אך און וויי פאר אזא געווינס
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12677
אך און וויי פאר אזא געווינס
📎 extremism_2033.jpg
ליינענדיג דעם סיקריקישן שונד צעטל וואס ווערט וועכנטליך ארומגעלופטערט אין די היימישע שולן וועלכע אקצעפטירן עקסטרעמיזם, קומט צו לאכן און צו וויינען. די קאמישע עפיזאדן וואך נאך וואך מיט אויפגעטראכטע מאדנע מעשיות וואס איז ע"פ רוב נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, כלומרש'ט מעסעדזש #17727, וואס רוב עולם לאכט שוין פון די נארישע באורינג צעטלעך וואס טראגט נישט קיין שום האפט, וואס א בן בלי שם גיבט ארויס פון כלומרש'טע מעסדזשעס וואס בני בלי שם געבן אריין אין די רעדאקציע, שוין כמעט נישטא ווער ס'זאל לאכן...
עכ"פ די וואך האבן זיי אריינגעלייגט א מעסעדזש פון א "געווינס", וואס ענדליך זעהט מען אז די ערליכע (לייען: עקסטרעמיסטישע) מענטשן האבן געווינען, און כלשונם: "נישטא קיין ערליכע (ווידעראמאל, לייען: עקסטרעמיסטישע) איד וואס זעהט איינעם מיט א סמארטפאון און קוקט נישט אראפ אויף אים"...
מיר היימישע חסידים זענען שוין געוואוינט צו הערן איבער "געווינסן" וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און דער גאנצער געווינס איז בלויז אויף פאפיר וואס איז סובל את הכל. צי איז עס אין חסיד'ישע פאליטיק, צי אלגעמיינע פאליטיק, צי אין פריוואטע מחלוקת'ער, וכדו' וכדו'. קיינער וויל נישט זיין קיין "לוזער", ע"כ טוט מען פראקלאמירן פאר ווער עס וויל נאר הערן אז מען איז לכה"פ א שטיקל געווינער, אפילו עס איז נאר א "יש ליישב בדוחק" געווינס. דער מושג פון "געווינס" האט שוין פארלוירן די עקסייטמענט ביי אונז, מיר ווייסן שוין אז די פראפעגאנדע פון געווינסן איז איין גרויסע וויץ, און עס איז ווערד פונקט ווי א "קול קורא" וואס הענגט אין די גאסן, אונטערגעשריבן "רבני העיר".
מיר געדענקען ווען געוויסע חסידות האבן פרובירט קאנטראלירן אנדערע – מיט טעראר, פארשטייט זיך, כדרכם – און מען האט שטיל געמאכט די אנדערע צד, זיי זענען שטיל געבליבן צוליב די שרעק פאר טעראר, און די טעראריסטן האבן זיך געפאטשט אין בויך "דידן נצח", קוקט מיר האבן "געווינען"... ליטל דיד דעי קנאו, ווייניג-וואס האבן זיי געוואוסט אז עס איז ווייט פון א געווינס, שטילערהייט קאכט זיך און די בלוט ברויזט, נאר די צייט איז נאך נישט רייף צוריקצוגעבן יעצט ווייל דערווייל איז דער צד הטעראריסטן שטערקער, ס'איז ידם על העליונה און השעה משחקת להם; אבער ווי נאר מען האט זיך געקענט אביסל עפענען, בפרט היינט אין די אינטערנעט עפאכע ווען מענטשן קענען שרייבן אנאנים, זעהט מען פלוצלינג אז דער גאנצער געווינס איז א בלויזע "קאווער-אפ", עס איז קיינמאל קיין געווינס נישט געווען, אדרבה גאר, ווי דער רבי האט געזאגט, "די נצחונות וועט זיי נאך באנג טאן", האט מען שפעטער באשמוצט און מגלה קלונם געווען פון די באנדע שקצים וואס האבן געפייניגט אנדערע "לשם שמים" בלויז צוליב נישט מסכים זיין מיט זייער מהלך המחשבה, און די גאנצע געווינס איז נתהפך געווארן לחרפה ולבושה.
כן הדבר הזה, גענוי אזוי שפילט זיך דא אפ. איך ווייס נישט וועמען די משוגעים פרובירן באאיינפלוסן, אבער די באבלעך קראכן נעבעך איינס נאכ'ן צווייטן... ליידער איז שוין דא אזויפיל סמארטפאונ'ס אז זיי קענען עס גאר נישט קאנטראלירן, אנגעהויבן פון די בחורים אין ישיבות, יונגעלייט אין בעדרום, און עלטערע אידן אין ביזנעס, א.א.וו., נאר אודאי איז עס דערווייל באהאלטן, מען האט מורא פון די טעראר וואס בוזשעוועט אין די גאסן, די מוסדות סטראשען מיט די קינדער, ממילא נעמט זיך יעדער א כשר'ע פאון פאר די פובליק, און נאכדעם קומען די משוגעים און טראומפירן "גיט א קוק קעניינעהארע וויפיל כשר'ע פאונ'ס פארקויפן זיך".... און בשעת מעשה אסר'ט מען אריינצוקומען מיט די סמארטפאונ'ס אין די שולן, און אויך אין די מוסדות, מען אסר'ט די פרויען צו האבן סמארטפאונ'ס, און בנוסף צו דעם טיילט מען 'השומרים' קארטלעך פאר די קינדער שלא נפתחו עיניהם (כאטש ביז א יאר דערויף איינמאל זיי קומען לכלל דעת חלש'ן זיי צו זעהן קליפס אויפ'ן סמארטפאון), און מען פרובירט אפילו צו צווינגען די רבנים אונטערצושרייבן אז מען טאר עס בכלל נישט ארויסנעמען אין פובליק אפילו אויפ'ן גאס... אזוי מאכט מען זיכער אז יעדער האט עס גוט באהאלטן און ראובן ווייסט נישט אז שמעון האט איינס און שמעון ווייסט נישט אז ראובן האט אויך איינס (אויף וואטסעפפ ווייסן זיי יא, נאר אין שול ווייסן זיי מ'כלומר'שט נישט), און ויצא הגעווינס הזה...
איז לאמיר דא אראפשלעפן די קארטן און מגלה זיין פאר די וואס ווילן וויסן דעם אמת, גיט א קוק וויפיל טויזענטער וואטסעפפ גרופעס דרייען זיך ארום ביי היימישע אידן מיט טויזענטער באטייליגער, גיבט א קוק וויפיל טעלעגראם טשענעלס מיט טויזענטער היימישע אידישע פאלאוערס איז דא, גיט א קוק אויף פעיסבוק און טוויטער, דארט שטעקט דער אמת, דארט זעהט מען אביסל וואס עס טוט זיך אפ, מען גייט אריין צו א חתונה, כמעט נישטא קיין מענטשן אן קיין סמארטפאונ'ס, יעדער כאפט קליפס, מען דארף נעבעך ארויסהענגען גרויסע "שיינע טאוולען" פון השומרים זיך בעטנדיג מען זאל נישט ארויסנעמען די פאונס ברבים... דאס איז דער אמת וואס גייט פאר! דאס וואס דו זעהסט ביים ספרים שראנק אין ביהמ"ד מיינט גארנישט, זילטש, עטץ קענטס טראכטן וואס עטץ ווילטס, ויקרא שמו בישראל "געווינס", אבער די נצחונות וועלן אייך נאך באנק טאן, ענקער נארישע באבל גייט באסטן מיט א הילכיגן קראך, און מען וועט צוריקקוקן וועט מען נישט ענדיגן לאכן פון ענקערע "נצחונות"....
ביסט גערעכט אין אלעם, אחוץ פעיסבוק. דער היימישע עולם איז נישט אויף פעיסבוק ווי עס דארף צו זיין. מ'האט קאנטעס אבער מ'נוצט עס נישט. דאס איז די איינציגסטע נצחון פון די מערכה, וואס לדעתי איז נישט אזוי שלעכט, אבער בארעכטיגט נישט די מיטלען.
דער עולם איז העווי אויף Instagram.
איך האב נישט קיין פעיסבוק און נישט קיין אינסטעגרעם, אבער איך ווייס פון פילע וואס האבן יא.
די פרטים זענען נישט אזוי ווייט נוגע, עס איז די בילד בכלליות וואס דארף א תיקון דא.
בכלליות ביסטו הונדערט פערצענט גערעכט. נאר די אומגעוואונטשענע תוצאות פון די מהלך פון שקר און זיך מוזען באהאלטן איז נישט קיין געווינס פאר די אנדערע צד אויך נישט.
אפילו ווען מענטשען האבען פעיסבוק, מ'קען עס אבער נישט נוצען ווי עס דארף צו זיין. מ'קען נישט ארויף לייגען משפחה בילדער פאר די חברים, איינליידען חברים צו עווענטס, אפדעיטען די ציבור וואס אינטרעסירט זיך אין דיר. די אלע זאכן האט די מערכה אפגעהאלטן.
צוויי חברים פון בית מדרש טרעפן זיך אמאל אויף סאציאליע מידיע, אן וויסן בעפאר אז דער צווייטער פארמאגט אין געהיים א ראבינאוויטש-פארבאטאנע כלי:
ס'דערמאנט א זיסע פאלקס געשיכטע.
א אידל האט זיך שרעקליך געמיטשעט אויף פרנסה, ביז איינמאל האט ער זיך אנגעקלאפט אין אן אנאנס, אז דער שטאטישער טיר-גארטן זיך א מענטש וואס זאל זיך אהערשטעלן אלס א מאלפע. וואס איז די מעשה? דער ווירקליכער מאלפע וועלכע האט אונטערגעהאלטן די באזוכער אין טיר-גארטן איז געגאנגען פארקויפן בייגל. די טיר-גארטן פארוואלטער האבן טאקע באשטעלט א נייע מאלפע פון אפריקע, אבער דער ליפערונג האט זיך ווארשיינליך עטוואס פארשפעטיגט, און די באזוכער זענען געווארן אויפגעברויזט ביז גאר, מיר ווילן זען א מאלפע האבן זיי קאטאגאריש פארלאנגט, רצונינו לראות את מלכינו...
אלענפאלס, דער אידל האט אנגענומען דעם שאנדפולער אנבאט. אייגענטליך, מיר אידן האבן גוטע ערפארונג אין טאנצן און זיך אהערצושטעלן אלס חיות, מיר פלעגן דאס צו טאן אויף די פארלאנג פון די פעשע פריצים אין אייראפע, ביז רבי משה לייב סאסובער און רבי לייב שרה'ס האבן דאס געברענגט צו אן ענדע. הכלל, דער איד האט זיך אנגעטאן די פעל פון א מאלפע, און ער איז געטאנצן מה יפית צו די אויגן פון די איבערראשטע צושויער, וועלכע האבן נישט געהאט די מינדעסטע אנונג אז דאס דאס איז נישט ווירקליך קיין מאלפע, נאר א פארשטעלטער אידל.
דער איד האט דאס גאר גוט אהערגעשטעלט, ביז אין א געוויסע טאג האט ער טאנצענדיג אזוי אויף די צווייגן, זיך אריינגעגליטשט אינעם לייבן שטייג, ער זעט זיך מיטאמאל שטיין איינער אליין קעגן א מעכטיגער גראנדיעזער ברוינער אפריקאנער לייב, מיט א יאסלע-באצירטער פארצוף, און שארפע ציין, אזש די האר פון קאפ האבן זיך אים קאפויער געשטעלט. ער האט פארשטאנען אז זיינע מינוטן זענען געציילטע. און וואס טוהט א איד אין אזעלכע אומשטענדן? ער שרייט סאפאנטאן אויס דעם אידישן-צייגעניש: שמע ישראל ה' אלוקינו ה' א-ח-ד... אזש ס'האט אפגעהילכעט אינעם גאנצן טיר-גארטן.
מיטאמאל הערט דער איד, ווי דער שרעקווערדיגער לייב מורמעלט זיך אונטער שטיל, ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד...
די געשיכטע איז נאכנישט פארטיג.
דער הויכער זשיראף מיטן לאנגן האלץ באמערקט ווי דער מאלפע מיטן לייב פארגייען זיך אין א העפטיגער דיסקאסיע, מורמעלט ער זיך אזוי אונטער א בייזער, אפשר זענט איר שטיל? מ'וועט נאך באלד כאפן אז מיר זענען בלויז אקטיארן...
ר' שמעקעדיג
יעדע אזא צעטל איז א טובה פאר די סמארטפאון באנוצער ווייל סדעקט אויף די אמתע פאלשע פרצוף פון די מענטשען אונטער די אנטי אינטערנעט מערכה, יעדער זעהט פונקליך וואס זיי זענען און היינט זענען זיי ללעג ולקלס ביי יעדע נארמאלע מענטש, ואיש כל הישר בעיניו יעשה
די סמארפאון באנוץ ביים היימישן ציבור איז טאקע די העכסטע זייט מ'קוקט נאך די סטאטיסטיקס, אבער אין ביהמ"ד האבן זיי יא געהאט א גרויסע הצלחה.
קאך לעפל: אן ענליכע מעשה ווערט פארציילט. וואס איז זיך פארלאפן אין די בערלינער באן סטאנציע. בערך אין יארע 1936 למספרם...!
א איד האט געוואלט ארויפשטייגן אויף די באן. ער האט אבער מורא געהאט אז די אנטיסעמיטן. די נאציס, ימ"ש וועללן איהם באפאללן אלס איד. איז ער צוגעגאנגען צו א ניוס סטענד און געקויפט דעם ..."שטירמער". ער גייט ארויף אויפ'ן באן און זעצט זיך אוועק. קומט אן זיין שכן פון אקעגנאיבער. און מאכט אויכעט אויף דעם שטירמער. און נעמט זיך ליינען. אבער די ארטיקלען וועלכע זענען דארט געשטאנען זענען געווען צו שרעקליך און אויפברויזנד פאר דעם איד. האט ער פלוצלינג, געגעבן א שריי שמע ישראל... רופט זיך אן זיין שכן פון אקעגנאיבער...ה' אלוקינו, ה' אחד...!
ליידער ליידער מוז איך זאגן אז זיי האבן יא א געווינס. ווילאנג כבוד רבינו שמעקעדיג וועט נישט דא ארויסקומען מיטן נאמען און מאמעס נאמען זענען מיר גוט אין דער ערד. מען זאגט אז מען נוצט נישט פעיסבוק, אוודאי נישט, פעיסבוק איז געמאכט צו נוצן מיטן עכטן נאמען און קאמוניקירן מיט עכטע חברים און משפחה. טוויטער איז מער איינגעשטעלט באופן פון ניקנעימס און מער צו פארברענגען ווירטואל איז עס גרינגער צו נוצן אנאנים. יעדער האט אפשר וואטסעפפ, אבער מען ציטערט אימת מות פון א קליינע מיאוסע מינאריטעט וואס מאניפולירט דעם רוב פראדוקטיוון חלק פונעם פאלק וואס פילט זיך נישט גענוג שטארק צו זאגן זיין מיינונג אין אזעלכע ענינים אןן בויגט זיך בלית ברירה צום טעראר. ווילאנג מיר וועלן נישט אלע ארויסקומען אין דער עפנטליכקייט און פראקלאמירן אז אין לנו חלק ונחלה בשלטון הזר, וועט קיין ישועה נישט זיין, נאר וואס וועט זיין מיט שידוכים?...
איך מיין אנאנימקייט איז עפעס אנדערש. האסט אמאל געזען א בריוו אין צייטונג מיט א נאמען? אפילו ווען די חרדי'שע צוגאנג צו אינטערנעט איז נארמאלער, וואלט קאווע שטיבעל געהאט אנאנימע ניקס.
אמת, אבער יו געט דע פוינט. מענטשן ציטערן בכלל זיך ארויסצושטעלן מיטן נאמען איבעראל. וואטסעפפ איז בדרך כלל פריוואט, אבער אויף אנדערע ערטער וועסטו זען זייער ווייניג עכטע נעמען, און אויב יא נוצן זיי עס כמעט נישט. דאס אז מענטשן פייפן זיך אן במחתרת איז טאקע דער ערשטער שטאפל פון א רעוואלוציע, אבער ביי דעם איצטיגן מאמענט וואלט מען שוין געדארפט האלטן ביי א מציאות אז מען קומט ארויס אפן. אזוי ווי קצת מחברינו. און אזויווי הרב לאבין וכדומה. אויב נישט מיינט דאס אז דאס וועט אין ערגעץ נישט פירן און וועט בלייבן אזוי לאורך ימים ושנים לשמחת לב כל הקיצונים, און קאווע שטיבל וועט פאראייביגט ווערן לדראון אין אידישע היסטאריע.
נו, קריינא דאיגרתא איהו להוי פרוונקא[emoji23] דער עולם וועט דיר נאכגיין, אינז ברויכן נאר האבן אפאר נחשונים
מיימון, 2 נקודות:
ערשטנס, טרם יקראו ואני אענה, איך האב זיך שוין באצויגן צו דיין טענה, און געשריבן קלאר אז די רעוואלוציע איז נאך אונטערוועגנס, די צייט איז נאך פשוט נישט רייף דערפאר. קענסט עס רופן א "צייטווייליגע געווינס" פאר די סיקריקין, חיי שעה איז אויך געלעבט; אבער פאקטיש דער לעצטער לאך וועלן זיי נישט האבן. גיב עס אפאר יאר, כעת זענען זיי ידם על העליונה, אבער זאכן וועלן זיך טוישן. די מוסדות אליין וועלן אנהויבן נאכלאזן, אזוי ווי זיי זענען כסדר משנה פון די מסורה, טראץ זייער פארקערטע לאזונג. אין סיי וועלכע מוסד דו שפאצירסט היינט אריין, זעהסטו א גאנצע אפיס סטעף מיט קאמפיוטערס מיט אינטערנעט עקסעס און אסאך פון די ארבעטערס מיט סמארטפאונ'ס. דאס איז ווייט פון א געווינס אין מיינע פליישיגע אויגן.
צווייטענס, די עקסטרעמיסטן אליינס זענען אויך אנאנים אין אלגעמיין (מיטן אויסנאם פון הרב ראבינאוויטש), מען שיסט צעטלעך, מען הענגט קול קורא'ס, מען טיילט קארטלעך פאר די קינדער, אן קיינע נעמען ווער עס שטייט אונטער די אלע זאכן, זיי אליינס זענען אויך נישט באקוועם מיט זייער פאזיציע, און דאס מיינט איין זאך -- אז זיי אליינס זענען נאך נישט זיכער מיט'ן געווינס, נאר זיי טרייען זייער לאק.
--------
דיסקלעימער, איך וויל נישט מען זאל אויסטייטשן מיינע ווערטער אז סמארטפאונ'ס זענען 100% אקעי און מען דארף נישט אכטונג געבן. אדרבה, מען דארף האבן זהירות יתירה נישט אנצוקומען וואו מען דארף נישט באיזה אופן שהוא, און מען דארף מעורר זיין כלל ישראל פונקט ווי מען איז מעורר אנדערע פראבלעמען, אבער אויף א נארמאלן פארנעם. דאס מין אויסדרוק פון "אראפקוקן אויף יעדן וואס האט א סמארטפאון", חוץ די גראבע שקר דערפון, איז גאר נידריג און נישט די וועג צו מעורר זיין אידן, פונקט ווי טיילן קארטלעך ביי די קינדער איז נישט אויסגעהאלטן און נישט אפעקטיוו. זאג של"ש תורות און רעד שבת שובה דרשות בדרכי נועם בענין קדושת העינים וקדושת המחשבה, מיט'ן גיין אזוי ווילד און עקסטרעם טוסטו סך הכל פאר'מיאוס'ן אידישקייט און ביסט גורם מענטשן זאלן זיין אומבאקוועם און זוכן א וועג ארויס, און דאדורך מער אפפארן פון וועג רח"ל, בבחי' כל המוסיף גורע.
מר שמעקעדיג, שכויעח פאר די דיסקלעימער. פון יעצט אין ווייטער וועלעך בליענעדער מער נישט קרים אריינטייטשען דיינע ווערטער...
דער גאלדענער אדלערנו, קריינא דאיגרתא איהו להוי פרוונקא[emoji23] דער עולם וועט דיר נאכגיין, אינז ברויכן נאר האבן אפאר נחשונים
איך האף אי"ה בקרוב. אויב זאכן וועלן זיך אויסארבעטן מיין וועג.
מיימוןאיך האף אי"ה בקרוב. אויב זאכן וועלן זיך אויסארבעטן מיין וועג.
וואס דען? מיימון און די נשר הגדול זאלען דען זיך נישט פארשטיין? אתמהה?
ראב"ד, מ'מיינט דיך אויך, דריי דיך נישט ארויס!
שעפעלע, איך האלט שוין לאנג אויפ'ן וועג. יאג זיך אינטער ברידער טייערע...
אז מען רעדט שוין פון דעם נארישן גליון השמיעיני....
מיר אלע ווייסן אז דער כיור אין ביהמ"ק האט געהאט א ספעציעלע חשיבות, ווי רש"י הק' פארציילט אין פרשת ויקהל, אז דאס איז געמאכט געווארן פון די הייליגע שפיגלעך פון די קאפלס אין מצרים, עיי"ש.
די היינטיגע עקסטרעמיסטישע סיקריקים וואלטן מבטל געווען די רש"י... אזאנס צו שרייבן? אני נאה ממך? דאס איז דאך ממש דער קליפת הסמארטפאון!...
נו, נו. פיהם הכשילם.....
(ווער עס כאפט נישט, מען דארף עס ספעלן "כיעור", נישט כיור)
.
📎 kiyer_154.jpg
Re: אך און וויי פאר אזא געווינס
פאר א צוויי וואכן צוריק האב איך (ליידער...) געזעהן זייער שונדצעטל אין שוהל (איך דארף טאקע מער אפבאכט גיבן אויף מיין שמירת עינים...). אויף דעם איז געווען א בילד פון א השומרים קארטל וואס ווייזט ווי משיח קומט אן אלס ליטעראלי (זכריה ט ט) עני ורוכב על חמור (׳שטייצעך נאר פאר די אידן וואס האבן נישט קיין סמארטפאון...).
📎 Messiah.png
עס האט גראד ארויסגעברענגט ביי מיר טאקע אט די מורא׳דיגע פונדאמענטעליזם פון וואס די חברה נעבעך ליידן אויף אויף אן אויסערגעווענליכן פארנעם. ערשטנס, עס זעהט אויס פון רש״י אין סנהדרין צח. אז ער טייטשט דאס מער אלעגאריש [אלס ענין אז ער גייט נישט קומען במהירות אי לא זכו. מ׳קען אפשר אויך אריינלערנען אז ער, און אנדערע מפרשים, לערנען דאס אפ אלעגאריש דארט אין זכריה אלס ענין ענוה, הגם דאס איז שוין שווערער צו זאגן]. ועיין במהר״ל בגבורות ה׳ (פכ״ט) אז די רמז איז אז ער איז שולט על חומריותו. צווייטנס, ידועים דברי הרמב״ם (הל׳ מלכים פי״ב ה״ב) וכל אלו הדברים וכיוצא בהן לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו שדברים סתומין הן אצל הנביאים גם החכמים אין להם קבלה בדברים אלו אלא לפי הכרע הפסוקים ולפיכך יש להם מחלוקת בדברים אלו ע״כ ע״ש, און לכאורה גייט דאס אויך ארויף אויף דעם (ובסתם עיין לעיל שם בפי״א).
עכ״פ צו גיבן און ווייזן אפיציעל אויף א קאנקריט אופן אזא סארט ליטעראליסט פונדאמענטעליסט אפטייטש אין דעם אין אונזער היינטיגע וועלט און קאנטעקסט פון טעכנאלאגיע וכו׳, איז לענ״ד א גידוף און חוזק געמאכט פונעם רמב״ם׳ס צוועלעפטן עיקר, און קען גאר געפערליך מבזה זיין די קאנצעפט בעיני העם, ותוצאותיו וכו׳.
(איך פארשטיי אז לדעתם המשובשת האבן זיי געמיינט גוט, אבער...)
ובסתם, ווי אראפגעברענגט, זאגט דאך די גמרא דארט אין סנהדרין אז די ענין פון עני ורוכב על חמור איז נאר טאמער... עםם... לא זכו...
אָה! כ׳האב פארגעסן. די לא זכו איז וועגן די טרייפענע סמארטפאון אידן...
אבער איין מינוט! האבן זיי נישט... אהעם... ״געוואונען״, און רוב אידן ״עקלען״ זיך פון א סמארטפאון?... אתמהה.
יא יא. אט אזוי זעהט עס אויס ווען מען זוכט קאנסיסטענסי ביי די פונדאמענטעליסטישע טענות. נישטא ווער זאל לאכן.
אגב, די בילד דערפון האב איך געטראפן אויפ'ן אינטערנעט ביי אידישע גליונות...
איך פארשטיי אויך אז מיין טענה/הערה דא קען ארויפגיין און איז נוגע צו יעדעס אזא סארט בילד וואס מען מאכט איבער ימות המשיח [פליען אויף נשרים ממש וכדומה].
@מי אני דו מאכסט מיר לאכן. אזוי קוקט אויס ווען א פילוסוף וויל פארשטיין פארוואס מען עסט פיש זאפט שבת.
אך און וויי פאר אזא געווינס
😂
״אכסיגרון״ (עיין לדוגמא ביומא עו.)
[מורייסא "מציר של דגים"] עם האותיות איז טאקע עולה ״משיח״...
און גראדע קען מען אפשר יא גיבן עפעס א שטיקל פילאזאפישע טעם פאר פיש זאפט אין שבת.
דא הא׳מיר אראפגעברענגט הרב דר. סאלאווייטשיק׳ס מהלך אז די מטרה פון הלכה איז פענאמענאלאגיש. דהיינו, איר אביעקטיווקייט טוהט אויספארעמען אונזער סאביעקטיווע פּערסעפּשאן איבער׳ן מציאות אין די טערמינען פון הלכה׳דיגע פּאראמעטערן.
יעצט, די מ״א ברענגט אראפ אין אנהויב הלכות שבת (או״ח סימן רמב ס״ק א) פונעם תיקוני זוהר (בראשית קל) אז מ׳זאל עסן פיש ביי אלע דריי סעודות פון שבת. אבער אויב העכערט מען דעם פרייז זאל מען דאס נישט קויפן ע״ש. זעה׳מיר פון דעם אז די מטרה איז ביי דעם, לפי הרב סאלאווייטשיק, אז אונזער פענאמענאלאגיע אויף שבת ביים סעודה זאל האבן צו טוהן מיט פיש (צו אלס ״דג״ עולה 7 צו וואס), אבער עס קען זיין א פראבלעם אז מ׳קען נישט און מ׳זאל דאס נישט שאפן פאר שבת טאמער איז דאס צו טייער. דעריבער עסט מען שבת פיש זאפט, וואס דאס איז ביליג ולכאורה מן הנמנע אז דאס זאל מען נישט קענען פארשאפן פאר שבת, און אזוי איז מען מער פארזיכערט אז מען גייט בלייבן מיט׳ן פענאמענאלאגיע פון פיש אויף שבת.
בול שיט מיט'ן כולל איז בגמטריא משיח
דאס איז פאר די צעטלעך פארשפרייטער
מי אני:lol:
״אכסיגרון״ (עיין לדוגמא ביומא עו.) [מורייסא "מציר של דגים"] עם האותיות איז טאקע עולה ״משיח״...
איך שטוין! זאג נאר, סשוין געוועזן אמאל אין עני ענין וואס סזאל נאר זיין, וואס איר האט נישט געהאט עפעס געוואלדיגס צו צולייגן?
מנחם ציוןבול שיט מיט'ן כולל איז בגמטריא משיח
דאס איז פאר די צעטלעך פארשפרייטער
צו דעם קען מען טאקע צושטעלן דאס וואס איך האב
דא אראפגעברענגט פון דר. הערי פראנקפורט איבער דאס דעפיניציע פון "בולשיט" לעומת סתם ליגענט. והיינו לענינינו אז פאר די ארויסגעבערס פון די צעטל גייט אינגאנצן נישט אן אפילו מעיקרא וואס דער אמת איז; זיי זוכן נישט
דוקא צו אונטערדרוקן דאס אמת (אין די קאנטעקסט). נאר זיי זוכן צו און זענען אויסן צו שטופן א נערעטיוו וכו', און אז ס'שטימט מיט'ן אמת הרי הוא טוב און אז נישט 'עט מען עס אדורכשטופן שלא עם האמת. וממילא גייט דאס אריין אין כלל פון "בולשיט" לעומת סתם ליגענט, וכדברי דר. פראנקפורט.
גבור חילמי אני:lol:
״אכסיגרון״ (עיין לדוגמא ביומא עו.) [מורייסא "מציר של דגים"] עם האותיות איז טאקע עולה ״משיח״...
איך שטוין! זאג נאר, סשוין געוועזן אמאל אין עני ענין וואס סזאל נאר זיין, וואס איר האט נישט געהאט עפעס געוואלדיגס צו צולייגן?
ייש"כ ייש"כ! ולוואי.
מי אנימנחם ציוןבול שיט מיט'ן כולל איז בגמטריא משיח
דאס איז פאר די צעטלעך פארשפרייטער
צו דעם קען מען טאקע צושטעלן דאס וואס איך האב
דא אראפגעברענגט פון דר. הערי פראנקפורט איבער דאס דעפיניציע פון "בולשיט" לעומת סתם ליגענט. והיינו לענינינו אז פאר די ארויסגעבערס פון די צעטל גייט אינגאנצן נישט אן אפילו מעיקרא וואס דער אמת איז; זיי זוכן נישט
דוקא צו אונטערדרוקן דאס אמת (אין די קאנטעקסט). נאר זיי זוכן צו און זענען אויסן צו שטופן א נערעטיוו וכו', און אז ס'שטימט מיט'ן אמת הרי הוא טוב און אז נישט 'עט מען עס אדורכשטופן שלא עם האמת. וממילא גייט דאס אריין אין כלל פון "בולשיט" לעומת סתם ליגענט, וכדברי דר. פראנקפורט.
נאו Wעי ס'איז דא אן אקאדעמישע דעפינישן אויף בול שיט?!? 😂 😂 😂
וואס די וועלט האט אלס צו פארקויפן.....
<a class="postlink" href="http://www2.csudh.edu/ccauthen/576f12/frankfurt__harry_-_on_bullshit.pdf">http://www2.csudh.edu/ccauthen/576f12/f ... llshit.pdf</a>
און אז מ'רעדט פון אפהאנדלונגען און דערמאנסט דעם W און איר פאנים לעומת דעם ו' און איר פאנים, איז
דא הא'מיר אביסל גערעדט דערפון
(פון אזא כמו אקאדעמישן פערספעקטיוו).
אך און וויי פאר אזא געווינס
מיימוןליידער ליידער מוז איך זאגן אז זיי האבן יא א געווינס. ווילאנג כבוד רבינו שמעקעדיג וועט נישט דא ארויסקומען מיטן נאמען און מאמעס נאמען זענען מיר גוט אין דער ערד. מען זאגט אז מען נוצט נישט פעיסבוק, אוודאי נישט, פעיסבוק איז געמאכט צו נוצן מיטן עכטן נאמען און קאמוניקירן מיט עכטע חברים און משפחה. טוויטער איז מער איינגעשטעלט באופן פון ניקנעימס און מער צו פארברענגען ווירטואל איז עס גרינגער צו נוצן אנאנים. יעדער האט אפשר וואטסעפפ, אבער מען ציטערט אימת מות פון א קליינע מיאוסע מינאריטעט וואס מאניפולירט דעם רוב פראדוקטיוון חלק פונעם פאלק וואס פילט זיך נישט גענוג שטארק צו זאגן זיין מיינונג אין אזעלכע ענינים אןן בויגט זיך בלית ברירה צום טעראר. ווילאנג מיר וועלן נישט אלע ארויסקומען אין דער עפנטליכקייט און פראקלאמירן אז אין לנו חלק ונחלה בשלטון הזר, וועט קיין ישועה נישט זיין, נאר וואס וועט זיין מיט שידוכים?...
זיייער גוט געזאגט. @מ[mention]מיימון [/mention] ק”ש וואלט נישט עקזעסטירט ווען זיי זענען נישט מצליח. מיר באהאלטן זיך או אונטער ניקים און שרייבן אנאנים פארוואס? נאר ווייל השומרים האט מצליח געווען. (איך רעדט פון נארמאלע נושאים אפי’ כגון איי וועלט מכלומערש)
פעיסבוק, טוייטער, אינסטעגרעם וואלט געווען א פלאטפארמע ווי איעדער וואלט אנאנסירט ווי און ווען די חלוקה’ס וועלן פארקומען ווען השומרים איז נישט מצליח. די האום פוינס סטאפן נישט קלונגען פאר גאר וויכטיגע ידיעות וואס די הנהלה’ס המוסדות, והכוללים דארפן איבער גיבן דעם ברייטן ציבור.
די ביזנעסער וואס באניצען זיך מכלומערשט מיט סאציאלע מידיע פאר זייער סערוויסעס למשל פאטאגרפיסטן, גראפיקערס וכדו’ קוקט צו די פאלואינגשיפ. וויפיל עכטע נעמען זענען דא דארט?
פיין האט השומרים מצליח געווען צו אונטערדריקען אונזער אינטרנט וועלט. דער ראש האשכול קומט מיר פאר ווי די ווארשעווער אויפשטענדלער וואס האבן געשריגען מיר געווינען די נאצי ווייל אין זיין בונקר האט ער געשריגן איך לאז זיך נישט און אפי’ באהאלטענערהייט געהאט א ריוואלווער.
ווי זיצען מיר מיט אונזערע טעלעפוינען? אין ביסה”כ אפי’ די ווייב זאל נישט פונקטליך וויסען אז איר מאן זיצט אויפן ק”ש וועבזייטל און שרייבט עפעס א תגובה, ווייל יענקי האט פריער געוויזען זיין מאמע א גאנצער שיך באקס פון השומרים קארטלעך, די פרוי הייבט אן שפעקעלירן אז איר מאן זעהט טאקע אויס ווי די בילדער אויפן קארטעל.
איך דענק נישט אין מיין לעבנס יארן אזא געלונגענער סוקסעספולער קאמפיין מיט אזאנע גינסטיגע רעזאלטאטן.
אבער באותו תגובה קען מען אויך נישט אוועק מאכן די טענה פון הרב [mention]שמעקעדיג [/mention] און ער איז אותך גערעכט אז די שפאלטענעס זענען געמאכט און זייער געווינס איז נאר לשעה נישט לדורות.
Sent from my SM-T867V using Tapatalk
Re: אך און וויי פאר אזא געווינס
איך מיין דיין תגובה וואלט געווען פאסיג 7 יאר צוריק.
ווער באהאלט זיך (איך רעד בדרך כלל און נאך די צוואנציג)?
פאלשע פאלאוערס אויף אינסטעגרעם (איך רעד נישט פון מענטשן וואס פרובירן זיך צו ארויפארבעטן)?
דאס הייסט סוקסעס, אז די מוסדות נוצן נאך די טעלעפאן?
וואס איז מיט אנליין קאמפיינס?
איך וואלט געקענט באשטיין זיך צו פילן העלדיש ווי א ווארשעווער געטא אויפשטענדלער, אבער איך זע עס בכלל נישט.
- און בכלל האט די אלע "אומגינסטיגע תוצאות" גארנישט מיט די ראדיקאלע השומרים נאר מיט די רבנים בכלל
Re: אך און וויי פאר אזא געווינס
מיימוןדער גאלדענער אדלערנו, קריינא דאיגרתא איהו להוי פרוונקא[emoji23] דער עולם וועט דיר נאכגיין, אינז ברויכן נאר האבן אפאר נחשונים
איך האף אי"ה בקרוב. אויב זאכן וועלן זיך אויסארבעטן מיין וועג.
נא, די עולם ווארט שוין געשפאנט קרוב צו צוויי יאר!
פאליטיקאנטאיך מיין דיין תגובה וואלט געווען פאסיג 7 יאר צוריק.
ווער באהאלט זיך (איך רעד בדרך כלל און נאך די צוואנציג)?
פאלשע פאלאוערס אויף אינסטעגרעם (איך רעד נישט פון מענטשן וואס פרובירן זיך צו ארויפארבעטן)?
דאס הייסט סוקסעס, אז די מוסדות נוצן נאך די טעלעפאן?
וואס איז מיט אנליין קאמפיינס?
איך וואלט געקענט באשטיין זיך צו פילן העלדיש ווי א ווארשעווער געטא אויפשטענדלער, אבער איך זע עס בכלל נישט.
- און בכלל האט די אלע "אומגינסטיגע תוצאות" גארנישט מיט די ראדיקאלע השומרים נאר מיט די רבנים בכלל
בעצם איז נישט קיין נפק"מ וויאזוי די הצלחה פון בלאקירן די אינטערנעט איז געקומען.
און יא טעכנעלאגיע, קאמפיוטערס, און סמארטפאונס בפרט וואלטן געגעבן פאר די מוסדות'ער און די קליענטן אסאך שנעלער און גרינגער די אינפארמאציע וואס דארף אסאך מאל דרינגענדע רעספאנס און עס איז נישטא קיין צייט זיך צו שפילן אזוי ווי אין די 80'יגער יארן, און ווי אויך איינשטעלן געוויסע סעקיוריטי מאסנמאנען. א קליינער דוגמה. עס איז געווען אמאל א מדובר איינצושטעלן דזשי. פי. עס. סיסטעמס אויף אלע באסעס כדי אז די קינדער, איבערהויפט די קלענערע, זאלן נישט דארפן שטיין און ווארטן אין די גאס 10-15 מינוט מיט די מאמעס אין די פרעסטן, אדער אין די היצן, די באס זאל אנקומען צו די טיר אפנעמען דאס קינד אין חדר, אדער אין סקול. דער סיסטעם האט געדארפט ארבעטן ווי פאלגענד. (בערך ווי אובער) אן אלערט קומט אן צום קלוגן טעלעפאן פון די עלטערן אז די באס איז שוין 1-2 מינוט אוועק פון שטוב מען קען שוין ארויסגיין ווארטן. דאס שפארט איין אסאך עגמת נפש פון קינדער פארשפעטיגן, און אפי' די זיכערהייט פון די קינדער, מען דארף קיין באסעס נישט נאכלויפן און ח"ו ווערן צוקלאפט אויפן וועג (ווי עס איז שוין ל"ע געווען א היבש ביסל טראגישע ענדעס).
ווער רעדט נאך די קאמפליצירטע פראסעס פון א באס טדזשענדזש. א מאמע האט אן עמערזשענסי, זי מוז ארויסלויפן מיטן 2 יעריגען קינד צו א דאקטאר פלוצלינג. אוי געוואלד וואס טוהט מען, דער 4 יעריגס קומט דאך אהיים מיט די באס אין א שעה. די נערווען אויף די העכסטע גראד, מ'זוכט איינעם זאל אראפ ץנעמען דאס 4 יעריגס פון באס. ווייל טראנספארטאציע קען מען שוין נישט אריין רופן נאך 12 אזייגער מאכן די טשענדזש, דער באס מענדזשער קען נישט ארבעטן אזוי שווער.
וואלט דאך געווען א מורא'דיגע עצה די מאמע גייט ארויף אויף די עפפ און ריקוועסט א טשענדזש צו שיקן דאס 4 יעריגס צום שוועסטער וואס דארף אויך ווארטן אויפן באס פאר איר אייגענע פיר יעריגס, וכו', וא"א לפרטם כי רבים הם, וואספארא קאפ ווייטאג מען וואלט ווען געקענט פארשפארן מיט די קליינע פרט אליינס. אדרבה פרעג די טראנספאטאציע מיניסטערס פון סיי וועלכער מוסד ווי אנגעשטרענגט דאס איז.
עלעדרדזשי אלערטס.
א קינד פילט נישט גוט, און דער מוטער פאר סיי וואספארא סיבה הייבט נישט אויף קיין טעלעפאן. זי איז אויפן טרעין מיט אירע געשוויסטער צו גיין פאר א לאנטש אין מאנהעטן, נישטא קיין וועג זיך צו פארבינדן טעלעפטניש (עס מאכט זיך אפט). עפפס וואלט געסאלווט די אלע אישוס.
אמערדזשענסי אין חדר. א קינד איז געפאלן און מען יאגט אריין מיטן קינד אין שפיטאל, דארף די מלמד מיט די מנהל איבערמידלעך ארבייטן צו קאנטראלן די חדר, און האלטן די עלטערן געשפאנט. עפפס נעמט קעיר פאר קאנסטענט אפדעיטס. וכדו'.
איך ווייס נישט וואס מע"כ זאגט אז סאשעל מידיא באניצער נוצן נישט קיין נעמען נאר ענדערש א ניק אדער א פאלשער נאמען, איך זעה נישט ווי די יארגאנג מאכט א חילוק.
איך געב דיר 100% גערעכט אז קאמפיינס זענען געווארן אדורך געריסן. ועל אלה אני בוכיה. דו זעסט דאך קלאר אז די מוסדות'ער מיינען בכלל נישט די נושא פון די שרעקליכקייט פון די כלים נאר סתם צו מעניולעיטן דעם דעת הקהל, ווייל ווען עס קומט צו זייער אייגענער טאש זאל זיין אינטערנעט מיט סמארטפאונס מיט וואטסעפפ לינקס, און סטעטוסער.
דער טעלעפאן סיסטעם וואס מען פלעגט זיך באנוצן אין די צייטן פון מתושלח מאכט סתם אזוי קראנק די מענטשהייט. א יעדע פאר מינוט א צווייטער ריקארדינג מיט די איי.די. פון די חדר. ווען מען זעהט די איי.ד.י פון חדר, פארפעלט די הארץ א קלאפ, אוי וויי, האט עפעס פאסירט.
העלאו!!! "א גוטן דא רעדט מען פון די מוסדות, פאר די באקוועמליכקייט פון אלע עלטערן".... א קנאק אראפ מיטן טרייבל, דו מעשוגענער, וועגן דעם קאלסטו?
דער סה"כ איז, אלע שלעכטע זאכן פון די אינטרנט האבן מיר אין גרויסן, און בעיקר האט מען דערלייגט די גוטע זאכן פון די אינטרנט.
ב"ה!!!
א געוואלדיגע סוקסעס
טאקע דאס איז דער סוקסעס. אז מיט די שלעכטע זאכן דארף מען זיך באהאלטן. טאמער וואלט מען עס געהאט אפן וואלט מען געהאט ביידע אפן.
Re: אך און וויי פאר אזא געווינס
אזויווי ליטוואק האט געזאגט.
איך בין מודה אז אונז פארפעלן אסאך גוטע זאכן וועגן דעם. אבער ס'איז נישטא די פחד און די זיך באהאלטן ווי דו מאכסט עס.
און נאכאמאל דאס האט גארנישט מיט די ראדיקאלע 'השומרים' נאר ענדערש מיט די רבנים וואס אסר'ן.
Re: אך און וויי פאר אזא געווינס
זאגט מיר איינער "ענגלאנד איז אן עיר הנידחת"!
וואס איז?
האסטו אזא גליון ווי "השמיעיני" ווי רוב פון די מעשיות קומען פון אנאימפלויעד - צופארענע חברה, און 75 פראצענט פון אלע מעסעדזשעס דארטן ווערן אריינגעשיקט דורך עפעס א יוקל אין 'לאנדאן' אדער א בחור פון 'מאנטשעסטער'...
נישטא ווער זאל לאכן...