☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אויפדעקונג נייטרא רב צו בעלזע רב:איך האב אונטערגעשריבן בכפיה

אויפדעקונג נייטרא רב צו בעלזע רב:איך האב אונטערגעשריבן בכפיה

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12659
בלאט: 1 2

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 9:45 pm

· #415361
און וואס האט ער געטון צום בעלזער? אויך נאר פחיתות כבוד און בזיונות. מאי חזית?

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:40 pm

· #415365
ליטוואק פון בודאפעסט
און וואס האט ער געטון צום בעלזער? אויך נאר פחיתות כבוד און בזיונות. מאי חזית?

יא יא, יענץ געלעכטער
דער בעלזער אליין האט זיך גאנץ פיין אויסגעצייכענט אין פארשעמען אנדערע רבי'ס, יעצט אויף די עלטער האט ער אנגעהויבן שפילן ווי א קדוש וטהור וואס איז העכער פאליטיק.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:56 pm

· #415366
עפר אני תחת כפות רגלי הנייטרא רב ז"ל אבל תורה הוא וללמוד אני צריך.
טאמער איז די אינטערשרייבן טאקע געווען אן אומרעכט, פארוואס איז ער נישט ארויסגעקומען ברבים תשע"א און געטון תשובת המשקל?
סאמטינג איז מיסינג.

איך האב שוין געפרעגט אויבן און כ'ווארט פאר אן ענטפער. ווער זאגט אז די גאנצע בריוו איז אמת? פון ווי קומט עס, ווער האט עס מפרסם געווען?

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 11:03 pm

· #415367
דער בריוו איז אמת - געהערט פין א נאנטע שטוב מענטש היינט ביי די ניחום אבלים...
זיי האבן געוויסט דערפון אין געמאכט א שווייגעניש כדי מען זאל נישט קומען פארדרייען אז ער זאל צוריק ציען...

קפה נמס » פרייטאג אקטאבער 26, 2018 2:24 am

· #415372
קוקט אויס ווי עס איז דא געוויסע וואס פארשטייען באמת נישט וואס דאס וואלט געמיינט פאר נייטרא'ער דיין אין יענע יארן ארויסצוקומען מיט א בריוו קעגן "התאחדות הרבנים" אז מען האט געפעלשט זיין חתימה.
@אנאנים פרעגט מ'כלומר'שט אזוי תמימות'דיג צו סאטמאר האט דען אמאל איינעם גע'הרג'עט ? ניין, מיין טייערער. אבער צו ווייסטו וואס דאס מיינט 'רצח אופי' ? גלייב מיר, סאטמאר וואלט אים געמאכט אז ער זאל זיך ווינטשן דעם טויט, און די טויט אליינס וואלט מען אים נישט פארגינען.

הוגה » פרייטאג אקטאבער 26, 2018 3:10 am

· #415373
@גדליה, מיין טאטע, ווען ער פלעגט הערן די קינדער האבן אזא דיסקוסיע ווי מען האט דא, פלעגט ער זאגן אז אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו גייט אויך אן ביי רביס און רבנים. אויף דעם ארויף פלעג איך אים ענטפערן אז עס איז אמת אז איך בין נישט אין יענעמ'ס שוך און ממילא וויל איך יענעם נישט דן זיין. די איינציגסטע טענה וואס איך האב יא אויף רבי פלוני איז פארוואס ער פארשטייט נישט אז פונקט ווי ער האט געהאט שווערע נסיונות אזוי האב איך אויך מיין פעקל נסיונות. און פונקט ווי ער וויל אז מ'זאל אים פארשטיין, זאל ער אונז אויך דן זיין לכף זכות מיט אונזערע נסיונות. (איך זאג דאס נישט דוקא בנוגע צו הרב מאשקאוויטש נאר איבער רביס ורבנים בכלליות.

מענין לענין איז אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט צוגעברענגט די מעשה וואס בן האדמו"ר מפשעווארסק האט לעצטנס מפרסם געווען אויף א פאבליק פורום, סודות פון אונטער די קוליסען.

סוף חודש אב זה עונת הפוליטיקה בפשעווארסק. בשבוע שחל בו ימי ההילולה של רבותינו מבעלזא וסאטמאר, טוחנים כל מיני סיפורים על המחלוקת ועל העבר וכו'. ישנם כאלה המנצלים לרעה את זה שאבא יחסית במצב רוח מרומם בהיותו בנופש בין ההרים, ואפשר לשוחח איתו בפרטי, ומלעיטים אותו בכל מיני שקרים.

כזה הוא ט', חסיד מכנובקה בדם, חתנו של אחד מגדולי לוחמי סאטמאר ע"ה בלונדון הבירה, שיום אחד החליט למכור לאבא סיפור גרנדיוזי ושקרי, לא פחות ולא יותר, תלמידי ישיבת אחד החצרות החסידיות הגדולות בארץ, התקבצו בימי בין הזמנים של חודש אב לסימפוזיון, ואורחי הכבוד היו לא פחות ולא יותר, הנשיא דאז שמעון פרס והפרשן הפוליטי נחום ברנע. סיפור מצוץ מהאצבע (ביררתי).

ואבא שלי שתה בצמא את דבריו של ט', כדרכו בקודש לקנות כל סיפור שמספרים לו, ועל בסיסם הוא מחליט לשחוט ולשפוט אנשים בלי לברר ולחקור (ראה ערך הרב שטיינמן).

עכ"פ, אבא חזר הביתה נרעש מאוד, ואמר בזה הלשון: כבר עברו הרבה שנים מאז שיצאתי נגד אותו צדיק (הכוונה למנהיג החצר של הישיבה הנ"ל ), ובמשך השנים חשבתי כמה פעמים, אולי כבר הגיע הזמן לעשות שלום, אולי מעיקרא עשיתי טעות לצאת בכזה שארפקייט נגדו. עכשיו אני שמח, כי נוכחתי לדעת שהוא רק התדרדר מאז שיצאתי נגדו, ולא עוד אלא שהחסידים שלו נשארים איתו. כבר לא אתפלא אם מחר יספרו לי שהוא ענד שרשרת עם שתי וערב, והחסידים נשארים אצלו, עכלה"ק מילה במילה.


מתי אנשים יבינו שאין!! ממסד, פשוט לא קיים, אין בעלי חזון, אין מקבלי החלטות, יש רק מושפעים ונגררים. האדמו"ר מושפע מהפרשן בעיתון, שמושפע מחבריו בקבוצות הרכילות בוואצאפ, שמושפעות מהשוואנץ במקווה, שבסך הכל מנסה לצאת צדיק ולהוכיח לכולם כמה הוא פרומער, ויותר טוב ואדוק מהשכן שלו.
כל החרדיות זה מעגל קסמים של תחרות מי יותר צדיק, מי יותר קיצוני ומי יותר מחמיר מהשני. נהג המונית מושפע מהרופא, הרופא מושפע מאברך הכולל, אברך הכולל מושפע מהרבי, הרבי מושפע מהעיתון, והכתב בתורו מושפע משכנו הבעל תשובה שאינו יודע שביל הזהב מהי. חד גדיא, אנאנים.


(דיסקלעימער, אויב אן או טי די פארלירט אטאמאטיש די נאמנות ביי אייך נאר צוליב זיין נייע בחירה בחיים, מוזט איר נישט גלייבן דער סיפור.)


.

טאמבל סאס » פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:03 am

· #415374
כמיין אז ט' מיינט ער פנחס ענגלענדער

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 26, 2018 8:57 am

· #415375
עס זעט אויס אז הרב לייזער ליידט פון confirmation bias. ער גלויבט שנעל די מעשיות וואס שטימען מיט פריערדיגע הנחות.

הממממממ....
אפשר דארף מען זיך אליינס אויך באקוקן. זיין זון זאגט אז ער האט עפעס געזאגט. ווי שנעל דארפן מיר גלויבן? אדער ווייל ביי אונז איז ער עלול צו גלויבן שנעל, דעריבער גלויבן מיר אונז שנעל אויף אים.

ווער ליידט פון confirmation bias.......

קאך_לעפל » פרייטאג אקטאבער 26, 2018 11:04 am

· #415382
ווי סקוקט אויס האט ווארשיינליך פאסירט דאס פאלגענדע. (אויב מ'איז ערלויבט צו טראכטן אויסער די קאווע שטיבל קעסטל)

אין די יארן פון תשמ''א - מ''ב איז דער אדמו''ר הגדול געווען א ערענסטער געפאר פאר אויטענטישע אידישקייט, דער איינפלוס פונעם אדמו''ר הגדול אויפן ארטאדאקסישען אידענטום איז נאך דאן געווען גרויס. נישט צוליב זיין פערזענליכקייט, ערליכע אידן האבן אלעמאל געוויסט אז דער פארמאגט עפעס פייגל אין מוח. נאר צוליב דער שטיל אויף וועלכע ער איז זיצט. א גרויסע טייל פון די דעמאלסדיגע אונגארישע רבנים האבן זיך דאן אינדענטעפיצירט מיט די אמאליגע הייליגע בעלזא, און בכלל האט דער אלגעמיינער אונגארישע אידענטום פון שטענדיג אן פארמאגט א שטארקע שעצונג צו די אמאליגע גלארייכע בעלזער הויף פון דער אלטער היים. דערפאר ווען דער אדמו''ר הגדול האט אין די עפענטליכקייט אנגעהויבן צו גיין דרום, האבן זיך די גדולי ישראל שטארק געפארכט אז די אלגעמיינע אידישע מאסן וועלן נאכגעשלעפט ווערן נאך זיינע נייע אויפגעקלערטע אידעלאגיעס, דערפאר האבן זיי איינשטימיג באשלאסן צו מינימוזירן זיין איינפלוס בלויז צו זיינע אנגהענגער זעלבסט. און ווי ס'איז זעלבסט-פארשטענליך איז דאס נישט צוגעגאנגן מיט קיין זיידענע הענטשוך, נאר ס'איז דורכגעפירט געווארן מיטן גאנצן סאטמארען קנאק לויט די ארגינעלע פארשריפטן וואס מיר האבן נאך פון די פארצייטישע בעלזא יושבים.
פאר די אנהענגער פונעם אדמו''ר הגדול, איז דאס ווירקליך געווען א ביטערער פיל אראפצושלינגן. מערסטייל פון זיי גלויבן אין עפעס א מיסטיריעזע גלויבן וואס רופט זיך "כבוד בית בעלזא" א גלויבן אין וועלכע די אלגעמיינע מענטשהייט האבן נישט די מינדעסטע השגה, זיי האבן געשפירט ווי זייער גלויבן האט געכאפט א שטיקל שנעלקע. אבער אין די ווירקליכקייט האט דאס ב''ה עטוואס געהאלפן, און ס'איז געווען ולא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, און בעלזא החדש איז פארבליבן גענצליך איזאָלואירט און אפגעזונדערט פון די ערליכע ארטאדאקסישע קרייזן פאר לאנגע יארן. ( דאס איז אייגענטליך געווען א שטארקע טובה פאר זיי זעלבסט, כידוע)
ווען דער שטורם האט זיך עטוואס אפגעשטעלט און די שווארצע כמארעס זענען זיך ביסלעכווייז צוגאנגן, און ס'האט זיך ווירקליך ארויסגעשטעלט אז מ'האט פילייכט שטארק איבערגעשאצט דעם געפאר פונעם אדמו''ר הגדול. אין רזולטאט האבן פולע גדולי ישראל אנגעהויבן צו באקומען חרטה געפילן, און אנגעבליכע גילו דעת בריוו האבן אנגעהויבן ארויסצושפראצן ווי שוואמען נאך א רעגן. איטליכער פון די דאזיגע סארט בריוו איז ווי באלזאם אויף א אפענעם וואונד פארן אדמו''ר הגדול זעלבסט, און נאך פיל מער פאר זיינע שווערע טויזענטער אנגהענגער.
די דאזיגע חרטה-געפילישע רבנים וועלכע שוינען שטארק זייער פרעסטיזש, הענגן אן זייערע היפאקריטיזם אין די אלוועלטיכע ברייט-צושמירטע אנגעבליכע סאטמארער טעראר. און ס'מוז נישט זיין אז זייער ארגינעלע אונטערשריפטן זענען ווירקליך געוען פארבינדן מיט אנגעבליכע טעראר פון די סאטמאריסטן.

און דאס האט דא ווארשיינליך פאסירט. זאל דער נשמה פונעם רב רוען אין ליכטיגן גן עדן,עד שתעמד לגרלו לקץ הימין.

איש חזון » פרייטאג אקטאבער 26, 2018 11:20 am

· #415384
הוגה
עכ"פ, אבא חזר הביתה נרעש מאוד, ואמר בזה הלשון: כבר עברו הרבה שנים מאז שיצאתי נגד אותו צדיק (הכוונה למנהיג החצר של הישיבה הנ"ל ), ובמשך השנים חשבתי כמה פעמים, אולי כבר הגיע הזמן לעשות שלום, אולי מעיקרא עשיתי טעות לצאת בכזה שארפקייט נגדו. עכשיו אני שמח, כי נוכחתי לדעת שהוא רק התדרדר מאז שיצאתי נגדו, ולא עוד אלא שהחסידים שלו נשארים איתו.

איך גלייב שווער דעם צדיק'ל, אבער אויב האט זיין טאטע געזאגט טאקע בזה הלשון ''איך פריי מיך'', פריי איך מיך.

mevakesh » פרייטאג אקטאבער 26, 2018 2:40 pm

· #415393
טאמבל סאס
כמיין אז ט' מיינט ער פנחס ענגלענדער

ער איז איז אן איידעם ביי א וויזשניצער פון בני ברק, נישט ביי א סאטמארער פון לאנדאן

ימים ידברו » מוצ"ש אקטאבער 27, 2018 9:48 pm

· #415410
צו די אלע זאך קעננער ווי איז די חרטה בריעף אז די עירוב אין ווילאמסבורג איז יא כשר? עס איז אמת אזוי וווי דאס איז אמת פארשטייט איר!

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 28, 2018 12:30 am

· #415424
קאך לעפל: און יעצט אז דו האסט שוין געטראכט (הויעך) ארויס פונ'ם קאווע שטיבל קעסטל, קענסטו נעמען דעם גאנצן סרחה'דיגן געמויזאכץ פון פארדארבענע קישקע און זיך באלעקן דערמיט צוזאמען מיט דיין מחוזת מרעים. אזוי ווי ימים ידברו און איש את רעהו...!

דו זעהסט דאך אז ס'האט דיר קיינער נישט געשטערט. און מ'גייט דיך נישט מעקן. סיי וואספארא אבסורדאלע געדאנקען דו ברענגסט ארויף. משא"כ דיין הייליגע ..."איי וועלט"... וואלט שוין לאנג געמעקט א מאמר וואס איז נישט עולה בקנה אחד מיט זייער אגענדא...!

קאך_לעפל » זונטאג אקטאבער 28, 2018 9:59 am

· #415469
berlbalaguleh
קאך לעפל: און יעצט אז דו האסט שוין געטראכט (הויעך) ארויס פונ'ם קאווע שטיבל קעסטל, קענסטו נעמען דעם גאנצן סרחה'דיגן געמויזאכץ פון פארדארבענע קישקע און זיך באלעקן דערמיט צוזאמען מיט דיין מחוזת מרעים. אזוי ווי ימים ידברו און איש את רעהו...!

דו זעהסט דאך אז ס'האט דיר קיינער נישט געשטערט. און מ'גייט דיך נישט מעקן. סיי וואספארא אבסורדאלע געדאנקען דו ברענגסט ארויף. משא"כ דיין הייליגע ..."איי וועלט"... וואלט שוין לאנג געמעקט א מאמר וואס איז נישט עולה בקנה אחד מיט זייער אגענדא...!


דער עונש פאסירט אלעמאל, און דאן וואונדערט מען זיך ווי אלע שרייבער ווערן פארשוואונדן ווי שוואמען נאך א רעגן.

אלענפאלס. ו.ב.י.ל.י.כ.ל. אמן ואמן.

פרייוויליג » זונטאג אקטאבער 28, 2018 1:14 pm

· #415479
מברויך מאכן א ליסטע פון אלע רבנים וואס האבן אינטערגעשריבן, און האבן דערנאך חוזר געווען אדער געלייקנט אין די חתימה. אט האט איר די טאהשער קהילה לייקנט אינעם חתימה.
📎 2.jpg

פרייוויליג » זונטאג אקטאבער 28, 2018 1:38 pm

· #415485
@אנאנים כמדומה אין "דער איד" בימים ההם. איך מיין דאס איז א ציטאט פון דארט.

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג אקטאבער 28, 2018 5:36 pm

· #415497
[ציטאט אראפגענומען]


עס איז א גרויס חילוק ווען מען וואוינט אין טאהשער שטעטל ווי אין ווילי וויליעדש..

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 28, 2018 9:26 pm

· #415523
התם ומתמם עם תמימים?: דיין ראיה איז פונקט אזוי ווי מ'זאלל זאגן אז ר' בערל פרוכטבייסער איז גאנץ א וואוילער איד. ער האט אין זיין גאנץ לעבן נאכנישט געמאכט קיין האלד-אפ. אדער א מאגגינג...!
בלאט: 1 2