☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווער פון די היינטיגע משפיעים איז די מערסטע צו די זאך?

ווער פון די היינטיגע משפיעים איז די מערסטע צו די זאך?

82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12721
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 9:05 pm

· #416862
ווער פון די היינטיגע משפיעים איז די מערסטע צו די זאך?
ס'איז די לעצטע עטליכע יארן געווארן אין ..."סטייל"... אז ס'איז ארויפגעקומען א גרויסער טייל פונ'ם אידישן פאלק וועמענס מטרה און ציעל איז צו געבן חיזוק פאר צובראכענע הערצער צווישן אחינו בני ישראל...!

ס'זענען בליעה"ר דא א גרויסע צאל פון אט די מענטשן. כמעט ווי שוועמלאך נאך א רעגן. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.

לאמיר נאר אננעמען 3 אידן פון אט די גרופ...ה"ה...ר' אלימלך בידערמאן שליט"א (וואס זיין יונגערער ברודער זעהט אז ס'איז א גוטע ביזנעס. הייבט ער אויך זיך אן אריינצולאזן אין אט די ליין. אין פארשידענע פארמס.)...!

הרב בנימין אייזנבערגער שליט"א. וואס ער שטאמט בכלל נישט פון קיין רעבישע אדער רבנ'ישע משפחה. (ס'נישט אז ס'איז א חיסרון. אבער דיבר הכתוב בהווה.). זיין טאטע שליט"א איז א איד א סוחר. ער האנדלט און מענעדזשט ריעל עסטעיט.

הרב יואל ראטה שליט"א. אן אייניקל פון הרב הגאון המקובל. פוסק הדור. ר' יחזקאל ראטה שליט"א. וואס ער איז מתחילה געווען רידזשעקטעד ביי זיין משפחה. ווייל ער איז געווארן א ברסלב'ער חסיד. א תלמיד פונ'ם מהרא"ש...!

לפענ"ד טוט ער די מערסטע אויף למעשה. און ער איז די מערסטע צוגענגליך פאר א יעדן איד. נישט דווקא פאר די נשברי לב. און ווער שמועסט נאך פון זיינע געוואלדיגע פעולות לטוב מיט די צובראכענע אידישע נשמות וואס די ..."עיני הדור"...האבן געלאזט ארומוואנדערן אין שמוץ און אין זומפ. און זיי האבן געזאגט אזוי ווי די זקני העיר ביי די פרשה פון עגלה ערופה..."עיננו לא ראו וידנו לא שפכו את הדם הזה"...!

הרב ר' אלימלך בידערמאן שליט"א. אויסער דעם פאקט וואס ער שטאמט פון גרויסן ייחוס. איז ער אויכעט א מענטש מיט זייער א ווארעם הארץ. און ער שפירט דעם צער פון א יעדן איד. זיינע דרשות זענען שוין היינט פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט אין עטליכע שפראכן...!

איך קען פערזענליך א איד וואס איז אדורך זייער א שווערע תקופה אין ביזנעס. און ער האט נעבעך געליטן שווערע עקאנאמישע פראבלעמען. אויסער זיין פארלירן די גאנצע פארמעגן. האט ער אויך פארלוירן די דין תורה. און ועל כולם, האט ער געוואלט ווערן א שותף מיט זיין אייגענעם זוהן. מיט וועם ער האטציך שטארק געמוטשעט אלס בחור. (וואס איך בין אן עד ראיה) אין אן אויפגייענדע ביזנעס. און דער זוהן האט איהם ארויסגעווארפן פון שותפות מיט גרויסע בזיונות. אט דער איד שעפט חיזוק פון הרב ר' אלימלך בידערמאן. פון וועם ער באקומט די וועכנטליכע גליונות אנליין...!

הרב אייזנבערגער שליט"א: איך בין נישט צו שטארק באאיינדרוקט פון זיינע מעשים און פעולות. לויט ווי איך בין אינפארמירט איז ער בבחינת א ..."קאנטראל פריעק"...כ'ווייס נישט. אפשר האבן עס זיינע שונאים אויסגעטראכט...! אזויפיהל ווייס איך יא. אז זיינע אנהענגערס מאכן פון איהם א גאנצע..."עבודה זרה"...זיי גלייבן מער אין איהם ווי אין זיין מעסעדזש...!

רבותיי. ווער ס'ווייסט פון נאך אידן וועלכע זענען מחזקים. און זענען אפן אויף די געוועב. (אדער אפילו נישט) זענען געבעטן צו צו לייגן. אויך ביטע קאמענטירן אויף סיי וועלכן פון די מחזקים וואס זענען דא אויסגערעכנט...!

טמיר » מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 10:30 pm

· #416867
Re: ווער פון די היינטיגע גורו'ס איז די מערסטע צו די זאך?
איז דא איינעם וועם מען קען ריפן און זיך דורכרעדן/ באקומען חיזוק? אומזינסט אהן אן אפוינטמענט. אויב יא, אפשר א טעלעפאן נומער ביטע?

יהודי פשוט » מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 11:26 pm

· #416870
Re: ווער פון די היינטיגע גורו'ס איז די מערסטע צו די זאך?
אויב מ'רעדט פון קאנטראל פריעק איז ר' יואל ראטה די ערשטע אדרעסס

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:13 am

· #416877
יהודי פשוט: דיין בילד און דיין חתימה זענען סותר דיין מעסעדזש. זיי מוחל שטיץ אונטער דיין טשארדזש מיט א ביסל פאקטן...! אנישט וועט דער מצב אויסזעהן ווי די נארישע, תמימות'דיגע אונגערישע אידענע אין וויליאמסבורג. וואס האט בשעת די מחאה אקעיגן ר' יואל ראטה געזאגט..."יולי ראוטה, מאח שעמו"...!

די באוואוסטע פאקטן, דערווייל ווייזן פארקערט...אז ער איז מעלה. ער ברענגט ארויף אידישע נשמות. די נדחי ישראל...!

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:15 am

· #416878
יעצט דערמאנט: דער סטיטשינער רבי, שליט"א. וועלכער האט זיין ביהמ"ד אויף 54 סטריעט אין בארא פארק...אבער, לויט ווי איך הער, איז זייער שווער צו צו קומען צו איהם. מכח כמה טעמים..,!

גראף » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:28 am

· #416880
רבי מאטל'ע זילבער'ס שול איז שוין נישט אויף 54 נאר אויף 61 און 17.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:30 am

· #416882
יישר כח. דו האסט נאך עפעס צו צו געבן פרטים. איבער דעם מהות. און אויפטוהען פונ'ם רבי שליט"א...?!

תורה ומדע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 10:39 am

· #416907
דוכצאך אז אין די לעצטע פינעף צו צען יאהר זענען די משפיעים געווארען וועניקער בעיני הציבור און די גרויסע פירמע רביס זענען געשטיגען עשרת מונים. דער ציבור איז מכיר אז בזמננו, צו נושא בעול זיין מוסדות התורה וחסד, משפיע זיין תורה ויר״ש פאר תלמידים ותלמידות פון אלע יאהרגענג, און אוועקשטעלען כוללים און ערליכע בעה״בים בדרך הממוצע מיט נארמאלקייט כראוי איז אסאך שווערער ווי האלטן דרשות און זיין א צדיק בלויז אין פעלץ. די גרויסע רביס (די ערליכע) האבען למעשה א מסורה פון הנהגה, מנהגים, עקספיריענס, א הארץ מחזק צו זיין יחידים, פינאנציעלע אחריות פאר יחידים און פארן ציבור, און א מאנדטאט פון זייערע חסידים מנהיג צו זיין דאס עדה זייערע. די משפיע מאווומענט איז לדעתי אן עקספערימענט וועלכער האט פאר א וויילע געצויגען אפגעריסענע חסידים און האלבע ליטוואקעס וועלכער האבען ניט קיין מקום. סהאט זיך אויסגעלאזט א בוידעם צוליב דעם אז די משפיעים העלפען ניט די אנהענגער זייערע אין קיין שום הינזיכט נאר חיזוק בדברים אדער וואלקן קראצעדיגע דברי תורה פארלירענדיג די צוויי פיס פון די ערד.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 11:03 am

· #416908
עס איז דא אסאך וואס צו טון פאר אידנ'ס וועגן. דער וואס האט די פעהיגקייטען צו בויען בנינים און מוסדות, טוט דאס. דער וואס קען זינגען לידער, טוט דאס. דער וואס קען גייען אין כנסת און עסקנ'ען, טוט דאס. און דער וואס קען הייבען די מוט פון אידן, טוט דאס. עס איז נישט קיין סתירה און נישט קיין מחלוקת צווישן די צוויי.

גראדע וואלט איך געוואלט וויסן צו די משפיעים האבען א לאנג טערמיניגע איינפלוס אויף א מענטש און א ציבור. א מענטש וואס קלינגט אן זיין חבר און רעדט אויס די הארץ אויף זיין ווייב, וועט אפשר הנאה האבען ווען זיין חבר איז מסכים צו אים, אבער העלפען העלפט עס א קאדאכעס. די משפיעים דארפען נישט נאר ווייזען אז זיי קענען סובל זיין מענטשען, נאר אז זייער הילף און חיזוק האלט אן די מענטש און שפעטער איז ער טאקע א געהאלפענער.

מו"ר מוואודרידזש שליט"א זאגט אלץ אז שקר אין לו רגלים, ד.ה. אין די שקר באוועגונגען, האבען זיי שטארק מורא אז די מענטשן וועלען זיי צום סוף אפלאזן, וואס טוט מען? די ערשטע זאך איז אז מ'האקט אפ די פיס, אין לו רגלים, מ'רעדט איין דעם מענטש אז אוועקגיין איז די ערגסטע זאך וואס מ'קען טון, און מ'מאכט זיכער אז יענער בלייבט דא. אמת דארף דאס נישט טון. עס קען שטעלן דעם מענטש אויף די פיס, און ווייטער קען ער אליינס גיין. ודפח"ח.

די פארטייען ארבעטן שטארק אז די משפיעים זאלן נישט מצליח זיין. אין איין פלאץ רודפ'ט מען, אין א צווייטע פלאץ דינגט מען אפ כמו פסיכולוג'ן צו וווייזן אז 'די אלע חברה וואס וואלגערן זענען נישט מצליח', אין א דריטע פלאץ מאכט מען אפ מסורת'ן וכדו'.

לגבי די אחים לבית בידערמאן, איך קען א פאר לעלוב'ער חסידים, וואס זיי זאגן אז לעלוב האט אלס געהאט א שארפקייט און א ביטול, און ר' נחמן פארטרעט דאס פיל מער. ר' אלימלך איז מער פון די היינטיגע סטיל משפיעים. איך מיין אז ר' נחמן האט טאקע בחורים, אזעלכע ר' מאטל זילבער סטיל אויבער-חכמים, אבער דאס איז נאר מיין איינדרוק פון אמעריקא.

תורה ומדע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 11:33 am

· #416914
אבער למעשה דאס מאדעלל פון א פארטיי איז שטערקער מיט דעם אז עס ווערט דארט צוגעשטעלט בעיסיק קהלישע סערוויסעס און באדערפענישן פאר חצי חינם, און אויך חינוך און רוחניותדיגע צרכים מיט א מסורה פון ניגונים, נוסחאות, מנהגים, לומדות ,דברי תורה, מעשיות, דף יומי, וכדו׳ אויף א גאנץ א שיינעם אופן. ווען א איד דארף זוכן די אללע זאכען אליין איז ער בדרך כלל אויף געהאקטע צרות. דאס איינציגסטע תנאי וועלכער מוז זיין איז אז דער אדמו״ר זאל זיין א שטיקל ת״ח, א בעל מידות, און נישט מער ווי א דורכשניטליכר ירא״ש. די משפיע׳שע וועלט האלט נאך זייער ווייט פון דעם.

יעקב מענטש » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 12:53 pm

· #416916
@תורה ומדע.

איך זעה נישט ווי איינס האט מיטן צווייטן, קיין איינער פון ר' אלימלך בידערמאן'ס צוהערער זענען זיינע חסידים, מ'בלייבט ווייטער א סאטמערער, קלויזנבורגער, ליטוואק וכו' און מ'הערט רבי מיילעך'ן פאר חיזוק און אידישקייט, זאל ר' מיילעך מתיר זיין צו גיין צו די בחירות קלערסטו אז די סאטמורים וועלן אנהייבן גיין אין די מאסן? אדער אפי' רבי יעקב מאיר שליט"א איז גאר שטארק פארהייליגט, האט אויך נישט קיין למעשהדיג השפעה אויף די השקפה פון זיינע קוויטעל געבער אויב ס'איז זיך סותר צו ווי זיי באלאנגען.

געציילטע משפיעם וואס האבן געמאכט די חסידים 'זייערע' מוהרא"ש/ר"י ראטה און העלבראנץ.

ארי נוהם » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:02 pm

· #416918
תורה ומדע
דוכצאך אז אין די לעצטע פינעף צו צען יאהר זענען די משפיעים געווארען וועניקער בעיני הציבור און די גרויסע פירמע רביס זענען געשטיגען עשרת מונים. דער ציבור איז מכיר אז בזמננו, צו נושא בעול זיין מוסדות התורה וחסד, משפיע זיין תורה ויר״ש פאר תלמידים ותלמידות פון אלע יאהרגענג, און אוועקשטעלען כוללים און ערליכע בעה״בים בדרך הממוצע מיט נארמאלקייט כראוי איז אסאך שווערער ווי האלטן דרשות און זיין א צדיק בלויז אין פעלץ.

זיסע חלומות, חלומות באספמיא.
דו ביסט טאקע א בעלזער חסיד וואס לעבט אין דיין בעלזער באבעל, אבער הער וואס א נישט-חסיד-פון-קיינעם זאגט דיך: די משפיעים ווערן נאר גרעסער בעיני הציבור פון יאר צו יאר.
ר' מאטל זילבער האט אין די לעצטע פינף יאר זיך אויפגעבויט א ריזן שול, מסתמא גרעסער פון ראכמיסטריבקא, פאר די אומצאליגע מאס אידן ("בארא פארקע" אידן!) וואס ווילן קונה זיין ביי א משפיע. און ער איז שוין א קיצונישע משפיע.
ר' מיילך בידרמן איז אין די לעצטע פינף יאר געווארן אזוי גרויס און זיין השפעה איז אזויפיל געשטיגן, אז נישט נאר חסידישע נאר אויך ליטווישע ישיבות און אפילו שטעט (ווי רכסים) רופן אים צו געבן זיינע שמועסן און אפילו פראווען שבתים מיט זיי. ווען ער וואלט געעפנט א שול, וואלסטו געפאלן חלשות ווי גרויס ער איז געווארן.
ר' מיילך האט געגעבן דעם גרין לייט פאר זיינע ברידער. אויב 10 יאר צוריק האט יעדער געוואוסט אז זיין ברודער ר' נחמן איז א צדיק, איז עס היינט נישט א ידיעה בלבד נאר ער האט א ריזן חסידות'ל וואס איז פארגלייבט אין אים און גיבט ארויס זיינע שיחות וספרים. זיין ברודער ר' חיים יוסף איז נאר באקאנט געווארן די לעצטע פאר יאר און יעצט קומען שוין ארויס אויך זיינע שמועסן. די דריי זענען משפיעים וואס זענען געווארן ריזיג די לעצטע פאר יאר - הגם פון ר' נחמן האט מען שוין געהאט געוואוסט נאך פריער.
יואלי ראטה, וואס פערזענליך גיי איך נישט שטארק פאר אים, איז פארט א געוואלדיגע כח וואס איז געווארן אזוי מאכטפול די לעצטע פאר יאר, אזש די מבצע המיליון אנליין האט קלארגעשטעלט וויפיל חסידים מעריצים און ידידים ער פארמאגט. א יונגערמאנטשיק וואס פירט א ריזיגע עדה, וואס האט אנגעהויבן גע'רודפ'ט אבער איז אריבער א וואונדערליכע רימעיקינג די לעצטע פאר יאר, און האט היינט א כח וואס ער האט נישט גע'חלומ'ט 5 יאר צוריק.
דאס זענען נאר געציילטע דוגמאות, טאקע וואס בערל האט געברענגט בתחילת האשכול, אבער אזוי איז באופן כללי מיט משפיעים די לעצטע פאר יאר. הייב אן מיט י' י' דזשעיקאבסאן ענד די ליסט גאוס אן ענד אן.
קריך ארויס פון דיין באבעל!


תורה ומדע
די גרויסע רביס (די ערליכע)

די גרויסע רבי'ס די ערליכע? כ'הער גוט?
תרתי דסתרי.


תורה ומדע
די גרויסע רביס (די ערליכע) האבען למעשה א מסורה פון הנהגה, מנהגים, עקספיריענס, א הארץ מחזק צו זיין יחידים

א מסורה אויף וואס?
מיין טאטע איז געזעצן אויף זיין שטול ללא סיבה און איך זיץ אויפן שטול ללא סיבה
מיין טאטע האט זיך געשלאגן מיט זיין ברודער און איך שלאג מיך מיט מיין ברודער
מיין טאטע האט אונטערדרוקט יחידים און איך אונטערדרוק יחידים
נאך א מסורה? הנהגה? עקספיריענס? (אפשר אין רשעות? הלכות גאלדענע בעקיטשע?) א הארץ? ס'איז נאך דא אזא בריה אין א רבישע גוף? מחזק זיין יחידים? דו ביסט פון קאפ געפאלן?...


תורה ומדע
די גרויסע רביס (די ערליכע) האבען למעשה א מסורה פון הנהגה, מנהגים, עקספיריענס, א הארץ מחזק צו זיין יחידים, פינאנציעלע אחריות פאר יחידים און פארן ציבור, און א מאנדטאט פון זייערע חסידים מנהיג צו זיין דאס עדה זייערע.

א מאנדאט פון זייערע חסידים האבן זיי נישט. סך הכל האבן די חסידים נישט קיין אנדערע אויסוואל, און זענען מאכטלאז קעגן די פאר קנאקערס אין הויף וואס זענען קובע מסמרים בשטח און דער פשוטער חסיד קען זיך נישט אקעגנשטעלן. אבער אז דער פשוטער חסיד זאל פאקטיש געבן א מאנדאט פאר זיין רבי'ן? לכאורה האט קים יאנג איל געהאט א מאנדאט פון גאנץ צפון קארעא אז ער איז דער רבי פונ'ם לאנד.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:18 pm

· #416920
תורה ומדע
אבער למעשה דאס מאדעלל פון א פארטיי איז שטערקער מיט דעם אז עס ווערט דארט צוגעשטעלט בעיסיק קהלישע סערוויסעס און באדערפענישן פאר חצי חינם, און אויך חינוך און רוחניותדיגע צרכים מיט א מסורה פון ניגונים, נוסחאות, מנהגים, לומדות ,דברי תורה, מעשיות, דף יומי, וכדו' אויף א גאנץ א שיינעם אופן. ווען א איד דארף זוכן די אללע זאכען אליין איז ער בדרך כלל אויף געהאקטע צרות. דאס איינציגסטע תנאי וועלכער מוז זיין איז אז דער אדמו"ר זאל זיין א שטיקל ת"ח, א בעל מידות, און נישט מער ווי א דורכשניטליכר ירא״ש. די משפיע׳שע וועלט האלט נאך זייער ווייט פון דעם.

כבר מלתי אמורה באשכול זו, ולא אמרו רבנן בכפילא.

אבער דיינע פאקטן זענען נישט אזוי קרוב צום אמת. אין ב.פ. איז דא שיעורים אומעטום. ווער האט עס געגרינדעט? נישט פארטיי, נישט קיין צענטראלע ארגאניזאציעס, נאר יעדער וואס האט עס געדארפט, אדער יחידים וואס האבן געוואלט איינקאסירן עוה"ב (אזוי ווי הרב באלד). און אזוי אויך אין לעיקוואד, לאנדאן, ירושלים און מאנסי.

דיין גלויבונג דערמאנט מיר פון א מעשה מיט דער אינגעל וואס האט געהאט אן אויסוואל וועלכע פאך צו לערנען, אדער שניידעריי אדער שוסטעריי. צום סוף האט ער מחליט געווען צו ווערן א שוסטער. נאך פופציג יאר האט ער זיך באטראכט זיין לעבן, און א זאג געגעבן "נאך א מזל איך בין געווארן א שניידער. אין פופציג יאר איז קיינער נישט געקומען צו מיר באשטעלען א פאר שיך. שטעל זיך פאר איך לערן שוסטעריי, וואלט איך דאך אויסגעגאנגען פאר הונגער".

יא, דו זעסט א פארטיי וואס מאכט שיעורים, מיינסטו אז נאר פארטייען שטעלן צו שיעורים (וכו'). דערווייל ווען עס וואלט נישט געווען די פארטיי, וואלט געווען שיעורים און חדרים, כוללים און ישיבות. אפשר ניגונים נישט, הייסט'ס משפחת בידערמאן גיבען חיזוק, און משפחת טברסקי, הלברשטם, טייטלבוים, רוקח, אלתר וכו' שטעלן צו ניגונים.

תורה ומדע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:29 pm

· #416922
סארי ר׳ לייבל, אבער איר זענט מיסינג מיין פאוינט. די משפיעים כבודם במקומם מונח, (איך אליין האב אסאך יונק געווען פון ר׳ מאטלע׳ן שליט״א). אבער לאחר הכל, אפילו זיי פילען אהן א וויכטיקער נויט אינעם דור, וועלכער ליידט ליידער פון ליידיגקייט, זענען זיי נישט נושא בעול אין די אמתע צרכים הגשמיים והרוחניים. דאס סערוויס זייערס איז א גוטע סאפפלאמענט, אבער דאס פלייש און קארטאפל פון די צרכי הכלל ווערט אהנגעפילט דורך די גרויסע פארטייען, מיט אללע חסרונות. אמת, אויב די בני בידערמאן שליטא, למשל,עפענען אליין פארטייען וועלען זיי טוען א גוואלדיגע טובה פאר דאס עולם וועלכער לעכצן נאך זיי.

גדליה » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:38 pm

· #416923
רבי צבי מאיר האט טאקע געגרונדעט א פארטיי, די פראבלעם איז אז דער מענטש קען נישט עכט פירען א קהילה אידען, יא ער קען זייער גוט שרייען און קלאטשען אבער פירען קען ער נישט

גדליה » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:39 pm

· #416924
תורה ומדע
סארי ר׳ לייבל, אבער איר זענט מיסינג מיין פאוינט. די משפיעים כבודם במקומם מונח, (איך אליין האב אסאך יונק געווען פון ר׳ מאטלע׳ן שליט״א). אבער לאחר הכל, אפילו זיי פילען אהן א וויכטיקער נויט אינעם דור, וועלכער ליידט ליידער פון ליידיגקייט, זענען זיי נישט נושא בעול אין די אמתע צרכים הגשמיים והרוחניים. דאס סערוויס זייערס איז א גוטע סאפפלאמענט, אבער דאס פלייש און קארטאפל פון די צרכי הכלל ווערט אהנגעפילט דורך די גרויסע פארטייען, מיט אללע חסרונות. אמת, אויב די בני בידערמאן שליטא, למשל,עפענען אליין פארטייען וועלען זיי טוען א גוואלדיגע טובה פאר דאס עולם וועלכער לעכצן נאך זיי.

די סיבה פארוואס די דור ליידט פון ליידיקייט איז טאקע צוליב אט די פארטייען וואס די דערמאנסט.
פלייש און קארטאפעל שטעלען זיי שיין צו, די קרעדיט געב איך זיי. די פארטייען טויגען צו פלייש, בפרט בהמה'שע פלייש. איך קויף אפילו איין מיין ריב סטעיק אין סאטמאר פלייש געשעפט.

תורה ומדע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 3:07 pm

· #416930
גדליה
תורה ומדע
סארי ר׳ לייבל, אבער איר זענט מיסינג מיין פאוינט. די משפיעים כבודם במקומם מונח, (איך אליין האב אסאך יונק געווען פון ר׳ מאטלע׳ן שליט״א). אבער לאחר הכל, אפילו זיי פילען אהן א וויכטיקער נויט אינעם דור, וועלכער ליידט ליידער פון ליידיגקייט, זענען זיי נישט נושא בעול אין די אמתע צרכים הגשמיים והרוחניים. דאס סערוויס זייערס איז א גוטע סאפפלאמענט, אבער דאס פלייש און קארטאפל פון די צרכי הכלל ווערט אהנגעפילט דורך די גרויסע פארטייען, מיט אללע חסרונות. אמת, אויב די בני בידערמאן שליטא, למשל,עפענען אליין פארטייען וועלען זיי טוען א גוואלדיגע טובה פאר דאס עולם וועלכער לעכצן נאך זיי.

די סיבה פארוואס די דור ליידט פון ליידיקייט איז טאקע צוליב אט די פארטייען וואס די דערמאנסט.
פלייש און קארטאפעל שטעלען זיי שיין צו, די קרעדיט געב איך זיי. די פארטייען טויגען צו פלייש, בפרט בהמה'שע פלייש. איך קויף אפילו איין מיין ריב סטעיק אין סאטמאר פלייש געשעפט.

מהיכי תיתי? איך קען שרייבען תילי תילים פון קריטיק אויף די פארטייען אויב דו ווילסט. אבער ס׳נישט קיין קונץ צו קריטיקירען. כל זמן די משפיעים זענען נאר משפיע, און נישט נושא בעול אין די יסודותדיגע צרכים הרוחניים והגשמיים, הכלליים והפרטיים, פונעם דור, זעה איך נישט דעם אלטערנאטיווער פראדוקט.
וואס מיינסטו, די קאמוירשעל אדמורים וואלטען נישט זיך געקענט דעוועלאפירען צו ווערען משפיעים? אוודאי וואלטען זיי דאס געקאנט, סאיז אסאך לייכטערע ארבייט! ס׳פאדערט נישט קיין גרויס געלט, מדארף נישט העלפען קיין יחידים מיט עצות פון פרנסה, רפואה, חינוך, וכדו׳, מדארף נישט זארגען פאר חינוך פון אללע סוגים פון תלמידים און שטובער. סך הכל דארף מען זיך פארגלייזען די אויגען, אפלאכען פון קוימירשעליזירטע חסידות, און זיך פארקויפן אלץ ״אמת זוכער״. איך ווארט צו זעהן איינע פון די משפיעים זאלען אויפטוען עפעס קראנט פארן דור!

אברך משי » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 3:51 pm

· #416932
גדליה
רבי צבי מאיר האט טאקע געגרונדעט א פארטיי, די פראבלעם איז אז דער מענטש קען נישט עכט פירען א קהילה אידען, יא ער קען זייער גוט שרייען און קלאטשען אבער פירען קען ער נישט


דוכט זאך אז דער עולם פארפארט פון די נקודה. רוב פון אונזערע היינטיגע רבי'ס קענען נישט באמת פירן. כבודם במקומם מונח אבער רובא דרובא זענען לוקים בחסר צו ס'איז אין שכל, געלונגנקייט, מענטשליכקייט, הארץ, פארשטענדעניש, ועוד ועוד, גיי אדורך אלע אדמורי"ם איינס ביי איינס וועסטו זען אז זיי זענען נישט נבחר געווארן לעמוד ולשרת בראש העדה הקדושה מחמת זייער שלימות אין הנהגה. נאר וואס דען? דער פאקט האט זיך שוין אזוי אויסגעשטעלט אין אונזער סיסטעם אז אין א פארטיי המכונה "חסידות" זענען פארהאן אסאך אנ"ש וואס זענען מקריב לייב און לעבן און געלט און כח פאר דער מקום שהתפללו אבותי, ולכן אפילו דער רבי איז א מלך אביון וואס דו וואלסט עם נישט אויסגעוועלט אפילו צו זיין א נורסערי מלמד פון דיין יונגל אין חדר, וקל וחומר בן בנו של קל וחומר אז מיט זיין באצויברנדע-צוציאונגס-קראפט וואלט ער נישט געקענט האלטן אפי' א שיעור א' פון א ישיבה קטנה אין די ראמען פאר מער ווי פינעף מינוט, אבער פלוצלינג איז ער א מלך-ביופיו-תחזינה-עינינו און הונדרעטער און טויזענטער אידן שטייען גרייט אויף זיין באפעל און קלאטשן ווען ער קלאטשט און טרינקן מיט דארשט זיין שאלעשידעס-תורה וואס איז עפ"י רוב נישט ראוי לברכה (און ווען יא, האט עס דער פעהיגער חברותא פון דער רבי שליט"א געהאלפן צוגרייטן, און דער רבי האט דאס ביסל שיינקייט אפגעהארגעט מיט זיין שטומפיגע שפראך און ארימע קענטעניס פון ידיעת התורה. בדרך כלל).

לעומת זה ביים "משפיע" וואס דאס איז א פאסטן וואס קען נאר עררייכט ווערן (ע"פ רוב) דורך כשרון, ידיעות, חכמה, געפיל, וכדומה לזה, ווייל אז נישט הערט דיך קיינער נישט אויס, איז אבער נישט דא די גבאים מיט די משרתים ויוצר משרתים אז ס'זאל ווערן עפעס א מענטשליכע קהילה מיט מוסדות און בנינים, טאקע ווייל דער עולם גייט עסן פלייש און קארטאפל ביים רבין זאל זיין געזונד, און מ'קומט צום משפיע נאר אריינטשעקן ווען ס'גלוסט זיך אביסל ווארימקייט אין רוחניות, מ'געט זיך א טובל און ארויס, מהאי טעמא בלייבט דער משפיע וואס איז בדרך כלל א אמת'ער מנהיג מיט אלע קוואליפעקאציעס אויסגעשפילט, און דער רבי וואס טויג אויף כפרות קען טון ככל העולה על רוחו און ס'איז ממש א קב חומטין דהיינו שוואנצאנעס, און המוני אנשי שלומו וואס איז כולל אין זיך אויך תלמידי חכמים ויודעי ספר וואס קענען דעם רבין איינפאקן אין לינקע קעשענע צוויי הונדרעט מאל, זיי שטייען איבערגעבויגן מיט יראת הכבוד א קוש צו טאן די כפות ידיו הקדושות פון דער אומבאלימפערטער רבין, און זיי זענען מבטל זייער חוות דעת צום עומק חכמתו פון דער איד וואס משום מה וועט פסקענען אלע שאלות אין לעבן אנגעהויבן פון א נאמען געבן פארן רך הנולד ביז צו מאכן הארץ אפעראציעס.

וואלט נאר געווען היינט אזויווי אמאל ווען די חסידים זענען געפארן זיך וועלן א רבין וואס זיין דרך אין עבודת ה' איז זיי געפעלן, און דאס געלט און פעהיגקייט וואלט אריינגעפלאסן אין די מאסן צו הרב בידערמאן אדער הרב זילבערבערג וכדומה, נאך ווי ס'וואלטן געווען מוסדות און בנינים און פארטיגע פארטייען מיט אלע פיטשיווקעס, ווייל אויב ס'דא ווער ס'קען פירן און אויפטון איז עס זיי מער ווי אסאך אנדערע. הנלענ"ד כתבתי.

תורה ומדע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 4:03 pm

· #416936
ווען הרבנים זילבערבערג אדער רוט, וואלטן געהייסן טווערסקי אדער טייטלבוים וואלטן זיי אויך נישט עומד געווען אין די אויגען פון די האסיגע מתנגדים. נאר יעצט אז זיי זענען אינעם אנדערן צד זענען זיי פלוצלונג אזעלכע מוכשרים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:29 pm

· #416952
איך מיין די סברא זאגט נישט אזוי. זיי קומען דאך מיט עפעס, זייערע מענטשן דארפן נישט רעדען פון 'זיך האלטן צוזאם' אז מ'זאל זיך צוזאם האלטן.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 8:07 pm

· #416985
הרב בנימן אייזנבערג שליט"א איז יעצט כהיום מער א משפיע ווי אן אדמו"ר. נאר מיט די צייט (לויט ווי די חסידים לויפן איהם נאך) וועט ער נאך ווערן א פולל-פלעדזש'ד רבי פון א חסידות. מיט פיהרן טישן וואו מ'טיילט שיריים פון קוגל און פירות טישן. א שטריימל קענמען סיי ווען קויפן פאר א 5 אדער 6 אלפים. ס'וועט נאך אפיהר קומען עפעס אן עלטער זיידע פון די מארמאראשער אדער גאליציאנער געגנט וועלכער איז איהם געקומען צו חלום אז ער זאלל אנהייבן נוהג זיין באדמורו"ת. און מ'וועט אי"ה אנהייבן בויען מוסדות. מיט אלע פיטשעוועקעס. דער ניי געקרוינטער אדמו"ר און זיינע אדיוטאנטן וועללן נאך ארויפלייגן א 6 באסעס אויפ'ן ראוד. כדי צו פיהרן די צאן קדשים אין חעידער אריין. און דאס וועט נאך מער פארשווערן און פארשטאטערן דעם אזוי אויך אנגעצויגענעם מצב פו טרעפיק אין די גאסן פון בורא ד'פארקע. (איך נעם א רעדזשיסטער'ד טרעיד מארק אויף אט דעם נאמען). מ'וועט באשטעללן די פאטאגראפיסטן פון די רעבישע פאטא-זשורנאללן זיי זאללן קומען אפפיקטשערן דעם רבי'ן אין אלע מצבים פון אידישן לעבן. למען ילמדו בני ישראל בינה...!

נ.ב.: איך מיין נישט איהם פערזענליך. כ'האב נאר געגעבן א שטיקל בילד וויאזוי א מצב קען זיך אנטוויקלען...!

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 8:15 pm

· #416987
@תורה ומדע: למעשה גערעדט, לאמיר זאגן אז די רבי פון לובלין וואלט היינט אוועק, און די חסידים לאזן זיך ארויס זוכן א נייע רבי, צו וועם וואלטן זיי געגאנגען?

יהודי פשוט » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 1:20 am

· #417027
Re: ווער פון די היינטיגע משפיעים איז די מערסטע צו די זאך?
רביה''ק זי''ע
@תורה ומדע: למעשה גערעדט, לאמיר זאגן אז די רבי פון לובלין וואלט היינט אוועק, און די חסידים לאזן זיך ארויס זוכן א נייע רבי, צו וועם וואלטן זיי געגאנגען?
איך גלייב אז זיי וואלטן געקומען צו מיר....

תורה ומדע » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 10:34 am

· #417045
ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין די סברא זאגט נישט אזוי. זיי קומען דאך מיט עפעס, זייערע מענטשן דארפן נישט רעדען פון 'זיך האלטן צוזאם' אז מ'זאל זיך צוזאם האלטן.

ליטוואק, מיינסט טאקע אז די רביס פון קאממירשל חסידיות, א שטייגער ווי דער סטאלינער רבי, דער בעלזער רב, דער סלונימער רבי, דער מאדזיצער רבי, דער ראחמיסטריווקער רבי פארקויפען זעראו. איך גלייב נישט אז דו ביזט אזא מצומצם. איוב זיי וואלטן געווען בלויז משפיעים, און נישט רביס, וואלטן זיי געווען וייניגער פון ר יואלי ראט?! 😉

תורה ומדע » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 10:34 am

· #417046
.

תורה ומדע » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 10:38 am

· #417047
רביה''ק זי''ע
@תורה ומדע: למעשה גערעדט, לאמיר זאגן אז די רבי פון לובלין וואלט היינט אוועק, און די חסידים לאזן זיך ארויס זוכן א נייע רבי, צו וועם וואלטן זיי געגאנגען?

איהר פרעגט א גוטער רעהטאריקער פראגע. אבער מהיכי תיתי אז נישט קיין סטאלין, ראחמיסטריווקא, בעלז, סלונים, אדער איינער פון דו שטארקע רביס היינט. אין אמעריקא איז טאקע לדעתי שווער צו טרעפן א לויטערער חסידשן גדול היינט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 11:21 am

· #417048
תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין די סברא זאגט נישט אזוי. זיי קומען דאך מיט עפעס, זייערע מענטשן דארפן נישט רעדען פון 'זיך האלטן צוזאם' אז מ'זאל זיך צוזאם האלטן.

ליטוואק, מיינסט טאקע אז די רביס פון קאממירשל חסידיות, א שטייגער ווי דער סטאלינער רבי, דער בעלזער רב, דער סלונימער רבי, דער מאדזיצער רבי, דער ראחמיסטריווקער רבי פארקויפען זעראו. איך גלייב נישט אז דו ביזט אזא מצומצם. איוב זיי וואלטן געווען בלויז משפיעים, און נישט רביס, וואלטן זיי געווען וייניגער פון ר יואלי ראט?! 😉

דו רעדסט אין דער לופט אריין. לאמיר צונעמען די מעלות פון איין משפיע, און דערנאך זעען צו ס'איז בכלל אויפגעוויזען אז סיי וועלכע קאמערשעל רבי האט די מעלות.
למשל, ר' צבי מארי זילברברג איז אן עובד ה' מנעוריו. איז עס אויפגעוויזען אז דער מודזיצער רבי איז געווען סיי עפעס בעסער ווי א נארמאלע בחור\יונגערמאן מנעוריו? ער האט א קאכעדיגע נאטור, וואס גיסט זיך איבער צו זיין צוהערערס, האט מען געזען די מעלה ביים רחמסטריווקא רבי?
ר' יואל רוטה האט אידענטיפרט א געוויסע אנטוישיונג ביי א געוויסע חלק פון די ציבור, און ער רייט דערויף. האט דער סלונימער רבי אנטדעקט סיי וועלכע אזעלכע אנטוישונג? פון וואנעט זעסטו דאס?

מיר ווייסען איין זאך פון סיי וועלכע רבי, אז ער איז געבוירען געווארען צו א רבי. פארוואס זאל פון דעם ארויס קומען אז ער טויג צו עפעס? ווען איינער בעט דיר אן אינוועסטמענט, איז עס גענוג פאר דיר אז דער טאטע פון דער מענטש איז געווען א געלונגענע ביזנעסמאן? אדער דעמאלס וואלסטו געבעטן א בעסערע אנווייזונג צו זיין פעאיגקייט?

זיסע מילעך » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 11:50 am

· #417050
ר' אברהם מרדכי מלאך איז נישט בכלל די היינטיגע משפיעים?
און ר' מנשה ישראל רייזמאנן?

יין שרף » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 11:55 am

· #417053
ניין, זיי זענען מגידי שיעור.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 11:59 am

· #417057
זיסע מילך: דו האסט געהערט עמיצן זאגן אז זיי זענען נישט...?! אדרבה שרייב פרטים איבער זייער הנהגה און השפעה. דער עולם (אדער לכה"פ, איך) בין/איז גרייט צו הערן...!

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 12:16 pm

· #417060
ליטוואק פון בודאפעסט: א כלליות'דיגע באמערקונג. אן אדמו"ר'ס זון איז נישט בהכרח קוואליפיצירט איבערצונעמען די הנהגה. אבער פן די צווייטע זייט איז עס אויך נישט שולל די רעכט פון פיהרן די חסידות. אויב ער איז קוואליפיצירט.

דער מאדזשיצער רבי האט איבערגענומען די הנהגה פון זיין טאטן. וואס דער ביהמ"ד איז אייביג געווען באוואוסט אין תל אביב וואו יעדער האט זיך געפונען זיין פלאץ. חסידים. מתנגדים. מסורתיים און אפילו חילונים. מ'האט א יעדן מקרב געווען. א יעדער האט גשפיהרט אז ער איז א חלק פון די קהילה. דער היינטיגער רבי איז ממשיך דעם דאזיגן דרך...!

תורה ומדע » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 12:18 pm

· #417061
.

תורה ומדע » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 12:20 pm

· #417062
ליטוואק פון בודאפעסט
תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין די סברא זאגט נישט אזוי. זיי קומען דאך מיט עפעס, זייערע מענטשן דארפן נישט רעדען פון 'זיך האלטן צוזאם' אז מ'זאל זיך צוזאם האלטן.

ליטוואק, מיינסט טאקע אז די רביס פון קאממירשל חסידיות, א שטייגער ווי דער סטאלינער רבי, דער בעלזער רב, דער סלונימער רבי, דער מאדזיצער רבי, דער ראחמיסטריווקער רבי פארקויפען זעראו. איך גלייב נישט אז דו ביזט אזא מצומצם. איוב זיי וואלטן געווען בלויז משפיעים, און נישט רביס, וואלטן זיי געווען וייניגער פון ר יואלי ראט?! 😉

דו רעדסט אין דער לופט אריין. לאמיר צונעמען די מעלות פון איין משפיע, און דערנאך זעען צו ס'איז בכלל אויפגעוויזען אז סיי וועלכע קאמערשעל רבי האט די מעלות.
למשל, ר' צבי מארי זילברברג איז אן עובד ה' מנעוריו. איז עס אויפגעוויזען אז דער מודזיצער רבי איז געווען סיי עפעס בעסער ווי א נארמאלע בחור\יונגערמאן מנעוריו? ער האט א קאכעדיגע נאטור, וואס גיסט זיך איבער צו זיין צוהערערס, האט מען געזען די מעלה ביים רחמסטריווקא רבי?
ר' יואל רוטה האט אידענטיפרט א געוויסע אנטוישיונג ביי א געוויסע חלק פון די ציבור, און ער רייט דערויף. האט דער סלונימער רבי אנטדעקט סיי וועלכע אזעלכע אנטוישונג? פון וואנעט זעסטו דאס?

מיר ווייסען איין זאך פון סיי וועלכע רבי, אז ער איז געבוירען געווארען צו א רבי. פארוואס זאל פון דעם ארויס קומען אז ער טויג צו עפעס? ווען איינער בעט דיר אן אינוועסטמענט, איז עס גענוג פאר דיר אז דער טאטע פון דער מענטש איז געווען א געלונגענע ביזנעסמאן? אדער דעמאלס וואלסטו געבעטן א בעסערע אנווייזונג צו זיין פעאיגקייט?

עובד ה׳ מנעוריו איז זייער חשוב, אבער דאס איז נאר איין קוואליפיקאציע פון א רבין. מיר אללע ווייסען און קענען אידען עובדי ה׳ מנעוריהם. ציווישען רוב געמיינדעס געפונען זיך אזעלכע אידען, ניט קיין אינטערשיד פון דער ישיבישע וועלט אין וועלכער עס געפונען זיך הונדערטער בני תורה און מתמידים מופלגים אשר לא פסק פומם מגירסא, אדער די חסידישע וועלט וועלכער אינהאלט גאר חשובע תלמידי חכמים יראים ושלימים וחסידים. פון דעם ווערט מען נאךניט קיין רבי.
א רבי איז דער וועלכער בנוסף צו דעם וואס ער איז אן עובד ה׳ מנעוריו, איז ער א מנהיג ישראל וועלכער טראגט אין זיך דער דאגת הכלל והפרט לשם שמים, און איז מצליח אוועקשטעלען חסידים תלמידי חכמים, יראי השם, נארמאלער, צופרידענער מענשען. אויב האט ער א מסורה פון זייינע זיידעס אין עניני הנהגה ווי למשל דער לובאוויטשער רבי, דער סאטמר רב ז״ל, דער סלונימער רבי, איז דאס גאר א גרויסער פלוס. וועלכער משפיע פאלט אריין דעם קאטאגאריע?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 12:31 pm

· #417063
דו רעדסט ווייטער אין דער לופט אריין. איך האב געברענגט די ספעציפישע קוואליטעט וואס ציט מענטשן צו רצ"מ, ווייל מ'זעט אז עס גיסט זיך איבער זיינע געדאנקען, וואס זיי גלייכען. קיין איין קאמערשעל רבי האט דאס נישט. אלס אכצען יעריגע בחור, אן קיין שום ארום און ארום, האט ער געברענט מיט א דאווענען און א סדר לימוד. דער סקווערער רבי האט דאס נישט געטון. פארוואס זאגסטו אז ער איז א רצ"מ מיט א שמיץ אריבער פון די מסורה (און אגב, זיין מסורה, אזוי ווי דיין רבי'ס, איז א מסורה פון יתומים, אן ערסאטזע מסורה, ואכמ"ל)?

ווייז איין מעלה פון די משפיעים וואס דו קענסט אויפווייזען אויף סיי וועלכע קאמערשעל ריעל עסטעיט יורש רבי.

תורה ומדע » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 12:34 pm

· #417064
דער רבי ר' מ"מ פון ליובאוויטש

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 12:42 pm

· #417066
גערעכט. אפילו ווען ער איז נישט פון די גזע, וואלט ער געווען עפעס. און טאקע אין זיינע יארן האט מען פארלאזט אנדערע באזעסענע חסידות'ן פאר אים, און זיינע מענטשן האבען אים נישט איבערגעלאזט, א זאך וואס האט ווייניג פאסירט ביי אנדערע פלעצער.

עס טוט מיר אבער זייער וויי דיר איבערצוגעבן די אומאיינגענעמע נייעס, אז זיין נשמה האט פארלאזט זיין גוף פיר און צוואנציג און א האלב יאר צוריק, אום ג' תמוז תשנ"ד.
נח נפשיה דרב ואנן ברכת מזוני לא גמרינן.

תורה ומדע » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 12:55 pm

· #417070
די היינטיגע ראחמיסטריווקער און סלונימער רבי'ס פון ירושלים דארפן זיך נישט שעמען פון ר' צ"מ'רן. די ביאלער און מודזצער רבי'ס זענען יוצאי ישיבות און גאר חשובע ת"ח און רבי'ס. דעם תו"א פעלט אויך גאר ניט, אבער ער איז טאקע מער א משפיע ווי א רבי. דער בעלזער רב און סטאלינער רבי זענען מנהיגים בחכמה עילאה בנוסף צו זייער פערזענליכע גדלות אין תורה. זוך אביסל אביעקטיוו, ליטוואק, וועסטו זעהן...

נקודת-אמת » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 1:31 pm

· #417076
berlbalaguleh
ה"ה...ר' אלימלך בידערמאן שליט"א (וואס זיין יונגערער ברודער זעהט אז ס'איז א גוטע ביזנעס. הייבט ער אויך זיך אן אריינצולאזן אין אט די ליין. אין פארשידענע פארמס.)...!

המשפיע הרה"צ ר' אברהם אלימלך בידרמן שליט"א איז דער פינפטער זוהן פון אדמו"ר ר' אלתר אלעזר מנחם מלעלוב - רבי עקיבא זצ"ל
זיינע עלטערע ברידער:
1. אדמו"ר מלעלוב ארה"ב - הרב דוד'ל (ר' דוד צבי שלמה נפתלי) בידרמן שליט"א {בית מדרשו 18/50}, חתן אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל.
2. הרה"צ חיים יוסף בידרמן שליט"א רב ואב"ד לעלוב, חתן הג"ר נתן געשטעטנער זצ"ל גאב"ד אגודת ישראל בני ברק.
3. אדמו"ר מלעלוב ב"פ - הרב יעקב יצחק בידרמן שליט"א {בית מדרשו 49/17}, חתן הג"ר מנשה קליין זצ"ל גאב"ד אונגוואר ובעל 'משנה הלכות'.
4. הרה"צ נחמן בידרמן שליט"א מירושלים, חתן הג"ר שלום משולם וויינבערגער זצ"ל געב"ד טשאבא.
5. הרה"צ אברהם אלימלך בידרמן שליט"א, חתן אדמו"ר מזוטשקא שליט"א לרפו"ש.
יונגער ווי עם איין שוועסטער מיט איין ברודער.
6. הרה"ג שלום סופר שליט"א ראש הכולל דלעלוב אין ביהמ"ד ברח' רמב"ם בבני ברק, בן הג"ר יוסף משה שליט"א אב"ד פאפא ירושלים.
7. הרה"צ שמעלקא בידרמן שליט"א מלאנדאן, {בית מדרשו: נורת'פיעלד ראוד} (אן איידעם ביי איינעם גאטט-ליעב)
וועלכער ברודער פראבירט זיך ארינצולאזן אינעם ליין, זיכער נישט זיין יונגערע ברודער!

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 4:41 pm

· #417086
תורה ומדע
זוך אביסל אביעקטיוו, ליטוואק, וועסטו זעהן...

פארלאגנסט פון א באקאנטע געשוואלענע ע''ה הידוע זאל עפרישיעטן תלמידי חכמים. פארגעס דערפון אין דעם גלגול.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 5:30 pm

· #417089
תורה ומדע
איהר פרעגט א גוטער רעהטאריקער פראגע. אבער מהיכי תיתי אז נישט קיין סטאלין, ראחמיסטריווקא, בעלז, סלונים, אדער איינער פון דו שטארקע רביס היינט. אין אמעריקא איז טאקע לדעתי שווער צו טרעפן א לויטערער חסידשן גדול היינט.

ערשטנס, ס'איז גארנישט קיין רעטארישער פראגע, על זה אנו דנים.

צווייטנס, לויט דיר האב איך צוויי אויסוואלן. איך קען גיין קויפן שכל הישר און הדרכה ביים חכם מכל אדם אין סטאלין, עבודה אין ראחמיסטריווקא, זיך לאזן שטעכן ביים שטעכעדיגן צונג אין בעלזא, און זיך פארגלייזן די אויגן אין סלונים, אדער קען איך האבן אלץ אינאיינעם ביי ר' מאטל זילבער. איי ווער וועט מיר אריינפליקן ווען ס'פעלט אויס? האב איך זייער א געטרייע חבר וואס קען זייער גוט די דשאב, און ער נעמט נישט קיין פרוטה פאר דעם.

און אז מ'רעדט שוין פון מסורה, די בעלזער, סטאלינער, באיאנער, גור-טאלנער האבן עפעס מסורה?! פון וועם פונקטליך האבן זיי מקבל געווען??? און ר' מיילעך בידערמאן וואס האט יא מקבל געווען פון זיין טאטן האט נישט קיין מסורה... פלאי פלאים.

גדליה » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 6:04 pm

· #417090
א שטאך פון דער הייליגער מקיז פון בעלז איז נישט א קלייניקייט, פונקט ווי א "גאלגאן!" פון סאנזער רב האט געשאקלט וועלטען

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 7:55 pm

· #417098
גדליה: דו קענסט נישט פארגלייכן ..."א גאלגאן"... פון סאנזער רב מיט די (געוועזענע) אריינשטעכן פונ'ם בעלזער רב...! דעם סאנזער רב ..."ציפ"...האט געהאט א העכערן, מיסטעריעזן חלק. משא"כ די שטעכן פונ'ם בעלזער רב האט נאר געהאט איין מטרה. צו באפרידיגן דעם יצר פון דעם אריינשטעכער. (וכבודו במקומו מונח.)...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 8:48 pm

· #417105
דער ווערט א ת"ח בלויז ווייל ער האט געלערנט אין 'ישיבות הקדושות', און איך בין אן ע"ה נאר ווייל איך האב געלערנט אין ליטווישע ישיבות......

אביעקטיוו איז וואס איך בעט דיר. אביעקטיוו גערעדט, וועלכע פון דיין רשימה הייסן עובדי ה' מנעוריהם? עפ"י וואס? וואס האט מען געזען אויף זיי אנדערש ווי א פלענער בחור צו יונגערמאן? אביעקטיוו גערעדט.

נאר אז מ'וועט זאגען אז אביעקטיוו מיינט 'האלטן ווי מיר'.

גדליה » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 9:39 pm

· #417114
berlbalaguleh
גדליה: דו קענסט נישט פארגלייכן ..."א גאלגאן"... פון סאנזער רב מיט די (געוועזענע) אריינשטעכן פונ'ם בעלזער רב...! דעם סאנזער רב ..."ציפ"...האט געהאט א העכערן, מיסטעריעזן חלק. משא"כ די שטעכן פונ'ם בעלזער רב האט נאר געהאט איין מטרה. צו באפרידיגן דעם יצר פון דעם אריינשטעכער. (וכבודו במקומו מונח.)...!

איי רעב בערעל רעב בערעל... איך רעד פון דעם היינטיגען צאנזער פון א"י!

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 10:06 pm

· #417116
איי רעב גדליה רעב גדליה: דאמאלס זענען זיי שווה בשווה...! די גדלות פונ'ם הינטיגן צאנזער רב שליט"א איז אז זיינע חסידים האבן מחזיר געווען עטרה ליושנה. זיי קומען צו פארן צו זייער רעבי'ןס שמחות מיט פערד...!

גדליה » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 10:23 pm

· #417118
פערד איז דא איבעראל

קל וחומר » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 11:14 pm

· #417122
Re: ווער פון די היינטיגע משפיעים איז די מערסטע צו די זאך?
הני צאנזאי טיפשאי דאזלא לסוסיא בסוסיא.

תורה ומדע » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 10:24 am

· #417153
ליטוואק פון בודאפעסט
דער ווערט א ת"ח בלויז ווייל ער האט געלערנט אין 'ישיבות הקדושות', און איך בין אן ע"ה נאר ווייל איך האב געלערנט אין ליטווישע ישיבות......

אביעקטיוו איז וואס איך בעט דיר. אביעקטיוו גערעדט, וועלכע פון דיין רשימה הייסן עובדי ה' מנעוריהם? עפ"י וואס? וואס האט מען געזען אויף זיי אנדערש ווי א פלענער בחור צו יונגערמאן? אביעקטיוו גערעדט.

נאר אז מ'וועט זאגען אז אביעקטיוו מיינט 'האלטן ווי מיר'.

איך מיין אז דיין פראבלעם איז אז דו קאנסט ניט די אדמורים פערזענליך, נאר פון הערן אדער פון זיך פארשטעלן. אז דו וועסט קענען לערנען די אויבנדערמאנטע אדמורים פנים אל פנים וועט ביי דיר זיך אויסמאלעווען גאר אן אנדער בילד. אבער מיט איין תנאי צו זוכן דאס אמת ווי נאר עס וועט דיר פירען.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 10:28 am

· #417155
איך מיין אז דו האסט נאכאלס נישט געברענגט קיין אביעקטיווע פאקט.

אבער פאדער ווייטער אביעקטיוו........

תורה ומדע » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 11:56 am

· #417159
אבער דו לייקנסט נישט דער פאקט אז דו קענסט נישט די חשובע אדמורים כלי ראשון...
בלאט: 1 2