☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אויפדעקונג נייטרא רב צו בעלזע רב:איך האב אונטערגעשריבן בכפיה

אויפדעקונג נייטרא רב צו בעלזע רב:איך האב אונטערגעשריבן בכפיה

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12659
בלאט: 1 2

דאכצעכמער » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:10 pm

· #415212
אויפדעקונג נייטרא רב צו בעלזע רב:איך האב אונטערגעשריבן בכפיה
אויפדעקונג!
עס איז יעצט ערשינען א בריוו וואס הגה"צ ר' יצחק מאשקאוויטש זצ"ל האט געשריבן פאר בעלזע רב אז ער האט אונטערגעשריבן קעגען אים ב"צוק העיתים" ווייל מען האט אים געסטראשעט אז מען וועט אים באווארפן מיט שטיינער אויב ער שרייבט נישט אונטער
📎 Capture.PNG

גדליה » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:22 pm

· #415220
זייער אינטרעסאנט! יישכ
ר' אנאנים, היינט קען מען דעס נישט פארשטייען אבער אין יענע יארען האט זיך עס געקענט גרעניצען מיט פיקוח נפש

דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:24 pm

· #415221
רבי יצחק מאשקאוויטש'ס חתימה, תשמ"א... נישט דא ווער עס זאל לאכן.

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:27 pm

· #415222
הרב דולה@ האסט מיט דעם ב''ה בארואיגט דיין געוויסן בין - זייער פיין

גדליה » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:28 pm

· #415223
דולה ומשקה
רבי יצחק מאשקאוויטש'ס חתימה, תשמ"א... נישט דא ווער עס זאל לאכן.

וואס איז דא צו לאכען

דאכצעכמער » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:34 pm

· #415224
אנאנים אפשר איז עס עפעס סחורה פאר'ן וועקער די פרשת בעלז און די כפיה וואס די רבנים זענען דורך צו חתמ'ענען למען ידעו דור אחרון וואס מסירת נפש א רב האט געדארפט האבן כדי צו זיין אין וויליאמסבורג און בלייבן ערליך...

מארמאראשער » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 5:26 pm

· #415231
Re: אויפדעקונג נייטרא רב צו בעלזע רב:איך האב אונטערגעשריבן ב
א בילד פון רבי יצחק האט איינער ?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 6:05 pm

· #415233
האט דער עולם געליינט דער בריוו?
ער שטעלט צו די קאמיוניסטען צו סאטמאר! און ער ברענגט זיין מקור פון דער בעלזער רב זעלבסט! און ער פארטיידיגט זיך אז ער האט נישט געחתמ'ט, נאר נישט מוחה געווען ווען זיי האבען גענוצט זיין חתימה.

און בד"וו, איך בין נישט זיכער אז די פליק איז נישט געווען די סבה וואס בעלזא האט זיך געלערנט אז זיי מוזען זיך עטוואס איינהאלטען און נישט גייען צו ווייט. צושטעלען די מציאות פון היינט, ווען בעלזא האט געכאפט א נורא'דיגע פליק פאר יארען לאנג, צו וואס וואלט געווען ווען זיי קענען טון ככל העולה על רוחם אן יין שום מחאה, איז נישט צו דער זאך.

הוגה » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 7:53 pm

· #415240
די נקודה פארן המון עם איז נישט צו הרב מאשקאוויטש איז געווען א צדיק, רשע אדער בינוני. די נקודה איז נאך א שטיקל באווייז איבער די סאטמארע טעראר. קיין חידוש איז עס נישט אבער נאך א דאקומענט צוצולייגן צום קאלעקציע.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 8:03 pm

· #415242
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: און וואו איז דער לא תגורו...?!

ועוד. דאס טוט אפשוואכן און אוועקנעמען דעם תוקף פון אלע זיינע אנדערע חתימות. ווייל אפשר האט ער שוין געמאכט א מסירת מודעה מיט עדים אז זיין יעצטיגע חתימה איז נישט געווען מרצונו. נאר בכפייה...!

וכבודו במקומו מונח. וינוח בשלום על משכבו ונאמר אמן. בגן עדן תהא מנוחתו...תנצב"ה...!

דאכצעכמער » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 9:24 pm

· #415247
איך האב געכאפט הייסע לאקשן
איך קוק יעצט איבער די בריוו זע איך אז ער שרייבט קלאר אז ער האט נישט אונטערגעשריבן נאר ער האט געזאגט פארן מזכיר אין סאכדעס אז ער קען נישט ארויסגיין פארדאמען אז מען האט געניצט זיין חתימה בגניבה ווייל אויף דעם איז ער נישט מחיוב צו גיין אויף קידוש השם
עס ברענגט נאר ארויס די טעראר וואס מען ניצט דא כופה צו זיין די רבנים

והיינו טעמא דבעלזא והיינו טעמא דעירוב און אזוי ווייטער

קפה נמס » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 9:37 pm

· #415249
אינטערעסאנט אז קיינער ברענגט נישט צו אז ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס עס קומט ארויס אזא בריוו אינמיטן מען זיצט שבעה..
איז דא נאך איינעם וואס מען קען ערווארטן אזא בריוו ?
📎 האודווארי במכתב לבעלזאי.PNG 📎 מכתב הרב מאודווארי.jpg

איסר האטלקי » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 9:39 pm

· #415251
[ציטאט אראפגענומען]

צ"ל זי/ער, וכן נוהגין במדינתינו.

קפה נמס » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 9:48 pm

· #415252
[ציטאט אראפגענומען]

עס קומט קרעדיט פאר אזעלכע תלמידי חכמים און זקני הרבנים ווי נייטרא'ער דיין און הרב מאודווארי וואס האבן נישט מורא געהאט צו זאגן אויף די עלטער "טעיתי" (און עס דאקומענטירן) מיט עפעס וואס גייט זיי נישט ברענגען קיין כבוד אין וויליאמסבורג..
עס האט זיכער געפאדערט אסאך שטארקקייט און ערנסטקייט צו טוהן דעם שריט. צו קומען און אראפרייסן פונקט זיי איז לדעתי אומפאסיג.

אייז קריעם » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 10:57 pm

· #415253
[ציטאט אראפגענומען]

על ראשון, אפשר איז ער געווארן עלטער און זיך געמאכט א חשבון הנפש.

על אחרון, דער בעלזער רב איז נישט געוועזן אינגאנצן אומשילדיג, די שאלה איז נאר צו עס איז זיך אים געקומען אזא ברוך הבא. נאך א זאך, הרב מאשקאוויטש' חתימה איז געווען איינס פון צענדליגע, ממילא האט עס נישט געהאט קיין זעץ קראפט. משא"כ ווען ער חתמה'ט נישט, וואלט ער געהאט א פריצייטיגע איין וועגיגע טיקעט צום בית דין של מעלה.

ונתנהתוקף » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 12:44 am

· #415260
דאכצעכמער
אנאנים אפשר איז עס עפעס סחורה פאר'ן וועקער די פרשת בעלז און די כפיה וואס די רבנים זענען דורך צו חתמ'ענען למען ידעו דור אחרון וואס מסירת נפש א רב האט געדארפט האבן כדי צו זיין אין וויליאמסבורג און בלייבן ערליך...
אבער עס ברויך אויך געדעקט ווערען די צד שכנגד, כלומר, די חוצפה פין בעלזער רב זאל מאריך וכו', און דאס איז שוין א שטיקעל סכנה היינט.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 12:54 am

· #415262
פון ווי קומט דאס און ווער זאגט אז די גאנצע בריוו איז בכלל אמת?

שמעון וואלף » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 12:55 am

· #415263
קפה נמס
אינטערעסאנט אז קיינער ברענגט נישט צו אז ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס עס קומט ארויס אזא בריוו אינמיטן מען זיצט שבעה..
איז דא נאך איינעם וואס מען קען ערווארטן אזא בריוו ?

ווער פון די חותמים לעבן נאך?
קאלובע רבי
ר' יחזקל ראטה האט אינטערגעשריבן?
ר' ליבוש לייזר?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:23 am

· #415272
Re: אויפדעקונג נייטרא רב צו בעלזע רב:איך האב אונטערגעשריבן ב
ווען איך האב געהערט בשעתו פון די בריוו פון דער אודווארי רב, האב איך איינעם געזאגט "באלד וועט מען זען א בריוו פון דער ברך משה אז ער האט אויך גארנישט געמיינט און עס איז געווען טעראר וכו׳", ודפח"ח.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 7:14 am

· #415273
ליטוואק פון בודאפעסט
"באלד וועט מען זען א בריוו פון דער ברך משה אז ער האט אויך גארנישט געמיינט און עס איז געווען טעראר וכו׳", ודפח"ח.

ס'דארף אויך צו זיין א בריוו פון דער בעלזער, אז ער האט אויך גארנישט געמיינט צו רעדן קעגן סאטמארע רב...

#ליהודיםהיתהאורה

איסר האטלקי » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 8:07 am

· #415277
שמעון וואלף
קפה נמס
אינטערעסאנט אז קיינער ברענגט נישט צו אז ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס עס קומט ארויס אזא בריוו אינמיטן מען זיצט שבעה..
איז דא נאך איינעם וואס מען קען ערווארטן אזא בריוו ?

ווער פון די חותמים לעבן נאך?
קאלובע רבי
ר' יחזקל ראטה האט אינטערגעשריבן?
ר' ליבוש לייזר?

ר' יחזקאל ראטה זיכער, קאליב, כונת הלב, סיגעיט, שאפראן, ועוד כמה

נהורא נפישא » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:00 am

· #415287
איך קוק אביסל אנדרעש אויף די גאנצע זאך. איך נעם נישט ארויס פון דעם אז דער רב מאשקאוויטש האט בעצם געטון אן "עוולה" בכפיה. אן עוולה מיטן חתמנ'ן קעגן א מנהיג ישראל בלא בלא בלא.
לאמיר נישט דיבאטירן אויף א מינוט אויב דאס עצם אינטערשרייבן אנטקעגן דעם בעלזער רבי'ן איז אן עוולה צו נישט, האט אבער רב מאשקאוויטש מודה געווען אז זיין פענע איז נישט געווען אין זיינע הענט וואס דאס ווייזט וויאזוי די סאטמארע מאשין איז געפירט געווארן און אירע מוניפולאטיווע טאקטיקן און איז מסתמא לאו דוקא ערגער ווי דער צד שכנגד.
לשיטתו פון רב מאשקאוויטש אבער האט ער יא געטון אן עוולה און האט נישט דא געוויזן קיין שום שטארקייט ארויסצוקומען לאחר סתימת הגולל.
לעצם הענין איבער חתמנ'ן קעגן א מנהיג ישראל זעה איך נישט פארוואס ער דארף זיין מער באשיצט ווי א יחיד אדרבה ער פירט א קאמפאני וואס האט אירע אינטערעסן, פאלטש אדער שפילעריש איז דאס ווי סיי וועלכעכע פאליטישע באוועגונג, און די טאקטיקן זענען אויך פונקט אזוי סעקולאר. און אין פאליטיק וואלט אזא סארט נייעס אויך געווען א סקאנדאל.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 11:28 am

· #415293
און איך קוק פון אן אנדערען קוק ווינקעל.
א מענטש האט נישט קיין רעכטען זיך צו באליידיגען אויף סיי וואס. טאמער איך זאג דיר אז איך וועל זיך באליידיגען טאמער דו קומסט נישט צו מיין שמחה, האסטו מיר נישט באעוולה'ט מיט'ן נישט קומען, למשל. נאר ווען עפעס א רעכט צו פאדערען עגזיסטירט פאראויס.

דער 'רעכט' פון א מענטש צו זאגען אז ווער עס זאגט א ווארט קעגען פלוני אלמוני האט אים פערזענליך געטשעפעט, איז א הוילע דמיון. מר. בעלזער חסיד פון בארא פארק האט נישט קיין רעכט צו זאגען אז די באקען פון הרב רוקח פון ירושלים זענען צו אים באהאפטען און א פעטש דערויף איז א פאטש צו אים. די גאנצע מושג פון א 'בעלזער חסיד' איז א שטיק דמיון א בלאף וואס האט נישט מיט אמת. ער איז פונקט אזויפיל בעלזער חסיד ווי ער האט מחליט געווען, און קיינער דארף נישט נעמען קיין אחריות פאר דער דעסיזשען זיינער. אלזא, מ'האט געחתמ'ט קעגען איין איינציגע מענטש אין ירושלים, און ער איז דער וואס מעג האבען טענות. איז שוין טאקע אן ענין פון מאי חזית דדמא דידך סומק טפי וכו', און בשב ואל תעשה האט ער געמעגט לאזען זיין חתימה הענגען, כמבואר בתוס' ריש פרק הבא על יבמתו וע"ע חידושי הגר"ח הלוי הל' יסודי התורה.

נאר אן אנדערע טענה עגזיסטירט נאך. ווי האלטסטו דיין מיינונג אזוי גרינג? ביסט א רב? האסט עפעס געלערנט? ביסט פאראנטווארטליך פאר אנדערע מענטשענ'ס רוחניות? ווילסט זיי בעטען מסירות נפש נישט צו האבען א סמארטפאון, אדער קובע זיין עתים לתורה אדער סיי וואס? ווי איז דיין מוסטער? וויאזוי זאגסטו איין זאך און דו טוסט פארקערט? ווען א יונגערמאן ביי דיר זאגט דיר אז ער קען נישט לערנען, עס איז אים צו שווער, וועסטו אים טרייסטען אז עס וועט זיך אים לוינען, דער אויבישטער וועט אים ווייזען אז עס איז נישט צו שווער. ט'ווי האסטו נישט געזאגט די ווערטער פאר זיך זעלבסט? האסט געמעגט זאגען פאר זיך אז לא לעולם חוסן, און סאטמאר וועט נישט זיגען דער אויבישטער וכו' וכו'.

צפור בודד » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 1:19 pm

· #415301
ווי א דריי פערטעלדיגער געוועזענער בעלזער ווייס איך וויאזוי בעלזער וועלן עס לייענען. אז דער רב איז מלך ישראל, אז יעדער אנערקענט עס היינט און יעדער קומט אים מפייס זיין. זיי וועלן זיך מתעלם זיין פון דעם רב'ס בקשת מחילה דורך צען דיינים נישט נאר פון דעם ויואל משה נאר אפילו פון דעם ברך משה. איז אויב דער ב"מ איז דערפון געווארן א רשכבה"ג איז ווערט דער רב אויך פון דער בריוו ומכלל הן אתה שומע לאו.

פון דער אנדערע זייט קומט רב מאשקאוויץ אויך נישט ארויס דערפון מיט גרויס כבוד. ווען ער זאל זאגן איך בין געווען יינגער, די צייטן זענען געוווען אנדערש און איך האב געמאכט א טעות ממילא. נאר זיין תירוץ אז ער האט עס נישט אונטערגעשריבן איז בערך ווי ביל קלינטאנ'ס תירוץ אז ער האט נישט אריינגעצויגן. און זיין מסירת מודעה מיט א ראיה פון דער רב ז"ל מביא לידי גיחוך.

א פערטל בעלזער בין איך נאך געבליבן און אזא פנים האבן אלע חתימות. קנאפע חכמים און סתם פיצעלעך רבי'לעך וואס מאכן א רושם ווייל זיי קענען מוסיף זיין צו זייער נאמען עפעס א חזיר שטעטל וואו דער האן האט געגרוסט גוט מארגן. און ווי רב @בענדזשאמין פרענקלין האט מבאר געווען בטו"ט דורך א משל אז פון אן ארעמע בונדל קען מען מאכן א טשולנט.

סמבטיון » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 2:49 pm

· #415304
יישר כח ליטוואק פארן מיר מסביר זיין מיין פערזענליכן קשר צווישן מיר און מיין רבין, סיריעסלי, איך ווינדער מיך צו דו אליינס פארשטייסט וואס דו שרייבסט.

בנוגע די איבערבעטונג בריוון, סע דא אסאך מער ווי עטס מיינטס, ועוד חזון למועד, גראדע האט דער קארלסבורגער איבערגעבטן דעם רב בפניו ווען ער איז געווען ביי אים אפאר יאהר צורק.

כלבאשבוע » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 3:24 pm

· #415309
כאנאנים ועוד

כבודו פונעם נפטר במקומו מונח אבער די בריוו ווייזט נישט אויף קוראזש נאר פארקערט, פחדנות ביים ערשטן בריוו און פחדנות ביים צווייטן

אגב, האט ער שטארק געהאסט דעם ב״מ און די גאנצע סאטמערע קאמפעני, ער פלעגט פון פענסטער אביסל צוזען דעם הלוך ילך דארט און שימפן צו זיינע נאנטע

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 4:40 pm

· #415311
סמבטיון ביסט גערעכט. דער בעלזער קען דאך ליינען מחשבות. אלזא, האט עס זיכער אים נישט פארדראסען די אלע חתימות ווייל ער האט פונקט געוואוסט וואס ליגט אונטער דעם.

#שוואנצאנות

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 4:41 pm

· #415312
קיינער קען נישט דן זיין יעצט וואס איז געשען פערציג יאר צוריק, אין קיינער קען נישט משיג זיין וואס דאס באדייט צו דארפן ציטערן ביינאכט אין בעט מיט פחד אויב א שטיינדל וועט אריינפליען פון פענסטער און שעדיגן דאס פיצעלס, ס'איז נאריש און אומריכטיג צו פארמשפטן א מענטש דערפאר.

שלום על ישראל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:10 pm

· #415314
גדליה
קיינער קען נישט דן זיין יעצט וואס איז געשען פערציג יאר צוריק, אין קיינער קען נישט משיג זיין וואס דאס באדייט צו דארפן ציטערן ביינאכט אין בעט מיט פחד אויב א שטיינדל וועט אריינפליען פון פענסטער און שעדיגן דאס פיצעלס, ס'איז נאריש און אומריכטיג צו פארמשפטן א מענטש דערפאר.

מיר איז געפערליך צו הערן אזא פארטיידיגונג. ענליך האב איך געהערט איבער מערסטענס דיינים פון די סאטמארע אייגענע קעמפ, אז זיי זענען געווען קעגן געוויסע מערכות, אבער האבן נישט געקענט ארויסזאגן זייער מיינונג צוליב די געפערליכע דרוק, וואס מיר - פשוט'ע מענטשן - קענען נישט פארשטיין.

איז הער אויס מר. דיין, וואס האט נישט די מינדעסטע יראת שמים פון א טיפישע סמארטפאון אייגענטומער! האסט געהאט דרוק?! וואספארא דרוק האסטו געהאט? האסט בסך הכל מורא געהאט צו פארלירן דיין פאזיציע. מיין קאלקולעטאר זאגט, אז דאס איז געלד און כבוד. האסט געהאט די ברירה זיך אויפצוהייבן און איבערלאזן דיין פאזיציע, און דו מיט דיין פאמיליע וואלטן געווען זיכער פון די "שטיינער". האסטו געוואלט האבן די דעת תורה פאזיציע, אבער - אין די זעלבע צייט - האסטו געוואלט פארקויפן די תורה און אירע מצוות פאר די נארישע 70-90 טויזענט דאלער א יאהר. די קאָנסעקווענצן פון דיינע פאלשע פסקים זענען חילול השם (יעדע טריט), מאכלות טריפות (קאטשקע), ברכות לבטלה דורך הונדערטער (עירוב), עבודה זרה (פובליק סקול), בזיון התורה (ווער לייענט נאך היינט א קול קורא?) א.א.וו.

איך בין מעיד אויף יעדע איינציגסטע פשוט'ער איד וואס דאווענט אין מיין שוהל, אז זיי וואלטן קיינמאל נישט מכשיל געווען אזויפיל אידן ווי די שיעפע טאשן, אפילו פאר אסאך מער געלד און דרוק. מיר אלע האבן נסיונות.

אז דו ווילסט זיין א דעת תורה, מוזטו ערשט פאלגן די תורה! א באנדע קארופטירטע שקצים! פה!

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:16 pm

· #415315
שלום על ישראל

זאגט איינער וואס האט מורא צו שרייבן אונטער זיין אייגענע נאמען אויף ק"ש

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:19 pm

· #415316
גדליה
זאגט איינער וואס האט מורא צו שרייבן אונטער זיין אייגענע נאמען אויף ק"ש

וואס פרובירט נישט קיינם אייצורעדן אז זיין דעת בעה"ב איז 'דעת תורא'.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:19 pm

· #415317
מ'מעג מורא האבן. די שאלה איז וואס מ'טוט ווען אנדערע ווירדען קומען אן.

ועוד, ווי קען ער זיך פארטיידיגען מיט'ן אויסרייד אז מיר פשוט'ע פלעבען קענען נישט פארשטייען זיינע נסיונות, ווען ער קען זאגן די זעלבע צו זיך זעלבסט ווען ער איז דן יענעמ'ס נסיונות?

ביזדערווייל אבער האבן קיינער פון די עכטע קנאים קעגען סמארטפאונס זיך נישט פארטיידיגט מיט די סארט אויסרייד. עס איז אלס 'אילו לא נאמר'.

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:22 pm

· #415318
רביה''ק זי''ע
גדליה
זאגט איינער וואס האט מורא צו שרייבן אונטער זיין אייגענע נאמען אויף ק"ש

וואס פרובירט נישט קיינם אייצורעדן אז זיין דעת בעה"ב איז 'דעת תורא'.

אויב איר זענט נאך סטאק אין א וועלט ווי דעת תורה דארף עפעס מיינען זענט איר טאקע גערעכט
די רעאליטעט איז אז יעדע מענטש דארף א זשאב, א דיין פינקט ווי א בעל הבית, אויב זאגט מען אפ א דיין פון זיין פאסטען קען ער נישט גיין אין בי ענד עיטש ארבעטען, ער וועט הונגערען, און צום הונדערטסטן מאל, שטיינער אין די פענסטער איז א סכנה.

אייז קריעם » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:28 pm

· #415319
גדליה
קיינער קען נישט דן זיין יעצט וואס איז געשען פערציג יאר צוריק, אין קיינער קען נישט משיג זיין וואס דאס באדייט צו דארפן ציטערן ביינאכט אין בעט מיט פחד אויב א שטיינדל וועט אריינפליען פון פענסטער און שעדיגן דאס פיצעלס, ס'איז נאריש און אומריכטיג צו פארמשפטן א מענטש דערפאר.

ווען איז געזאגט געווארן, מוטב שיפיל עצמו לתוך כבשן האש ואל ילבין פני חבירו?

שלום על ישראל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:37 pm

· #415321
גדליה
שלום על ישראל
מיר איז געפערליך צו הערן אזא פארטיידיגונג. ענליך האב איך געהערט איבער מערסטענס דיינים פון די סאטמארע אייגענע קעמפ, אז זיי זענען געווען קעגן געוויסע מערכות, אבער האבן נישט געקענט ארויסזאגן זייער מיינונג צוליב די געפערליכע דרוק, וואס מיר - פשוט'ע מענטשן - קענען נישט פארשטיין.

איז הער אויס מר. דיין, וואס האט נישט די מינדעסטע יראת שמים פון א טיפישע סמארט פאון אייגענטומער! האסט געהאט דרוק?! וואספארא דרוק האסטו געהאט? האסט בסך הכל מורא געהאט צו פארלירן דיין פאזיציע. מיין קאלקולעטאר זאגט, אז דאס איז געלד און כבוד. האסט געהאט די ברירה זיך אויפצוהייבן און איבערלאזן דיין פאזיציע און דו מיט דיין פאמיליע וואלטן געווען זיכער פון די "שטיינער". האבטו געוואלט האבן די דעת תורה פאזיציע, אבער - אין די זעלבע צייט - האסטו געוואלט פארקויפן די תורה און אירע מצוות פאר די נער'ישע 70-90 טויזענט דאלער א יאהר. די קאָנסעקווענצן פון דיינע פאלשטע פסקים זענען חילול השם (יעדע טריט), מאכלות טריפות (קאטשקע), ברכות לבטלה דורך הונדערטער (עירוב), עבודה זרה (פובליק סקול), בזיון התורה (ווער לייענט נאך היינט א קול קורא?) א.א.וו.

איך בין מעייד אויף יעדע איינציגסטער פשוט'ער איד וואס דאווענט אין מיין שוהל, אז זיי וואלטן קיינמאל נישט מכשיל געווען אזויפיהל אידן ווי די שיעפע טאשן, אפילו פאר אסאך מער געלד און דרוק. מיר אלע האבן נסיונות.

אז דו ווילסט זיין א דעת תורה, מוזטו ערשט פאלגן די תורה! א באנדע קארופטירטע שקצים! פה!

זאגט איינער וואס האט מורא צו שרייבן אונטער זיין אייגענע נאמען אויף ק"ש

צו א צווייטן וואס האט מורא צו שרייבן אונטער זיין אייגענע נאמען אויף ק"ש...

למען האמת, ווי קום איך דא אריין? האב איך דען פארגליכן דעם דיין צו מיר? איך זאג אז אידן מתפללי בית מדרשי וואלטן נישט אזוי אדורכגעפאלן, מסתמא קענסטו אויך מערסטנס אזעלכע אידן. און וואס איז אויב איך קום היינט אריבער צו דיר מיט מיין נאמען, פנים, און בלוט טיפ? וועסטו מיך יא אננעמען? קבל האמת ממי שאמרה.

סיי וויאזוי, זעה איך נישט פארוואס דו זאלסט געבן פאר א רב אומו"ץ די זעלבע בענעפיט און פארשטענדעניש ווי א פשוט'ע איד, אבער ליידער זעה מיר זיך אין א עולם הפוך.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:38 pm

· #415322
אייז קריעם
ווען איז געזאגט געווארן, מוטב שיפיל עצמו לתוך כבשן האש ואל ילבין פני חבירו?

בקום ועשה, נישט בשב ואל תעשה, עפ"י המבואר בתוס'.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:43 pm

· #415323
אייז קריעם
וען איז געזאגט געווארן, מוטב שיפיל עצמו לתוך כבשן האש ואל ילבין פני חבירו?

אין ישיבה איז געווען א גוי א דשעניטאר וואס פלעגט פארציילן אז ער פלעגט אמאל זיין א דשעניטאר נישט מער און נישט ווייניגער ווי אינעם וואטיקאן אליינס. איין טאג - פלעגט ער פארציילן - איז געווען א גרויסע הייליגע פאסט-טאג, אינמיטן וואשן די פלארס צו וואס הערט ער לעבעדיגע מוזיק. "ווער וואגט זיך צו הוליען אזוי אין אזא הייליגן טאג?" טראכט ער צו זיך מיט גרויס וואונדער, גייט ער נאך די קול פון די מוזיק ביז ער קומט אן צו א געוויסע צימער, ער גיבט אן עפן אויף דעם טיר, און וואס זעט ער דארט? די גרעסטע קארדינאלן האקן שטיקער און שיכורן ארום!!! "וואס גייט דא פאר?" רופט ער אויס מיט גרויס וואונדער, "איז דען נישט היינט די הייליגע פאסט-טאג?! ווי קענען ענק שיכורן אין אז הייליגן טאג?!". "נע, דו פארשטייסט נישט" זאגן זיי איהם, "דאס איז אלץ געזאגט געווארן פאר זיי, ס'מיינט נישט אונז..." ודפח"ח.

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:53 pm

· #415325
שלום על ישראל
צו א צווייטן וואס האט מורא צו שרייבן אונטער זיין אייגענע נאמען אויף ק"ש...

למען האמת, ווי קום איך דא אריין? האב איך דען פארגליכן דעם דיין צו מיר? איך זאג אז אידן מתפללי בית מדרשי וואלטן נישט אזוי אדורכגעפאלן, מסתמא קענסטו אויך מערסטנס אזעלכע אידן. און וואס איז אויב איך קום היינט אריבער צו דיר מיט מיין נאמען, פנים, און בלוט טיפ? וועסטו מיך יא אננעמען? קבל האמת ממי שאמרה.

סיי וויאזוי, זעה איך נישט פארוואס דו זאלסט געבן פאר א רב אומו"ץ די זעלבע בענעפיט און פארשטענדעניש ווי א פשוט'ע איד, אבער ליידער זעה מיר זיך אין א עולם הפוך.

מיין נקודה איז אז פונקט ווי איר קענט נישט מוחה זיין אין פאבליק קעגן רב הערשקאוויטש ווייל ער קענט זיך נישט שלאגען מיט סאסייעטי אזוי אויך האט רב הערשקאוויטש נישט געקענט זיך שלאגען מיט סאסייעטי,
און יא, א רב איז פונקט ווי א אנדערע מענטש, דעת תורה עקזיסטירט נישט, און גרויסע רביים מיט ווייסע בערד און קאלערדיגע בעקיטשעס האבען אויך מורא פון חרמים. אויב דאס איז נייעס פאר אייך, זאלט איר כאטשיג וויסן פון היינט ווייטער.

שלום על ישראל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 6:01 pm

· #415328
גדליה
מיין נקודה איז אז פונקט ווי איר קענט נישט מוחה זיין אין פאבליק קעגען רב הערשקאוויטש ווייל ער קענט זיך נישט שלאגען מיט סאסייעטי אזוי אויך האט רב הערשקאוויטש נישט געקענט זיך שלאגען מיט סאסייעטי
און יא, א רב איז פונקט ווי א אנדערע מענטש, דעת תורה עקזיסטירט נישט, און גרויסע רביים מיט ווייסע בערד און קאלארדיגע בעקיטשעס האבען אויך מורא פון חרמים. אויב דאס איז נייעס פאר אייך, זאלט איר כאטשיג וויסען פון היינט ווייטער.

עפעס איז דא פארדרייט געווארן מיט די ציטיראציעס, כאילו דברך כדברי ודברי כברך, אדער ווי דו ענטפערס זיך אליינס... יעדענפאלס, ווילסט ביטע איבערזאגן דיין נקודה איבער הערשקאוויטש?

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 6:07 pm

· #415329

מיין נקודה איז אז מקען נישט דן זיין א מענטש וואס געט זיך אונטער פאר טעראר, ווייל די טבע איז אז מהאט מורא פון טעראר, פארדעם ארבעט עס דאך אזוי גוט.
[ציטאט אראפגענומען]

מיט דעם חלק זענט איר הייליג גערעכט

ימים ידברו » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 6:09 pm

· #415331
לפי הבירור שבררתו אצל תלמידיו, ער האט געהאלטען אזוי ביז די לעצטע טאג פון זיין לעבען, אז בעלזא רב שליט"א איז געווען א מחוצף פאר רבינו יואל זי"ע, און ער איז נישט דער וואס דארף זיך מישען אינדעם, ער האט אויך געהאלטען מ'טאר נישט איבערטרייבען, און ארויסגעבען אזא צעטיל וואס איז נישט ארויסגעקומען די לעצטע הינדרעט יאר וממילא האט ער זיך צוגשטעלט מפני המציק אבער ער האט נישט געוואלט זאל בלייבען מיט דעם, אבער קלאר איז ער געווען א זעלטענע חסיד פון רבינו יואל און א קליינע חסיד פון מהרי"ד השני,
אבער צו חסידי בעלזא זאל נישט מיינען איין מיניט ער האט געהאלטען א סעקאנד אז מהרי"ד איז גערעכט עטוואס! ער האט נישט זיך געמישט און פאליטיק,
אבער לאמיר שוין זעהן די צעטיל פון מהרי"ד אדער א מנין ביי די ציונים פון הגאונים הקדושים מקאשוי מאנטיוודעאו ועוד עשרות וואס האבען זיכער נישט חרטה געהאט, און ער האט געזאגט מקען זיי פארקויפען מיט א פאר דאלער אפען מארק! ווער רבי הערשלע ספינקער? פאר וויפול געלט האט מען אים אינטערגעקויפט? דער מנחת יצחק מיט רמ"א פריינד האט מען ממש אינטערגעקויפט, אבער ער זאגט זיין דעת תורה בחינם אין כסף? הא הא איר געדענקט נאך ווען ער האט מיט זיינע שוואכע כוחות געשריגען אויף לפיד ביי די שטייענדיגע תורה הינט! נישט וועגען געלט א וודאי וועגען גיוס! הא הא הא

יין שרף » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 6:14 pm

· #415332
דו האסט זיך שוין ג'פסל'ט מיט דיין פריעדיגן אשכול אריינצורעדן דא. האסט נישט קיין שום נאמנות צום נושא.

דאכצעכמער » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 6:30 pm

· #415335
איין זאך איז זיכער אז דער נייטרא רב האט נישט גע'חתמ'עט ער האט נאר נישט מוחה געווען אז מהאט געניצט זיין חתימה
איז דאס ביהרג ואל יעבור?

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 6:32 pm

· #415337
דאכצעכמער
איין זאך איז זיכער אז דער נייטרא רב האט נישט גע'חתמ'עט ער האט נאר נישט מוחה געווען אז מהאט געניצט זיין חתימה
איז דאס ביהרג ואל יעבור?

סאיז בערך אזא יהרג ואל יעבור ווי די בחירות

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 7:03 pm

· #415341
דאכצעכמער
איין זאך איז זיכער אז דער נייטרא רב האט נישט גע'חתמ'עט ער האט נאר נישט מוחה געווען אז מהאט געניצט זיין חתימה
איז דאס ביהרג ואל יעבור?

ווי איך האב געברענגט אויבן, עס איז א תוס' אין אנהייב פרק הבא על יבמתו להיתר.

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 8:35 pm

· #415348
ימים ידברו
לפי הבירור שבררתו אצל תלמידיו, ער האט געהאלטען אזוי ביז די לעצטע טאג פון זיין לעבען, אז בעלזא רב שליט"א איז געווען א מחוצף פאר רבינו יואל זי"ע, און ער איז נישט דער וואס דארף זיך מישען אינדעם, ער האט אויך געהאלטען מ'טאר נישט איבערטרייבען, און ארויסגעבען אזא צעטיל וואס איז נישט ארויסגעקומען די לעצטע הינדרעט יאר וממילא האט ער זיך צוגשטעלט מפני המציק אבער ער האט נישט געוואלט זאל בלייבען מיט דעם, אבער קלאר איז ער געווען א זעלטענע חסיד פון רבינו יואל און א קליינע חסיד פון מהרי"ד השני,
אבער צו חסידי בעלזא זאל נישט מיינען איין מיניט ער האט געהאלטען א סעקאנד אז מהרי"ד איז גערעכט עטוואס! ער האט נישט זיך געמישט און פאליטיק,
אבער לאמיר שוין זעהן די צעטיל פון מהרי"ד אדער א מנין ביי די ציונים פון הגאונים הקדושים מקאשוי מאנטיוודעאו ועוד עשרות וואס האבען זיכער נישט חרטה געהאט, און ער האט געזאגט מקען זיי פארקויפען מיט א פאר דאלער אפען מארק! ווער רבי הערשלע ספינקער? פאר וויפול געלט האט מען אים אינטערגעקויפט? דער מנחת יצחק מיט רמ"א פריינד האט מען ממש אינטערגעקויפט, אבער ער זאגט זיין דעת תורה בחינם אין כסף? הא הא איר געדענקט נאך ווען ער האט מיט זיינע שוואכע כוחות געשריגען אויף לפיד ביי די שטייענדיגע תורה הינט! נישט וועגען געלט א וודאי וועגען גיוס! הא הא הא

איך ווייס נישט וואס איהר רעדט..
ווייל פונקט היינט בין איך געוועהן ביי די ניחום אבלים אין נייטרא וויליאמסבורג, האב איך גערעדט מיט איינער פין די נאנטע מענטשן.
האט ער מיר קלאר געזאגט אז דער נייטרא רב הרב מאשקאוויטש האט יא גאר שטארק מעריך געוועזן די בעלזער רבי, אין עס האט איהם דאר שטארק באנג געטוהן פין די ערשטע מינוט, אין ער האט די מסירת מודעה געטוהן טאקע בשעתו אין די בצוק העיתים, אין ער פלעגט אלס זאגן אז ער ווייסט נישט וואס איז געקומען פאר די בעלזער רב אזא זאך, ער האט איהם נישט געהאלטן פאר א מחוצף...

אזוי האט מיר יענע נאנטע מענטש געזאגט..

איש חזון » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 8:41 pm

· #415349
יין שרף
דו האסט זיך שוין ג'פסל'ט מיט דיין פריעדיגן אשכול אריינצורעדן דא. האסט נישט קיין שום נאמנות צום נושא.

אפשר איז ער עתים חלים

יין שרף » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 8:46 pm

· #415350
איש חזון
יין שרף
דו האסט זיך שוין ג'פסל'ט מיט דיין פריעדיגן אשכול אריינצורעדן דא. האסט נישט קיין שום נאמנות צום נושא.

אפשר איז ער עתים חלים

נישט חשוד אויף די האלב.. עתים שוטה האט ער שוין געפראווד

איש חזון » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 8:47 pm

· #415351
צפור בודד
נישט נאר פון דעם ויואל משה נאר אפילו פון דעם ברך משה

אלא מאי?... (ער האט נישט איבערגעבעטן)
און סתם למען הדיוק, נישט אלע צען זענען געווען דיינים

שלום על ישראל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 9:41 pm

· #415360
דאכצעכמער
איין זאך איז זיכער אז דער נייטרא רב האט נישט גע'חתמ'עט ער האט נאר נישט מוחה געווען אז מהאט געניצט זיין חתימה
איז דאס ביהרג ואל יעבור?

הער שוין אויף מיט סכנת נפשות. סכנת פחיתות כבוד, און שוין.

גאנץ א נידריגע תירוץ אז דאס איז א שב ואל תעשה. דו קענסט זאגן שב ואל תעשה איבער נישט מוחה זיין, און איך פארשטיי דאס טאקע (אויף יעדעם, חוץ ווער עס פאררופט זיך רשכבה"ג אדער מנהיג הדור אדער פוסק הדור). אבער שטילשוייגן אנשטאט והייתם נקיים פארלאנג א הסבר. אין אנדערע ווערטער, האט ער מקיים געווען ולא היה נקיים...
בלאט: 1 2