וואו גייסטע שבת נחמו?
65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1272
וואו גייסטע שבת נחמו?
יעדער גייט ערגעץ. דער וואס גייט נישט מוז זיין א דעפרעסטער וואס לעבט נישט א ראמענטיג לייף.
מ'רעדט פון דעי אלע וואס זענען א גאנצן זומער אין שטאט, וואו גייסטע נחמו? איין זאך זאג איך דיר קלאר: אויב גייסטע צו דעי אראנדזשירטע האטעלן (וואו מ'ברענגט דיך אראפ אינטערטעינמענט... וווואאאא, 6 מענטשן זינגן ביי א טיש אן מייקס, וואס פאר אן אינטערטעינמענט!) און דו צאלסט דארטן 600-500 דאללאר בעפאר טעקס, פעלט דיר א ריזיגן גאר ריזיגין שרויף!
נעקסט קעיס.
איך פלאן אוועקצופארען פאר 10 טעג אנגעפאנגען דאנערשטאג ביינאכט
נישט פארגעסן אפדעיטן די פעיסבוק סטאטוס פאר'ן אועקפארן.
DotComנישט פארגעסן אפדעיטן די פעיסבוק סטאטוס פאר'ן אועקפארן.
בדיעבד איז די קאווע שטיבל סיגניטשער גענוג.
ריק סאנטורעםאיך פלאן אוועקצופארען פאר 10 טעג אנגעפאנגען דאנערשטאג ביינאכט
אויב עס איז נישט מגלה דיין אידענטיטעט. אפשר אביסעלע פרטים איבער דיין וואקאציע? למען ילמדו העם כדת מה לעשות, עצות און טיפס....
איז פליישמאנס גוט?
אויף קול מבשר איז אדווערטייזט "א שבת צו געדענקן" אין וויליאמסבורג ווירדזשיניע.
town1איז פליישמאנס גוט?
זייער גיט
די האטעל איז טאקע נישט קיין 5 סטאר
אבער די ליפט דארט איז זייער געשמאק
דארפסט נאר וואטשען ווייל ר' זלמן לייב פילאף האלט זיך אויך דארט אויף
אין אויב דאכט זיך אים אז די ביזט אן ארוני דעמאלטס וועט ער בעטן מענדלאוויטש זאל דיך פאריאגען וכו'
(מענדלאוויטש טוט עס נישט ווייל ער דארף ביזנעס, אבער עס איז גענוג עקעלדיג)
אבער מ'קען ציוואקען צו ספינקא - ר' אביש א 10 מיניט וועג צו וואקען
א הערליכע שוהל מיט א מקוה
אדער צו איינס פין די סאטמערע קעמפס
אדער צו די יעקישע שוהל איך דענק נישט וויאזוי עס הייסט אין אויב עס לעבט נאך
שבת געט עוועי, איינער דשוינט?
וואודבארן טאון פלעגט אין נאך אלץ (אויף א שטיקעל קלענערע פארנעם) זיין א פלאץ ווי אנשים ונשים בחורים וגם בתולות פלעגן זיך אויסגעבען מוצאי שבת נחמו.
פון וואו קומען טאקע יענע בחורים ובתולות? וואס איז די אנשיקעניש פון די אלע סארטן צו די קעטסקילס? און פארוואס בין איך נישט געבוירן צו אזעלעכע עלטערן? (וואלטיך חאטש אויך געקענט דזשוינען די פאן!)
זר זהבפון וואו קומען טאקע יענע בחורים ובתולות? וואס איז די אנשיקעניש פון די אלע סארטן צו די קעטסקילס? און פארוואס בין איך נישט געבוירן צו אזעלעכע עלטערן? (וואלטיך חאטש אויך געקענט דזשוינען די פאן!)
זיי זענען ע"פ רוב ליידער אויך געבוירן פון אזעלכע עלטערן ווי דו, נאר האבן געהאט די גאטס צו טוישן זייער הוט 🙄
עס איז פאראן א גרויסע פארקער און לאנגע טרעפיק אין די קעטסקילס מוצש"ק נחמו. און לאו דווקא צוליב די סקולענער סעודת הודאה...
שמעקעדיגזר זהבפון וואו קומען טאקע יענע בחורים ובתולות? וואס איז די אנשיקעניש פון די אלע סארטן צו די קעטסקילס? און פארוואס בין איך נישט געבוירן צו אזעלעכע עלטערן? (וואלטיך חאטש אויך געקענט דזשוינען די פאן!)
זיי זענען ע"פ רוב ליידער אויך געבוירן פון אזעלכע עלטערן ווי דו, נאר האבן געהאט די גאטס צו טוישן זייער הוט 🙄
עס איז פאראן א גרויסע פארקער און לאנגע טרעפיק אין די קעטסקילס מוצש"ק נחמו. און לאו דווקא צוליב די סקולענער סעודת הודאה...
ווער ווייסט וואסארא חרון אף די תערובות'דיגע פארברענגעכצער קען אלס אנברענגען, השם ירחם על פליטת עמו.
חרון אף? זיי זענען די לעצטע איבערגעבליבענע הייפל אידן נאמנים לה' ולתורתו וואס זענען נאך מקיים דעם בחור שא נא עיניך וראה מה אתה בוחר, זיי זענען די איינציגסטע וואס האבן נישט נוטש געווען דעם הייליגען יום טוב חמשה עשר באב.
הא הא...
איך האב מורא אז דער פראבלעם איז, אז יעדעס יאר זענען זיי בוחר א צווייטע, לקיים מה שנאמר ירא שמים יוצא כל הדעות.....
וכל המרבה הרי זה משובח
זר זהביעדער גייט ערגעץ. דער וואס גייט נישט מוז זיין א דעפרעסטער וואס לעבט נישט א ראמענטיג לייף...
נעקסט קעיס.
כ'האף אז ביזט נישט דעפרעסט צו גיין ערגעץ אויף א שבת דווקא,
ואגב, וואסי שלעכט\גוט צו גיין א אנדערע שבת\וואכן טעג, נישט זוממער וואכן דווקא ??
אה..! איך פלאן צו בלייבן די וואך אי"ה,
אפשר וועט זיך מאכן א שבת עפראווד קאווע שטיבל ביינונז אין סמעדרעש, סא איי וואונט מיסס עניטינג אי"ה.
און פאר אייך אלע, לחיים ולשלום, צום ווידער זעהן בעזה"ש.
קרית יואל
town1קרית יואל
איר פלאנט טאקע נאך היינט אנצוקומען אין מאחורי הפרגוד?
😂 ... האסט מיר געמאכט לאכן...
געדענק מען דארף האבן "זאכליכע" תגובות.
בורו פרק
עס איז ממש א מחי, די גאנצע שטאט ווערט ליידיג
ניין, איך גיי אנקומען דארט עש"ק
נחמו נחמו עמי
וואס איז געווען אין די ראלי האטעל מוצ"ש?
פרייליך האט געמאכט א קאנצערט מיט ר' מרדכי בן דוד.
יך האב נישט געוואוסט אז ער גייט נאך אן אויף לייוו דזשאבס. איינער ווייסט וויאזוי ס'איז געווען דארט?
שמעקעדיגגעפילטע פישחרון אף? זיי זענען די לעצטע איבערגעבליבענע הייפל אידן נאמנים לה' ולתורתו וואס זענען נאך מקיים דעם בחור שא נא עיניך וראה מה אתה בוחר, זיי זענען די איינציגסטע וואס האבן נישט נוטש געווען דעם הייליגען יום טוב חמשה עשר באב.
הא הא...
איך האב מורא אז דער פראבלעם איז, אז יעדעס יאר זענען זיי בוחר א צווייטע, לקיים מה שנאמר ירא שמים יוצא כל הדעות.....
אבי אידן האבן הנאה
מ'קען שוין אונהייבען מאכען פלענער פאר שבת נחמו
לעמילמ'קען שוין אונהייבען מאכען פלענער פאר שבת נחמו
דוקא אויף נחמו? וואס איז מיט פארדעם?
פיינעלייזט, מ'גיימער מערצעשעם פארברענגען שבת נחמו ביים שוויגער.
לאקי מי..!
מי כעמך ישראל.....
פאר א קנאפע 2000 יאר ציריק, האט דער גרויזאמער טיטוס, דער ברוטאלישער רוימישער גענעראל, חרוב געמאכט דאס הייליגסטע וואס כלל ישראל האט נאר אמאל פארמאגט, און ער האט מיטן גרעסטע מאס גרויזאמקייט, ארויפגברענגט דעם הייליגן בית המקדש, דעם בית ה' אלוקינו און פלאמען, און דער שכינה הק' האט געמיזט נעמען איר טארבע און זיך לאזן און גלות אריין אונאיינעם מיטן כלל ישראל..
זינט דאן, באוויינט כלל ישראל דעם חורבן, אן וויל נישט פארגעסן ארץ ציון וירושלים, און ווען עס קימען אן די טעג, וואס דער סאמע אומגליק האט ממש פאסירט די ימי בין המצרים, קימט דער ווייטאג פולפאכיג מער ארויף אויפן אויבערפלאך, און מען נישט צוזיך קימען עֲלֵי שִׁמְךָ אֲשֶׁר חֻלַּל, ו עֲלֵי כָבוֹד אֲשֶׁר גָּלָה.
עס איז א העכסט נארמאלע ערשיינונג צו זען און די דאזיגע טעג, וואו דער גלות יוד שפאצירט זיך אזוי ארום, און גאנצען פארוויינט און ברימט זיך אונטער דעם נגון, גלות... גלות.... וואו גרויס ביזטו..., און שנירליך הייסע טרערן פליסן זיך אזוי אראף אווף זיינע בלאסע באקן..
אבער דאס אלעס האלט נאר אן ביז שאבעס נחמי.
ווען דער שבת פון טרייסט קימט צו גיין, ווערט כלל ישראל ארום גענימען מיט א פיבער פון טרייסט, און מען קען זיך פשוט נישט גענוג טרייסטן, מען האקט פיצא, מען טאנצט מיט מיזיק, מען גייט נייט סווימינג, אד''ג, ביז זונטאג פארטאגס, ווען דער באוויסטער שטערן שחר, באווייזט זיך שוין אויפן האריזאנט, און דער קאקאש מעלדט שוין איין די בשורה, אז דער נייער טאג איז שוין אט אט דא, ערשט דאס שפירט שוין דער עולם זיך אביסל געטרייסט, די ווארימע נחמה כוואליעס דרינגען שוין אריין און די קערפער, די פארקניישטע שטערן גראד זיך שוין אויס, דאס איינגעבויגן ריקן גלייכט זיך שוין אויס, דער הערליכע ראזע קאליר באווייזט זיך שוין אויף די בלאסע באקען,
און ערשט דאן לאזט מען זיך ארויס און א פייערליכע נחמה קאראד, זוכה אהא .... זוכה.... לחיי עולם הבא....
מי כעמך ישראל.....
מ. גליקמאןפיינעלייזט, מ'גיימער מערצעשעם פארברענגען שבת נחמו ביים שוויגער.
לאקי מי..!
איך בין אזוי דשעליס פון דיך...
נחמה קאראד איז קאראד'ע רביצין?
מ. גליקמאןנחמה קאראד איז קאראד'ע רביצין?
צ"ל קאראהאד, נוסח חב"ד.
איך זוך א האטעל פאר שבת נחמו וואס האט א מנין נישט ווייט פון וויליאמסבורג?
ריק סאנטורעםאיך זוך א האטעל פאר שבת נחמו וואס האט א מנין נישט ווייט פון וויליאמסבורג?
פארק האוז האטעל אין בארא פארק
איך בין שוין נערוועז מיט מאכן פלענער פאר שבת נחמו.
אויב איך בלייב אין שטאט שבת נחמו שפיר איך ווי אין אירושימא און גאנעסאקי נאכן אטאם...
ביטע העלפט מיר מיט די פלענער. ווי קען מען גיין?
איך בין גרייט צו צאלען כל הון דעלמא אבי נישט צו בלייבען אין שטאט שבת נחמו.
העלפטס!!!
קום צו מיר אין קאנטרי, כ'האב א בעט פאר דיר...
@גנדי מאך זעכער אז ס'איז נישט אויף א פארטש ארומגענומען מיט שאוער קורטענס, ווייל אויב יא ענדעלט עס שטארק צו נאגאסאקי.
שבת נחמו גיי איך בע"ה אין שוהל. מוצ"שק גיי איך בע"ה צו... עס איז א סוד
KolHaolam@
AD - “A Shabbos To Remember” at Crowne Plaza Hotel Danbury CT
for $550 + tax everything included.
347-640-3325
<!-- e --><a href="mailto:ShabbosGetaway2014@gmail.com">ShabbosGetaway2014@gmail.com</a><!-- e -->
מען האט קוים אנגעהויבן טרויערן און שוין איז מען פארנומען מיט די נחמה!
נישטא קיין נחמה אן קיין טרויער...!!!!
שמעקעדיגמען האט קוים אנגעהויבן טרויערן און שוין איז מען פארנומען מיט די נחמה!
נישטא קיין נחמה אן קיין טרויער...!!!!
לאז דעיס איבער פאר י.מ.סופר
שוין, בערל האט זיך געמאכט א נייע ניק.....
נעה בערל לייגט אלעמאל צו אפאר טיטלען מלפנים ומלאוחרי..
אויפגעשטאנען פון לאנגע דרימל ענק צו ערוועקען
ווער האט ערוועקט דיין ערוועקער
געווען אמאל א איד, געוואוינט אין וויליאמסבורג, זיך שטארק געמוטשעט חתונה צו מאכן, פרייטאג צו נאכטס שבת נחמו פאלט עם איין: איך בין דאך געבליבן אין שטאט פאר א סיבה... ער האט געהאט א שכן וואס איז ווערט געווען אפאר מיליאן, מה עשה הקב"ה, ער גנב'ט זיך אריין ביים שכן, און נישט מער נישט ווייניגער, דער שכן איז אינדערהיים!!! ער ווערט גרין און בלוי, זאגט עם דער שכן: נעם וואס די ווילסט, אבער מיט איין תנאי, אז די פארציילסט קיינעם נישט אז איך בין דא געבליבן שבת נחמו...
נחמו אין די שיינע שטילע שטאט
לידיעה בעלמא, פון מיינע שענסטע שבת נחמו'ס זענען געוועזען ווען איך בין פארבליבען אין שטאט, א מין רוהיגקייט און שלוות הנפש, פלאץ זיך צו רירען אומעטום, אין שוהל, אין מקוה, אין די געשעפטען, כ'אב געקענט שפאנצירען שבת נאכמיטאג אינמיטען גאדער, ווען דר'עולם זאל נאר באקומען שכל און מאכען די ריכטיגע טשויס. 🙂
מסזתמא האסטו אויך געקענט טראגן מיט די עירוב רוהיגערהייט יענע וואך