די ליבעראלע מידיא אין קאמף מיט'ן גלייכזינען:
דאס לאנד האט זיך דערקייקלט צו אזא נידעריגע שטופע, אזש דאס מוח ווערט גאר געליימט. עס איז ממש אומגלויבליך ווי ווייט די ליבעראלע מידיא פירט דאס אמעריקאנער פאלק קטנ'ען.
שקלאפטע פּעלאָסי מיט אירע קאלעגעס די איינזייטיגע פארפירערישע ליבעראלע מידיע, זענען אויסן אז דאס פאלק זאל נישט וויסן דעם אמת. זיי ווילן נישט אז דאס פאלק זאל הערן פונעם פרעזידענט זעלבסט. זיי זענען אויסן אז די נייעס זאל געפיטערט ווערן צום פאלק אויסשליסליך דורך זיי, אפגעזען פונעם פאקט אז די נייעס ווערט פארדרייט און אונטערגעשלאגן מיט זייערע נידריגע סאציאלע אנשויאונגען. ווען די סאציאליסטן וואלטן ווען געהאט די מעגליכקייט, וואלטן זיי ווען אויסגעריסן טוויטער מיטן ווארצל. דער פאקט אז דער פרעזידענט רעדט דירעקט צום פאלק און קרויזט סוקסעספול אויס די סאציאליסטישע פראפעגאנדע מידיע, טרייבן די האלבע קאמוניסטן און גאנצע סאציאליסטן צום משוגעת. דער פרעזידענט מאכט זיכער אז זיינע זענדונגען קומען אן דירעקט צום פאלק, אן די זויער-שימל פון די סאציאליסטע מידיא.
ביי א געמיינזאמע זיצונג אינעם ווייסן הויז צווישן דעם פרעזידעט מיט שקלאפטע פּעלאָסי מיט איר קאלעגע דער קברים היטער-אפשטאמיגער טשוואק שומער, האט מען באשיינפערליך געזען ווי די שקלאפטע פּעלאָסי וויל נישט אז די מידיא זאל מיטהאלטן אירע לעכערליכע אַרגומענטן וועלכע זי פראבירט אומסוקסעספול צו פיטערן דעם פרעזידענט. ס'ארא היפאקריט... וואס טוט זיך מיט די פרייהייט פון די פרעסע? וואס טוט זיך מיט די מערסט-באליבסטע אַרגומענט פון די מידיא: דאס פאלק האט די רעכט צו וויסן? שקלאפטע פּעלאָסי, פארוואס האסטו נישט געוואלט אז דאס פאלק זאל מיטהאלטן דיינע זינלאזע פארפירערישע אַרגומענטן? איז דאס פילייכט פארבינדן מיט דיין גרויסהאלטערישע צוריקווייזן פארן פרעזידענט זיין קאנסטיטוציאלע פליכט אפצוגעבן זיין סטעיט אוו די יוניאן? שקלאפטע פּעלאָסי! דו פארכסט דיך אז דער פרעזידענט רעדט דירעקט צום פאלק?
דער פרעזידענט איז גוט פאררוקט אין קאפ אז ער פראבירט צו אַרגומענטן מיט אזעלכע פאסקודניאקן און היפאקריטן ווי שקלאפטע פּעלאָסי. פון אזא שלעכטע קערל דארף מען זיך דערווייטערן מיט אפשיי. דער פרעזידענט זאל אויסנוצן זיין עקזעקוטיווער מאכט ווי ווייט ער האט די מעגליכקייט. ווען אונזערע ערפינדונג טאטעס האבן אונז אויסגעשטעלט א דריי-פאכיגער באלאנסירטע רעגירונג האבן זיי ווארשיינליך גערעדט ווען די רעגירונג איז צוזאמען געשטעלט פון רעכטדענקיגע באשעפענישן. נארמאלע רעפובליקאנער און נארמאלע דעמאקראטען. אבער ווען ס'האנדלט זיך פון אזא שקלאפטע ווי פּעלאָסי, דארף מען ליידער וואס מער אויסמיידן די לעגיסלאטיווע פליגל.
דאס איז אפגעזען פונעם מיינונג פון איינע פון די בריליאנטסטע לעגאלע דענקער פון אונזער פלאנעט, דער אדוואקאט עלען דערשאוויץ, וועלכער איז אייגענטליך א ליבעראלער, וואס שרייט נאכאנאנד אז מ'דארף זאפארט איינצוימען דעם מאכט פונעם לעגיסלאטיווע פליגל, הויפטזעכליך ווען עס קומט צו שאפן דעם רעגירונגס בודזשעט. אדוואקאט דערשאוויץ איז ביי די מיינונג, אז דאס וואס די לעגיסלאטיווע פליגל האט די מאכט איבער'ן רעגירונג'ס בודזשעט, שטערט גאר דעם קאמאנדיר אין טשיף פון אויסצופירן זיינע פליכטן פאר'ן אמעריקאנעם פאלק! וואס דארפן מיר מער באווייז ווען מיר האלטן מיט וואס עס פאסירט אקארשט...