☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייע סידיס

נייע סידיס

85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1275
בלאט: 1 2

zurich » מאנטאג יולי 30, 2012 1:21 am

· #29692
נייע סידיס
וועלכע גיטע טעיפ קימט ארויס היי יאר פאר ט"ו באב?
אפשר אייזיק האניג??

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 30, 2012 10:56 am

· #29738
ס'הייסט שוין א גאנץ יאר אז צאלי גאלד קומט ארויס מיט א סידי, איינער ווייסט וואס ס'איז געווארן?

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 30, 2012 11:29 am

· #29748

town1 » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 5:13 pm

· #30857
📎 dirsh.jpg

לעמיל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 10:47 am

· #33674
די טעג ווערן צוכאפט אין די געשעפטן די נייע אויפגעכאפטע טעיפ עתיקא קדישא 5- ימים נוראים, געזונגען דורך דעם וועלט-באקאנטן הרה"ח ר' ירמי' דמן אויף נוסח פין ימים נוראים וואס זיין טאטע האט אזוי געזינגען. עס איז עפעס הערליך.

קווארטין » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:57 pm

· #33957
אז ס'איז הערליך דאן קען מען רעדן פון עס אנייהאנדלען. אינטערעסאנט, ער האט דאכטזיכמיר נאכנישט ארויסגעגעבן אויף ראש השנה, די נאכפראגע אויף א שיינעם ר"ה מוסף נוסח איז היבש גרויס, ס'וואלט שיין געווען צו הערן א ר"ה דאוואנען פון ר' ירמיהו'ן. שוין לאמיר גיין איינהאנדלען דעם היצטיגן.

חאצקל » זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:16 am

· #34032
עטץ רעדטץ נאר פון ר' ירמי' דאמען און דער אפעטיט קומט מיר ארויף. איך בין פארליבט אויף זיין שטימע און זינגען ווי אויף א באליבטע פרוי אז איך קען אויסזינגען גאנץ שיר השירים פאר זיין שטימע. ביי מיר איז ער דער מלך המנגנים. ער איז טאקע נישט אזא עקטער ווי א סך היינטיגע נייע זינגערס, און ער זינגט אפשר נישט אזוי פראפעשנל ווי זיי, אבער ער איז זיס לאין קץ, ער צוגיסט זיך אין די ביינער. עד כאן איז מיי טעיסט.

חאצקל » זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:25 am

· #34035
חול המועד פסח איז געווען אן אינטערוויו אין דעם חרדישן ראדיו סטעישן קול ברמה אין בני ברק מיט יוסי גיל, וואו עס האבן זיך באטייליגט מונה, לאופר, דיקמאן (דער עילוי אין מוזיק)און שוע פריד און נאך, ווען כסדר האבן אריין גערופן זינגער ווי מבד און פריד און נאך, און ראה זה חדש, אויך אייזיק האניג האט אריין גערופן און גערעדט נאר אין אידיש, יוסי גיל און לאופר (אן אנטווערפענער ממקור) האבן גערעדט צו אים אין אידיש און גיל האט איבערגעטייטשט אין עיברית.

מ גפני » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:21 pm

· #35169
און וואס טוט זיך מיט שלומי דאסקאל'ס נייע סידי?

חאצקל » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:05 am

· #36098
געהרט א פריוויו פון עתיקא קדישא 5. איך האב ערוואטעט פון מיין באליבטן ר' ירמי' סך א בעסערע דזשאב (א שטייגער ווי רזא דשבת אויפן חזנות טיש סידי וואס נעמט כסדר איבער מיינע געפילן). מעגליך אז די מוזיק מאכט קאליע.

טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:37 am

· #36103
חאצקל
געהרט א פריוויו פון עץירא קדישה 5. איך האב ערוואטעט פון מיין באליבטע ר' ירמי' א סך א בעסערע דזשאב (א שטייגער ווי רזא דשבת אויפן חזנות טיש סידי וואס נעמט כסדר איבער מיינע געפילן). מעגליך אז די מוזיק מאכט קאליע.

אינטערעסאנט, מזאגט אז ס'איז עפעס ספעציעל...

gehlungen » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:24 pm

· #36473
טעפל
חאצקל
געהרט א פריוויו פון עץירא קדישה 5. איך האב ערוואטעט פון מיין באליבטע ר' ירמי' א סך א בעסערע דזשאב (א שטייגער ווי רזא דשבת אויפן חזנות טיש סידי וואס נעמט כסדר איבער מיינע געפילן). מעגליך אז די מוזיק מאכט קאליע.

אינטערעסאנט, מזאגט אז ס'איז עפעס ספעציעל...

WELL "al tam vereiach ein lehisvekeiach"

חאצקל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:43 am

· #36775
טעפל
חאצקל
געהרט א פריוויו פון עץירא קדישה 5. איך האב ערוואטעט פון מיין באליבטע ר' ירמי' א סך א בעסערע דזשאב (א שטייגער ווי רזא דשבת אויפן חזנות טיש סידי וואס נעמט כסדר איבער מיינע געפילן). מעגליך אז די מוזיק מאכט קאליע.

אינטערעסאנט, מזאגט אז ס'איז עפעס ספעציעל...


איך האב נאר געהערט א פריוויו. מעגליך אז די זאך אלייין איז יא מורה'דיג גוט

טעפל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:06 am

· #36827
בעצם ווי קומט מוזיק צו נוסח????

חאצקל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 7:24 pm

· #37061
טעפל
בעצם ווי קומט מוזיק צו נוסח????

דאס איז איינע פון די פראבלעמען מיט דעם סידי, ס'דא צופיל מוזיק (און אויך נישט אזוי אטענטיש געאייגנט פאר נוסח

טעלעפאן » זונטאג אוגוסט 19, 2012 9:40 pm

· #37083
שאולי וואלדנער

וועט זיין עוועילעבל דינסטאג אין געשעפטן

יידל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:05 pm

· #37089
טעלעפאן
שאולי וואלדנער

וועט זיין עוועילעבל דינסטאג אין געשעפטן

וואו קען מען קויפן אנליין א דאונלאוד?

איך גלייך זיין שטימע.

חאצקל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 11:38 pm

· #37114
פיטסבורגער סידי איז ערווארטעט ארויס צו קומען אין די קומענדיגע חדשים, געזינגען דורך דער בארימטער שלומי כהן, מוזיק אראנדזשירט דורך דער מלך אין היינטיגע אידישע מוזיק "מונה רוזנבלום".
פאר ווער ס'האט געהערט דעם פיטסבורגער סידי נומער 7, וואס האט אויך פארמאגט די זעלבע פאכלייט ווי מונה און שלומי כהן פארשטייט אז עס איז דא אויף וואס צו ווארטן

חאצקל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 11:44 pm

· #37117
מונה 6 איז אויך ביים שוועל פון ארויס קומען, מרדכי ווערדיגער, גערטנער, שמעלצער, גרינפלד, שירה, אברמי רוט, שלמה כהן, שירה, און נאך גייען דארט זינגען. עס ווערן אריין געלייגט א סך כוחות דערין, איך האף אז עס וועט טאקע געלונגען, ווייל א געלונגענע זאך פון מונה איז ווערט ווי צוואנציג אנדערע סידיס (דרך גוזמא)

טעפל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 3:14 am

· #37167
חאצקל
מונה 6 איז אויך ביים שוועל פון ארויס קומען, מרדכי ווערדיגער, גערטנער, שמעלצער, גרינפלד, שירה, אברמי רוט, שלמה כהן, שירה, און נאך גייען דארט זינגען. עס ווערן אריין געלייגט א סך כוחות דערין, איך האף אז עס וועט טאקע געלונגען, ווייל א געלונגענע זאך פון מונה איז ווערט ווי צוואנציג אנדערע סידיס (דרך גוזמא)

ווען ס'איז באמת מונה'דיג איז עס נישט קיין שום גוזמא!

חאצקל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:39 pm

· #37516
דער פראבלעם איז נאר אז מונה, טראץ וואס ווען ער מאכט גוט איז עס אן עקספלאוזשן, קען ער אבער א סך מאל פלאפן, דער קווייער אדער דראמער קענען זיין פארשלאפן אדער אן א מאטיוו, די קארדס און ברעס קען זיין סתם אבי געזינט אדער אבי עפעס דיפרענט וכו'

חאצקל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:48 pm

· #37526
דער באקאנטער און געלונגענער מוזיק ארעידזשער מר משה לאופר קומט יעצט ארויס מיט א נייע סידי וואס ענטהאלט ניגונים פון אים זעלבסט און פון זיין זון אלי' לאופר
ווי באקאנט איז משה לאופר אויסער וואס ער איז פון די בעסטע ארעידזשערס און די חרדישע וועלט, איז ער אויך א קאמפאזער פון ניגונים וואס זענען כמעט אלע איינס ביי איינס גאר אויפגעכאפט איןי די מאדערנע וועלט (ספעציעל ביי חתונות) און זינגבאר פאר אנשים נשים וטף, צ.ב.ש. והיה למשוסה, וענבי הגפן, כשם שאני, חזק, לבנימין,

אויך זיין זון אלי' האט שוין באוויזן צו קאמפאזירן ניגונים וואס זענען נושא חן ביים ציבור ווי תחי נפשי, למען דעת (מבד) א.א.וו.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:50 pm

· #37527
אויך 'נכספה' פון מרדכי'ס לעצטע סידי איז זיינס א ניגון.

חאצקל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:04 pm

· #37537
דער עצם ניגון נכספה איז פון מרדכי ווערדיגער, און דער פארשפיל וואס דאס האט בעצם געמאכט דעם ניגון פאר א היט איז פון משה לאופר וואס איז א ספעציאליס אין מאכן זינגבארע פארשפילן וועלעכע מאכן דעם ניגון פאר א היט.
ער האט אויך געמאכט דעם פארשפיל פאר מבד'ס שמחם, דעם פארשפיל פון שוואקיס\פינקי וועבער'ס רחם און כהנה וכהנה אנדערע הונדעטער פאפולערע און זינגבארע פארשפילן

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:08 pm

· #37539
פארוואס שטייט אויפן קאווער אז משה לאופער איז דער מחבר? אויב האט ער נאר געמאכט די פארשפיל וואלט געדארפט שטיין אז נאר דאס האט ער מחבר געווען.

חאצקל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:11 pm

· #37540
דער באקאנטער מוזיק פראדוסער יוחי בריסקמאן קומט ארויס מיט א נייע אלבום פראדזשעקט X מיט דעם באקאנטן ירושלים'ער חתונה זינגער ארלה סאמעט

חאצקל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:11 pm

· #37543
שמואל הלוי
פארוואס שטייט אויפן קאווער אז משה לאופער איז דער מחבר? אויב האט ער נאר געמאכט די פארשפיל וואלט געדארפט שטיין אז נאר דאס האט ער מחבר געווען.

מעגליך אז איך בין זיך טועה

חכם מחוכם » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:25 pm

· #37552
סתם פאר אינערסאנטקייט איז דער ספרדישער חיים ישראל ארויסגעקומען מיט א שטייט סי די, אבער דאס איז אויסדריקליך נאר פאר ווער ס’האט ליב ספרדישע מוזיק

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:16 pm

· #37597
חאצקל
דער באקאנטער מוזיק פראדוסער יוחי בריסקמאן קומט ארויס מיט א נייע אלבום פראדזשעקט X מיט דעם באקאנטן ירושלים'ער חתונה זינגער ארלה סאמעט

אהרלה סאמעט זינגט כאילו ער האט א פערמענענט פארשטאפטע נאז איך פארשטיי כלל נישט וואס איז דא נתפעל צו ווערן פון עם.

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:16 am

· #37714
זיין ענערדזשי

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:28 am

· #37716
חכם מחוכם
סתם פאר אינערסאנטקייט איז דער ספרדישער חיים ישראל ארויסגעקומען מיט א שטייט סי די, אבער דאס איז אויסדריקליך נאר פאר ווער ס’האט ליב ספרדישע מוזיק


זיין מוזיק קען זיין אינטרעסאנט אויך פאר די וואס זיכן נישט דוקא ספרדישע מוזיק, ווייל ער מישט אויך אריין דער מודערנער סטייל. ער ניצט פאר טייל ניגונים דער נייער בארימטער ארעינדזשער "יובל סטופל" וועלעכע האט שוין געמאכט א פרימישלאנער טעיפ, און האט שוין אויך ארעינדזשט א סך ניגונים פאר אברהם פריד אין די לעצטע פאר יאר, צווישן זיי די ניגונים כי הרבת, הפכת, ירושלים של מעלה, עלה קטן. ער פירט לעצטנס אן אלע קאנצערטן מיט אברהם פריד אין א"י

דערמאנענדיג די ניגונים וואס יובל סטופל האט ארעינדזשט איז איבריג צו זאגן אז דא רעדט מען פון א מעסטער ארעינדזשער וואס רייסט שטיקער מיט זיינע גרויסארטיגע מוזיקאלישע געביידעס. מ'קען זאגן אויף זיין מוזיק דער מאמר פון ר' יודא בן תימה, ער איז לייכט און פלינק ווען עס פעלט אויס, קעניגליך און שווערליך ווי א לייב, זיין מוזיק קען פארמאגן עזות ווען ס'פעלט אויס, א.א.וו. (ס'אויך דא אנדערע ארעידזשערס וואס פארמאגן די תחינות, אבער ער איז צווישן די שטערקסטע צווישן זיי) הערט נאר די ניגונים וואס ער האט ארעינדזשט פאר חיים ישראל, אזוי צו דער זאך אנבעליוועבל

אוי טאטי » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:07 am

· #41331

אוי טאטי » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:10 am

· #41335
אוי טאטי

איך האב געוואלט עמבענדן שאולי וואלדנער׳ס נייע קליפ אבער עס גייט מיר נישט, קען עס איינער טון אנשטאט? שכח

לעמיל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:23 am

· #41344
די נייע סידי פון שלומי דאסקעל האט איינער שוין געהערט? איך הער עס איז עפעס הערליך

על המחיה » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:04 pm

· #41383
די מיינסט שעידס אף גרין 3?

לעמיל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:09 pm

· #41386
איך מיין עס הייסט הארציג

קלאר » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:49 pm

· #41907
עס קומט יערליכע ארויס די נייע סידי פין נגוני סאטמאר אויף די ימים נוראים
איך פלעג עס נישט קויפן, ביז פאריאר ווען זיי האבען אראפגעלייגט די אלע נענועים ניגון איך האב עס נישט געקענט אויפהערן איבער צו הערן
איך הער אז היי יאר האבען זיי געברענגט א אלטע ניגון

אט איז א באריכט פין בחצרות

ערשינען הערליכע קאסעטע "פתחו לי"
ניגוני סאטמאר לימים נוראים תשע"ג
גרויס אינטערעסע הערשט צווישן אנשי שלומינו אומעטום זיך איינצוהאנדלען דעם נייעם "פתחו לי" קאסעטע אויף וועלכע מען הערט די הארציגע ניגונים און מעלאדיעס וועלכע וועלן געזונגן ווערן אין די קומענדיגע ימים נוראים הבעל"ט בחצר הקודש, ביי די תפלות פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.

דער קאסעטע אנטהאלט די נייע ניגונים אויף די קומענדיגע ימים נוראים שנת תשע"ג וועלכע זענען ספעציעל ניי-פארפאסט געווארן לכבוד די ימים טובים הבאים לקראתינו לשלום. ווי באקאנט איז דער מנהג רבותינו הקדושים בחצרות סיגוט-סאטמאר, אז מען זאל מידי שנה בשנה מחבר זיין נייע ניגונים, וואס מען זינגט אויף פארשידענע פיוטים במשך דעם גאנצען דאווענען אין די הייליגע טעג.

די היי יעריגע קאסעטע טראגט די נאמען "פתחו לי" און פונקט ווי אלע יארן ווערט דער פראיעקט ארויסגעגעבן דורך הרה"ח שלמה צבי בר"מ עקשטיין הי"ו, פון די ראשי המשוררים בחצרות קדשינו, אליינס א מחבר פון מערערע סאטמארע ניגונים שוין אסאך יארן.

ווי אין די פארגאנגענע יארן, האט אויך דאס יאר דער בארימטער מלחין הרה"ח ר' יודא הלוי ווערצבערגער הי"ו פארפאסט א ריי מיט הערליכע ניגונים, וחפץ ה' בידו הצליח, האט ר' יודל הי"ו דאס יאר באוויזן צו ערצייגן גאר הארציגע ניגונים וועלכע זענען ספעציעל צוגעפאסט אויף די צייט פון יאר, בעת מען איז שופך שיח פאר הקב"ה בעת התפלה אין די הייליגע טעג. דער מלחין הרה"ח ר' יודל הי"ו האט שוין פאר אריבער דרייסיג יאר די זכי' צו פארפאסן די ניגונים פאר מרנן ורבנן רבוה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע, און אצינד האט ר' יודל הי"ו אנגעהאלטן זיין חזקה וואס איז מורשה לו מאבותיו, און האט פארפאסט די הארציגע ניגונים וועלכע זענען מלא טעם וחן, און וועט זיכער מעורר זיין לבבות ישראל לאביהם שבשמים.

באזונדער האט אויך דאס יאר דער חשוב'ער מוציא לאור הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו מחבר געווען צוויי פון די ניגונים, דעם ניגון אויפ'ן פיוט "מלך עליון", און אויך דער ניגון וועלכע וועט געזינגען ווערן אין די הייליגע טעג אויף "מכלכל חיים" וועלכע פארמאגן ביידע זייער אייגנארטיגן חן.

ווי געדענקט, האט דער חשוב'ער מו"ל אין דעם פארגאנגענעם יאר צוגעלייגט צו די ליסטע פון די נייע ניגונים אויך דעם היסטארישער סאטמארער נענועים ניגון, א זאך וואס איז גאר שטארק באגריסט געווארן ביים ציבור אנשי שלומינו וועלכע בענקן זיך צו די דביקות'דיגע ניגונים וואס זענען געזינגען געווארן בבית מדרשם פון מרנן ורבנן רבותיה"ק זי"ע, און נאכדערצו ווען דאס ווערט אראפגעזינגען מיט אזא געשמאק דורך א רייכע קאפעליע באגלייט מיט מוזיק.

זעענדיג דעם גרויסן פארלאנג דערפאר, האט דער מוציא לאור הרה"ח ר' שלמה הערש מחליט געווען אז היי יאר וועט מען אויך צולייגן איינע פון די עלטערע סאטמארער ניגונים, דאסמאל רעדט זיך עס פון דעם 'פתחו לי' ניגון, וואס איז געזינגען געווארן מיט גרויס דביקות בשעת אמירת הלל פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין די שלש רגלים.

דער 'פתחו לי' ניגון איז פארפאסט געווארן דורך הרה"ג ר' הערשל פריעדמאן ז"ל יליד מונקאטש, ר' הערשל איז געווען גאר א חשוב'ער איד, א ת"ח און א מרביץ תורה אין די שטאט מונקאטש נאך בעפאר די צווייטע וועלט קריג, נאך די מלחמה האט ער אויסגעוואנדערט קיין אמעריקע, וואו ער האט ממשיך געווען מיט זיין הרבצת התורה אין בארא פארק ביז צו זיין פטירה לחה"ה.

ר' הערשל ז"ל איז געווען א שיינער בעל מחדש, ער האט ארויסגעגעבן א ספר פון זיינע חידושים מיט'ן נאמען "חמדת צבי", צווישן אנדערע האט ער אויך פארפאסט גאר שיינע ניגונים, און ווען מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז געקומען קיין אמעריקע האט ר' הערשל געשיקט פאר'ן רבי'ן א הערליכן ניגון וואס ער האט פארפאסט לכבודו.

דער ניגון איז בשעתו געזינגען געווארן מיט גרויס דביקות ביי די הייליגע נענועים פון מרן רביה"ק זי"ע אום יו"ט סוכות בשנת תשי"ג, אבער דערנאך האט מען דאס קובע געווען פאר 'פתחו לי' ביי הלל, ווי דאס איז געזינגען געווארן מיט גרויס התעוררות פאר לאנגע יארן. אין די שפעטערע יארן ווען הרה"ח ר' יאסל אשכנזי ז"ל משב"ק האט פארפאסט א נייעם פתחו לי ניגון, האט מען דעם ערשטן טאג יו"ט געזינגען ר' יאסל'ס ניגון און דעם צווייטן טאג ר' הערשל'ס ניגון.

טראץ דעם וואס דער ניגון איז שוין נאנט צו זיבעציג יאר אלט, זענען אבער פאראן א גרויסער פראצענט פונעם ציבור אנשי שלומינו וואס קענען עס נאר למחצה לשליש ולרביע, צוליב וואס דער ניגון איז היפש א שווערער און קאמפליצירטער ניגון, און אסאך אידן וואלטן עס יא געוואלט קענען געהעריג. דעריבער איז א שמחה ביי אנשי שלומינו ווען דער ניגון ווערט אצינד געזינגען ארויסגעגעבן צום ערשטן מאל אויף א פראפעסיאנאלן פארמאט דורך א הערליכע קאפעליע באגלייט מיט מוזיק.

אין די פארגאנגענע וואכן האבן א גרופע משוררים פון די "סאטמארער קאפעליע" זיך אפגעגעבן מיט'ן ארויסגעבן דעם קאסעטע אויף א העכסט פראפעסיאנאלן אופן, באגלייט מיט הערליכע מוזיק געשפילט דורך די טאלאנטפולע מוזיקאנטן מוה"ר יואל פייערשטיין הי"ו, און מוה"ר אברהם שמעון מארקאוויטש, פון וואס דער ציבור וועט אי"ה שטארק נהנה זיין.

אצינד לכבוד די ימים הנוראים איז ערשינען דער סי די, און איז דא צו באקומען אין אלע ספרים און טעיפ געשעפטן, ווי אויך ביי די מקוה אידן אין די סאטמארער בתי מדרשים אין די וועלט. עס איז איצט א גוטער געלעגענהייט פאר'ן גאנצען ציבור זיך איינצוהאנדלען דעם טעיפ, צו קענען זיין בקי אין די ניגונים בשעת התפלה.

מען קען אויך דאונלאודן די סידי אויף סיי וועלכע עלעקטעראנישע פלעיערס, ביי די "איי-שאפ" געשעפט אין וויליאמסבורג, און ביי די לאקאציעס פון "קרן שמואל ישעי'" אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל.

-הערט און האט הנאה-
<a class="postlink" href="http://www.bechatsrossatmar.com/Audio/PischiLiPreview-5772">http://www.bechatsrossatmar.com/Audio/P ... eview-5772</a>
📎 x9q2_NEWCD73.jpg

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 5:31 pm

· #43245
חאצקל
דער באקאנטער און געלונגענער מוזיק ארעידזשער מר משה לאופר קומט יעצט ארויס מיט א נייע סידי וואס ענטהאלט ניגונים פון אים זעלבסט און פון זיין זון אלי' לאופר
ווי באקאנט איז משה לאופר אויסער וואס ער איז פון די בעסטע ארעידזשערס און די חרדישע וועלט, איז ער אויך א קאמפאזער פון ניגונים וואס זענען כמעט אלע איינס ביי איינס גאר אויפגעכאפט איןי די מאדערנע וועלט (ספעציעל ביי חתונות) און זינגבאר פאר אנשים נשים וטף, צ.ב.ש. והיה למשוסה, וענבי הגפן, כשם שאני, חזק, לבנימין,

אויך זיין זון אלי' האט שוין באוויזן צו קאמפאזירן ניגונים וואס זענען נושא חן ביים ציבור ווי תחי נפשי, למען דעת (מבד) א.א.וו.

The Making of Chabad with Moshe Laufer

חאצקל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 8:42 pm

· #43340
איך רעד נישט פון חב"ד מיט לאופר. איך מיין דעם אלבום וואס רופט זיך דוכט זיך "לאן".

אוי טאטי » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 3:19 pm

· #43672
איינער זאגט מיר היינט אז עס קומט ארויס א נייע סידי, פון איינעם יואלי ווייס, פרעזענטירט דורך נפתלי משה שניטצלער, עס קומט מיט א טרי די בוק, און מיט די גלעזער וואס מען ברויך האבן פאר די טרי די.

ווייסט איינער מער פרטים?
ווער איז דער יואלי ווייס?

אבי גערעדט » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 3:59 pm

· #43685
שוין לאאאאנג ארויסגעקומען, א בחור'ל יואל ווייס 15 פון לאס אנדשעלעס, א גאניאלע איידיעצוצילייגן די גלעזער, הגם איך בין סקעפטיש אז ס'זאל הייבן סעילס

אבי גערעדט » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 4:05 pm

· #43690
.
📎 cd-cover_1.jpg

על המחיה » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 11:28 am

· #44626
ניי פון 'לחיים'

לחיים זיץ - השבעתי



פריוויא

על המחיה » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 11:36 am

· #44628
נאך פון לחיים - פאר די קינדער'לעך

לחיים קינדערגארטען 2



פריוויא

על המחיה » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 11:42 am

· #44630
נאך די געוואלדיגע הצלחה פון די אלבום אמן ואמן און יידיש, האבען די חברה פון 'וועד מורא מקדש' מחליט געווען ארויס צי געבען די זעלבע זאך און ענגליש



פריוויא

קווארטין » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:04 am

· #44870
איך אויך
חאצקל
דער באקאנטער מוזיק פראדוסער יוחי בריסקמאן קומט ארויס מיט א נייע אלבום פראדזשעקט X מיט דעם באקאנטן ירושלים'ער חתונה זינגער ארלה סאמעט

אהרלה סאמעט זינגט כאילו ער האט א פערמענענט פארשטאפטע נאז איך פארשטיי כלל נישט וואס איז דא נתפעל צו ווערן פון עם.

נאכן הערן דא אין דארט, אין גראסערי וכדו.,אזוי ווי סיז מיר געפאלן, האב איך דאס געקויפט. איך מיין אז יוחי האט געמאכט זעהר א גוטן דיל מיטן נעמען אהרלע. זיין "סמוט" געזינגעכטס אבער צו די זעלבע צייט מיט אנגייענדע ענערדזשי און חיות מאכט אז די סידי זאל זיין "הערבאר".
זיך צוהערענדיג צו אהרעלע האביך אנגעזעען אז איינס פון זיינע געוואלדיגע כוחות (אויב ער לאזט מיר זאגן) איז אז ער אינוואלווד זיינע לאו נאוטס, און ער בלענדט דאס גוט מיט זיין מידדעל און היי נאוטס (פארשטייטזיך, לויט זיי רענדזש) , ער "טאונט" זייער גוט זיין קול מיטן ניגון, סיי בשעת ער איז "עולה" סיי בשעת ער איז "יורד", ער וועט אפי' צולייגן אן עקסטער תנועהל'ע צום ניגון, נישט פאר קנייטש אדער קונסט, נאר בלויז ארויס צוברענגן דעם טעם הניגון, ממנו ילמדו וכן ינגנו.
כאב אריין געקלערט, און כבין געקומען צו די הכרה אז ס'האט א סך צו טוהן אויך מיט די נעטור פונעם זינגער. אהרלע סאמעט , און די בכלל די איזראעליס, לעבען א רואיגערע לעבען (א שטייגער ווי אין יוראפ), נאך א זאך וואס כאב געטראכט, אפשר איזעס אינטערעסאנט, אבער כאב געקלערט אז אנדערש ווי דא אין אמעריקע, איבעראל עסט מען "וועטשערע" אינמיטן טאג, איז די מאגען אויך רואיגער בדרך כלל.
און איין ווארט, די רואיגקייט פונעם זינגער, די אויסגערוהטקייט איז עקטרימלי וויכטיג.

חאצקל » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 10:49 pm

· #50840
קווארטין, דו צונעמסט זייער טיף און ברייט!!!
מיט אזעלעכע ווי די איז א פלעזשער צו דיסקאסירן.

טעפל » זונטאג אקטאבער 14, 2012 4:03 am

· #50990
קווארטין
כאב אריין געקלערט, און כ'בין געקומען צו די הכרה אז ס'האט א סך צו טוהן אויך מיט די נאטור פונעם זינגער. אהרלע סאמעט, און די בכלל די איזראעליס, לעבן א רואיגערע לעבן (א שטייגער ווי אין יוראפ).
אין איין ווארט, די רואיגקייט פונעם זינגער, די אויסגערוהטקייט איז עקסטרימלי וויכטיג.

ארץ ישראל -יוראפ, די גרעסטע דזשאוק...נישטא א נערוועזערע אנגעצויגענע פלאץ ווי אין ארץ ישראל....

קווארטין » זונטאג אקטאבער 14, 2012 6:49 am

· #51003
טעפל
קווארטין
כאב אריין געקלערט, און כ'בין געקומען צו די הכרה אז ס'האט א סך צו טוהן אויך מיט די נאטור פונעם זינגער. אהרלע סאמעט, און די בכלל די איזראעליס, לעבן א רואיגערע לעבן (א שטייגער ווי אין יוראפ).
אין איין ווארט, די רואיגקייט פונעם זינגער, די אויסגערוהטקייט איז עקסטרימלי וויכטיג.

נישטא א נערוועזערע אנגעצויגענע פלאץ ווי אין ארץ ישראל....

סתם א שאלה, אויף וואס בויט איר אייער סטעיטמענט, איר זענט שוין דארט געווען? ד.ה. איר האט זיך געדרייט אין מאה שערים און איר האט דארט געזען פיל מיט נערוועזע אידן? צו האט איר געטראפן אין תולדות אהרן א סך אנגעצויגענע מענטשן? ביטע עקספלעין יורסעלף.

טעפל » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 5:59 am

· #51466
קווארטין
טעפל
קווארטין
כאב אריין געקלערט, און כ'בין געקומען צו די הכרה אז ס'האט א סך צו טוהן אויך מיט די נאטור פונעם זינגער. אהרלע סאמעט, און די בכלל די איזראעליס, לעבן א רואיגערע לעבן (א שטייגער ווי אין יוראפ).
אין איין ווארט, די רואיגקייט פונעם זינגער, די אויסגערוהטקייט איז עקסטרימלי וויכטיג.

נישטא א נערוועזערע אנגעצויגענע פלאץ ווי אין ארץ ישראל....

סתם א שאלה, אויף וואס בויט איר אייער סטעיטמענט, איר זענט שוין דארט געווען? ד.ה. איר האט זיך געדרייט אין מאה שערים און איר האט דארט געזען פיל מיט נערוועזע אידן? צו האט איר געטראפן אין תולדות אהרן א סך אנגעצויגענע מענטשן? ביטע עקספלעין יורסעלף.

יא יא האסט גוט געזאגט איך האב מיך אסאך געדרייט דארט, מאה שערים איז טאקע דא די מערסטע ליידיגייערס און זיי זענען טאקע גאנץ רואיג, אבער בעצם אין ארץ ישראל בכלל זענען אויפגערעגטע נערוועזע פארשוינען...
בלאט: 1 2