☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער

פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער

205 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12665
בלאט: 1 2 3 4 5

מודים-דרבנן » פרייטאג אקטאבער 26, 2018 10:06 am

· #415379
פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער
הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער האט לעצטנס אנגעהויבען מגלה צו זיין סודות פון חדר.

בואו נדבר שנייה על ההווה. קל מאוד להיסחף בסיפורי נוסטלגיה, קל מאוד לנפנף אותם כטעות שקרתה בעבר, לבטל אותם במחי יד כחוסר הבנה טראגית, ולהמשיך הלאה בסדר היום. אז ברשותכם בואו נסתכל למציאות בעיניים.

היו הייתה בחורה חרדית, עלם חמודות, בת למשפחת רבנים - מהמפורסמות בקהילת סאטמאר המעטירה בניו יורק. הבחורה הנ"ל הייתה מאוד מוזיקלית, הקשיבה לכל מיני להקות, מפה לשם היא נחשפה לזמר נוצרי, סיפור התאהבות קלאסי, לא עבר הרבה זמן והם הפכו לזוג, היא התנצרה, ומחרדית אדוקה הפכה לנוצרייה אדוקה.
לפני פחות משנה, בצר לב הוריה, הם פנו לאאמו"ר שליט"א ששהה בברוקלין לרגל חתונה, כדת מה לעשות עם בתם הסוררת, להרחיק או לקרב, לזרוק ולהחרים או לאהוב ולקבל.
ואבא ישב איתם שעה ארוכה, הרגיע את רוחם הסוערת, דיבר על ליבם, מיתן אותם, והשמיע את דעתו הברורה בצורה שאינה משתמעת לשתי פנים.
בשום פנים ואופן לא לריב איתה, לא לבקר אותה, לא להגיד שום מילה רעה. ההפך, רק לקרב, להכיל, להרעיף אהבה, להרבות שלום. אך בגלל שיש עוד אחים ואחיות בבית שיכולים חלילה ללמוד ממעשיה הרעים, יש להסביר לה בסבר פנים יפות שאם היא רוצה להמשיך להתגורר בבית, היא צריכה להתנהג כמנהג המקום. והיה אם קשה לה לשמור על הכללים והיא בוחרת לעזוב את הבית, עליהם לעזור לה בכל מה שאפשר, תמיכה נפשית וכלכלית, וכן להזמין אותה הביתה כל אימת שהאחים לא נמצאים.
פששש, וואו, איזה מתינות, איזה הבנה ופרגמטיות, תשובה למופת. אדמו"ר להערצה.

היו היה פעם יהודי ירא שמים, אברך חסידי, בן למשפחת אדמו"רים מפורסמת, שישב ולמד בהתמדה לשמחת ולכבוד הוריו, עברה תקופה ואמונתו בדרכי אבות התפוגגה, התרחק מדרך התורה, אשתו ברחה ממנו עם ילדיו, והוא מצא את עצמו גר לבד בסביבה חילונית. בלי אחים ואחיות צעירים מסביב, בהעדר זכות בסיסית לפגוש את ילדיו, לשמוע מהם מה למדו בחיידר, ולהגיד להם כמה טאטי אוהב אותם.
מטבי הדברים, היות שהוא מגיע ממשפחה מפורסמת, המקרה שלו התפרסם יותר מאלה של אלפי היוצאים בשאלה כל שנה, ומבין כל המטרידנים והחופרים והמציקים שהתקשרו אליו ורדפו אחריו, היו גם כמה וכמה נשמות טובות שפשוט דאגו לו ממקום של אכפתיות ורצון כן לעזור לו, לעמוד על הרגליים לבד, למצוא עבודה מסודרת, להתקיים בכבוד, ולשרוד את החיים הקשים המיועדים למי שיוצא לדרך חדשה בלי שום כלים או הכשרה מוקדמת, פרט ללהיות בנש"ק ולחיות על כספי הציבור.
לאאמו"ר נודע כי כמה מחסידיו הם בין אלה שמנסים לעזור. אחד מהם שולח יין ודגים לשבת ליהודי הנ"ל, השני ניסה לסדר לו עבודה מכובדת, השלישי הזמין אותו אליו הביתה לחגים, הרביעי בכלל הציע את דירתו כמקום מפגש מפוקח של אבא וילדיו.
אחד אחד הם קיבלו טלפונים, שידעו שהם מכאיבים אישית את האדמו"ר, הם שותים בצמא את דמו, ואם הם לא מפסיקים לעזור לפלוני הנ"ל שידעו שהאדמו"ר מקפיד עליהם למאוד מאוד, ומומלץ שיפסיקו להראות את פניהם לפני האדון, כי לחישתן לחישת שרף, ומי יאזור אומץ להכאיב לצדיק הדור שיושב ולומד כל היום תורה לשמה.

במילים הללו לא פחות ולא יותר, ריפו את ידיהם של אנשים טובי לב. לא כאלה ששלחו חלילה כסף שאולי ישמש לקניית בשר דבר אחר, לא כאלה שהציעו עזרה משפטית להילחם נגד אינשי דלא מעלי שגורמים לריחוק הורי, אלא כאלה ששלחו בקבוק יין עם חלות ודגים לשבת (שבתכלס מנע ממנו ללכת למסעדה לא כשרה בתל אביב להשביע את רעבונו). כאלה שניסו לסדר לו מלון כשר לראש השנה (שהיה מונע ממנו להסתובב בכנסיות ומנזרים).
געוואלד, הם מכאיבים אישית למרנא קדישא בזה שהם מלעיטים את בנו בגפילטע פיש. רצון הרבי שליט"א ידוע שצריכים להשמיד להרוג ולאבד להחרים ולרדוף, ואיך הם מעיזים להמרות את פיו ולשמור על קשר.

מה שרואים מפה לא רואים משם, יש דם ויש דם. יש גם יותר אדום, ויש דם יותר שקוף ונוזלי.

וזה אפילו לא מפתיע, בכלל לא מרתיח. זה לא צביעות, וגם לא סטנדרטים כפולים.
זה מדריגה!!!
לאחרים הוא מיקל, אינו דורש מהם לוותר על רגש טבעי של אהבה וחמלה, שגם בעלי החיים הכי אכזריים מרגישים כלפי ילדיהם.
אבל לעצמו? הוא מחמיר ומהדר, כמו שהוא מהדר לנענע באתרוג הכי יפה ומהודר בשוק, כמו שהוא מהדר על מזוזה שנכתבה על ידי הסופר הכי ירא שמיים בשוק, כך הוא מהדר ומחמיר להתגבר על רגש האנושיות, ולרדות ביד קשה באויבי ישראל.

ומצחיק. כמה שמצחיק אותי לגלות פתאום אנוסים ואנוסות, חברים מהישיבה, הבת של השכן, הראש ישיבה בישיבה פלונית. החסיד של אבא ששולח לי תמונה מהטיש בליל שבת.
הרבה יותר מצחיק אותי, לראות את החרדים האדוקים, אלה שלעולם לא יעשו ביזנס או שידוך או ניתוח בלי להתייעץ עם הרבי שליט"א, אבל הם יודעים להפריד בין מוץ ותבן, בין דעת תורה להתנצחות אישית ומידות רעות. וממשיכים להרעיף עלי אהבה למרות האיומים עליהם.
אשריכם ישראל.

אֲבָל מִי שֶׁקּוֹרֵא וְשׁוֹנֶה וּמְשַׁמֵּשׁ ת"ח, וְאֵין מַשָּׂאוֹ וּמַתָּנוֹ בָּאֱמוּנָה, וְאֵין דִּבּוּרוֹ בְּנַחַת עִם הַבְּרִיּוֹת. מָה הַבְּרִיּוֹת אוֹמְרוֹת עָלָיו, אוֹי לוֹ לַפְּלוֹנִי שֶׁלָּמַד תּוֹרָה, אוֹי לוֹ לְאָבִיו שֶׁלָּמְדוּ תּוֹרָה, אוֹי לוֹ לְרַבּוֹ שֶׁלָּמְדוּ תּוֹרָה. פְּלוֹנִי שֶׁלָּמַד תּוֹרָה, רְאוּ כַּמָּה מְקֻלְקָלִין מַעֲשָׂיו, וְכַמָּה מְכֹעָרִין דְּרָכָיו. וְעָלָיו הַכָּתוּב אוֹמֵר: בֶּאֶמוֹר לָהֶם, עַם ה' אֵלֶּה, וּמֵאַרְצוֹ יָצְאוּ.

<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/PshevorskBackdoor/posts/1864926093626375">https://www.facebook.com/PshevorskBackd ... 6093626375</a>
📎 הרב הצעיר 1.jpg 📎 הרב הצעיר 2.jpg

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 26, 2018 10:55 am

· #415381
ס'צוברעכט טאקע דאס הארץ צו ליינען אזעלכע שרעקליכע, טראגישע פאסירונגען. אבער א שטיקל נחמה האמיר דאך. ער קען נאך תשובה טון. און צוריק אנטון די סטראקעס. און איבערנעמען דאס אדמורו"ת לאחר מאה ועשרים. און אונז עמיר זיך שטופן צו כאפן שיריים פון זיינע ידיו הקדושות. און הערן תורה מפה קדשו...!

אני הקטן האלט טאקע אינמיטן שרייבן אן ענליכן סיפור המעשה . איבער א חשוב'ן בנש"ק וועלכער איז ליידער געווארן או.טי.די. מיט אלע מפרשים. ער האטציך אפילו מדבק געווען אין אן איירישע שיקסע. און ער האט דערקלערט אז ער איז ברוגז אויף זיינע עלטערן וועלכע האבן איהם צוריקגעהאלטן פון עסן אזא גוטן מאכל ווי חזיר...! ער האט אפילו געשפיעלט אין א מאווי ווי א אידיש, חסיד'יש ווייבל פארליעבט זיך אין א גוי...! לסוף. ווען ער האט שוין אויסגעשפיעלט זיין חילוניות. און ער האט נאכאלץ נישט געטראפן דאס גליק אין לעבן. האט ער זיך בארעכנט און ר'איז געווארן א באל טשיווע...! ר'האטציך געקויפט א נייעם אויבערמאנטל מיט סאמעט פון אויבן. און א בעקישע מיט די סאמעט שטריכן ביי די העקעלעך און ארבל. הנקרא סטראקע"ס בלע"ז. און ער האט ארויסגעשלעפט דעם פארזשאווערטן רעביש'ן יחוס. און ר'האט אנגעהויבן נוהג צו זיין באדמורו"ת. ר'האט פארצעילט ביי א יעדע געלעגנהייט וואספארא גרויסע און העיליגע זעידעס ער האט געהאט. און ער שטאמט מגזע אראלים ותרשישים...און אונז נארישע קעלבלעך שטופן מיר זיך צו כאפן שיריים פון זיינע ידיו הקדושים. און הערן דא"ח (דברי אלוקים חיים) מפה קדשו...! ענד אוו סטארי...!

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 26, 2018 11:07 am

· #415383
👍 👍 👍
פיינע נייעס!!!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 26, 2018 1:26 pm

· #415390
וואס איז פיינע נייעס? א יונגערמאן רעדט זיך אפ וויאזוי זיין טאטע האט אים ערצויגען, ער לעכצט נאך אן עכטע גלעט פון זיין טאטען, און ער קען נישט פטור ווערען פון דער נויג און הערצה צו זיין טאטע. זיין גאנצע לעבען האט ער געטוישט פון זיין אנטוישונג, און ער האט אפגעלאזט דת משה וישראל. און דאס איז 'פיינע נייעס'!?

רחמנא לצלן, זאל ער זוכה זיין צו טרעפען רואיגקייט און פרידען אין זיין לעבען, און ער וועט קענען זאגען 'כי אבי ואמי עזבוני וה' יאספני'.

יהודי פשוט » פרייטאג אקטאבער 26, 2018 2:05 pm

· #415392
Re: פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער
כבוד הרב @הוגה האט זיך שוין באווארנט אין אן אנדערן אשכול מיט א דיסקלעימער, און איך ציטיר זיינע ווערטער:
הוגה
(דיסקלעימער, אויב אן או טי די פארלירט אטאמאטיש די נאמנות ביי אייך נאר צוליב זיין נייע בחירה בחיים, מוזט איר נישט גלייבן דער סיפור.)

הגם אז הוגה זאגט דאס אין אן אנדערן אשכול אבער יענעם אשכול איז נישט מיוחד פאר דעם נושא וועל איך רעדן דערפון אין דעם אשכול.

איך גלויב אז אלע קאווע שטיבל מיטגלידער קענען ידידנו ר' @לאקש וואס ברענגט אונז כסדר גאר דערהויבענע באריכט פונעם הויף פון מהרז"ל מ'סאטמאר, יעצט לאמיר זיך פארשטעלן אז איין שיינעם טאג וועט ר' לאקש עפענען אן אשכול מיט א גרויסן קעפל: "געפאקט מהר"א ביי די מעשה", אין דעם אשכול וועט ער שילדערן אן ערשט האנטיגע מעשה ווי אזוי ער האט בטעות אריין שפאצירט אין א ליידיגע טונקעלע הויז אין ק"י, און ער האט גע'טראפן דארטן נישט מער און נישט ווייניגער ווי מהר"א אליינס זינדיגן מיט'ן ערגסטן, איך גלייב אז קיינער וואלט זיך ניטאמאל געקימערט מיט זיינע רייד, פארוואס? האט ער דען פארלוירן זיין נאמנות ווייל ער געהערט צו צד מהרז"ל? בכלל נישט! נאר לגבי דער ענין האט ער פארלוירן זיין נאמנות, די זעלבע וועט זיין אויב @גאנצל וועט קומען פארציילן אזא מעשה אויף מהרז"ל וועט איהם לכאורה קיינער נישט גלייבן.

שלום לייזער איז נישט באגלייבט ווען ער רעדט קעגן זיין טאטן נישט ווייל ער האט נישט קיין נאמנות, נאר ווייל ער האט יעצט א נגיעה צו רעדן קעגן זיין טאטן, ער איז אנגעווייטאגט אויף איהם און ער זיכט איהם צו באשמוצן מיט וואס ס'זאל נאר זיין, ער וויל איהם יעצט וויי טוהן. פארדעם איז ער נישט באגלייבט אויף דעם ווייל ער האט א נגיעה.

איך פערזענליך קען איינעם וואס האט פראבירן ארויס צו העלפן שלום און ר' לייביש האט יענעם באדאנקט.

(דיסקלעימער, אויב איהר פרייט זיך מיט יעדע מעשה'לע וואס איז קעגן א רבי אדער א רב אדער דיין וכדו', אפגעזעהן צו ס'איז אמת אדער נישט, מוזט איר נישט מקבל זיין וואס איך האב דא געשריבן)

שמערל » פרייטאג אקטאבער 26, 2018 3:42 pm

· #415396
אין אנדערע ווערטער. שלום לייזער איז אויפגערעגט אויף זיין טאטן במילא איז ער נישט באגלייבט צו פארציילן פארוואס ער איז אויפגערעגט.

שושן פורים » פרייטאג אקטאבער 26, 2018 5:55 pm

· #415399
האט איר שוין אמאל געזעהן איינעם מיאוס באשמוצן זיין חבר?

ניין! אפילו זיי זענען אמאל געווען נאנטע חברים, אויב באשמוצט ער איהם מוז דאך זיין אז זיי זענען שוין נישט חברים ווייל אויב יא וואלט ער איהם דאך נישט באשמוצט.

נישט אז מען מוז גלויבן עניטינג פון עניוואן, אבער צו זאגן אז ער האט נישט קיין טראפ נאמנות איז קיין דרך נישט

צפור בודד » מוצ"ש אקטאבער 27, 2018 5:15 pm

· #415400
יהודי פשוט

…
שלום לייזער איז נישט באגלייבט ווען ער רעדט קעגן זיין טאטן נישט ווייל ער האט נישט קיין נאמנות, נאר ווייל ער האט יעצט א נגיעה צו רעדן קעגן זיין טאטן, ער איז אנגעווייטאגט אויף איהם און ער זיכט איהם צו באשמוצן מיט וואס ס'זאל נאר זיין, ער וויל איהם יעצט וויי טוהן. פארדעם איז ער נישט באגלייבט אויף דעם ווייל ער האט א נגיעה.

נקוט האי כללא בידך: וואו און ווען ס'איז דא א שמועס פון או.טי.די, אפגעפארענע, אינערליכע קריטיקער ודומיהם און מ'דערמאנט דער ווארט 'אנגעווייטאגט', 'פארווייטאגט', 'פארביטערט' און אלע מלים נרדפות דערפון איז צייט ווייטער צו גיין. נאר צו די באשולדיגער בין איך אויך מן הסתם פארווייטאגט און מיין כלל קומט אויך נאר פון אינערליכע ביטערקייט און ווייטאג און מען זאל דעם כלל אויך נישט מקבל זיין ווייל ס'איז מלא נגיעות בלי שום נאמנות.

מיימון » מוצ"ש אקטאבער 27, 2018 7:56 pm

· #415403
זייער גוט געענטפערט צפור בודד. ואני מוסיף אז היינטיגע צייטן דארף מען שוין נישט פארנוצן אזויפיל ווערטער צו אפלייקענען יענעם'ס ווערטער, מען קען זאגן "פעיק ניוז" אויף אלעס וואס עס געפעלט נישט און ודיו.

אני הקטן ליגט נאך גוט אין די ביינער ווען איך האב מיט יארן צוריק דא ארויפגעשטעלט דורך א שליח א געוויסע פערזענליכע שווערע דורכגאנג (נישט וויכטיג יעצט די דעטאלן), און ווי עס האט געריסן דאס הארץ ווען די ערשטע תגובה פון מאנכע איז געווען מיט אזעלכע שפיציגע באמבע קשיות צו אפפרעגן מיין געשיכטע בשעת'ן זיצן באקוועם ביי זיך. גיבט אכטונג וואס איר רעדט.

לגבי איינעם'ס רעאקציע "פיינע נייעס", בין איך זיך מצטרף לזה, ואבאר: פאר לאנגע יארן איז אנגעגאנגען א מין דענייעל סיסטעם פון באצייכענען יעדן וואס איז נישט "געלונגען" ווי א דורכפאל, הן מיט נישט געזונטע קינדער, שלום בית, או. טי. די., תפיסה, וכדומה, מענטשן האבן זיך צוזאמגעליטן אין דער שטיל צוליב די בושות פון די גאס אן דעם וואס זיי זאלן זיין שולדיג מיט עפעס. ווען עס קומט ארויס אין פובליק מעשיות פון פראמינענטע משפחות וואס מענטשן האבן א הערצה פאר זיי ברענגט דאס אז די סטיגמא זאל אראפגיין, צוביסלעך פארלירן מענטשן די בושה איבער זייערע בני משפחה, און עווענטועל קען מען האפן פאר סימפאטיע פאר די מדוברים אליין. וקצרתי.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אקטאבער 27, 2018 8:22 pm

· #415406
דער שלום לייזער שרייבט אין איין פלאץ אז ער איז אוועק פון אידישקייט צוליב שכל, נישט געפילן. און ווידער האלט ער אין איין שרייבען וויאזוי זיין טאטע איז מיט אים באגאנגען נישט ווי עס דארף צו זיין.

וואס איז די אמת? ווער ווייסט?

זיין באשרייבונג פון זיין טאטע שטימט מיט די אלגעמיינע בליק וויאזוי מ'קוקט אן זיין טאטע.

יהודי פשוט » מוצ"ש אקטאבער 27, 2018 9:30 pm

· #415409
שמערל
אין אנדערע ווערטער. שלום לייזער איז אויפגערעגט אויף זיין טאטן במילא איז ער נישט באגלייבט צו פארציילן פארוואס ער איז אויפגערעגט.
ער איז אויפגערעגט אויף זיין טאטן פאר פערזענליכע סיבות, לדוגמא ער האלט אז זיין טאטע האט איהם נישט געגעבן גענוג געלט וכדו', אבער אז ער וועט ארויס קומען אין פאבליק און דערציילן אז זיין טאטע געט איהם נישט גענוג געלט וועט עס דאך נישט מאכן צו א שטארקן רושם אויפ'ן עולם, ווייל דעמאלטס איז עס סתם א סכסוך צווישן א טאטע מיט זיין קינד, משא"כ ווען ער קומט דערציילן אזעלכע זאכן וואס זענען נוגע כלל ישראל ווי כאילו ער גייט דיך דא מגלה זיין מורא'דיגע סודות פונעם שטוב פון איינער פון די מערסט ארויף גע'קוקטע רבי'ס בזמנינו, ווי לדוגמא אז ער דערציילט אז מ'קען גרינג אנדרייען זיין טאטן אונטער צו שרייבן אדער ארויס גיין קעגן איינעם, דעמאלטס האט דאס אסאך א גרעסערע השפעה אויף מענטשן און מ'טוהט זיך מער בא'סמאקעווען מיט אזא זאפטיגע לשון הרע, און ס'מאכט מער בזיונות פאר זיין טאטן.

איך וועל געבן נאך א משל צו פארשטיין בעסער די געדאנק(פאר דער וואס וויל פארשטיין, נישט פאר דער וואס פרייט זיך צו א לשון הרע'לע אויף א רבי), ווען ראובן מיט שמעון שלאגן זיך ארום אויף געלט און שמעון האלט אז ראובן האט איהם בא'גנב'עט א ריזן סכום, וועט קיינער נישט גלייבן ווען שמעון וועט קומען דערציילן אז ראובן לייגט נישט קיין תפילין, פארוואס? ווייל יעדער פארשטייט אז שמעון איז אנגעווייטאגט אויף ראובן פאר פערזענליכע געלט סיבות, נאר שמעון ווייסט אז ווען ער וועט קומען דערציילן אז ראובן האט איהם בא'גנב'עט מיט געלט, וועט ראובן נישט ווערן אזוי שטארק בא'שמוצ'ט ווי ווען ער וועט זאגן אז ראובן לייגט נישט קיין תפילין, איי איהם אינטערעסירט ראובנ'ס תפילין לייגן ווי דער פאריעריגער שניי, אבער כדי צו בא'שמוצ'ען א מענטש וועם ער האט פיינט פאר אנדערע סיבות, וועט ער ווען דעם אויבערשטנ'ס פארזארגער און מוחה זיין ברבים קעגן ראובנ'ס מכ'לומר'שטע עבירות.

ביבער » מוצ"ש אקטאבער 27, 2018 10:49 pm

· #415413
ליטוואק פון בודאפעסט
דער שלום לייזער שרייבט אין איין פלאץ אז ער איז אוועק פון אידישקייט צוליב שכל, נישט געפילן. און ווידער האלט ער אין איין שרייבען וויאזוי זיין טאטע איז מיט אים באגאנגען נישט ווי עס דארף צו זיין.

וואס איז די אמת? ווער ווייסט?

זיין באשרייבונג פון זיין טאטע שטימט מיט די אלגעמיינע בליק וויאזוי מ'קוקט אן זיין טאטע.

און וואו זעהסטו דא א סתירה?

ביבער » מוצ"ש אקטאבער 27, 2018 10:55 pm

· #415416
ליטוואק פון בודאפעסט
זיין באשרייבונג פון זיין טאטע שטימט מיט די אלגעמיינע בליק וויאזוי מ'קוקט אן זיין טאטע.

עס שטימט נאר געוויסע חלקים. אויב איז עס אלעס אמת שטימען אסאך זאכן נישט... איך האב אמאל גערעדט צו אנאנדער זוהן פון ר' לייביש און ער האט מיר דערציילט ענליכס. דעמאלט האב איך גענויגט נישט צו גלייבן צוליב דעם אלגעמיינעם בליק. יעצט ווייס איך נישט צו איך זאל ביידע יא אדער ביידע נישט גלייבן.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 28, 2018 12:21 am

· #415423
שושן פורים
האט איר שוין אמאל געזעהן איינעם מיאוס באשמוצן זיין חבר?

ניין! אפילו זיי זענען אמאל געווען נאנטע חברים, אויב באשמוצט ער איהם מוז דאך זיין אז זיי זענען שוין נישט חברים ווייל אויב יא וואלט ער איהם דאך נישט באשמוצט.

נישט אז מען מוז גלויבן עניטינג פון עניוואן, אבער צו זאגן אז ער האט נישט קיין טראפ נאמנות איז קיין דרך נישט

שושן פורים: דו קענסט זאגן אז ער איז פארביטערט און דיסאפוינטעד. אבער צו זאגן אז ער איז אביעקטיוו אין זיין קריטיקירן די הנהגה פן זיין טאטע איז נישט ריכטיג. און ממילא מוז מען אננעמען אלע זיינע ווערטער ככתבם וכלשונם...!

ערליכער איד » זונטאג אקטאבער 28, 2018 2:07 am

· #415439
ביי מיר איז ער נאמן......

ניכרין דברי אמת....

אברך משי » זונטאג אקטאבער 28, 2018 2:21 am

· #415440
ליטוואק פון בודאפעסט
דער שלום לייזער שרייבט אין איין פלאץ אז ער איז אוועק פון אידישקייט צוליב שכל, נישט געפילן. און ווידער האלט ער אין איין שרייבען וויאזוי זיין טאטע איז מיט אים באגאנגען נישט ווי עס דארף צו זיין.

וואס איז די אמת? ווער ווייסט?

אויך איך האב באלד באמערקט ווי שטאק ס'איז בולט זיינע ווייטאגליכע געפילן פון אלס קינד, בשעת ער אליין איז פאר'עקשנט אז ס'האט גארנישט מיט דעם. ער איז ברוגז אויפ'ן אדמו"ר מבעלזא אז ער האט נישט אנגענומען זיין צד אז ער האט פארלאזט אמונה מכח שכליות נאר ער האט עס ענדערש תולה געווען אין זיינע שווערע מיטמאכענישן בימי נעוריו. כ'קען נישט עם און איך קען נישט זיין היסטאריע און כ'האב עם נישט פארהערט, אבער מיט א ניכטערן בליק אויף וואס ער שרייבט; מיינעך אז ס'שרייט ארויס פון זיך אליין אז נפש איז פארוואונדעט געווארן פון זיין חינוך און אויפציאונג, און וויפיל ער וויל עס איבערשרייען און נישט מכיר זיין, זוך איך נאך דערווייל מיט לעכט דער שכליות'דיגער אפיקורס שבו...

לבי ובשרי » זונטאג אקטאבער 28, 2018 2:26 am

· #415441
מודים-דרבנן
הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער האט לעצטנס אנגעהויבען מגלה צו זיין סודות פון חדר.

וואס איז יעצט די אויפוואכונג?

אונטער חכם » זונטאג אקטאבער 28, 2018 3:57 am

· #415448
Re: פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער
וואס איז די מעשה מיט אים? ווילאנג איז ער שוין אפגעפארן? איז ער שוין געווען חתונה געהאט?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 28, 2018 6:15 am

· #415453
ער איז נישט אזוי ברוגז אויפ'ן בעלזער רבי ווי אנטוישט. ער האט געהאפט אז אזא משכיל ווי אים (לויט אלס וואס מ'האט אים דערציילט) וועט נישט זיין אזוי פאנאטיש.

למעשה אבער כאפט נישט דער שלום אז עס איז נישט קיין פאנאטישקייט נאר עפעס אנדערש. ער וויל טענה'ן אז חסידים מיינען אז וויבאלד שכל זאגט אז משה אמת ותורתו אמת, קען נישט זיין אז שכל וועט אפפירען א מענטש פון אידישקייט. דאס איז נישט די פשט. זייט אברהם אבינו האט קיינער נישט געטון קיין מעשים בלויז פון שכל ארויס. יעדער החלטה ווערט געפירט פון געפילן, הנחות קדומות און רצונות. מ'דארף זוכן דאס אפצוהאלטען ווי ווייט מעגליך, אבער עס גייט בלייבן אזוי. ווען שלום לייזער זאגט מיר אז ער איז א מענטש וואס טוט נאר וואס די שכל הייסט אים טון, ער רירט זיך נישט אוועק דערפון און קיין אנדערע זאך רעדט נישט צו אים, קען ער שפעטער טענה'ן אז זיין שכל האט אים אוועקגענומען פון תורה. דערווייל אבער, איז ער פונקט ווי יעדעם, גארנישט בעסער. ער וויל זיך אויסדרוקן, האט ער א פעיסבוק קאנטע און ער שרייבט דארט וואס טוט זיך ביי אים אין הארץ, פונקט ווי איך שרייב אויף קאווע שטיבל. זיין טיף דענקערישע שכל האט אים אויסגעלערנט אז פאר דעם דארף ער לעבן? אדער טוט ער דא וואס קומט אים? דארף דען דער בעלזער רבי, צו סיי ווער אימער, טראכטן אז ער איז גאר דער אויסנאם, דער פילאזאף וואס טוט נאר מיט די ריינעם שכל?!

עס איז גארנישט אזא פאנאטישקייט, עס האט נישט דוקא מיט דעם אז ער האט אפגעלאזט תורה. ווען ער גייט פון א פרייע לעבן צו א פרומע בודהיסטישע לעבן, וואלט געווען די זעלבע שאלה.

ביבער » זונטאג אקטאבער 28, 2018 10:05 am

· #415471

שוין ווייטער לייגסטו הנחות אהן קיין שום לאגישער דעקונג. פארוואס קען נישט זיין אז איינער זאל מאיזה סיבה שיהי' מברר זיין נאר סוגית אמונה און די איבעריגע זאל ער לאזן פאר די געפילן?

אישתישבי » זונטאג אקטאבער 28, 2018 5:47 pm

· #415500
איז מעגליך בכלל צו האבן קיין שכל אהן הנחות קדומות און אהן געפילן? דער שכל אליין איז רוי, קיין אפשר זיין א מכריע צווישן רגש און מציאות.

גדליה » זונטאג אקטאבער 28, 2018 5:51 pm

· #415501
מזאגט אז די פשעווארסקע מעשיות זענען דווקא שטארק באגלייבט

אישתישבי » מאנטאג אקטאבער 29, 2018 10:12 pm

· #415608
ווער איז די ערשטע מעשה וואס א מיידל האט זיך רח"ל גע'שמד'ט?

לבי ובשרי » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 12:48 am

· #415611
אישתישבי
ווער איז די ערשטע מעשה וואס א מיידל האט זיך רח"ל גע'שמד'ט?

עיין "צימעס"

חקרן » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:16 pm

· #415683
זאל ער דערציילן אז זיין טאטע האט אים מאלעסטעט. מ'וועט אים אסאך מער גלייבן און אננעמען זיינע ווערטער. אפילו די רעגירונג וועט זיך אריינמישן אין דעם.

יעקב מענטש » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 5:58 pm

· #415797
מיימון
זייער גוט געענטפערט צפור בודד. ואני מוסיף אז היינטיגע צייטן דארף מען שוין נישט פארנוצן אזויפיל ווערטער צו אפלייקענען יענעם'ס ווערטער, מען קען זאגן "פעיק ניוז" אויף אלעס וואס עס געפעלט נישט און ודיו.

אנטשולדיגט קוקט וואס יהודי פשוט שרייבט:

יהודי פשוט

איך פערזענליך קען איינעם וואס האט פראבירן ארויס צו העלפן שלום און ר' לייביש האט יענעם באדאנקט.

יעצט לאמיר מאכן די סך הכל

1) א אפגעפארענע זוהן וואס כו"ע מודי איז אנגעווייטאגט אויף די עלטערן און די געזעלשאפט בכלליות (האסט שוין אמאל געטראפן א או טי די וואס זאל נעמן אחריות אויף זיינע דורכפעלער? ניין! יעדע זאך איז די מוסד, געזעלשאפט, עלטערן'ס שולד. צו ס'מאכט יא אדער נישט סענס, "דאס" איז זייער מענטאליטי) פארציילט א לשון הרע וואס וואלט שווער געווען צו גלייבן אויף א פשוטע איד, כ"ש אויף א איד וואס איז א באקאנטער צדיק און ת"ח און מתמיד נפלא.

2) יהודי פשוט ווייס 'בידיעה' אז די מעשה איז פארקערט.

נו? וועם מאכט מער סענס צו גלייבן?

און נניח אז ס'איז אמת! "ער" האט טענות אז מ'גיבט אים נישט גיין געלט?? ער פארשעמט זיין טאטן און די גאנצע משפחה, און ער ערווארט אז מ'זאל אים באווארפן מיט געלט? פלוצים דערמאנט ער זיך אז ער פארמאגט א טאטע און משפחה?
אנטשולדיגט! די שפייעסט אויפן ציבור, און נאכדעם בעטסטו זייער הילף?

אז מ'העלפט דיר זאלסטו זאגן א גרויסע שכוח, ווייל קיינער קומט דיר גארנישט!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 6:18 pm

· #415798
נישט אז איך ווייס די מציאות, אבער דיין טענות זענען אבסורד. קיינער פאדערט נישט קיין געלט, ער בעט נאר אז מ'זאל נישט אפשטעלען די וואס גיבען יא. איז דאס געשען? ווייס איך נישט. אבער האנדעל דאס, נישט דיין אויסגעטראכטע טענות וואס שלום האט ניטאמאל דערמאנט.

גדליה » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 6:41 pm

· #415799
יעקב מענטש
מיימון
זייער גוט געענטפערט צפור בודד. ואני מוסיף אז היינטיגע צייטן דארף מען שוין נישט פארנוצן אזויפיל ווערטער צו אפלייקענען יענעם'ס ווערטער, מען קען זאגן "פעיק ניוז" אויף אלעס וואס עס געפעלט נישט און ודיו.

אנטשולדיגט קוקט וואס יהודי פשוט שרייבט:

יהודי פשוט

איך פערזענליך קען איינעם וואס האט פראבירן ארויס צו העלפן שלום און ר' לייביש האט יענעם באדאנקט.

יעצט לאמיר מאכן די סך הכל

1) א אפגעפארענע זוהן וואס כו"ע מודי איז אנגעווייטאגט אויף די עלטערן און די געזעלשאפט בכלליות (האסט שוין אמאל געטראפן א או טי די וואס זאל נעמן אחריות אויף זיינע דורכפעלער? ניין! יעדע זאך איז די מוסד, געזעלשאפט, עלטערן'ס שולד. צו ס'מאכט יא אדער נישט סענס, "דאס" איז זייער מענטאליטי) פארציילט א לשון הרע וואס וואלט שווער געווען צו גלייבן אויף א פשוטע איד, כ"ש אויף א איד וואס איז א באקאנטער צדיק און ת"ח און מתמיד נפלא.

2) יהודי פשוט ווייס 'בידיעה' אז די מעשה איז פארקערט.

נו? וועם מאכט מער סענס צו גלייבן?

און נניח אז ס'איז אמת! "ער" האט טענות אז מ'גיבט אים נישט גיין געלט?? ער פארשעמט זיין טאטן און די גאנצע משפחה, און ער ערווארט אז מ'זאל אים באווארפן מיט געלט? פלוצים דערמאנט ער זיך אז ער פארמאגט א טאטע און משפחה?
אנטשולדיגט! די שפייעסט אויפן ציבור, און נאכדעם בעטסטו זייער הילף?

אז מ'העלפט דיר זאלסטו זאגן א גרויסע שכוח, ווייל קיינער קומט דיר גארנישט!

האסט שוין אמאל געטראפען א מוסד וואס זאל נעמען אחריות אויף זייערע פירות הנושרין?
האסט שוין אמאל געטראפען א רב וואס זאל נעמען אחריות אויף א דורכגעפאלענע שלום בית קעיס?
האסט שוין אמאל געטראפן סיי וועלכע חרדישער פירער וואס זאל נעמען אחריות אויף סיי וועלכע עוולה וואס איז באגאנגען געווארן דורך זיין קהילה?

יהודי פשוט » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 6:48 pm

· #415800
וואס מיינט "גענומען אחריות" ?

יהודי פשוט » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 6:50 pm

· #415801
ליטוואק פון בודאפעסט
נישט אז איך ווייס די מציאות, אבער דיין טענות זענען אבסורד. קיינער פאדערט נישט קיין געלט, ער בעט נאר אז מ'זאל נישט אפשטעלען די וואס גיבען יא. איז דאס געשען? ווייס איך נישט. אבער האנדעל דאס, נישט דיין אויסגעטראכטע טענות וואס שלום האט ניטאמאל דערמאנט.

ער מעג טוהן וואס זיין הארץ באגערט איהם, בארעדן און פארשעמען זיינע עלטערן, און זיי טארן נישט זאגן פאר איינעם זאל איהם נישט געבן קיין געלט??? גראדע זאגן זיי נישט, אזוי ווי איך האב שוין אויבן דערמאנט, פארקערט זיי זענען גאר מסכים דערצו, אבער אפילו אז נישט, זעה איך נישט וואס די טענה איז.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 7:34 pm

· #415806
לויט די מעשה איז עס געווען פארקערט. שרייבן האט ער ערשט שפעטער אנגעהויבן. איך מיין אבער אז א נארמאלע, נישט רעבישע, טאטע וואלט דאס נישט געטון. א טאטע זאל בעטן אז מ'זאל נישט העלפן זיין קינד, ווען עס איז געשען, איז געווען א שאנדע פאר אלע חסידים פון דער טאטע, כידוע. דאס מאל ווייס איך נישט וואס איז געשען, אבער ביטע פארטיידיג נישט אזעלכע אוממענטשליכע געפירעכץ.

מעשה, עס איז געשען. א פאר חסידים פון דער ריזשינער זענען געוואויר געוארן אז ביי בערעניו טויג נישט עפעס. האבען זיי מחליט געווען אריין צו גייען צום ריזשינער פארציילען דערפון. ביים טיר האבען זיי געהערט ווי דער ריזשינער רעדט צום אויבערשטן: "גאטעניו, וואס לאזטו מקטרגים רעדן אויף דיין איינציג קינד ישראל? ווען איך וועל הערן איינער רעדן אויף מיין בערעניו, אפילו אמת, וואלט איך אים פון אלע עולמות מעביר געווען. וואס איז דיין ליבשאפט ווייניגער?"

איז די מעשה געשען? ווייס איך אויך נישט. אבער א לקח איז עס.

גדליה » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 7:39 pm

· #415808
יהודי פשוט
וואס מיינט "גענומען אחריות" ?

פשוט, א רב שטעלט זיך אויף ברבים זאגען, רבותי איך בין באגאנגען א טעות אין די נושא און וועגען מיין טעות האבן אידען געליטן און איך וויל זיי איבערבעטען ברבים

קוקי » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 8:10 pm

· #415811
אט דאס פיש שטונקט פונעם קאפ, פארווער ס'קען דעם קאפ

יין שרף » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 8:25 pm

· #415813
און דאס מענטש פון פוס, כידוע..

יהודי פשוט » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 10:14 pm

· #415830
גדליה
יהודי פשוט
וואס מיינט "גענומען אחריות" ?

פשוט, א רב שטעלט זיך אויף ברבים זאגען, רבותי איך בין באגאנגען א טעות אין די נושא און וועגען מיין טעות האבן אידען געליטן און איך וויל זיי איבערבעטען ברבים

פארוואס דארף ער דאס זאגן ברבים??
לאמיר זאגן אז ר' לייביש האלט אז ער איז שולדיג אין דאס וואס איז געשעהן מיט זיין זוהן, דארף ער זיך לויט דיר אויפשטעלן אין ב"מ און זאגן מורי ורבותי איך בין שולדיג אז מיין זוהן איז אפגעפארן???

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 10:42 pm

· #415831
הרב מלכיאל טננבוים, דער לאמזשע רב, איז אמאל אריין אין קהל'ס אפיס זיי צו מעלדען אז ער זאגט זיך אפ פון זיין רבנות. "מיין זון איז אראפ פון דעם אידישן וועג, ווי קען איך זיין רב אויפ'ן ציבור?!"

זיעועכ"י.

עדיט:פארראכטען די שטאט פון די רבנות, כפי בקשה באישי מאת כעלמ׳ער מגיד

גדליה » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 10:55 pm

· #415832
יהודי פשוט
גדליה
יהודי פשוט
וואס מיינט "גענומען אחריות" ?

פשוט, א רב שטעלט זיך אויף ברבים זאגען, רבותי איך בין באגאנגען א טעות אין די נושא און וועגען מיין טעות האבן אידען געליטן און איך וויל זיי איבערבעטען ברבים

פארוואס דארף ער דאס זאגן ברבים??
לאמיר זאגן אז ר' לייביש האלט אז ער איז שולדיג אין דאס וואס איז געשעהן מיט זיין זוהן, דארף ער זיך לויט דיר אויפשטעלן אין ב"מ און זאגן מורי ורבותי איך בין שולדיג אז מיין זוהן איז אפגעפארן???

איך רעד נישט פון א פריוואטע טעות, כ'רעד פון א טעות און הנהגה, א טעות וואס אפעקטירט מענטשן. אין די אלגעמיינע וועלט איז א נארמאלע זאך אז א פאליטישען אדער א נייעס אנכאר וכדו' אנטשולדיגט זיך פאר עפעס וואס ער האט נישט געברויכט זאגן אדער טוהן (ע"ע מעגין קעלי). אבער ביי אונז וועט איר נישט טרעפן אזא זאך אז א רבי צו א רב מאכט א טעות, ס'עקזיסטירט נישט.

גדליה » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 10:57 pm

· #415833
בקיצור איז אזוי.
דו טענה'סט אז די או טי דיס נעמען נישט קיין אחריות און באשולדיגען יעדען איינעם
ואני עולם הפוך ראיתי,
חתן דידן רב הצעיר דפשעווארסק נעמט פולע אחריות אויף זיינע מעשים, און זאגט אז ער איז אראפ פון וועג מכח די אייגענע בחירה, נישט ווייל דאס אדער יענץ.
און די חרדישע אידן זענען אלץ מסביר ווי דער או טי די איז סתם פיל מיט האס אין שנאה אויף חרדים. אבער נעמען אחריות אויף אפגעפארענע? קיינמאל!

קוקי » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 11:18 pm

· #415835
ס'צייט ער זאל איבערגעבן די הנהגה פאר זיין פארקומער הצדיק ר' מיילעך פשעווארסקער זאל לעבן

יעקב מענטש » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2018 12:55 pm

· #415871
גדליה
בקיצור איז אזוי.
דו טענה'סט אז די או טי דיס נעמען נישט קיין אחריות און באשולדיגען יעדען איינעם
ואני עולם הפוך ראיתי,
חתן דידן רב הצעיר דפשעווארסק נעמט פולע אחריות אויף זיינע מעשים, און זאגט אז ער איז אראפ פון וועג מכח די אייגענע בחירה, נישט ווייל דאס אדער יענץ.
און די חרדישע אידן זענען אלץ מסביר ווי דער או טי די איז סתם פיל מיט האס אין שנאה אויף חרדים. אבער נעמען אחריות אויף אפגעפארענע? קיינמאל!

ער נעמט אחריות? אה! דעמאלטס פארוואס האסטו טענות אויף די קאמיוניטי? זיי דארפן דיר אויסהאלטן ווען דו שטעקסט זיי א מעסער אין רוקן?

האסט אפגעפוצט? גיי דיר לחיים ולשלום ענדזשוי לייף! האסט דיך אליינס אויסגעשלאסן פון אונזער געזעלשאפט.

פון ווי ווייסטו אז די קאמיוניטי באשולדיגט נישט קיין מאלעסטערס אין א געוויסע פראצענט אפגעפארענע? ווייל מ'לייגט נישט קיין פאשקעווילן קעגן אים? נאר מ'באהאנדעלט זיי מיט זייער אומשולדיגע משפחה בדרך כבוד דורכ'ן אים 'שטילערהייט' מעביר זיין פון זיין פאזיציע?

בכלל זעה איז אז אסאך או טי די'ס לעצטנס זענען געוואלדיגע פילאזאפן ווען מ'קען פשוט נישט איבערצייגן מציאות ה', סאו באופן כזה איז שווער צו בלעימען די סאסייעטי ווארום זייער געוואלדיגע חכמה האט זיי דאך איבערצייגט צו אפפארן?

אונטער חכם » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2018 2:38 pm

· #415886
Re: פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער
גדליה
יהודי פשוט
גדליה
יהודי פשוט
וואס מיינט "גענומען אחריות" ?

פשוט, א רב שטעלט זיך אויף ברבים זאגען, רבותי איך בין באגאנגען א טעות אין די נושא און וועגען מיין טעות האבן אידען געליטן און איך וויל זיי איבערבעטען ברבים

פארוואס דארף ער דאס זאגן ברבים??
לאמיר זאגן אז ר' לייביש האלט אז ער איז שולדיג אין דאס וואס איז געשעהן מיט זיין זוהן, דארף ער זיך לויט דיר אויפשטעלן אין ב"מ און זאגן מורי ורבותי איך בין שולדיג אז מיין זוהן איז אפגעפארן???

איך רעד נישט פון א פריוואטע טעות, כ'רעד פון א טעות און הנהגה, א טעות וואס אפעקטירט מענטשן. אין די אלגעמיינע וועלט איז א נארמאלע זאך אז א פאליטישען אדער א נייעס אנכאר וכדו' אנטשולדיגט זיך פאר עפעס וואס ער האט נישט געברויכט זאגן אדער טוהן (ע"ע מעגין קעלי). אבער ביי אונז וועט איר נישט טרעפן אזא זאך אז א רבי צו א רב מאכט א טעות, ס'עקזיסטירט נישט.

אין די אלגעמיינע וועלט זעצט מען זיך אראפ, און מען טראכט דורך וואס איז די בעסטע וועג צו בארואיגן דעם דעת הקהל און לויט דעם באשליסט מען וואס צו טון, ביי אונז פעלט עס געווענליך נישט אויס ווייל רבנים דארפן נישט צוקומען אזוי שטארק צום דעת הקהל.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2018 4:06 pm

· #415896
Re: פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער
יעקב מענטש, דיין רעגעניש ברענגט דיר צו גוזמאות וואס לאזט נישט רואיגעהייט שמועסען.

שלום לייזער האט געמאכט א וועג פאר זיך. ווען ער בלייבט א שומר תומ"צ, וואלט איך אים נאך סאלוטירט פאר זיין דרייסטע שריט. נאר יעצט באקלאג איך עס, ווייל ער האט אוועק געגעבען א דיאמאנט פאר א נזיד עדשים.

ער האט זיך גענומען שרייבען זיין זכרונות, זיין ערפארונג און זיין פיין. ער איז נישט קיין עסקן און ער נעמט נישט קיין געלט פון די ציבור. זיין טאטענ׳ס וועג פון חינוך איז נישט אכזריות׳דיג, עס איז נישט קיין היפאקריטישע שקר׳דיגע גאנג, נאר ׳אייגענארטיג׳. ער באשרייבט וויאזוי דאס האט אויף אים געהאט א השפעה און וויאזוי זיין לעבען זעט אויס נאך דעם.

טאמער איינער וויל זיך אפלערנען א לקח דערפון, זאל ער. טאמער איינער וויל נישט, איז נישט. ווער רעדט פון צוויי צדדים? ווער דארף וועמען אפענטפערען? פארוואס ווייל דו גלויבסט ער איז ׳א מתמיד ת"ח און צדיק׳ איז זיין זונ׳ס ערפארונג נישט גילטיג? (א מתמיד קענסטו אפשר באשטעטיגען, א ת"ח ווייס איך נישט פארוואס מ׳זאל אזוי אננעמען, און א צדיק איז דאך נישט מעגליך צו וויסען. זיין מחלוקת׳ן אן א תכלית זענען זיכער א פראגע צייכען. דאס האט אלס גארנישט מיט זיין זון)

איך מיין אז ביי אונז באופן כללי דארף יעדער קונסט צו שעפערישקייט קומען מיט א לקח, א תירוץ, א משפט ווער איז גערעכט. עס דארף אזוי נישט זיין. אן משפט׳ן, דא שרייבט א בחור זיין געפילען. ליין עס אן צו זוכען ווער איז גערעכט און ווער נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נהורא נפישא » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2018 5:06 pm

· #415900
ליטוואק פון בודאפעסט, כ'האב הנאה וויאזוי דו שרייבסט. נאר דאס וואס דו שרייבסט אז איבער ר' לייבוש'ס התמדה, גאונות, צדקות, אז התמדה קען מען באשטעטיגן און אויף ת"חשאפט זאגסטו מאן יימר, און גאר אויף צדקות וויאזוי מ'קען דאס וויסן, וויל איך זיך אפשטעלן.
לאמיר קודם גיין צו צדקות, אוודאי קען מען נישט אלס וויסן האדם יראה לעינים והשם יראה ללבב, איז אבער נישט צדקות די מבחן פון ערליכקייט און דקדוק במצוות טא וואס איז ביי ר' לייבוש דאס מער קאמפליצירט צו דערגיין. איך פערזענליך ווייס נישט קיין סאך איבער אים און ווי עס שיינט ווייסט איר אויך נישט גענוג, טא איז דאך נישט די פראבלעם אז מ'קען נישט וויסן עכ"פ בהשערה הרגילה, נאר אז דו ווייסט נישט.
דאס זעלבע בנוגע התמדה וגאונות פארוואס טיילט איר דאס אפ מיט אנדערע לשונות כלפי דאס באשטעטיגן אז מ'קען באשטעטיגן התמדה פארוואס קען מען נישט באשטעטיגן גאונות. סיידן אז דו ווייסט בבירור אז ער רעדט קיינמאל נישט אין לערנען וכדומה.
איך קלער אפשר אז איר מיינט דא אריינציווארפן עפעס אנדרעש דערמיט, איר מיינט מזלזל צו זיין אין די תואר ת"ח וויאזוי געוויסע מענטשן פארשטייען עס און דו ווילס זיך דינגען דערמיט. דערפאר וואלט איך דיר געוואלט שטעלן א פראגע איבער די הגדרה פון ת"ח ווי פאלגענד. וועלעכע פון די סארט וואלט איר געזאגט איז די אידיאלישע סארט ת"ח, נאכאמאל איך רעד נישט פון א בקי בכל מכמני התורה.
1) קען גוט אלע לומדישע סוגית הש"ס מיט אלע סארט ישיבה'שע לומדות, חומש רש"י פונקט אויף נישט צו הייסן אן עם הארץ, נ"ך שוואך, א"ח י"ד פונקט אויף נישט צו הייסן אן ע"ה. ספרי מחשבה שוואך.
2) קען גוט חומש רש"י, בקי בנ"ך, בקי בספרי מחשבה וקבלה וחסידות ואגדות הש"ס, בקי בספרי שו"ת והלכה, בקי בסוגיות הש"ס השייכות להלכה למעשה בא"ח י"ד, האט זייער א אויבערפלעכליכע ידיעה בשאר סוגיות הש"ס און ווייסט גארנישט איבער די ישיבה'שע לומדות.
איך קען מאכן נאך ציורים, אבער די עיקר וויל איך וויסן וויאזוי איר מעסט דאס.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2018 5:27 pm

· #415905
Re: פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער
עפען אן אנדערען אשכול דערוועגען.

גראדע האב איך שוין געשריבען אין די סוכות אויסגאבע א פאר צוריק דערוועגען, דוק ותשכח

<a class="postlink" href="https://r.tapatalk.com/shareLink?url=http%3A%2F%2Fwww%2Ekaveshtiebel%2Ecom%2Fviewtopic%2Ephp%3Ft%3D9650&share_tid=9650&share_fid=154059&share_type=t">https://r.tapatalk.com/shareLink?url=ht ... are_type=t</a>

נהורא נפישא » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2018 5:45 pm

· #415910
כ'האב נישט געזען דעם ארטיקל און איך זיך נישט קיין לאנגפארצויגענעם תירוץ.
למעשה וואס וואלט איר געזאגט איבער די אויסוואהל
1) ביידע זענען אייניג ת"ח אויב האבן זיי די זעלבע מאס ידע, נישט קיין נפק"מ אין וועלכע געביט
2) געוויסע חלקי התורה זענען מער וואגיג באיכות דערפאר אפילו האבן זיי אייניגע מאס ידע איז אבער איינס וויכטיגער ווי די צווייטע לגבי התואר "ת"ח".
אויב איז אייער אויסוואהל 2 וועלכע זאגט איר איז וויכטיגער.
די שאלה איז לאו דוקא א סימענטישע. בעיקר מיין איך ציפרעגן וואס איר זענט מחשיב אלס א ת"ח, כ'בין זיכער אז עס זענען פארהאן פארשידענע מיינונגען.
די שאלה קען אויך ווערן געפרעגט ווי פאלגענד, אויב האסטו א ברירה אז מען קען אייך אפלאעדן תורה- אינפארמאציע ביי אייך אין מח וועלכע וואלט איר ערשט אויסגעוועלט.
אני כשלעצמי וואלט איך געזאגט אז נישט דוקא די אינפארמאציע דמתבדרין ביה מדרשא מאכט דאס. די נקודה איז נישט אויסזען ווי א ת"ח און קענען רעדן אין לערנען, ביי מיר איז די נקודה וואס מער פון די הן הן גופי תורה ווי תנ"ך, ספרי מחשבה, הלכה, אגדה. סוגית הש"ס. דאס קענען רעדן אין לערנען מיט די היינטצייטיגע לומדישע הערות איז ביי מיר נישט וויכטיג.
גראדע דארף צו הייסן אז ר' לייבוש איז א למדן און האט פארבינדונגן מיט עטליכע גדולי ראשי ישיבות, ספעציעל מיט ר' דב לנדא.

יהודי פשוט » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2018 5:51 pm

· #415912
Re: פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער
נהורא נפישא
כ'האב נישט געזען דעם ארטיקל און איך זיך נישט קיין לאנגפארצויגענעם תירוץ.
למעשה וואס וואלט איר געזאגט איבער די אויסוואהל
1) ביידע זענען אייניג ת"ח אויב האבן זיי די זעלבע מאס ידע, נישט קיין נפק"מ אין וועלכע געביט
2) געוויסע חלקי התורה זענען מער וואגיג באיכות דערפאר אפילו האבן זיי אייניגע מאס ידע איז אבער איינס וויכטיגער ווי די צווייטע לגבי התואר "ת"ח".
אויב איז אייער אויסוואהל 2 וועלכע זאגט איר איז וויכטיגער.
ליטוואק האט שוין גע'ענפערט אז דאס איז א נושא וואס האט נישט מיט דעם אשכול און דו קענסט עפענען א נייעם אשכול פאר דעם, פארשטאנען? אדער זאל מען עס איבער זאגן אויף טערקיש ?

יעקב מענטש » זונטאג נאוועמבער 4, 2018 12:47 pm

· #416012
@ליטוואק.

ווען ער שרייבט ווען א אומשולדיגע לענבס געשיכטע וואלסטו געווען גערעכט, אבער ער שרייבט דאך א פאשקעוויל! ער שרייבט אז זיין טאטע האט געצה'ט אנדערע מענטשען אין די זעלבע סיטואציע צו פראבירן צו ארויסהעלפן דעם קינד, און ביי אים האבן אלע עוזרים באקומען שטרענגע באפעלן צו שטיין ווייט, ווייל יעדע געפילטע פיש וואס מ'שיקט אים שטעכט דעם טאטן אין זיבטען ריפ!

אדמור מקרייניץ זצל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 8:29 am

· #416074
ער לאזט זיך נישט הערן עפעס דברות קודש לרגל די יארצייט פינם זיידן??

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 8:29 pm

· #416146
אדמו"ר מ'קרייניץ זצ"ל: איך ווילל נישט עובר זיין אויף דעם פסוק ..."ודורש אל המתים"...אשר על כן וועלל איך צייטווייליג ווערן א חב"ד'סקער חסיד...!

ווען דער רב הצעיר. און צוקונפטיגער אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א וועט צוריקקומען. און ער וועט אפיהרנעמען די סטראקעס מיט די אנדערע שמונה בגדים וואס ער האט איבערגעלאזט ביי א חבר אין בעיסמענט, וועט ער שוין נאכזאגן גאנץ גוטע תורות און עובדות פונ'ם זיידן. אפילו פונ'ם עלטער זיידן. און אונז קעלבלעך וועללן שטיין מיט פארגלאצטע אויגן. און כאפן שיריים מפה קדשו. ומידיו הטהורות...!

לחיים ולברכה » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 9:15 pm

· #416147
berlbalaguleh
אדמו"ר מ'קרייניץ זצ"ל: איך ווילל נישט עובר זיין אויף דעם פסוק ..."ודורש אל המתים"...אשר על כן וועלל איך צייטווייליג ווערן א חב"ד'סקער חסיד...!

ווען דער רב הצעיר. און צוקונפטיגער אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א וועט צוריקקומען. און ער וועט אפיהרנעמען די סטראקעס מיט די אנדערע שמונה בגדים וואס ער האט איבערגעלאזט ביי א חבר אין בעיסמענט, וועט ער שוין נאכזאגן גאנץ גוטע תורות און עובדות פונ'ם זיידן. אפילו פונ'ם עלטער זיידן. און אונז קעלבלעך וועללן שטיין מיט פארגלאצטע אויגן. און כאפן שיריים מפה קדשו. ומידיו הטהורות...!

במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד
בלאט: 1 2 3 4 5