☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייע סידיס

נייע סידיס

85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1275
בלאט: 1 2

sunbar » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 9:24 am

· #51471
נאר דער וואס ארבעט דארט איז נערוועז....

טעפל » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:38 am

· #51504
sunbar
נאר דער וואס ארבעט דארט איז נערוועז....

קען אויך זיין...

קווארטין » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 3:33 pm

· #51669
הכלל, איך האב זיך טאקע באצויגן צום רואיגן שבט, והכל על מקומו יבוא בשלום.

חאצקל » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:21 am

· #62233
וואס זאגט איר צום נייעם סידי פון שאולי וואלדנער?

חאצקל » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:26 am

· #62235
שראלי ווערדיגער קומט אט אט ארויס מיט א נייער סידי. מוזיק ביי שוע פריד און יענקי בריסקמאן.
פארוואס ער האט דא באשלאסן צו נעמען צוויי ארעינדזשערס ווייס איך נישט. אין קול מבשר האט ער אמאל געזאגט אז איין ארעינדזשער האט א שטארקע מעלה, און דעריבער נעמט ער נאר איין ארעינדזשער, אויך איז ער א גיטע פריינד מיט שוע פריד און ער מיט זיין פאטער (און אויך יוסי גרין) פלעגן זאגן אז שוע איז דער בעסטער ארעינדזשער. סאו איך ווייס נישט פארוואס ער האט דא דעסיידעט צו נעמען אויך יענקי (הגם איך האלט אז יענקי איז אויך א מומחה עצום פאר די סארט ניגונים)

חאצקל » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:28 am

· #62237
אברהם פריד גרייט זיך ארויס צו געבן א דריטע טעיפ פון די סעריע אידישע אוצרות. ליבי אומר לי אז עס וועט נישט זיין אזוי געלונגען ווי די ערשטע צוויי טעיפ'ס.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:44 am

· #62241
ווער איז ליבי? א שוועסטער דיינע?...
וויצן אין א זייט. לבי אומר (אן א י׳) איז נישט גענוג א שטארקע מקור. ונזכה ונחיה ונראה.

a1b2 » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 11:01 am

· #64795
📎 602534_453027358066573_523972482_n.jpg
קרעדיט וויכי

חאצקל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 11:26 pm

· #65038
שמעקעדיג
ווער איז ליבי? א שוועסטער דיינע?...
וויצן אין א זייט. לבי אומר (אן א י׳) איז נישט גענוג א שטארקע מקור. ונזכה ונחיה ונראה.

איך זאג אזוי ווייל איך קלער אז אברהם פריד זינגט היינט מער ווי א צילייגער, ער וועט שוין היינט צולייגן נופך משלו און נישט זינגען מיט הכנעה צו יו"ט ערליך'ס מהלך. אויך קען ער מסתמא היינט שוואכער אידיש ווי אמאל, ווארים ער האט שוין היינט כמעט נישט צו וועמען צו רעדן אידיש.

חאצקל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 11:32 pm

· #65039
ווען הייבט מען אן צו הייסן א גרויסער זינגער, נאך צעהן אלבום'ס אדער נאך 15 אלבום'ס?

חאצקל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 11:36 pm

· #65041
a1b2
📎 602534_453027358066573_523972482_n.jpg
קרעדיט וויכי


דער נאמען פון דעם אלבום אודה לקל איז נישט קיין חידוש אבער עס איז גראדע זייער מושך. דער פשטות זאגט אז עס גייט זיין וואס צו הערן עפעס א רייף שטיקל ניגון אזוי ווי די אמאליגע פשוט'ע און גוטע טעיפ'ס. (קען אויך זיין די סארט אותיות איז גורם אדער עפעס אנדערש).

יידל » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 12:25 pm

· #67177
א מאדנע זאך האב איך באמערקט אויף שרולי ווערדיגער'ס נייע סידי "אודה לקל". שרולי זינגט דעם ניגון "מדת הרחמים", קאמפאזירט ביי הרב הלל פלאי, מיט א חסידישע הברה, אבער אלע ווערטער זענען מלרע (לאפוקי מלעיל). דאס קומט מסתמא פון דעם אז דער מחבר הניגון האט אריגינעל קאמפאזירט מיטן ליטווישען/ספרדישען הברה (ווי רוב ווערטער ווערן געזאגט מלרע), און וויבאדל שרולי וויל נישט נאכגיין די מאדע פון זינגען לויט דעם קאמפאזיטירער'ס הברה, זינגט ער דעם ניגון מיטן חסידיש'ן הברה (ווי רוב ווערטער ווערן געווענליך געזאגט מלעיל). אבער דאס ברענגט צו א מאדנע צוזאם שטעל פון א חסידישע הברה און ווערטער וואס ווערן געזאגט מלרע.

ביי די אנדערע ניגון וואס הרב פלאי האט קאמפאזירט, "מתיקות התורה" זעט מען עס נישט אזוי שטארק אן, כאטשיג דא דארט קען מען עס הערן (למשל ביי די ווארט "היו" אין די ערשטע פאל, אין די היו פונעם צווייטן פאל. די דריטע פאל פון "ולא יחשב בעיניהם" איז יא א דיזעסטער.)

אינטערעסאנט איז אז אין ישי לפידות' ניגון "בואי בשלום" דערקענט מען עס כמעט נישט.

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 10:55 am

· #67501
זעה "אודה לקל" שטייט דארט "הקרת הטוב" אנשטאט "הכרת הטוב". וצ"ע

טעפל » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 11:35 am

· #67513
די ניגון זרעה חיה איז עפעס מוראדיג!!!

קורץ און שארף » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 4:07 pm

· #67622
מיינע צוויי צענט איבער שרולי ווערדיגער'ס נייע סידי, און איבער זיינע סידי'ס בכלל.

אלע סידיס [דריי און נומבער] זענען הערליכע סידי'ס. באמת שיין. אבער איך בין נישט ממש א חסיד פון שרולי'ס זינגען פערזענליך.

די מעלה איז אז ער האט הערליכע ניגונים, און צוגאב אויך הערליכע מוזיק. אזוי אז די זינגער איז שוין נישט ממש דער הויפט שפילער דא.

איך זאג נישט אז ער זינגט נישט שיין, אבער די ניגון למשל פון מתיקות התורה פון ר' הלל פלאי [אגב, א מייסטערהאפטיגע שיינעם ניגון, כדרכו פון הרב פלאי שליטא], האב איך שוין געהערט אויף לחיים טיש שבועות, און איך מיין אז דארט ווערט עס געזינגען שענער אפילו ווי ער זינגט עס. אבער, עס איז פארט א שיינע ניגון, און די מוזיק איז אויך זייער שיין.

ענן כבד » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 1:46 pm

· #69966
נעכטן איז ארויסגעקומען א נייע דאבעל סידי, א קאלעקציע פון שיינע וויזניצע ניגונים, געשפילט דורך ר' מאיר אדלר און געזינגן דורך ר' יעקב דאסקל.
דא קענט איר הערן א פריוויו
📎 forshpiel-front.jpg

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 10:59 am

· #70127
טעפל
די ניגון זרעה חיה איז עפעס מוראדיג!!!

ס'איז דאך פינקי'ס.
פינקי האט הערךיכע שטיקלעך,
כי הם חיינו פון פינקי זינג איך ביים טיש (יא, כמנהג אבותי, איך עס שבת ביי א טיש) זייער אפט.
אין אן אינטערוויא מיט אריה ארליך אין ענגלישען משפחה מאגאזין זאגט ער אז מיין באליבטע אייזיק האניג קומט ארויס מיט א נייע אלבום אין חודש שבט.

אז מ'רעדט שוין פון אלבום'ס, איך וואלט זייער געוואלט איינער זאל ארויסגעבען אן אלבוים פון ילדי-פלא only.
די דיקע מענערישע קול, זיס ווי שלמי דאסקאל ביז ביטער ווי יצחק פוקס, קומט נישט צו צו א קינדערישע שארפע קול וואס צומנעמט דעם הארץ.

לאליפאפ » מאנטאג יאנואר 21, 2013 6:08 pm

· #81320
גד אלבז איז ארויסגעקומען מיט א דיסק, מקען דאס האבן אדער מיטן סידי אדער עלעקטראניש… גיי פארשטיי, א סידי איז שוין אלטמאדיש!!
📎 image.jpg

boxcover » מיטוואך יאנואר 23, 2013 4:00 pm

· #81876
לאליפאפ
גד אלבז איז ארויסגעקומען מיט א דיסק, מקען דאס האבן אדער מיטן סידי אדער עלעקטראניש… גיי פארשטיי, א סידי איז שוין אלטמאדיש!!

איינער האט באמערקט די דיסטריביושאן נומער?

מיין מיינונג » זונטאג אקטאבער 13, 2013 4:29 am

· #155941

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:37 am

· #155953
זענען טאקע אלע פרינטערס אזעלכע גראבע אמעראצים?
וויפיל טעותים קענט איר אפציילן די לעצטע שורה, והאר עיניניו? (עינינו פעלט א יו"ד)
ודבק לבנו ב.....??
איינמאל שטייט בתורתיך מיט א יו"ד, איינמאל נישט,
רוב סידי'ס האבן אזעלכע גראבע טעותים! פארוואס?

אויסדריקלעך » זונטאג אקטאבער 13, 2013 5:10 pm

· #156022
כ'הער זאגן אז צאלי'ס סידי וועט האבן אפאר פיינע ניגונים. איך גיי נישט פאר אים אין דזשענעראל, אבער כ'האב געהערט איין ניגון "מעלה גדולה" פון פינקי און ס'סאונד ווי א פיינע לידל

כתר מלכות » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:18 pm

· #157227
די ניגון מעלה גדולה איז נישט פון פינקי. ס'הערט זיך ווי א יוסי גרינ'ס ניגון. פיניק האט אויף די סידי נאר איין ניגון, ממעמקים.

אויסדריקלעך » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:32 pm

· #157233
כתר מלכות
די ניגון מעלה גדולה איז נישט פון פינקי. ס'הערט זיך ווי א יוסי גרינ'ס ניגון. פיניק האט אויף די סידי נאר איין ניגון, ממעמקים.


געטשעקט מיט מיינע סארסעס און איר זענט גערעכט! ס'איז טאקע א גרין ניגון. אבער נישט סתם א גוטס!

מנשה לוסטיג » מאנטאג פעברואר 17, 2014 5:03 pm

· #184340
<a class="postlink" href="http://www.nigunmusic.com/index.php?route=product/product&product_id=271">http://www.nigunmusic.com/index.php?rou ... uct_id=271</a>

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 4, 2014 8:30 pm

· #188644
חיים ישראל קומט ארויס מיט א דיסק פון 20 נייע ניגונים! געווענדליך קומט ער ארויס מיט פיינע סחורה, לאמיר האפן אויף ווייטער.
📎 IMG-20140304-WA0011.jpg

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 11, 2014 10:44 pm

· #190185
איינער ווייסט פרטים? כ'האב באקומען א לינק אויך באט כאנישט קיין נערוון פאר שטותים...
📎 IMG-20140312-WA0014.jpg

לאליפאפ » מיטוואך מערץ 12, 2014 12:55 pm

· #190286
דוד ושלמה - פון קאליש און גערטנער
פריוויו פון שלומי גערטנער און דודי קאליש נייע דיסק, וואס גייט ארויס בקרוב ממש.

יין שרף » מיטוואך מערץ 12, 2014 4:25 pm

· #190330
לאליפאפ
איינער ווייסט פרטים? כ'האב באקומען א לינק אויך באט כאנישט קיין נערוון פאר שטותים...

Free Purim CD by Satmar Fish store

על המחיה » דינסטאג מערץ 25, 2014 10:07 am

· #192564
די אלעמען באקאנטע 'מאמע לשון' קומט ארויס מיט א פרישע אלבום לכבוד פסח
📎 folder.jpg

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 25, 2014 10:09 am

· #192565
על המחיה
די אלעמען באקאנטע 'מאמע לשון' קומט ארויס מיט א פרישע אלבום לכבוד פסח

שוין ארויסגעקומען אפאר טעג צוריק און עס האט פעסטע מוזיק און הערליכע ארעינדזשמענטס דורך הערשי גינזבערג.

בעל הבית » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 8:20 pm

· #194606
ווייסט איינער אויב עס איז ארוס געקומען א נייע סי. די. פון ר' בן ציון שנקר ?

ארבעס » פרייטאג אפריל 4, 2014 12:38 am

· #194625
איך פלעג הערן מודזיצער טעיפס אסאך. איך העלט זיי הא בען די שענסטע ניגינים. אהההה מזמור לדוד,,,,מעורר א שטיינעדיגע הארץ......

ארבעס » פרייטאג אפריל 4, 2014 12:41 am

· #194626
בכלל רויף איך לעצטענס נאר קינדער סידיס ווייל פאר מיר דארף איך נישט. איך האב אן עפפ אויף מיין פוין. Jewishmusic. אין דער ארבעט הער איך אויך פין זיי. זיי האבען א הערליכע מיקס. צי וואס דארף איך קויפען.

ריק סאנטורעם » פרייטאג אפריל 4, 2014 2:58 am

· #194634
בעל הבית
ווייסט איינער אויב עס איז ארוס געקומען א נייע סי. די. פון ר' בן ציון שנקר ?

יא עס איז ארויסגעקומען איינס
📎 benzion-shenker-1.jpg
בלאט: 1 2