלל נישט אז סאיז ״א קריזיס״ דו ביסט א פשוטע שקרן... אין די לעצטע פאהר יאהר איז די ראטע פון קרימינאלען וואס שווערצן זיך אריבער פון מעקסיקא דראסטיש געפאלן... וואס דען וועלן ענק פון די ספאנישע?? פארוואס שפארט מען זיי איין פאר חדשים אין תפיסה??

רעב איד- גיי פאהר ארום אין אמעריקע און גיי רעדט צו רוב פון די רעפובליקאנער וואס שטיצן די וואנט וועסטו זעהן אז זיי זענען די גרעסטע ראסיסטן-אנטיסמיטן וואס סאיז נאר פארהאנען-דאס איז מיין פערזענליכע עקספירענס...

״די וואנט״ איז ריינע ראסיזים!!! נישטא וואס צורעדן- פונקט ווי היטלער האט געטוהן אין די 1930 יאהרן... אקאורט די זעלבע!

אנטשולדיגט! איך האב נישט גערעדט פון קיין ציפערן... יעדע מידיע קוואל אפגעזען פון רעכט אדער לינק שרייט אז אומלעגאלע אימיגראַנטן איז א פראבלעם, די האלסט אז נישט?

און ווי ערווענט אויף א רואיגער אויפן. נישט אריינלאזן אומלעגאלע אימיגראַנטן אין לאנד האט גארנישט צוטאן מיט ראסיזם אדער נאציזם... האק דיר ארויס די שטורן אפפאל פון קאפ.

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 11, 2019 8:17 am

· #421896
קאך_לעפל
שטורעמט אינעם לאנד 'לעגאל' דורך די טויערן פון עליס איילענד.

דיין אומבאגרונדעטע ראסיזם באשולדיגען קעגן די אמעריקאנער רעגירונג, און דאס וואס די שטעלסט צו די אמעריקאנער רעגירונג צו נאצ-דייטשלאנד. קומט בלויז פון דיינע אנגעגעסענע סאציאליסטישע אנטשויאונגען, וועלכע שטאמען אייגענטליך פון נאצי- דייטשלאנד. דער נאציאנאלער סאציאליסטישע פארטיי, וועלכער ווערט אנגערופן אין קורצן נאציזם, האט זיך אנגעבליך געזארגט פאר אלע זייערע בירגער אפגעזען ארעם אדער רייך. זיי האבן אנגעבליך זיך געזארגט פאר קרבנות פון ארעמקייט. און טאקע נאכן קריג ווען די נאצישע הענקער זענען געשטאנען פאר די ריכטער פון די זיגרייכע אליאירטע ארמייען צו ענטפערן פאר זייער געמיינע פארברעכנס קעגן די מענטשהייט, האבן זיי זיך אויך באהאלטן אונטערן קרבן שלייער און זיך אנטזאגט צו נעמען פאראנטווארטליכקייט אויף זייער גרוילהאפטיגע טאהטן דורכאויס די קריג. און זיי האבן ארגומענטירט אז זיי זענען אומשולדיג... זיי האבן בלויז אויסגעפאלגט באפעלן... דאס זענען געווען די פרוכט פון זייער דורכגעפוילטע סאציאליסטישע אנטשויאונגען...

נעבעך!

איך זאג עפעס אז די אמעריקאנער רעגירונג איז נאצי-דייטשלאנד??? איך זאג אז טראמפ מיט זיינע 35 פראצענט שטיצער פארן וואנט זענען ״נאציס״ און דאס איז קלאר ווי דער טאג...

קענסט טאקע נישט מבחין זיין בין טוב לרע???
איך זעה טאקע אז קאנדא ,שוועדן, שווייץ, פינלאנד, נארוועגיע, דענמארק, האלאנד, בעלגיע, אסטראליע, ניו זילאנד, וכו׳ וואס זענען ״דעמקראטישע סאציאליסטן״ זענען פונקט ווי נאצי דייטשלאנד.

חוץ פונדעם האבן די צוריקגעשטאנע הופער-אידן נאכנישט געכאפט אז די סיבה פארוואס די נאציס האבן זיך גערופן ״סאציאליסטן״ איז געוועהן א שפיל פון פשוטע ״פראפעגאנדע״ פונקט ווי זיי האבן געוואלט איינרעדן די וועלט אז זיי זענען וואוילע מענטשען און געמאכט בילדער און ווידעא פון אידן אין געטאס כאילו זיי זענען דארט אין א ״גן עדן״...

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 11, 2019 8:21 am

· #421897
קאך_לעפל
שבת אחים
קודם לאמיר רעדן פאקטן! אויב די פאקטן זענען ״בולשיט״ און סאיז בכלל נישטא קיין גרויסע פראבלעם ביי די באורדער פארוואס שרייען ענק א גאנצע צייט וועגן די באורדער???

די קומסט מיט ״פאלשע נומבערס״... וואס איז די סיבה

די דעמקראטן האלטן בכלל נישט אז סאיז ״א קריזיס״ דו ביסט א פשוטע שקרן... אין די לעצטע פאהר יאהר איז די ראטע פון קרימינאלען וואס שווערצן זיך אריבער פון מעקסיקא דראסטיש געפאלן... וואס דען וועלן ענק פון די ספאנישע?? פארוואס שפארט מען זיי איין פאר חדשים אין תפיסה??

רעב איד- גיי פאהר ארום אין אמעריקע און גיי רעדט צו רוב פון די רעפובליקאנער וואס שטיצן די וואנט וועסטו זעהן אז זיי זענען די גרעסטע ראסיסטן-אנטיסמיטן וואס סאיז נאר פארהאנען-דאס איז מיין פערזענליכע עקספירענס...

״די וואנט״ איז ריינע ראסיזים!!! נישטא וואס צורעדן- פונקט ווי היטלער האט געטוהן אין די 1930 יאהרן... אקאורט די זעלבע!

אנטשולדיגט! איך האב נישט גערעדט פון קיין ציפערן... יעדע מידיע קוואל אפגעזען פון רעכט אדער לינק שרייט אז אומלעגאלע אימיגראַנטן איז א פראבלעם, די האלסט אז נישט?

אבסולוטי אז נישט! סאיז גארנישט אנדערש ווי אין די לעצטע הונדרעט יאהר... סאיז נאר געווארן בעסער און בעסער. סאיז נישטא קיין שום סיבה שבעולם צו בויען א וואנט (מקען אפילו נישט בויען קיין וואנט-אבער לאמיר זאגן אז מקען שוין יא) און סאיז זיכער נישט קיין עמערדזשענסי אדער א קריזיס.

די עכטע קריזיס אין אמעריקע איז אז א שפיאן פאר רוסלאנד וואס האט נישט אמתדיג אינזינען אונזער-אינטערעסן איז פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאס איז די גרעסטע קריזיס און א עכטע עמערדזשענסי!

קאך_לעפל » פרייטאג יאנואר 11, 2019 8:24 am

· #421898

ווי ערווענט, ניין!

קענסט טאקע נישט מבחין זיין בין טוב לרע???
איך זעה טאקע אז קאנדא ,שוועדן, שווייץ, פינלאנד, נארוועגיע, דענמארק, האלאנד, בעלגיע, אסטראליע, ניו זילאנד, וכו׳ וואס זענען ״דעמקראטישע סאציאליסטן״ זענען פונקט ווי נאצי דייטשלאנד.

אידילאגיע איז ווי זאלץ, צופיל איז שעדליך... נאצי דייטשלאנד איז געווען עקסטרים סאציאליסטיש (כמעט ווי די...) משא''כ דיינע דערמאנטע לענדער...

חוץ פונדעם האבן די צוריקגעשטאנע הופער-אידן נאכנישט געכאפט אז די סיבה פארוואס די נאציס האבן זיך גערופן ״סאציאליסטן״ איז געוועהן א שפיל פון פשוטע ״פראפעגאנדע״ פונקט ווי זיי האבן געוואלט איינרעדן די וועלט אז זיי זענען וואוילע מענטשען און געמאכט בילדער און ווידעא פון אידן אין געטאס כאילו זיי זענען דארט אין א ״גן עדן״...

ניין! זיי זענען געווען ווירקליכע סאציאליסטען...

קאך_לעפל » פרייטאג יאנואר 11, 2019 8:27 am

· #421899
שבת אחים
קאך_לעפל
שבת אחים
קודם לאמיר רעדן פאקטן! אויב די פאקטן זענען ״בולשיט״ און סאיז בכלל נישטא קיין גרויסע פראבלעם ביי די באורדער פארוואס שרייען ענק א גאנצע צייט וועגן די באורדער???

די קומסט מיט ״פאלשע נומבערס״... וואס איז די סיבה

די דעמקראטן האלטן בכלל נישט אז סאיז ״א קריזיס״ דו ביסט א פשוטע שקרן... אין די לעצטע פאהר יאהר איז די ראטע פון קרימינאלען וואס שווערצן זיך אריבער פון מעקסיקא דראסטיש געפאלן... וואס דען וועלן ענק פון די ספאנישע?? פארוואס שפארט מען זיי איין פאר חדשים אין תפיסה??

רעב איד- גיי פאהר ארום אין אמעריקע און גיי רעדט צו רוב פון די רעפובליקאנער וואס שטיצן די וואנט וועסטו זעהן אז זיי זענען די גרעסטע ראסיסטן-אנטיסמיטן וואס סאיז נאר פארהאנען-דאס איז מיין פערזענליכע עקספירענס...

״די וואנט״ איז ריינע ראסיזים!!! נישטא וואס צורעדן- פונקט ווי היטלער האט געטוהן אין די 1930 יאהרן... אקאורט די זעלבע!

אנטשולדיגט! איך האב נישט גערעדט פון קיין ציפערן... יעדע מידיע קוואל אפגעזען פון רעכט אדער לינק שרייט אז אומלעגאלע אימיגראַנטן איז א פראבלעם, די האלסט אז נישט?

אבסולוטי אז נישט! סאיז גארנישט אנדערש ווי אין די לעצטע הונדרעט יאהר... סאיז נאר געווארן בעסער און בעסער. סאיז נישטא קיין שום סיבה שבעולם צו בויען א וואנט (מקען אפילו נישט בויען קיין וואנט-אבער לאמיר זאגן אז מקען שוין יא) און סאיז זיכער נישט קיין עמערדזשענסי אדער א קריזיס.

די עכטע קריזיס אין אמעריקע איז אז א שפיאן פאר רוסלאנד וואס האט נישט אמתדיג אינזינען אונזער-אינטערעסן איז פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאס איז די גרעסטע קריזיס און א עכטע עמערדזשענסי!

אקעי מיר גיין פראבירן נאך איינמאל...

זענען אומלעגאלע אימיגראַנטן אין לאנד א פראבלעם? יא? אדער ניין?

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 11, 2019 8:31 am

· #421900
ווער?

די נאציס אויב עפעס זענען געוועהן National socialists די היינטיגע ליבעראלע לענדער זענען Democratic socialist פארשטייסט נישט די חילוק ???

וואס האקסטו אין קאפ אריין? כבעט דיך!!!

סאיז כאילו ווי זאגן אז די נאציס און היינטיגע דייטשלאנד זענען די זעלבע... די נאציס האבן געהאט געווער און א ארמיי און די היינטיגע ענגלענדער האבן אויך א ארמיי מוז מען בע״כ איינזעצן אז זיי זענען די זעלבע...

טוה מיר א טובה! אין הופער קענסטו פארקויפן דיין בולשיט נישט פאר מיר...

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 11, 2019 8:34 am

· #421901
קאך_לעפל
שבת אחים
קאך_לעפל
שבת אחים
קודם לאמיר רעדן פאקטן! אויב די פאקטן זענען ״בולשיט״ און סאיז בכלל נישטא קיין גרויסע פראבלעם ביי די באורדער פארוואס שרייען ענק א גאנצע צייט וועגן די באורדער???

די קומסט מיט ״פאלשע נומבערס״... וואס איז די סיבה

די דעמקראטן האלטן בכלל נישט אז סאיז ״א קריזיס״ דו ביסט א פשוטע שקרן... אין די לעצטע פאהר יאהר איז די ראטע פון קרימינאלען וואס שווערצן זיך אריבער פון מעקסיקא דראסטיש געפאלן... וואס דען וועלן ענק פון די ספאנישע?? פארוואס שפארט מען זיי איין פאר חדשים אין תפיסה??

רעב איד- גיי פאהר ארום אין אמעריקע און גיי רעדט צו רוב פון די רעפובליקאנער וואס שטיצן די וואנט וועסטו זעהן אז זיי זענען די גרעסטע ראסיסטן-אנטיסמיטן וואס סאיז נאר פארהאנען-דאס איז מיין פערזענליכע עקספירענס...

״די וואנט״ איז ריינע ראסיזים!!! נישטא וואס צורעדן- פונקט ווי היטלער האט געטוהן אין די 1930 יאהרן... אקאורט די זעלבע!

אנטשולדיגט! איך האב נישט גערעדט פון קיין ציפערן... יעדע מידיע קוואל אפגעזען פון רעכט אדער לינק שרייט אז אומלעגאלע אימיגראַנטן איז א פראבלעם, די האלסט אז נישט?

אבסולוטי אז נישט! סאיז גארנישט אנדערש ווי אין די לעצטע הונדרעט יאהר... סאיז נאר געווארן בעסער און בעסער. סאיז נישטא קיין שום סיבה שבעולם צו בויען א וואנט (מקען אפילו נישט בויען קיין וואנט-אבער לאמיר זאגן אז מקען שוין יא) און סאיז זיכער נישט קיין עמערדזשענסי אדער א קריזיס.

די עכטע קריזיס אין אמעריקע איז אז א שפיאן פאר רוסלאנד וואס האט נישט אמתדיג אינזינען אונזער-אינטערעסן איז פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאס איז די גרעסטע קריזיס און א עכטע עמערדזשענסי!

אקעי מיר גיין פראבירן נאך איינמאל...

זענען אומלעגאלע אימיגראַנטן אין לאנד א פראבלעם? יא? אדער ניין?

יא

די דעמקראטן קענען באשטיין צו פארשטערקערן די געזעצן און זענען גרייט צוגעבן אסאך געלט פאר באורדער סעקיורטי אבער נישט קיין נערישע וואנט וואס אפאר רייט-ווינג משוגעים האבן אויסגעטראכט וואס שטאמט פון ריינע ראסיזים און ביגאטעריע.

קאך_לעפל » פרייטאג יאנואר 11, 2019 8:39 am

· #421902
פיין! אומלעגאלע אימיגראַנטן אין לאנד איז ווירקליך פראבלעם.

דאן טיה א געפעליקייט פאר די מענטשהייט, און גיב פארן פרעזידענט די געלט וואס ער בעט, אז ער זאל קענען באשוצן דאס לאנד פון אומלעגאלע אימיגראַנטן, אויף א וועג וואס ער פארשטייט. און נישט ווי אזוי די פארשטייסט. ס'איז זיין פליכט, און בלויז זיין! הער אים אויף צו פייניגען, ווען די זעלבסט ווייסט אז ער איז גערעכט...קאפיש?

יא! און גלייך אים נישט צו צו היטלר'ן...

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 11, 2019 8:47 am

· #421904
אפשר קענסטו מיר ענטפערן אין קורצן וואס דיין משוגענער-טראמפ מיט זיינע רשעותדיגע רעפובליקאנער האבן געוואלט פון די 800,000 דאק״א קינדער? זיי זענען אויך טעראריסטן???

דא קענסטו זעהן אז סאיז ריינע ראסיזים. און א שאנדע און א בושה אז ענק אידן נעמען זיך אן פאר די רשעים! ממש א שאנדע! כקען עס נישט פארשטיין... אונז אידן וואס האבן זיך געוואלגערט איבעראל און מהאט אונז פון איבעראל ארויסגעווארפן זאלן זיין אזוי ראסיסטיש און רשעותדיג!!!

שרעקליך!!

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 11, 2019 8:50 am

· #421905
קאך_לעפל
פיין! אומלעגאלע אימיגראַנטן אין לאנד איז ווירקליך פראבלעם.

דאן טיה א געפעליקייט פאר די מענטשהייט, און גיב פארן פרעזידענט די געלט וואס ער בעט, אז ער זאל קענען באשוצן דאס לאנד פון אומלעגאלע אימיגראַנטן, אויף א וועג וואס ער פארשטייט. און נישט ווי אזוי די פארשטייסט. ס'איז זיין פליכט, און בלויז זיין! הער אים אויף צו פייניגען, ווען די זעלבסט ווייסט אז ער איז גערעכט...קאפיש?

יא! און גלייך אים נישט צו צו היטלר'ן...

איך גלייך אים נישט צו צו היטלער- היטלער איז געוועהן אסאך קלוגער און מעהר כיטרע פון טראמפ. ער האט אריינגעכאפט אלע דייטשע בירגער אינטער זיין פארטיך.

טראמפ איז ״א אומגעלונגע היטלער״ ער קען ניטאמאל האלטן א נארמאלע רעדע. היטלער האט עלעקטערזירט די המון עם מיט זיינע רעדעס. ער איז סתם א בהמה וואס קומט זיך קוים אויס מיט זיינע אייגענע מענטשען...

ער איז די גרעסטע לוזער וואס איז נאר פארהאנען. ער איז קוים צוויי יאהר אויפן בענקל און רוב אמעריקאנער האלטן אים פאר א קרימינאל און א פוסטע משוגענער...

קאך_לעפל » פרייטאג יאנואר 11, 2019 8:53 am

· #421906
שבת אחים
אפשר קענסטו מיר ענטפערן אין קורצן וואס דיין משוגענער-טראמפ מיט זיינע רשעותדיגע רעפובליקאנער האבן געוואלט פון די 800,000 דאק״א קינדער? זיי זענען אויך טעראריסטן???

דא קענסטו זעהן אז סאיז ריינע ראסיזים. און א שאנדע און א בושה אז ענק אידן נעמען זיך אן פאר די רשעים! ממש א שאנדע! כקען עס נישט פארשטיין... אונז אידן וואס האבן זיך געוואלגערט איבעראל און מהאט אונז פון איבעראל ארויסגעווארפן זאלן זיין אזוי ראסיסטיש און רשעותדיג!!!

שרעקליך!!

ראנג אשכול!

קאך_לעפל » פרייטאג יאנואר 11, 2019 8:53 am

· #421907
שבת אחים
קאך_לעפל
פיין! אומלעגאלע אימיגראַנטן אין לאנד איז ווירקליך פראבלעם.

דאן טיה א געפעליקייט פאר די מענטשהייט, און גיב פארן פרעזידענט די געלט וואס ער בעט, אז ער זאל קענען באשוצן דאס לאנד פון אומלעגאלע אימיגראַנטן, אויף א וועג וואס ער פארשטייט. און נישט ווי אזוי די פארשטייסט. ס'איז זיין פליכט, און בלויז זיין! הער אים אויף צו פייניגען, ווען די זעלבסט ווייסט אז ער איז גערעכט...קאפיש?

יא! און גלייך אים נישט צו צו היטלר'ן...

איך גלייך אים נישט צו צו היטלער- היטלער איז געוועהן אסאך קלוגער און מעהר כיטרע פון טראמפ. ער האט אריינגעכאפט אלע דייטשע בירגער אינטער זיין פארטיך.

טראמפ איז ״א אומגעלונגע היטלער״ ער קען ניטאמאל האלטן א נארמאלע רעדע. היטלער האט עלעקטערזירט די המון עם מיט זיינע רעדעס. ער איז סתם א בהמה וואס קומט זיך קוים אויס מיט זיינע אייגענע מענטשען...

ער איז די גרעסטע לוזער וואס איז נאר פארהאנען.

ראנג אשכול!

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 11, 2019 8:59 am

· #421908
דיין מאמע איז אין די ראנג אשכול...

ענטפער א קלארע תירוץ פארוואס ענק פייניקן 800,000 אומשולדיגע מענשטען!!!

דריי נישט קיין קאפ ווען דו האסט נישט וואס צוענטפערן.

האסט מיך געפרעגט פון ווי איך ווייס אז סאיז נישט קיין security issue נאר פשוטע ריינע אלטגעזעצענע ראסיזים האב איך דיר גענטפערט פון ווי איך ווייס דאס- ווייל די זעלבע מענטשען וואס ווילן די וואנט האבן זיך גענומען פייניקן 800,000 מענטשען וואס זענען נישט קיין קרימינאלן נאר פשוט ווייל זיי זענען נישט געבוירן אין אמעריקע. פון דא זעהט מען ווער ענק רעפובליקאנער זענען...

ראנג אשכול מיי פוט!

קאך_לעפל » פרייטאג יאנואר 11, 2019 9:03 am

· #421909

שבת, זעץ דיר אביסל...

ביטע מאך אויף די פאלגענדע אשכולות:

"טראמפ ערגער ווי היטלער"
"800,000 געפייניגטע קינדער דורך נאצי טראמפ"

און מיר וועלן עס אי''ה דארט דעבאטירן, בסדר?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יאנואר 11, 2019 10:38 am

· #421912
קאך_לעפל
שבת אחים
משוגענער-טראמפ... רשעותדיגע רעפובליקאנער... ריינע ראסיזים... א שאנדע און א בושה... רשעים... ממש א שאנדע... כקען עס נישט פארשטיין... ראסיסטיש און רשעותדיג... שרעקליך!!
ראנג אשכול!
לאו עכברא גנב, אלא חורא גנב.

אונטער חכם » מוצ"ש יאנואר 12, 2019 10:42 pm

· #421965
Re: אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד
שבת, אויב די וואנט גייט סייווי גארנישט העלפן, און די מעקסיקאנער וועלן ווייטער אריינקומען אומגעשטערט, דעמאלט פארוואס איז טראמפ א ראסיסט פארן וועלן טון זאכן וואס וועט קיינעם נישט שטערן?

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש יאנואר 12, 2019 10:44 pm

· #421966
אויב שיקן די אידן אין קרעמעטאריעמס וועט זיי סייווי נישט אויסראטן, דעמאלט פארוואס זענען נאציס ראסיסטן?

אונטער חכם » מוצ"ש יאנואר 12, 2019 10:49 pm

· #421967
Re: אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד
שבת אחים
אפשר קענסטו מיר ענטפערן אין קורצן וואס דיין משוגענער-טראמפ מיט זיינע רשעותדיגע רעפובליקאנער האבן געוואלט פון די 800,000 דאק״א קינדער? זיי זענען אויך טעראריסטן???

דא קענסטו זעהן אז סאיז ריינע ראסיזים. און א שאנדע און א בושה אז ענק אידן נעמען זיך אן פאר די רשעים! ממש א שאנדע! כקען עס נישט פארשטיין... אונז אידן וואס האבן זיך געוואלגערט איבעראל און מהאט אונז פון איבעראל ארויסגעווארפן זאלן זיין אזוי ראסיסטיש און רשעותדיג!!!

שרעקליך!!
איך וועל דיר מסביר זיין, די רעפובליקאנער האלטן אז אמעריקע האט א רעכט צו באשליסן וויפיל מענטשן עס זאלן אריינקומען אין לאנד, און אז עס איז א פראבלעם אויב מענטשן קומען אריין אומלעגאל, און ברענגען אריין זייערע קינדער אומלעגאל, ממילא אויב גיט מען רעכטן פאר קינדער וואס זייערע עלטערן האבן זיי אריינגעברענגט אומלעגאל, מאכט עס אז מער עלטערן זאלן זיך מאכן דעם חשבון אז עס לוינט זיך אריינצושיקן די קינדער קיין אמעריקע ווייל סוכ"ס וועלן זיי באקומען די רעכט דא צו בלייבן.

יעצט פארשטייסטו שוין?

קאך_לעפל » מיטוואך יאנואר 16, 2019 2:37 pm

· #422515
ס'איז ממש א שרעק וואס עס שפילט זיך דא אין אונזער אמעריטשקע.

די פארזיצרן פונעם נידעריגער לעגיסלאטיווען הויז די עקלהאפטע שקלאפטע פּעלאָסי לאזט נישט נאך מיט אירע פאלשטקייטן און ליבלעראלע רעטאריק און געמיינע שטיק.
זי פראבירט מיט אלע מיטלן צו באשולדיגען דעם פרעזידענט פאר די לענגסטע רעגירונג קורצשלוס אין די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן, אין דער צייט וואס בלויז אירע פארדארבענע עגאיסטישע מנעארן, און בלינדער האס צום פרעזידענט, שטרויכלען נאכאנאנד די פארהאנדלונגן.

אצינד האט דער שקלאפטע מיט דער גרעסטער מאס טראציקייט און ארגאנץ געשיקט א דעקרעט צו ווייסן הויז, מיט א פארלאנג אפצושטיפן די סטעיט אוו די יוניאן רעדע. א רעדע וואס דער פרעזידענט האלט טראדיציאל אפ אינעם לעגיסלאטיווען הויז יאנואר 29' למספ'.

די שקלאפטע פראבירט מיט יעדע מיטל וואס שטייט אין איר פאזיציע צו שטערן דעם ארדענונג אין לאנד, זי מאכט זיכער ארויפצוברענגן זינלאזע פארהאנדלונגן אינעם לעגיסלאטיווער הויז. איבער געזעצן וועלכע וועלן קיינמאל נישט דורכגיין. אלעס מיטן ציל צו פאלאזירן די רעגירונג, און צו שטערן דעם פרעזידענט אויסצופירן זיינע פליכטען.

ס'איז שוין העכסט צייט אז די מכשפה פּעלאָסי זאל אראפקריכן פונעם הויכער בוים אויף וועלכע זי איז מיט איר טיפשות ארויפגעקראכן, און אויפהערן מיט אירע געמיינע שטיקעס און שיגאנען. שענק פארן פרעזידענט זיין געלט פאר די וואנט, וועלכע די זעלבסט האסט אמאל פארלאנגט. און הער אויף צו צו פארדרייען א שמיטשיק מיט דיינע אנגעבליכע מאראלישע ווירדן אין וועלכע די זעלבסט גלייבסט א הויקער.

די אכט הונדערט טויזענט פעדעראלע ארבייטער זענען נישט מחיוב צו ליידן צוליב דיין פונסטערע האס צום פרעזידענט, און דיין פארזוך פאר נאציאנאלע אויפמערזאמקייט.

מיס. שלאנג פּעלאָסי... בעק אף....

אונטער חכם » מיטוואך יאנואר 16, 2019 3:21 pm

· #422522
Re: אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד
To set the record straight, פעלאוסי איז נישט די וואס לאזט נישט עפענען די גאווערמענט, עס איז טראמפ.

קלוגסטער פון אייראפע » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 2:42 pm

· #422740
📎 IMG-20190117-WA0050.jpg

זי האט געזאלט פליען באלד. אבער דער פרעזידענט האט איר געזאגט אז זי קען נישט נוצן א גאווערמענט געלט

קאך_לעפל » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 5:15 pm

· #422746
וואו איז מיטש מאַקאָנעל?
ס'איז קאמיש צו זען ווי די אנשויאונגען פון מענטשן פירן זיי צו וואנזיניגקייט.

די ליבעראלע סאציאליסטן אין וואשינגטאן האבן אצינד אנגעהויבן אויסצודרייען זייער זינלאזע באשולדיגן און גיפטיגע פיילן צום ריכטונג פונעם מאיאריטעט פירער פונעם העכערן הויז, מיטש מאַקאָנעל. זיי שרייען נאכאנאנד הייזעריגערהייט וואו איז מיטש מאַקאָנעל? וואו איז מיטש מאַקאָנעל?

אייגענטליך וואס ווילן די די ליבעראלע – סאציאליסטן פון מיטש מאַקאָנעל'ס לעבן האבן?

זייער גלייך: לויט די קאנסטיטוציע, האבן צוויי-דריטל פונעם סענאט די לעגאלע מאכט צו וועטאאירן דעם פרעזידענט. דאס באדייט אז אויב דער סענאט באשטעטיגט דעם בודזשעט, און ס'ווערט דערנאך גלייכצייטיג אויך באשטעטיגט דורכן נידריגן הויז, אבער ס'ווערט וועטאאירט דורכ'ן פרעזידענט, דאן קען צוויי דריטל פונעם סענאט צונישט מאכן דעם וועטא פונעם פרעזידענט, און דער בודזשעט גייט אריין אין געזעץ. דערפאר שרייען זיי נאכאנאנד וואו איז מיטש מאַקאָנעל?

קעלבער! מיטש מאַקאָנעל שטייט פעסט מיט'ן פרעזידענט, ער לאזט זיך נישט פארפירן פון די לעכערליכע ליבעראלע – סאציאליסטישע פראפאגאנדע. ער פארשטייט אויך אז איינמאל דער פרעזידענט ברעכט זיך צו די שקלאפטע פּעלאָסי וועט קיין גרעניץ זיכערהייטס קיינמאל נישט זיין. אפילו פּעלאָסי שווערט זיך אצינד ביי אלעם הייליגן אז זי איז אויסשליסליך יא פאר גרעניץ זיכערהייטס, ווייסט ער זייער גוט אז די ליבעראלע סאציאליסטן קען מען נישט געטרויען מיט קיין ווארט! זיי זענען אלע תלמידים און תלמידי תלמידים פון די גרעסטע ליגנערס פונעם יאר-הונדערט, ביל קלינטאן און באראק אבאמא. (ווי גוט האט יענער געזאגט: פרעזידענט טראמפ ווען ער זאגט ליגנט, מיינט מען אז ער זאגט אמת. פרוי קלינטאן ווען זי זאגט אמת, מיינט מען אז זי זאגט ליגנט). די רגע וואס דער פרעזידענט ברעכט זיך, און עפענט אויף די רעגירונג, טרינקט מען לחיים אין מעקסיקא און אין גואַטעמאַלאַ, און א פלייץ פון אומצאליגע אמיגאס וועלן פארפלייצן דעם דרום ברעג, ווייל קיין וואנט אדער גרעניץ-וואך וועט פילייכט נישט זיין. מיטש מאַקאָנעל פארשטייט דאס פילייכט זייער גוט.

וואו איז מיטש מאַקאָנעל? פרעגט נישט וואו ער איז! טוט צו די זאך, שענקט דעם פרעזידענט זיינע געפאדערטע געלטער אין וואס ער נויטיגט זיך אויסצופירן זיין פרעזידענטליכער פליכט. און די גאנצע סומאטאכע קומט צו אן ענדע. און אלס א זייטיגער ביינדל וועלן די ליבעראלע – סאציאליסטן אויך געניסן פון גרעניץ זיכערהייט און זיין באשיצט פון אומלעגאלע פארברעכער. לייגט ביטע אוועק די מאראלישע קניידלעך פאר אפיקומן...

קאך_לעפל » פרייטאג יאנואר 18, 2019 7:50 am

· #422791
פעדעראלע רעגירונג קורצשלוס:
די ליבעראלע מידיא, פראבירן מיט אלע זייער מעגליכקייטן צו מאלן א שווארץ בילד. זיי הערן נישט אויף צו פארטושן די מוחות פון די מענטשהייט אז דער רעגירונג קורצשלוס איז עפעס א וועלטס קאטאסראפע.

נעמליך, דער פאקט אז אכט הונדערט טויזענט מענטשן באקומען נישט זייער וועכנטליכע געהאלט איז ווירקליך א גראנדיעזע טראגעדיע (א טראגעדיע וואס שקלאפטע פּעלאָסי האט די מעגליכקייטן אפצושטעלן אין א אויגן בליק, ווען זי זאל נאר וועלן לייגן איר עגאאיסטישע אראגאנץ צייטווייליג אויף אפהאלט, און אריין שטעלן איר אנגעבליכע מאראלישע ווירדן אין שופלאד).

אין די ווירקליכקייט טוט דער רעגירונג קורצשלוס כמעט נישט עפעקטירן די אלגעמיינע אמעריקאנער באפעלקערונג, ווארום איטליכע שטאט פון די פאראייניגטע שטאטן, פארמאגט א זעלבסטשטענדיגע מוניציפאלע רעגירונג וואס פארפיגט אויף אלע אירע באדערפענישן.

דער רעגירונג קורצשלוס עפעקטירט מערסטייל בלויז די זיכערהייטס אגענטן אין די לופט-פעלדער, און די פארהאסטע פעדעראלע שטייער איינמאנער, און די עסן קארטן פאר די נויטבאדערפטיגע, (דאס קען עטווענטועל עטוואס עפעקטירן די אידישע באפעלקערונג אין די גאר נאנטע צוקונפט, אבער ב''ה מיר האבן משביע...), און די פעדעראלע יוריסדיקציע סיסטעם, און ווי אויך די פעדעראלע ים פאליציי...

די פעדעראלע רעגירונג קען זיין פארשלאסן פאר יארן לאנג, און ס'וועט גארנישט שטערן דעם רעגלמעסיגער לעבנסשטייגער פון די אמעריקאנער באפעלקערונג...

די ליבעראלע מידיא, ווי זייער שטייגער, מאכט בלויז אן א פוסטער שטורם ווינט אין א גלאז וואסער....

קאך_לעפל » זונטאג יאנואר 20, 2019 11:14 am

· #422901
אינטערעסאנט אז קיין איין מידיע קוואל האט נאך נישט ארויפגעברענגט די קאנספיראציע טעאריע וועלכע שטייט אונטער די הארטע-פארביסנקייט פון די מיליאנערסקע-שקלאפטע פּעלאָסי.

די דאזיגע שלעכטהארציגע פּעלאָסי גרייט זיך ווארשיינליך צו לויפן פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן אין יארע 2022' למספ'. דערפאר איז זי אויסן זיך אהערצושטעלן אלס א הארטע אומבויגזאמע פירערן וועלכע ברעכט זיך נישט פאר גארנישט אויף די וועלט ווען עס קומט צו אירע אנגעבליכע ווירדן. זי ווארפט אריין דאס גאנצע לאנד אין א כאאסישע צושטאנד, זי כאפט אוועק דאס ארימע ביסן פון די מיילער פון די נאנט צו א מיליאן פעדעראלע איינגעשטעלטע, בלויז צו זעטיגן איר מאכט-אמביציעס...

די שקלאפע וויל קעניגן אין לאנד, און מיר ליידן... א א טיפישע ליבלעראלע מאלפע...

חתן בחור » זונטאג יאנואר 20, 2019 11:53 am

· #422904
שווער צו גלייבן אז זי פלאנט צו לויפן פאר פרעזידענט. אפילו אויף Biden וואס איז נאך יונגער פון איר, זאגט מען אז טאמער געווינט ער וועט ער זיין דער עלצטען פרעזידענט. און זי איז שוין כמעט 80.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 9:02 am

· #423211
אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען, זענען די דעמקאראטן שוין מסכים צו באשטימען די פינף בילליאן דאללער פאר גרעניץ קאנטראל, אבער מ'זאל עס נישט נוצן צו בויען א וואנט...

בעיביס!!!

קאך_לעפל » דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 1:03 pm

· #423226
דער סטעיט אוו די יוניאן סומאטוכע:
דער באדייט:

די אמעריקאנע קאנסטעטוציע שרייבט פאר, אז דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן זאל יעדע אנהייב יאר אפהאלטן אזא סארט גענעראל פארזאמלונג, מיטצוטיילן פאר די מיטגלידער פון אלע דריי פראקציעס פון דער רעגירונג - די עקזעקוטיווע, די לעגיסלאטיווע, און די יוריסדיקצישע, זיין פאליטישער און עקאנאמישע וויזיע, און ווי אזוי ער פלאנירט צו רעגירן אינעם בעפארשטייענדן יאר! דער גענעראל פארזאמלונג דארף נישט אפגעהאלטן ווערן מונדליך, נאר עס קען אויך אפגעהאלטן ווערן שריפטליך. א מערקווירדיגער טייל פון די אמעריקאנער פרעזידענטן האבן דאס טאקע געגעבן שריפטליך. אבער אנגעהויבן פון פרעזידענט ווילסאן און ווייטער האבן אלע פרעזידענטן דאס אפגעהאלטן מונדליך. דער גענעראל פארזאמלונג ווערט טראדיציענאל אפגעהאלטן, אינעם גיגאנטישן זאל פונעם נידעריגער רעפרעזאנטן הויז, אינעם רעפרעזאנטן געביידע אין וואשינגטאן.

דורכאויס דעם גענעראל פארזאמלונג זענען אנוועזנד אלע פירער פונעם לאנד. די לעגיסלאטורן, און די העכסטע ריכטער פונעם אמעריקאנער געריכט, און נאך פילע פראמינענטע פיגורן, אפגעזען צו וועלכע פארטיי מ'געהערט. דער גענעראל פארזאמלונג דינט אלס איינע פון די גרעסטע מאניפעסטאציעס אין די פאראייניגטע שטאטן, א מאַניפעסטאציע צייגט דער שיינקייט פון די אמעריקאנע ווירדן, די דויערהאפטיקייט פון די קאנסטיטוציע, און דאס אינהאלטסרייכקייט פונעם אמעריקאנער קולטור. א ריכטיגער אמעריקאנער פאטריאט וועט קיינמאל אין לעבן נישט שפילן קיין פאליטיק מיט אזא שיינע און רייכע טראדיציע. אויסגעשלאסן איינע: דאס איז די אריסטאקראטישע רייכע סאן-פראנציסקא דאמע נענסי פּעלאָסי.

די סומאטוכע:
אין אנהייב יאַנואַר איז געלונגען פאר די ליבעראלן צו געווינען דאס מערהייט אינעם נידעריגן רעפרעזאנטן הויז. אין רעזולטאט איז פרוי פּעלאָסי עמטליך אריין דערוועלט געווארן אלס פארזעצערין פונעם נידעריגן רעפרעזאנטן הויז. גאר אן ערענפולער פאזיציע, וועלכע זי באזיצט שוין אייגענטליך צום דריטן מאל דורכאויס איר לאנגיעריגע פאליטישער קאַריערע. פרעזידענט טראמפ האט איר דאן אויסטערליש ווארעם באגריסט. איר שטול איז נאך נישט געווען פולקאם אנגעווארעמט, און דער גראנדיעזער האלצערנער האמער איז איז נאך נישט געשטאנען גוט אין אירע צארטע באבישע הענט, האט זי - ווי עס לויטעט די טראדיציע - שוין געשיקט אן איינלאדענונג צום פרעזידענט אפצוהאלטן דעם יערליכער גענעראל פארזאמלונג אינעם זאל פונעם נידעריגן רעפרעזאנטן הויז. דער פרעזידענט האט דאס זעלבסטפארשטענדליך אנגענומען.

ווי עס לויטעט דאס געזעץ, איז דער רעפרעזאנטן הויז פארפליכטעט אפשטימען א ספעציעלע רעזאלוציע, אז אלע רעפרעזאנטן זאלן זיין ערלויבט זיך צו פארזאמלען אין א געמיינזאמע סעסיע אויסצוהערן דעם רעדע פונעם פרעזידענט. די העפטיגע בעפארברייטונגען פארן אפשטימונג האבן זיך אט געזאלט אנהייבן. אבער מיטאמאל האט זיך פרוי פּעלאָסי געטוישט איר טיגער הויט, און בייזוויליג געשיקט א בריוו צום פרעזידענט, אז צוליב דער רעגירונג קורצשלוס איז זי עטוואס באזארגט פאר די זיכערהייט פונעם גענעראל פארזאמלונג, דערפאר ראט זי דעם פרעזידענט, אז דער גענעראל פארזאמלונג זאל צייטווייליג געלייגט ווערן אויף אפהאלט, אדער זאל עס אפגעהאלטן ווערן שריפטליך, ווי פארצייטנס...

די לייב גוואַרדיסטען פונעם פרעזידענט האבן באלד אפגעווארפן די אנגעבליכע זינלאזע זיכערהייטס פראבלעמען באהויפטונגען פון פרוי פּעלאָסי, און זיי האבן דייטליך קלארגעשטעלט אז פרוי פּעלאָסי לעבט אין באבישע אילוזיעס, און זיי זענען פולקאם אומשטאנד אויסצופירן זייערע פליכטן. "מיר האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט קיין שום זיכערהייטס מאסנאמען"! האט דער היים לאנד זיכערהייטס סעקרעטארשע דעקלערט. נאכמער האט זי קלארגעשטעלט: פרוי פּעלאָסי האט זיך קיינמאל נישט פארבינדן מיט מיר איבער דעם דאזיגער טאפיק. אין אנדערע ווערטער, פּעלאָסי האט זעלבסט באשאפן א זיכערהייטס פראבלעם, בלויז דורכצופירן אירע עגאאיסטישע אמביציעס. ווי עס שיינט איז דאס יא מאראליש אויסגעהאלטן...

דער קעגן-רעאקציע פונעם פרעזידענט האט נישט געשפעטיגט צו קומען:
אפגעזען פונעם ווייטאגליכער רעגירונג קורצשלוס, אפגעזען פון די אויסטערלישע פיין פון די נאנט צו א מיליאן פעדעראלע ארבייטער, וועלכע הונגערן ממש פאר א שטיקל ברויט. האט די רייכע פּעלאָסי אין די באגלייטונג איר קייזערליכער סוויטע, זיך געגרייט ארויסצולאזן אויף א דיפלאמאטישע פראפעגאנדע רייזע קיין אויסלאנד. פרוי פּעלאָסי האט פילייכט נישט געהאט דאן קיין אנדערע זארגן, ווי זיך צו גיין פאטאגראפירן מיט די מיליטערישע קאמאנדירן אין אפגאניסטאן פאר אירע פאליטישע מאטיווען... הארט פאר זי האט זיך געזאלט ארויסלאזן צום לופטפעלד מיט איר מאטארקאדע, האט זי מיטאמאל דערהאלטן א דרינגענדער באפעל פונעם קאמאנדיר אין טשיף. דער באפעל האט געלויטעט, אז צו זיין באדויערן קען דער פרעזידענט איר נישט אצינד שענקען קיין ערלויבעניש זיך צו באנוצן מיט א מיליטערישע פליגער פאר איר פראפעגאנדע און פאלטישע צוועקן. דער פרעזידענט האט איר איידל עקלערט: פרוי פּעלאָסי, מיר דארפן אייך קריטיש וויכטיג אין וואשינגטאן. דיין פאפראציע רייזע וועט מוזן ווארטן ביז דער רעגירונג קורצשלוס איז פאראיבער...

ווי ס'איז זעלבסטפארשטענליך, האט די שטאלצע פרוי פּעלאָסי געשוימט פאר כעס... זי האט אין א זינלאזע שריט באשולדיגט דעם קאמאנדיר אין טשיף מיטן איר אויסצושטעלן צו זיכערהייטס ריזיקעס...

דער ברוטאלע נקמה פון פרוי פּעלאָסי האט נישט געשפעטיגט צו קומען:
נעכטן אווענט האט דער פרעזידענט געשיקט א בריוו פאר פרוי פּעלאָסי, אז ער נעמט גערן אן איר איינלאדענונג צו קומען אפהאלטן דעם יערליכער גענעראל פארזאמלונג אינעם רעפרעזאנטן הויז. דער פרעזידענט האט מיט דעם דאזיגן שריט ווארשיינליך געוואלט מעסטן די וואסערן, און זיך געוואלט איבערצייגן ווי ווייט פרוי פּעלאָסי איז אומשטאנד צו גיין ווען זי איז אין א גוסטע צו טריצן. פרוי פּעלאָסי האט טאקע געוויזן פאר די אמעריקאנע באפעלקערונג, און פאר די גאנצע וועלט אויף וואס זי איז אלס ווירקליך אומשטאנד. זי האט געזאגט פארן פרעזידענט: איך וועל דיר צייגן ווער ס'איז ווירקליך באלעבאס אין אמעריקע... איך לאז דיר נישט קומען צום רעפרעזאנטן הויז אפצוהאלטן דיין טראדיציאנאלע גענעראל פארזאמלונג. א כפרה פאר די ווירדע פונעם קאנצעליי פונעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן! א כפרה אויף אלע אמעריקאנער טראדיציעס און ווירדן! א כפרה אויף אלעם! איך בין א העלדישע העלדין! און מיין מאכט איז ווירקליך גרעניצלאז...

ווען עמיצער שרייבט דאס ווען פון פאראויס, וואלט ער אן קיין צווייפל זאפארט אפגעפירט געווארן צום נענטסטען גייסטיש קראנקע אינסטאטוציע...

וואס פרוי פּעלאָסי פארזעהט ווארשיינליך איז ווי די פאלגענד:
אויב עס איז פארהאן צוויי באשעפענישן אויף די גאנצע וועלט וועמען איר ווילט נישט האבן אויף אייער שלעכטע זייט, איז דאס בלויז דער פרעזידענט פאר די פאראייניגטע שטאטן, און דאנאלד טראמפ! און ווען דאנאלד טראמפ זעלבסט איז דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, און איר האט אים פערזענליך מסדר געווען בלויז פאר פאליטישע און מאכט-הונגעריגע אורזאכן, געפינט איר זיך איינגענטליך אין א שטיקל סיטואציע... דאס איז בלויז מילד גערעדט...

דער פרעזידענט האט ווי א ריכטיגער אמעריקאנער שטאטסמאן איינגעשטימט אויסצואווארטן מיטן גענעראל פארזאמלונג ביז נאך די רעגירונג קורצשלוס. אפגעזען פון די פילע אלטערנאטיווע אויסוועגן וועלכע זענען געשטאנען צו זיין דיספאזיציע. דער פרעזידענט שעצט אמעריקאנע ווירדן און טראדיציעס, ער שעצט די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן, ער שעצט דעם אמעריקאנעם קולטור. ער טוט וואס עס איז ריכטיג... אפגעזען פון זיינע פערזענליכע אנגעווייטאגטע געפילן אויף פרוי פּעלאָסי, דאס מיינט אבער נישט אז ער וועט איר אמאל פארגעבן... אייגענטליך קען מען עטוואס שוינען די צארטע דאמע...

דאקעגן פרוי פּעלאָסי שטעלט זיך ארויס ווי ערשט-קלאסישע ליגנער און פליפ-פלאפער, א לופטיגע פרוי אנגעפולט מיט עגאאיסטישקייט און אראגאנץ. א קורצזיכטיגער און אויבערפלעכליכער פאליטיקער, וואס דינט בלויז די ראדיקאלע ליבלעראלע באוועגונג אין לאנד (זעלבספארשטענליך נישט לשם וואוילטעטיגקייט).
וואס דארף מען נאך מער ווי דאס וואס איר אייגענער טאכטער, איר בלוט און פלייש, האט געזאגט אויף איר אייגענע מוטער: מיין מוטער וועט אפהאקן דעם קאפ פון אירע פיינט, אן דעם וואס זיי וועלן וויסן אז זיי זענען קאפלאז (עלובה עיסה שהנחתום מעיד עליה שהיא רעה).

פרוי פּעלאָסי וועט געדענקט ווערן מיט אויסטערלישע שאנדע, פא'רן גרינגשעצן אין די אמעריקאנע טראדיציעס און ווירדן פאר איר אייגענע עגאאיסטישע אינטערעסן... זי איז גארנישט קיין געווינער, זי איז דער גרעסטער פארלירער...

גראף » דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 2:34 pm

· #423239
יא יא זי איז א .... און ער איז א א שטאטמאן.... האהאהאהאהא!!!!!
גראדע האלט איך אז ער איז גערעכט (דאסמאל). נאר פארגעסט נישט וואו אזוי זיינע גראבע און ווילדע אויסברויכן קעגן זיינע פאליטישע קעגנער האבן אויס געזעהן.
אביסל פילט ער וואס ס'קומט עם.

קאך_לעפל » דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 2:59 pm

· #423240
איך רעד בלויז פון די איצטיגע סיטואציע. אין אלגעמיין זענען ביידע זיך ווערט דאס געלט.

קאך_לעפל » דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 3:24 pm

· #423242
א בראך אויף קלאמבעס: דער ביל פון מיטש מאַקאָנעל איז אצינד דורכגעפאלן. דער סענאט שטימט אצינד אויפן ביל פון שומער...

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 5:29 pm

· #423257
איך דענק אז ווען קאך_לעפל איז געווען א קליין קינד, האט זיין מאמע אים נישט געלאזט נוצן די ווארט ׳ווירקליך׳.

#צוריק_צום_נושא

קאך_לעפל » פרייטאג יאנואר 25, 2019 11:31 am

· #423314
ליטוואק פון בודאפעסט
איך דענק אז ווען קאך_לעפל איז געווען א קליין קינד, האט זיין מאמע אים נישט געלאזט נוצן די ווארט ׳ווירקליך׳.

#צוריק_צום_נושא

בבחינת נופחי נפיחות ינפחו בקול...

#צוריק_צום_נושא

אישתישבי » פרייטאג יאנואר 25, 2019 12:27 pm

· #423317
קאך און ליטוואק
וועלכע צוויי אויסגאבעס האבן מיר די זכיה צו זעהן אין דעבאטע דא אויף קאווע?

אונטער חכם » זונטאג יאנואר 27, 2019 6:31 pm

· #423394
נו , קאך לעפל, איך מיין אז נאר דיין גאלדענע פעדער וועט קענען באנפחנען ווי עס דארף צו זיין דעם לוזער פונעם יאר הונדערט, פרעזידענט דאנעלד דזשעי טראמפ ירום הודו

#טייערד אף ווינינג.

אונטער חכם » זונטאג יאנואר 27, 2019 6:31 pm

· #423395
.
בלאט: 1 2