☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער

פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער

205 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12665
בלאט: 1 2 3 4 5

אדמור מקרייניץ זצל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 4:06 pm

· #419434
פין זיין פעיסבוק
גאנץ אינטרעסאנט
📎 הרב הצעיר.pdf

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 8:17 pm

· #419460
אדמו"ר מ'קרייניץ זצ"ל: איך האב נישט געהאט קיין געדולד אדורכצוליינען אלע אכט פעידזשעס. כ'האב נאר אדורכגעליינט די ערשטע צוויי. אבער פון דעם וואס איך האב געליינט קען איך ציען עטליכע גאר וויכטיגע מסקנות...והנה: געוויינליך זאגט מען אויף איינעם וואס איז אראפ פון דרך הישר אז ער זוכט זיך תירוצים צו פארענטפערן זיינע מעשים. אבער אין דעם פאל קענמען זעהן זייער קלאר אז זיין טאטע דער אדמו"ר שליט"א האט איהם אוועקגעשטופט בשתי ידיים. און נאכדעם האט ער נאך טענות...!

איך בין קיינמאל נישט געווען קיין גרויסער חסיד פונן ר' לייביש'ל לייזער שליט"א. דער היינטיגער פשעווארסקער רבי. ועכשיו ביותר...!

א יעדער קען אנשעטללן א פנים של הדר אין פאבליק. אבער וויאזוי מ'פיהרט זיך אויף אין די אייגענע שטוב. צו די אייגענע בני משפחה. דארט ווייזט זיך ארויס דער אמת'ער פרצוף און כאראקטער פון א מענטש...!

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 8:22 pm

· #419461
מאדנע ביז גאר. ער האלט אין איין פארפירן ווי שטארק זיין טאטע האט עם געפייניגט און ווי ווייניג ער פארשטייט צו חינוך, אבער ווען בעלזער רב האט עם געזאגט דעם אמת אין פנים אז זיינע 'ספיקות' קומען פון א שווערע יוגנט מאכט ער חוזק דערפון.

שלמה המלך » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 1:48 am

· #419475
berlbalaguleh
ס'צוברעכט טאקע דאס הארץ צו ליינען אזעלכע שרעקליכע, טראגישע פאסירונגען. אבער א שטיקל נחמה האמיר דאך. ער קען נאך תשובה טון. און צוריק אנטון די סטראקעס. און איבערנעמען דאס אדמורו"ת לאחר מאה ועשרים. און אונז עמיר זיך שטופן צו כאפן שיריים פון זיינע ידיו הקדושות. און הערן תורה מפה קדשו...!

אני הקטן האלט טאקע אינמיטן שרייבן אן ענליכן סיפור המעשה . איבער א חשוב'ן בנש"ק וועלכער איז ליידער געווארן או.טי.די. מיט אלע מפרשים. ער האטציך אפילו מדבק געווען אין אן איירישע שיקסע. און ער האט דערקלערט אז ער איז ברוגז אויף זיינע עלטערן וועלכע האבן איהם צוריקגעהאלטן פון עסן אזא גוטן מאכל ווי חזיר...! ער האט אפילו געשפיעלט אין א מאווי ווי א אידיש, חסיד'יש ווייבל פארליעבט זיך אין א גוי...! לסוף. ווען ער האט שוין אויסגעשפיעלט זיין חילוניות. און ער האט נאכאלץ נישט געטראפן דאס גליק אין לעבן. האט ער זיך בארעכנט און ר'איז געווארן א באל טשיווע...! ר'האטציך געקויפט א נייעם אויבערמאנטל מיט סאמעט פון אויבן. און א בעקישע מיט די סאמעט שטריכן ביי די העקעלעך און ארבל. הנקרא סטראקע"ס בלע"ז. און ער האט ארויסגעשלעפט דעם פארזשאווערטן רעביש'ן יחוס. און ר'האט אנגעהויבן נוהג צו זיין באדמורו"ת. ר'האט פארצעילט ביי א יעדע געלעגנהייט וואספארא גרויסע און העיליגע זעידעס ער האט געהאט. און ער שטאמט מגזע אראלים ותרשישים...און אונז נארישע קעלבלעך שטופן מיר זיך צו כאפן שיריים פון זיינע ידיו הקדושים. און הערן דא"ח (דברי אלוקים חיים) מפה קדשו...! ענד אוו סטארי...!

מעשה למלך?

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 2:22 am

· #419478
שלמה המלך: דאס איז באזירט אויף אן אמת'ע געשיכטע. אט דער בנש"ק דרייטציך צווישן אונז. איך האב געקענט זיין עלטער זיידע. ר'איז געווען א בעלזער חסיד פונדערהעים. ניין. דו וועסט נישט צו טרעפן. ווייל זיין משפחה נאמען איז נוטה צו אן אנדער חסידות...!

דארט איז אויך געווען א גוטע סיבה (פעלער אין חינוך) פארוואס ער איז אוועקגעגאנגען פון אידישקייט. אבער ער איז בעצם אן אומסטאבילער פארשוין. און אלס חילוני איז ער אויכעט נישט צופרידן. ממילא זענען דא גוטע אויסזיכטן אז ווען ער וועט האבן אויסגעשפיעלט זיין חילוניות, וועט ער נעמען דעם וועג אויף צוריק. ממש אזוי ווי איך האב עס אראפגעלייגט...!

יהודי פשוט » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 3:59 am

· #419479
Re: פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער
berlbalaguleh
איך האב געקענט זיין עלטער זיידע. ר'איז געווען א בעלזער חסיד פונדערהעים. ניין. דו וועסט נישט צו טרעפן. ווייל זיין משפחה נאמען איז נוטה צו אן אנדער חסידות...!


ער איז נישט געוועהן סתם א חסיד, ער איז געוועהן א נעפיו פון ר' ישכר דוב בעלז'ער

והאיש משה » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 7:38 am

· #419482
berlbalaguleh


א יעדער קען אנשעטללן א פנים של הדר אין פאבליק. אבער וויאזוי מ'פיהרט זיך אויף אין די אייגענע שטוב. צו די אייגענע בני משפחה. דארט ווייזט זיך ארויס דער אמת'ער פרצוף און כאראקטער פון א מענטש...!


איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט פנים של הדר?? כאילו ר' ליבוש שטעלט ארויס א פנים של הדר אז ער איז א מתמיד און א עובד און פחד'יגע יר''ש, און פון דערהיים הערט מען גאר אז ער ליינט צייטנונגען און לעקט אייזקרים און איז א קל ער קומט אהיים און לאכט פון די גאנצע מעשה?
סך הכל זאגט די רב הצעיר אז ער איז אומגעדולדיג און א קיצוני און צובראכען ווי א שארבן אז ער איז דורךגעפאלן מיט די קינדער.
ליהוי ידוע אז און אט די נושאים שטעלט די פאטער בפירוש נישט אהן קיין פנים של הדר!, דהיינו ער מאכטס זיך נישט קיין געדולדיגער מענטש אינדרויסען און אינדערהיים אנגעצויגען, אדרבא ער ווייזט פאר יעדעם איינעם אז ער האט נישט קיין געדולד און איז פארנומען מיט וויכטיגערעס, וכן כל הטענות אינם חידושים (חדשים) אפי' צווישן זיינע נאנטע חסידים.
און דאס אז מ'קען אים פארקויפן לאקשען איז דאך פשוט ער איז דאך ארומגענומען מיט מענטשן, ער ליינט נישט קיין נייעס נאר וואס מ'פארקויפט אים, דאס איז אן אלטער פראבלעם וואס נעמען ארום פארמאכטע מנהיגים ואין כאן מקומו להאריך.

און ער איז ידוע אלס קיצוני אא"וו.

און דאס וואס ער זאגט אז ער איז מקנא מענטשן מיט גוטע קינדער, איז אויך אזאך וואס ער באהאלט נישט.... ער זאגט עס גאנץ קלאר (איך האב מיטגעהאלטן ערשט האנטיג)
ס'איז גראדע זייער ווייטאגליך וואס ער שרייבט און ווי אזוי ער לייגט עס אראפ, און מ'קען פון דעם אפלערנען פארוואס ער איז אזוי דורך געפאלען מיט די קינדער, אבער נישט מער פון דעם, נישט ער איז א שקרן חלילה וואס שטעלט אהן א פנים של הדר.

אישתישבי » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 8:05 am

· #419483
איך האב נישט קיין טענות צו ר' לייבוש לייזער פאר זיין דער מענטש וואס ער איז, כלומר, א ערשט פאכיגע טיפש וואס פארשטייט נישט אז זאגען פאר קינדער אז די קינדער זענען נישט געלונגען איז ווי מען נעמט א מעסער און מען שטעכט, אדער זאגען אז טאמער ענדיגט מען נישט ש"ס ביי די פינף און צוואנציג, איז אויס, איז ער א פעליער, נעבעך. מען קען זען קלאר ווי סיג לחכמה שתיקה, נאך א מזל ער רעדט נישט, ווען יא וואלט זיין קאלבקייט געוועהן ניכר לכל.

אבער וואס יא? איז ער ראוי צו זיין א מנהיג? איינער וואס פארשטייט נישט צו דער געפילן פין אן אנדערע מענטש? ווער עס האט נאר אנגערירט די קלאמקע פין ר' יענקעלע ווייסט אז דאס איז סעיף אלף. נעבעך. דער בעלזער רבי מיט אלע חסרונות איז מער פין אים. כלומר, מען ליינט דורך די מעשה'לעך פין דעם רב הצעיר, און מען זעהט קלאר אז ער האט געהאט א שווערע יוגענט, און דער עקשענט זיך אז ניין, נישט פארדעם האט ער פארלאזט, נאר פארוואס? ווייל ער האט אמת'ע קשיות!! איך עגרי מיט אים אז נישט יעדער וואס פארלאזט איז עס וועגן א שווערע יוגענט, אבער ער זעלבסט איז קלאר אז יא.

איז ממילא, צו ר' לייבוש איז שולדיג איז זיין קליין קעפיקייט צו נישט, איז נישט די עיקר שאלה, די עיקר שאלה איז, פארוואס שטופט מען זיך צו אים? וואס פארא חכמות הערט מען פין אים? אז מען דארף האבן געפיל? אז מען דארף האבן געדולד פאר קינדער און פאר אנדערע? אז מען דארף ארבעטן אויף די מדות? וואס פארקויפט ער?

דער מער מען איז זיך מתבונן, זעהט מען אז מען האט אונז געשטראפט פין הימל, און אונז האבן נעבעך א דור פין מנהיגים וואס זענען כמעט אלע אזעלכע וואס פארשטייען נישט, און פילען נישט פאר אנדערע מענטשען. פארוואס זענען אונז אזוי געשטראפט?

איסר האטלקי » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 8:34 am

· #419484
ר' לייבוש האט נאך אזויפיל געפיל צו אנדערע ווי רוב מנהיגי הדור. ווער ס'איז אמאל געווען ביי אים פערזענליך ווייסט ווי שטארק ער לייגט זיך אריין מיט הארץ און געפיל אין יעדעם'ס פעקל, ובדידי הוה עובדא.

זאכן וואס קומען פאר אין שטוב זענען נישט אויף צו פסקנ'ען דעם מענטש, נאכדערצו ווען מען הערט בלויז איין זייט. ער האט פרובירט זיינע דרכים של חינוך וואס איז ליידער דורכגעפאלן. איך זאג נישט ער איז דער פיקח הדור איך קען נישט מעסטן שכל פון כל העולם כולו. אבער זיין אויסטערלישע התמדה, זיין זעלטענע עבודת ה' און דערהויבענע פרישות, קען לייגן יעדע אנדערע רבי אין שאטן.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 10:40 am

· #419490
והאיש משה
berlbalaguleh


א יעדער קען אנשעטללן א פנים של הדר אין פאבליק. אבער וויאזוי מ'פיהרט זיך אויף אין די אייגענע שטוב. צו די אייגענע בני משפחה. דארט ווייזט זיך ארויס דער אמת'ער פרצוף און כאראקטער פון א מענטש...!


איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט פנים של הדר?? כאילו ר' ליבוש שטעלט ארויס א פנים של הדר אז ער איז א מתמיד און א עובד און פחד'יגע יר''ש, און פון דערהיים הערט מען גאר אז ער ליינט צייטנונגען און לעקט אייזקרים און איז א קל ער קומט אהיים און לאכט פון די גאנצע מעשה?
סך הכל זאגט די רב הצעיר אז ער איז אומגעדולדיג און א קיצוני און צובראכען ווי א שארבן אז ער איז דורךגעפאלן מיט די קינדער.
ליהוי ידוע אז און אט די נושאים שטעלט די פאטער בפירוש נישט אהן קיין פנים של הדר!, דהיינו ער מאכטס זיך נישט קיין געדולדיגער מענטש אינדרויסען און אינדערהיים אנגעצויגען, אדרבא ער ווייזט פאר יעדעם איינעם אז ער האט נישט קיין געדולד און איז פארנומען מיט וויכטיגערעס, וכן כל הטענות אינם חידושים (חדשים) אפי' צווישן זיינע נאנטע חסידים.
און דאס אז מ'קען אים פארקויפן לאקשען איז דאך פשוט ער איז דאך ארומגענומען מיט מענטשן, ער ליינט נישט קיין נייעס נאר וואס מ'פארקויפט אים, דאס איז אן אלטער פראבלעם וואס נעמען ארום פארמאכטע מנהיגים ואין כאן מקומו להאריך.

און ער איז ידוע אלס קיצוני אא"וו.

און דאס וואס ער זאגט אז ער איז מקנא מענטשן מיט גוטע קינדער, איז אויך אזאך וואס ער באהאלט נישט.... ער זאגט עס גאנץ קלאר (איך האב מיטגעהאלטן ערשט האנטיג)
ס'איז גראדע זייער ווייטאגליך וואס ער שרייבט און ווי אזוי ער לייגט עס אראפ, און מ'קען פון דעם אפלערנען פארוואס ער איז אזוי דורך געפאלען מיט די קינדער, אבער נישט מער פון דעם, נישט ער איז א שקרן חלילה וואס שטעלט אהן א פנים של הדר.

והאיש משה: מיט די מערסטע זאכן ביסטו גערעכט. אבער מיט די באהויפטונג אז ער שטעלט אן א פנים של הדר ווען ס'קומט צו געבן עצות אין חינוך פאר מענטשן וואס קומען צו איהם מיט א פראבלעם. דארט איז די נפקא מינה. ווייל דאס איז דאך איינס פון די טענות פון זיין זוהן. אז ער פאר פרעמדע מענטשן געט ער עצות וואס זענען זייער שטארק טאלעראנט. אבער ער ווייזט נישט ארויס דעם זעלבן מאס פון טאלעראנץ ווען ס'קומט צו דעם חינוך פון זיין אייגענעם זוהן...!

דאס אז ער ליינט נישט קיין צייטונגען. נאר ער הערט איבער פון אינפארמאטארן איז געווען א פראבלעם ביי א גרויסן צדיק ומנהיג מפורסם. ווייל אויסער דעם המודיע האט ער נישט געליינט קיין שום צייטונגען. און זיינע 2 הויפט גבאים ר' יאסל אשכנזי און ר' עזריאל גליק האבן איהם פארקויפט א סאך לאקשן. ספעציעל אויף די עלטערע יארן. און לויט דעם האט ער קובע געווען זייער א גרויסן חלק פון זיין שיטה ווען ס'איז געקומען צו א פראקטישן פועל יוצא...!

למשל ווען ס'איז געקומען צו די אינעווייניגסטע פאליטיק פון מדינת ישראל איז ער געווען זייער גוט אינפארמירט. אזוי ווייט אז ס'איז אמאל געקומען צו איהם א רב פון ארץ ישראל וועלכער איז געווען זייער שטארק פרא-אגודה. אבער האטציך פארקויפט אלס קנאי. און אנהענגער פונ'ם רעבין'ס שיטה. ווען ער איז אריינגעקומען צו האדמו"ר מ'סאטמאר זצוק"ל און ר'האט איהם אראפגעלייגט וואספארא קנאי ער איז. האט איהם דער סאטמאר'ע רב ארויסגענומען א קאפי פונ'ם המודיע. וואס ער האט געהאלטן אין א פיילינג קעבינעט אין זיין ספרים צימער. און ר'האט איהם געוויזן א פיקטשער מיט אן ארטיקל וואו דער רב האלט א דרשה אין יום העצמאות ביי אן אגודה פארזאמלונג. דער רב איז ארויסגעגאנגען בבושת פנים...!

אבער ווען ס'איז געקומען צו וועלטס פאליטיק האט ער באקומען זיין אינפארמאציע פון זיינע גבאים. און זיי האבן איהם איינגערעדט וואס זיי האבן געוואלט. קורץ פאר די זעקס טאג מלחמה. ווען דער עגיפטישער פרעזידענט נאססער האט געבלאקט די איזראעלי שיפן פון אדורכפארן דעם גאלף פון אקאבא, וואס געט א צוטריט צו דרום ארץ ישראל. ווי אשדוד און אילת. און נאכדעם האט נאסער ארויסגעווארפן די יו.ען. טרופן פן מדבר סיני. און ער האט אריינגעשיקט א גרויסע ארמיי פון זיינע סאלדאטן. און ער האט געהאלטן אין איין סטראשען אז ער וועט אינוואדירן ארץ ישראל. האט דער סאטמאר'ע רבי געזאגט אז ס'איז נישט געווען קיין שום סכנה פאר די איינוואוינערס פון ארץ ישראל. נאר אז די ציונים האבן זיך גערייצט מיט די עגיפטישע מיליטער. און אנגעהויבן א מלחמה...!

קאך_לעפל » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 11:07 am

· #419492
אין אלגעמיין איז מיין שטייגער אייך נישט צו ענטפערן. אבער מחמת כבוד אותו צדיק וקדוש, וועל איך מאכן אצינד א אויסנאם.

אין די עפאכע איידער די זעקס טאג קריג האט אויסגעבראכן, האט געהערשט אן אויסטערלישע געפאר אויף די אידנטום אין ארץ ישראל. רבינו הקדוש האט דאס גוט געוויסט, ער האט נישט אריינגעשטעקט זיין קאפ אין זאמד ווי זיינע פיינט ווילן פארקויפן. ער האט זאגאר געהאלטן אז ס'וואלט ווען מעגליך געווען אויסצוארבייטן די דיפערענצן צווישן מצרים און מדינת ישראל אויף א דיפלאמאטישע וועג. אייגענטליך האבן זייער א סאך רעגירונגס פירער פון מדינת ישראל זעלבסט געהאלטן גענוי דאס זעלביגע, א שטייגער ווי לוי אשכול דער פרעמעיר מינינסטער און אבא אבן דער אויסערן מיניסטער. און אפילו בן גריון האט אויך געווארנט דעם זיכערהייטס מיניסטער יצחק רבין נישט ארויס צו גיין אין קיין אומנויטיגע קריג קעגן די אראבער, און אריינשטעלן דאס גאנצע מיטל מזרח אין א אומנויטיגע געפאר. אבער די מיליטאנטען א שטייגער ווי משה דיין אד''ג האבן געהאלטן אז ניין! מ'זאל אויסשליסליך יא ארויסגיין אין א קריג. אפגעזען פון די טייכן אידיש בלוט וואס וועלן פארגאסן ווערן אומזיסט.

די ציונים האבן דאן בארעכטיגט זייער געמיינער שריט ארויסצוגיין אין א אומנויטיגע קריג, מיט די ארגומענט אז די אראבער האבן זיי ערשט אטאקירט. און דער וועלט האט דאס דאן הייליג געגלייבט. אויף דעם האט רבינו הקוה''ט זי''ע שרעקליך פארפירט, נעמליך טויזענטער אידן זענען דאן גע'הרג'עט געווארן און ווערן נאך היינט גע'הרג'עט פאר גארנישט. מ'וואלט ווען געקענט פארמיידן דעם גאנצן קריג, ווען נישט די מיליטאנטישע ציוניסטישע פירער.

און היינט איז נאר פארבליבן זייער ווינציג מענטשען וואס גלויבן נאך אז די אראבער האבן אטאקירט ערשט. רבינו הקוה''ט זי''ע מיט זיין הייליגער שכל און רייפע פאליטישער פארשטאנד איז נישט פארשוועמט געווארן פון די ציוניסטישע פראפעגאנדע, און ער האט ארויסגעהאט די ווירקליכע פאקטן פון די ערשטע מינוט.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 11:16 am

· #419493
ס'וואלט בעסער געוען ווען דו בלייבסט ביי דיין פארפוילטקייט. אןן דו ענטפערסט נישט. ווייל דו האסט גארנישט געענטפערט צו די זאך. און קום מיר נישט מיט זיך אננעמען פאר'ן כבוד פון דעם צדיק. ווייל איך האלט פון איהם סיי ווען אימער אזויפיהל ווי דו און דכוותך. און נאכמער, ב"ה. אבער פאקטן זענען פאקטן. און איך וועלל מיך נישט אריינלאזן אין וויכוחים מיט אזא פארדארבענע, האלב געבראטענע בריאה ווי דו. וועלכער קען נישט שרייבן קיין גראדע, גראמאטישע זאץ אין אידיש אדער ענגליש...!

קאך_לעפל » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 11:21 am

· #419494
berlbalaguleh
ס'וואלט בעסער געוען ווען דו בלייבסט ביי דיין פארפוילטקייט. אןן דו ענטפערסט נישט. ווייל דו האסט גארנישט געענטפערט צו די זאך. און קום מיר נישט מיט זיך אננעמען פאר'ן כבוד פון דעם צדיק. ווייל איך האלט פון איהם סיי ווען אימער אזויפיהל ווי דו און דכוותך. און נאכמער, ב"ה. אבער פאקטן זענען פאקטן. און איך וועלל מיך נישט אריינלאזן אין וויכוחים מיט אזא פארדארבענע, האלב געבראטענע בריאה ווי דו. וועלכער קען נישט שרייבן קיין גראדע, גראמאטישע זאץ אין אידיש אדער ענגליש...!


ו.ב.י.ל.כ.ל.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 11:31 am

· #419496
פ.י.ג.ד.מ.פ.ב.מ.ד.פ.ק.ר.ת.ג.א.ד.ש.פ.א.פ.א.ת....!.(ווער ס'איז אינטרעסירט. אדער שטארק נייגעריג. קען איך מפענח זיין די זיסע און לעכטיגע ראשי תיבות. אין אישי.

Buddy » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 12:14 pm

· #419498
אריין אין ציונות טוילעט אשכול...

פונקט די לינקע שיטה דארף האלטן, אז פונקט דאן איז ציונות געווען מיליטאנטיש... [דהיינו ווען מען פאלגט דאן די שלום פלענער וואלט געווען שלום אויף וועלט

וואס איז ארגער אכזריות'דיגע איגנאראנץ אדער מיליטאנטיש און רחמנות אויף די לייב און לעבן

שיין צו זיין ווי די לינקע קומען אן מיט זייער סברות און געבן חיזוק פאר רוצחים, די היינטיגע לינקע זענען נאך ערגער ווי די עמלקים מיט די אשר קרך

פוי!!!!1 גיוואלד!!!!!

קאך_לעפל » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 12:20 pm

· #419499
נאך יין שרף, און מ'האמר מזומן... ב''ה פאר דעם...

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 1:58 pm

· #419502
כן ירבו: דו פאררוקטער פע*ד...!

חסיד » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 2:12 pm

· #419503
קאך_לעפל
אין אלגעמיין איז מיין שטייגער אייך נישט צו ענטפערן. אבער מחמת כבוד אותו צדיק וקדוש, וועל איך מאכן אצינד א אויסנאם.

אין די עפאכע איידער די זעקס טאג קריג האט אויסגעבראכן, האט געהערשט אן אויסטערלישע געפאר אויף די אידנטום אין ארץ ישראל. רבינו הקדוש האט דאס גוט געוויסט, ער האט נישט אריינגעשטעקט זיין קאפ אין זאמד ווי זיינע פיינט ווילן פארקויפן. ער האט זאגאר געהאלטן אז ס'וואלט ווען מעגליך געווען אויסצוארבייטן די דיפערענצן צווישן מצרים און מדינת ישראל אויף א דיפלאמאטישע וועג. אייגענטליך האבן זייער א סאך רעגירונגס פירער פון מדינת ישראל זעלבסט געהאלטן גענוי דאס זעלביגע, א שטייגער ווי לוי אשכול דער פרעמעיר מינינסטער און אבא אבן דער אויסערן מיניסטער. און אפילו בן גריון האט אויך געווארנט דעם זיכערהייטס מיניסטער יצחק רבין נישט ארויס צו גיין אין קיין אומנויטיגע קריג קעגן די אראבער, און אריינשטעלן דאס גאנצע מיטל מזרח אין א אומנויטיגע געפאר. אבער די מיליטאנטען א שטייגער ווי משה דיין אד''ג האבן געהאלטן אז ניין! מ'זאל אויסשליסליך יא ארויסגיין אין א קריג. אפגעזען פון די טייכן אידיש בלוט וואס וועלן פארגאסן ווערן אומזיסט.

די ציונים האבן דאן בארעכטיגט זייער געמיינער שריט ארויסצוגיין אין א אומנויטיגע קריג, מיט די ארגומענט אז די אראבער האבן זיי ערשט אטאקירט. און דער וועלט האט דאס דאן הייליג געגלייבט. אויף דעם האט רבינו הקוה''ט זי''ע שרעקליך פארפירט, נעמליך טויזענטער אידן זענען דאן גע'הרג'עט געווארן און ווערן נאך היינט גע'הרג'עט פאר גארנישט. מ'וואלט ווען געקענט פארמיידן דעם גאנצן קריג, ווען נישט די מיליטאנטישע ציוניסטישע פירער.

און היינט איז נאר פארבליבן זייער ווינציג מענטשען וואס גלויבן נאך אז די אראבער האבן אטאקירט ערשט. רבינו הקוה''ט זי''ע מיט זיין הייליגער שכל און רייפע פאליטישער פארשטאנד איז נישט פארשוועמט געווארן פון די ציוניסטישע פראפעגאנדע, און ער האט ארויסגעהאט די ווירקליכע פאקטן פון די ערשטע מינוט.


כ'גיי נישט אריין אינעם עצם נושא ווייל מי אנכי ווען מ'רעדט פון א צדיק פון די שרפי מעלה, אבער ווען די שרייבסט א ציפער וואס יעדער חדר אינגל קען נאכקוקען אז עס זענען נישט אומגעקומען קיין טויזנט איזראעלישע זעלנער אינעם זעקס טאגעדיגן קריג, און שרייבן אזוי מאכט אייער גאנצע שרייבעכטס אריינגיין אונטער פראגע צייכן, (מובן מאליו אז יעדער אידישע נפש איז ווערט אן עולם מלא און אויב מ'וואלט דאס געקענט מונע זיין איז עס זיכער א שאלה פון רציחה ממש)

והאיש משה » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 7:04 pm

· #419518
berlbalaguleh
והאיש משה
berlbalaguleh


א יעדער קען אנשעטללן א פנים של הדר אין פאבליק. אבער וויאזוי מ'פיהרט זיך אויף אין די אייגענע שטוב. צו די אייגענע בני משפחה. דארט ווייזט זיך ארויס דער אמת'ער פרצוף און כאראקטער פון א מענטש...!


איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט פנים של הדר?? כאילו ר' ליבוש שטעלט ארויס א פנים של הדר אז ער איז א מתמיד און א עובד און פחד'יגע יר''ש, און פון דערהיים הערט מען גאר אז ער ליינט צייטנונגען און לעקט אייזקרים און איז א קל ער קומט אהיים און לאכט פון די גאנצע מעשה?
סך הכל זאגט די רב הצעיר אז ער איז אומגעדולדיג און א קיצוני און צובראכען ווי א שארבן אז ער איז דורךגעפאלן מיט די קינדער.
ליהוי ידוע אז און אט די נושאים שטעלט די פאטער בפירוש נישט אהן קיין פנים של הדר!, דהיינו ער מאכטס זיך נישט קיין געדולדיגער מענטש אינדרויסען און אינדערהיים אנגעצויגען, אדרבא ער ווייזט פאר יעדעם איינעם אז ער האט נישט קיין געדולד און איז פארנומען מיט וויכטיגערעס, וכן כל הטענות אינם חידושים (חדשים) אפי' צווישן זיינע נאנטע חסידים.
און דאס אז מ'קען אים פארקויפן לאקשען איז דאך פשוט ער איז דאך ארומגענומען מיט מענטשן, ער ליינט נישט קיין נייעס נאר וואס מ'פארקויפט אים, דאס איז אן אלטער פראבלעם וואס נעמען ארום פארמאכטע מנהיגים ואין כאן מקומו להאריך.

און ער איז ידוע אלס קיצוני אא"וו.

און דאס וואס ער זאגט אז ער איז מקנא מענטשן מיט גוטע קינדער, איז אויך אזאך וואס ער באהאלט נישט.... ער זאגט עס גאנץ קלאר (איך האב מיטגעהאלטן ערשט האנטיג)
ס'איז גראדע זייער ווייטאגליך וואס ער שרייבט און ווי אזוי ער לייגט עס אראפ, און מ'קען פון דעם אפלערנען פארוואס ער איז אזוי דורך געפאלען מיט די קינדער, אבער נישט מער פון דעם, נישט ער איז א שקרן חלילה וואס שטעלט אהן א פנים של הדר.

והאיש משה: מיט די מערסטע זאכן ביסטו גערעכט. אבער מיט די באהויפטונג אז ער שטעלט אן א פנים של הדר ווען ס'קומט צו געבן עצות אין חינוך פאר מענטשן וואס קומען צו איהם מיט א פראבלעם. דארט איז די נפקא מינה. ווייל דאס איז דאך איינס פון די טענות פון זיין זוהן. אז ער פאר פרעמדע מענטשן געט ער עצות וואס זענען זייער שטארק טאלעראנט. אבער ער ווייזט נישט ארויס דעם זעלבן מאס פון טאלעראנץ ווען ס'קומט צו דעם חינוך פון זיין אייגענעם זוהן...!

דאס אז ער ליינט נישט קיין צייטונגען. נאר ער הערט איבער פון אינפארמאטארן איז געווען א פראבלעם ביי א גרויסן צדיק ומנהיג מפורסם. ווייל אויסער דעם המודיע האט ער נישט געליינט קיין שום צייטונגען. און זיינע 2 הויפט גבאים ר' יאסל אשכנזי און ר' עזריאל גליק האבן איהם פארקויפט א סאך לאקשן. ספעציעל אויף די עלטערע יארן. און לויט דעם האט ער קובע געווען זייער א גרויסן חלק פון זיין שיטה ווען ס'איז געקומען צו א פראקטישן פועל יוצא...!

למשל ווען ס'איז געקומען צו די אינעווייניגסטע פאליטיק פון מדינת ישראל איז ער געווען זייער גוט אינפארמירט. אזוי ווייט אז ס'איז אמאל געקומען צו איהם א רב פון ארץ ישראל וועלכער איז געווען זייער שטארק פרא-אגודה. אבער האטציך פארקויפט אלס קנאי. און אנהענגער פונ'ם רעבין'ס שיטה. ווען ער איז אריינגעקומען צו האדמו"ר מ'סאטמאר זצוק"ל און ר'האט איהם אראפגעלייגט וואספארא קנאי ער איז. האט איהם דער סאטמאר'ע רב ארויסגענומען א קאפי פונ'ם המודיע. וואס ער האט געהאלטן אין א פיילינג קעבינעט אין זיין ספרים צימער. און ר'האט איהם געוויזן א פיקטשער מיט אן ארטיקל וואו דער רב האלט א דרשה אין יום העצמאות ביי אן אגודה פארזאמלונג. דער רב איז ארויסגעגאנגען בבושת פנים...!

אבער ווען ס'איז געקומען צו וועלטס פאליטיק האט ער באקומען זיין אינפארמאציע פון זיינע גבאים. און זיי האבן איהם איינגערעדט וואס זיי האבן געוואלט. קורץ פאר די זעקס טאג מלחמה. ווען דער עגיפטישער פרעזידענט נאססער האט געבלאקט די איזראעלי שיפן פון אדורכפארן דעם גאלף פון אקאבא, וואס געט א צוטריט צו דרום ארץ ישראל. ווי אשדוד און אילת. און נאכדעם האט נאסער ארויסגעווארפן די יו.ען. טרופן פן מדבר סיני. און ער האט אריינגעשיקט א גרויסע ארמיי פון זיינע סאלדאטן. און ער האט געהאלטן אין איין סטראשען אז ער וועט אינוואדירן ארץ ישראל. האט דער סאטמאר'ע רבי געזאגט אז ס'איז נישט געווען קיין שום סכנה פאר די איינוואוינערס פון ארץ ישראל. נאר אז די ציונים האבן זיך גערייצט מיט די עגיפטישע מיליטער. און אנגעהויבן א מלחמה...!


בערל בעל עגלה: כנראה איז אין דיין וועגעלע נישט פארהאנען קיין ג.פ.ס. ווייל דו ביזט מיאוס פארפארן פון די נושא, און נאך מיטגעשלעפט דערעוילם אויף דיין וואגען, כ'האב מורא געהאט אז דאס וועט געשעהן ווען איך וועל דערמאנען די נושא אז פארמאכטע מנהיגים קענען האבען ווייניג דרויסענדיגע אינפורמעישען, דערפאר האב איך געשריבן ואין כאן מקומו להאריך.
רבותי! דא איז די נושא רב הצעיר, דער וואס וויל דן זיין וועגען רבי'ס אדער סאטמאר רב צו ער האט יא אדער נישט געוויסט וואס טוט זיך ארויס פון זיינע ד' אמות און פון וואנעט זיין\זייערע אינפורמצי'ה איז געקומען זאל מוחל זיין און עפענען א נייע אשכול (אויב ס'איז נאך נישט פארהאנען)

ועל של עתה באתי, כ'פיל נישט אויב איינער געבט א עצה פאר יענעם, און ער וועט נכשל און דעם, אז ס'קומט אים די טיטל "שטעלט אהן א פנים של הדר וכו'" סך הכל זאגט ער די אמת פאר יענעם און קאן זייער זיין אז ער שטייט נעבעך נישט ביי די נסיון, מיין גאנצע שרייבן צו דיר איז נאר געווען וועגען די טיטל הנ"ל.
אודה ולא בוש איך קען ר' ליבוש נישט פערזענליך, און נאך אין לעבן נישט געמאכט קיין נסיעה צו אים, דאהי האב איך אים שוין געזעהן, אפי' נישט געגבן קיין קוויטל, אויף אן אמת ער ציהט מיר נישט, אבער לויט וואס כ'הער פון קרובים און נאנטע וואס מאכן נסיעות, פארשטיי איך אז נישט דאס איז זיין חולשה ער ליידט כלל נישט פון די נושא וואס רופט זיך "אנשטעלען א פנים"

און אז מ'רעדט שוין יא וויל איך צולייגן א ווארט צום רב הצעיר: איך פארשטיי זייער דיין ווייטאג וועגען דיין טאטע'ן... אבער זיי איהם דן און טראכט פון וואספארא שטוב ער קומט, דוכט זיך אז ביי זיינע עלטערן איז געווען נעבעך א שווערע שטוב פון כמה זייטען וואס מסתמא ווייסטו בעסער פון אונז אלע, זיי דיר מחזק ווי די ביזט און פראביר ס'זאל נישט גיין צו די דורות הבאים הצלחה און דיין וועג.

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 8:05 pm

· #419523
והאיש משה: פרוביר נישט צו זיין קיוט און שרייב פאעטיש. כאילו אז..."מיין וועגעלע איז פארפארן ווייל איך האב נישט קיין ג.פ.ס."...אז מ'רעדט פון א מנהיג (ר' לייביש'ל) וואס ליינט נישט קיין צייטונגען און ער באקומט זיינע וועלטליכע נייעס פן אינפארמאטארן איז עס יא אין פלאץ צו דערמאנען א צווייטן מנהיג וועלכער האט געטון די זעלבע...!

אישתישבי » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 12:23 am

· #419542
אקעי, סא אין המודיע איז נישט געשטאנען דאס וועגען די סכנה פין פאר די זעקס טאג מלחמה? מען האט געקענט איינרעדן לאקשען וועגן ברך אדער וועגן אנדערע רבי'ס פארשטיי איך, ווייל אין צייטונג שטייט עס נישט, מען קען יעדן איינרעדן לאקשען, דער גרעסטער חכם איז נישט באשיצט פון דעם.

הגם אין דער מעשה מיט ר' לייבוש און דער בעלזער, איז נישט דער עוולה אז ער האט געגלייבט פין א פאבריצירער אהן פרעגן אנדערע, ווייל האמת יורה דרכו, אז ר' לייבוש האט געגלייבט ווייל ער האט געוואלט גלייבן. און דאס איז די עוולה.

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:18 am

· #419555
berlbalaguleh
פ.י.ג.ד.מ.פ.ב.מ.ד.פ.ק.ר.ת.ג.א.ד.ש.פ.א.פ.א.ת....!.(ווער ס'איז אינטרעסירט. אדער שטארק נייגעריג. קען איך מפענח זיין די זיסע און לעכטיגע ראשי תיבות. אין אישי.


כ'בין זייער נייגעריג אויף די סודות וואס זענען דא באהאלטן.

די ערשטע צוויי אותיות מיין איך אז איך האב אויסגעפיגערט. ס'איז אפשר ענגליש?

וואלווי » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:28 am

· #419563
שמעון וואלף
berlbalaguleh
פ.י.ג.ד.מ.פ.ב.מ.ד.פ.ק.ר.ת.ג.א.ד.ש.פ.א.פ.א.ת....!.(ווער ס'איז אינטרעסירט. אדער שטארק נייגעריג. קען איך מפענח זיין די זיסע און לעכטיגע ראשי תיבות. אין אישי.


כ'בין זייער נייגעריג אויף די סודות וואס זענען דא באהאלטן.

די ערשטע צוויי אותיות מיין איך אז איך האב אויסגעפיגערט. ס'איז אפשר ענגליש?


ג.ד.מ.פ. קלינגט עפעס אויך. אבער מיין מאמע פלעג אונז זאגען ווען מ'האט עס געהערט אין די פראדזשעקט עלעוועיטארס אז ס'נישט ענגליש און זי ווייסט נישט וואס עס מיינט...

גדליה » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:30 am

· #419564
דער רב הצעיר איז קענעהארע א קלוג יונגעל מיט א גוט קעפעל און א גאלדענע שפראך
הלוואי אויף אלע יודן אזעלכע קינדער
רעב לייביש מעג זיך האלטן שטאלץ מיט אים, פון די איינציגסטע נערמאלע קינדער ביי אים...

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 5:16 am

· #419580
שמעון וואלף און וואלווי: ס'איז א געמיש פון ענגליש און אידיש. א חלק איז אפילו א פראגע. מתי...ווען?. אבער דער סך הכל איז אז ס'איז נישט קיין לשונות וועלכע קענען עולה זיין על שולחן מלכים...הלוואי וואלט איך עס געקענט ארויסשרייבן אינגאנצן. אן ראשי תיבות...אבער דער עולם וועט נאך מיינען אז בערל בעל עגלה איז עפעס א שחור פון הארלעם וועלכער האטציך אויסגעלערנט צו שרייבן אידיש און ענגליש...און ער שרייבט דא אויף קאווע שטיבל...!...לאל...!

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 6:31 am

· #419586
וואלווי
ג.ד.מ.פ. קלינגט עפעס אויך. אבער מיין מאמע פלעג אונז זאגען ווען מ'האט עס געהערט אין די פראדזשעקט עלעוועיטארס אז ס'נישט ענגליש און זי ווייסט נישט וואס עס מיינט...

אז מ'רעדט שוין. ווען איך האב דאס ערשטע מאל געהערט דאס ווארט, האב איך מיך גוט דערשראקן, כ'האב שוין געמיינט אז די סוד איז ארויסגערינען... כ'האב שוין געמיינט אז מארגן וועלן זיין פאשקעווילן אין די גאסן... שפעטער האב איך אויסגעפינען אז ס'נאר א סלענג, האב איך מיך בארואיגט...

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 8:26 am

· #419597
Re: פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער
גדליה
דער רב הצעיר איז קענעהארע א קלוג יונגעל מיט א גוט קעפעל און א גאלדענע שפראך
הלוואי אויף אלע יודן אזעלכע קינדער
רעב לייביש מעג זיך האלטן שטאלץ מיט אים, פון די איינציגסטע נערמאלע קינדער ביי אים...
יא יא. נעביך אז ער איז אריין געפאלען אין זיין נייעם לעבן. ער וואלט געקענט באשיינען די אידענטום מיט זיין טאלאנטן, יעצט האט ער עס (צייטווייליג) אפגעלאזט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 11:56 am

· #419620
ליטוואק פון בודאפעסט: ווען ער וועט (אי"ה) צוריקקומען. וועט ער אנפיהרן מיט אדמורו"ת ביתר שאת וביתר עוז. ער וועט אפילו קענען געבן עצות און הדרכה און פארפיהרן א שמועס מיט זיין עולם אין אזעלכע סאבדזשעקטס וואס א תמימות'דיגער אדמו"ר, וועלכער איז נישט געווען אינדרויסן ווייסט נישט. למשל, אין ספארטס. אדער האדעווען בעלי חי. און דער עולם (גולם) וועטציך וואונדערן פון וואו די רבי איז באקאנט אין אט די אלע עניינים...!

אישתישבי » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 4:31 pm

· #419676
שטיינהארטער פארענטפערט שוין אלע קשיות.

גדליה » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 5:48 pm

· #419699
ליטוואק פון בודאפעסט
גדליה
דער רב הצעיר איז קענעהארע א קלוג יונגעל מיט א גוט קעפעל און א גאלדענע שפראך
הלוואי אויף אלע יודן אזעלכע קינדער
רעב לייביש מעג זיך האלטן שטאלץ מיט אים, פון די איינציגסטע נערמאלע קינדער ביי אים...
יא יא. נעביך אז ער איז אריין געפאלען אין זיין נייעם לעבן. ער וואלט געקענט באשיינען די אידענטום מיט זיין טאלאנטן, יעצט האט ער עס (צייטווייליג) אפגעלאזט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואס הייסט ״ער ואלט געקענט״?
ער האלט דאך אינמיטען באשיינען

אדמור מקרייניץ זצל » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 4:27 pm

· #420052
הער איך זאגן אז ר שולי בן ר עליש ענגלאנדער איז געוועהן אין אר"י יעצט ביים חתונה פין זיין מחותן דושינסקי האט אנגעטראפן דעם רב הצעיר און ער האט אים געזאגט אז ער דארף וויכטיג געלט האט ער אים געגעבן 200$
אויב איז עס אמת איז עס א שרעקליכע עוולה מיטן געבן אזוי ווייניג

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 10:27 pm

· #420104
אדמו"ר מ'קרייניץ זצ"ל: דער טאטע ר' אליש שליט"א עמו"ש האט נאכנישט צוטיילט די ירושה...!

יהודי פשוט » מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 12:00 am

· #420112
Re: פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער
אדמור מקרייניץ זצל
הער איך זאגן אז ר שולי בן ר עליש ענגלאנדער איז געוועהן אין אר"י יעצט ביים חתונה פין זיין מחותן דושינסקי האט אנגעטראפן דעם רב הצעיר און ער האט אים געזאגט אז ער דארף וויכטיג געלט האט ער אים געגעבן 200$
אויב איז עס אמת איז עס א שרעקליכע עוולה מיטן געבן אזוי ווייניג
איך האלט אז ס'איז אן עוולה אז ער האט איהם אזויפיל יא געגעבן, פאר מיר האט ער געגעבן נאך ווייניגער! וואס בין איך ווייניגער ווי שלום לייזער? ווייל איך לייג תפילין יעדן טאג און איך היט שבת קודש קומט זיך מיר ווייניגער ווי איהם ???

איסר האטלקי » מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 12:06 am

· #420113
אישתישבי
שטיינהארטער פארענטפערט שוין אלע קשיות.

גראדע איז יודא א חכם מחוכם, גאר א געריבענער און טויגליכער. זיין אינטערגעציפקייט איז אים א גרויסער חיסרון, אסאך פון זיינע קליענטן לאזן אים אפ, ביים זען זיין פאלשקייט און געריבנקייט אויפן פנים. מיט דעם אלעם האט ער שוין אויפגעטון א געוואלד.

אדמור מקרייניץ זצל » מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 8:33 am

· #420126
יהודי פשוט
אדמור מקרייניץ זצל
הער איך זאגן אז ר שולי בן ר עליש ענגלאנדער איז געוועהן אין אר"י יעצט ביים חתונה פין זיין מחותן דושינסקי האט אנגעטראפן דעם רב הצעיר און ער האט אים געזאגט אז ער דארף וויכטיג געלט האט ער אים געגעבן 200$
אויב איז עס אמת איז עס א שרעקליכע עוולה מיטן געבן אזוי ווייניג
איך האלט אז ס'איז אן עוולה אז ער האט איהם אזויפיל יא געגעבן, פאר מיר האט ער געגעבן נאך ווייניגער! וואס בין איך ווייניגער ווי שלום לייזער? ווייל איך לייג תפילין יעדן טאג און איך היט שבת קודש קומט זיך מיר ווייניגער ווי איהם ???

עליש ענגלאנדער צוזאמען מיט אסאך אנדערע גבירים גיסן אריין שווערע טויזנטערס צי ר לייבוש חודשליך
ער האט נישט קיין ישבה קטנה, ישיבה גדולה, תלמוד תורה, מיידל סקול.
די איינציגסטע מוסד וואס ער האט איז א כולל וואס אויף דעם מאכט מען אויך דינערס מיט פרנס ליום און לחודש.
בקיצור די גאנצע געלט גייט צי בית כ"ק מרן שליט"א
דאס מיינט אז ביז א האלבע יאר צוריק האט די רב הצעיר באקומען פין ר עליש א דירה מיט א אויסגעצאלטע בודזשעט.
נו וואס איז יעצט געשעהן?????

מודים-דרבנן » זונטאג יאנואר 13, 2019 7:47 am

· #421982
שומו שמים!
<a class="postlink" href="https://m.facebook.com/story.php?story_fbid=2003858706399779&id=1838585989593719">https://m.facebook.com/story.php?story_ ... 5989593719</a>

מודים-דרבנן » זונטאג יאנואר 13, 2019 7:48 am

· #421983
בושה וחרפה!
הסערה באנטווערפן
אתמול שבת קודש פרשת בשלח, נכנסתי לביתי שבאנטוורפן - בלגיה, באופן כשר וחוקי.
כידוע לכם אני בנו של רבי לייבוש הקורא לעצמו האדמו"ר מפשעווארסק, אחת הדמויות המפורסמות והנערצות בעולם החסידי.
הזדעזעתי שאבא שלי ועושי דברו הזעיקו אישית את המשטרה בעיצומו של שבת קודש והעלילו עלי עלילת דם, העידו עדות שקר עלי, ואבא שלי הפעיל לחץ על המשטרה שיעצרו אותי בבית מאסר.
אחרי כמה שעות בחקירה, שחררו אותי חופשי, אחרי שגם המשטרה הבינה שזה דיווח כוזב, ונכנסתי לבית שלי בצורה חוקית לחלוטין.
נשגב מבינתי איך אדמו"ר הרואה את עצמו כמלאך וצדיק, ימסור עדות שקר לערכאות של גוים בעיצומו של שבת, בהתנהגות עבריינית ואגרסיבית נגד בנו כאחרון הקרימינלים.
כמובן שיש הרבה מה לספר, כל השתלשלות האירועים, אמשיך לעדכן.

אדמור מקרייניץ זצל » זונטאג יאנואר 13, 2019 8:48 am

· #421986
סרייסט דאס הארץ צי זעהן ווי ווייט א רעביש קינד קען אנקומען
שומו שמים!!!
מזעד דאך קלאר אז ער האט נישט געענדיגט חומש רש"י די וואך
אזא גראבע טעות צי מאכן

חיים יואל » זונטאג יאנואר 13, 2019 9:34 am

· #421987
מודים-דרבנן
הסערה באנטווערפן
אתמול שבת קודש פרשת בשלח, נכנסתי לביתי שבאנטוורפן - בלגיה, באופן כשר וחוקי.
כידוע לכם אני בנו של רבי לייבוש הקורא לעצמו האדמו"ר מפשעווארסק, אחת הדמויות המפורסמות והנערצות בעולם החסידי.
הזדעזעתי שאבא שלי ועושי דברו הזעיקו אישית את המשטרה בעיצומו של שבת קודש והעלילו עלי עלילת דם, העידו עדות שקר עלי, ואבא שלי הפעיל לחץ על המשטרה שיעצרו אותי בבית מאסר.
אחרי כמה שעות בחקירה, שחררו אותי חופשי, אחרי שגם המשטרה הבינה שזה דיווח כוזב, ונכנסתי לבית שלי בצורה חוקית לחלוטין.
נשגב מבינתי איך אדמו"ר הרואה את עצמו כמלאך וצדיק, ימסור עדות שקר לערכאות של גוים בעיצומו של שבת, בהתנהגות עבריינית ואגרסיבית נגד בנו כאחרון הקרימינלים.
כמובן שיש הרבה מה לספר, כל השתלשלות האירועים, אמשיך לעדכן.

שבת קודש פרשת בשלח?!

חיים יואל » זונטאג יאנואר 13, 2019 9:37 am

· #421989
מודים-דרבנן
הסערה באנטווערפן
אתמול שבת קודש פרשת בשלח, נכנסתי לביתי שבאנטוורפן - בלגיה, באופן כשר וחוקי.
כידוע לכם אני בנו של רבי לייבוש הקורא לעצמו האדמו"ר מפשעווארסק, אחת הדמויות המפורסמות והנערצות בעולם החסידי.
הזדעזעתי שאבא שלי ועושי דברו הזעיקו אישית את המשטרה בעיצומו של שבת קודש והעלילו עלי עלילת דם, העידו עדות שקר עלי, ואבא שלי הפעיל לחץ על המשטרה שיעצרו אותי בבית מאסר.
אחרי כמה שעות בחקירה, שחררו אותי חופשי, אחרי שגם המשטרה הבינה שזה דיווח כוזב, ונכנסתי לבית שלי בצורה חוקית לחלוטין.
נשגב מבינתי איך אדמו"ר הרואה את עצמו כמלאך וצדיק, ימסור עדות שקר לערכאות של גוים בעיצומו של שבת, בהתנהגות עבריינית ואגרסיבית נגד בנו כאחרון הקרימינלים.
כמובן שיש הרבה מה לספר, כל השתלשלות האירועים, אמשיך לעדכן.

האדמו"ר מפשעווארסק איז דאך נישט אין בעלגיע, ער איז אויף אפרוה אין חלאנדודנא..

מודים-דרבנן » זונטאג יאנואר 13, 2019 9:52 am

· #421990
דער פשעווארסקער רבי אין רעבעצן זענען זיכער די תובעים ביי משט
-דער פשעווארסקער רעבע ר׳ לייביש אין זיין רעבעצן זענען זיכער די תובעים ביי די פאליציי
-אין האבן געלאזט ריפן בשמם אין מ׳ איז געווען בקשר מיט די פאליציי בעצם יום השבת!
-עס איז טאקע דא חילוקי דעות ווי זיי געפינען זיך יעצט
-מען דארף אבער נישט אוועק גיין פין עצם העניין
-וכדי בזיון וקצף!

איש חזון » זונטאג יאנואר 13, 2019 10:53 am

· #421994
מחלוקת במציאות?

מודים-דרבנן » זונטאג יאנואר 13, 2019 1:58 pm

· #422032
פשעווארסקער מסירה-פאליציי!!!
<a class="postlink" href="https://bshch.blogspot.com/2019/01/blog-post_3961.html?m=1">https://bshch.blogspot.com/2019/01/blog ... 1.html?m=1</a>

גדליה » זונטאג יאנואר 13, 2019 2:08 pm

· #422035
די סארט התנהגות איז מעשים בכל יום ביי רבישע הויפען. נאר איצט האנדעלט זיך עס איבער א או טי די, וועלכע האט נישט וואס צו דערלייגען ביים גיין אויף פעיסבוק אין פארציילן.
ווער ס'ווייסט ווייסט, אז ארויסווארפען, אריינווארפען, און אלעס אינצווישען, איז ביזנעס עז יוזשועל ביי די רע-בנים'שע הויפן.

יהודי פשוט » זונטאג יאנואר 13, 2019 2:21 pm

· #422038
Re: פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער
גדליה
די סארט התנהגות איז מעשים בכל יום ביי רבישע הויפען. נאר איצט האנדעלט זיך עס איבער א או טי די, וועלכע האט נישט וואס צו דערלייגען ביים גיין אויף פעיסבוק אין פארציילן.
ווער ס'ווייסט ווייסט, אז ארויסווארפען, אריינווארפען, און אלעס אינצווישען, איז ביזנעס עז יוזשועל ביי די רע-בנים'שע הויפן.
ס'נישט נאר מעשים בכל יום, נאר אויך בכל עת ובכל שעה.... שטייצעך נאר דער וואס ווייסט ווייסט, דער וואס ווייסט נישט, ווייסטאך נישט...

גדליה » זונטאג יאנואר 13, 2019 2:24 pm

· #422039
יהודי פשוט
גדליה
די סארט התנהגות איז מעשים בכל יום ביי רבישע הויפען. נאר איצט האנדעלט זיך עס איבער א או טי די, וועלכע האט נישט וואס צו דערלייגען ביים גיין אויף פעיסבוק אין פארציילן.
ווער ס'ווייסט ווייסט, אז ארויסווארפען, אריינווארפען, און אלעס אינצווישען, איז ביזנעס עז יוזשועל ביי די רע-בנים'שע הויפן.
ס'נישט נאר מעשים בכל יום, נאר אויך בכל עת ובכל שעה.... שטייצעך נאר דער וואס ווייסט ווייסט, דער וואס ווייסט נישט, ווייסטאך נישט...

שוין, אז דו ווייסט נישט ווייסטו נישט
אבער אויב ביסטו אינטערסירט, פרעגט אייך אביסעל נאך וואס טוט זיך ביי רבי'שע הויפען
אין די גאס קומט נאר ארויס אפס קצהו, ווען ס'שטינקט שוין פון אלע זייטען, און מ'קען שוין נישט באהאלטען
אויף רעב לייביש אליינס איז ידוע ומפורסם לכל אז ער און זיין רביצין פירן א צערודערטע שטוב. ולא אאריך מפני כבוד התורה. אז דו ווילסט נישט גלייבען, גלייב נישט.

צפור בודד » זונטאג יאנואר 13, 2019 2:26 pm

· #422040
ער האט פארראכטן אז זיין טאטע איז בכלל נישט געווען אינדערהיים דעם שבת!

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 13, 2019 2:30 pm

· #422041
גדליה
אז דו ווילסט נישט גלייבען, גלייב נישט.

"איך בין א נאר און איך גלייב"

יהודי פשוט » זונטאג יאנואר 13, 2019 2:34 pm

· #422043
Re: פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער
אבער די חשובע אויפגעקלערטע אידן דא וועלן ווייטער אפקויפן יעדן שקר וואס קומט פון דעם מומר להכעיס, ווייל אונז זעמיר קלוג און אונז ווייס מיר אז או. טי. די.ס זאגן נאר אמת.... פאר ער איז געווארן אן או. טי. די. וואלט מען איהם נישט געגלייבט קיין אות אחת, ווייל ער איז דאך סתם א רבי'ש קינד ממילא איז ער זיכער א שקרן, אבער יעצט ווען ער איז א נידריגע געמיינע בעל עבירה, יעצט זאגט ער זיכער נאר דעם אמת...

גדליה » זונטאג יאנואר 13, 2019 2:54 pm

· #422044
ווי אזוי ווייסטו אז ער איז א מומר להכעיס?
בלאט: 1 2 3 4 5