ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס
72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12798
ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס
דאס יהדות החרדית און נעוו יארק איז נאך היפש צוטרייסעלט פון די ביטערע בשורה פין די פלוצינגדיגע פטירה פון ר' פרחיה זלע"ה.
ר' פרחיה האט ווי באקאנט געלעבט א מיסטריעזע לעבן, אין אסאך יודן האבען עם דעריבער נישט געקאנט אזוי גיט, אייגענטליך כמעט קיינער האט אים נישט ארויסגעהאט, פארדעם איז שווער צו באשרייבען געהעריג זיין תולדות.
כ'וויל דא בעטען דעם עולם מ'זאל צאמקלייבען ווער ס'ווייסט עובדות אין אנעקדאטען נאך דעם גברא רבא וועלכע האט זיך אזוי פריצייטיג געזעגענט פון אונז, נאכדעם וואס ער האט זוכה געוועזען אז שמעתתיה מיבדדרין בבי מדרשא, דא קאווע שטיבעל איז געווען א שטיקעל אכסניא של תורה ווען דרעוילעם האט נושא ונותן געווען אין זיינע דברי חכמה שנאמרו בהשכל ובדעת ובתמהון לבב.
כמובן מזאל נאר דערציילען אמת'ע מעשיות, אזוי ווי ר' פרחיה זלע"ה איז געוועזן א איש אמת וועט ער זיכער וועלען מ'זאל דערציילען נאר אמת'ע מעשיות נאר אזוי ווי מ'קען דאך נישט אלעס פעסטשטעלען, בעטען מיר ס'זאל עכ"פ פעסען די באקאנטע ליטמעס טעסט פאר סיפורי צדיקים, אז אויב ס'וואלט געקענט זיין אמת דעמאלץ איז עס זיכער אמת.
מיר וועלען אנהייבען מיט די שמועות וואס דרייען זיך ארום איבער זיין פטירה, מ'זאגט אז שוין לאנגע יארען וואס ער רעדט וועגען זיין טויט, אין ער טענה'ט אז ער האט זיך קיינמאל נישט געשראקען פון שטארבען. ווען איינער האט עם געפרעגט צו ער האט נישט מורה פון די עונשים אוףי יענע וועלט האט ער געגעבען א זאג, "די רגע מ'קומט ארויף אויף יענע וועלט באגעגענט מען זיך מיט א גרויסע סיין 'color war'!"
א אנדערע מאל האט ער געזאגט אז ער זאגט יעדע צופרי יענע לשם יחוד וואס איז מבטל אלע דיבור מחשבה ומעשה וואס מ'טוהט נאר במשך די טאג וואס איז נישט צי די ווילען פון ג-ט ברוך הוא, במילא זאל מען עם אריינווארפען אזא לשם יחוד'ל אין קבר אריין אין ווען ער וועט קומען אויפ'ן עולם האמת וועט ער דאס צייגען און דעס וועט מאכן נאלל אלע זיינע חטאים.
מ'בעהט די עולם ווער ס'קען צוגעבען, ר' פרחיה זלע"ה אידאך געווען א באקאנטע מענטש ער האט זיך געדרייט איבעראל, ער איז געווען א גרויסע שמועסער אין ס'דא אסאך מאמרים פון עם וואס דרייען זיך אין גאס, אשר על כן וועט זיין א גרויסע ענין מ'זאל נאכדערציילען אלץ וואס מ'האט געהערט, אין אפשר וועט מען קענען צאמקלייבען עפעס צי דרוקען.
אגב, ס'דרייען זיך ארום קלאנגען אז ר' פרחיה זלע"ה האט איבערגעלאזט א גאנצע בינטעל חידושים אין אלע מקצועות הויה אין ס'איז פארשווינדען געווארען ביי די שמונה. אויב איינער ווייסט עפעס פרטים ביטע זיך מעלדען צי די מורישים.
What are you smoking, my friend?
א פיינע סערווינג פון חמין במוצ"ש און ס'געווארן אן ופרח לו איש האמת אין זיבעטן הימעל אריין...
שמעון וואלףWhat are you smoking, my friend?
אז כ'על דיר זאגען עסטו וויסן?
ער האט אמאל זוך אויסגעדריקט אזוי,
זאל מען מיך ליברשט פיינט האבן פאר ווער איך בין, ווי איידער מיך ליב האבן פאר ווער איך בין נישט.
כהאב עס אליינס געהערט פון איינער וואס קען זיין נעפיו
זיעוכי זאל ער איינרייסען אויבן פאר אונז.
שארף ווארט ר' נולד!
פראביר ארויסצודערווישען נאך זאכען פון יענע נעפיו
ווער ס'האט נישט געזעהן ווי ער ווארפט זיך איבער די קאפ מיט'ן טלית ביים זאגן והלא מי רגלים יפין לה, וועט נישט פארשטיין וואס מ'האמיר פארלוירן.
דאס בעסטע און שענסטע נעמט מען פון אונז.
די דינסט אין שטוב פלעג תמיד עדות זאגען אז נאך פאר די צוויי יאר איז פרחי'עלע געווען אזא זריז אז אזוי ווי מ'האט נאר אנגערירט דאס זיידענעם פעמפער'ל, תומ"י איז געווען א בחינה פון אשפישטיתא דפרחי' אויף אלע זייטען אזש ער האט געשפריצט אויף אלע זייטן א יפוצו ממש ולא עבר חצי היום והעבירו משם תילי תילי ווייפס וואס איז געווען גענוג צו באגראבן די גאנצע וועג פון סיגוט ביז ביטשקוב בלי שום גוזמא כלל וכלל...
ר' פרחיה איז אמאל געגאנגען אויף די גאס אין ער האט עוסק געווען אין א שווערע רמב"ם וואס זיין גאנצע קאפ איז געלעגען דערינען. אינמיטען האט ער געוואלט נאכקוקען די לשון פון די רמבם אבער אזוי ווי ס'איז געווען אינמיטען די גאס, אין קיין בעסמעדרעש איז נישט געווען האט ער ארויסגענימען די סמארטפאון אין אריינגעלייגט אין גוגעל מורה נבוכים חלק פלוני פרק אלמוני און האט אנגעהויבען לייענען.
אינמיטען לייענען האט ר' פרחיה געווען אזוי אריינגעטוהן אז ער האט אריינגעקראכט אין א בוים און ער איז אראפגעפאלען. אלע מענטשען זענען געקימען צולויפען און געהאלפען עם אויפהייבען. ווען ר' פרחיה איז געקומען צו זיך האט ער געזאגט, "שוין גארנישט אזוי סמארט!"
ווען ער איז אהיימגעקומען האט ער זיך אריינגעלייגט אין דעוועלאפען א עפפ וואס קען דעטעקטען א בוים און ס'שיקט תיכף ארויס א ווארענונג אזוי ווי יענע מיני פארפלייצונג ווארענונגען, וואס דריזעלט זייער שטארק.
זלע"ה.
שמעון וואלףווער ס'האט נישט געזעהן ווי ער ווארפט זיך איבער די קאפ מיט'ן טלית ביים זאגן והלא מי רגלים יפין לה, וועט נישט פארשטיין וואס מ'האמיר פארלוירן.
דאס בעסטע און שענסטע נעמט מען פון אונז.
איר מישט אויס. דאס איז א מילקשעיקע מנהג
זייטס נישט מטיל דופי אין ר' פרחיה זלע"ה
גדליהשמעון וואלףווער ס'האט נישט געזעהן ווי ער ווארפט זיך איבער די קאפ מיט'ן טלית ביים זאגן והלא מי רגלים יפין לה, וועט נישט פארשטיין וואס מ'האמיר פארלוירן.
דאס בעסטע און שענסטע נעמט מען פון אונז.
איר מישט אויס. דאס איז א מילקשעיקע מנהג
זייטס נישט מטיל דופי אין ר' פרחיה זלע"ה
בעיני ראיתי ווי ער ווארפט זיך זייער שטארק ביי מי רגלים יפין לה
מ'דארף מוחה זיין אז שועלים המחבלים את הכרמים האבן זיך אהער אריינגעכאפט און טרייבן ליצנות ווען ממש מתו מוטל לפניו. גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם ומובטחני אז פונקט ווי ר' פרחיה האט זיך געמאכט כאסקופה הנדרסת בחייו און מקיים געווען ונפשי כעפר לכל תהיה בכל נימי נפשו איז זיכער אז ער איז אויך נישט מקפיד ווען ער איז אויבן און נהנה מזיו השכינה.
מיר האבן געהאט דער זכיה צו זיין ביים לויה ווען ממש רבבות אנשים נשים וטף האבן זיך איינגעזאמלט אין די פריע שעות און כאטש ס'איז געווען חושך על פני תהום האט מען איינגאהאלטן אלע גדרי הצניעות ולא קרב זה אל זה כל הלילה. די נשים זענען געשטאנען ביים זייט אין א ווינקל בשעת די מענער האבן אפגעשטעלט אלע טראפיק.
א רייע מספידים האבן מדגיש געווען דעם נפטר'ס מדת הפשטנות. מען האט מעיד געווען אז טראץ זיין גדלות בפרט בנסתר האט ער געהאט א בלויער און נישט א ברוינער טלית בארטל. איינער האט דערציילט אז ווען זיינע מעריצים האבן אים געוואלט קויפן אן עטרה פארן חלק אחוריים וואס האט געקאסט א הון תועפות מחמת דער לענג האט ר' פרחיה בשום אופן נישט געוואלט מקבל זיין. בדמעות שליש איבער א קראכנדיגן מייק וואס האט געפיפן יעדער מאל דער מספיד האט ווידער אויסגעבראכן אין געוויין האט מען דערמאנט די עבודה וואס ר' פרחיה האט אמאל אראפגעלייגט ביי א מנחה אויף א 747. די פאסאזירן האבן געמיינט אז ס'איז טורביולאנץ אבער די צייטונגן האבן איבערגעגעבן אז דער פילאט האט נאכדעם דערציילט אז ער פארשטייט נישט וואס האט פאסירט און אז אין פופציג יאר פון פליען האט ער נאך קיינמאל אזוינס נישט בייגעלעבט. ווי יונה אויפן שיף האט מען געוואלט ר' פרחיה אראפשטעלן ווען ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז ער אנטלויפט קיין ליזענסק נאך מען האט אים געהייסן מן השמים פארן קיין תל-אביב אנצוווארענען די ציונים ימ"ש. דער פילאט איז גאר געווארן א בעל תשובה נאך דער מעשה.
ר' קטלא גם בתוך הבאים און אויך אונז האט מען געבעטן זאגן א פאר ווערטער. נאך מסרב זיין און זיך פרואוון אויסצודרייען אז מיר האבן זיך נישט געגרייט און טרחא דציבורא און במקום גדולים אל תעמוד תרתי משמע סיי דער נספד און סיי די אנדערע מספידים האבן מיר מסכים געווען בתנאי אז ס'מעג זיין גאר בקיצור. מיר האבן דערמאנט די
מעשה רב בביהמ"ד של גוים כשחל שב"ק ביום ג' כמובא בסדר עולם ופרץ שם מהומה בעת שיר של יום כשצד אחד צעק צדיק כתמר יפרח וצד שני זעקו לעומתם לא ידעו ולא יבינו בחשכה יתהלכו ונכנסו גוים בהיכל והוכו כל השמנים בכריסם ובשאר מקומות ור' פרחיה העמוד צלותהון דישראל מפלל ומעתיר בעד עמו. ואותו מנין של ותיקין היה שכידוע התפלל ר' פרחיה כל ימיו עם נץ החמה ועזבו הגוים את בית הכנסת לאחר שר' פרחיה צעק בכל כוחו כי אתה תנחל בכל הגוים ונפל עליהם פחד ורעדה וינוסו מן המקום. ויקונן ר' פרחיה וישא משלו ויאמר, נצחו ערלים את הותיקין.
און אזוי ארום האבן מיר אויסגעפירט ער זאל זיין א מליץ יושר און בלע המות לנצח און דער עולם האט אזוי געלאכט אז מ'האט זיך ביי אונז געבעטן ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן.
דער עולם לאכט אזוי, אז ומחה ד' דמעה איז כפשוטו ממש
Re: ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס
ר' פרחיה איז געווען פון די גרעסטע קעפ אין שטאט, ער פלעגט דאווענען ותיקין יעדן טאג ביי חצות היום נאכן זיך מכין זיין אפאר שעה כמבואר בשו"ע, זיין התלהבות ביי ומותר האדם מן הבהמה איז געווען עפעס שלא מעלמא הדין'דיג, זיין מנהג איז געווען זיך צו אויסשפרייטן אויף דער ערד ווי א בהמה און ער פלעגט קלאפן מיטן לינקע האנט אויף די מקום הזנב צייגנדיג פאר אלע אז ער איז נישט פון יענע סארט באשעפענישן, צולייגנדיג אז ער איז נאך א גרעסערע מדרגה ווי אן עולה תמימה.
זיין מידות טובות איז געווען להפליא, ווען ער פלעגט גיין הכנות האט ער שטענדיג מיטגענומען צוויי גלאז וואסער, אזוי אז טאמער גיסט זיך איינס בטעות אויס ביים טראפקעווען פאר עצירות, זאל דאס הייליג וואסער אריינרינען צום שכן אז ער זאל עס קענען נוצן לקינוח.
ביים שבת סעודה פלעגט ער זיך צעפייערן ביי די ווערטער 'יחבק לה בעלה' און מיט אזא תנועה'לע נעימה צוגעלייגט' וביסודא דילה' בשעת זיין אויגן האבן נישט אוועקגעקוקט פונעם אשת חיל.
ס'קומט פאר גרויסע auction אויף פילע כתבי ידות וואס איז געפונען געווארען, לכאו' מחמת ענוותנותו האט ער באלד נאכ'ן שרייבן געלייגט און שמות, און א אנטיק קאלעקטער האט געלייגט א יד דערויף, אדער גאר האט סתם א גנב געלייגט א יד?? זאלען די יורשים זען וואס שנעללער צו לייגן אן עיקול... אדער דין תורה...ווייל וואס א שעה פליהט די פרייז ארויף...
<a class="postlink" href="https://www.kedem-auctions.com/">https://www.kedem-auctions.com/</a>
Re: ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס
ר' פרחיה זללה"ה פלעגט האלטן צוויי טאג שבת און יו"כ מיום עמדו על דעתו הקלושה (כלשונו), ווען איך האב אים אמאל אנגעפרעגט פשט דערין האט ער באלד ארויפגעצויגן זיין זיסער בא'חנ'טער שמייכל און גענומען דרייען דעם פינגער, זאגענדיג דערביי אז אזוי ווי אין יאפאן אידעך א ספק לויט כמה פוסקים וועלכע טאג עס איז, און מיר ווייסן דאך אז בא סנחריב ובלבל את האומות קומט דאך אויס אז זינט דאן איז איבעראל א ספק יאפאן ממילא מוז מען עפ"י הלכה האלטן צוויי טאג.
Re: ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס
ר' פרחיה זללה"ה פלעגט משמש זיין ברבנית יעדעס מאל ס'אים איינגעפאלן א קישוי עצומה, נאך געציילטע מינוטן פלעגט ער זאגן מיט זיין באקאנטע צחות לשונו, אז ס'נישט דא מער קיין קושי' ברויך מען נישט קיין תירוצים.
גדליהשארף ווארט ר' נולד!
פראביר ארויסצודערווישען נאך זאכען פון יענע נעפיו
גדליה: ס'אהרט מיך נישט ווען ער רייסט איין דא אונטן, אויכעט...!
גדליהדאס יהדות החרדית און נעוו יארק איז נאך היפש צוטרייסעלט פון די ביטערע בשורה פין די פלוצינגדיגע פטירה פון ר' פרחיה זלע"ה.
ר' פרחיה האט ווי באקאנט געלעבט א מיסטריעזע לעבן, אין אסאך יודן האבען עם דעריבער נישט געקאנט אזוי גיט, אייגענטליך כמעט קיינער האט אים נישט ארויסגעהאט, פארדעם איז שווער צו באשרייבען געהעריג זיין תולדות.
כ'וויל דא בעטען דעם עולם מ'זאל צאמקלייבען ווער ס'ווייסט עובדות אין אנעקדאטען נאך דעם גברא רבא וועלכע האט זיך אזוי פריצייטיג געזעגענט פון אונז, נאכדעם וואס ער האט זוכה געוועזען אז שמעתתיה מיבדדרין בבי מדרשא, דא קאווע שטיבעל איז געווען א שטיקעל אכסניא של תורה ווען דרעוילעם האט נושא ונותן געווען אין זיינע דברי חכמה שנאמרו בהשכל ובדעת ובתמהון לבב.
כמובן מזאל נאר דערציילען אמת'ע מעשיות, אזוי ווי ר' פרחיה זלע"ה איז געוועזן א איש אמת וועט ער זיכער וועלען מ'זאל דערציילען נאר אמת'ע מעשיות נאר אזוי ווי מ'קען דאך נישט אלעס פעסטשטעלען, בעטען מיר ס'זאל עכ"פ פעסען די באקאנטע ליטמעס טעסט פאר סיפורי צדיקים, אז אויב ס'וואלט געקענט זיין אמת דעמאלץ איז עס זיכער אמת.
מיר וועלען אנהייבען מיט די שמועות וואס דרייען זיך ארום איבער זיין פטירה, מ'זאגט אז שוין לאנגע יארען וואס ער רעדט וועגען זיין טויט, אין ער טענה'ט אז ער האט זיך קיינמאל נישט געשראקען פון שטארבען. ווען איינער האט עם געפרעגט צו ער האט נישט מורה פון די עונשים אוףי יענע וועלט האט ער געגעבען א זאג, "די רגע מ'קומט ארויף אויף יענע וועלט באגעגענט מען זיך מיט א גרויסע סיין 'color war'!"
א אנדערע מאל האט ער געזאגט אז ער זאגט יעדע צופרי יענע לשם יחוד וואס איז מבטל אלע דיבור מחשבה ומעשה וואס מ'טוהט נאר במשך די טאג וואס איז נישט צי די ווילען פון ג-ט ברוך הוא, במילא זאל מען עם אריינווארפען אזא לשם יחוד'ל אין קבר אריין אין ווען ער וועט קומען אויפ'ן עולם האמת וועט ער דאס צייגען און דעס וועט מאכן נאלל אלע זיינע חטאים.
מ'בעהט די עולם ווער ס'קען צוגעבען, ר' פרחיה זלע"ה אידאך געווען א באקאנטע מענטש ער האט זיך געדרייט איבעראל, ער איז געווען א גרויסע שמועסער אין ס'דא אסאך מאמרים פון עם וואס דרייען זיך אין גאס, אשר על כן וועט זיין א גרויסע ענין מ'זאל נאכדערציילען אלץ וואס מ'האט געהערט, אין אפשר וועט מען קענען צאמקלייבען עפעס צי דרוקען.
אגב, ס'דרייען זיך ארום קלאנגען אז ר' פרחיה זלע"ה האט איבערגעלאזט א גאנצע בינטעל חידושים אין אלע מקצועות הויה אין ס'איז פארשווינדען געווארען ביי די שמונה. אויב איינער ווייסט עפעס פרטים ביטע זיך מעלדען צי די מורישים.
טייערע עסקנים, סדרנים! קינדערגארטן: דער רבי איז ארויס פון קלאס! ביטע מען דארף ווי שנעלער א גוט'ן דאקטער פאר דעם צורידערטער, נישט דער ערשטער מאל וואס דער גיסט אויס דא זיין קיטון של שופכין, ביטע נעמט קער פון איםגדליהווען איינער האט עם געפרעגט צו ער האט נישט מורה פון די עונשים אוףי יענע וועלט האט ער געגעבען א זאג, "די רגע מ'קומט ארויף אויף יענע וועלט באגעגענט מען זיך מיט א גרויסע סיין 'color war'!"
ס'גייט שוין אן
אפאר יאר.
@דאכצעכמער
קיתון קומט מיט א ת'
ר׳ @קטלא קניא
א גרויסן שכויעך פאר די ווארעמע דיבורים, כ׳האב אייך געזעהן ביי די לויה און געוואלט צוגיין, אפשר אפילו מאכען א סעלפי (כ׳בין א פען אייערערס, ווי מ׳רופט עס - מיט א פתח העכער די פא אויף אייער יידישיסטישע גרעמער). נאר כ׳האב געטראכט אז ס׳פאסט נישט אינמיטען א לויה. שפעטער האבעך געהערט אויסרופען אז ר׳ פרחיה האט געבעטען מ׳זאל כאפען וואס מער סעלפיס ביי זיין לויה ווייל ס׳איז א טובה פאר די נשמה (פון די בעל הסעלפי) אבער ביז דעמאלטס ביסטו שוין אוועקגעגאנגען.
אגב ר׳ קטלא וואסי פשט אז מ׳האט באערדיגט ר׳ פרחיה׳ן ביים גדר פון בית החיים? על פי צוואתו צי וואס?
דאך ידוע ער'ז אלץ געווען א פורץ גדר..
ונבנתה העירגדליהווען איינער האט עם געפרעגט צו ער האט נישט מורה פון די עונשים אוףי יענע וועלט האט ער געגעבען א זאג, "די רגע מ'קומט ארויף אויף יענע וועלט באגעגענט מען זיך מיט א גרויסע סיין 'color war'!"
ס'גייט שוין אן
אפאר יאר.
יישר כחכם, ר׳ פרחיה זלע״ה וואלט געווען שטאלץ פון אזאלעכע דיבורים.
אגב ר׳ ונבנתה, איהר האט דאך געהאט א שטיקעל שייכות מיט ר׳ פרחיה, אפשר קענט איר אויפטרעטען אין דערציילען אביסעל וועגען דעם אדם גדול, ווי אזוי איר האט זיך באקענט מיט איהם וכו׳.
יין שרףדאך ידוע ער'ז אלץ געווען א פורץ גדר..
דערמאנסט מיך ווי ר׳ פרחיה פלעגט אלץ טייטשען
פרח פורץ גדר ואין מוחין בידו,
א קליין עקשנות׳דיג בלומעלע קען דורכברעכען א ריזיגע מויער פון גרויע שטאל אין ציגעל
זיינע חסידים פלעגען זאגען, פרח כשושנה, און די מתנגדים פרח תפרח הצרעת, אז ר' פרחי' איז א שטיק צרעת.
שר וגדול נפל בישראל! הוי מי יתן לנו תמורתו!
איך האב געהאט די זכיה זיך צו דרייען ביים גרויסן נפטר זצוק"ל, נאך אין די גוטע יארן איידער די סטראוק ל"ע, ווען דער קדוש וטהור רבן פרחיה האט נאך געפייערט מיט זיינע קאצקע-סטיל דיבורים, בהלו נרו עלי ראשי. אין די זעלבע צייטן וואס געוויסע האבן אפגעלאכט אדער אוועקגעמאכט דעם גרויסן צדיק, האב איך ב"ה זוכה געווען צו שעפן פון אים מלוא חפניים גדלות ומעיינות החכמה, אזש בבחינת אלישע שנטל פי שניים איז מיר אנטפלעקט געווארן פון הימל גרויסע אורות איבער געוויסע הבחנות וואס מרן רבינו זי"ע האט מחדש געווען, ווי איר קענט זיך אליינס איבערצייגן ביי די געציילטע ביישפילן ווי
שבת וואס איז אויסגעפאלן אום דינסטאג, און די
ניינטע טאג חנוכה.
ועתה אהה על נפשנו! מיר האבן פארלוירן אונזער גייסטרייכער אוצר וואס האט אנפלעקט רזי התורה וחכמה נסתרה, א פארצייטישע דמות דיוקן פון א צדיק תמים געמישט מיט הימלישע חכמה און פקחות, וואס האט דערהויבן דעם גאנצן אטמאספערע פון אידן אין שול ביז אידן אין קאווע שטיבל וואס זענען נתעלה געווארן דורך זיינע הייליגע רייד.
ולא חס קוב"ה על עדרי צאן, און רבינו הכ"מ איז נסתלק געווארן אין בליענדן יוגענד ווען ער האט נאך געהאט אזויפיל אויפצוטון און משמיע זיין הגיגיו וחכמתו חכמת אלוקות פארן המון עם. אוי, שבר על שבר הושברנו!
אבער ב"ה שלא השבית לנו גואל, און דער רבי זי"ע האט איבערגעלאזט
חתנו כבנו, האי חכימאה דיהודאי וגאון ומקובל ופילוסוף האלקי רבינו פתחיה שליט"א, וואס איז באשטימט געווארן ע"פ צוואת הנפטר הדגול למלאות מקומו ביתר שאת ותפארת, עדי נזכה לביאת משיח צדקנו בב"א.
מזל טוב! מזל טוב!
----
מיר האבן אויך ערהאלטן א לענגערן צוואה פון רבינו פרחיה זי"ע געווידמעט צום גאנצן קהל אנ"ש, און אי"ה אין א קומענדיגע געלעגענהייט וועלן מיר דאס אויספירליך באשרייבן.
אצינד ווען די בלוט איז נאך ווארעם און די פלייש איז נאכנישט פארשטינקען קענען מיר נישט צוזאמנעמען די מחשבות צו דערציילן ערשטהאנטיגע מעשיות וואס מיר האבן געהאט די זכיה זעלבסט מיטצולעבן ביים רבי'ן זי"ע, אבער פטור בלא כלום א"א, דערפאר וועלן מיר דערציילן כאטש איין עובדא ועל הכלל כולו יצא:
נאך מיט א צוויי-צענדליג יאר צוריק, ווען עס האבן נאך געיאוועט מתנגדים אויפן רבי'ן נאך זיין שטארקע יסוד איבער שבת ביום שלישי, האט דער רבי ר' פרחיה זיך אויסגעדרוקט: "זיי זאגן אז עס איז דער שבת וואס טוט זיי וויי, אבער דער אמת איז אז עס איז די [שבת'דיגע] טשולענט וואס ברענט אין זייער מאגן...", ודפח"ח.
ווען די גדולי חסידים זענען אריין צום איידעם רבינו פתחיה שליט"א, האט ער מפרש געווען די הייליגע רייד פונעם גרויסן שווער, ווי פאלגענד: די גאנצע געדאנק פון שמירת שבת איז צו דערהייבן די ששת ימי המעשה צום קדושת השבת, און וויבאלד ס'איז תלוי בקדושה איז דאך קיין נפ"מ אויב ס'געפאלט אויס אין זיבעטן אדער אום דינסטאג, ופשוט הוא. ווידער די וואס דינגען זיך אויפן הייליגן שווער, איז עס ווייל די טשולענט רעדט פון זיי, כלומר, טשולענט אום דינסטאג איז גארנישט קיין מציאה, נאר אום שבת דייקא איז דא א געשמאק אריינצורוקן א פיינעם טשולענט.
גראדע האב איך זעלבסט מפרש געווען די ווערטער פונעם רבי'ן ר' פרחיה אנדערש ווי דער איידעם האט עס מפרש געווען, ולענ"ד כוונתו הקדושה צו זאגן אז די גאנצע געדאנק פון א טשולענט איז מערב צו זיין אלערליי סוגים ומינים ממינים שונים, וכמאמר העולם "ער האט געמאכט א טשולענט פון...", און פאר די בקיאים אין די קליינע אותיות איז דאך ידוע אז דאס באדייט דאך קליפת נוגה שהוא עירוב טוב ברע, וואס ווען עס קומט שבת איז מען מברר די טוב פון רע און קליפת נוגה ווערט נתבטל, ווידער די אידן וואס זענען זיך מתנגד צו די הייליגע ווערטער פונעם רבי'ן זצ"ל זענען אריינגעטון אין טשולענט, רצ"ל אז זיי זענען אלץ פארקראכן אין קליפת נוגה. (וכדברי המהריי"צ על גדול אמריקאי אחד, שתיארו במכתב ידוע בתואר ק"ן = ק'ליפת נ'וגה, וכבוד אלקים הסתר דבר.)
און אז מ'רעדט שוין פון טשולענט מוז מען אויספירן מיטן גרויסן עבודה וואס דער רבי ר' פרחיה פלעגט אריינלייגן אין די אכילת הטשולענט, אזש ער פלעגט זיך אויסדרוקן דערוועגן כהאי לישנא: ווען איך וועל ארויפקומען צום בי"ד של מעלה און מ'וועט מיך פרעגן קבעת עיתים בתורה? וועל איך זיי ענטפערן: קבעתי עיתים בטשולענט הרבה (כלומר, ליל שישי, ליל שבת, שבת בבוקר בקידושא רבא, ואח"כ בסעודתא דצפרא דשבתא, ושוב פעם ביום ראשון), און מי נדחה בפני מי?! געוויס האט טשולענט א דין קדימה, והא ראיה, אז שבת עסט מען טשולענט אנשטאט לערנען תורה! און דער רבי זי"ע פלעגט אויספירן מיט א זיגרייכע שמייכל: "וזו תשובה מנצחת לכל המשטינים ומקטרגים".
זיעועכי"א.
ארי נוהם,
איך באדאנק זיך פאר אייערע ווארעמע דיבורים און זכרונות פון ר' פרחיה, אבער איך בין שטארק ברוגז הלמאי איהר מישט זיך אריין אין די מחלוקת וועגען די ממלא מקום
(גראדע איך האלט אויך פרעזענדליך מיט'ן איידעם אבער איך פארשטיי נישט פארוואס איהר קענט נישט כאטשיג דערמאנען אז מ'האט אויך אויפגענומען ר' זרחיה בנו חביבו)
ארי נוהםאון די פלייש איז נאכנישט פארשטינקען
זעהט אויס דו האסט זיך נאר באקענט מיט עם סוף ימיו. אין די אינגע יארן פלעגט מען אים רח"ל נאכשרייען אין די גאסן פרחיה חז*ר... אבער סוף ימיו איז ער שוין געווארן א קדוש..
יין שרףארי נוהםאון די פלייש איז נאכנישט פארשטינקען
זעהט אויס דו האסט זיך נאר באקענט מיט עם סוף ימיו. אין די אינגע יארן פלעגט מען אים רח"ל נאכשרייען אין די גאסן פרחיה חז*ר... אבער סוף ימיו איז ער שוין געווארן א קדוש..
כ'ווייס נישט צי ס'איז אמת
אפילו אויב יא טאר מען נישט רעדען אויף א שוכן עפר
(איך פראביר צו רעדען שיין מיט אייך אבער איהר פארשטייט אז גענוג וואס כל ימיו האט איר עם מצער געווען, לאזט אייך שוין אפ פון א עהרליכע איד)
גדליהארי נוהם,
איך באדאנק זיך פאר אייערע ווארעמע דיבורים און זכרונות פון ר' פרחיה, אבער איך בין שטארק ברוגז הלמאי איהר מישט זיך אריין אין די מחלוקת וועגען די ממלא מקום
(גראדע איך האלט אויך פרעזענדליך מיט'ן איידעם אבער איך פארשטיי נישט פארוואס איהר קענט נישט כאטשיג דערמאנען אז מ'האט אויך אויפגענומען ר' זרחיה בנו חביבו)
איינער פרעגט מיך אין אישי וואס איז שייך צו ממלא מקום זיין, ר' פרחיה איז דאך געווען אינו מן המדה, ער האט אינגאנצען נישט פארנומען קיין ארט אויף די גשמיות'דיגע וועלטעל, ער עקזיסטירט דאך נאר אין אונזער מחשבה.
האבעך עם געענטפערט אז טאקע פארדעם דארף מען א ממלא מקום!
(ביטע רעדען בדרך כבוד אין נישט אריינפירען אין צימעס)
גדליהיין שרףארי נוהםאון די פלייש איז נאכנישט פארשטינקען
זעהט אויס דו האסט זיך נאר באקענט מיט עם סוף ימיו. אין די אינגע יארן פלעגט מען אים רח"ל נאכשרייען אין די גאסן פרחיה חז*ר... אבער סוף ימיו איז ער שוין געווארן א קדוש..
כ'ווייס נישט צי ס'איז אמת
אפילו אויב יא טאר מען נישט רעדען אויף א שוכן עפר
(איך פראביר צו רעדען שיין מיט אייך אבער איהר פארשטייט אז גענוג וואס כל ימיו האט איר עם מצער געווען, לאזט אייך שוין אפ פון א עהרליכע איד)
געשריבן פארן באגראבן, און כמנהג גוברין יהודאין איז אן ענין צו דעמאנען אלע גוטע מעשיות דאן.
גדליהגדליהארי נוהם,
איך באדאנק זיך פאר אייערע ווארעמע דיבורים און זכרונות פון ר' פרחיה, אבער איך בין שטארק ברוגז הלמאי איהר מישט זיך אריין אין די מחלוקת וועגען די ממלא מקום
(גראדע איך האלט אויך פרעזענדליך מיט'ן איידעם אבער איך פארשטיי נישט פארוואס איהר קענט נישט כאטשיג דערמאנען אז מ'האט אויך אויפגענומען ר' זרחיה בנו חביבו)
איינער פרעגט מיך אין אישי וואס איז שייך צו ממלא מקום זיין, ר' פרחיה איז דאך געווען אינו מן המדה, ער האט אינגאנצען נישט פארנומען קיין ארט אויף די גשמיות'דיגע וועלטעל, ער עקזיסטירט דאך נאר אין אונזער מחשבה.
האבעך עם געענטפערט אז טאקע פארדעם דארף מען א ממלא מקום!
(ביטע רעדען בדרך כבוד אין נישט אריינפירען אין צימעס)
געוואונדערט פארוואס די דריטע זוהן האט שוין ממלא מקום געווען בחייו, ער האט דאך נישט תופס מקום געוועזן...
#צימעסאלערט
כדי שלמה אסף פון שנת תשפ"ץ זאל נישט קומען אין בויען גאנצע מגדלים הפורחים באויר באזירט אויף די שמועות פורחות ווילעך קלארשטעלען אז דאס קומט אלץ פון די מתנגדים וואס האבען תולה געווען בוקי סרוקי באותו צדיק.
פין דא אין ווייטער קענט איר אליינס אפמאכען אויב ווילט איר זיך געפינען אין שלמה אסף'ס ביכעל זאלט איר דא נאכדערציילען נערישע בלבולים פון די מתנגדים
אז איהר ווילט אייערע סיפורים זאלען עס מאכען אין די אפיציעלע שבחי ר' פרחיה זאלט איר בעסער פארציילען מעשיות וואס וואלטן געקענט זיין אמת. נישט אזוינע טפשות וואס פאסטען אפשר פאר היינטיגע אדמורים
ר' פרחי' האט געהאט א זוהן א משומד, אדער איז ער ארויסגעשפרונגען פין א פענסטער שמחת תורה?
כ'האב אליינס געהערט פון ר' פרחיה הכ"מ אז ער איז שוין דער 21טער דור פון צדיקים וקדושים וואס האבן קיינמאל נישט פוגם געווען. פארשטייט זיך אז דער סטר"א האט עס נישט געקענט סובל זיין און זיי האבן אים כסדר אונטערגעלייגט שטיקלעך. איינמאל, אינמיטן זיין שינת צהרים האט ער זיך דערוועקט און ס'געווען ותשב באיתן קשתו, ס'שוין געווען כלות ממש אבער ער האט זיך שנעל אראפגעווארפן אויף דר'ערד און ויפוזו זרועי ידיו, די צען נעגל זענען געווארן כמעין המתגבר, עטליכע עקרות וואס זענען פונקט געווען אין קוויטל שטוב זענען גלייך נתפקד געווארן, ויהי לנס עצום.
אין זיינע אינגע יארן איז זיין עבודה געווען אויף גאר אן אנדערע בחינה. אין די ווערצהייזער פלעגט מען זיך ווערטלן, עורבא פרח, פרחיה איז יענער פויגל. אין יענע יארן פלעגט ר' פרחיה זאגן אן אנדערע מענה בדין. "ווען מ'וועט מיר פרעגן נשאת ונתת באמונה וועל איך זאגן 'שפילן קארטן ביי מיר איז דאך תדיר, מאידך גיסא ארבייטן שווער פאר פרנסה ביי מיר איז אינו תדיר, און תדיר ואינו תדיר, איז דאך זיכער תדיר קודם!' "
ביי די לויה האט אויך מספיד געווען זיין אייניקל אויף וועם מ'איז מרנן אז ער איז ראו לאותו אצטלא. האט ער געזאגט כדרכו אין אומפארשטענדליכע קורצע פראזן. "וכלכל אתכם בדין, ויודע מספר כלכם בדין. לכאורה וואס איז די שייכות? נארוואסדען. אז מ'קען ציילן קארטלעך, איז דא אויף וואס שבת צו מאכן."
מרגליה בפומיה פון ר' פרחיה "כ'בין געווארן א ת" ח אים ניטל!"
אויבנאויף האט מען געמיינט אז ער זאגט בדחנות. אבער ביי די שבעה האט א אינגע ת"ח געמאכט דעם חשבון אז אויב זאל מען צוזאמרעכענען די שעות פון אלע שיטות פון ניטל אין איין יאר, און צוזאמרעכענען אלע יארן פון ר' פרחיה מיום שעמד על דעתו ביז יעמען שווערן טאג ווען ער איז אוועקגעפאלן, וועט מען טרעפן געניג שעות פאר א גאנצע מחזור אין דף היומי! והוא פלאי.
שפעטער האט מען אויך געטראפן אז די אלע יארן וואס ר' פרחיה איז געווען מוטל בנורסינ"ג הא"ם איז זיך מצרף צו פונקט געניג שעות צו ענדיגן תלמוד ירושלמי - כאטשיג אלס הצנע לכת האט מען אים בלויז געזעהן שפילן ראמי.
Re: ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס
כשעלה ר' פרחיה למרום והתיצב לפני הבי"ד של מעלה ושאלו אותו, נשאת ונתת באמונה, ענה ואמר במתק לשונו כשחיוך בחסד עליון נסוך על שפתיו, נסעתי במטוס פרטי
הערליכע מעשיות ר׳ יואליש, ר׳ קטלא.
אגב אז מרעדט פון ניטל
ר׳ פרחיה האט געהאט א אינטערסאנטע מנהג אז אויף יעדע עבירה האט ער געהאט א ניטל, פונקט ווי ביטול תורה
למשל די ערשטע אין פעברואר האט מען געמעגט עובר זיין אויף לשון הרע
די ערשטע אין מערץ האט מען געמעגט רעדען עברית און זיין א ציוני
וכו׳ וכו׳
גדליההערליכע מעשיות ר׳ יואליש.
אגב אז מרעדט פון ניטל
ר׳ פרחיה האט געהאט א אינטערסאנטע מנהג אז אויף יעדע עבירה האט ער געהאט א ניטל, פונקט ווי ביטול תורה
למשל די ערשטע אין פעברואר האט מען געמעגט עובר זיין אויף לשון הרע
די ערשטע אין מערץ האט מען געמעגט רעדען עברית און זיין א ציוני
וכו׳ וכו׳
געמעגט? געמיזט!
ס׳איז געווען איין מתנגד וואס פלעגט נישט רעדען עברית די ערשטע אויף די זעקסטע אין מערץ, ער האט געזאגט, איך וויל זעהן די גיהנם פאר נישט רעדען עברית
האט ר׳ פרחיה געענטפערט, צו ס׳דא גיהנם פאר נישט רעדן עברית - ווייס איך נישט, אבער פאר אפלאכען פון עברית איז זיכער דא גיהנם!
אבער אזוי בדרך כלל איז ער געווען א גרויס קנאי כידוע, ער האט זייער שטארק געהאלטן פונעם רבין ז"ל.
אין זיין אייוועלט אשכול וואס האט שוין געהאלטן ביי איבער 60 בלעטער האט איינער ארויפגעברענגט ספיקות איבער זיין קנאות און דאס גאנצע אשכול איז פארשוואונדן געווארן. ויהי לפלא.
Re: ר' פרחיה זלע
מיר קומען יעצט פון דער שבעה וואס איז ממש א זעלטענער קידוש השם אז אלע ברודערס זיצן צוזאמען תחת קורת גג אחד. די יודעי דבר זאגן אז זייט יעקב אבינו האט געבענטשט די שבטים האט מען נאך נישט געזען צוזאמען אזויפיל ברודער. מען זעט בחוש אז ת"ח מרבים שלום בעולם טאקע פארדעם ווייל וכל בניך לימודי ה'.
באלד נאך מיר זענען אנגעקומען איז אריין געקומען דער משב"ק וואס וויילט שוין אויפן פעלד א פאר טעג זייט סתימת הגולל. ס'האט אנגעכאפט דעם עולם א שרעקליכער ציטער מעין דער חרדה גדולה וואס האט אנגעכאפט יצחק אבינו בשעה שבא עשו מן השדה.
נאך דערציילן די מורא'דיגע זאכן וואס מען האט געזען ביים טהרה און וואס ער האט געהערט אויפן פעלד פון די רוחות המספרות זו עם זו איבער דער גדלות פון ר' פרחיה, האבן מיר אים איבערגעפרעגט וועגן דער עובדא אויפן פליגער.
ומעשה שהיה כך היה.
סאיז געווען א לענגערער תקופה וואס ס'האט אויסגעזען כביכול א קטנות דמוחין ביי ר' פרחיה. פארשטייט זיך ס'איז נאר לשבר את האוזן ואין לנו עסק בנסתרות, נאר אין יענער תקופה האט מען ממש נישט געזען קיין שום עבודה ביי ר' פרחיה ואיזהו עבודה שבלב זו תפילה. מיר רעדן דא נישט פון מחליף את הזמנים ווי ס'איז ביי אנדערע צדיקים, נאר גארנישט ממש. קיין דבר שבקדושה איז נישט דורך ר' פרחיה'ס מויל חודשים און אפשר יארן לאנג. אז מ'האט נישט געזען תורה ביי ר' פרחיה איז נישט געווען אזא חידוש, ווייל דאס איז געווען גאנץ אן אפטער זאך. די גדולי החסידים האבן עס מסביר געווען אז דאס איז ווייל ביי ר' פרחיה איז געווען א בחינה פון פסקו זוהמתן פון פאר קבלת התורה, אבער תפילה וכדומה איז שוין יא געווען א חידוש.
מען האט זיך באהאלטן אונטערן טיש, דורכגעקוקט דער שליסל לאך, געשטאנען הינטערן פענצטער, אבער נישט קיין טלית, נישט קיין תפילין, נישט קיין ברכות, נישט קריאת שמע, שמונה עשרה, גארנישט. נישט אין די וואכן, נישט שבת, נישט יום טוב, נישט ברכות התורה און נישט המפיל. מען האט אפילו אריינגעשיקט די רביצן צו פארשטיין פשר הדבר ואין פותר אותם.
נאך זיך דורכרעדן מיט זקני החסידים וואס זענען נאך געווען ביים זיידן דער מיטלער ר' פרחיה, נמנו וגמרו אז דער רבי זאל פארן זיך אויסלופטערן אין די שווייצער בערג און פארשטייט זיך נאך זיך משתטח זיין אויף קברי אבות און איינרייסן ביי די זיידעס ובעד עמך רחמים שאלי. אזוי האט מען געהאפט וועט אפשר ווערן נאכאמאל ותצלח עליו רוח אלקים.
וכך הוה מען האט געפאקט די פעק, באשטעלט דער פליגער בראש וראשונה כנהוג אצל תלמידי בעל שם. להוריד בריחים נמנה בינימו און אויך די שכינה במקלה ובתרמילה איז מיט געגאנגען מיט ר' פרחיה'ן אויף אפצורעכטן גלות.
פון דער גילוי השכינה און דער קול רעש גדול האבן מיר שוין דערמאנט און נאך דעם בארימטן דאווענען האט ר' פרחיה געבעטן געבן לחיים מיט א רונדעכיגן לעקעך און א געלע ליקער וואס צדיקים האבן געזאגט איז מרומז אין דער צנון וחזרת פון רבינו הקדוש.
וכטוב לב המלך מאן מלכי רבנן ביינה של תורה, ווען ר' פרחיה איז געזיצן מיט א הימעלישן געזיכט, די עטרה אויף דער פלייצע, השמש יצא על הארץ און מיט בלויז דער יארמולקע צנוף על ראשו האט דער זון געבליטשקעט אויפן מצח הקודש און העכער.
בהאי שעתא האט זיך געוואגט צו פרעגן ביי ר' פרחיה, ר' משה 'קינד', וואס פלעגט כסדר אריינגיין צו ר' פרחיה'ן לפני ולפנים אפילו בשעת הסתר און ער האט מיט א תמימות געקענט פרעגן ר' פרחיה'ן וואס די מלאכי השרת וואלטן געכאפט א ציטער. ר' פרחיה האט אויך מיט אים ליב געהאט צו שמועסן און ער האט געהאט ביי ר' פרחיה'ן א באזונדערע חן. ר' משה קינד האט דאן געפרעגט וואס דא גייט פאר און צוגעלייגט, 'רבי, אז ס'איז הימעלישע זאכן זענען מיר דאך יעצט אין הימל.'
ר' פרחיה האט זיך צושמייכלט און געזאגט אז
ס'איז א דבר פשוט. ס'איז אראפגעקומען אויפן וועלט א שרעקליכער קליפה מיטן נאמען "ווייפיי" וואס איז מרומז אין וו"י לן דמיתנן וואס איז א חלק פון דער נחש הקדמוני ועל זה נגזרה מיתה לעולם.
ר' פרחיה האט ממשיך געווען אז ער פארשטייט נישט דער כוח פון דער קליפה און וויאזוי ס'איז יונק פון דער צד הקדושה. ער האט זיך אבער אונטערגענומען אז ווען און וואו ער וועט שפירן דער טומאה וועט ער חלילה נישט ארויסזאגן א דבר שבקדושה און ער וועט זיך פירן דערמיט ווי מבואות המטונפות. פארשטייט זיך אז מחמת דעם איז קיין דבר שבקדושה לא נמצא בשפתיו.
האט ר' פרחיה אויסגעפירט אז יעצט צום ערשטן מאל אזוי ווי דער פליגער האט זיך געהויבן האט ער געשפירט דער זיו השכינה אן קיין שום מסך המבדיל און ס'איז געווען ביי אים ממש א התפשטות הגשמיות כאילו היום נתנו.
ר' פרחיה האט מיט דעם געטייטשט ויוצא אותו החוצה ביי אברהם אבינו און אויך כצאתי מן העיר אפרוש את כפי ווי רש"י זאגט און דאס אלעס איז מעשה אבות סימן לבנים און א הכנה פאר די עקבתא דמשיחא וואס מיר געפונען זיך היינט בעווה"ר.
ר' פרחיה האט געגעבן נאך א טרונק און זיך אונטערגעברומט א לחן קודש.
דער משב"ק האט צוגעענדיגט אז דער עולם האט דעמאלט געזען ממש עין בעין באספקלריא המאירה דער אתפשטותא דמשה ביי ר' פרחיה'ן. און אויך אז בדקו ומצאו אז סאיז געעוען א ווייפיי סיגנאל ממש בביתו נאוה קודש מיט פיר שטרייכן און מען האט יענעם אויסגעטיילט צרות ביז מ'איז אים פטור געווארן און סאיז באלד מקויים געווארן והשב שכינתך וסדר העבודה. ויהי לנס.
זכותו יגן עלינו ועכי"א
Re: ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס
גדליה
אגב ר׳ קטלא וואסי פשט אז מ׳האט באערדיגט ר׳ פרחיה׳ן ביים גדר פון בית החיים? על פי צוואתו צי וואס?
כאטש ס'איז נאך נישט פערציג טעג פון דעם יום המר והנמהר און לכאורה איז נאך נישט געווען בכדי שיעשה פאר תעניתים שיגלי לן טעמא דבקבורת גדרי, אעפ"כ האב איך קרעדיט מיט תעניתים וואס איך האב דא אויסגעלייזט. די סיבה איז משום פורץ גדר ישכנו נחש, ותולעת מעין נחש ששניהם הולכים על גחונם, ולרמז שאע"פ שפרץ גדר לא ישלטו בו רמה ותולעה
גראדע די מעשה מיט די ווייפיי איז געווען אביסל אנדערש ווי באריכטעט אויפן האטליין. ר' פרחיה האט באצאלט עקסטער צו האבן ווייפיי אויך אויפן פליגער, אבער כדרך כל האירליינס האט די ווייפיי זיך נישט קענעקטעד, ומזה יצא העגל הלזו..
תכלית, ער האט עפעס געקענט לערנען? לאמיר זען זיינע חידושים אויף רמב"ם, אנדערש איז נישט אינטרעסאנט.
ר' פרחיה האט געהאט אסאך חידושים אויף רמב"ם אין מורה, ער פלעגט עס פארציילן שבת ביים ליינען ביים קידוש מאכן פאר די קופקע ביים מערב וואנט, ער האט אבער קיינמאל נישט אפגעשריבן ער האט געלאכט ווען מען האט אים געפרעגט
ליטוואק פון בודאפעסטתכלית, ער האט עפעס געקענט לערנען? לאמיר זען זיינע חידושים אויף רמב"ם, אנדערש איז נישט אינטרעסאנט.
די מעשה איז אזוי. די יודעי חן ווייסען צו זאגן אז די חידושים פון די יונגע יארן האט ער ארויס געגעבן בעילום שם מחמת חשש קרדום לחפור. די חידושים פון די מיטעלע יארן האט ער באהאלטן אין א בונקער אין די נאצי'ס האבן עס געטראפן און פארברענט כן יאבדו. ווידער די חידושים פון די שנות הזקנה האט ער געלאזט צוואה נישט מעלה צו זיין על מכבש הדפוס כמנהג אבותיו מחשש שמינית שבשמינית.
ממש סתר"י תורה...
בעה, פארוואס האט ער נישט געפירט טיש בעילום שם, מחמת חשש האכטל?
איך זעה מ'רעדט דא פון דער זעלבע יענטע אנדערש פארשטעלט.