☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווער פון די היינטיגע משפיעים איז די מערסטע צו די זאך?

ווער פון די היינטיגע משפיעים איז די מערסטע צו די זאך?

82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12721
בלאט: 1 2

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 12:02 pm

· #417160
איך האב שוין אביסל ערפארונג דא אין קאווע שטיבל און איך האב אסאך געדולד.
דריי זיך נישט אויס, און הער אויף מיט די שקר פון 'אביעקטיוו' און ענטפער די אריגינעלע טענה. מער ווי דעם איז נישט וויכטיג.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 12:04 pm

· #417161
ליטוואק פון בודאפעסט
גערעכט. אפילו ווען ער איז נישט פון די גזע, וואלט ער געווען עפעס. און טאקע אין זיינע יארען האט מען פארלאזט אנדערע באזעסענע חסידות'ן פאר אים, און זיינע מענטשען האבען אים נישט איבערגעלאזט, א זאך וואס האט ווייניג פאסירט ביי אנדערע פלעצער.

עס טוט מיר אבער זייער וויי דיר איבערצוגעבן די אומאיינגענעמע נייעס, אז זיין נשמה האט פארלאזט זיין גוף פיר און צוואנציג און א האלב יאר צוריק, אום ג׳ תמוז תשנ"ד.
נח נפשיה דרב ואנן ברכת מזוני לא גמרינן.

ליטוואק פון בודאפעסט: נישט א יעדער וואס האט אן הערצה פאר הרב רמ"מ שניאורסאן נ"ע, איז בהכרח א משיח'יסט...! ס'איז דא ב"ה בשפע פון די סארט. ספעציעל אין די ארטיגע קהילה. אבער מענטשן פון די גאס וועלכע זענען מעריצים (וגם אני בתוכם), זענען נישט פארכאפט געווארן אין אט די משוגעת...!

זיסע מילעך » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 7:46 pm

· #417190
berlbalaguleh
זיסע מילך: דו האסט געהערט עמיצן זאגן אז זיי זענען נישט...?! אדרבה שרייב פרטים איבער זייער הנהגה און השפעה. דער עולם (אדער לכה"פ, איך) בין/איז גרייט צו הערן...!

איך האב נישט געהערט... אבער איך זעה אז זייער נאמען ווערט נישט דערמאנט...

הפנים, ר' מנשה ישראל, ביודעי ומכירי אז זיין טעגליכע שיעור בעניני הפרשה/דיומא (וואס דאס איז איינס פון זעקס שיעורים א טאג) ווערט צושפרייט לרבבות טאג טעגליך.
ביי אונז אין ביורא איז דא לכה"פ פונף היימישע סוחרים וואס דער סדר היום הייבט זיך אהן מיט אויסהערען זיין שיעור הנ"ל
אויב דאס הייסט נישט א משפיע - ווייס איך נישט "משפיע מהו".....

קפה נמס » פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 1:20 am

· #417204
Re: ווער פון די היינטיגע משפיעים איז די מערסטע צו די זאך?
תורה ומדע
דער בעלזער רב און סטאלינער רבי זענען מנהיגים בחכמה עילאה בנוסף צו זייער פערזענליכע גדלות אין תורה. זיך אביסל אביעקטיוו, ליטוואק, וועסטו זעהן...


אפשר זענט איר אביסל מרחיב אין די אויבנדערמאנטע גדלות בתורה וואס מען דארף זיין אביעקטיוו דאס צו זעהן ?

שושן פורים » פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 2:31 am

· #417207
😃 😂 😂
קל וחומר
הני צאנזאי טיפשאי דאזלא לסוסיא בסוסיא.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 11:16 am

· #417222
קפה נמס
תורה ומדע
דער בעלזער רב און סטאלינער רבי זענען מנהיגים בחכמה עילאה בנוסף צו זייער פערזענליכע גדלות אין תורה. זיך אביסל אביעקטיוו, ליטוואק, וועסטו זעהן...


אפשר זענט איר אביסל מרחיב אין די אויבנדערמאנטע גדלות בתורה וואס מען דארף זיין אביעקטיוו דאס צו זעהן ?

דער סטאלינער איז א חכם מחוכם, וואס אפילו זיינע מתנגדים זענען מודה אז זיי זענען נישט יורד לסוף דעתו. כ'האב געהערט נאכזאגן פון זיינ'ס א שוואגער, אז ער האט נאך קיינמאל נישט מחדש געווען עפעס פאר דעם סטאלינער. אפילו ווען ער קומט אויף מיט א מורא'דיגע פשט אין עפעס א פארשטופטע ר' ראובן האט ער שוין געטראכט דערפון.

דער בעלזער איז באוואוסט צו זיין א גרויסע חכם, דאס ווייס איך פון איינער וואס קען איהם פערזענליך. חכמה עילאה? מ'האט שוין געהערט אזאנס. גדלות בתורה? לא שמעתי.

גדליה » פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 12:32 pm

· #417227
די חכמה פון דעם בעלזער און פון דעם סטאלינער וואלט אונז געהאלפען ווען זיי וואלטען געווארן אויפגענומען אלס רבי טאקע וועגען זייער חכמה, די פאקט איז אז פונקט די צוויי מענטשען זענען געווארען אויפגענומען אלץ רבי ווען זיי זענען נאך אפילו נישט געקומען געהעריג לכלל דעת, די פופצען יעריגע בחור'ל וואס מ'האט געקרוינט אלץ רבי וואלט געקענט אויסוואקסען א טיפש עצום און גאנץ בעלז וואלט געשטוינט פון זיין פקחות און גדלות.
די סיבה פארוואס בעלזער רבי איז רבי איז נישט ווייל ער איז די קלוגסטע מענטש אין בעלז נאר ווייל ער הייסט רוקח. אלע זיינע החלטות וואס ער מאכט איז געבעיסד אויף די רוקח מיטאלאגיע נישט אויף זיין אנגעבליכע חכמה. זיין זון וועלכער איז באקאנט אלץ א וואוילע מענטש אבער גאר ווייט פון געלונגען וועט זיין די זעלבע מאכטפולע רבי.

קל וחומר » פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 12:45 pm

· #417228
Re: ווער פון די היינטיגע משפיעים איז די מערסטע צו די זאך?
נישט אינגאנצן.
ביסט גערעכט אז שמא קא גרים ביי רוב רבי'ס, דאך קאן מער זיך נישט מתעלם זיין פונעם פאקט אז דער בעלזער האט געברענגט נייע זאכן צום טיש וואס די אנגעבליכע בעלזע מיטאלאגיע וואלט זיך נישט צוגעפאסט דערצו.

וועגן זיין זוהן איבערנעמען האב איך שוין געהערט מפורש פון מער ווי איין בעלזער אז זיי פלאנען זיך אפצוזעקלען פונעם פארטיי די רגע ער נעמט דעם ראד.
קאן זיין אז זיי גייען נישט מקיים פסק זיין, אבער אויף אזוי פיל איז עס ווערד צו גיבן א פערספעקטיוו אויף זייער הערצה צום רבי'ן און אז די חכמה זיינע האט א שטארקע געוויכט אויף די הצלחה אינעם פארטיי.

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 2:25 pm

· #417234
ווען דער ממלא מקום אין בעלזא וועט אי"ה ממלא מקום זיין , וועט זיין חכמה (אדער דער העדר דערפון) נישט זיין קיין פראבלעם. אזוי לאנג ווי ער וועט זיין א גוט יונגל. און פאלגן די פיהלע יועצים וואס וועללן זיך יאווען ארום איהם. פונקט אזוי ווי א געוויסער וועלט בארימטער אדמו"ר ועלכער האט מענטשן תלמידי חכמים וואס שרייבן איהם פאר זיינע שלוש סעודות תורה'ס. און אנדערע דרשות. ווילאנג ער גייט נישט ..."אףף סקריפט"... איז ער אין ארדענונג. אבער די מינוט וואס ער הייבט אן צו זאגן זיינע אייגענע חידושים, מאכט ער אן גרויסע חורבנות...אזוי ווי ער האט לעצטנס זיך צופייערט און געזאגט..."אז דער עירוב אין וויליאמסבורג איז געשטעלט געווארן חרוב צו מאכן אידישקייט"...! איבער'ן עירוב אין בארא פארק האט ער אפילו נישט גערעדט. ווייל בארא פארק איז דאך ממילא א טרייפענע שטאט. איז קם ליה מדרבא מיניה...! אבער די עיר הקדשה וויליאמסבורג. על זה דוה ליבנו. ועל אלה חשכו עיננו. מילא פון די קלויזנבורגער און וויזשניצער מחללי שבת רעדט מען דאך נישט. אבער ביי אונז ערליכע אידן...!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 3:37 pm

· #417235
די אלע חשבונות זענען אין די לופט, און יעדער קען נעמען סיי וועלכע קנה מדה ער וויל. חכמה מיינט פאר יעדעם עפעס אנדערש.

עס איז דא אן אביעקטיווע וועגן צו מעסטן די כח ההשפעה פון די אלע רבי'ס. פון די אלע דרויסענדיגע מענטשן. נישט וואס זיי זאגן, נאר וואס זיי טוען. וויפיל מענטשן זענען געקומען קיין בעלזא מאז היתה האדמו"ר לרבי? וויפיל קיין סטאלין? און וויפיל קיין ר' צבי מאיר? ר' מיילעך בידרמן? ועוד. זייט די וועלט האט זיך באזעסן נאכ'ן קריג, האבען די אלע קאמערשעל רבי'ס כמעט גארנישט צוגעברענגט. גער און ליובאוויטש, ותו לא.

אז איינער וויל אביעקטיוו, קען ער עס דארט טרעפן. אבער דאס שטערט עפעס, דארף מען אביעקטיוועהייט, פארשטייט זיך, זוכן אן אנדערע קנה מדה. עפעס ווי חכמה עילאה צו וואס.

אגרות צפון » מוצ"ש נאוועמבער 24, 2018 3:32 pm

· #417237
איך וואלט צוגעלייגט ר' אביש צינווירטה שליט"א. א טייערער איד א תלמיד חכם, א שטארקע הלכה מענטש, אויסגעקאכט אין כתבי האריז"ל, און דורכאויס די לעצטע פאר יאר האט זיך פארמירט ארום אים א שטיקל רבי'סטיווע,
ער האט פייערדיגע חסידים, זיי שווערן זיך ביי אים אלס הייליג.

א פשוטע איד » מיטוואך דעצעמבער 5, 2018 9:16 pm

· #418056
למעשה, וואס איז טאקע פשט אז טויזענטער אידען ווייקען זיך ביי די רבי'ס?
איך פארשטיי אז נישט יעדער איז געבענטש מיט חכמה ווי איינשטיין אבער פארט וואס איז די סיבה אז די שלשלת'ן ציעהן זיך?
איך וואלט נישט אפגעסטעמפעלט א גאנצע עדה אלס שוטים, עס מיז זיין איך פארפאס דא עפעס. אדרבה קען איינער מסביר זיין?
(עס איז מיר שווער אנצונעמען אז יעדער טוט עס נאר ווייל מען דארף מוסדות וכו')

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2018 12:48 am

· #418087
ס'גייט צו מיט'ן דין פון חזקה דמעיקרא, אזויווי כמעט אלע חרדישע משוגעתן.

תורה ומדע » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2018 12:52 pm

· #418128
א פשוטע איד
למעשה, וואס איז טאקע פשט אז טויזענטער אידען ווייקען זיך ביי די רבי'ס?
איך פארשטיי אז נישט יעדער איז געבענטש מיט חכמה ווי איינשטיין אבער פארט וואס איז די סיבה אז די שלשלת'ן ציעהן זיך?
איך וואלט נישט אפגעסטעמפעלט א גאנצע עדה אלס שוטים, עס מיז זיין איך פארפאס דא עפעס. אדרבה קען איינער מסביר זיין?
(עס איז מיר שווער אנצונעמען אז יעדער טוט עס נאר ווייל מען דארף מוסדות וכו')

די סיבה איז פשוט. דער עולם זיכט שטאביליטעט. א גרופע פון טויזענטער אידען אונטער אן אדמו״ר וועלכער האט א מסורה, און וועלכער פראדוצירט א נייעם דור מיט תורה און יר״ש, איז אסאך שטערקער ווי זיך ארומוואלגערן און נאשען אביסעל פון דא און דארט.

א פשוטע איד » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2018 3:02 pm

· #418140
תורה ומדע
א פשוטע איד
למעשה, וואס איז טאקע פשט אז טויזענטער אידען ווייקען זיך ביי די רבי'ס?
איך פארשטיי אז נישט יעדער איז געבענטש מיט חכמה ווי איינשטיין אבער פארט וואס איז די סיבה אז די שלשלת'ן ציעהן זיך?
איך וואלט נישט אפגעסטעמפעלט א גאנצע עדה אלס שוטים, עס מיז זיין איך פארפאס דא עפעס. אדרבה קען איינער מסביר זיין?
(עס איז מיר שווער אנצונעמען אז יעדער טוט עס נאר ווייל מען דארף מוסדות וכו')

די סיבה איז פשוט. דער עולם זיכט שטאביליטעט. א גרופע פון טויזענטער אידען אונטער אן אדמו״ר וועלכער האט א מסורה, און וועלכער פראדוצירט א נייעם דור מיט תורה און יר״ש, איז אסאך שטערקער ווי זיך ארומוואלגערן און נאשען אביסעל פון דא און דארט.


בקיצור אמאל האבען חסידים געזיכט צו טרעפען א רבי, היינט זיכט מען א פלאץ וואס איז דיך מסדר פון געבורט ביזען לעצטע אטעם (און אויף נאכדעם...)
על הא כצווח הרבי מסאטמאר זי"ע נשתכח תורת החסידות..

איש חזון » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2018 9:41 pm

· #418173
רביה''ק זי''ע
א מורא'דיגע פשט אין עפעס א פארשטופטע ר' ראובן

🙄


גדלות בתורה? לא שמעתי.

תורה ומדע » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2018 10:26 pm

· #418176
א פשוטע איד
תורה ומדע
א פשוטע איד
למעשה, וואס איז טאקע פשט אז טויזענטער אידען ווייקען זיך ביי די רבי'ס?
איך פארשטיי אז נישט יעדער איז געבענטש מיט חכמה ווי איינשטיין אבער פארט וואס איז די סיבה אז די שלשלת'ן ציעהן זיך?
איך וואלט נישט אפגעסטעמפעלט א גאנצע עדה אלס שוטים, עס מיז זיין איך פארפאס דא עפעס. אדרבה קען איינער מסביר זיין?
(עס איז מיר שווער אנצונעמען אז יעדער טוט עס נאר ווייל מען דארף מוסדות וכו')

די סיבה איז פשוט. דער עולם זיכט שטאביליטעט. א גרופע פון טויזענטער אידען אונטער אן אדמו״ר וועלכער האט א מסורה, און וועלכער פראדוצירט א נייעם דור מיט תורה און יר״ש, איז אסאך שטערקער ווי זיך ארומוואלגערן און נאשען אביסעל פון דא און דארט.


בקיצור אמאל האבען חסידים געזיכט צו טרעפען א רבי, היינט זיכט מען א פלאץ וואס איז דיך מסדר פון געבורט ביזען לעצטע אטעם (און אויף נאכדעם...)
על הא כצווח הרבי מסאטמאר זי"ע נשתכח תורת החסידות..

אכן, ע״ז צווח הרבי מסטמר, אבל זהו בדיוק מה שעשה בעצמו. גם עשה ותיקן חסידות קאמירשלי גדול עם כל המשתמע מזה, וגם ביטל כל הרביסטווע של שאר האדמורים, וגם...התנהג ברביסטווע....

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2018 10:52 pm

· #418177
תורה ומדע
וגם...התנהג ברביסטווע....

אית רביסטעווע, ואית רביסטיווע. יעדער וואס קען נאר איינעם וואס האט געקענט רביה"ק מסאטמאר ווייסט אז ער האט פיינט געהאט די אלע רבישע/חסידישע מעשיות.

א פשוטע איד » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2018 11:22 pm

· #418180
רביה''ק זי''ע
תורה ומדע
וגם...התנהג ברביסטווע....

אית רביסטעווע, ואית רביסטיווע. יעדער וואס קען נאר איינעם וואס האט געקענט רביה"ק מסאטמאר ווייסט אז ער האט פיינט געהאט די אלע רבישע/חסידישע מעשיות.

די מיינסט צו ענטפערען אדער צו פרעגען??

תורה ומדע » פרייטאג דעצעמבער 7, 2018 4:01 am

· #418185
רביה''ק זי''ע
תורה ומדע
וגם...התנהג ברביסטווע....

אית רביסטעווע, ואית רביסטיווע. יעדער וואס קען נאר איינעם וואס האט געקענט רביה"ק מסאטמאר ווייסט אז ער האט פיינט געהאט די אלע רבישע/חסידישע מעשיות.

ווארשיינליך איז ער אליין ניט קלאר געווען אין די סוגי׳. ער האט געזען אין זעך א רבי וואס ענדלט מער אין א רב. ממילא האט ער געוואלט מבטל זיין אנדערע רביס וועלכער האבען זעך געהאלטען במדרגת רבי. ווידער אין געוויסע פעלער האט חוזר וניעור געווען דאס אייגענע אדמורות לעת הצורך. והדברים עתיקים.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג דעצעמבער 7, 2018 8:16 am

· #418189
תורה ומדע
ווידער אין געוויסע פעלער האט חוזר וניעור געווען דאס אייגענע אדמורות לעת הצורך. והדברים עתיקים.

לדוגמא.

נהורא נפישא » פרייטאג דעצעמבער 7, 2018 2:56 pm

· #418195
א פשוטע איד
תורה ומדע
א פשוטע איד
למעשה, וואס איז טאקע פשט אז טויזענטער אידען ווייקען זיך ביי די רבי'ס?
איך פארשטיי אז נישט יעדער איז געבענטש מיט חכמה ווי איינשטיין אבער פארט וואס איז די סיבה אז די שלשלת'ן ציעהן זיך?
איך וואלט נישט אפגעסטעמפעלט א גאנצע עדה אלס שוטים, עס מיז זיין איך פארפאס דא עפעס. אדרבה קען איינער מסביר זיין?
(עס איז מיר שווער אנצונעמען אז יעדער טוט עס נאר ווייל מען דארף מוסדות וכו')

די סיבה איז פשוט. דער עולם זיכט שטאביליטעט. א גרופע פון טויזענטער אידען אונטער אן אדמו״ר וועלכער האט א מסורה, און וועלכער פראדוצירט א נייעם דור מיט תורה און יר״ש, איז אסאך שטערקער ווי זיך ארומוואלגערן און נאשען אביסעל פון דא און דארט.


בקיצור אמאל האבען חסידים געזיכט צו טרעפען א רבי, היינט זיכט מען א פלאץ וואס איז דיך מסדר פון געבורט ביזען לעצטע אטעם (און אויף נאכדעם...)
על הא כצווח הרבי מסאטמאר זי"ע נשתכח תורת החסידות..

ולפ"ז קען מען אפשר זאגן אז ס'נשתכח געווארן תורת הרעליגיע, ווייל היינט איז מען שוין מסודר מיט א רעליגיע פון געבורט אן ביזן לעצטן אטעם. זעירון אינון וואס בייטן רעליגיע.

נקודת-אמת » מוצ"ש דעצעמבער 8, 2018 8:19 pm

· #418216
הרה"ק ר' יואל מסאטמאר זצ"ל, איז געוועהן א רבי במלא מובן המילה.

ער האט געוואוסט פון וואס מ'רעדט און ער האט דאס גע'יכול'ט, גראדע איז ער פון די לעצטע וואס האבן דאס עכט געהאט.

און ניין. איך בין ניט קיין סאטמורי, און איך בין זייער ווייט פון זיינע שיטות, איך אליין האב איך שוין זוכה געוועהן צו גיין צו די בחירות הט' כו"כ פעמים.

אבער פאקט איז פאקט, ער איז געוועהן דערביי, און דערפאר האט ער פיינט געהאט א יעדער וואס מיינט אז אויב מ'איז אן אייניקל פון ישמח משה אדער דער חתם סופר ושא"ס
ווייל ער האט עכט געוואוסט פון וואס ס'רעדט זיך.

איך האב אויך אמאהל געמיינט אז ער איז געוועהן בלויז א חסידישע'ן רב וואס האט קאנקערירט מיט גרויסע רביים (טייל פון זיי פון די גזע וואס איך האלט מיר א חסיד פון)
אבער אחר בירור-אחר-בירור, ברי לי כי היה אדם גדול מאוד ולא רק בתורה ובמלאכת הדרוש הפלפול והפסק, כי אם גם וביותר ברעבישע זאכן ובעש"טס'קע עניינים
און ווער ס'פארשטייט פארשטייט,

רוב מוחלט פון זיינע תלמידים וחסידים ווייסן ניט אמאהל וואס דאס באדייט, ווייל מרוב חכמתו האט ער דאס נישט נאר מעלים געוועהן
נאר אויך אוועקגעמאכט און זיי געגעבן צו פארשטיין אז ס'איז הוילע דמיונות פון שבחי הבעש"ט ודומיו,
אבער ווער ס'וויל קען זיך נאך פרגן ביי די בני דעת צווישן זיינע תלמידים, וואס האבן זיך געדרייט ביי נאך גוטע יודען, און זיי קענען מדמה זיין מילתא למילתא
(ווייל א שוואנץ וואס האט ניט געהאט קיין אנדערע רעבי'ן, זאגט אויף זיין רעבי'ן וואס ארא מעלה ס'פאלט עם נאר איין)

קען זיין אז אסאך ליינער דא אין שטיבל לאכן יעצט און כאפן נישט וואס איז די גרויסע חידוש בדברי אלה
(זיי זענען טאקע פון די אויסגערעכנטע פיער וואס האבן ניט קיין שמץ השגה אין אט די זאכן)
אבער, חידושים גדולים הם ומסקנה מחוייבת המציאות אחר שמיעת פרטי סיפורים רבים מחיי חיותו וסיפורים שהיו עמו.
אבער ביי מיר איז געוועהן א שטיקל טויש נאכ'ן פארשטיין דעס. און אסאך קשיות אויף זיין פערסאנאליטי זענען מיר נפשט געווארן דענסטמאהל.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש דעצעמבער 8, 2018 8:47 pm

· #418218
נקודת-אמת
מרוב חכמתו האט ער דאס נישט נאר מעלים געוועהן
נאר אויך אוועקגעמאכט און זיי געגעבן צו פארשטיין אז ס'איז הוילע דמיונות פון שבחי הבעש"ט ודומיו.

פאר א סיבה האט ער עס באהאלטן, ער האט געהאלטן אז טון אין די זאכן ברענגט נישט קיין שום נוצן. ווער ס'פארשטייט צו די זאכן פארשטייט דאך, און ווער נישט וואס האט ער צו טון דערין?

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש דעצעמבער 8, 2018 10:00 pm

· #418221
Re: ווער פון די היינטיגע משפיעים איז די מערסטע צו די זאך?
אינטרעסאנט, זיין גאונות איז נאר גאנץ פיין, נישט עפעס מער. אין דרוש איז ער אביסל בעסער, אבער אויך נישט קיין חידוש אין די בריאה. אבער די באהאלטענע חלק וואס לאזט זיך נישט זאגען אין ווערטער? דאס איז שוין עפעס אויסנאמליך.

פליז, איך בעט דיר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש דעצעמבער 8, 2018 10:43 pm

· #418225
ווער האט גערעדט פון גאונות אדער דרוש? מ'האט גערעדט פון די מענטש אליינס. ווען דו קוקסט אויף די מענטש אליינס האט ער איינגעפאקט אלע גדולים פון זיין דור (פרעג נאר דיין רבי פון וואודרידש).

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש דעצעמבער 8, 2018 10:51 pm

· #418227
Re: ווער פון די היינטיגע משפיעים איז די מערסטע צו די זאך?
נקודת-אמת

אבער אחר בירור-אחר-בירור, ברי לי כי היה אדם גדול מאוד ולא רק בתורה ובמלאכת הדרוש הפלפול והפסק, כי אם גם וביותר ברעבישע זאכן ובעש"טס'קע עניינים
.

עס האט קיינער נישט דערמאנט?


Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דאכצעכמער » זונטאג דעצעמבער 16, 2018 5:03 pm

· #419079
איך האלט אז וויי ווי ז'עקאבסאן

צפור בודד » מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 4:33 pm

· #419177
פון א שמועס פון משפיעים איז געווארן א דין ודברים איבער רבי'ס. ווען מען זאגט משפיעים מיינט מען געווענלעך די וואס פירן נישט רבי'סטעוועס, האבן נישט מוסדות און זייער כוח ליגט אין זייער פערזענליכקייט און נישט זייער ברענד. גדלות קען מען נישט מעסטן נאר ר' מילך בידערמאן איז א פולקומער 'נעטשורעל'. ער רעדט מיט א חן, ער קען אריינהאקן א דרשה מיט א ניגון, א נוסח, איבערגיין פון אידיש צו עברית און דורך אלעס האלט ער דעם עולם. דער תוכן איז באבע מעשה'לעך און שיינע טייטשן נאר זיין כוח איז אין זיין דיליווערי און אויך אז דער תוכן רעדט צו א פאלקס סטאנדארט (עממי). איז טאמער מיינט א משפיע א גוטער פערפארמער איז ר' מילך פון די טאפס.

ר' צבי מאיר זילברבערג קעגן דעם האט גאנץ ווייניג צו זאגן. ער ווארפט מיט א ברען פסוקים און לשון קודש ווערטער און חזר'ט זיי איבער אן קיין שום תוכן. הערן פופצן מאל, אהבה ויראה, קדושה וטהרה, והאר עינינו בתורתך, און נאך אזעלכע פסוקים און פזמונים הייסט ביי א סך התעוררות. פאר די וואס ווערן נתעורר דערפון מה טוב ומה נעים נאר דער וואס זוכט עפעס טאלאנט אדער עפעס א דערהער אדער א 'טייער ווארט' אדער סתם א שיינע מעשה וועט עס ביי ר' צ"מ נישט געפונען. קען זיין ער איז אן 'עובד' (וואטעווער דאט מינס), קען זיין נישט און פאר איינער וואס זוכט עבודה קען זיין אז ער קען משפיע זיין. מיר דאכט זיך אז ער איז פאר יונגעלייט וואס ווילן הייסן עובדים און 'זוכן עפעס העכערס' און זיך דרייען ביי ר' צ"מ איז א געוויסער סארט 'ווירטשו סיגנאלינג'.

איבער רביס, האט מען זיך דא אויסגעדרוקט אויפן בעלזער אז ער האט חכמה עילאה (נאכאמאל, וואטעווער דאט מינס). חכמה און קליג מיינט צופיל זאכן. ס'קען מיינען shrewd, wise, streetwise, witty, astute, intelligent, perceptive וכו' וכו'. בדרך כלל ביי אונז ווען מען זאגט א קליגער איד אדער א פיקח מיינט מען א סארט עירוב פון שרוד און וויטי. א סך פון אונזערע 'קליגע' אידן זענען ווי א וויין וואס פארט זיך נישט גוט אויס. נעם זיי ארויס פון די כותלי ביהמ"ד און זייערע חכמה וועפט באלד אויס.

דער בעלזער איז טאקע נישט קיין נאר, כאטש אינטעליגענט איז ער נישט ספעציעל און גאר א שוואכער אינטעלעקטואל. וויטי, אמאל קומט ארויס א שפיציגע שטעכווערטל כאטש בדרך כלל איז עס סתם גראבע פארביסענע שטעכערייען. ער זאגט תורות שוין כמעט 50 יאר און איך האב נאך נישט געהערט מען זאל עפעס נאכזאגן א רעיון אדער סתם א שיין ווארט בשמו. פאליטיש, איז כמעט וואו ער האט געלייגט א האנט איז ער דורכגעפאלן און לעצטנס ווידער מיט יוסי דייטש. נאר וואס יא? ער האט קוראז, ער ווייסט וואס ער וויל און ער האט עס נישט מורא אויסצופירן, און ער איז אויך א גבר אלים ווען עס פעלט אויס און אזוי איז ער מטיל אימה ארום זיך און אויף זיין עדה. א סארט MBS (כאטש אן דער קייט זעג). ער איז אויך זייער גוט פאר 'קאטן דער קרעפ' און ווען עס פעלט אויס ווערט ער נישט נתפעל פון ענינים און מנהגים און וואס אנדערע וועלן זאגן. בעניני הפרט פארשטייט ער גאנץ גוט אן עסק און איז שטארק פראקטיש. נאר זיין עיקר גדלות בעניני הכלל ליגט אין דעם אז ער האט נישט מורא פון 'טשעינז' און גאר א סך מאל איז ער עס מקבל פנים מיט אפענע הענט. אנדערע מאל לויפט ער אקעגן טשעינז מיט אזא חשק אז ער זעט אויס דעספרעט צו ווייזן וואס ער קען אלס באווייזן. צי דער סך הכל פון דאס אלעס איז חכמה, ווענדט זיך ווער דער משיב איז. אז דער משיב איז א בעלזער, אדער א סאטמארער (געווענליך) וואס וויל הייסן אויפגעקלערט, איז ער טאפ שעבטאפס נאר ווען דער משיב איז אן עומד מן הצד און זעט די פילע סתירות אין זיין מהות וואונדערט ער זיך פון וולעכער שטאף ער איז באשאפן.

קוקי » מאנטאג מערץ 18, 2019 6:17 pm

· #426770
ארי נוהם
תורה ומדע
דוכצאך אז אין די לעצטע פינעף צו צען יאהר זענען די משפיעים געווארען וועניקער בעיני הציבור און די גרויסע פירמע רביס זענען געשטיגען עשרת מונים. דער ציבור איז מכיר אז בזמננו, צו נושא בעול זיין מוסדות התורה וחסד, משפיע זיין תורה ויר״ש פאר תלמידים ותלמידות פון אלע יאהרגענג, און אוועקשטעלען כוללים און ערליכע בעה״בים בדרך הממוצע מיט נארמאלקייט כראוי איז אסאך שווערער ווי האלטן דרשות און זיין א צדיק בלויז אין פעלץ.

זיסע חלומות, חלומות באספמיא.
דו ביסט טאקע א בעלזער חסיד וואס לעבט אין דיין בעלזער באבעל, אבער הער וואס א נישט-חסיד-פון-קיינעם זאגט דיך: די משפיעים ווערן נאר גרעסער בעיני הציבור פון יאר צו יאר.
ר' מאטל זילבער האט אין די לעצטע פינף יאר זיך אויפגעבויט א ריזן שול, מסתמא גרעסער פון ראכמיסטריבקא, פאר די אומצאליגע מאס אידן ("בארא פארקע" אידן!) וואס ווילן קונה זיין ביי א משפיע. און ער איז שוין א קיצונישע משפיע.
ר' מיילך בידרמן איז אין די לעצטע פינף יאר געווארן אזוי גרויס און זיין השפעה איז אזויפיל געשטיגן, אז נישט נאר חסידישע נאר אויך ליטווישע ישיבות און אפילו שטעט (ווי רכסים) רופן אים צו געבן זיינע שמועסן און אפילו פראווען שבתים מיט זיי. ווען ער וואלט געעפנט א שול, וואלסטו געפאלן חלשות ווי גרויס ער איז געווארן.
ר' מיילך האט געגעבן דעם גרין לייט פאר זיינע ברידער. אויב 10 יאר צוריק האט יעדער געוואוסט אז זיין ברודער ר' נחמן איז א צדיק, איז עס היינט נישט א ידיעה בלבד נאר ער האט א ריזן חסידות'ל וואס איז פארגלייבט אין אים און גיבט ארויס זיינע שיחות וספרים. זיין ברודער ר' חיים יוסף איז נאר באקאנט געווארן די לעצטע פאר יאר און יעצט קומען שוין ארויס אויך זיינע שמועסן. די דריי זענען משפיעים וואס זענען געווארן ריזיג די לעצטע פאר יאר - הגם פון ר' נחמן האט מען שוין געהאט געוואוסט נאך פריער.
יואלי ראטה, וואס פערזענליך גיי איך נישט שטארק פאר אים, איז פארט א געוואלדיגע כח וואס איז געווארן אזוי מאכטפול די לעצטע פאר יאר, אזש די מבצע המיליון אנליין האט קלארגעשטעלט וויפיל חסידים מעריצים און ידידים ער פארמאגט. א יונגערמאנטשיק וואס פירט א ריזיגע עדה, וואס האט אנגעהויבן גע'רודפ'ט אבער איז אריבער א וואונדערליכע רימעיקינג די לעצטע פאר יאר, און האט היינט א כח וואס ער האט נישט גע'חלומ'ט 5 יאר צוריק.
דאס זענען נאר געציילטע דוגמאות, טאקע וואס בערל האט געברענגט בתחילת האשכול, אבער אזוי איז באופן כללי מיט משפיעים די לעצטע פאר יאר. הייב אן מיט י' י' דזשעיקאבסאן ענד די ליסט גאוס אן ענד אן.
קריך ארויס פון דיין באבעל!


תורה ומדע
די גרויסע רביס (די ערליכע)

די גרויסע רבי'ס די ערליכע? כ'הער גוט?
תרתי דסתרי.


תורה ומדע
די גרויסע רביס (די ערליכע) האבען למעשה א מסורה פון הנהגה, מנהגים, עקספיריענס, א הארץ מחזק צו זיין יחידים

א מסורה אויף וואס?
מיין טאטע איז געזעצן אויף זיין שטול ללא סיבה און איך זיץ אויפן שטול ללא סיבה
מיין טאטע האט זיך געשלאגן מיט זיין ברודער און איך שלאג מיך מיט מיין ברודער
מיין טאטע האט אונטערדרוקט יחידים און איך אונטערדרוק יחידים
נאך א מסורה? הנהגה? עקספיריענס? (אפשר אין רשעות? הלכות גאלדענע בעקיטשע?) א הארץ? ס'איז נאך דא אזא בריה אין א רבישע גוף? מחזק זיין יחידים? דו ביסט פון קאפ געפאלן?...


תורה ומדע
די גרויסע רביס (די ערליכע) האבען למעשה א מסורה פון הנהגה, מנהגים, עקספיריענס, א הארץ מחזק צו זיין יחידים, פינאנציעלע אחריות פאר יחידים און פארן ציבור, און א מאנדטאט פון זייערע חסידים מנהיג צו זיין דאס עדה זייערע.

א מאנדאט פון זייערע חסידים האבן זיי נישט. סך הכל האבן די חסידים נישט קיין אנדערע אויסוואל, און זענען מאכטלאז קעגן די פאר קנאקערס אין הויף וואס זענען קובע מסמרים בשטח און דער פשוטער חסיד קען זיך נישט אקעגנשטעלן. אבער אז דער פשוטער חסיד זאל פאקטיש געבן א מאנדאט פאר זיין רבי'ן? לכאורה האט קים יאנג איל געהאט א מאנדאט פון גאנץ צפון קארעא אז ער איז דער רבי פונ'ם לאנד.

וויפיל שנאת תלמידי חכמים ליגט אין דיינע תגובות

איך אויך » מאנטאג מערץ 18, 2019 6:41 pm

· #426777
וויפיל ציטוטים לבטלה ליגט אין דיין טראלעריי.

איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 18, 2019 7:56 pm

· #426781
צפור בודד

ר' צבי מאיר זילברבערג קעגן דעם האט גאנץ ווייניג צו זאגן. ער ווארפט מיט א ברען פסוקים און לשון קודש ווערטער און חזר'ט זיי איבער אן קיין שום תוכן.

הערשט יעצט באמערקט דיין לאנגע תגובה, כ'האב ניטאמאל דורכגעליינט די גאנצע, אבער די צוויי שורות זאגן מיר אז דו האסט ר' צבי מאיר נאכנישט אויסגעהערט פאר מער פון צוויי מינוט.

ער איז מלא תוכן, ווארפט צוזאם זאפטיגע שטיקער ספרי חסידות און אגדה, ער זאגט עס טאקע איבער זעכציג מאל הייליגע הייליגע הייליגע וואטעווער.... אבער דער וואס האט נערווען אים אויסצוהערן גייט ארויס פון זיינס א שיעור אנגעפולט מיט שיינע רעיונות.

אגב האט ער אויך א סענס אף הומאר און ווארפט אריין זיסע ווערטליך בשעת יעדע דרשה, מ'דארף נאר זיין א געוויסע טיפ צו האבן נערווען אנצוקומען ביזן שולחן עורך...
בלאט: 1 2