פלעין יודישמסזתמא האסטו אויך געקענט טראגן מיט די עירוב רוהיגערהייט יענע וואך
שא... זאג נישט אויס, דעי חברה גייען קומען צילויפן אויף פיר...
ווען איז די קאצערט אויף די שיף, ווייסט איינער?
שבת נחמו קארלבאך סטייל
שבת נחמו קארלבאך סטייל
איך האב דורך געלעיבט די דריי וואכן, זיך דעפרעסירט אויף אלע סארט ספירה מוזיק, אזש אז איך בין שוין געווארן אזוי צידריקט אז מיין נשמה האט שוין נישט געהאט פון ווי ארויסציגיין מער, מיינע ניין טעיג פון עסן עגפלעינט פאמעזשאן מיט פלאנדער, אלעס אן א שויער, פון דעים רעד איך שוין נישט, ענדיג צי מיט תשעה באב די זיצען און קלאגן אויפן חרבן, דארט ווער איך שוין אביסל מינטער, ווייל איך שפיר שוין די ענדע,
אבער צי מיין באדויער זיץ איך ביי מלווה מלכה, די פייערלעך שפריצען פינקען, אבער פאר א גיט יאר פאר וואס נאכאמאל מיט גם כי אלך בגי פון קארלעבאך, אלע שפילען מיט די געטארס, יעדע ראצער וואס איז נאך נאס ביי די אויגן, מיט א רינעדיגע נאז, האלט אז ער איז דער מאלע מקום פון שלמה'לע, און מען מיטשעט דעים געטאר עד שבאו תלמידיהם אז עס איז שוין באלד זמן קרישמע, מען שאקעלט זיך פון זייט צי זייט, מען גלייזט מיט די אויגן, מען לייגט זיך אריין און אזא העכערע מדריגה, און מען גרעבעכצט ארויס אלע טרויריגע ניגונים פאר שעות לאנג, אלעס האט דאך א גבול, וויפיל איז דער שיעור, איך בין נאך געדעמישט פון די לאנגע דריי וואכן, גיב מיר א ברעך, זינג ותן בנו מיט אנא אנא עבדא, אדער עפעס א נארמאלע זינג, מאך כאטש א הפסקה פון עטליכע מיניט פאר נייערע ניגונים פון מב"ד מיט אברהם, איידער מיינע נערווען גייען לאיבוד פאר אייביג.
שוין אביסול שפעט. איך הער אז די אלע שבתון'ס זענען שוין פאלי בוקט, חוץ ערכים אין קאנעטיקעט.
ס' דא געיגענט וויליאמסבורג צווישן בארא פארק, פלעטבוש, און קווינס, וואס ציט מאסן טוריסטן א גאנץ יאהר , א גאצע וואך און בעיקר דורך די וויקענד. ס' מסתמא דא אסאך צו טוהן דארטן, אלע טור גיידס גייען אהין אויב ווילט איהר נישט גיין מיט א טור דאן פאהרט אראפ ליע עוועניא, און נאכדעם גייט יעדער נעמען א בילד ביי דעם היסטארישן בית רחל בילדינג, מאנכע טורס וועלן ארויס לאזן דעם עולם אויף א שפאציר פון וואלדמאנס דריי גודס ביז בית רחל.
אז מ' קומט שוין און די געיגענט איז דא וואס פאהרן צו קיין מאנהעטן ועוד ועוד פרעגט אייך נאך אין האטעל
ס' דא צוויי האטעלן אין די געיגעגנט, אפאר שוהלן נישט ווייט צו וואקן ווי אויך א מקוה
פאר מער אינפאו וועגן שוהלן קוקט
Hotelsnearshuls.com
שמעון וואלףשוין אביסול שפעט. איך הער אז די אלע שבתון'ס זענען שוין פאלי בוקט, חוץ ערכים אין קאנעטיקעט.
די ווייסט וואס די רעדסט אדער שיסט פון בויך??? ערכים איז פיל בוקט !!!
Re: וואו גייסטע שבת נחמו?
סארא מין אפקומעניש דעם וואך. איך מוז פארן אין קאנטרי ווייל איעדער פארט. כ'קען נישט ארבייטען נארמאל און איך קען נישט איין קויפן אלעס און ארויס פארן באצייטענס כדי איל זאל נישט אן קומען ביי דער שקיעה. ס'גייט מיר באמת אויף דער נערווען און פאר מיר איז עס נישט קיין וואקאציע. איי מיין ווייב ענזשוינט עס? זי קאמפלעינט דארט אויך סא פארוואס זאל איך פארן זי קען קאמפלעינען אין שטאט אויך. שוין וואס טוט מען נישט פאר שלום בית.
גראףסארא מין אפקומעניש דעם וואך. איך מוז פארן אין קאנטרי ווייל איעדער פארט. כ'קען נישט ארבייטען נארמאל און איך קען נישט איין קויפן אלעס און ארויס פארן באצייטענס כדי איל זאל נישט אן קומען ביי דער שקיעה. ס'גייט מיר באמת אויף דער נערווען און פאר מיר איז עס נישט קיין וואקאציע. איי מיין ווייב ענזשוינט עס? זי קאמפלעינט דארט אויך סא פארוואס זאל איך פארן זי קען קאמפלעינען אין שטאט אויך. שוין וואס טוט מען נישט פאר שלום בית.
Wow, you sound like a real catch!
Re: וואו גייסטע שבת נחמו?
@פידלער
Thank you. I'll take it as a compliment.
ס'בלייבט, אז מ'גייט בעזהשי"ת פראווען א שיינע שבת נחמו, אינדערהיים.
א פרייליכע לעכטיגע שבת!
איי איז דאס געווען א שבת צום געדענקן, נישט ארויסגעטרעטן פון דערהיים...